☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ראטעוועט א אידיש קינד ! הצלה ! מי כעמך ישראל !!

ראטעוועט א אידיש קינד ! הצלה ! מי כעמך ישראל !!

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11514

איש את רעהו » דינסטאג מאי 23, 2017 9:07 pm

· #372185
ראטעוועט א אידיש קינד ! הצלה ! מי כעמך ישראל !!
אריבער 3600 אידן האבן שוין אנטייל גענימען אין די געוואלדיגע מצוה, נעמט אויך א טייל
<a class="postlink" href="https://unidy.org/helptzurty">https://unidy.org/helptzurty</a>
📎 image %282%29.jpg

איש את רעהו » דינסטאג מאי 23, 2017 9:12 pm

· #372187
א אידישע פרוי -וואס האט חתונה געהאט עטליכע חדשים צוריק- איז געפארן אויף ל''ג בעומר אין ארץ ישראל.

פארגאנגענע שבת האט מען באמערקט אז אירע לעבער פונקצאנירן מער נישט ה''י
און זי דארף דרינדענד א לעבער טרענספלענט
מען האט איר געטרענספערט פון א''י קיין פאריז צו א שפיטאל וואס איז די בעסטע פאר אזעלכע פעלער אין אייראפע.
עס דארף שוין געשאפן ווערן שווערע הונדערטע טויזענטער דאללארן !!!

רבותי רופט'ס ענק אן ווארעם.



<a class="postlink" href="https://unidy.org/helptzurty">https://unidy.org/helptzurty</a>

גראף » דינסטאג מאי 23, 2017 10:17 pm

· #372200
Re: ראטעוועט א אידיש קינד ! הצלה ! מי כעמך ישראל !!
@איש את רעהו שכוח פאר מיר מזכה זיין מיט דער מצווה. עס האלט שוין ביי איבער $300,000!

Sent from my XT1096 using Tapatalk

סמבטיון » מיטוואך מאי 24, 2017 12:02 am

· #372208
זיך משתתף געווען , דער רופא כל בשר זאל איר שיקן א גאנצע רפואה במהרה, מהאלט שוין ב"ה ביי 325000!

בן ישי » מיטוואך מאי 24, 2017 4:01 am

· #372223
חסדי השם! עס קימט יעצט אריין די גיטע נייעס אז תפילת ישראל האט געהאלפען אין מען האט יעצט געטראפן א לעבער וואס שטימט מיט איר!

זייטס ווייטער מתפלל אז די געפארפולע פראצעדור זאל דורכגיין בשלום און זי זאל שוין בקרוב האבן א גאנצע רפואה

אזוי אויך געבן די עסקנים איבער אז מען דארף נאך אסאך געלט.

בשורות טובות

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך מאי 24, 2017 6:53 am

· #372225
Re: ראטעוועט א אידיש קינד ! הצלה ! מי כעמך ישראל !!
[ציטאט אראפגענומען]

זיייער אינטערסאנט פארוואס זיי לייגן אריין די אופליין דאנעשינס עס קאסט דאך פערצענט ??

מיר'ער בחור » מיטוואך מאי 24, 2017 9:30 am

· #372228
עפעס איז rong מיט די unidy סייט, אין די לעצטע 5 מינוט בין איך 3 מאל אריינגעגאנגען אין דעם אין יעדע מאל האט עס געוויזן אז ס'האלט ביי 5,000 donors אין יעדע מאל עקסטער איז עס ארויף געגאנגען מיט נאך אפאר donors אין ווען כ'קען נאכאמאל אריין א מינוט שפעטער איז אודך ווידעראמאל נאר 5,000 donors ??

א איד » מיטוואך מאי 24, 2017 11:23 am

· #372234
Re: ראטעוועט א אידיש קינד ! הצלה ! מי כעמך ישראל !!
אפשר גייט עס נישט העכער 5000

חצוצרות » מיטוואך מאי 24, 2017 11:28 am

· #372235
די טעקנישאנס ארבעטן דערויף.
צופיל מענטשן רעפרעשן דעם בלעטל און די סערווערס דערהייבן נישט דער טראפיק, האט מען דעליברעטלי אנגעשטעלט עס זאל נישט אפדעיטן די צאל דאנארס נאר דאס געלט.
עס וועט געפיקסט ווערן אין גיכן.

חצוצרות » מיטוואך מאי 24, 2017 11:28 am

· #372236
גרויסע מענטשעלע
[ציטאט אראפגענומען]

זיייער אינטערסאנט פארוואס זיי לייגן אריין די אופליין דאנעשינס עס קאסט דאך פערצענט ??


קאסט נישט קיין פעני.

א איד » מיטוואך מאי 24, 2017 11:37 am

· #372237
למעשה זעה איך יעצט אז עס גייט יא העכער 5000

יעלה ויבא » מיטוואך מאי 24, 2017 1:27 pm

· #372244
חצוצרות
קאסט נישט קיין פעני.

Charidy is working for free?

בן ישי » מיטוואך מאי 24, 2017 1:43 pm

· #372247
מי כעמך ישראל!
ווען מען גייט ארויף אויף דעם סייט זעהט מען ווי עס האלט זיך אין איין ריפרעשן מיט נייע נדבות, ממש יעדע פאר סקונדעס!

רבוש"ע קיק צו ווי יודען 'שיסען' נדבות פאר א מענטש וועם זיי קענען אפילו נישט!! אין דעם זכות העלף זי זאל האבן א רפואה שלימה בקרוב ממש!

גאנצל » מיטוואך מאי 24, 2017 2:02 pm

· #372253
טרערן גיסן
פון התרגשות פון דעם פאלק דעם זיסן
ווי טראץ דעם מצב אנגעשטרענגט טוט זיך געלט שיסן
פאר יענעם זאל לעבן געניסן

רבוש"ע קוק ווי שיין
דיין פאלק טוט גיין
מ'שרייט ניין
אונז וועל מיר אלעס טון יענעם פארשטיין

טייערע שוועסטערל צארטל בת אסתר חנה
ווער דו ביסט ווייס איך נישט צו איך וועל אמאל וויסן
דו טוסט שוועבן
צווישן טויט און לעבן

וואס דו האסט קוים אנגעפאנגען
מיט זיסע געזאנגען
אונז וויל מיר נישט פארשטיין דיינע טראכטונגען און דורכגאנגן
ווען דו ווייסט אז דיין לעבן איז אויף א האר געהאנגען

געדענק איין זאך זיסע און אחדותדיגע ברודער און שוועסטער האסטו
און אויף זיי דיין לעבן פארלאזטו

די טרערן שטיקט אין האלז
וואס דו גייסט דורך אלס
מיר האבן ליב דיין נשמה בכל מיני אהבה עבותות
דו ביסט א חלק פון יעדן פון אונז דיין לעבן וויכטיג פאר אונז גרויס-איז

רפואה שלימה במהרה

שלמה המלך » מיטוואך מאי 24, 2017 2:48 pm

· #372257
יא יא ווי זענען די אלע אפיקורסים'לעך דא?????
זאג נאר ביי די שחורים וואלסטו אמאל אין דיין לעבען אזאנס געזעהן? די סערווער קראכט וויפיל יודען שטיפען זיך צו העלפן א אידישע נשמה וואס זיי האבען קיינמאל נישט געזעהן בעפאהר און לכאורה קיינמאל ווייטער נישט זעהן!
נאר פאר איין סבה בלויז ווייל זי איז א אידישע נשמה און דארף מיין הילף - בין איך דא!! איין גרויסע משפחה כלל ישראל איז פאראייניגט!!!!
יא יא "מי כעמך ישראל" הערסט גיט? און נישט מי כעמך הגוים!

איסר האטלקי » מיטוואך מאי 24, 2017 3:09 pm

· #372260
מען דארף צו צוצייכענען די השגחה עליונה וואס זי האט דא מיטגעלעבט. טראכט אריין א מינוט, וויפיל געלט וואלט זי געמאכט ווען עס געשעט ווען נישט אין ארץ ישראל די וואך פון ל"ג בעומר.
וויפיל אידן פאלן צוזאם אין ברוקלין און נויטיגן זיך אין טויזענטער און עס קומט זיי נישט אן אזוי לייכט.
(געוויס וואלט זי געהאט אינשורענס דאהי, אבער די זייטיגע הוצאות וואלט זיך נישט געדעקט אויף אזא פארנעם ווי איצט).
איך רעד שוין נישט פון די לייכטקייט אנצוקומען צו א לעבער אין אייראפע ווי איידער אין אמעריקע וואו אלעס דארף דורכגיין פיל לענגערע לעגאלע פראצעדורן.

איך מאך נישט אוועק די אבנארמאלע חסד וואס דא קומט פאר פון כלל ישראל, מען דארף נאר אינאכט נעמען די השגחה ממעל.

הבל וריק » מיטוואך מאי 24, 2017 3:09 pm

· #372261
Re: ראטעוועט א אידיש קינד ! הצלה ! מי כעמך ישראל !!
.

הבל וריק » מיטוואך מאי 24, 2017 3:25 pm

· #372264
Re: ראטעוועט א אידיש קינד ! הצלה ! מי כעמך ישראל !!
שלמה המלך
יא יא ווי זענען די אלע אפיקורסים'לעך דא?????
זאג נאר ביי די שחורים וואלסטו אמאל אין דיין לעבען אזאנס געזעהן? די סערווער קראכט וויפיל יודען שטיפען זיך צו העלפן א אידישע נשמה וואס זיי האבען קיינמאל נישט געזעהן בעפאהר און לכאורה קיינמאל ווייטער נישט זעהן!
נאר פאר איין סבה בלויז ווייל זי איז א אידישע נשמה און דארף מיין הילף - בין איך דא!! איין גרויסע משפחה כלל ישראל איז פאראייניגט!!!!
יא יא "מי כעמך ישראל" הערסט גיט? און נישט מי כעמך הגוים!

נצחתני בני נצחתני, שמע מינה שמע מינה.

ממה נפשך, וועם דו ווילסט איבערצייגן האסטו בכלל נישט איבערצייגט, און וועם דו האסט איבערצייגט דארפסטו נישט איבערצייגן. אייסטע פרעגן איך טוה דאך דאס זעלביגע מיט דיר יעצט, גערעכט, נאר וואס דען, איך וויל בלויז טוהן נישט אויפטוהן.
דו אויך זאגסטע, אהא. בסדר, כאטש זעמיר ביידע אמת'דיג. #זאגן לשם זאגן

שלמה המלך » מיטוואך מאי 24, 2017 5:02 pm

· #372268
הער אויס: אפלאכען אוועקמאכען וכדו' איז זייער גרינג - קשיות פארוואס העלפסטע נישט פאר אזא מצב, פארוואס העלפסטו נישט אין שטיב - עס איז א לאנגס און א ברייטס - און איך האב נישט קיין נערווען צו קיין וויכוחים מיט שטותים און הבלים - עוסק צו זיין און דברים של מה בכך!

די פוינט איז: עס קימט אמאל א אויסנאמס פאל א קונד ווערט פארלוירן רח"ל א קלעצקי פרשה וכדו' וואס טריגערט די סטרינעס פון די אידישע נשמה, אין פאקט פאסירט דאס "אויף אזא פארנעם" נאר ביי כלל ישראל!

ניין ביי אנדער נישט, אויך נישט ביי קיין אנדערע מינארעטעיטען - אפשר איז אויך דא פארשידענע מיני וואלענטערי און וואוילטעטיגע פעולות, אבער אויף אזא פארנעם און אויף אזא אופן איז "נאר" און נאכאמאל נאר ביי כלל ישראל!

השי"ת האט זיך בעסער נישט געקענט אויסקלויבען פאר א פאלק ווי אונז.... אתה בחרתנו ווען די האסט געהאט א שטויס פון 70

און לגבי פארוואס טאג טעגליך איז אנדערש האט א תירוץ - פאר ווער עס פארשטייט און האט נערווען און די צייט פארדעם קען נעמען די מייק אין די הענט.

בן ישי » מיטוואך מאי 24, 2017 6:29 pm

· #372272
מען האלט יעצט ביי איבער זיבען טויזענט נדבות פון אחינו בני ישראל אין מען איז זייער נאנט צי די 500,000 וואס מען דארף האבן!
נאך ווייניגער ווי צען טויזענט צום גאול!!

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך מאי 24, 2017 7:05 pm

· #372274
Re: ראטעוועט א אידיש קינד ! הצלה ! מי כעמך ישראל !!
אינטער $4000 טויזנט צום גאול !

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך מאי 24, 2017 7:11 pm

· #372275
Re: ראטעוועט א אידיש קינד ! הצלה ! מי כעמך ישראל !!
אינטער $3000 צום גאול !

עס קומט עס אן עוורידז פין $75 פער מענטש

מי כעמך ישראל

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך מאי 24, 2017 7:17 pm

· #372276
Re: ראטעוועט א אידיש קינד ! הצלה ! מי כעמך ישראל !!
ב״ה א שמוץ אריבער !!

בן ישי » מיטוואך מאי 24, 2017 7:38 pm

· #372278
מען האלט שוין איבער זעקס טויזנט העכער די גאול אין די נדבות הערן נישט אויף צו קימען!

איש את רעהו » מיטוואך מאי 24, 2017 8:59 pm

· #372286
אשריכם ישראל ! ! !
כלל ישראל האט געמאכט א גיטע הכנה צום הייליגן יו"ט

די נאנט צו 8 טויזענט נדיבים בעם זענען זיכער פארשידענארטיגע סארט שטרעמונגען, איינער ביי די עק די צווייטער געהער צו אנדערן צד לגמרי
עכ"ז האבן אידן אין א קורצע צייט זיך צוזאמגענימען יעדער האט אראפגעריסן פין זיין טייסטער צו ראטעווען א אידיש נפש וואס ליגט בין מות לחיים
קיין איינער איז נישט געגאגנגען בודק זיין יענעמ'ס קנה וושט ווי עס געהער, מיט א פאראייניגט הארץ און געפיל זיך אנגעשטרענגט צו שטיין צו די האנט פון א איד אין נויטפאל.
#רחמנים בני רחמנים.

איש את רעהו » דאנערשטאג מאי 25, 2017 9:31 am

· #372330
אדער וועלן די דרשות זיין
ווען נישט די מגיפת הטעכנעלאגיע וואלטן די קרוב צו 600.000 דאלארן געגאנגען פאר בעסערע צוועקן, עכשיו שלא זכינו דארף מען נעבעך צוקומען אז טאקע מיט די כלים המחטיאים זאל מען ארויסנעמען אזויפיל אידיש געלט מכפר צו זיין..
#די.צינדער.לעשט

דער שכן » פרייטאג מאי 26, 2017 9:49 am

· #372452
למעשה, וואס איז דער מצב מיט מרת צאָרטל בת ...??

בן ישי » מיטוואך יוני 7, 2017 6:34 pm

· #373768
אינטערוויא מיט דער מאן אין די עסקנים אין די מאמענט די וואך, זיי קימען שוין ב"ה אהיים קיין ניו יארק.
<a class="postlink" href="https://twitter.com/MagazineMoment/status/872577536315752448">https://twitter.com/MagazineMoment/stat ... 6315752448</a>

מאטל שניידער » זונטאג יולי 23, 2017 11:07 am

· #379939
Re: ראטעוועט א אידיש קינד ! הצלה ! מי כעמך ישראל !!
אן אפדעיט איבער די מצב?