טראמפקעיר - American Health Care Act
180 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11376
טראמפקעיר - American Health Care Act
איינע פון די הויפט אישו׳ס און טעהנ׳ס אויף אבאמא מצד די ריפובליקאנער און אנדערע רעכטע גרופעס איז געוועהן ״אבאמאקעיר״, יעצט נאך טראמפ געווינס פון די ווייסע הויז האבן די רעכטע ענדליך זיך גענומען צו ריפלעיסן ״אבאמאקעיר״ מיט ״טראמפ קעיר״, די ריפובליקאנער האבן טאקע פארגעשלאגן זייער אייגענע ווערסיע פון העלט-קעיר וואס איז ווי געראכטן שטארק לטובה פאר די אינשאורינס קאמפעניס און נישט פאר די אמעריקאנע פאלק, לויט עקספערטן וועלן אינטער טראמפקעיר מיליאנען אמעריקאנער פארלירן זייערע העלט-קעיר, און רוב טענות און מענות וואס זיי אליינס האבן געהאט אויף ״אבאמאקעיר״ איז געבליבן די זעלבע פראבלעם מיט ״טראמפקעיר״.
טראמפ ווען ער איז געלויפן האט צוגעזאגט פאר די אמעריקענע פאלק צו ריפלעיסן אבאמאקעיר מיט א בעסערע סיסטעם, יעצט זעהט מען אז ״בעסער״ האט געמיינט בעסער פאר די ״אינשאורינס קאמפניס״ און נישט פאר די אינשאורער זעלבסט.
לאזט אייך הערן אייערע מיינוגען.
<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/American_Health_Care_Act">https://en.m.wikipedia.org/wiki/America ... h_Care_Act</a>
Every single false Republican criticism of Obamacare applies perfectly to Trumpcare - Los Angeles Times
<a class="postlink" href="https://apple.news/AFnM6201fTASc85xwpKcrJw">https://apple.news/AFnM6201fTASc85xwpKcrJw</a>
די עכטע יודעי דבר רופען עס אן 'רייענקעיר' מיט רעכט.
טראמפ איז טאקע ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט אז על האלט דערפון. מיט דעם אלעם נעם איך עס נישט פאר פעיס וואליו.
והראי' אז סטיוו בענאן'ס ברייטבארט איז שטארק דערקעגן.
טראמפ אליינס איז נאך אויך נישט איבריג אנטציקט פון דעם נייעם פלאן. אבער רייען איז פאר'עקשנ'ט.
שמעקעדיגטראמפ אליינס איז נאך אויך נישט איבריג אנטציקט פון דעם נייעם פלאן. אבער רייען איז פאר'עקשנ'ט.
און וואס איז געווארן מיט זיינע גרויסע פלענער??? ער האט נישט אויפגעהערט קריטיקירן אבאמא פאר אבאמאקעיר און געהאלטן אין איין זאגן אז ער האט מוראדיגע פלענער, און אלע זיינע שטיצער האבן געשריגן ״ער וועט אונז אויסלייזן״! ״ער האט די תירוץ צו אלעס״! ״ער איז א געלונגענע ביזנעסמאן!״
יא יא!
ער האט אפילו נישט קיין פלאן אויסער אראפווארפן מיליאנען מענטשען פון העלט קעיר! ער אליינס איז נישט אנטציקט פון זיין אייגענע פלאן אבער אויף אבאמאקעיר האט ער געשימפט?...
אין אנדערע נייעס א פעדעראלע שופט האט אפגעווארפן די נייע מוסלים-בען וואס טראמפ האט געוואלט אינפארסירן צום צווייטען מאל.
ער האט נאך גארנישט אויסעגפירט פון זיינע פלענער! אלעס איז דערווייל א וויץ.
איך לאך און איך וויין אויף איינמאל! איך האב מיך געבעטן צו ענק! ער ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך, און די ריפובליקאנער ארום אים פארדרייען אים א קאפ, ער באלאנגט אין זו נישט אין די ווייסע הויז...
אמת טאקע ער האט אסאך חסרונות, אבער אייביג קען מען טרעפן מעלות, אויב מען וויל דוקא. אפילו אין אבאמא האב איך געטראפן מעלות... צב"ש די סטאק מארקעט איז היסטאריש הויך א דאנק טראמפ. דאס איז גארנישט ביי דיר?
אלענפאלס, ביסט גערעכט אז דער טראמפ האט א גרויסן פיסק, און די אלע הבטחות פונעם קאמפיין איז געווען מער ווייניגער הוילע רעטאריק אן קיין קאנקרעט פלענער ווי אזוי צו פאררעכטן די אלע אישו'ס.
קודם כל די קריטיקירסט אויף האלבע ארבעט.
שנית די ווייסט גאנץ גוט אז ער איז כמעט אינגאנצן אליינס דארט אין וואשינגטאן. ער האט נישט מיט זיך נישט די דעמאקראטן און נישט די רעפובליקאנער.
שלישות אובאמא האסטו אויך קריטיקיהרט קוים זעכציג טעג נאכן איינשווערונג פארן נאכנישט דורכפירן העלט קעיר רעפארם?
Re: טראמפקעיר - American Health Care Act
וואס - און פאר וועם - איז א מעלה אז די סטאק מארקעט איז הויך? נאכמער, אז מען טראכט אריין 'פארוואס' די סטאק מארקעט איז הויך, ווערט דעם פשוט'ן בירגער ביטער אויפן הארצן.
א גוטער רעגירונג'ס סיסטעם, ברויך מען נישט האבן פאר די טאפ 1 פראצענט. אין יעדע סיסטעם, (חוץ אין רוסלאנד'ס קאמוניזם, אבער אין טשיינע למשל יא) זענען די רייכע געווענליך מסודר און פראטעקטעד. רייכע דארפן סך הכל א סיסטעם כל דהו, מיט פאליציי און מיליטער זיי צו באוואכן פון זאכן וואס זענען נאך שטערקער ווי זיי - ווי א מאב פון אויפגעברויזטע פויערן, און / אדער א מיליטער פון א אנדערן לאנד.
די איבריגע 99 פראצענט, דארפן אבער האבן א רעגירונג וואס זאל קעיר נעמען פון זיי, און גיין קעגן די נאטורליכע זשאנגל געזעצן אז ווער עס איז שטערקער געווינט. זיי דארפן האבן א רעגירונג וואס זאל האלטן די רייכע אין טשעק, זיי נישט לאזן פאלוטן די ערד און וואסערן, ריזיקירן די פינאנציעלע סטאביליטעט פונעם אלגעמיינעם פובליק פאר זייערע אומ'אחריות'דיגע ביזנעס געמבל'ס צו קענען פארדינען א איבריגע פאר ביליאן דאלער, א רעגירונג וואס זאל מינימיזירן די אינקאם אינעקוואליטי דורך טעקסן די רייכע, און געבן דאס געלט פאר די איבריגע 99 צו קענען האבן בעיסיק לעבנס געברויכן, ווי פוד, שעלטער, און העלטקעיר.
יעצט איז די סטאק מארקעט הויך ווייל די רייכע טאפ 1 פראצענט זענען זייער אפטימיסטיש און פרייליך, אז דער טראמפ וועט זיי ווייטער ערלויבן צו סקרוען די ארימע אין די אלע אויבנדערמאנטע אספעקטן. נאך וואס אבאמא האט זיי נעבעך איינגעצוימט אביסל (כאטש ווייט פון גענוג).
Re: טראמפקעיר - American Health Care Act
וואס פארא תירוץ איז דאס אז ער האט קיינער מיט זיך? דאס איז גאר די טענה. איינער וואס קען נישט האבען די נויטיגע מענטשען מיט זיך, איז א פראבלעם. דא רעדט מען נישט פון טע׳אריא צו טראמפ איז קלוג צו נישט. מ׳רעדט פראקטיש, קען ער דעליווערען עפעס א ישועה פון די עם היושבים באמעריקא? טאמער ער קען נישט האבען די מענטשען מיט זיך, קען ער נישט
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליידער איז נישטא קיין פאליטישאנס היינט וואס רעפרעזענטירן די אינטערעסן פון די בירגער. איך בין נישט זיכער אז טראמפ רעפרעזענטירט יא די אינטערעסע פון די בירגער אבער איין זאך איז זיכער אז ער רעפרעזענטירט נישט די אינטערעסע פון אלע אנדערע פאליטישאנס. דאס געט מיך עטוואס האפענונג אז זאכן וועלן זיך טוישן.
ליטוואק פון בודאפעסטמ׳רעדט פראקטיש, קען ער דעליווערען עפעס א ישועה פון די עם היושבים באמעריקא? טאמער ער קען נישט האבען די מענטשען מיט זיך, קען ער נישט
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אז די מענטשן וואס ער דארף מיט זיך רעפרעזענטירן נישט די אינטערעסע פונעם ציבור זאל ער זיך צו זיי צושטעלן?
Re: טראמפקעיר - American Health Care Act
וואס ער זאל צו ער זאל נישט טוהן איז נישט דער נושא. די שאלה איז וואס ער קען, צו וואס ער טויג.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
קענען טאן זאכן וואס זענען נישט לטובת הציבור איז אויך נישט קיין חכמה. אז ער איז נישט מצליח צו קענען טאן וואס איז ריכטיג לטובת הציבור האט ער כאטש אזויפיל אויסגעפירט אז ערגער וועט עס נישט ווערן מיט איהם אויפן בענקל.
Re: טראמפקעיר - American Health Care Act
בקיצור, נישט Make America Great Again, נאר Make America not get too much worse. אנשטאט׳ס זוכען א וועג צו מאכען בעסער, דורך ארבעטען מיט אנדערע.
זייער פיין אויב דאס האסטו געזוכט אין א פרעזידענט
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דעת תורה.
די רעגירונג איז נישטא צו געבען די ארימע געלט פין די רייכע, דאס רופט זיך גניבה, די רעגירונג איז דא צו פראטעסטירן יעדעם אהן אויסנאם זיינע רעכטען צו טוהן ביזנעס און לעבען.
ווי צ.ב.ש. פראטעקטען פרייע ביזנעס און קאמפעטישן, צ.ב.ש. אז בינגא זאל קענען פארקויפן אהן דעם וואס א כאטקע סיחון עמון ומואב גראסערי געשעפטן זאלען זיך צוזאמען נעמען און טוהן בלעקמעילען א מענטש וואס וויל פארקויפן פאר ביליגער.
ער איז דריי וואכן אין ווייסע הויז, נאכנישט אויסגעפאקט זיינע גאטשעס, און ער נעמט שוין קרעדיט פאר די סטאק מארקעט און די עקאנאמיע? Hold your horses.
לאמיר שוין זאגן אז סאיז אמת אז לכבודו איז די סטאק מארקעט הויעך, ווער פארדינט אז די קוים איין פראצענט אין אמעריקע מאכן א לעבן? אויפן חשבון פון די ארימע? און אויפן חשבון אז די רעכטע גייען אראפנעמען אלע רעיגיולאציעס פון קאפערעישאונס?.
איך בין פון די ניינאוןניינצוג און איך פארדין שיין ווען די מארקעט גייט ארויף. איך בין פון די ניינאוןניינצוג און ווען מ'גייט שניידן רעגולאציעס גיי איך פארדינען. פארגעס נישט אז די איין פראצענט האט גענוג געלט און רעסורסן זיך אן עצה צו געבן מיט רעגולאציעס. זיי האבן אפי'גענוג געלט דורך צו שוויצען שווערע צייטן אין די מארקעט. די איין פראצענט האט פיין איבערגעלעבט די 08 קראך.
א גרויסע חלק פון די ניינאוןניינצוג האבן נישט. א גרויסע חלק פון די ניינאוןניינצוג קען נישט טון קיין ביזנעס א דאנק רעגולאציעס.
!Good for you
שבת אחיםער איז דריי וואכן אין ווייסע הויז, נאכנישט אויסגעפאקט זיינע גאטשעס, און ער נעמט שוין קרעדיט פאר די סטאק מארקעט און די עקאנאמיע? Hold your horses..
אויב דו קריטיקירסט אים, מוזטו אים אויך געבן קרעדיט, ניין?. עס איז א 2-וועי סטריט.
איראניש איז אז די איין פראצענט איז אויף שבת'ס וואגן. וועקט אייך אויף!
דעת תורא: גאר לעכערליך געשריבן. אז איך וועל האבן איבעריג צייט וועל איך זיך וואשן צו דיר.
שמעקעדיגשבת אחיםער איז דריי וואכן אין ווייסע הויז, נאכנישט אויסגעפאקט זיינע גאטשעס, און ער נעמט שוין קרעדיט פאר די סטאק מארקעט און די עקאנאמיע? Hold your horses..
אויב דו קריטיקירסט אים, מוזטו אים אויך געבן קרעדיט, ניין?. עס איז א 2-וועי סטריט.
אזוי גאר???
איך קריטיקיר אים ווייל ער האט קריטיקירט די דעמקראטן און אנגערופן אבאמא אלץ די ״ערגסער פרעזידענט״, און געזאגט האט ער אז ער האט בעסערע פלענער פאר אמעריקע ווי אבאמא, און דערווייל האט ער גארנישט! קיין שום פלענער! נאדא! זערו! זילטש!
ווי קען א נארמאלע מענשט נישט קריטיקרן אזא אומקאמפעדענט פרעזידענט ווי טראמפ וואס טוויט ליגענט אינמיטן די נאכט אז אבאמא האט אים געווייער טעיפט, ווען סאיז אויסגעזויגן פון פינגער? דעס איז אונזער פירער? א בעל דימיון?.
ווי קען א נארמאלע באזעצענע מענטש נישט קריטיקרן טראמפ און די רעכטע ווען זיי ווילן אריינלייגן נאך שווערע ביליאנען דאללערן אין די שטערקסטע מיליטער אין די היסטאריע פון די וועלט בשעת איבער 40 מיליאן מענטשען אין אמעריקע לעבן אין ארימקייט?, ווייל די קאנטראקטס פון די מילטער זענען בוזעם פריינד פון די רעכטע און זייערע לאביסטן שמירן די ריפובליקאנער רעדער????
זיין פלאן פון ״מעיק אמעריקע גרעיט עגעין״ איז געוועהן אראפצוווארפן מיליאנען מענטשען פון העלט קעיר? און פון די אנדערע זייט אראפנעמען אלע רעגיולאציעס פון די קארפטירטע קאפערעישאונס און פארמאסיוקיטעל אינדאסטריס? אז אין אמעריקע זאל מעדיצענען קאסטן זעקס מאל אזוי זאך ווי אין קאנאדא???.
פאר אלע ביליאנערן וויל ער שניידן טעקסעס, אבער סאושעל סעקיורטי, מעדיקער, און אלע גאווערמענט פראגרעמס וויל ער שניידן???
ווי געבסט אים אזוי שנעל קרעדיט פאר די עקאנאמיע?, ער ווייסט דאך נישט וואס ער טוט, מקען אים נישט טראסטן, ווען איוואנקע גייט אין שול דאווענען און קושנער וואטש נישט אויף אים פארלירט ער זיך ווי א קליין קינד. מיט איין קליינע דריי קען ער חרוב מאכן די עקאנאמיע, ביי דאבליו בוש איז אויך קודם געוועהן א גיטע עקאנאמיע ביז ער האט חרוב געמאכט אלעס און געלייגט אמעריקע אין דער ערד מיט זיינע מלחמות.
ס'געפעלט מיר וויאזוי פלוצלינג ביסטו אזוי זיכער אז ער איז א שטארקע רעכטע.
קורקלענדאיראניש איז אז די איין פראצענט איז אויף שבת'ס וואגן. וועקט אייך אויף!
זיי זיך מסביר?
די וואלטן ברודער פון וואלמארט זענען אויף מיין וואגן?
שעלדאון עדעלסאון?
קאוק ברודער?
סטיווען שווארצמאן?
מיט ראמני?
וכו׳ וכו׳
די לינקע רייכע זענען כאטש האלבע נארמאלע מענטשען א שטייגער ווי ביל געיטס, ווארען בופעט, מארק צוקערבערג, האבן נישט קיין פראבלעם צובאצלן זייער טעקסעס ערליכערהייט, און זיי האבן נישט קיין שום לאביאסט אין וואשינגטאן אנטעקן די ארימע, זיי האבן נישט קיין פראבלעם צו העכערן די מיניומעם וועידזש ווי דער חזיר שעלדאן עדעלסאן. די לינקע רייכע האלטן אין איין זאגן מ׳זאל זיי העכערן די טעקסעס, זיי זענען עס גרייט צו באצאלן, כיודיע לכל.
וועקט אייך אויף!
קורקלענדס'געפעלט מיר וויאזוי פלוצלינג ביסטו אזוי זיכער אז ער איז א שטארקע רעכטע.
ער איז טאקע גארנישט! ער ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך! ער האט זיך נאר ארומגענומען מיט א סטעיף פון צוריקגעשטאנענע רעכטע בהמות וואס זיי דרייען/פארדרייען די רעדעל.
ביל געיטס און מארק צוקערבורג זענען ביידע נתעשר געווארן דורך גניבה גזילה ושפיכת דמים. נאכן עס מאכן ביז ארויף אויף אזוי ווייט אז זיי זענען פון די צען רייכסטע. פארשטייט זיך אונטער פוטין. האבן זיי ניטאמאל געקוקט אויף צוריק צו באצאלן אדער מכיר טוב זיין וועם זיי האבן באגאנבעט אויפן וועג. זיי זענען נידעריגע ביזנעסלייט וואס ווען וועלט וואלט געווען וועלט אדער ווען קאפיטאליזם וואלט געווען קאפיטאליזם וואלט מען שוין זייערע ביזנעסער צובראכן אויף שטיקער.
באפפעט איז גראדע א פיפיגער אינג איהם טראסט איך נישט פאר א רגע. אבער ער מאכט עס צו גוט איך זאל עס קענען געניג שנעל ארויסברענגן געניג קלאר. אבער איין זאך קען מען זעהן פון זיין פיפיגקייט אז אנדערש ווי אנדערע דעמאקראטישע רייכע האלט ער זיך דאס פיסק און ווארפט אמאל א גוט ווארט פון האפענונג אויף טראמפ.
בנוגע די מינימום געהאלט ווייס איך און די אויך אז א טאג נאך ס'איז ארויף איז געווען א צעטל אויף די טיר פון יעדע געשעפט אין שטאט אז צוליב די העכערונג פון די מינימאלע געהאלט דארפן זיי הייבן אלע פרייזן. אז אינפלאציע סקייראקעט וואס וועלן ד ארימע לעבארערס איצט קענען קויפן מיט מער געלט אויב ס'איז ווערט ווייניגער?
ב.ד.וו. צו אונזער טרויער האט טראמפ מערערע מאל זיך געלאזט הערן אז ער האלט יא פון הייבן די מינימאלע געהאלט.
Re: טראמפקעיר - American Health Care Act
קורקלענדדעת תורא: גאר לעכערליך געשריבן. אז איך וועל האבן איבעריג צייט וועל איך זיך וואשן צו דיר.
וואש דיך שוין, דער עולם קען נאך מיינען דו ביסט גערעכט [emoji4]
בנוגע העכערן שטייערן. יא אלע לינקע זאגן עס. יא אלע לינקע שרייען אז מען מוז. אבער איין מינוט. האלט. יעדער קען זיך אליין העכערן. יא דו הערסט גוט מ'קען באצאלן וויפיל מ'וויל. ס'איז אויך זייער גרינג מיט
איין קנעפל. מ'קען אפילו באצאלן מיט קרעדיט קארד. נישט נאר דאס. נאר זיי וועלן רעדוצירן דער פער קאפיטא חוב פון די דעפעציט פאר די ניינאוןניינצוג פראצענט אויך.
אבער די אמת איז אזוי ווי טראמפ זאגט "איטס אלל טאלק נאו עקשאן".
Re: טראמפקעיר - American Health Care Act
אישתישבידעת תורה.
די רעגירונג איז נישטא צו געבען די ארימע געלט פין די רייכע, דאס רופט זיך גניבה, די רעגירונג איז דא צו פראטעסטירן יעדעם אהן אויסנאם זיינע רעכטען צו טוהן ביזנעס און לעבען.
ווי צ.ב.ש. פראטעקטען פרייע ביזנעס און קאמפעטישן, צ.ב.ש. אז בינגא זאל קענען פארקויפן אהן דעם וואס א כאטקע סיחון עמון ומואב גראסערי געשעפטן זאלען זיך צוזאמען נעמען און טוהן בלעקמעילען א מענטש וואס וויל פארקויפן פאר ביליגער.
דעפיין די 'רעגירונג'.
עס איז פארהאנען אלע סארטן רעגירונגען, מאנארכיע'ס דיקטאטארן טעאקראטיע און דעמאקראטיע. קאמוניזם און קאפיטאליזם.
די בעיסיק צילן פון זיי אלע איז צו צושטעלן סעיפטי און ארדער, שאלמלא מוראה איש את רעהו חיים בלעו. דאס טוען מער ווייניגער אלע סארטן רעגירונגען. דאס האבן רעגירונגען צוגעשטעלט פאר 5,000 יאר צוריק אויך. מ'דארף נישט האבן קיין ענלייטענמענט פאר דעם.
וואס דו שטעלסט פאר איז די פיסקעל קאנסערוואטיווע צוגאנג, צו לאזן מענטשן הענגען און נישט קעיר נעמען פון די אייגענע באפעלקערונג, ווער עס איז מצליח זאל לעבן ווי א גביר, און ווער עס מאכט עס נישט זאל ל"ע אויסגיין פאר הונגער.
אבער אפילו לויט די - בעיני, הארצלאזע, סדום'ע - צוגאנג, איז דאך אויך פשוט אז מ'טאר נישט לאזן די רייכע באקריוודען די ארימע פון וואס עס קומט זיי ביושר. געזונטע לופט, וואסער, א פלאנעט וואס זאל נישט זיין אין סכנה פון אונטערגאנג.
די זעלבע אינעם פינאנציעלן סעקטאר, ווען א קראך זאל ווען נאר מאכן פראבלעמען פאר די באטרעפנדע וואס האבן גע'געמבלט, גלייב מיר קיינער וועט עס נישט באוויינען. מען עסט וואס מען קאכט זיך אפ. די מעשה איז אבער - צוליב די וועג וויאזוי די עקאנאמיע ארבעט - אז אפאר יחידים'ס אומפאראנטווארטליכע שריט קען גורם זיין א בכיה לדורות פארן גאנצן לאנד, איז דאך פשוט אז די פונקציע פון די רעגירונג איז צו פארזיכערן די סעיפטי פון זייערע איינוואוינער, פיינענשעל פונקט ווי פיזיקעל. פונקט ווי דו פארלאנגסט די גאווערמענט זאל צוריק האלטן בלו קאלער קריים, איז די זעלבע מיט ווייט קאלער קריים און ווייט קאלער סכנות. פונקט ווי דו וואלסט ערווארטעט דער שיפ'ס קאפיטאן זאל נישט צולאזן א יחיד זאל זיך בויערן א לאך אין זיין ווינקל.
בלייבט נאר איבער די דורות אלטע שאלה, צי מ'זאל צונעמען אביסעלע ביליאנען פון א גרויסן ביליאנער (וואס בלייבט מיט סאך מער) כדי צו שפייזן א האלבע שטאט זאל נישט אויסגיין פאר הונגער. דאס איז א לעגיטימער דיון וואס איז שוין טויזנטער קולמוסים נשתברו עליו. און דו קענסט האלטן וויאזוי דו ווילסט. אבער אנדערע זאכן זענען בכלל נישט אופען פאר דיבעיט. עס איז פשוט די רייכע וואס פרובירן צו בא'גנב'ענען די ארימע. ווייט קאלער בולי'ס.
דעת: קענסט עס טוויסטן וויאזוי די ווילסט. פאקט איז אז אלעס וואס א די שרייבסט א רעגירונג 'דארף' צושטעלן קען נישט די רעגירונג עס צושטעלן. ווייל די רעגירונג האט עס נישט. די רעגירונג דארף עס נעמען ביי דער וואס האט עס יא. דאס הייסט גניבה. אפגעזען צו ס'איז פאר פיקוח נפש אדער נישט. נעמען געלט וכדו' פון יענעם מיט געוואלד איז א פארעם פון גניבה. מ'קען נישט פארברענען מער ווי מ'פאבריצירט. איינער וואס געט גארנישט צי פאר סאסייעטי דארף א צווייטער ארבעטן פאר איהם. קיינער איז נישטא צו ארבעטן פאר דיר נישט קיין חילוק ווי וויכטיג ס'איז.
איך ווייס נישט אויף וועמענס קאסע די לעבסט. אבער אזויפיל קען איך דיר זאגן אז ס'איז היינט זייער דיסקארעזשינג צו זיין פון די פראדוצירערס. און סוף כל סוף ברענגט עס נישט קיין גוטס.
דעת תורהאישתישביבלייבט נאר איבער די דורות אלטע שאלה, צי מ'זאל צונעמען אביסעלע ביליאנען פון א גרויסן ביליאנער (וואס בלייבט מיט סאך מער) כדי צו שפייזן א האלבע שטאט זאל נישט אויסגיין פאר הונגער. דאס איז א לעגיטימער דיון וואס איז שוין טויזנטער קולמוסים נשתברו עליו. און דו קענסט האלטן וויאזוי דו ווילסט. אבער אנדערע זאכן זענען בכלל נישט אופען פאר דיבעיט. עס איז פשוט די רייכע וואס פרובירן צו בא'גנב'ענען די ארימע. ווייט קאלער בולי'ס.
זאל גאווערמענט פראטעקטן דעם ארימאן פאר ער בא'גנב'עט די ארימע. כולי עלמא מודה אז גאווערמרנט דארף פראטעקטן יעדעם.
וואס פעלט אויס צו לאזן דער גביר גנב'נען און נאך דעם וואס דער גביר האט שוין פארדינט זיין געלט זאל מען צוריק נעמען די געלט בתורת שטייערען?
אז ער האט עס גע'גנב'עט זאל מען איהם עס צונעמען בתורת והישב את הגניבה.
Re: טראמפקעיר - American Health Care Act
כ'כאפ נישט פונקטליך אויף וואס מיר דיסאגריען. איך בין מסכים אז פלעין גיין צונעמען יושר'דיג פארדינטע געלטער פונעם רייכן כדי דער ארימער זאל נישט שטארבן, איז לכל הפחות קאנטראווערסיעל. און עס דארף א שטארקע קעיס עס צו קענען בארעכטיגן. עס איז נישט אזוי פשוט.
איך רעד בעיקר פון רעגולאציעס - ענווייראמענטאל און פינאנציעל - וואס איז אויך א פשוט'ער צורך. און דאס צו עלימינירן איז פשוט א וועג פון די רייכע צו בא'גזל'ען די ארימע פון זייער כבשת הרש. לופט, וואסער, און דאס ביסעלע געלט (חובות..) זאל זיין סטאביל.
איך זעה נישט פארוואס די רייכע זאלן נישט זיין אפעקטעד פון לופט און וואסער פונקט ווי די ארימע. ביטע געב צו פארשטיין וויאזוי די רייכע האבן בעסערע לופט און וואסער ווי די ארימע.
Re: טראמפקעיר - American Health Care Act
דאס אז זיי האבן נישט (אויב און ווען ס'איז טאקע אזוי. עיין ערך ד.א.פ.ל.וואס מ'האט גערוקט פון ביסמארק צו א אינדיאנער רעזערוואציע) גיט זיי נאכנישט קיין רעכט מיר צו בא'גנב'ענען. זיי ווילן ריזיקירן כדי צו מאכן געלט, אויף מיין חשבון (האמיר שוין קודם א קעיס זיי זאלן זיך עטליעסט טיילן מיטן המון עם מיט די רווחים). מיר זיצן אלע אין די זעלבע שיף, און אלע ליידן פון דעם לאך וואס זיי בויערן פאר זייער געלט גייציגקייט.
דעת תורהדאס אז זיי האבן נישט (אויב און ווען ס'איז טאקע אזוי. עיין ערך ד.א.פ.ל.וואס מ'האט גערוקט פון ביסמארק צו א אינדיאנער רעזערוואציע) גיט זיי נאכנישט קיין רעכט מיר צו בא'גנב'ענען. זיי ווילן ריזיקירן כדי צו מאכן געלט, אויף מיין חשבון (האמיר שוין קודם א קעיס זיי זאלן זיך עטליעסט טיילן מיטן המון עם מיט די רווחים). מיר זיצן אלע אין די זעלבע שיף, און אלע ליידן פון דעם לאך וואס זיי בויערן פאר זייער געלט גייציגקייט.
איין כלל איז גאנץ זיכער אז גאווערמענט דארף זיין עומד על המשמר אז קיינער שעדיגט חלילה נישט א צווייטן. אבער אז איינער פארפירט אז א געוויסע פייפליין איז גאר שעדליך און מ'טאר עס נישט מאכן. ווען פון די אנדערע זייט האט ער א נעץ פון רעילראודס וואס גייען פארלירן שווערע געלטער. האט די פייפליין גאנץ ווייניג ציטון מיט די ענווייערמענט. און זיין מחאה און פארפיראכץ גאנץ ווייניג מיט די ארימע.
ווען איינער שרייט אז יענער טאר נישט דא פראדעצירן ווייל ס'שאט די ענווייערמענט בעת ווען ער פראדעצירט אין כינע אונטער גאר שוואכערע אומשטענדען איז ער פול אוו איט.
Re: טראמפקעיר - American Health Care Act
מסכים. אבער 'איך' שריי. און נאך מיליאנען אמעריקאנער בירגער. אונז האבן מיר נישט קיין רעילראוד'ס און קיינע פאבריקן אין כינע. אז איינער איז א וואגאבונד און אביוזד אויפריכטיגע ארגומענטן מיט באהאלטענע צילן, אדרבה זאל מען אים דעמאסקירן און זאל יעדער זען אז ער רייט אויפן ציבור. אבער דאס נעמט נאכנישט אוועק פון די פאקטישע לעגיטימע טענות פונעם גאנצן עולם.
וואס פונקטליך שרייען די מיליאנען אמעריקאנע בירגער?
Re: טראמפקעיר - American Health Care Act
אז זיי דארפן געזונטע לופט און וואסער און א פלאנעט וואס איז ראוי צו וואוינען. און פיינענשעל סטאביליטעט
פאר די אלע וואס כאפן נאכנישט וואס גייט פאר זאלן נאר כאפן א בליק אויף דאנאלד טראמפ׳ס קאבינאט, די רייכעסטע קאבינאט פון עני גאווערמענט אין די היסטאריע פון גאווערמענטס!!!, ריזיגע בילאנערן וואס זענען אויפגעוואקסן אין פאלאצן מיט כל טוב וטוב און הייבן בכלל נישט אן צופארשטיין די עוורידזש אמעריקען, קרוקלענד האט פראבירט צופארדרייען די מעשה אז די לינקע זענען גאר די רייכע, ביטע יעדער וואס וויל וויסן דעם אמת זאל כאפן א בליק דא
<a class="postlink" href="https://www.google.com/search?q=donald+trumps+cabinet+net+worth&ie=UTF-8&oe=UTF-8&hl=en-us&client=safari">https://www.google.com/search?q=donald+ ... ent=safari</a>
און די בילאנערן וואס שלאפן אויף פיין עגיפטען לינען און באדן זיך אין לוקסוס, ווארפן געלט ווי מיסט פאר זייערע משוגעתן זארגן זיך אוואדי פאר די 60 מיליאנען אמעריקאנער וואס קענען נישט דורכשטיפן דעם חודש? זיי ווייסן ניטאמאל וואס סמיינט! פלוז!
איין קרימינאל נאכן צווייטן... איין קראק נאך צווייטען... דעס איז די היינטיגע אמעריקאנע גאווערמענט!!!
קורקלענדאיך זעה נישט פארוואס די רייכע זאלן נישט זיין אפעקטעד פון לופט און וואסער פונקט ווי די ארימע. ביטע געב צו פארשטיין וויאזוי די רייכע האבן בעסערע לופט און וואסער ווי די ארימע.
נישט אלע רייכע, די לינקע רייכע זענען שטארק פאר די ענווייערמענט, ליידער איז אבער דא מיליאנערן און ביליאנערן וואס זענען נישט עדזשיוקעיטעט און זיי זענען שטארקע גלויביגע קריסטן, און האלטן אז יעזוס האלט די רעכטע האנט, און זיי גלייבן נישט אין קיין סייענס.
די ביזט אויך א קראק און א קרימינאל. איך אויך. יעדער איז. ליידער איז היינט די גאווערמענט אזוי אויסגעשטעלט. וואס מער א מענטש טוט גוט אדער שלעכט ברעכט ער די געזעצן. אזוי האט די גאווערמענט אויף יעדן אביסל בלעקזשעק.
יא. אפי' אין די דעמאקראטישע אמעריקע פארמאגן מיר א גאווערמענט וואס באשטייט פון בלעקמעיל און עקסטארשאן.
א רייכע קאבינעט? אויך מיר א פראבלעם. ארימע לייט ביים רעדל וואלט זיך בעסער געפירט?
קורקלענדביל געיטס און מארק צוקערבורג זענען ביידע נתעשר געווארן דורך גניבה גזילה ושפיכת דמים. נאכן עס מאכן ביז ארויף אויף אזוי ווייט אז זיי זענען פון די צען רייכסטע. פארשטייט זיך אונטער פוטין. האבן זיי ניטאמאל געקוקט אויף צוריק צו באצאלן אדער מכיר טוב זיין וועם זיי האבן באגאנבעט אויפן וועג. זיי זענען נידעריגע ביזנעסלייט וואס ווען וועלט וואלט געווען וועלט אדער ווען קאפיטאליזם וואלט געווען קאפיטאליזם וואלט מען שוין זייערע ביזנעסער צובראכן אויף שטיקער.
באפפעט איז גראדע א פיפיגער אינג איהם טראסט איך נישט פאר א רגע. אבער ער מאכט עס צו גוט איך זאל עס קענען געניג שנעל ארויסברענגן געניג קלאר. אבער איין זאך קען מען זעהן פון זיין פיפיגקייט אז אנדערש ווי אנדערע דעמאקראטישע רייכע האלט ער זיך דאס פיסק און ווארפט אמאל א גוט ווארט פון האפענונג אויף טראמפ.
בנוגע די מינימום געהאלט ווייס איך און די אויך אז א טאג נאך ס'איז ארויף איז געווען א צעטל אויף די טיר פון יעדע געשעפט אין שטאט אז צוליב די העכערונג פון די מינימאלע געהאלט דארפן זיי הייבן אלע פרייזן. אז אינפלאציע סקייראקעט וואס וועלן ד ארימע לעבארערס איצט קענען קויפן מיט מער געלט אויב ס'איז ווערט ווייניגער?
ב.ד.וו. צו אונזער טרויער האט טראמפ מערערע מאל זיך געלאזט הערן אז ער האלט יא פון הייבן די מינימאלע געהאלט.
אזעליכע שטותים צאם צורעדן? וועם האבן זיי באגנבט? פאר יעדע מענטש וואס דו ברענגסט וואס זאגן אז ביל געיטס
און מארק צוקערבערג האט זיי באגנבט קען מען ברענגן 20 מענטשען/קאמפעניס וואס וועלן זאגן אז דיין טראמפ האט זיי באגנבט, אוואדי ביסטו א ריפובליקען, שטימט גאנץ גיט אויף דיר, זאג? די דעמקראטן זענען גנבים אבער דיק טשעני מיט די קאוק ברידער זענען ממש צדיקים! הא הא 😂
און די ניו יארק טיימס איז אוואדי פעיק ניוס? אוואדי!
און וואספארא שפיכת דמים איז ביל געיטס געוועהן אינוואלוועט? איז עס ערגער ווי דאבליו בוש מיט טשעני וואס האבן אונז אריינגעשלעפט אין מלחמות און געהארגעט טויזענטער מענטשען פאר גארנישט און פארנישט, פשוט פאר זייערע פריוואטע צוועקן און בענעפיטס???. דריי א קאפ פאר א צווייטען.
ער זאגט נאך פאר מיר אז איך זאל מיך אויפוועקן... דו וועק דיך אויף!
דעת תורהכ'כאפ נישט פונקטליך אויף וואס מיר דיסאגריען. איך בין מסכים אז פלעין גיין צונעמען יושר'דיג פארדינטע געלטער פונעם רייכן כדי דער ארימער זאל נישט שטארבן, איז לכל הפחות קאנטראווערסיעל. און עס דארף א שטארקע קעיס עס צו קענען בארעכטיגן. עס איז נישט אזוי פשוט.
איך בין זיכער אז רוב געלטער וואס די גאווערמענט שפענדן אויפן ציבור'ס חשבון איז ווייט פון וויכטיג.
קורקלענדדי ביזט אויך א קראק און א קרימינאל. איך אויך. יעדער איז. ליידער איז היינט די גאווערמענט אזוי אויסגעשטעלט. וואס מער א מענטש טוט גוט אדער שלעכט ברעכט ער די געזעצן. אזוי האט די גאווערמענט אויף יעדן אביסל בלעקזשעק.
יא. אפי' אין די דעמאקראטישע אמעריקע פארמאגן מיר א גאווערמענט וואס באשטייט פון בלעקמעיל און עקסטארשאן.
א רייכע קאבינעט? אויך מיר א פראבלעם. ארימע לייט ביים רעדל וואלט זיך בעסער געפירט?
רייכע מענטשען פארשטיין נישט קיין ארימע! פירעד! וועם ווילסטו פארדרייען א קאפ? מרעדט דא אז ארימע מענשטען זאלן איבערנעמען די רעדעל???
מ׳רעדט אז נארמאלע מענטשען מיט מענטשליכע געפילן זאלן איבערנעמען די רעדעל, א שטייגער ווי עליזעבעט ווארען און בערני סענדארס וואס זענען אויפגעוואקסן אין ארימע-עוורידזש הייזער.
אלטע כלל! א זאטע מענטש פארשטייט נישט קיין הונגעריגע! טראמפס קאבינאט ווערט געפירט נישט דורך סתם רייכע נאר די super rich דא רעדט מען פון איין בילאינער נאכן צווייטען, זיי הייבן נישט אן צופארשטיין וואס מיינט זיך פלאגן פאר פרנסה, און ווי שווער עס איז דורכצושטיפן די חודש.
קורקלענדדעת תורהכ'כאפ נישט פונקטליך אויף וואס מיר דיסאגריען. איך בין מסכים אז פלעין גיין צונעמען יושר'דיג פארדינטע געלטער פונעם רייכן כדי דער ארימער זאל נישט שטארבן, איז לכל הפחות קאנטראווערסיעל. און עס דארף א שטארקע קעיס עס צו קענען בארעכטיגן. עס איז נישט אזוי פשוט.
איך בין זיכער אז רוב געלטער וואס די גאווערמענט שפענדן אויפן ציבור'ס חשבון איז ווייט פון וויכטיג.
אוואדי רוב פעדעראלע געלטער גייט פאר דעפענס און ארמיי וואס פעלט בכלל נישט אויס! ווער שטיצט עס??? דיינע רעכטע! ארויסגעווארפאנע געלטער פאר זייערע איגאו און paranoia און שטייצעך דעליווירן קאנטרעקטס פאר זייערע לאביסטן.
אקעי.
כ'האלט פון ביל געיטס, קאוק בראדערס, ווארען באפפעט, דיק טשעיני, צוקערבורג, משפחת בוש, א. א. וו. אייניג.
בנוגע ביל געיטס איז א נושא פאר זיך. אפשר אמאל אין די וועקער וכדו' וועל איך עס דעקן ברייט.
נ.י. טיימס איז פעיק ניוז. פאקס אויך. ברייטבארט אויך. וואל סטריט זשורנאל גם כן. סי.ען.ען ריעלי פעיק ניוז.
גראדע שרייבן זיי אלע אמאל אמת אויך און מ'דארף דעת צו בורר זיין אוכל מתוך הפסולת.
שבת אחים
רייכע מענטשען פארשטיין נישט קיין ארימע! פירעד! וועם ווילסטו פארדרייען א קאפ? מרעדט דא אז ארימע מענשטען זאלן איבערנעמען די רעדעל???
מ׳רעדט אז נארמאלע מענטשען מיט מענטשליכע געפילן זאלן איבערנעמען די רעדעל, א שטייגער ווי עליזעבעט ווארען און בערני סענדארס וואס זענען אויפגעוואקסן אין ארימע-עוורידזש הייזער.
דיינע אויבן דערמאנטע מוטשען זיך אויך נישט דורך צו שטופן די חודש.
זיי קען מען אפקויפן פאר אפאר מיליאן. אדער א הויז ביים וואסער וכדו'. אפצוקויפן טראמפ אדער איינער פון זיינע סופער ריטש קאלעגעס איז אסאך טייערער. מ'דארף ברענגען א ביליאן צום טיש. און דאן איז אויך נישט גרינג ווייל ס'שרייט העכער ווי א הויז.
כ'גלייב טייל פון טראמפ'ס קאלעגען קומען אויך פון שוואכע שטיבער. אבער זיי האבן זיך ארויף געארבעט. א סוקסעספול מענטש וואס האט שוין אסאך דערגרייכט אין לעבן קען ביישטייערן אסאך מער ווי איינער וואס האט די מעלה אז ער איז ארעם און האט נאך גארנישט ביגלי אקאמפלישט.
ארעמקייט. אויך מיר א מעלה צום טיש. זיי פארשטייען בעסער. זיי וועלן יעדן רייך מאכן. אנטשולדיגט ארעם מאכן.
שבת אחיםאוואדי רוב פעדעראלע געלטער גייט פאר דעפענס און ארמיי וואס פעלט בכלל נישט אויס! ווער שטיצט עס??? דיינע רעכטע! ארויסגעווארפאנע געלטער פאר זייערע איגאו און paranoia און שטייצעך דעליווירן קאנטרעקטס פאר זייערע לאביסטן.
נאר כינע דארף די שטערקסטע מיליטער. אז אונז וועלן דארפן וועט מען דינגען פון זיי. זיי וועלן אונז קיינמאל גארנישט טון סייווי. איי וואס האבן זיי איינגעזעהן פארוואס זיי דארפן יא שטייגן העכער פון אונז אין די מיליטער? פאר ציווילע סיבות. אונז דארפן נישט קיין ערענסטע דעפענס. מ'דארף יעדען אריינלאזן. ס'פעלט טאקע נישט אויס ווייל על כח צרה שלא תבוא וועט כינע און רוסלאנד ארויסהעלפן. אוי כ'האב פארגעסן זיי זענען נישט פון נאטא.
דו שפרינגסט פון איין עקסטרים צום צווייטען, אפאר תגובות צוריק איז ביל געיטס געוועהן א שופך דם ממש, יעצט ווען מ׳שטיפט דיך צום וואנט זאגסטו אז די ביסט גאר זיין חסיד???
טיפיקל טראמפ מאוו!
נייס!
און סתם אויף ק״ש קענסטו נישט אויסקלארן דיין שיטה נאר מ׳וועט יעצט מוזן זיך איינהאנדלען פרישע זעקס טאללער און ווארטן אויפן יו פי עס?
זאג דעם אמת אז דו רעדסט פון בויך ארויס! קענסט מאכן א ליווינג פון דעם, נעם אסאך oxyContin אזויווי דיין רבי ראש לימבאו און נעם דיך זאגן אלע ליגענט וואס דו שרייבסט דא, א שטייגער ווי די לינקע זענען די סופער רייכע וואס האלטן צוריק א נארמאלע ליווינג וועידזש פון די המון עם בשעת זיי זענען ביזי קויפן נאך אפאר מיליאנען טאנקען וואס די אמעריקאנע ארמיי אליינס זאגט אז זיי גייען עס קיינמאל נישט נוצן... אבער ח״ו געבן אביסל מעדיקעד מיט פוד סטעמפס פאר די ארימע.
ראש לימבאו מאכט הונדרעט מיליאן דאללער א יאהר פון פארקויפן די לאקשן פאר פויערן אין אלאבאמא און אין מיסיספי וואס האבן נישט באקומען די מינדעסטע עדזשיוקעישן.
קורקלענדשבת אחיםאוואדי רוב פעדעראלע געלטער גייט פאר דעפענס און ארמיי וואס פעלט בכלל נישט אויס! ווער שטיצט עס??? דיינע רעכטע! ארויסגעווארפאנע געלטער פאר זייערע איגאו און paranoia און שטייצעך דעליווירן קאנטרעקטס פאר זייערע לאביסטן.
נאר כינע דארף די שטערקסטע מיליטער. אז אונז וועלן דארפן וועט מען דינגען פון זיי. זיי וועלן אונז קיינמאל גארנישט טון סייווי. איי וואס האבן זיי איינגעזעהן פארוואס זיי דארפן יא שטייגן העכער פון אונז אין די מיליטער? פאר ציווילע סיבות. אונז דארפן נישט קיין ערענסטע דעפענס. מ'דארף יעדען אריינלאזן. ס'פעלט טאקע נישט אויס ווייל על כח צרה שלא תבוא וועט כינע און רוסלאנד ארויסהעלפן. אוי כ'האב פארגעסן זיי זענען נישט פון נאטא.
ליגענט זאלסטו נישט זאגן, כינע קומט נישט צו צום שפיץ פינגער פון אמעריקעס פארגעשריטענע דעפענס! אמעריקע שפענט מעהר אויף דעפענס און האט מעהר ארטילערי ווי די נעקסטע צעהן שטערקסטע לענדער צוזאמען, אמעריקע קען זיי צומאלן אין א רגע! אמעריקע האט מיליטערישע באזעס אין קרוב צו 200 לענדער!
היינט קען מען די אלע זאכן אויפקוקן אויף וויקעפידע! סטאפ מיט דיינע רעכטע ליגיונת און פאביעס!
די ארמיי אליינס זאגט אז זיי גייען קיינמאל נישט נוצן א דריטל פון די וואפן!!! סאיז נאר פאר שיינקייט!