☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע

בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע

128 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11494
בלאט: 1 2 3

אורים ותומים » מאנטאג מאי 15, 2017 3:54 pm

· #371097
בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע
איך ליין אפט די בעלזע אדער סאטמארע פראפאגאנדע, אפילו דא אין שטיבל די לעצטע צוויי וואכן, און איך וואונדער מיך פארוואס מענטשן קענען ניטאמאל פרובירן צו זיין אביעקטיוו. דער בעלזער זעט נאר זיין רבי'ס מעלות אנע חסרונות און בתוך כך בעיקר נאר סאטמארע חסרונות אנע מעלות, און דער סאטמארער זעט נאר דער ויואל משה'ס מעלות אנע חסרונות און כמובן בעיקר בעלזע חסרונות אנע מעלות.

חברה, די בילד איז מער קאמפליצירט. לאמיר צוזאמען דורכגיין זיין היסטאריע:


בעלזער רב'ס פערזענליכקייט:
דאס איז קלאר, אז דער בעלזער רב האט א געפערליך קאמפליצירטע פערזענליכקייט. ער איז א מורא'דיגער גוטער, און גלייכצייטיג א פארביסן שלעכטער מענטש. ער רייסט זיך כסדר ארום מיט זיינע גבאים ווי א קליין קינד (די חסידים פון אמעריקע האבן עס אפילו געקענט מיטהאלטן ביי זייערע מראות קודש), אבער שטיצט זיינע חברה עד זוב דם ממש (כרגע שכחתי שם האיש אבער אין בעלזא איז עס גוט באקאנט. א גביר אדיר אין אמעריקע וואס איז געווען פערזענליך גאר נאנט מיטן בעלזער, וואס האט אים שטארק מקרב געווען. יענער איז געווען א גענגסטער וואס עווענטועל האט ער דאכצעך פארלוירן זיין געלט, און די בעלזע האבן אים געשיקט לופטערן. דער בעלזער האט זיך על אפם ועל חמתם אנגענומען פאר אים און אים מקרב געווען. דאס האט גורם געווען אזא שטארקע ריס, אז ער האט געגעמבלט מיט פארלירן א גרויס חלק פון זיין עדה דאהי. מ'רעדט פון די צייטן ווען ער איז נאכנישט געווען אזוי מבוסס ביי די בעלזע חסידים אלס צדיק).

ער איז א מענטש וואס האט זיך פארטשעפעט מיט א ים פון רבי'ס, צווישן זיי רבי'ס וואס האבן זעלבסט מקריב געווען מחלבם ודמם כדי מקרב צו זיין דעם מענטש באותם השנים בהם היה מנודה (ר' שלמה באבובער. וידוע הסיפור מיטן אפשאקלן די "שטויב" פון די גמרא ביי ר' שלמה'ן אינדערהיים. חוצפה וכפיות טובה ביינאנזאם). אבער גלייכצייטיג איז ער א מענטש וואס האט א מורא'דיגע לב רחם אויף רחמנות'ן, צובראכענע מענטשן, בעלי תשובה, א.א.וו.

ער האט זיך צוקריגט מיט מענטשן, רבי'ס, און אפילו אנזען אין גאס, ממש פאר נארישקייטן. אבער אין די לעצטע ארום צען יאר, האט ער שלום געמאכט מיט אלעמען (חוץ סיקריקים וואס ווילן ער זאל אייגנטליך אראפטאנצן פון דאך), געקריגן גאר א חשוב'ער אנזען אין גאס - בעיקר אין ארץ ישראל וואו סאטמארע רעטאריק איז ניטאמאל ווערד כקליפת השום, און איז גאר געווארן דער אוהב שלום ורודף שלום וואס מאכט אפילו שלום ביי יענעם (פרשת חינוך עצמאי בין גור להרב שטיינמאן), און איז א וותרן (רוטציה לחה"כ לכנסת).


איך מיין אז צו פארשטיין זיין פערזענליכקייט, און אזוי אויך דער טויש אין זיין התנהגות במשך הימים, דארף מען אריינקריכן אביסל אין זיין כאראקטער, און אין זיין שטורמישע לעבנס היסטאריע:

בעלזער רב איז געבוירן געווארן צום בילגורייער רב, וואס האט זיך בא'נפטר'ט אויף גאר א שענדליכער וועג ווען ער איז געווען א קליינער דריי יעריגער צוציק. דער קלאפ איז געווען א דאפלטע (ער האט עס הערשט געכאפט ווען ער איז אביסל אינטערגעוואקסן): דער צוקונפטיגער מנהיג לבעלזא - בילגורייער רב - איז אוועק בעפארן בעלזער רב זעלבסט, און ער איז אוועק אדאנק... בעלזע חסידים/רשעים זעלבסט. ווען דער היינטיגער בעלזער איז אונטערגעוואקסן, האט דאס אים זיכער היבש טראומאטירט און געמאכט אז ער זאל פאסן פארשידענע באשלוסן אין לעבן, צווישן זיי: מ'דארף זיך אליינס מסדר זיין און אויפבויען און נישט פארלאזן אויף געוויסע בעלזע דעה זאגער'ס, מ'דארף זיך באררינגלען מיט מענטשן וואס וועלן גיין אין פייער פאר אים, נישט האבן קיין שטארקע טראסט אין מענטשן און אין מענטשהייט, ווייזן פאר די וועלט אז ער "קען".

אבער ס'קומט אריין נאך עטליכע פאקטארן, ווי די רבנית הצדיקת וואס איז געשטארבן עטליכע חדשים צוריק, וואס איז גארנישט געווען אזא רבנית און צדיקת ווען ער איז געווען א זיסע יונגעלע בערעלע רוקח. ער איז געווען א טריט אוועק פון ווערן א יצמח פורקניה, און האט אנגעבליך געדארפט אויפטרעטן אין געריכט זיך אפצושאקלן פון זיין מאמען. ער האט ווירקליך געדארפט מאכן אייגענע באשלוסן זייענדיג א טראטשאק, והצליח! א קינד נאך אזא פרשה בלייבט מיט א החלטה אין הארץ, אז נאר דורכן פייטן שטארק קען מען אנקומען, אז מ'קען נישט טראסטן אפילו די נאנסטע מענטשן, און אז "איך יכול".

נאך קלענערע פאקטארן זענען, די התנגדות'ן וואס ער איז אויסגעשטאנען פון געוויסע בעלזע קנאקערס וואס האבן נישט געוואלט אז ער זאל איבערנעמען (בערך בבחינת בני יואל בסאטמאר. נאר אנדערש ווי דער ברך/מקלל, האט דער בעלזער גוט געוואוסט וויאזוי שטיל צו מאכן די מערערים), די פאקט אז ער איז געווארן א רבי פון א בארימטע חצר אלס יונגע שמויגער וואס זיין עלטער-שווער איז דעמאלס געווען אן אנגעזעענער רבי אין וועלט, און ער איז געווארן א רבי ווען זיין שווער האט נאך אפילו נישט געפראוועט אדמורו"ת, און אוודאי די פאקט אז זיין זיידע האט אים ליב געהאט און פארקוקט זיינע מידות טובות אדאנק זיין חכמה (וואס דער אמרי חיים איז אלץ געפאלן פאר א חכם וואס האט געקאנט מאכן גוטע ווערטלעך. ומהאי טעמא האט ער נישט געגליכן דעם קרית יואל'ן רבי'ן, שקראו בשם "מיין נארעלע", וויבאלד ער איז געווען א תמים - הגם א מתמיד און פרומער).


בעלזער רב בראשית דרכו.
איבערנעמענדיג דעם בעלזער רבי'סטעווע, וואס הגם ווייניג חסידים אין צאל איז עס אלץ געווען א פרעסטידשפולער נאמען און אמט, האט ער בעצם געטון מיט בעלזא דאס וואס לענין האט געטון מיט רוסלאנד. פאר די וואס ווייסן נישט, לענין איז נישט געווען אזא מאסן מערדער ווי סטאלין, און די מיליאנען וואס ער האט געשיקט צום עולם האמת איז נישט געווען אדאנק רשעות, דיקטאטורשאפט, אדער פחדים אז זיי ווילן אים הרג'ענען. לענין האט פשוט עקספערימענטירט די קאמוניסטישע שיטה אויף א לאנד, וועלנדיג זען וויאזוי ס'קאכט זיך אויס ווען די טעאריע קומט צו רעאליטעט. גראדע האט זיך ארויסגעשטעלט אז מ'דארף דעם הרג'ענען, יענעם אויסהונגערן, א.א.וו. אבער זיין חשבון איז נישט געווען רשעות נאר עקספערימענטאציע.

ח"ו נישט מדמה זיין בעלזער רב מיט רשעות פון לענין, איך מיין נאר די חלק פון עקספערימענטירן - וואס דער ליובאוויטשער האט דאס אויך געטון בשעתו אין ליובאוויטש, נאר יעצט איז דער "קעיס" בעלזא. בעלזער רב איז בפשטות דער ערשטער רבי נאכן קריג, וואס האט אנגעהויבן פון פריש, אנע ריכטיגע גיידינג פון עלטערע אדער עלטערן. ער איז א ריכטיגע סעלף מעיד מען, און מיט א מאדערנע פראקטישע בליק אויפן לעבן, איז ער צוגעגאנגען צום רבי'סטעווע אנע גילטי קאנטשעס אז ער טוישט ארום בעלזא דמעיקרא מיט א נייע הויף, כאדם העושה בתוך שלו.

ער האט משנה געווען מנהגי בעלזא ממש פון דעם ערשטן שבת וואס ער האט געפירט (חלה דעקל יוכיח), געוויזן אז ער געבט נישט קיין דין וחשבון פאר קיינעם ויש לו יותר ממנת עזות (פרשת "הני כלבין דחציפין" ביי של"ס, און טייטלען מיט די פינגער אויף פלוני), און אריינברענגען ניגונים פאר יעדע געלעגנהייט, וואס איז געווען בבל יראה ובל ימצא אין בעלזא ביז דאן, בשיטה. ער האט געמאכט גאר אסאך שינויים ממש פון ערשטן רגע, און געלאזט וויסן פאר אלטע יושבים און בעלזע שווענץ אז עס הייבט זיך אן א עידן חדש אין בעלזא, וואו דער רבי טיילט איין וואס צו טון און די שווענץ קענען גיין לופטערן.

ילדות היתה בו (און איז פארבליבן אין אים, מעט מזעיר, עד היום הזה), און אויפוואקסנדיג אן קיין טאטן און אפילו אן קיין מאמען - פאר דער וואס ווייסט - האט ער געפירט דעם חסידות גאר געלונגען און געשמאק מיט א מרץ נערים. זיינע מעלות זענען אייביג געווען: חכמה, שנינות, זאפטיגע שפראך, נייגעריגקייט, כניוקישקייט (יא יא, בטבעו האט ער ליב צו זיין א חניאק), איבערגעגעבנקייט, ידיעה בספרי חסידות, א שפאר ביסל לערנען גמ' והלכה. זיינע חסרונות זענען געווען: בעיבי'אישקייט אויף אן אבסורד, נייגעריגקייט חסר גבולים ומעצורים, טשעפענען ומתגדל בקלון חבירו, חוצפה.

דער אמת איז, אז זיינע חסרונות באשטייען בעיקר פון מעלות וואס ווערן חסרונות ווען ס'איז צו עקסטערם, און אנדערע חסרונות זענען בלויז א תוצאה פון זיין אן אינדעפענדענט קינד מיט פילע צושאקלערייען ווי אויבנדערמאנט, אבער פאקט בלייבט פאקט: די מעלות האבן אים געבויט, די חסרונות האבן אים אנגעמאכט דעם אומבא'טעמ'טן נאמען אין די ערשטע צענליגע יארן פון הנהגה.

צוליב ילדות האט ער זיך דערזען אויף א שטול וואס איז צו גרויס פאר זיין דמות. ער האט געוואוסט אז סך הכל איז ער א געשמאקע יונגערמאן, אביסל פרומער און קלוגער ווי געווענליך, היבש דורכשניטליך אין מידות, מיט מזל צו זיין בילגורייער רב'ס זון. ער האט פרובירט ארויפצוברענגען בעלזא אויף א רמה, והצליח, אבער ער האט נישט פארשטאנען אז אנדערע עלטערע רבי'ס זענען יא אויפגעוואקסן מיט א נארמאלע בעקראונד, און זיי שטייען יא צוויי שטאפלן העכער פון אים אין זייער דמות (אדער, אז זיי רעדן זיך טאקע אזוי איין, ושלא כהבעלזער וואס האט זיך נישט איינגערעדט אין זיך). עס איז טאקע באוואוסט דער מעשה מיטן לב שמחה, וואס האט אים דערציילט די משל מיטן איד וואס האט זיך אויפגעוועקט אין גלח'ישע קליידער והחליט אז אלע גלחים קענען נישט ליינען זייערע כתבי קודש וכו', והדברים עתיקין.

ווען ער האט געטשעפעט אנדערע רבי'ס, גרעסער פון אים אין חסידים, ערליכקייט, עלטער, און אין אנזען, איז עס געווען א געמיש פון מעשי ילדות לאמר "איך בין אויך אין די ליעג פון די גרויסע", א דראנג צו טשעפענען ומתכבד בקלון חבירו ווערנדיג "גרויס", און אמת'ע איינגערעדטקייט אז אלע אנדערע רבי'ס זענען גארנישט בעסער פון אים. די צדיקים לבית סקולען, פאפא, צאנז, בוהוש, באבוב, טאלנא, וויזשניץ, סאטמאר, זענען די וואס קומען מיר די רגע ארויף אין קאפ, אבער די רשימה איז פיל פיל לענגער.

מאותה ילדותיות, האט ער זיך פארטשעפעט ביים שטייענדיגע תורה דרשה תשמ"ב. אז מ'קלערט אריין, האט ער געטון גאר א קליינע עוולה ביחס צו סאטמאר. לאמיר כרגע נישט רעדן פון די רשעות און טעראר לבית סאטמאר, און "קשוט עצמך תחילה" ווען זיי האבן אישו'ס מיט בעלזא דיבורים, אבער אפילו פון א דרויסנדיגער פרעספעקטיוו האט בעלזער רב געטון א קנאפע עוולה - אויב ער וואלט שוין געווען אן אנערקענטער אויטאריטעט. ער האט להדיא נישט חוזק געמאכט פון חת"ס, און יעדער ווייסט אפילו אז אין בעלזא האט מען געהאט א משונה'דיגער הערצה צום חת"ס ובניו ותלמידיו (טיילווייז צוליב וואס זיי האבן געטיילט דעם זעלבן התבדלות שיטה, און טיילווייז צוליב אסאך תלמידי ונכדי חת"ס האבן אנגעהויבן פארן קיין בעלזא). בסך הכל האט ער ארויסגעברענגט א פונקט אז מיר זענען נאך אזוי פרום ווי "זיי", און זיי זאלן מיר נישט איינטיילן וואס הייסט פרום. נאר די פאקט אז א ראצער פון א רבי שטעלט זיך אויף רעדן אזוי, און די פאקט אז זיין שפראך איז נישט געווען איינגעהאלטן לפי ערך, און די פאקט אז ער האט זיך נאכנישט פארדינט קיין נאמען אויפן אויבנאן פון יהדות אדאנק ספעציעלע עבודה אדער לפחות אלטער איד, האט עס געגעבן אן הרגשה פון א יונגע שמויגער וואס רעכנט זיך מיט קיינעם נישט און טוט וואס ער וויל.

דאס זעלביגע מיט זיינע לופטיגע ווערטער אויפן ויואל משה. ס'איז להדיא יא געווען היבש התרסה'דיג געשטימט, און קיין רעכט צו רעדן אזוי געמיין האט ער נישט גהאט, אבער "ילדות היתה בו" און ער האט געזאגט וואס האט אים געשמעקט. ווען רבי מאטעלע וויזשניצער וואלט אזוי גערעדט, וואלט מען אים פארשטאנען. ער איז אלץ געווען א קנאי, שארף צונגל, בעל מוחה מחאות נמרצות, אן ערנסטער מתמיד, און שטארקער פרומער חניאק. ווען רבי משה'לע וואלט אזוי גערעדט, וואלט מען עס אויך אוועקגעקוקט צוליב זיין באקאנטע ברייטע שפראך, און זיינע מעלות וואס האבן אים אוועקגעשטעלט אין א שיינעם ארט. ווידער דער בעלזער איז געווען יונג, רוי, אומערפארן אין די רבי'סטעווע פעלד, ער האט זיך געהאלטן קלוגער פון יעדן (און מיט רעכט), ער האט נישט געקענט ווייזן פאר די וועלט עפעס ספעציעל וואס זאל מוחל זיין זיין שפראך, און דערפאר הבערה ללהב יוצאת.

אסאך חסרונות באותן הימים זענען דאס צו פארדאנקן, וואס האבן לאו דוקא מיט זיין פאליטישע אנזען ווי מיט זיין פערזענליכע אנזען, און כ'האב נישט די נערוון מאריך צו זיין.

מצד שני, האט דאס אים געהאלפן אויפבויען זיין חסידות כמעט יש מאין, ווי קיינער בעפאר און נאכדעם (חוץ פונעם צווייטן "לענין", דער ליובאוויטשער, וואס האט צוגרונד געלייגט ליובאוויטש המקורי באותה זמן וואס ער האט געבויט א וועלט). ער איז געווען איבערגעגעבן פאר זיינע חסידים אויף א משונה'דיגע פארנעם, זיך נאכפרעגנדיג אויף יעדן יחיד ויחיד פונקטליך, ברוחניות ובגשמיות, זייענדיג א ריכטיגע פאטער און רבי לעדתו. ער האט אוועקגעשטעלט אן אימפעריע ממסד ועד הטפחות, חדרים, מיידל שולעס, ישיבות, בתי מדרשים, כוללים, בית דין, כשרות, דיינים ומוצי"ם, ספרים, גליונות, ניגונים, ארגאניזאציעס, א.א.וו. און אלעס אליינס מיט זיינע אייגענע צוויי הענט.

אין בעלזא איז נישטא קיין פערטל אזויפיל געלט ווי סאטמאר, פראצענטועל, און פארט האט ער געשטופט און געהאלפן אויפבויען א חידוש פון א חסידות, וואס איז היינט די דריטע גרעסטע חצר אין וועלט. ער האט אנגעהויבן יונג און אן קיין באזע פון חסידים, אבער האט היינט באשוואוירענע חסידים פון יונג און אלט. ער איז פון די לעצטע רבי'ס וואס זיינע גבאים, אידן מיט ווייסע בערד וואס האבן זיך זעלבסט מקריב געווען פאר בעלזא, ציטערן נאך פונעם רבי'ן, און נישט פארקערט. זיין כח און זיין אויפבוי איז בלתי מוגבל און אומגלויבליך בכל קני מידה.


בעלזער רב'ס אויפטוען.
אויסער די געווענליכע זאכן וואס א רבי טוט מיט זיין חסידות, פון מוסדות און מו"צ'לעך, האט בעלזער רב אויף זיין רעזומעי א לאנגע ליסטע פון אויפטוען, גאר אסאך פון זיי זענען ריכטיג למען הכלל און נאכמער זאכן האט דער כלל נאכגעטון בעלזא. זיין רעזומעי איז אזוי מחודש'דיג און רעוואלוציאנעריש לתקופתו, אז ווען חוקרים וועלן אמאל אדורכאקערן חרדישע קולטור, וועט בעלזער רב זיין א פינת יסוד אין יעדן דיסקוסיע.

חסידים בכלל און בעלזא בפרט האבן נישט געמאכט קיין טעיפס פון נגינה. נגינה האט באלאנגט פאר די ראבייס סאנס, פרחי, און סתם לא לנו'ס, ביז בעלזער רב האט ארויסגעשיקט א גווארדיע פון חברה ארויסצוקומען מיט פראפעסיאנאלע טעיפס פון נגינה. דאס קען גלייכצייטיג קומען פון זעלבסט זיין א קינד וואס האט ליב מוזיק, פון נישט אויפוואקסן ביי א טאטע וואס זאל פרעדיגן בעלזע התנגדות דערצו, פון ווערן אן איידעם אין וויזניץ וואו נגינה האט פארנומען אן אויבנאן, אדער אפילו פון אמת'דיגער פאראויסזען אז דאס דארף דער היינטיגער דור. פאקט בלייבט פאקט, ירמי' דמן מיט לעגאנדערע היימישע טעיפס און ניגונים, זענען סיי אריין אין די וועלט און סיי געטוישט דעם געדאנקנסגאנג איבער מוזיק אויף שטענדיג.

דער מערסט אויפגעכאפטער גליון אינעם וועלט איז עלים לתרופה. יא יא, דער בעלזער גליון. דער מערסט אויפגעכאפטער פארטייאישער אויסגאבע, איז אור הצפון. יא יא, דער בעלזער אויסגאבע.

דער פאן טרעגער און פארגייער פון ארויסקומען מיט א ספעציעלן ספר בעפאר יעדן יום טוב, וואס אנטהאלט די גמרא, הלכות, דינים, מנהגים, מדרשים, חסידישע תורות, אויף יענע יום טוב, איז ווידער געווען דער בעלזער רב.

אזוי אויך האט ער וויזיאנירט מיליאן אנדערע פרטים, ווען די וועלט איז נאך געשלאפן - אין אין געוויסע פלעצער שלאפט מען נאכאלץ. ער האט ערפונדן אזא געדאנק ווי אריינברענגען פסיכאלאגישע מיטלען צו העלפן קינדער און בחורים אין די מוסדות, ער האט אפילו געשיקט אייגענע היימישע יונגעלייט זיך צו לערנען און ווערן פראפעסיאנאלע טעראפיסטן, ער האט אריינגעברענגט די מושג פון האבן יונגעלייט צו לערנען מיט בחורים וואס דארפן (בעיקר רוחניותדיגע) הילף, ער האט געגרינדעט ארגאניזאציעס צו העלפן יונגעלייט טרעפן פרנסה, זיך לערנען א פאך, א.א.וו.

פאר די וועלט האט ער זיך אויך געזארגט, שפירנדיג א נאנטקייט מיט רחמנות'ן - וואס ער וואלט געקענט זיין איינע פון זיי: ער האט אויפגעשטעלט צוהר וואס מאכט און געבט זיך אפ מיט בעלי תשובה. זיי ווערן געהעריגע היימישע יונגעלייט, אדער קענען זיי בוחר זיין צו ווערן ליטאים און זיך גיין ווייטער. מצד עצמו געבט ער א שאנס צו ווערן געהעריגע בעלזע, וואס מ'גייט זיך אפגעבן מיט זיי געהעריג. ער האט געגרינדעט הידברות וואס הונדערטער טויזנטער אידן אין ארץ ישראל זענען צוגעבינדן דערצו, און חוץ פון די אומצאליגע בעלי תשובה, האט עס צוגעברענגט הונדערטער טויזנטער מענטשן צו קריגן א פאזיטיווע בליק אויף אידישקייט און חרדים. ושם שמים מתקדש על ידם.

ער איז דער קאפשטיק פון צוטיילן א ישיבה אין עטליכע באזונדערע ישיבות אז מ'זאל בעסער קענען קעירנעמען פון די בחורים, א זאך וואס אנדערע האבן נאכגעמאכט נאך אים.

ער האט איינגעפירט א מושג פון כוללים וואו יונגעלייט זענען זיך עכט משלים במקצועות ההלכה, און ווערן עמטליך דיינים און מורי הוראה. זיינע חברה זענען אנגעקומען איבעראל ממש, אזש האלב פון ר' יחזקאל ראטה'ס כולל הרבנים איז באשטאנען פון בעלזע. ביי זיך איז דאך אפגערעדט אז ס'איז אזוי, ווען מ'קען טרעפן א גרעסערע פראצענט בעלזע ווי סיי וועלכע אנדערע הויף, וואס האבן זיך משלים געווען בהלכה און זענען ערנסטע מורי הוראה. כ'רעד שוין נישט פון זייערע מפורסמים, וואס אויב וויזשניץ האט איין ר' שרגא האגער, און סקווירא האט איין ר' מיכל שטיינמעץ, האט בעלזא א ר' בצלאל טובי' וועטנשטיין, ר' אשר אנשיל עקשטיין, ר' שמאי קהת גראס, און ר' שלמה גראס [ז"ל]. נעמען וואס האבן פארנומען אן אויבנאן סיי וואו אימער.

בכלל, האט ער אוועקגעשטעלט א חסידות וואס די "עווערידזש" יונגערמאן שטייט פיל העכער, פון יעדן פרעספעקטיוו, ווי פון סיי וועלכע אנדערע חצר. רוב יונגעלייט (העכער די דרייסיג. די יונגערע זענען היבש שוואכער) זענען פרום, חסידיש, קענען שיין לערנען, ווייסן פון חסידישע ספרים, האבן א קאפ אויפן פלייצע, אומפארביסן, ארבעטן אבער זענען נישט פארגרעבט. די מיזוג פון האבן אפענע קעפ און פארט זיין ערליך און פרום, איז א קונץ וואס קיינער האט נישט באוויזן צו מאכן אזוי גוט ווי דער בעלזער.

לאמיר אויך נישט פארגעסן. רוב בעלזע זענען א תוצאה פון זיינע דירעקטע מעשים, אנדערש ווי סאטמאר וואס אונגארישע אידן האבן זיך אנגעקלעבט אין אים נאך וואס רוב גדולי צדיקי אונגארן זענען אונטערגעגאנגען ביים קריג (קאסאן, דעעש, מונקאטש, קאלוב, ספינקא, סיגוט, און וויזניץ איז אנגעקומען אין ארץ ישראל), און דער ויואל משה איז געווען א רבי בן רבי, צדיק בן צדיק, וואס האט אלעס געקריגן נאטורליך, איז אבער בעלזער רב א חידוש אין יעדן הינזיכט. איבערגענומען האט ער רעשטלעך, געווען איז ער יונגערמאנטשיק, ווען ער האט איבערגענומען האבן שוין עמך אידן געהאט א הויף וואו מ'האט באלאנגט, די ערשטע יארן איז ער געווען מופרך אין גאס, און פארט האט ער זיך געבויט אויף אן אומנארמאלן פארנעם.


בעלזער רב היינט צוטאגס.
דער ווארט לויטעט, מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן. דער רב האט זיך פארעלטערט און געווארן אן אנגעזעענער זעכציג-זיבעציג יעריגער איד, מיט א מיליטער פון יראים ושלמים נחמדים למעלה ולמטה. צייט טוט זיך זיינס, און ער האט געזען וואספארא נאמען ער האט זיך איבערגעלאזט אויפן וועלט אינדרויסן פון עולם בעלזא. ממש ווי א מענטש אונטער פרעשור, האט ער זיך גענומען ארבעטן אויף אלע פראנטן צו ווערן גוט מיט אלעמען. ער האט נישט נאר באוויזן שלום צו מאכן מיט כמעט יעדן, נאר ער איז געווארן אן אוהב שלום וואס איז אזא סארט בורר אין איזרעאלישע פאליטיק בין חצרות שונות, און אין ארץ ישראל האט ער גאר א שיינעם אנגעזעענעם נאמען.

די פאקט, אז טראץ אלע נבואות זעם פון די סאטמארע נביאים, האט זיך זיין חסידות צובליט אזוי ערליך און געשמאק, האט אויסגעשטעלט די וועג פאר אים צו ווערן אזא סבא קדישא, אינאיינעם מיט די פריערדיגע רבי'ס לבית בעלזא.

עס איז א באקאנטער פאקט, וואס אסאך עלטערע בעלזע חסידים זאגן אויך שטילערהייט, אז דער בעלזער האט גענומען א נייע קו די לעצטיגע יארן. פון אן עסקן איז ער אריינגעקראכן אין זיין שעל, און ער הייבט אן אויפצובויען זיין אימעדזש אלס צדיק וקדוש. גראדע האלט איך אז ער מיינט עס ערנסט אויך, ער האט שוין גענוג געשוויצט און מבסס געווען זיין חסידות, והגיע הזמן זיך אפצוגעבן מיט זיך אליינס. ער איז בטבעו אלץ געווען א פרומער און געלונגענער, אן עובד און יודע ספר, נאר זיינע מידות טובות האבן פארטינקלט זיין גלאנץ. איצטער איז ער שוין ראוי לאותה איצטלא, אנצוגיין מיט זיין אריגינעלע עבודה אזויווי אלע אנדערע רבי'ס וואס מיינען נאך עפעס דעם באשעפער.

ער איז זייער ווייניג אריינגעטון אין די מוסדות די לעצטע פאר יאר, און עס זעט זיך גראדע גלייך אן אויף די פירות, וואס זענען להדיא שוואכער ווי אמאל. ער האט ווייניג שייכות פערזענליכערהייט מיט יעדן יחיד ווי אמאל, און ער לאזט די זאך לויפן אביסל נאטורליך. זיין פערזענליכקייט איז געווארן מילדער מצד אחד און שארפער מצד שני. פראווען פאמפע שטיק איז נישט אזוי לרוחו (ווער ס'האט מיטגעהאלטן ביי די מראות קודש זיין פסק אויף שמעון וואלף...), ער פליקט גאנץ קנאפ. אבער ער ווערט הייליגער אין זיינע שטיק, ער רעדט בחינות גבוהות, ער ווערט עקסטרעמער איבער טעכנאלאגיע (שטייעדיגע תורה האי שעתא האט אויסגעזען ווי א געהיידזשעקטע סצענע מבית הקנאים), און ער דרייט זיך שטענדיג ארום מיט א "העכערע" אויסדרוק אויפן געזיכט.

מיינט ער עס ערנסט? פרעג אים. מיך גייט עס נישט אן, אבער ס'זעט זיך להדיא יא ארויס א נייע מהלך וואס וועט אים באגלייטן ביזן פטירה, און וועט אים עווענטועל אריינלייגן אין איין רשימה מיט די פריערדיגע לייבן לבית בעלזא.


פרעגט איר מיך? עס קומט אים ביושר.
[list][*]ער איז אויסגעשטאנען די מערסטע טשעלענדזשעס וואס א רבי קען אויסשטיין, ועמד בכולם.[/*:m]
[*]ער איז אדורכגעגאנגען די מערסטע רדיפות וואס א רבי קען אויסשטיין, ועמד בכולם.[/*:m]
[*]ער האט אנגעהויבן מיט גארנישט און געענדיגט מיט א ריזן אימפעריע, בזכות עצמו.[/*:m]
[*]ער האט איינגעפירט דראסטישע שינויים צוגעפאסט פאר אונזער דור, וואס אלע מאכן אים נאך.[/*:m]
[*]זיין איינפלוס, במישרין ובעקיפין, איז אומגעהויער, און זיין חותמת לדורות - נאך גרעסער.[/*:m]
[*]ער האט אנגעהויבן אלס קינד, פון אלע הינזיכטן, און געענדיגט אלס זקן אין אלע הינזיכטן.[/*:m][/list:u]


י"ש שכ"ר - לפעולתך.

תורה ומדע » מאנטאג מאי 15, 2017 4:16 pm

· #371100
WOW

סמבטיון » מאנטאג מאי 15, 2017 4:26 pm

· #371104
סך הכל דיין צווייטע תגובה דא אין שטיבעל , און דו שרייבסט כרגיל וזקן, לעניננו, מען זעט אז די ווייסט אסאך , אבער איך זעה מיין רב מיט גאנץ אנדערע ברילן , קען זיין ווייל איך בין א חסיד און די נישט, ועוד חזון למועד וועל איך מיר מסביר זיין באריכות, בכל אופן האסטו אראפ געלייגט א שיין שטיקעל ביאגרפיה אויפן בעלזער רב,

ארי נוהם » מאנטאג מאי 15, 2017 4:41 pm

· #371106
סמבטיון
סך הכל דיין צווייטע תגובה דא אין שטיבעל , און דו שרייבסט כרגיל וזקן

ממש אזוי!

איך שטוין פון דיין זאפטיגע שפראך, אין ידיעה איבער בעלזע היסטאריע 👍 .

איינער קען אבער אפשר מפענח זיין די רמזים שטיקלעך? וואס איז געווען דער פרשה פון הני כלבין דחציפין? ווען האט ער געהאט צוטון מיט זיין מאמע? ווער האט געוואלט פירן א בני יואל סטיל בעלזע חסידות? איך האב אמאל געהערט אז ער האט משלח געווען ר' שלום בראנדער און נאך אפאר חשוב'ע חסידים, האט עס געהאט צוטון מיט דעם? אויך וויל איך וויסן וואס האט פאסירט ביי די מראות קודש אין בעלזא? און די אנדערע רמזים איז אויך נישט גענצליך פארשטענדליך.

איך אויך, סמבטיון, איש חזון, תורה ומדע, אורים ותומים, וחלופיהון, ביטע דערציילט די שטיקער היסטאריע.


כ'מיין אויך אז מוואלט שוין געמעגט עפענען אן אשכול צו קלארמאכן איינמאל פאר אלעמאל וואס האט פאסירט מיטן בילגורייא רב, וואס איז געשטארבן נאך בעלזע רדיפות.

תורה ומדע » מאנטאג מאי 15, 2017 4:45 pm

· #371107
איך מוז מודה זיין אז איך געדענק נישט דאס לעצטע מאהל אז איך זאלליינען אן ארטיקל און עס זאל מיר אראפווארפען פון מיין טשעיר. לא יאומן. דער פראבלעם איז אבער מיטן פיוטשער..

איש חזון » מאנטאג מאי 15, 2017 4:46 pm

· #371108
ארי נוהם
וואס איז געווען דער פרשה פון הני כלבין דחציפין?

כ'האב נאכנישט דורכגעליינט דעם אשכול, אבער די תשובה אויף דעם איז, דאס פארשיקן משה טוביה גרינצווייג, ווען ביי סעודה שלישית האט דער בעלזער רב מרמז געווען אז ער איז בכלל דעם. כך שמעתי.

סמבטיון » מאנטאג מאי 15, 2017 4:55 pm

· #371109
ארי נוהם איך האלט אינמיט ארבעט סא איך דארף שרייבן בקיצור,

משה טוביה איז געווען פון די גאר געטרייע מענטשן פארן רב אין די בראשית יארן, אבער וואס ער האט נישט געכאפט איז אז בעלזער רב קען מען נישט פארשרייבן און דיקטירן וואס צו טוהן און וויאזוי זיך אויפצופירן, למשל ער האט געוואלט אז בעלזער רב זאל זיצן אויפן שפיץ בענקעל אזוי ווי די רב ז"ל, און אזוי האט ער כסדר איינגעטיילט די רב וואס צו טוהן, נישט מחמת שלעכטיקייט, נאר ער האט פארשטאנען אז ער דארף אריינטרעינען דעם רב אין די ראביסטיווע, סעאיז דא שלל מיט מעשיות וואס איך קען דערציילן וואס איז אלטס אריבער געלאפן צווישן משה טוביה און די רב שליט"א, איין מאל ביי של"ס האט עס געפלאצט און די רב האט געוויזן מיטן פינגער אויף משה טויביה ביי הני כלבין דחציפי, זינט דעמאלטס איז ער אריבער צום מחניווקע זייט.

כדי צו דערציילן וואס איז פארגעגאנגן מיטן בילגערייע רב, דארף מען זיך אריינציען קיין צימעס ווייל עס וועט בהכרח מיזן ארויסגערעד ווערן נעמען

תורה ומדע » מאנטאג מאי 15, 2017 5:01 pm

· #371110
הערה, דו שרייבסט נישט גענוג וועגן זיין פערזענליכע גדלות סיי בתורה וואס ווי מען טאפט עם אהן איז ער אינדערהיים, און וועגען זיין הערליכע סטייל אין זאגען תורה אין די גוטע יאהרען. איך בין אמאהל געווען ביים טיש שמח"ת אין די שנות הנ'ס, עס ליגט מיר נאך אין זיכרון די תורה וואס איז געווען גג על גג בדרך החסידות מיט א ברען און א פייער. דער עולם האט שווער געארבעט צו האלטען קאפ. אויך זיין כח אין תפילה איז מלא טעם מיט א שטארקע דביקות אין מיטן בעלזער קרעכטס כאטש ער איז קוים געווען ניין יאהר רלט ביי זיין פעטערס פטירה.

סמבטיון » מאנטאג מאי 15, 2017 5:05 pm

· #371111
ער פלעגט צו זאגן פשעטלעך חנוכה יארן צוריק און אלע ליטוואקעס פון ירשולים פלעגן זיך צאם לויפן ביז ער האט אויפגעהערט דערמיט.

איש חזון » מאנטאג מאי 15, 2017 5:18 pm

· #371115
ארי נוהם
אויך וויל איך וויסן וואס האט פאסירט ביי די מראות קודש אין בעלזא?

איך בין נישט זיכער וואס דער ר"ר יהונתן מיינט, אבער אויב מיינט ער דעם זיך בייזערן אויף די גבאים און זיי לאזן אויספיגערן וואס ער וויל, כמדומני אז עס איז פשוט פאר יעדעם אז די גבאים ווערן נישט נפגע קיין כהוא זה, דאס איז א רעבישע וועג פון קאמיונקעיטן מיט די גבאים (ומסתבר שהוא לא הראשון בזה)...

איש חזון » מאנטאג מאי 15, 2017 5:27 pm

· #371116
איך בין מפסיק אינמיטן ליינען דעם ארטיקל.
(יא יא, בטבעו האט ער ליב צו זיין א חניאק)

וויי געוואלד, דאס דארף אויסגעשמועסט ווערן... (און דאס איז פארשטייט זיך במסורת אבות, און בכלל, אפצומאלן דער בעלזער רב ווי ער האט נישט קיין אהנונג פון מסורת, איז נישט ריכטיג, ער האט גאר נאנטע זקני חסידים, ועל כולם די כתבים פון זיין גרויסע פאטער, דעם חריף וממולח).

איש חזון » מאנטאג מאי 15, 2017 5:33 pm

· #371117
ער איז פון די לעצטע רבי'ס וואס זיינע גבאים, אידן מיט ווייסע בערד וואס האבן זיך זעלבסט מקריב געווען פאר בעלזא, ציטערן נאך פונעם רבי'ן, און נישט פארקערט.

או"ת, אויב ביסטו טאקע אזא מבקש אמת, זיי מוחל און פרעג אט די גבאים אויב זיי צוטערן פון באפאלן ווערן, אדער פשוט ווייל זיי ווייסן (בעסער פון רוב חסידים) מיט וואס פאר א יוד זיי האנדלען דא.

תורה ומדע » מאנטאג מאי 15, 2017 5:36 pm

· #371118
איש חזון
ער איז פון די לעצטע רבי'ס וואס זיינע גבאים, אידן מיט ווייסע בערד וואס האבן זיך זעלבסט מקריב געווען פאר בעלזא, ציטערן נאך פונעם רבי'ן, און נישט פארקערט.

או"ת, אויב ביסטו טאקע אזא מבקש אמת, זיי מוחל און פרעג אט די גבאים אויב זיי צוטערן פון באפאלן ווערן, אדער פשוט ווייל זיי ווייסן (בעסער פון רוב חסידים) מיט וואס פאר א יוד זיי האנדלען דא.

דהיינו?

מיש-נייעס » מאנטאג מאי 15, 2017 5:39 pm

· #371119
סמבטיון
סך הכל דיין צווייטע תגובה דא אין שטיבעל , און דו שרייבסט כרגיל וזקן, לעניננו, מען זעט אז די ווייסט אסאך , אבער איך זעה מיין רב מיט גאנץ אנדערע ברילן , קען זיין ווייל איך בין א חסיד און די נישט, ועוד חזון למועד וועל איך מיר מסביר זיין באריכות, בכל אופן האסטו אראפ געלייגט א שיין שטיקעל ביאגרפיה אויפן בעלזער רב,


סמבטיון, די ביסט א שוואכער חסיד, איך וואלט נישט געליינט אזא ארטיקל אויף מיין רבי'ן...

און אורים ותומים הערליך שיין זאפטיג, סך הכל דיין צווייטע תגובה דא אין שטיבעל מיט'ן נייעם ניק... און דו שרייבסט כרגיל וזקן

כה לחי!

איש חזון » מאנטאג מאי 15, 2017 5:46 pm

· #371123
תורה ומדע
איש חזון
ער איז פון די לעצטע רבי'ס וואס זיינע גבאים, אידן מיט ווייסע בערד וואס האבן זיך זעלבסט מקריב געווען פאר בעלזא, ציטערן נאך פונעם רבי'ן, און נישט פארקערט.

או"ת, אויב ביסטו טאקע אזא מבקש אמת, זיי מוחל און פרעג אט די גבאים אויב זיי צוטערן פון באפאלן ווערן, אדער פשוט ווייל זיי ווייסן (בעסער פון רוב חסידים) מיט וואס פאר א יוד זיי האנדלען דא.

דהיינו?

האסט אמאל געהערט ר' מיכל פירר רעדן "פונעם רב זאל מאריך ימים זיין"? בכלל, די הערצה פון בעלזער חסידים צום 'פערזענליכע' דמות פונעם "רב", זיין הייליגקייט און הויעכקייט, איז עפעס נישט צום באשרייבן.

תורה ומדע » מאנטאג מאי 15, 2017 5:49 pm

· #371124
אדרבה, גיט אפאהר דוגמאות.

סמבטיון » מאנטאג מאי 15, 2017 5:54 pm

· #371125
מיש נייעס, איך האב פאר דיר נייעס. איך קען פאטראגן אסאך, (חוץ די סיקריקים) מיין דעה איבער מיין רבי ווערט נישט געטוישט נאכן ליינען א שיין שטיקעל ביאגרפיה, עס פעלט גאר גאר אסאך אין זיין ארטיקעל איבער די מהות פון בעלזער רב, אבער עס נעמט נישט אוועק די פאקט אז ער איז א נייע שרייבער און צולייגט זיין אפניען זייער שיין.

יעקב מענטש » מאנטאג מאי 15, 2017 6:16 pm

· #371127
באמת שיין געשריבן! hence די לייק

אבער לעינינו, א טייל פון דיין ליסטע 'אויפטוען' ברענגט ביי מיר דאס פארקערטע פון שעצונג, לדוגמא: ארויסגעשיקט פראפעסיאנאלע חברה צו פראדוצירן טעיפס, כ'מיין... איז דאס די גדלות פון א רבי? ער איז פארנומען וויאזוי צו מרבה זיין בכבודו?, איך און דו ווייסן אז יעדע רבי ציילט וויפיל שטאק די פארענטשעס פארמאגן, אבער קיינער גיבט נישט ארויס קיין 'אפיציעלע' מעלדונג פאר די גבאים איך וויל אז ס'זאל דייקא זיין 10 שטאק, ריכטיג? דער רבי -אויב וויל ער באמת שפילן רבי- דארף דאך צו זיין אויסגעטאן פון די ענינים, ניין?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 15, 2017 6:39 pm

· #371133
זייער שין באנומען די אלע מעשה'ס.

אבער א רקע האט מען דא אויסגעלאזט. א מענטש וואס האט אסאך מעלות און מענטשען קלעבען זיך צו די מעלות, זענען זיין מעלות זיין הנהגה. ווען אבער איינער נעמט איבער א הנהגת הכלל און נאר צוליעב זיין פארגייער'ס, איז עס נישט אויסגעהאלטען אינגאנצען משנה צו זיין. איך פארשטיי אז 'נישט משנה זיין' איז א קליינע ווירדע, אבער ער מוז נאכאלס זיצען אין שטול פון זיין פארגייערס, אנדערש וואס איז ער בעלעזר רבי מער ווי א צווייטען? און דאס אז מ'האט איהם ווייטער אנגעהאלטען איז א שוואכע תירוץ. א ברירה האבען זיי געהאט?

דער געוואלדיגע ידיעות אין תורה איז ווייט ווייט פון באשטעטיגט. קיינער קען נאך נישט ברענגען עפעס געדרוקט צו דערויסענדיגע תלמיד חכמים וואס קענען עס באשטעטיגען.

זיין קענטעניס אין אנדערע זאכען איז זייער א היימישע זאך. למשל ביי נגינה, בעלזער טעיפס זענען גארנישט עקסטער אין זייער נגינה קונצען. זייער ניגונים ווערען פארשפרייט פאר א פאר מאנאטען און ווערען פארגעסען גאנץ שנעל ווייל זיי זענען נישט קיין גרויסע חידושים. דאס איז ווייט פון מאדזיץ, חב"ד אדער קארליבאך וכדו'. יא געמאכט טעיפס, אבער נישט עפעס עקסטער. אזוי אויך מיט זיין וועלטס בארימטע תלמידי חכמים. דער שבט הקהתי איז נישט דער מזרח וואנט פון ספרי הלכה אין דער דור. יא יא א פיינע מו"צ, אבער גארנישט אויסנאמליך. הרב אשר אנשיל עקשטיין איז א רב המכשיר, זיין פסקים זענען בכלל נישט עולה על שלחן מלכים (עי' ערך עגונת מגדל התאומים). וכ"ה לענין אלע זיין אויפטוען. זיי זענען מאקסימום גאנץ פיין. לדעתי איז עס צוליעב דעם אז ער האט א גרויסע כח און מרץ, אבער נישט קיין גרויסע שכל און השגה. דאס איז מסתמא צוליעב דאס אויפוואקסען אן א טאטע מאמע און אן קיין שום מורה דרך, ער איז דאך קיינעמ'ס א תלמיד.

איך האב נישט באמערקט אז דו זאלסט ברענגען זיין דעפרעסיע, וואס איז ברייט באקאנט. ס'זעט אויס אז פונקט היינט איז ער אויף א הויכע מצב, און די לעצטע פאר יאר פון דעפרעסיע זענען צייטווייליג פארגעסען געווארען

שבת אחים » מאנטאג מאי 15, 2017 7:12 pm

· #371135
וויזניץ האט איין שרגא האגער ???

אין לערנען האבן זיי נאך אזויפיל ווי די בעלזער, כ׳גיי מיך מיט דיר דינגען אויף דעם!
וואס איז מיט די ליסטע??

דעס איז נאר פון מאסי וויזניץ-כבין נאכנישט אפילו אריינגעגאנגען קיין בני ברק וויזניץ
הרב ר׳ אברהם ניסן ניימאן
אברהם ברוך ראזנבערג
ר׳ ישראלי ראזנבערג פון וויליאמסבורג
ר׳ זושע רוב
ר׳ משה חיים שנעבאלג
ר׳ אייזיק שנעבאלג
ר׳ חיים פייביל שנעבאלג
ר׳ ישראל שנעבאלג אבד באלחוב
ר׳ משה שנעבאלג אבד טשערנאוויץ
ר׳ יוסף יצחק ראזענפעלד
ר׳ פנחס סענדעראוויטש
ר׳ ישראל סענדעראוויטש
ר׳ שלמה אליעזר ברוינשטיין
ר׳ אברהם יצחק ברוינשטיין
ר׳ יחיאל שטיינמעץ (פון מאנסי)
ר׳ ירמי גאלדהירש פון גיביערס
ר׳ זלמן ניינוואוינער
ר׳ יוסף באב״ד
ר׳ בנימין זאב פליישער פון בארא פארק
ר׳ ישראל הערמאן
ר׳ שמואל ניימאן

ווילסט נאך??? כגעב דיר נאך הונדרעט וויזניצער דיינים פון מאנסי וויזניץ אליינס וואס קענען פונקט אזוי סאך לערנען ווי ר׳ טובי וועטטנשטיין וואס איז אגב געוועהן מיין מגיד שיעור אין וויזניץ אלץ בחור, (פאר ער איז געווארן דיין אין בעלזא איז ער געוועהן א מגיד שיעור אין וויזניץ) איך קען אים גאר גיט, כהאב קשר מיט אים ביזן היינטיגע טאג, ר׳ טובי איז א תכשיט פון אינגערמאן, און למען האמת האט וויזניץ הונדרעטער אזעליכע אינגעלייט ווי אים בלי גוזמא...

איך האב נאך אסאך צוצולייגן, ר׳ משה טובי גרינצווייג איז מיר געוועהן א נאנטע משפחה, איך בין געוועהן ביי זיין בעט ווען ער איז נפטר געווארן (יציאת נשמה), ער פלעגט אלץ קינד איינשטיין ביי אונז אינדערהיים ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע, ער האט אסאך פארציילט פאר אונז, ווי אויך דעם באזוך פון סאטמארער רב ביי ר׳ אהרן בעלזער ווי ער מיט שלום פויגל זענען געוועהן אין צימער בשעת מעשה, איין טאג וועל איך שרייבן וועגן דעם.

איך אויך » מאנטאג מאי 15, 2017 7:50 pm

· #371138
אז מען האט מיך מכבד געווען מעג איך נעמען דאס ווארט. אזוי ווי מען האט שוין געשריבן איז די הני כלבין דחציפין מיינט ר' משה טוביה אבער די טייטלן מיטן פינגער איז סתם שקר נאר שמעון וואלף איז צוגעגאנגען צו עם און געזאגט אז מען מיינט עם.

נישט אלע איז געמאכט צו שרייבן ברבים אבער היינטיגע צייטן קומט סייווי אלעס ארויס קען מען שרייבן בזהירות וה' הטוב יכפר. רמ''ט איז ווי באקאנט געווען א אמתע געטרייע בעלזער סאלדאט און האט זאגאר געווארפן אנדערע, אבער ווי שוין געשריבן האט ער זיך געהאלטן פאר א אפוטרופוס אויפן יתום און פראבירט איינצוטיילן דיעות.

דאס וואלט נאך בעלזער רב אוועגעקוקט, אבער איך גיי דא מגלה זיין די אמת סיבה פארען הני כלכי דחציפין וואס גאר ווייניג ווייסן. ער האט געארבייט עס זאל זיין א פירוד לבבות צווישן בעלזער רב מיט זיין רביצין און איר שרקליך גערודפט על לא עול בכפה. געמיינט האט ער די טובה פנעם בעלזער המשכת הדורות... אבער אין פאקט האט ער געארבייט מיט די שוויגער די באקאנטע קלאפטע לאה'טשע און געזאגט דאן פאר די רביצין אז זי קען זיך אהיים פארן קיין בני ברק. פארשטייט זיך אז אויף אזא זאך האט בעלזע רב נישט געקענט און געטארט פארשווייגן.

די בעסטע האט עס די רב שליט''א אליינס ארויסגעברענגט ''איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט אזויפיל גוטס און אזויפיל שלעכטס פון איין מענטש''.

נאך אסאך יארן האט עם בעלזער רב באגעגנט ביים ארויסקומען פון ניחום אבלים ביי משפחת לעמבערגער. ער האט געהייסן ברענגען א הזמנה און עם ווארעם געלאדענט צו ר אהרן מרדכי'ס חתונה , ווי ער האט זיך טאקע באטייליגט מיט א שטריימל.

נאך רמ''ט פטירה איז געבליבען אסאך חובות, פון די אלע מחנווקערס האבען זיי באקומען א הויקער. איך האט אליינס געהערט פון זיין איידעם אז ער איז דאן אריין צום רב און ער האט עם געגעבן די שענסטע נתינה וואס האט אלעס געדעקט [גראדע איז דאס איינע פון די זאכן וואס פעלט פונעם באשרייבונג דא, זיין געוואלדיגע כוח הצדקה משחר טל נעוריו ועד עצם היום הזה].

טמיר » מאנטאג מאי 15, 2017 7:52 pm

· #371139
Re: בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע
Wow wow wow! הערליכע באשרייבונג, א דאנק.
איך האב א שטיקל חשד אז אורים ותומים איז א נייע ניק פון ש"מ.
זיין געשמאקע מסודרדיגע מהלך פון שרייבן ענדעלט

איך אויך » מאנטאג מאי 15, 2017 8:08 pm

· #371143
איש חזון

וויי געוואלד, דאס דארף אויסגעשמועסט ווערן... (און דאס איז פארשטייט זיך במסורת אבות, און בכלל, אפצומאלן דער בעלזער רב ווי ער האט נישט קיין אהנונג פון מסורת, איז נישט ריכטיג, ער האט גאר נאנטע זקני חסידים, ועל כולם די כתבים פון זיין גרויסע פאטער, דעם חריף וממולח).

איך זעה אז דו ביסט אביסל אומוויסענד. רוב פון זיין טאטעס כתבים האט ער ערשט באקומען אפאר יאר צוריק ווען זיין מאמע האט זיך געצויגן פון איר דירה צום מענה שמחה אלטסהיים.

די בילגערייער רבעצין האט עס אלע יארן געהאלטן ביי זיך כאטשיק וואס זי איז ניטאמאל קיין יורש נאר ער. טראץ זיין גוואלדיגע השתוקות צו זיין אייגענע טאטעס כתבים, און יעדער קען אליינס פארשטין אז ווען ער באפעלט ווען האט ער די כתבים תוך כדי אפאר מינוט, אבער כיבוד אם איז פאר אלעס.

ווייניג ווייסן אז די עיקר סיבה פארוואס ער איז די לעצטע איבער צוואנציג יאר נישט ארויסגעפארן פון א''י פאר מער ווי אפאר שעה איז וועגן כיבוד אם. אפילו ביי די פריערדיגע קורצע נסיעה קיין בעלזא-ליזענסק האט ער עטליכע מאל געפרעגט איר משמש פנחס אויב ער איז זיכער אז ער קען אוועקפארן, אזוי אויך האט ער פונעם פליגער גערופן פנחס צו טשעקן אויב אלעס איז אקעי און טאמער נישט איז ער גרייט געווען זיך תיכף אויסצדרייען.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 15, 2017 8:22 pm

· #371150
Re: בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע
טמיר - אנאנים וועט אין זיין לעבען נישט שרייבען גוטס אויף בעלזא, פון דער שר שלום ביז היינט.

איינער וואס וויל ווייטער זיין א בעלזער און קען נישט דערליידען די זאכען פון דער היינטיגע רב, איז נאכאלס א בעלזער חסיד. זיין חינוך און נאטור בלייבען בעלז. נאר קיין בעלז מאכנאווקא קען ער גייען. א צווייטע ברירה האט ער? גור? פאנאוועז?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איך אויך » מאנטאג מאי 15, 2017 8:25 pm

· #371151
און אז מ'רעדט שוין קען איך מיך נישט איינהאלטן פון ציען א פאראלעל צו סאטמאר אדער אפילו באבאב מיטן אלטן רעבעצן. מען רעדט דאך פון א מאמע וואס אלס נקמה פאר די וואס האבען געהרגט איר מאן האט גערופן איר אייגענעם זוהן אין קארט אז ער דארף אויסוואקסן א לויער!

ביי יעדע שמחה האט זי געטוהן פארשידענע זאכן מתוך איר פארביטערקייט אבער בעלזער רב מיט זיין רבעצין די צדקת האבען איר שטוינענד מכבד געווען עד קצה היכולת. איר אלעס צוגעשטלט פונעם שענסטן און בעסטן און זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון גארנישט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 15, 2017 8:28 pm

· #371152
Re: בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע
דער אנדערע צד המטבע איז אז זי האט געהאלטען אז ער מעג נישט זיין קיין רבי, ער האט נישט די מדות דערצו, און זי אחז געווען גרייט מוסר נפש זיין דערפאר, אוועק צו געבען די כבוד פון זיין דער אם המלכות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קאצקע ציקער » מאנטאג מאי 15, 2017 8:28 pm

· #371153
טמיר
Wow wow wow! הערליכע באשרייבונג, א דאנק.
איך האב א שטיקל חשד אז אורים ותומים איז א נייע ניק פון ש"מ.
זיין געשמאקע מסודרדיגע מהלך פון שרייבן ענדעלט

קענסט דיך נישט איינהאלטן?.. האסט עס געבאסט! גלייך געטראכט אז ס'עים אבער איך מיין ער וויל זיך יעצט נישט איידענטיפייען מיט דעם שש ניק

תורה ומדע » מאנטאג מאי 15, 2017 8:44 pm

· #371157
ליטוואק. מדבריך איז ניכר אז דו האסט ניט קיין אהנונג פונעם ענין פון וואס דער אשכול באציעטזיך. אדער ביזטו גאר אן אנטיסעמיט. כדי צו היטען אויף דיין רעפיוטעשאן בין י דיר מייעץ שטיל צו בלייבן.

גר ותושב » מאנטאג מאי 15, 2017 8:56 pm

· #371159
Re: בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע
קאצקע ציקער
טמיר
Wow wow wow! הערליכע באשרייבונג, א דאנק.
איך האב א שטיקל חשד אז אורים ותומים איז א נייע ניק פון ש"מ.
זיין געשמאקע מסודרדיגע מהלך פון שרייבן ענדעלט

קענסט דיך נישט איינהאלטן?.. האסט עס געבאסט! גלייך געטראכט אז ס'עים אבער איך מיין ער וויל זיך יעצט נישט איידענטיפייען מיט דעם שש ניק

ער קוקט מיר אנדערש אויס צו זיין די זעלבע שרייבער ווי דער ארטיקל.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/370929">viewtopic.php?p=370929#p370929</a><!-- l -->

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 15, 2017 9:09 pm

· #371161
Re: בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע
איך האב געשריבען צוויי תגובות, וועלכע מיינסטו? פון זיין מאמע ווייס איך נישט קיין סאך, נאר אזוי האב איך געהערט ׳זיין אייגענע מאמע האלט נישט פון זיין רעביסטיווע, מה נעני אנן אבתריה׳.

און וואס איז מיין רעפיוטעישען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

סמבטיון » מאנטאג מאי 15, 2017 9:14 pm

· #371162
יישר כח @גר, פארן אראפברענגן מיינע ווערטער, אדרבה, זאלן עס נאך אפאר אירע ליינען, אבער איך קען פאר קיין פאל נישט האבן געשריבן די ארטיקעל פון אורים ותומים, עס איז א קלארע באשרייבונג פון א אונדערויסענדיגע חסיד א שטייגער ווי אנאנים וואס קען זען מעלות און חסרונות צוזאמען אויף איין מענטש און עס גוט ארויסברענגען אויף קליין געלט, אבער עס קומט מיט מיט אן אייגענע מיינונג און אפשאצונג וואס איז לאוו דוקא אמת, ולשיטתי ווייט פון אמת , ווער רעד נאך אז עס איז געשריבן געווארן מיט אזא קלארקייט, שמעקט עס נאך מער פון ש"מ, איך האלט נישט אז מיין רבי ארבעט יעצט אויף זיין אימעדזש, און איך האלט נישט אז ער האט מדות משחתות ווי ער לייגט עס אראפ, איך האלט נישט אז און אזא יוד ליגט ילדות ועוד ועוד וואס איך האלט פינקט פארקערט פונעם שרייבער דא, דאך האט ער ארויסגעברענגט א פאר שטארקע נקודות וואס איך האב פארפעלט ארויסצוברענגען און מיין תגובה דארט.

תורה ומדע » מאנטאג מאי 15, 2017 9:14 pm

· #371163
ביידע אבער בעיקר וועגען די מאמע זיינע. ואכמ״ל

תורה ומדע » מאנטאג מאי 15, 2017 9:15 pm

· #371164
גר ותושב
קאצקע ציקער
טמיר
Wow wow wow! הערליכע באשרייבונג, א דאנק.
איך האב א שטיקל חשד אז אורים ותומים איז א נייע ניק פון ש"מ.
זיין געשמאקע מסודרדיגע מהלך פון שרייבן ענדעלט

קענסט דיך נישט איינהאלטן?.. האסט עס געבאסט! גלייך געטראכט אז ס'עים אבער איך מיין ער וויל זיך יעצט נישט איידענטיפייען מיט דעם שש ניק

ער קוקט מיר אנדערש אויס צו זיין די זעלבע שרייבער ווי דער ארטיקל.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/370929">viewtopic.php?p=370929#p370929</a><!-- l -->

אוודאי נישט. עס איז א סאך מער סאפיסטיקירט.

סמבטיון » מאנטאג מאי 15, 2017 9:17 pm

· #371165
-

גר ותושב » מאנטאג מאי 15, 2017 9:20 pm

· #371166
Re: בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע
יכול להיות עס האט מיר בעיקר געכאפט ווי ביידער ברעינגען ארויס די נקודה פון טעיפס אלס א גרויסע אויפטוה פאר יודישקייט

קאצקע ציקער » מאנטאג מאי 15, 2017 9:22 pm

· #371167
וואס מיינט דער לעצטע ליין י"ש שכ"ר לפעלתך? א רמז?

גר ותושב » מאנטאג מאי 15, 2017 9:24 pm

· #371169
Re: בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע
קאצקע ציקער
וואס מיינט דער לעצטע ליין י"ש שכ"ר לפעלתך? א רמז?

ויקרא שמו בישראל יששכר דוב.

סמבטיון » מאנטאג מאי 15, 2017 9:25 pm

· #371171
גר , דו ביזט צוקער זיס, דאס האסטו ארויס גענומען פון די גאנצע תגובה? נעה כהאב געמיינט אמאל אז דו קענסט בעסער פליקן

גר ותושב » מאנטאג מאי 15, 2017 9:29 pm

· #371172
Re: בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע
סמבטיון
גר , דו ביזט צוקער זיס, דאס האסטו ארויס גענומען פון די גאנצע תגובה? נעה כהאב געמיינט אמאל אז דו קענסט בעסער פליקן

Don't try me about... Lol
גראדע איז דא אסאך צו רעדן איבער די וועיג ווח ער האט געבויט זיין חסידות בבחינת אני ועצמי עוד אבער איך נישט קיין כח פאר קיין צימעס וועל איך עס לאזן נאר מיט א רמז ווער עס קען בעלז וועט פארשטיין ואידך זיך גמור. גארנישט נעמט אבער נישט אוועק פון דער שיינער באשרייבונג ישר כח אורים.

סמבטיון » מאנטאג מאי 15, 2017 9:33 pm

· #371173
דער עיקר איז אז דו פילסט אז דו האסט יוצא געווען דיין חוב מוחאה.. ווער עס קען סאטמער וועט פארשטיין...

גר ותושב » מאנטאג מאי 15, 2017 10:45 pm

· #371179
Re: בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע
סמבטיון
דער עיקר איז אז דו פילסט אז דו האסט יוצא געווען דיין חוב מוחאה.. ווער עס קען סאטמער וועט פארשטיין...

איך מיט סאטמאר האבן קיין שייכות ניט.

תורה ומדע » מאנטאג מאי 15, 2017 10:53 pm

· #371181
גר ותושב
סמבטיון
גר , דו ביזט צוקער זיס, דאס האסטו ארויס גענומען פון די גאנצע תגובה? נעה כהאב געמיינט אמאל אז דו קענסט בעסער פליקן

Don't try me about... Lol
גראדע איז דא אסאך צו רעדן איבער די וועיג ווח ער האט געבויט זיין חסידות בבחינת אני ועצמי עוד אבער איך נישט קיין כח פאר קיין צימעס וועל איך עס לאזן נאר מיט א רמז ווער עס קען בעלז וועט פארשטיין ואידך זיך גמור. גארנישט נעמט אבער נישט אוועק פון דער שיינער באשרייבונג ישר כח אורים.

גראדע איז דער בעלזער רב בכלל נישט קיין אני ואפסי׳ניק. איך האב געהערט פון עטליכע אמונתישראל׳ניקעס בשם ר׳ משה וואלפסאון שליטא, וואס גייט כסדר באזוכען דעם בעלזער רב שליטא ווען ער געפונט זיך אין ירושלים, אז דער בעלזער רבי שליטא איז דער גרעסטער שפל ברך אין אונזער דור.
פאר די וואס קענען דעם רבין פון דער נאהנט איז דאס איבערהויפט נישט קיין חידוש. דער חידוש איז גאר אויף ר׳ משה וואלפסאון וויאזוי ער האט תופס געווען דאס פינטעלע פונעם בעלזער רב אין א פאהר קורצע וויזיטען.

גר ותושב » מאנטאג מאי 15, 2017 10:58 pm

· #371182
Re: בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע
עס ליגט מיר אסאך אויפן צונג איך בעיט דיר ברחמים לאז אפ די נושא דאס איז א שיינע ביאגראפיע אשכול לאמיר דאס נישט פארצימעסן די לייגסט מיר אין א נסיון.

סמבטיון » מאנטאג מאי 15, 2017 11:02 pm

· #371183
גר, שיסט שוין דיין אטאם באמבע, האלטסט מיר זייער געשפאנט מיט דיינע רמזים, בעצם ביזטו גערעכט און לאמער עס לאזן א קלינע אשכול און געב ארןיס וואס דו האסט אויפן צונג און אנדערע אשכולות

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 16, 2017 2:33 am

· #371203
אורים ותומים: קודם, שלום עליכם. איך האב גאר שטארק הנאה געהאט פון דיין היקפ'דיגע באשרייבונג פונ'ם בעלזא'ער רב שליט"א. און איך האב נאכנישט אויספייעט צו ליינען די אלע אנדערע תגובות. איך וויל נאר מגיב זיין אויף איין קליינעם פרט וואס דו האסט דערמאנט גלייך אין אנהייב פון די באשרייבונג איבער די מידות טובות און טוב לב פונ'ם בעלזער רב. אלס משל ברענגסטו צו די מעשה מיט א יונגערמאן א גביר וועלכער האט פארלוירן זיין געלט און די חסידים האבן איהם געוואלט שיקן לופטערן. און דער רב האטציך שטארק אנגענומען פאר איהם. עד כדי כך אז ס'איז שיער געווארן א ריס אין חסידות.

די מעשה איז נישט אזוי פשוט. ס'איז א ביסל מער קאמפליצירט. דאס נעמט אבער נישט אוועק פונ'ם גדלות וטוב לבב פונ'ם רב. דער געוויסער יונגערמאן, וועלכער איז געווען א שטארקער עסקן פאר די מוסדות דאהי אין ניו יארק איז געווען מער א פאליטישן ווי א גביר. יא. ער האט אויך געהאט א ביסל געלט. אבער ער איז בעיקר געווען אויך א פאליטישער עסקן. און דורכדעם האט ער געקענט טון א סאך טובות פאר אלע אידישע מוסדות (יא. פאר סאטמאר'ע מוסדות אויך...!) אבער, ער האטציך ליידער פארפלאנטערט מיט נישט קיין שיינע מעשה מיט אן אשת איש...! און די יונגעלייט, וועלכע האבן געברויזט איבער די מעשה האבן געהאט א שטארקע נקודה אז מ'זאלל איהם מעביר זיין פון צו האבן א השפעה אין די מוסדות. אבער דער רב שליט"א האטציך נישט געאיילט איהם מעביר צו זיין. אדער ווי מ'רופט עס דא אין אמעריקע..."ווארפן אונטער'ן באס"...אלס הכרת הטוב פאר די שטארקע פינאנציעלע און פאליטישע טובות וואס ער האט געטון. ער האטציך נישט געקענט אויסדרייען זיין רוקן צו איהם פון אייו מינוט צו די צווייטע. ספעציעל נאכדעם וואס ער איז ירד מגדולתו פונ'ם פאליטישן און פינאנציעלן שטאנדפונקט...אבער די יונגעלייט האבן זייער שטארק געברויזט. טאקע מיט בעלזער קנאות...און דאס האט גורם געווען די אנגעשטרענגטקייט...!

איש חזון » דינסטאג מאי 16, 2017 11:08 am

· #371227
תורה ומדע
גר ותושב
סמבטיון
גר , דו ביזט צוקער זיס, דאס האסטו ארויס גענומען פון די גאנצע תגובה? נעה כהאב געמיינט אמאל אז דו קענסט בעסער פליקן

Don't try me about... Lol
גראדע איז דא אסאך צו רעדן איבער די וועיג ווח ער האט געבויט זיין חסידות בבחינת אני ועצמי עוד אבער איך נישט קיין כח פאר קיין צימעס וועל איך עס לאזן נאר מיט א רמז ווער עס קען בעלז וועט פארשטיין ואידך זיך גמור. גארנישט נעמט אבער נישט אוועק פון דער שיינער באשרייבונג ישר כח אורים.

גראדע איז דער בעלזער רב בכלל נישט קיין אני ואפסי׳ניק. איך האב געהערט פון עטליכע אמונתישראל׳ניקעס בשם ר׳ משה וואלפסאון שליטא, וואס גייט כסדר באזוכען דעם בעלזער רב שליטא ווען ער געפונט זיך אין ירושלים, אז דער בעלזער רבי שליטא איז דער גרעסטער שפל ברך אין אונזער דור.
פאר די וואס קענען דעם רבין פון דער נאהנט איז דאס איבערהויפט נישט קיין חידוש. דער חידוש איז גאר אויף ר׳ משה וואלפסאון וויאזוי ער האט תופס געווען דאס פינטעלע פונעם בעלזער רב אין א פאהר קורצע וויזיטען.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/342312">viewtopic.php?p=342312#p342312</a><!-- l -->

איש חזון » דינסטאג מאי 16, 2017 11:55 am

· #371233
אני הק', אזויווי @סמבטיון (כנראה), מוטשע איך מיך צאם צו נעמען מיינע געפילן, מגיב צו זיין אויף דעם מייסטער ווערק פון הרב @בגדי כהונה. פארשטייט זיך אז אלס איינער וואס איז 'משוגע' אויפ'ן רב (כאטש ליידער נישט גענצליך 'מחובר' צו זיין שטייפע אידאלאגיע (וראה לקמן), אבער דאך כאפ איך א טרייסל עד דכדוכה של נפש פון זיין גרויסן דמות און מורשה), בין איך מלא נגיעות כרימון, אבער דאך וועל איך ברשותכם שרייבן א שורה צוויי.

דער ראפשיצער האט געזאגט (אדער יא, זיכער נישט) אז כדי צו זיין א תמים ברויך מען זיין א חכם. איך מיין אז איידער מען זעצט זיך שרייבן א דוקטרט אויפ'ן רב, ברויך מען דורך אקערן דעם נקודה. אין מיינע אויגן איז דער רב איין שטיק תמימות און פארגלויבטקייט, וואס דאס איז טאקע בתולדה, אבער נישט אין קאנטראסט, פון זיין גרויס חכמה.
כידוע האלט מען אין בעלזא (און איך אנטשולדיג זיך פון פאראויס פאר ידידנו @אנאנים) אז בעלזא איז א ווינקל וואו מען וועט וויסן פון ג-ט ב''ה ביז משיח וועט קומען (וידוע הסיפור עם מהר''א באמצע שנות הזעם שהוכיח מאימרה הנ''ל שעוד יבנה בעלזא מחדש). בעלזא האלט זיך פאר די אמבאסאדע פונעם רבוש''ע אויף דעי וועלט. דאס ווייסט יעדער און כמובן לאו דוקא אז מען מוז מסכים זיין צו דעם.
ווען דער רב האט זיך ארויפגעזעצט אויפ'ן שטול - @בגדי כהונה שרייבט אז ער איז נאכנישט אנערקענט געווען אזוי אלץ צדיק, אבער ער האט פארפעלט דעם פונטעלע. די גדולי ישראל וגדולי החסידים וואס האבן געשטופט דעם הכתרה (כידוע) האבן געגלייבט באמונה שלימה אז בעלזא דארף זיך בויען. דער רב האט געזאגט ביים אננעמען די הנהגה אז מען דארף זיין בלינד נישט צו זעהן אז דאס האט דער פעטער געמיינט. דער רב ז''ל האט געזאגט אז מיר דארפ'ן אויפשטעלן א דור וואס וועט זיך נישט שעמען אקעגן צו גיין משיח'ן, און דאס איז וואס דער רב אטעמט די לעצטע פופציג יאר.
לדעתי, איז בכלל נישט מוכרח אז דער רב האט פאראויסגעזעהן די געוואלדיגע הצלחה בפנים ובחוץ, נאר האט געגלויבט באמונה שלימה אז דאס דארף און דאס וועט געלונגען. (כמובן, אז אלץ מאמין אין דעם מושג פון סוד ה' ליראיו, און 'יורש כרעא דאבוה', האלט איך אז עס איז דא אביסל מער אין דעם, אבער כמובן אז מען קען דא נישט מאריך זיין אין דעם ענין). דעי אמונה טהורה שפירן די חסידים לכל אורך הדרך.
בכלל איז די בעלזע חסידות גאר א פארגלויבטע חסידות אין מיסטיקה, א שטייגער ווי דאס וואס מהר''ש ז''ל האט געזאגט (מובא בהקדמה לאמרי יוסף בשמו) אז ער האט געבויעט דעם ביהמ''ד מיט א כח וואס זאל צוען יודן צו דעם, וכהנה וכהנה וכהנה. און אין דעם תמימות ווייקט זיך דער רב על כל צעד ושעל. א 'דוגמא' צו דעם, איז וואס איך האב געהערט (פון איינער פון די גאר נאנטע חסידים), פאר יארן צוריק ווען דער רב האט ארויסגעגעבן א קונטרס בעניני המועדים ע''פ חסידות, איז געווען דעמאלטס עפעס א שערוריה וואס די א.ג. קנאים האבן ארויסגעשטעלט פאשקעווילן איבער עפעס אן ענין (איך ווייס נישט וואס). האט דער רב דעמאלטס געזאגט פאר די מקורבים, אז כך הוא דרכו של עולם, ווען די קדושה הייבט זיך, מען האט ארויסגעגעבן א קונטרס, פרובירט די כח התנגדות דקדושה זיך צו שטארקן. דאס איז די מהלך און בליק פונעם רב, לכל אורך הדרך.
ס'איז מיר שווער אנצוטיילען פונקטליך וואס איך וויל ארויסברעגן. אבער איך מוז זאגן אז עס איז מורא'דיג צורם, פאר אן אינסיידער, צו ליינען די בעלבתישע אמעריקאנע דיבורים פון ידידינו הנ''ל.

ווען עס קומט צו די פליקערייען פונעם רב, איך האב נישט קיין אהנונג אויב עס איז אמת, אדער וועלכע פון די דוגמאות זענען אמת, אבער איך מיין אז מען קען נעמען אין חשבון די כלליות'דיגע בעלזע שטאלץ, על דרך וואס איינער פון די חניוקעס פון פאר'ן קריג האט 'געטייטש' דער הרחמן פון ליל הסדר ''הרחמן הוא ינחלינו כו' יום שצדיקים יושבים כו'" - דער טאג ווען די צדיקים וועלן זיך אויפהערן נאריש צו מאכן און קומען ווערן יושבים אין בעלזא.............. אויב די פליקערייען זענען אמת, איז עס לדעתי מכח הנ''ל, און נישט מכח דאס בויען קאנפידענס.

טשילס באנעמען מיר ווען איך דערמאן זיך די ווערטער פונעם רב, ביים מעמד לציון 50 שנות הנהגה. דער רב האט אנגעהויבן מיט ''איך קום נישט רעדן אלץ רב און נישט אלץ רבי, נאר ווי א פשוט'ע זעלנער...". דאס האט ער בעצם נישט געדארפט זאגן, ווייל די חסידים שפירן דאס אליינס. (גראדע אויב געדענק איך גוט האט דער רב זיך דעמאלטס זיך באצויגן צו די 'טענה' פון בעלזא ישן וחדש, איך מיין אז די מבקשי אמת פון צווישן די ס''מ (אויב עס זענען בכלל דא אזעלכע) זאלן אויסהערן יענע דרשה).

ראה שמועטים הם, עמד ושתלם בכל דור.



און צום שלוס, אזויווי מען האט דערמאנט די בעלזער דיינים, פונקט נעכטן האב איך באקומען א זיסע קלופ פון א זיסע בעלזער דיין אין ארץ ישראל, ר' שלמה בינעט (א יונגער שטערן, דער רב טשאטשקעט זיך מיט אים), וואו ער שטעלט זיך אוועק פארנט פון א קעמרע, מיט זיין גאנצע חניוקישקייט, און איז מסביר וויאזוי מען דארף זיך וואשן על פי הלכה. פרום און קלוג.

<a class="postlink" href="https://drive.google.com/open?id=0B3bgv6vNc0rYdWc3R3RQSFFjNGM">https://drive.google.com/open?id=0B3bgv ... 3RQSFFjNGM</a>

חצוצרות » דינסטאג מאי 16, 2017 1:16 pm

· #371237
תורה ומדע
גר ותושב
סמבטיון
גר , דו ביזט צוקער זיס, דאס האסטו ארויס גענומען פון די גאנצע תגובה? נעה כהאב געמיינט אמאל אז דו קענסט בעסער פליקן

Don't try me about... Lol
גראדע איז דא אסאך צו רעדן איבער די וועיג ווח ער האט געבויט זיין חסידות בבחינת אני ועצמי עוד אבער איך נישט קיין כח פאר קיין צימעס וועל איך עס לאזן נאר מיט א רמז ווער עס קען בעלז וועט פארשטיין ואידך זיך גמור. גארנישט נעמט אבער נישט אוועק פון דער שיינער באשרייבונג ישר כח אורים.

גראדע איז דער בעלזער רב בכלל נישט קיין אני ואפסי׳ניק. איך האב געהערט פון עטליכע אמונתישראל׳ניקעס בשם ר׳ משה וואלפסאון שליטא, וואס גייט כסדר באזוכען דעם בעלזער רב שליטא ווען ער געפונט זיך אין ירושלים, אז דער בעלזער רבי שליטא איז דער גרעסטער שפל ברך אין אונזער דור.
פאר די וואס קענען דעם רבין פון דער נאהנט איז דאס איבערהויפט נישט קיין חידוש. דער חידוש איז גאר אויף ר׳ משה וואלפסאון וויאזוי ער האט תופס געווען דאס פינטעלע פונעם בעלזער רב אין א פאהר קורצע וויזיטען.


ביטע אויפהערן ברענגען ראיות און הפלגות משמי' דמרן מאמונת ישראל, וואס ענליכע צי אפילו גרעסערע מימרות איז שוין ברוב תמימיתו געזאגט געווארן אויף השרף משיכון סקווירא והקדוש מתולדות אברהם יצחק וכו'.

סמבטיון » דינסטאג מאי 16, 2017 1:24 pm

· #371238
חברה, איך מיין עס איז גענוג געווען, עס איז דא געניג נושאים פון וואס מען קען רעדן, א גוטן טאג!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 16, 2017 3:28 pm

· #371255
איש חזון - מיר ביידע וואוינען אין די זעלבע פלאנעט? פון דעם אז דער רב איז אזא תמים, ווייזט זיך אויס זיין חכמה. פארוואס? ווייל מ'האט גענומען א מימרא פון ראפשיצער רב, און נישט נאר דעם נאר דער מימרא פארדרייט אויף איהר קאפ?!

אבער מ'האט נאך א תירוץ צו זיין גדלות. אז א יושב א טיפש אינדערהיים האט געזאגט א מימרא פון גיאות און ישות, הייסט'עס אז עניוות איז פליקען אנדערע מיט גיאות און ישות?!

דער ערשטע בעלזער רב האט געבויט א בנין, און דערצו געזאגט אז בעלזא וועט זיין א ווינקעל וכו' וד"ל. אויף דער בנין געזאגט. דער מדת הדין האט זיך אריינגעמישט און בעלזא איז פארלענדעט געווארען. שוין, א גזירה כללית וואס אסאך צדיקים האבען נישט פאראויס געזען, עי' ספר הדרך בטוטו"ד. וואס טוט מען? מען מאכט א נייעם טייטש אויף די ווערטער, און פון דער שקר בויט זיך א צווייטען שקר אז דער המשך מוז גייען מיט׳ן נאמען בעלזא. און ווייטער אז נאר בעלזא אן א צונאמען, און אזוי איז מען אנגעקומען צום מסקנא אז דער בעלזער רבי איז א ראק סטאר!

בעסער ווען מ'גלויבט טאקע ווייטער בתמימות, ווייל אן דעם האט מען זיך אויפגעשטעלט א ווערטשאפט פון שקר און חלומות. זאג אלף למטה און פערטיג.
בלאט: 1 2 3