האדמו"ר מהר"א מסאטמאר בשיטה חדשה!
270 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11395
איש את רעהוsignout
ווילן זייער אויפשפולען כאילו ס'דא א 'שיטה חדשה', סתם פאר אינטערסאנטקייט וועלכע חלק פין מהר''א'ס דרשה דארף זיין א די שיטה חדשה?
ווען האסטו געברויכט מסביר זיין זיינע ווערטער אינמיטען א קאמף וואס די שלטון הציוני פירט קעגן שומרי תורה
און געבן צו פארשטיין פ"וו ער אטאקירט די וואס שטייען אויף די זייט פון די נרדפי המדינה
ווידער די וואס גייען שלובי יד און שטייען אינאיינעם מיט די ראשי השלטון האט ער ניטאמאל א ווארט געזאגט אויף זיי, הלמאי פארוואס זיי העלפן און שטייען מיט צו די ראשי השלטון.
ס'איז נאך נישט דורך קיין צענטראלע דרשה זינט גיוס וואס ער זאל נישט האבן געהאקט אויף אלע מנהיגים וואס זענען גלייכגילטיג צו חוק הגיוס ווער געדענקט נישט די דרשה ווי ער האט אויסגעשריגען מיט ווייטאג און קול חנוק מדמעות מנהיגי ישראל אייכם
ווייל ער האלט נישט ביים פירן א פרעזענליכע מערכה מיט הר' שטיינמאן איז ער שוין אפגעפרעגט ביי די סיקירקים (און פארגעסט נישט אז ארויסשרייען דעם אמת'ן דעת תורה ביי די וואס שטעלן אריין זיינע קינדער אין א סכנה דורכן וואוינען אין מקמות של סכנה דאס טאר מען אויך נישט און נישט ווייל דער סיקריק רעכנט זיך מיט איינעם'ס געפיל ווער האט דורס געווען דעם ראב"ד עדה החרידית און געשריבען אויף אים די ערגסטע זלזולים כאטש קע"ה זיין הויכן עלטער און טעראזירט אים מיט זיינע קינדער עד חרמה ווייל ער האט זיך געטרויעט צו ווייזן דעם רוקן פאר די סיקריקים)
נקוט האי כללט בידך גייסטו מיט די סיקריקים דעמאלט קענסטו גיין נאך געלט פאר נחוך עצמאי קענסטו האבן אלע מזרחיסטן ביי דיין כא כסליו קענסטו זיצן מיט זיי זיך אינזשויען ביי שבע ברכות
אבער אויב גייסטו נישט מיט זיי נאר מיט'ן אמת דאן וועט מען ספינען און שקרנען און דיך מבזה זיין עד הסוף
אישתישביוואס איז געשעהן אז איר זענט געווארען אויס הייסע חסיד?
ווען ער האט אין די לעצטע דריי יאר גארנישט געטון פאר אחבנ"י בארה"ק אין דער צייט וואס זיין ברודער שיקט גרויסע געלטער און שטיצט די מערכת הקודש פון די ביד"צ עדה החרדית.
גאנצלאיש את רעהוsignout
ווילן זייער אויפשפולען כאילו ס'דא א 'שיטה חדשה', סתם פאר אינטערסאנטקייט וועלכע חלק פין מהר''א'ס דרשה דארף זיין א די שיטה חדשה?
ווען האסטו געברויכט מסביר זיין זיינע ווערטער אינמיטען א קאמף וואס די שלטון הציוני פירט קעגן שומרי תורה
און געבן צו פארשטיין פ"וו ער אטאקירט די וואס שטייען אויף די זייט פון די נרדפי המדינה
ווידער די וואס גייען שלובי יד און שטייען אינאיינעם מיט די ראשי השלטון האט ער ניטאמאל א ווארט געזאגט אויף זיי, הלמאי פארוואס זיי העלפן און שטייען מיט צו די ראשי השלטון.
ס'איז נאך נישט דורך קיין צענטראלע דרשה זינט גיוס וואס ער זאל נישט האבן געהאקט אויף אלע
מנהיגים וואס זענען גלייכגילטיג צו חוק הגיוס ווער געדענקט נישט די דרשה ווי ער האט אויסגעשריגען מיט ווייטאג און קול חנוק מדמעות מנהיגי ישראל אייכם
ערעב איד איר לעבט אין דענייעל?
די חברה שטייען גארנישט גלייכגילטיג, דער פראבלעים פינעם געזעץ האט מיט די חברה צו וועמען ער שרייט אייכם
נאר אויף ר' שמואל האט ער עפעס א
קבלה מסורה וכו' אז מען דארף אים טשעפען
און אויף די כבוד פון די פיר רגלי מרכבת הציוני, האט ער עפעס א קבלה אז מען באגניגט זיך מיט אן אייכם,
@גאנצלעס איז אויף די ווענט געקלעבט און אין די אימעיל'ס קומען אן פלאקאטען איבער די "הייליגע מסורה" פינעם ממציא שיטה החדשה, קוק איבער גענוי די מסורה וועט אלעס קלאר זיין.
איסר האטלקיאישתישביוואס איז געשעהן אז איר זענט געווארען אויס הייסע חסיד?
ווען ער האט אין די לעצטע דריי יאר גארנישט געטון פאר אחבנ"י בארה"ק אין דער צייט וואס זיין ברודער שיקט גרויסע געלטער און שטיצט די מערכת הקודש פון די ביד"צ עדה החרדית.
איסר האיטלקי:ס'ווענדט זיך וואס ס'הייסט געטון. אין וועלכע מערכה. דער פאקט איז אז ווען מהר"א שליט"א איז געווען אין ארץ ישראל האט ער געטיילט גרויסע געלטער פאר מוסדות און יחידים. ער מוז דאך נישט האבן זיין גושפנקא ביי א יעדע ווילדע און נארישע הפגנה וואס די ליידיגע און פוסטע גאסן יונגען וועלכע וואוינען אין מאה שערים אדער אין בית שמש פיהרן אן. וואו זיי געבן אויס זייער איבערפלוס פון ענערגיע, וועלכעס קומט פון ליידיגיין. וואו מ'צוברעכט טרעפיק לייטס און מ'צינדט אן גרויסע גארבידזש קאנטעינערס. אבער ביי א יעדע ערנסטע מערכה האט ער זיך אייביג באטייליגט. סך הכל וואס ער האט געזאגט דא אז ער האט נישט קיין חלק אין די יעצטיגע ווילדע ראיאטן וואו זיי קערן איבער גאנץ ארץ ישראל עפ"י פקודת, און די שטיצע פון זייער מנהיג. און ער האט אויסגעדרוקט זיין מיינונג, וואס איז אויך געווען די מיינונג פון בעל דברי יואל זצוק"ל. אז ווען ס'איז איכא דרכא אחרינא. ס'דא אן אנדערער וועג מוז מען נישט דוקא בוחר זיין זיך ארומצורייסן מיט די פרייע חברה. לשם רייסן און פליקן. ברעכן און שטעכן. און אנזייען חורבנות. אבער ער באטייליגט זיך פונקט אזוי אדער נאכמער אין די מערכה פון מבטל זיין די גזירת הגיוס...!
איש את רעהוגאנצלאיש את רעהוsignout
ווילן זייער אויפשפולען כאילו ס'דא א 'שיטה חדשה', סתם פאר אינטערסאנטקייט וועלכע חלק פין מהר''א'ס דרשה דארף זיין א די שיטה חדשה?
ווען האסטו געברויכט מסביר זיין זיינע ווערטער אינמיטען א קאמף וואס די שלטון הציוני פירט קעגן שומרי תורה
און געבן צו פארשטיין פ"וו ער אטאקירט די וואס שטייען אויף די זייט פון די נרדפי המדינה
ווידער די וואס גייען שלובי יד און שטייען אינאיינעם מיט די ראשי השלטון האט ער ניטאמאל א ווארט געזאגט אויף זיי, הלמאי פארוואס זיי העלפן און שטייען מיט צו די ראשי השלטון.
ס'איז נאך נישט דורך קיין צענטראלע דרשה זינט גיוס וואס ער זאל נישט האבן געהאקט אויף אלע
מנהיגים וואס זענען גלייכגילטיג צו חוק הגיוס ווער געדענקט נישט די דרשה ווי ער האט אויסגעשריגען מיט ווייטאג און קול חנוק מדמעות מנהיגי ישראל אייכם
ערעב איד איר לעבט אין דענייעל?
די חברה שטייען גארנישט גלייכגילטיג, דער פראבלעים פינעם געזעץ האט מיט די חברה צו וועמען ער שרייט אייכם
נאר אויף ר' שמואל האט ער עפעס א
קבלה מסורה וכו' אז מען דארף אים טשעפען
און אויף די כבוד פון די פיר רגלי מרכבת הציוני, האט ער עפעס א קבלה אז מען באגניגט זיך מיט אן אייכם,
@גאנצלעס איז אויף די ווענט געקלעבט און אין די אימעיל'ס קומען אן פלאקאטען איבער די "הייליגע מסורה" פינעם ממציא שיטה החדשה, קוק איבער גענוי די מסורה וועט אלעס קלאר זיין.
ער שרייט אייכם אויף יעדעם פון הר' איערבאך הצדיק ביז די פיר רגלי איך ווייס וואס (ווער זענען די פיר ? ווייס איך נאך נישט מסתם יעדער נאר נישט אויערבאך וואס איז א געהעריגער ציוני חוץ לדבר א' בחירות ווייל ס'גייט ניט לויט זיין געשמאק )ביז שטיינמאן הרשע
ער טשעפעט ניט הרב אויערבאך ער האט איינמאל אויפגעדעקט זיין בלאף און געגאנגען ווייטער פון דעמאלט און ווייטער האקט ער אויף יעדן ער האט נאך גערעדט פון גיוס ווען עטץ זענטס געווען פארטונקען אין ענקער זוהמה מיט'ן זיך שלאגן מיט הר' שטערנבוך און מיט סלאנים וואס דאן האט מען נאך ביי די ז"ל פארטיי ניט געטארט רעד פון גיוס
א כת ליצים
גאנצל: מיט די פארשטאפטע קעפ און אגענדא-געטריבענע יחידים (א סאך) איז אומזיסט צו טענה'ן. וויפיל דו וועסט זיי אויפווייזן מיט לאגיק און שכל הישר, וועללן זיי דיר אייביג ענטפערן מיט שטותים און בויך סברות. זיי האבן א לאנגע ליסט פון ..."חטאים"... אויף מהר"א שליט"א. 1) ווען די אראבישע רוצחים זענען באפאללן די מזרחי ישיבה אין ירושלים און אויסגעהרג'עט עטליכע בחורים, רח"ל האט ר' אהרן באוויינט דע מארד פון ישיבה בחורים. 2) ווען די רוצחים זענען באפאללן דעם בית חב"ד אין מומבאי, אינדיע און זיי האבן אויסגעהרג'עט אידן אין ביהמ"ד אריינגערעכנט דעם איידעם פון אדמו"ר מ'תולדות אברהם יצחק, וועלכער איז דארט געווען צו לערנען אין די פאר שעה ביז ער האט געדארפט כאפן זיין פלייט קאנעקשן. און מהר"א שליט"א האט געזאגט אז זיי זענען אומגעקומען אין א מקום קדוש. האבן די בהמות איהם פארשריגן אז ער זאגט אויף א חב"ד'ס'קער ביהמ"ד א מקום קדוש...! 3) איך האב אליינס געהערט ווי בחורימ'לעך, תינוקות שנשבו, נעבעך, האבן בארעדט און חוזק געמאכט פון מהר"א אז..."ער איז געגאנגען צום קלויזנבורגער"...כלשונם הקלוקל...!
נאך די דרשה פארגאנגענע וואך
האט נאכגעפאלגט נאך מצטרפים צום שיטה
די מנהיג פינעם עקסטרעם רעכטע יחד פארטיי האט זיך צוגעשטעלט אין א רעדע צו מהר"א, אויך די ראבד וואס איז נישט ערשינען ביים עצרת האט צום ערשטן מאל אדרעסירט אין פאבליק זיין הצטרפות צום שיטה [א גרויסע טייל מתלמידי ישיבתו געהערן קיין חזו"א 5]
אויכעט די נציגי דגל און ש"ס אין כנסת משה גפני און ארי' דרעי און א מפקד אינעם נחל חרדי האבן כולם פה אחד געלאזט הערן חוות דעתם הברורה אז די שיטה החדשה איז די ריכטיגע אויסגעטרעטענע וועג און מען זאל זאפארט אויפהערן מיט די ירושלימע מיישעס.
פון די צווייטע זייט וואס האבן נישט איינגעהערט צו מ. גפני וכו' איז א היבשע רשימה
📎 8951.jpg
צו וואסערע שיטה אז מ'זאל נישט איבערדרייען ירושלים ?
ווייל צו דעם אז מ'זאל נעמען א פטור איז דאך כמעט יעדער מודה אפילו די בחורים פון די ז"ל פארטיי גייען דאך אויך נעמען א פטור
אנדערש קענען זיי נישט ארויספארן פון לאנד
Re: האדמו"ר מהר"א מסאטמאר בשיטה חדשה!
איך כאפ נישט פון וואסערע "שיטה חדשה" פון האדמו"ר מסאטמאר מ׳ רעדט דא, די איינציגע שיטה חדשה וואס איך ווייס פון א סאטמערער רבי איז דאס וואס איז באקאנט פון דעים וואס פארט ארום די לעצטע יאר מיט די גדולי ראשי ישיבות ראשי אגודת ישראל, און די גרויסע עשירים (באמת גרויסע בעלי צדקה) פון די גרעסטע שטיצער פון מדינת ישראל נאך געלט פאר חינוך עצמאי, דאס איז א שיטה חדשה, איך ווייס נישט פארוואס די צייטונגען האבן דאס נישט אויפגעכאפט, אפשר ווייל זיי האלטן נישט אז ער איז האדמו"ר מסאטמאר?
Sent from my LG-K120 using Tapatalk
היסטאריקעראיך כאפ נישט פון וואסערע "שיטה חדשה" פון האדמו"ר מסאטמאר מ׳ רעדט דא
1}נייע צוגאנג צום חוק גיוס
2}א צאל בחורים האבן שוין מטעם העסקנים זיך געדארפט קליידן עטליכע טעג אין גרינע קליידונג ביי די מיליטער.
3}מען רעדט נישט מיט א קעגנערישע שפראך איבער הילף וואס חרדישע אידן העלפן צו די גיוס.
4}ווען מען פארדאמט שוין יא חרדישע אידן, איז עס אזעלכע וואס אויך משה גפני/ארי דרעי/מפקד צבאי/ראש הנהגת יחד זענען אויך באקוועם זיי צו פארשרייען.
5}די מעשה אלימות וואס חרדישע אידן טוען קעגן אידן וואס ווילן נישט קאפערירן מיט די מיליטער, דאס אפהאקן תמיכת קופת העיר וואס זאמעלט פין אידן מארבע כנפות הארץ געלט צו תושבי ארה"ק, און מען נעמט צו חלוקות פון אידן וואס ווילן נישט קאפערירן מיט די מיליטער,
קעגן די מעשי פרעות/אומ'אחריות/רשעות הערט זיך נישט קיין פארדאמונג, און פארלאנג עס אפצושטעלן
עס איז א נייער צוגאנג.
קענסט צו לייגן נאך 8 זאכן אייגענע בויך דרייענישן און זאכן וואס חלומסט בהקיץ
אבער די שיטה חדשה פון גיין נאך געלט פאר חנוך עצמאי האסטו נאך נישט פארענטפערט
און ווי זוי די בחורים פון קווינס ישיבה וואס קומען פון א"י גייען ארויס פון לאנד אן זיך שטעלן צום גיוס ווילסטו אויך עפעס ניט ענטפערן אתמהה
ווען דו וועסט דעס פארענטפערן וועט שוין נישט שווער זיין די אויבענדערמאנטע אינו יודע לשאול קשיות
עשה עצמו כאילו לא ידע דעפענישאן פון א סיקריק
קונטרס וועגן חומר הפראות
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/open?id=0B3ueQD4itx0VbW92NnVNekRTN1ZkMm5YeDgxYVoyN2J5MUFv">https://drive.google.com/open?id=0B3ueQ ... oyN2J5MUFv</a>
א בריוו לטובת די וואס גייען נישט צום מיליטער זיך שטעלן
אלע קהילות ובתוכם די דיין פון קהילת מהר"א ווייזן ארויס שטיצע מיט די גיבורי החיל
📎 קופת מלבוש ישע.JPG
איש את רעהו: ייש"כ. איך האב אדורכגעליינט און אדורך געקוקט די רשימה פון די ברוטאליטעטן און רציחות וועלכע דיין צד שכנגד האבן אדורכגעפיהרט אקעיגן גענצליך אומשולדיגע אידישע קינדער. און מיין הארץ איז אויסגעגאנגען פאר רחמנות אויף די אלע ביטערע צרות און אומגליקן וועלכע האבן באטראפן די פריעדליכע, אומשולדיגע איינוואוינערס . נאר אינמיטן באדויערן די שווערע אקטן פון טעראר וועלכע האבן זיי באטראפן האביך מיך דערמאנט עפעס א פאר קלייניגקייטן. אז דער רבי דער ברך משה האט ממנה געווען זיין זוהן הרב ר' אהרן שליט"א אלס מרא דאתרא פון קרית יואל. און ס'געווען זייער א חשוב'ע אידענע א רביצין וועלכע האט געוואוינט אין א הויז פון די קהילה. און דארט האט מען געמאכט אסיפות און פארזאמלונגען וואו מ'האט באשלאסן זיך מתנגד צו זיין צו דעם מינוי פונ'ם רבי'ן. און מ'איז ארויס בקרית חוצות און אנשי שלומינו האבן נאכגעשריגן פאר דעם רבי'ן דעם ברך משה און זיין זוהן דער מרא דאתרא מיט די גרעסטע בזיונות און זילזולים אזוי ווי מ'שרייט נאך א שיכור און א בעל עבירה. מיט א סך הלבנת פנים ברבים. און געשריגן אז ביי אונז הייליגע אידן מבקשי שם שמים וועסטו, פראסטער יונג נישט זיין קיין מרא דאתרא. און אונז וועללן נישט אויספאלגן דיינע הוראות. און אונז וועללן טון דוקא פארקערט...! אונז וועללן מיר דיך צום סוף פאריאגן פון אונזער הייליגן שטעטל...!
יא. יעצט דערמאנט זיך. הרב יאסל וואלדמאן שליט"א. דער קברניט און הויפט פון די לוחמי מלחמות ה' במסירות נפש ממש איז געלאפן צו די גוי'אישע טעלעוויזיע (נישט אז ס'איז דא א אידישע טעלעוויזיע) טשענעל 2 און ער האט אויסגעגאסן אלע זיינע בילבולים אויף מנהיגי הקהילה פאר די גוי'אישע פרעסע. שוין אפגערעדט אז די סטעיט פאליס זענען געווען טעגליכע געסט. און זיי האבן גענומען רעפארטס אקעיגן מר. וואלדמאן'ס אידישע ברודער.
און היינט לעבן די הייליגע אידן פון די אנשי בני יואל א גליקליך און פרייליך לעבן. און קיינער שטערט זיי נישט. ווילאנג זיי זיצן איין. און זיי מוזן נעבעך איינזיצן ווייל זיי האבן בחרפתינו פארלוירן די מלחמה. און דער צד הרב מרא דאתרא שליט"א האט ב"ה געווינען די גערעכטע מלחמה. ווייל אין אנדערע יישובים למשל ווי קרית וויזשניץ אדער בעלזא וואלטן אזעלכע מענטשן די אייביגע מחרחרי ריב נישט ארויס מיט גאנצע ביינער...אויך, ווער וועט מפייס זיין און איבערבעטן דעם מרא דאתרא שליט"א און זיין משפחה פאר די פילע בזיונות און בזיון כבוד התורה וואס זיי האבן געליטן פון די אזויגערופענע הייליגע אידן וועלכע האבן ווידערגעשפעניגט דעם רב פון די קהילה...!
בערל איר האט א טענה.
ניין: טענות האביך נישט. נאר איך וויין נישט זייער שטארק איבער די אלע אויסגערעכנטע זאכן. ווייל די מלחמה איז געווען א דעפענסיווע מלחמה. און די צד מהר"א האט קיינעם נישט געטשעפעט אויב ער האט נישט געטשעפעט. ברענג מיר איין איד אן אומשולדיגן איד וועלכער האט זיך באצויגן מיט דרך ארץ צום רב שליט"א און מ'האט איהם געטשעפעט כמלוא נימה...! און ביי א מלחמה קושט מען זיך נישט. סך הכל האבן ר' אהרן'ס מענטשן צוריקגעקלאפט און זיי האבן ב"ה מצליח געווען. און ס'איז שלום על ישראל...!
berlbalagulehניין: טענות האביך נישט. נאר איך וויין נישט זייער שטארק איבער די אלע אויסגערעכנטע זאכן. ווייל די מלחמה איז געווען א דעפענסיווע מלחמה. און די צד מהר"א האט קיינעם נישט געטשעפעט אויב ער האט נישט געטשעפעט. ברענג מיר איין איד אן אומשולדיגן איד וועלכער האט זיך באצויגן מיט דרך ארץ צום רב שליט"א און מ'האט איהם געטשעפעט כמלוא נימה...! און ביי א מלחמה קושט מען זיך נישט. סך הכל האבן ר' אהרן'ס מענטשן צוריקגעקלאפט און זיי האבן ב"ה מצליח געווען. און ס'איז שלום על ישראל...!
המן האט אויך געארבעט אויף דעפענסיוו מאוד, "כי אין מרדכי כורע ומשתחווה לי " האט ער געדונערט ביים גענעראל פארזאמלונג.
און פאר מאנכע קורצזיכטיגע בין איך מגלה דעת אז ניין, איך בין נישט מדמה מהר"א צו המן, איך פרוביר פשוט צו פארשטיין ר' בערל'ס דיבורים
berlbalaguleh
סך הכל האבן ר' אהרן'ס מענטשן צוריקגעקלאפט און זיי האבן ב"ה מצליח געווען. און ס'איז שלום על ישראל...!
גערעכט
ב"ה היינט איז דא פעסטע 3 קהילות מיט מוסדות על מי מנוחות
א דאנק דעם דעפענסיוו אפענטפער, א שכח פאר זיי פאר די מוצלח'דיגע ארבעט.
איש את רעהו: די 3 קהילות. (לכה"פ 2 פון זיי) האבן זיך אן עקסטער שחיטה און סידור קידושין. אקעיגן די תקנות הקהילה מדור דורות. נאר צו געשאכטענע קעלבלעך קענמען נישט האבן קיין טענות. אבער ווען איינער אדער א גרופע מענטשן טוען ווידערשפעניגן דעם רב, דעם מרא דאתרא און זענען מסדר קידושין אן זיין רשות, מעג די קהילה מיט זייער רב אין שפיץ מודיע זיין בשער בת רבים אז די סידור קידושין איז נישט אקטיוו. און מ'דארף זיך רעכענן מיט דעם. סיי לגבי שידוכים. און סיי לגבי אנדערע עניינים. נאר די קהילה זאגט דאך אז ס'איז נישט קיין מעוות לא יוכל לתקון. מ'קען נעמען סידור קידושין ביים מרא דאתרא און מיט זיין רשות קען איעדער וואס איז בקי בטיב גיטין וקידושין מסדר זיין קידושין אויף דעם כשר'סטן אופן...די טיר איז אפן פאר א יעדן וואס האט זיך באנארישט תשובה צו טון...!
איש את רעהוא בריוו לטובת די וואס גייען נישט צום מיליטער זיך שטעלן
אלע קהילות ובתוכם די דיין פון קהילת מהר"א ווייזן ארויס שטיצע מיט די גיבורי החיל
📎 קופת מלבוש ישע.JPG
און אזויפיל בחורים ובתוכם תלמידי רז"ל נעמען א פטור מדי יום ביומו
איש'ל טייערער לערן דיך שוין אויס קענסט ברענגן בריוון לינקס מעשה'ס מיט פקטן קען מען זיך נשט טענה'ן
גאנצלאיש את רעהוא בריוו לטובת די וואס גייען נישט צום מיליטער זיך שטעלן
אלע קהילות ובתוכם די דיין פון קהילת מהר"א ווייזן ארויס שטיצע מיט די גיבורי החיל
📎 קופת מלבוש ישע.JPG
איש'ל טייערער
מיט פאקטן קען מען זיך נישט טענה'ן
יא יא
דער פאקט איז אז די אלע רבנים הנ"ל פארשעמען נישט די וואס זענען זיך נישט מתייצב
אדרבה די רבנים געבן זיי שטיצע אנצוגיין
אין דער איד האט מנשה פילאפ א גאנצע ארטיקל אקעגן
שמעקעדיג: איך האב נישט געליינט מנשה פיליפ'ס ארטיקל. אבער איין זאך ווייס איך פאר זיכער. מנשה וואוינט דאהי אין אמעריקע. און אויב ער וואלט געוואוינט אין ארץ ישראל און די גזירת הגיוס וואלט געהאנגען אויף אים אדער אויף זיינע קינדער, ביניך נייגעריג וויאזוי ער וואלט געהאנדלט. ארויסגיין שלאגן זיך מיט די פאליציי און מיליטער. און ווערן ארעסטירט. אדער ערלעדיגן דעם פטור אדער דיחוי אויף א נארמאלן , מענטשליכן וועג...! ס'גרינג צו רעדן ווען ער זיצט אין די אפיס פון די רעדאקציע אין וויליאמסבורג...!
איש את רעהוגאנצלאיש את רעהוא בריוו לטובת די וואס גייען נישט צום מיליטער זיך שטעלן
אלע קהילות ובתוכם די דיין פון קהילת מהר"א ווייזן ארויס שטיצע מיט די גיבורי החיל
📎 קופת מלבוש ישע.JPG
איש'ל טייערער
מיט פאקטן קען מען זיך נישט טענה'ן
יא יא
דער פאקט איז אז די אלע רבנים הנ"ל פארשעמען נישט די וואס זענען זיך נישט מתייצב
אדרבה די רבנים געבן זיי שטיצע אנצוגיין
און אוודאי גייט מען נישט ענטפערן אויף וואס מ'פרעגט נאר אנשטאט ענטפערן גייט מען יעצט רעדן עפעס אנדערש איך האב דאך צו טון מיט א סיקריק
בית דין העדה"ח האט מפרסם געווען א בריוו אז די מצב איז זייער ענג פאר אידן בארה"ק, 📎 קול זעקה נוראה.pdf
📎 0202.jpg
מהר"א האט אבער ווידערהאלט די וואך אז נאר בערך 10 פראצענט זענען די שרייער'ס גערעכט און 90 פראצענט רב שטיינמאן
זיינע אייגענע מעריצים ווייסען נישט גענוי וואס ער וויל
ביים זיצונג אין בי"ד די וואך האט די פארטרעטער פון מהר"א פרובירט די נוסח המכתב פון בית דין זאל זיי ווי מילדער בכדי עס זאל נישט סותר זיין דברי מהרא.
חסידים פון מהרא פארעפנטליכען פלענער פון א גרעסערע פראטעסט אין גאס.
ענשטולדיגט פאר'ן איבערהאקן דיין אפעטיט אבער מהר"א'ס ווערטער האסטו פארדרייט בזדון כדרככם הטמאה רבות בשנים
איבריג'ס קענסטו ווייטער שרייבן דיינע חלומות ווי זוי ס'געפעלט די בעסטע לקרבך
הצלחה רבה
מהרא האט מיט 90 פראצענט נאכגעגעבן די חסידי הרב שטינמן און זיי ווילן נישט אויסזאגן איבער די 10 פראצענט פראבלעים
און רב אויערבאך תלמידים מיט 10 פראצענט און אפירגעהאלטן אז זיי ווילן נישט נאכגעבן די 90 פראצענט.
איש את רעהומהרא האט מיט 90 פראצענט נאכגעגעבן די חסידי הרב שטינמן
דעס איז א חלקלוק לשון דו נעמסט ווערטער פון א מענטש און דו לייגסט אריין פשט
און זיי ווילן נישט אויסזאגן איבער די 10 פראצענט פראבלעים
און רב אויערבאך תלמידים מיט 10 פראצענט און אפירגעהאלטן אז זיי ווילן נישט נאכגעבן די 90 פראצענט.
ווידער די זעלבע גענומען ווערטער און געפארבט לויט דיין געשמאק
ר' אהרן האט ביי די דרשה
אדרעסירט א פראבלעים און ער האט מסביר געווען
די פראבלעים און ווען ער איז מסביר א פראבלעים איז ווי איינער
פארציילט א מעשה ס'איז גארנישט קיין פרעזענליכע שיטה און האלט נישט קיינעם אפיר
בקיצור טענהט ער אז דא איז דא צוויי צוקריגטע צדדים און איינער פארגינט נישט דעם צווייטן און איינער שרייט אויפ'ן צווייטן און יעדער באהאלט זיך זיין פעלער
די פראבלעים איז זאגט סאטמאר רב אז מ'איז אינגאנצן פארקראכן צו מטכס עצה זיין אויף די וואקסענדע גזירה וואס די רשעי ישראל ווילן דורכפירן כיטרערהייט אונטער דיין רוקן מ'איז נאר פארנומען צו טון אנדערש ווי מיין שונא מיט א פרום פנים פארשטייט זיך
ע"כ בערך די נקודה פונעם סאטמאר רב
אונז סאטמארע אידן אינטערסירט נישט קיינעם'ס נצחון אדער דורכפעלער אונז האב מיר נישט קיין צד אין די פאליטיק ביי אונז סאטמארע אידן זענען ביידע אנגעפיקיוועט מיט דעות כוזבות איינער מער און איינער ווינציגער אונז האב מיר התבדלות פון ביידע און פון אלע אזעלכע
ר' אהרן האט מיט די ווערטער נישט גענומען קיין שטעלונג מחזק צו זיין אדער שטארק צו מאכן קיינעם ער האט נישט מער ווי אדרעסירט א זאך
ווען וואלסטו נישט געקוקט אויף ר' אהרן מיט סאן גלעסעס וואלסטו עס גרינג פארשטאנען וויל ס'איז דאך דברים פשוטים אבער היות דו ווילסט דאך צוקומען צו דיינע מסקנות נעמט מען ארויס האלבע שורות און מ'טייטשט אויס ווי אזוי מ'וויל
איש את רעהו: לאמיר זעהן (לויט דעם כרוז פון די עדה החרדית) אז זיי זאללן זיך און אלע זייערע נאכפאלגערס אריבערציען קיין אנטווערפן אדער פאריז. אדער גאר בערלין און פון דארט פיהרן די מערכה אקעיגן די פארשאלטענע ציונים שר"י. און אינאיינוועגס לאזן פאללן זייער מולטי-מיליאן דאללער ביזנעס פון הכשרים און השגחות. ווייל אין פאריז אדער בערלין איז לעת עתה נישט דא אזא שטארקער פארלאנג פאר די חרדי'שע השגחה אז זיי זאללן קענען אויסהאלטן די אלע מענטשן וועלכע דרייען זיך ארום די גרויסע ביזנעס...!
מדי דברי: דאס אליינס אז די ביד"צ פון די עדה החרדית געט השגחה אויף כרמל וויינען ווייזט אויף זייער פאלשקייט און היפאקריטסווא. און אז זיי זענען פארקויפט פאר'ן דאללער. אדער שקל. ווייל די עצם זאך פון געבן השגחה אויף די קאמפאני און אנדערע טרייפענע ציוניס'טישע פאבריקן איז א מעילה בשליחות וואס זיי וויללן פארקויפן. דאס ערשטע מאל וואס איך האב געזעהן א באטל כרמל וויין מיט די השגחה פון ביד"צ העדה החרדית האב איך מיר געריבן די אויגן אויב איך זעה גוט. ווייל אט די קאמפעני האט רעפרעזענטירט דאס ציוניזם במהותו...!
גאנצל
ביי אונז סאטמארע אידן זענען ביידע אנגעפיקיוועט מיט דעות כוזבות איינער מער און איינער ווינציגער אונז האב מיר התבדלות פון ביידע און פון אלע אזעלכע
ר' אהרן האט מיט די ווערטער נישט גענומען קיין שטעלונג מחזק צו זיין אדער שטארק צו מאכן קיינעם ער האט נישט מער ווי אדרעסירט א זאך
נו זאגסט דאך ממש נאך דעם שיטה החדשה זייער קלאר
בזמן וואס איין זייט קאפערירט
הינדערט פראצענט מיט די גוזרי הגזירה און די צווייטע זייט
קריגט זיך מיט די גזירה
געט מען עס א סטיגמע כאילו ביידע האבן מיט די גזירה איינער אהער און די צווייטער ווייניגער
עס איז בלאף און בלויז פארנארט א תמימות'דיגע עדה מיט נאן-סענס, ס'קלאר די דגל פארטיי וויל גענצליך העלפן הסתגלות, און רב אויערבאך'ס מענטשן קריגן זיך 100 פראצענט קעגן.
עס איז דורכזיכטיג די פאליטשיע אגענדעס פון משוגע מאכן דעם עולם.
קען מיר איינער קלאר מסביר זיין וואס איז צוגעלייגט געווארן אין דעם דרשה מער ווי די פאריגע - בנוגע לגזירת גיוס?
אויסער אז צוויי ליטווישע פארטייען שלאגן זיך, און אז שטיינמאן איז אויך נישט כל כולו גערעכט מיט זיין שיטה, נישט נאר אויערבאך, וואס איז צוגעלייגט געווארן?
איין הוספה וואס איך האב געהערט
אז אלע חברי הבית דין זענען מיט צענדליגע יאר צוריק אויך געגאנגען נעמען ביים לשכת הגיוס א צעטיל, איז פארוואס זאל אנדערש זיין היינט ווי דעמאלטס?
וואס עפעס זאל מען היינט נישט טון ווי דעמאלטס.
איך רעד הוספות וואס זאלן בעסער מאכן ארויסצוהעלפן קעגן דעם גזירה.
איש את רעהוגאנצל
ביי אונז סאטמארע אידן זענען ביידע אנגעפיקיוועט מיט דעות כוזבות איינער מער און איינער ווינציגער אונז האב מיר התבדלות פון ביידע און פון אלע אזעלכע
ר' אהרן האט מיט די ווערטער נישט גענומען קיין שטעלונג מחזק צו זיין אדער שטארק צו מאכן קיינעם ער האט נישט מער ווי אדרעסירט א זאך
נו זאגסט דאך ממש נאך דעם שיטה החדשה זייער קלאר
בזמן וואס איין זייט קאפערירט
הינדערט פראצענט מיט די גוזרי הגזירה און די צווייטע זייט
קריגט זיך מיט די גזירה
געט מען עס א סטיגמע כאילו ביידע האבן מיט די גזירה איינער אהער און די צווייטער ווייניגער
עס איז בלאף און בלויז פארנארט א תמימות'דיגע עדה מיט נאן-סענס, ס'קלאר די דגל פארטיי וויל גענצליך העלפן הסתגלות, און רב אויערבאך'ס מענטשן קריגן זיך 100 פראצענט קעגן.
עס איז דורכזיכטיג די פאליטשיע אגענדעס פון משוגע מאכן דעם עולם.
מ'געט נישט קיין סטיגמע פאר גארנישט דאס איז די מציאות
הרב אויערבאך האט מיט גזירת גיוס א קליינע פראבלעים פונקט ווי ער האט קיין פראבלעים מיט קיין שום אנדערע ציוניסטישע זאך זיין גאנצע זיך שטעלן אקעגן דאס זיך רעגיסטרירן איז גענצליך פאלטיק
בלאף איז אז מ'מאכט הרב אויערבאך פאר א קנאי ווען ער איז נישט דאס איז בלאף
דער קלויזנבארגע רב ז"ל האט געהאלטן אז מ'טאר נישט האבן קיין מדינה ער האט געהאלטן אז דעס איז א העברה אויף די שלש שבועות ער הא נאר אויך געהאלטן אז ס'שטייט שוין ממילא און אז די רעגירונג איז א מציאות מעג מען זיך באנוצן דערמיט ס'איז מותר להשתמש בו נו האט מען זיך לכבוד דעם גערעכנט מיט זיינע דיעות אינעם ויואל משה לאגער אדער איז ער גווען אפגעפרעגט אין סאקמיר די זעלבע דא פערצופאל ביי ענין פון גיוס וויל הרב אויערבאך די זעלבע פעולות וואס סאקמיר וויל און פאר גענצליך א אנדערע סיבה און דערפאר ? איז וואס האט ער שוין נישט קיין דעות נפסדות אינעם גאנצן ענין בעצם ? מעג סאקמיר זיך שוין מתחבר זיין מיט אים ? ניין ניין און נאכאמאל ניין
גאנצלאיש את רעהוגאנצל
ביי אונז סאטמארע אידן זענען ביידע אנגעפיקיוועט מיט דעות כוזבות איינער מער און איינער ווינציגער אונז האב מיר התבדלות פון ביידע און פון אלע אזעלכע
ר' אהרן האט מיט די ווערטער נישט גענומען קיין שטעלונג מחזק צו זיין אדער שטארק צו מאכן קיינעם ער האט נישט מער ווי אדרעסירט א זאך
נו זאגסט דאך ממש נאך דעם שיטה החדשה זייער קלאר
בזמן וואס איין זייט קאפערירט
הינדערט פראצענט מיט די גוזרי הגזירה און די צווייטע זייט
קריגט זיך מיט די גזירה
געט מען עס א סטיגמע כאילו ביידע האבן מיט די גזירה איינער אהער און די צווייטער ווייניגער
עס איז בלאף און בלויז פארנארט א תמימות'דיגע עדה מיט נאן-סענס, ס'קלאר די דגל פארטיי וויל גענצליך העלפן הסתגלות, און רב אויערבאך'ס מענטשן קריגן זיך 100 פראצענט קעגן.
עס איז דורכזיכטיג די פאליטשיע אגענדעס פון משוגע מאכן דעם עולם.
מ'געט נישט קיין סטיגמע פאר גארנישט דאס איז די מציאות
הרב אויערבאך האט
מיט גזירת גיוס א קליינע פראבלעים בלאף איז אז מ'מאכט הרב אויערבאך פאר א קנאי ווען ער איז נישט
אטע דאס איז די גאנצע שיטה חדשה, האסט עס גענוי נאכגעזאגט
דאס האט ער מחדש געווען אפצולאכן -סתם פאר חשבונות בלי שום טעם- פון א צווייטן איד וואס שטייט נגד הגזירה און די מדינה פייניגט זיי פארן נישט קאפערירען מיט די זמן ההסתגלות
אינטערסאנט דאס אז א גרויסע פירערשאפט אינערהאלב די חרדישע פארטייען שטייען יד ביד צו די גוזרי גזירה ווייסט עפעס נישט די שיטה החדשה צו פארציילען פון דעם רעדט מען בכלל נישט
נאר פאר נארישע חשבונות, טרינקט מען די בלוט פון אידן וואס שטייען נגד הגזירה
וואט עי שעים.
איש את רעהוגאנצלאיש את רעהוגאנצל

שקרן
איך וואלט געזאגט אז די גאנצע זאך וואס ענק סיקריקים זענט פלוצים געווארן גוט מיט א ציוני איז ווייל איר האט חשבונות בטעם הידועה מיט סאטמאר רבאיך גיי עס נאכאמאל איבערזאגן ווען הרב אויערבאך זאל ווען זיין קעגן סיי וואספארא אנדערע פעולה פון די צינים החרשתי
ווען הרב אויערבאך וואלט נישט געווארן קיין קנאי בלויז נאכן פארלירן בענקלעך אין כנסת החרשתי
אבער היות ס'איז נישט דאס און נישט דאס שרייט די אמת ארויס פון יעדע ווינקל
נאר ענק מאכן זיך טויב וועגן ענקערע סיקריקישע חשבונות
ביי די וועי די שיטה חדשה האט שוין באקומען א נייע טייטש............
גאנצל
ווען הרב אויערבאך וואלט נישט געווארן קיין קנאי בלויז נאכן פארלירן בענקלעך
בלאף
דאס האט די שיטה החדשה אהערגעשטעלט
..
די התנגדות קעגן העלפן חרדישע אפטיילונגען אין מיליטער האט זיך נישט אנגעהויבן די לעצטערע יארן
עס איז שוין איבער צען יאר אלט
צווישן די נאכפאלגער פון הרב שך איז געווען מפשרים וואס האבן געהאלפן ציוניסטישע מאטיווען
פון די צווייטע זייט איז געווען די שארפערע גאנג נישט צו לאזן מאכן פשרות.

זינט ווען האט מען אין סאטמאר אנערקענט הרב שך'ס צוויטע ? און זיך אנגענומען פאר אים ?

פרעגסט אייזן
גיי פרעג אן ביי הגאון רבי געציל און די אפיציעלע עסקנים פון משמרת חומותיך וואס געבן כסדר ארויס בריוו און חיזוק בראשורען צו די וואס טיילען זיך יעצט אפ פינעם שלטון און זיכן שטיצע ביי סאטמארע אידן, נאך יעצט נאכן ערשטן שיטה"ח דרשה איז ערשינען א 8 זייטיגער גליון מטעם עסקני משמרת חומותיך איבער די פליכט פון סאטמארע אידן צו שטיין צו די האנט פון די וואס טיילען זיך פינעם רעגירונג און שלאגן זיך מיט גיוס,
נישט זיי צו וועלן שטיצען און אנערקענען איז בלויז שנאה און רשעות צו א צווייטן איד ותו לא.
אינטערסאנט קיינער פון ר' אהרן'ס מענטשען נעמען ניט א טייל אין ר' אהרן'ס פרעזענליכע מערכה און בלוט צאפן אויף הר' אויערבאך............
ר' אהרן אליין דיין אייגן געמאכטע שונא צו הר' אויערבאך האט אליין געהאלטן א דרשה כו אב אז מ'זאל אים שטיצן
יו ווען משוגע מאכט ווען פליען וואלסטו שוין געווען אין מארס אן א פלי געצייג
גאנצל
ר' אהרן אליין דיין אייגן געמאכטע שונא צו הר' אויערבאך האט אליין געהאלטן א דרשה כו אב אז מ'זאל אים שטיצן
חס ושלום, מען טאר נישט אזא איד שטיצן און מיטגיין
דער שיטה החדשה איז עפעס גג על גג נאר מובן ליחידי סגולה.
דאס איז די 8 זייטיגע בראשור מיט אויסערגעווענליכע דברי הערצה ועידוד צו די בני תורה וואס שלאגן זיך קעגן די גזירת הגיוס און מען זאל זיי העלפן בייקומען די רדיפות וואס זיי מאכן מיט פון די הנהגת חזו"א5
די גליון האט ארויסגעגעבן די אפיציעלע עסקנישע ווירטשאפט אינערהאלב משמרת חומותיך
📎 0250.jpgמער איבער די שיטה החדשה קעגן אלימות, ועוד ועוד
איז כדאי צו הערן פון א אינערליכער פון צה"ל
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/open?id=0B3ueQD4itx0VWjV5ZlFQMDJTbUMtaTU1LVlaSHhoRTJ1d0dz">https://drive.google.com/open?id=0B3ueQ ... hoRTJ1d0dz</a>
פון די ערליכע בני תורה ווערט ארומגעשיקט א הודעה
הכונו למערכה עולמית:
דיווחים על היתכנות גל מעצרים של ראשי המערכה נגד הגיוס עוד הלילה
אם הדיווחים נכונים, הרי שהמדינה מכריזה בזאת על מלחמה כנגד התורה וכנגד בני היהדות הנאמנה לרבבותיהם, תוך הפרת כל כללי החוקה הבינלאומית ופגיעה חמורה בחופש הביטוי, חופש הדת, וחופש העיתונות, כשהם מקבלים אור ירוק מעוכרי ישראל בעלי חזות חרדית שבעד בצע כסף ואינטרסים מכוערים ורפורמיסטיים מוכרים את כל היקר והקדוש להם.
היהדות החרדית תשיב מלחמה אדירה שערה כנגד המדינה הכי אנטי יהודית בעולם
המדינה תלמד על בשרה את הנחישות היהודית, ודבר אלקינו יקום לעולם
נ. ב. הציבור מתבקש להיות במעקב במהלך השעות או היממות הקרובות
ווי עס שיינט יעצט ארבעט א חלק פון בני חו"ל מיט הגר"מ קוטלר הרב וואכטפויגל און הרב שעכטר צו אראנדזשירען א גרויסע צוזאמקום
ווארט מען צו זעהן ווי ווייט פאראייניגט מען וועט זיין די יעצטיגע מאל ביים ארויסטרעטן קעגן די גוזרי גזירה.
איש את רעהוגאנצל
ר' אהרן אליין דיין אייגן געמאכטע שונא צו הר' אויערבאך האט אליין געהאלטן א דרשה כו אב אז מ'זאל אים שטיצן
חס ושלום, מען טאר נישט אזא איד שטיצן און מיטגיין
ווען ער טוט גוטע זאכן מעג מען אים שטיצן אזוי ווי ס'איז אלס געווען אין סאטמארדער שיטה החדשה איז עפעס גג על גג נאר מובן ליחידי סגולה.
מובן פאר יעדע נארמאלע מענטש חוץ פאר די בלאפערס די סיקריקים
דאס איז די 8 זייטיגע בראשור מיט אויסערגעווענליכע דברי הערצה ועידוד צו די בני תורה וואס שלאגן זיך קעגן די גזירת הגיוס און מען זאל זיי העלפן בייקומען די רדיפות וואס זיי מאכן מיט פון די הנהגת חזו"א5
די גליון האט ארויסגעגעבן די אפיציעלע עסקנישע ווירטשאפט אינערהאלב משמרת חומותיך
📎 0250.jpgמער איבער די שיטה החדשה קעגן אלימות, ועוד ועוד
איז כדאי צו הערן פון א אינערליכער פון צה"ל
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/open?id=0B3ueQD4itx0VWjV5ZlFQMDJTbUMtaTU1LVlaSHhoRTJ1d0dz">https://drive.google.com/open?id=0B3ueQ ... hoRTJ1d0dz</a>
קיינעם אינטערסירט נישט דיינע פאשקעווילן סאטמאר רב האט קלאר געזאגט די דעת תורה ער האט ניטאמאל געשטאלפערט ס'איז זייער קלאר פאר ווער עס הערט
די סיקריקים וואס ווילן אויסגעבן זייער מדות מושחתות מיט לבוש הקנאי ווילן נאר אז מ'זאל האבן א מערכה דירעקט מיט הר' שטיינמאן
מיר האבן א מערכה מיטן יעדן ציוני מיט אלע זייערע לבושים אזוי האט אונז געלערנט די ערשטע סאטמאר רב ז"ל בעל ויואל משה און אט אזוי האט אונז געלערנט דער ממשיך דרכו דער הייליגער ברך משה סאטמאר רב השני און אויף דעם וועג גייט מען ווייטער ממשיך זיין
איש את רעהופון די ערליכע בני תורה ווערט ארומגעשיקט א הודעה
הכונו למערכה עולמית:
דיווחים על היתכנות גל מעצרים של ראשי המערכה נגד הגיוס עוד הלילה
אם הדיווחים נכונים, הרי שהמדינה מכריזה בזאת על מלחמה כנגד התורה וכנגד בני היהדות הנאמנה לרבבותיהם, תוך הפרת כל כללי החוקה הבינלאומית ופגיעה חמורה בחופש הביטוי, חופש הדת, וחופש העיתונות, כשהם מקבלים אור ירוק מעוכרי ישראל בעלי חזות חרדית שבעד בצע כסף ואינטרסים מכוערים ורפורמיסטיים מוכרים את כל היקר והקדוש להם.
היהדות החרדית תשיב מלחמה אדירה שערה כנגד המדינה הכי אנטי יהודית בעולם
המדינה תלמד על בשרה את הנחישות היהודית, ודבר אלקינו יקום לעולם
נ. ב. הציבור מתבקש להיות במעקב במהלך השעות או היממות הקרובות
ווי עס שיינט יעצט ארבעט א חלק פון בני חו"ל מיט הגר"מ קוטלר הרב וואכטפויגל און הרב שעכטר צו אראנדזשירען א גרויסע צוזאמקום
ווארט מען צו זעהן ווי ווייט פאראייניגט מען וועט זיין די יעצטיגע מאל ביים ארויסטרעטן קעגן די גוזרי גזירה.
איך בין זיכער אז סאטמאר רב וועט זיך צושטעלן צו אזא פראטעסט חוץ אויב מ'וועט רופן העברעישע רעדנער אזוי ווי ביי די פאריגע פראטעסט פון עדה החרידית (איך וועל נישט זיין געשאקט אויב איר וועט דעמאלט שרייען אז ער איז א שייגעץ פאר'ן מיט גיין מיט הר' קוטלער......)
אדער אויב מען וועט רעדן ענגליש.
אדער אויב ציונים וועלן זיין פארמישט (אזעלכע ציונים ווי אויערבאך וואס איז לוחם פאר פאליטישע חשבונות און וואס גייט צוריקפליען אין כנסת תיכף ביים באקומען א בענקל, נישט אזעלכע ציונים ווי שטיינמאן וואס זיין עצה דעקט ניינציג פראצענט פונעם פראבלעם - וואס איז קיינמאל נישט אפילו דא...).
ניין וועגן רעדן ענגליש איז נישט קיין פראבלעים מ'קען זיך צושטאפן די אויערן שיטת ר' שלמה לייב וויי"ב אדער ארויסלויפן ווי ר' טודרוס הא הא
און וועגן ציונים זיך משתתף זיין ווענדט זיך אויך אויב דער פוסק הדור ר' משה שטערנבוך וועט זיך משתתף זיין וועט מען א וודאי נישט גיין אבער אויב ר' מלכיאל קוטלור מיט רובי שרון די עכטע הייסע סאטמארע חסידים וועלן גיין וועט מען זיך משתתף זיין און ווער רעדט נאך אויב דער שופט פון בגץ (בב) וואס ער איז נאך נישט אזא ציוני ווי שטיינמאן..... וועט קומען וועט מען זיך אויך משתתף זיין
בכלל וועט ער ענדערש נעמען א פטור צו גיין ווי א דחוי ווייל דער דחוי פון 50 יאר צוריק האט שטיינמאן מחדש געווען און א פטור נעמען נאך היינט אלע סאטמארע און קנאותדיגע בחורים אויסער די סאמע הייסע קנאים אויערבאך וואס ער שעלט יעדן טאג די ציונים און ווייטאגט מיט זייערע נצחונות זיי זענען עפעס פלוצים געווארן פרומען ווי דעם פויבסט
א דור עקש ופתלתול
גאנצל
.....און ווער רעדט נאך אויב דער שופט פון בגץ (בב) וואס ער איז נאך נישט אזא ציוני ווי שטיינמאן..... וועט קומען וועט מען זיך אויך משתתף זיין
א דור עקש ופתלתול
די שופטים אין בגץ זענען באקאנט אלטס לינקע וואס זייער שיטה איז שטארק נוטה צו שיטת הנטורי קרתא
גאנצלניין וועגן רעדן ענגליש איז נישט קיין פראבלעים מ'קען זיך צושטאפן די אויערן שיטת ר' שלמה לייב וויי"ב אדער ארויסלויפן ווי ר' טודרוס הא הא
און וועגן ציונים זיך משתתף זיין ווענדט זיך אויך אויב דער פוסק הדור ר' משה שטערנבוך וועט זיך משתתף זיין וועט מען א וודאי נישט גיין אבער אויב ר' מלכיאל קוטלור מיט רובי שרון די עכטע הייסע סאטמארע חסידים וועלן גיין וועט מען זיך משתתף זיין און ווער רעדט נאך אויב דער שופט פון בגץ (בב) וואס ער איז נאך נישט אזא ציוני ווי שטיינמאן..... וועט קומען וועט מען זיך אויך משתתף זיין
בכלל וועט ער ענדערש נעמען א פטור צו גיין ווי א דחוי ווייל דער דחוי פון 50 יאר צוריק האט שטיינמאן מחדש געווען און א פטור נעמען נאך היינט אלע סאטמארע און קנאותדיגע בחורים אויסער די סאמע הייסע קנאים אויערבאך וואס ער שעלט יעדן טאג די ציונים און ווייטאגט מיט זייערע נצחונות זיי זענען עפעס פלוצים געווארן פרומען ווי דעם פויבסט
א דור עקש ופתלתול
פערצופאל, צום ערטשן מאל וואס דו ענטפערסט זייער צום זאך.