☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » טראמפקעיר - American Health Care Act

טראמפקעיר - American Health Care Act

180 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11376
בלאט: 1 2 3 4

שבת אחים » פרייטאג מערץ 24, 2017 6:21 pm

· #366741
ווי זענען אלע טראפיסטן יעצט? פארשווינדען?? הא הא 👍

קורקלענד » פרייטאג מערץ 24, 2017 6:28 pm

· #366743
כ'בין דא.

ליפא » פרייטאג מערץ 24, 2017 6:32 pm

· #366744
קורקלענד
כ'בין דא.

גר ותושב » פרייטאג מערץ 24, 2017 6:36 pm

· #366746
Re: טראמפקעיר - American Health Care Act
קורקלענד
כ'בין דא.


ליפא
קורקלענד
כ'בין דא.

זייטס מתפלל וזכינו לקבל שבתות מתוך רוב שמחה אפשר קומענדיגע וואך וועט זיין בעסער.

ליפא » פרייטאג מערץ 24, 2017 7:10 pm

· #366748
מיר קען בעסער נישט זיין. ווילאנג אבאמא און די מידיע האבן פארלוירן מיט קלינטאנ'ס פארלוסט פארגאנגענעם נאוועמבער איז מיר גוט. און גארנישט האט זיך נישט געטוישט

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 26, 2017 12:15 am

· #366753
איך גיי נישט נעמען קיין שטעלונג, בכלל בין איך נישט צו אויסגעקאכט אין די העלט קעיר פלאן - צו קאמפליצירט פאר א עוורידזש פערזאן - אבער אײן זאך האט מיר זייער אויפגערעגט פון טראמפ, איך האלט עס איז א געפערליכע עוולה. ער סטראשעט קאנגרעס לייט אויב מען וועט נישט מסכים זיין צו זיינע בקשות! דאס איז אומדערהערט אין א דעמאקראטישע מדינה! קאנגרעס איז דא פאר א סיבה, בפרט אז רוב זענען רעפובליקאנער, וואלט טראמפ געדארפט טראסטן זיינע קאנגרעס לייט אז זיי מיינען די טובה פון די בירגער און זיי קענען נישט שטימען אין איילעניש אויף א ביל וואס זיי זענען נישט קלאר דערין און טראכטן אז עס וועט שאדן טון פאר מיליאנען בירגער. וואס איז די געצווינגעריי? בלעקמעילן אז ער וועט זיי ארויסווארפן? דאס קען נאר טון א דיקטאטור וואס וויל עפעס אדורכפירן ביי הוק אר ביי קרוק. ס'איז מיר מאדנע אז קיינער רעדט נישט פון דעם דיטעיל.

קורקלענד » זונטאג מערץ 26, 2017 12:57 am

· #366754
שמעקעדיג: כ'האב געזען אזעלכע וואס האבן עס אראפגעלייגט אזויווי אייך. ווי אויך זענען געווען אזעלכע וואס האבן עס אראפגעלייגט אז ער האט זיי געסטראשעט אויב זיי שטימען נישט לטובת דעם בילל שטייען זיי אויס צו פארלירן זייער זיץ ביי די קומענדיגע וואלן.

איך בין אויך נישט אזוי זיכער ווי שטארק טראמפ אליינס איז געווען פאר די בילל. מיין גרעסטע אינדיקעיטאר אז נישט איז געווען אז ברייטבארט וואס איז א פינגער פון די טראמפ פראפאגאנדע מאשין איז געווען שטארק דערקעגן.

תמים » זונטאג מערץ 26, 2017 3:34 am

· #366763
שבת'ל איך בין מער ווייניגער מיט דיר אויף די טראמפ נושא. אבער אפשר ביסטו דיך מסביר אויף דיין קאמענטס אויף איוואנקא? ווי שטעקט איר רשעות? איז זי שולדיג אז זי איז געבוירן אדער גאר מאלעסטערט געווארן דורך איר פאריקטן פאטער? האסט ערווארטערט זי זאל נישט שטיצן אין פרובירן צו בענעפיטירן פון איר טאטעס מאכט? איך קען נישט אזוי גוט איר היסטארי, ביטע קום אריין קלארער .

החוקר » זונטאג מערץ 26, 2017 12:05 pm

· #366773
ליפא
מיר קען בעסער נישט זיין. ווילאנג אבאמא און די מידיע האבן פארלוירן מיט קלינטאנ'ס פארלוסט פארגאנגענעם נאוועמבער איז מיר גוט. און גארנישט האט זיך נישט געטוישט

געוואלדיגע דברי חכמה, אזוי שטארק אז מען קען באלד קעטשן. וואס איז דאס אנדערש ווי די איינזייטיג לינקע חברה וואס זאגן "ווילאנג טראמפ פארלירט איז מיר גוט, זאלן די טראמפיסטן איינזען וואסערע חורבן ער ברענגט אן". סיי ווער עס זאגט איך בין ציפרידן פון די רעזולטאטן אפגעזען פון די קאנסעקווענצן, איז נאריש גערעדט. לינק אדער רעכט.

דער עיקר איז נישט אז דער אדער יענער געווינט, דער עיקר איז אז מיר פארדינען. עט ליעסט פאר א בר דעת.

שבת אחים » זונטאג מערץ 26, 2017 12:21 pm

· #366774
ליפא
מיר קען בעסער נישט זיין. ווילאנג אבאמא און די מידיע האבן פארלוירן מיט קלינטאנ'ס פארלוסט פארגאנגענעם נאוועמבער איז מיר גוט. און גארנישט האט זיך נישט געטוישט


קודם כל:

ש ק ר ן !

קיין באזעצענע נארמאלע מענטש וואס ליינט דיינע תגובות גלייבט נישט פאר קיין ספליט סעקאונדע אז דו ביסט נישט צושאסן אויף פיצלעך פון דיין טראמפ-באבל פארלוסט וואס דו מיט זיינע מענטשען האבן געוואלט איינרעדן ״גאנץ״ אמעריקא אז הוא יגאלנו שנית, און אז ווען ער גייט איבערנעמען די לייצעס גייט ער ממש שטעלן אמעריקא אויף די פוס...!

און אפילו לאמיר זאגן אז סאיז גאר אמת וואס דו שרייבסט אז דיין גאנצע טראמפס חתימה איז נאר א פערזענליכע פיינטשאפט צו די קלינטאן און די מידיעא איז דאך די קשיא פול הארבער המלאי האסטו קאמפיינט פאר א ״אובלימפטער פראסטע משוגענער״ איבער צונעמען די לייצעס פון די גרעסטע פאוער אויף די וועלט ווייל דו האסט א פערזענליכע חשבון מיט דעם און יענעמם? וואספארא מין לאגיק איז דעס????

לדעתי
דו ביסט ליידער א וויסטע ראסיסט, יעדער מאל דו שרייבסט ארויס אבאמאס נאמען פירסטו זיך צונוצן אלע קינדערישע לשונות של גנאי, ווי למשל ״כוסעין״ זיין מיטעלסטע נאמען- כאילו ס׳איז עפעס א בושה צו הייסן ״כוסעין״ ווייל סאיז אמאל געוועהן א דיקטעטער אין איראק כוסעין , איז עס דאך א פשוטע גזירה-שוה, מוז זיין אבאמא איז א מוסלים שפיאן 😢 🙄
ער כאפט נאך נישט אז די וויץ איז אויף אים.... 😛

גראף » זונטאג מערץ 26, 2017 12:50 pm

· #366786
Re: טראמפקעיר - American Health Care Act
.

ליפא » זונטאג מערץ 26, 2017 1:00 pm

· #366794
לאל... דיינע תגובות מאכן מיר אייביג שמייכלן.. אפילו ווען דו שרייבסט הבלים.

ס'זעט עפעס אויס ווי דו ביזט זייער צובראכן אויב איך בין נישט אנגעזעצט. מילא וועל איך עס טון פאר דיר און מודה זיין אז אין אמת'ן בין איך אינגאנצן באקאקט איך קען נישט סטאפן וויינען שוין פון פרייטאג
😢 😢 😢 😢

יעצט אז דו ביזט שוין העפי וועל איך נוצן וואס איינער האט געשריבן אין אן אנדערע פארום וועסטו פארשטיין פארוואס איך ריף דעם געוועזענעם פרעזידענט מיט זיין עכטן נאמען ''כוסעין''.

דעם ערשטען מאל וואס איך האב אנגעהויבן איינזען אז עפעס איז דא ערנסט ראנג מיט דעם אבאמא איז געווען ביי די עגיפטען רעוואלוציע.

מובאראק איז געווען אן עכטער נאנטער פריינט מיט אמעריקא, ער האט געפייט אל קאידא, בראדערהוד, און טעראר. מובאראק איז בכלל נישט געווען קיין סאדיסט און בלוט זויגער פון זיינע אייגענע מענטשען, רוב יארן האבן אים זיינע מענטשען שטארק געגליכן. אנדערע לענדער אין מיטל מזרח ובכללם מדינת ישראל האבן געהאלטען אז עס איז בעסער פאר עגיפטן, מיטל מזרח, און די וועלט אז מובאראק בלייבט יא ביי די מאכט.

אבער נישט אבאמא, ער האט זיך צוגעכאפט ווי א שטיקל געבראטענס, מיט קענטליכע פרייד איז ער געגאנגען אויף טעלעוויזיע און געשטאכן א מעסער אין רוקן פאר מובאראק. פון דא האט זיך דער רעדל גענומען דרייען מיט א שנעלקייט.

שטיצן די טעראריסטען פון מאסלעם בראטערהוד.

פאטשקענען אין סיריע און גארנישט אויפטוען מיט רויטע ליניע.

ווערען נענטער מיט איראן און נאכגעבן רוב זאכן פאר זיי אבי צובאקומען א דיעל.

איגנארירען אייסיס פאר 2 יאר. JV TEAM.

ביטרעין אמעריקע'ס פריינט אין מיטל מזרח, אן מאכן א דיעל מיט איראן קעגן זייער ווילן

יעדעס מאל א שווארצער איז געהרגעט געווארן האט ער גלייך געוויסט אז עס איז ראסע

ועוד ועוד


זיין נאמען כוסעין פארענטעפערט דאס אלעס.

שבת אחים » זונטאג מערץ 26, 2017 1:11 pm

· #366798
כהאב שוין נישט קיין כח צו טייפן, ספעציעל ווען מ׳דארף יעצט אנפאנגן מיט דיר ביי א-ב ממש... און פארענטפערן פאנטאזיעס און ברעכאכץ פון ראש לימבאו. גראו אפ!

קורקלענד » זונטאג מערץ 26, 2017 1:16 pm

· #366801
החוקר

געוואלדיגע דברי חכמה, אזוי שטארק אז מען קען באלד קעטשן. וואס איז דאס אנדערש ווי די איינזייטיג לינקע חברה וואס זאגן "ווילאנג טראמפ פארלירט איז מיר גוט, זאלן די טראמפיסטן איינזען וואסערע חורבן ער ברענגט אן". סיי ווער עס זאגט איך בין ציפרידן פון די רעזולטאטן אפגעזען פון די קאנסעקווענצן, איז נאריש גערעדט. לינק אדער רעכט.

דער עיקר איז נישט אז דער אדער יענער געווינט, דער עיקר איז אז מיר פארדינען. עט ליעסט פאר א בר דעת.

ניין. ווילאנג טראמפ איז אויפן בענקל שטייט די פאראייניגטע שטאטן נאכאלץ בעסער ווי ווען ס'דא א לאנגיעריגע קאריערע פאליטישאן וואס רעכענען זיך נאר מיט די אינטערעסע פון זייערע 'שטיצער' ווי איידער זיך צו רעכענען מיט יעדן איינעם אין לאנד.

דאס אז טראמפ האט עס דערגרייכט צום ווייסן הויז איז א גרויסע דורך בראך פאר אונזער אזוי גערופענע דעמאקראטיע אז ס'האט איינער וואס האט נישט קיין שום שייכות אדער ערפארונג אין פאליטיק געקענט היידזשעקן א גאנצע פאליטישע פארטיי (ווי ס'ווייזט יעצט אויס מעגליך וועגן זייער שטארקע אומקאמפעטנס).

קורקלענד » זונטאג מערץ 26, 2017 1:17 pm

· #366803
שבת אחים
כהאב שוין נישט קיין כח צו טייפן, ספעציעל ווען מ׳דארף יעצט אנפאנגן מיט דיר ביי א-ב ממש... און פארענטפערן פאנטאזיעס און ברעכאכץ פון ראש לימבאו. גראו אפ!

ראש לימבאו איז פעיק ניוז?

שבת אחים » זונטאג מערץ 26, 2017 1:19 pm

· #366805
קורקלענד
שבת אחים
כהאב שוין נישט קיין כח צו טייפן, ספעציעל ווען מ׳דארף יעצט אנפאנגן מיט דיר ביי א-ב ממש... און פארענטפערן פאנטאזיעס און ברעכאכץ פון ראש לימבאו. גראו אפ!

ראש לימבאו איז פעיק ניוז?


ער איז בכלל נישט קיין ״ נייעס-סטאנציע״ ער איז ״טאלק ראדיא״! פארשטייסט אפשר נישט די חילוק מיין קינד ? 🙄

קורקלענד » זונטאג מערץ 26, 2017 1:23 pm

· #366806
שבת אחים

ער איז בכלל נישט קיין ״ נייעס-סטאנציע״ ער איז ״טאלק ראדיא״! פארשטייסט אפשר נישט די חילוק מיין קינד ? 🙄

הייסט עס אזוי. א נייעס סטאנציע איז פעיק ניוז. און טאלק ראדיא אקוראט?

שבת אחים » זונטאג מערץ 26, 2017 2:26 pm

· #366827
קורקלענד
החוקר

געוואלדיגע דברי חכמה, אזוי שטארק אז מען קען באלד קעטשן. וואס איז דאס אנדערש ווי די איינזייטיג לינקע חברה וואס זאגן "ווילאנג טראמפ פארלירט איז מיר גוט, זאלן די טראמפיסטן איינזען וואסערע חורבן ער ברענגט אן". סיי ווער עס זאגט איך בין ציפרידן פון די רעזולטאטן אפגעזען פון די קאנסעקווענצן, איז נאריש גערעדט. לינק אדער רעכט.

דער עיקר איז נישט אז דער אדער יענער געווינט, דער עיקר איז אז מיר פארדינען. עט ליעסט פאר א בר דעת.

ניין. ווילאנג טראמפ איז אויפן בענקל שטייט די פאראייניגטע שטאטן נאכאלץ בעסער ווי ווען ס'דא א לאנגיעריגע קאריערע פאליטישאן וואס רעכענען זיך נאר מיט די אינטערעסע פון זייערע 'שטיצער' ווי איידער זיך צו רעכענען מיט יעדן איינעם אין לאנד.

דאס אז טראמפ האט עס דערגרייכט צום ווייסן הויז איז א גרויסע דורך בראך פאר אונזער אזוי גערופענע דעמאקראטיע אז ס'האט איינער וואס האט נישט קיין שום שייכות אדער ערפארונג אין פאליטיק געקענט היידזשעקן א גאנצע פאליטישע פארטיי (ווי ס'ווייזט יעצט אויס מעגליך וועגן זייער שטארקע אומקאמפעטנס).

🙄 🙄 🙄 🙄 🙄

קורקלענד, אז דו האסטו נישט קיין פונט שרייב נישט קיין תגובות, הער אויף אנצוחזרן קאווע שטיבל מיט דיין גארבידזש! טראלל!!!

קורקלענד » זונטאג מערץ 26, 2017 2:30 pm

· #366828
שבת'ל איך בין נישט קיין רעפובליקאנער. איך בין קורקלענד. איך האלט וואס קורקלענד האלט. קורקלענד גראדע האלט אז טראמפ זאל זיין פרעזידענט. לאידך גיסא. וואס סאנדערס וכת דיליה וועלן טוהן אדער זאגן וועסטו גלייך בלינדערהייט פאלגן.

שבת אחים » זונטאג מערץ 26, 2017 2:39 pm

· #366829
ליבעראלע-סטרעטאגיסט, פילימעיקער מייקל מאאר זאגט אז די דעמקראטס נייע פאזיציע און שיטה איז נישט אנצוהאלטן אבאמאקעיר נאר ענדערש גענצליך פארעכטן די סיסטעם דורך שטיפן פאר ״סינגעל פעיאר״ העלטקעיר אזויווי אין רוב פארגעשריטנע לענדער, טראמפ, די קארפרעישאונס, פארמאסוטיקעלס, האבן געשוואוירן נקמה פאר זייער אייגענע דורכפאל אין קאנגערס לעצטע וואך דורך סאבאטשיזרן ״אבאמאקעיר״ אלץ נקמה.

די ״סינגעל פעיאר״ סיסטעם איז די מערסטע פאפיולער סיסטעם אין די לאנד, רוב מענטשען אין אמעריקא ווילן די סיסטעם!!!
קומט מען ווייטער צוריק צו:

״בערני סענדארס איז געוועהן גערעכט״...

Michael Moore: ‘This Is Not the Time for the Democrats to Gloat
<a class="postlink" href="http://www.mediaite.com/tv/michael-moore-this-is-not-the-time-for-the-democrats-to-gloat/">http://www.mediaite.com/tv/michael-moor ... -to-gloat/</a>

קורקלענד » זונטאג מערץ 26, 2017 2:48 pm

· #366834
אבאמא קעיר דארף מען נישט סאבטאזשירן. ס'גייט אליין קראכן. די דעמאקראטן האבן געהאפט אז ווען ס'קראכט זאלן זיי זיין אין אמט צו קענען מאכן א סינגל פעיער פלאן און שרייען אז ס'איז פראבלעם סאלווד און יעדער האט 'פרייע' העלט קעיר.

דא האסטו א שיינע דעבאטע אויף דעם ציווישן דיין מייקעל מאור און מיין דזשאן סטאססעל.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 26, 2017 2:49 pm

· #366835
Re: טראמפקעיר - American Health Care Act
ווען מעדיצין, דאקטאריי און שפיטעלער וואלטען זיך געפיהרט קאפיטאליסטיש, מיט אפענע קאמפעטישען ווי מ׳ווייסט וויפיהל מ׳צאלט און וויפיהל מ׳קען צאלען אויף יעדער זאך, וואלט מען געקענט פאדערען פון דער ארימאן ער זאל אדער מאכען דער געלט אדער נישט האבען העלטה קעיר (פון א קאפיטאליסטישע שטאנדפונקט, מאראליש איז אן אנדערע נושא).
אבער יעצט וואס אלס איז פארהוילען און פארדרייט, ווי קיינער מעג געזעצליך נישט וויסען וויפיהל זאכען קאסטען אויפ׳ן אמת, ווי מ׳מעג נישט קאמפיטען אויפ׳ן אמת, ווי מיר צאלען מיט די שטייערען פארדי מעדיצין און דע קאמפאניס נעמען וויפיהל זיי ווילען פאר אונזער פראדוקט, ווי דער געזעץ לאזט נישט קויפען די זעלבע פראדוקט פון אן אנדערען לאנד, ט׳ווי קען מען פאדערען פון דער ארימאן יעדעם מוציא צו זיין מיט קאפיטאליזם?

יעצט וואס מ׳האט אלס אריינגעלייגט אין די רעגירונג׳ס הענט, האבען זיי שוין א פליכט ארויס צו העלפען יעדעם דאס צו באקומען. מ׳קען נישט האלבוועגס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » זונטאג מערץ 26, 2017 2:50 pm

· #366836
Donald Trump Continues To Back Paul Ryan Despite Conspicuous Tweet, His Chief Of Staff Says
The president just wanted to help promote Judge Jeanine, apparently

<a class="postlink" href="http://www.huffingtonpost.com/entry/paul-ryan-donald-trump_us_58d7c06ae4b02a2eaab4e289">http://www.huffingtonpost.com/entry/pau ... 2eaab4e289</a>?

קורקלענד » זונטאג מערץ 26, 2017 2:51 pm

· #366837
ליטוואק פון בודאפעסט
ווען מעדיצין, דאקטאריי און שפיטעלער וואלטען זיך געפיהרט קאפיטאליסטיש, מיט אפענע קאמפעטישען ווי מ׳ווייסט וויפיהל מ׳צאלט און וויפיהל מ׳קען צאלען אויף יעדער זאך, וואלט מען געקענט פאדערען פון דער ארימאן ער זאל אדער מאכען דער געלט אדער נישט האבען העלטה קעיר (פון א קאפיטאליסטישע שטאנדפונקט, מאראליש איז אן אנדערע נושא).
אבער יעצט וואס אלס איז פארהוילען און פארדרייט, ווי קיינער מעג געזעצליך נישט וויסען וויפיהל זאכען קאסטען אויפ׳ן אמת, ווי מ׳מעג נישט קאמפיטען אויפ׳ן אמת, ווי מיר צאלען מיט די שטייערען פארדי מעדיצין און דע קאמפאניס נעמען וויפיהל זיי ווילען פאר אונזער פראדוקט, ווי דער געזעץ לאזט נישט קויפען די זעלבע פראדוקט פון אן אנדערען לאנד, ט׳ווי קען מען פאדערען פון דער ארימאן יעדעם מוציא צו זיין מיט קאפיטאליזם?

יעצט וואס מ׳האט אלס אריינגעלייגט אין די רעגירונג׳ס הענט, האבען זיי שוין א פליכט ארויס צו העלפען יעדעם דאס צו באקומען. מ׳קען נישט האלבוועגס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אדער צוריק דרייען צו א קאפיטאליסטישע מהלך.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 26, 2017 2:54 pm

· #366839
אקעי, אבער הייב נישט אן מיט דעם ארימאן. קודם, אדער נעם צו די סאבסידיס פון די מעדיצינישע פארש חברה ביז זיי מאכען נישט קיין נארמאלע פרייזען, דערנאך לאז קויפען מעדיצין פון קאנאדא. נאך דעם פאדער פון שפיטעלער אויסצוזאגען דער אמת וויפיהל זיי צאלען פאר די אינשורענס קאמפאניס און לאז קאמפעטישען פון די אינשורענס קאמפאניס אין אלע סטעיטס. און נאך דעם זאל מען פאדערען שטייערען פון די אלע ׳נאנ-פראפיט׳ וואס די חברה מאכען, פונקט ווי אלע ביזנעסער אין אמעריקא און מאך זיכער אז זיי צאלען עס טאקע.

דערנאך קען מען אנהייבען רעדען צו דער סאסייעטי האט א פליכט צוצושטעלען מעדיצין מיט געזונט פאר די נויטבאדערפטיגע

קורקלענד » זונטאג מערץ 26, 2017 3:00 pm

· #366841
איך בין נישט זיכער אז ער האט אנגעהויבן מיטן ארימאן. ביים קאמפיינען האט ער בעיקר קאמפיינט אויף רוב פון דיינע אנדערע עצות ווי איידער צוצונעמען ביים ארימאן. איך האב זיך בעיקר באצויגן צו די ארגינעלע קאפיטאליסטישע מהלך. פארשטייט זיך אז מיר לעבן נישט אין אזא מצב. דאס איז געווען מיין פוינט אז ער רייסט אראפ קאפיטאליזם און באשולדיגט קאפיטאליזם פאר מעשים פון יחידים און קארפאראציעס וואס האט מיט קאפיטאליזם גארנישט.

קורקלענד » זונטאג מערץ 26, 2017 3:02 pm

· #366842
שבת אחים
Donald Trump Continues To Back Paul Ryan Despite Conspicuous Tweet, His Chief Of Staff Says
The president just wanted to help promote Judge Jeanine, apparently

<a class="postlink" href="http://www.huffingtonpost.com/entry/paul-ryan-donald-trump_us_58d7c06ae4b02a2eaab4e289">http://www.huffingtonpost.com/entry/pau ... 2eaab4e289</a>?

דארף איך זיך איצט וועלן ווער ס'ווייסט בעסער וועם ער בעקט יא אדער נישט. ברייטבארט אדער האפפינגטאןפאוסט.

שבת אחים » זונטאג מערץ 26, 2017 4:17 pm

· #366862
Contribute to continue our political revolution
After the Republicans’ failure, progressives have an opportunity to show why single-payer, Medicare-for-all coverage is our best hope to fix the problems in our current system.

The majority of Americans support universal coverage, and there has never been more momentum to bring about such a needed change.

Donate to Our Revolution today so that we can build on this moment and show the support that single-payer health care has all across America.

<a class="postlink" href="https://secure.actblue.com/contribute/page/or-healthcare?refcode=ads_fb_170324">https://secure.actblue.com/contribute/p ... _fb_170324</a>

שבת אחים » זונטאג מערץ 26, 2017 7:30 pm

· #366881
תמים
שבת'ל איך בין מער ווייניגער מיט דיר אויף די טראמפ נושא. אבער אפשר ביסטו דיך מסביר אויף דיין קאמענטס אויף איוואנקא? ווי שטעקט איר רשעות? איז זי שולדיג אז זי איז געבוירן אדער גאר מאלעסטערט געווארן דורך איר פאריקטן פאטער? האסט ערווארטערט זי זאל נישט שטיצן אין פרובירן צו בענעפיטירן פון איר טאטעס מאכט? איך קען נישט אזוי גוט איר היסטארי, ביטע קום אריין קלארער .

דארפסט קודם פארשטיין וויאזוי איך קוק אן די היינטיגע אמעריקענע סיסטעם, כוועל דיר עס מסביר זיין מיט א משל.
שטעל דיך פאר דו גייסט אין א היינטיגע מארקעט אין אינדיע, כאפסט א שפאציר אין דו קוקסט זיך צי ווי יעדער פון די שטאט קומט איינקויפן עסען פאר זייער הויזגעזונט, אלטע פרויען קומען מיט זייער ליידיגע קארבן און קראצן ארויס זייער לעצטע אויסגעשוויצטע פרוטה וואס זיי האבן געארבעט ביטער שווער, צו איינהאלטן אביסל פארטריקענטע ברויט פאר די געזינדעל, אזוי שפארצינדיג באטראכט איך א אלטשיקע זיך שלעפן מיט איר פעקל אויף די שמאלע געסלעך, איך באטראכט איר קליין וויגעלע, אביסל ברויט, א פלעשעל מילך, פיטער, צוויי איגערקעס, ציבעלך, טאמאטן, און אזוי שלעפט זי זיך מיט אירע חרוסות און פלוצלינג קומט א ווילדע מאשין צו פארן ס׳שפרינגט ארויס צוויי הויכע ברייטביינערדיגע מענער און כאפן אן דאס גאנצע וויגלע רויבן עס אוועק, זיי ווארפן עס אריין אין זייער דשיפ און פארן זיך ווייטער, איך פראביר צוהעלפן איך שריי קולות איך וויל נאכיאגן די חברה, כאפן די גנבים און זיי ברענגן צו די פאליציי, די אלטע פרוי קומט נענטער צו מיר אין זאגט מיר ״האסט נישט וואס צוגיין צו די פאליציי״ ווייל די גנבים אליינס זענען גאר די פאליציי און זיי אליינס באגנבנן די ארימע דורך ארומלויפן אין די מארקעטס און אויפזוכן די אלטע און שוואכע לייט וואס האבן נישט די פיזישע כוחות זיך צוריקשלאגן מיט זיי, און אזוי לויפן זיי ארום אין די מארקעטס און כאפן ארויס אביסל פון וועם זיי קענען נאר און צומאל געלונגט זיי אפילו די כאפן גאנצע קארב, ביי די ענדע פון די טאג האבן די רויבערס און קרימינאלן בשותפת מיט די פאליציי אנגעזאמעלט א ריזיגע אוצר פון געגנבטע סחורה און מיט דעם צוטיילן זיך די פאליציי די מאפיע און די אינטערוועלטניקס וואס זענען ביי די מאכט.

לענינו, איוונאקע מיט איר מאן קושנער קוקן אויס צוזיין אסאך מעהר נארמאלער ווי דער טאטע, און איך און אסאך אנדערע ווי מיר האבן געהאפט און ערווארטעט אז גלייך נאך איר טאטע האט געווינען גייט זי זאגן טאטי, האסט דאך באמת קיינמאל נישט באלאנגט בעצם צו קיין שום פארטיי, ביסט יעצט א גיבור, קיינער האט נישט געחלומט די גייסט געווינען, לאמיר טאקע ווייזן די אמעריקאנע פאלק און פאר די גאנצע וועלט וואס ״טראמפ״ קען טאקע אויפטוהן פאר די מענטשען, און איוואנקע און קושנער וואלטן געדארפט שפילן אז אונז גייען מיט די מערהייט פון די פאלק וואס ווילן ״סינגעל פעיאר״ און מעדיקער פאר אלל! און ער וואלט געדארפט זאגן שווער לעבן פארגעס פון די נערישע וואנט סאיז געוועהן א גיטע טריק צוגעווינען ראסיסטישע וויילער, גענוג מיט די אלע בעבישע מלחמות מיט די דעמקראטן וואס איז נישט פארדאקטיוו, דו ביסט היינט די פרעזידענט פון ״גאנץ״ אמעריקא לאמיר ווייזן פאר יעדעם אז טראמפ קען טאקע דעליווירן וואס ער האט צוגעזאגט פאר די וויילער ״אז יעדער אין אמעריקא גייט זיין געדעקט מיט העלט אינשארענס פאר א פראקציע פון די פרייז פון אבאמאקעיר!״ דערווייל האט ער א טאג נאכן געווינען זיך ארומגענומען מיט א סופער רייכע קאבינאט, שווערע ביליאנערן איינס נאכן צווייטן, מענטשען וואס קענען בכלל נישט רילעיטן צו א עוורידזש אמעריקאנער, יעדע פאליסי זינט איר טאטע איז פרעזידענט איז א פשוטע גניבה פון די ארבעטס קלאס און די ארימע, זייער העילטקעיר בילל האט געזאלט אראפווארפן אכט יעריגע קינדער מיט קענסער פון זייער העלטקעיר! אן קיין טראפ בישות! און זיי האבן ממש געוואלט ארויפצווינגן א אומפאפיולער בילל וואס געהאט די שטיצע פן קוים ״ 17 פראצענט״ אמעריקאנער!.

איוואנקע און קושנער זענען די זעלבע גנבים, ווי איז זי צוריקצוהאלטן איר פראסטן טאטען? זי איז א פרומע אידענע, איר טאטע איז די מערסטע פראסטע פוסטע שיכור וואס זוכט צו רייטן אויף די ארימע מיט כל מיני גימיקס שבעולם, אלעס אין די נאמען פון ״פעיר מארקעטס״ -זייער דורכגעפוילטע, לעכעריגע, דורכגעפאלענע, אומ-יושר׳דיגע קעפטיליסטישע ״מאנאפלי געים״ אן קיין מענשטליכע געפילן, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אין די לעצטע פאר הונדרעט יאהר אז ס׳ארבעט קוים פאר 10 פראצענט פון די פאפיולאציע, העכסטענס צוואנציג פראצענט, אבער רוב מענטשען פארלירן און ליידן פון די סיטסעם מעהר און מעהר מיט די יאהרן ווי די געיפ פון די ארימע ביז די רייכע איז געווארן גרעסער און גרעסער, און ווי ווייניגער ווי טויזנט מענטשען האבן מעהר געלט ווי די אנדערע ״זיבן ביליאן״ אויף דער וועלט 😢.

און זי ווערט מיר נאך דא פלוצלינג א גאנצע ״עבודה זרה״ א שטייגער ווי די סטופיד ״קארדעישאונס״ וואס די נערישע אמעריקאנער טיפושים און שוטים וואס קויפן איר אירע גאטשעס און בעגס פאר טויזענטער דאללער פארפיט פאר די אויפגעפרעסענע בלוט-צאפערס טראמפס! פעך! א גריול...!!
אז אזוי גיין זיך רייכע פרומע אידן אויפפירן איז דא צעהן מאל א גרעסערע טשענס פאר נאך א האליקאוסט... השם ירחם...

קורקלענד » זונטאג מערץ 26, 2017 8:23 pm

· #366892
שבת אחים

דארפסט קודם פארשטיין וויאזוי איך קוק אן די היינטיגע אמעריקענע סיסטעם, כוועל דיר עס מסביר זיין מיט א משל.
שטעל דיך פאר דו גייסט אין א היינטיגע מארקעט אין אינדיע, כאפסט א שפאציר אין דו קוקסט זיך צי ווי יעדער פון די שטאט קומט איינקויפן עסען פאר זייער הויזגעזונט, אלטע פרויען קומען מיט זייער ליידיגע קארבן און קראצן ארויס זייער לעצטע אויסגעשוויצטע פרוטה וואס זיי האבן געארבעט ביטער שווער, צו איינהאלטן אביסל פארטריקענטע ברויט פאר די געזינדעל, אזוי שפארצינדיג באטראכט איך א אלטשיקע זיך שלעפן מיט איר פעקל אויף די שמאלע געסלעך, איך באטראכט איר קליין וויגעלע, אביסל ברויט, א פלעשעל מילך, פיטער, צוויי איגערקעס, ציבעלך, טאמאטן, און אזוי שלעפט זי זיך מיט אירע חרוסות און פלוצלינג קומט א ווילדע מאשין צו פארן ס׳שפרינגט ארויס צוויי הויכע ברייטביינערדיגע מענער און כאפן אן דאס גאנצע וויגלע רויבן עס אוועק, זיי ווארפן עס אריין אין זייער דשיפ און פארן זיך ווייטער, איך פראביר צוהעלפן איך שריי קולות איך וויל נאכיאגן די חברה, כאפן די גנבים און זיי ברענגן צו די פאליציי, די אלטע פרוי קומט נענטער צו מיר אין זאגט מיר ״האסט נישט וואס צוגיין צו די פאליציי״ ווייל די גנבים אליינס זענען גאר די פאליציי און זיי אליינס באגנבנן די ארימע דורך ארומלויפן אין די מארקעטס און אויפזוכן די אלטע און שוואכע לייט וואס האבן נישט די פיזישע כוחות זיך צוריקשלאגן מיט זיי, און אזוי לויפן זיי ארום אין די מארקעטס און כאפן ארויס אביסל פון וועם זיי קענען נאר און צומאל געלונגט זיי אפילו די כאפן גאנצע קארב, ביי די ענדע פון די טאג האבן די רויבערס און קרימינאלן בשותפת מיט די פאליציי אנגעזאמעלט א ריזיגע אוצר פון געגנבטע סחורה און מיט דעם צוטיילן זיך די פאליציי די מאפיע און די אינטערוועלטניקס וואס זענען ביי די מאכט.

דו ווילסט פארגלייכן ציווישן איינער מ'האט גע'גנב'ט איר לעצט ביסל אפגעשוויצטע 'פארדינטע' געלט. צו אזעלכע וואס מ'וויל נישט פאר זייער'ט וועגן גנב'נען פון דער וואס האט עס באמת פארדינט?
יא. דארט אין אינדיע האט דער אלטע באבע געקויפט מיט איר 'פארדינטע' געלט.
אין אינדיע גלייב איך נישט אז די רעגירונג האט אזוי געטוהן. אבער אין אמעריקע איז עס מעשים בכל יום. יא בפרהסיא. אונזער מלכות של חסד נעמט מיט געוואלד צו שווערע געלטער פון מענשטן וואס האבן עס ערנסט פארדינט און מאכן שבת פאר זיך. זיי קויפן זיך די וואלן אא''וו. יא די גנבים אליינס זענען דא די פאליציי!

שבת אחים » זונטאג מערץ 26, 2017 8:39 pm

· #366895
יא איך וויל עס פארגלייכן! סאיז די זעלבע גניבה אויף א קלוגערע וועג. אין דיין מלכות של חסד איז דא זעכציג מילאן ארימלייט! האקסט שוין ווייטער א טשייניק! גבאים ער חזרט אן מיין אשכול. נישט פאר דעם לייג איך אריין כוחות, ער האט נישט קיין שום פוינט, רעדט ווי א בעבי, סטאפ די חזרייע! אדער נעם דיך שרייבן נארמאל! פלוז!

קוקרלענד איז א טראלל!!!

קורקלענד » זונטאג מערץ 26, 2017 8:42 pm

· #366897
שבת: דיין רעאליטעט איז עס א וועלט פון גנבים. די וואס מאכן געלט מאכן עס בגניבה. ממילא מעג/דארף די רעגירונג עס גנב'נען פון זיי. אא''וו. ס'איז ביי דיר אן עבירה צו מאכן געלט.

זאג נאר ראבין הוד איז א גרויסע צדיק געוועזן?

שבת אחים » זונטאג מערץ 26, 2017 8:44 pm

· #366898
איך ענפער דיר נישט מעהר, סאיז א שאד מיט דיר צוהאלטן א ערוואקסענע שמועס, זיי געזונט. ביי.

קורקלענד » זונטאג מערץ 26, 2017 8:59 pm

· #366899
שבת אחים

לענינו, איוונאקע מיט איר מאן קושנער קוקן אויס צוזיין אסאך מעהר נארמאלער ווי דער טאטע, און איך און אסאך אנדערע ווי מיר האבן געהאפט און ערווארטעט אז גלייך נאך איר טאטע האט געווינען גייט זי זאגן טאטי, האסט דאך באמת קיינמאל נישט באלאנגט בעצם צו קיין שום פארטיי, ביסט יעצט א גיבור, קיינער האט נישט געחלומט די גייסט געווינען, לאמיר טאקע ווייזן די אמעריקאנע פאלק און פאר די גאנצע וועלט וואס ״טראמפ״ קען טאקע אויפטוהן פאר די מענטשען, און איוואנקע און קושנער וואלטן געדארפט שפילן אז אונז גייען מיט די מערהייט פון די פאלק וואס ווילן ״סינגעל פעיאר״ און מעדיקער פאר אלל! און ער וואלט געדארפט זאגן שווער לעבן פארגעס פון די נערישע וואנט סאיז געוועהן א גיטע טריק צוגעווינען ראסיסטישע וויילער, גענוג מיט די אלע בעבישע מלחמות מיט די דעמקראטן וואס איז נישט פארדאקטיוו, דו ביסט היינט די פרעזידענט פון ״גאנץ״ אמעריקא לאמיר ווייזן פאר יעדעם אז טראמפ קען טאקע דעליווירן וואס ער האט צוגעזאגט פאר די וויילער ״אז יעדער אין אמעריקא גייט זיין געדעקט מיט העלט אינשארענס פאר א פראקציע פון די פרייז פון אבאמאקעיר!״ דערווייל האט ער א טאג נאכן געווינען זיך ארומגענומען מיט א סופער רייכע קאבינאט, שווערע ביליאנערן איינס נאכן צווייטן, מענטשען וואס קענען בכלל נישט רילעיטן צו א עוורידזש אמעריקאנער, יעדע פאליסי זינט איר טאטע איז פרעזידענט איז א פשוטע גניבה פון די ארבעטס קלאס און די ארימע, זייער העילטקעיר בילל האט געזאלט אראפווארפן אכט יעריגע קינדער מיט קענסער פון זייער העלטקעיר! אן קיין טראפ בישות! און זיי האבן ממש געוואלט ארויפצווינגן א אומפאפיולער בילל וואס געהאט די שטיצע פן קוים ״ 17 פראצענט״ אמעריקאנער!.

איוואנקע און קושנער זענען די זעלבע גנבים, ווי איז זי צוריקצוהאלטן איר פראסטן טאטען? זי איז א פרומע אידענע, איר טאטע איז די מערסטע פראסטע פוסטע שיכור וואס זוכט צו רייטן אויף די ארימע מיט כל מיני גימיקס שבעולם, אלעס אין די נאמען פון ״פעיר מארקעטס״ -זייער דורכגעפוילטע, לעכעריגע, דורכגעפאלענע קעפטיליסטישע מאנאפלי געים אן קיין מענשטליכע געפילן, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אין די לעצטע פאר הונדרעט יאהר אז ס׳ארבעט קוים פאר 10 פראצענט פון די פאפיולאציע, העכסטענס צוואנציג פראצענט, אבער רוב מענטשען פארלירן און ליידן פון די סיטסעם מעהר און מעהר מיט די יאהרן ווי די געיפ פון די ארימע ביז די רייכע איז געווארן גרעסער און גרעסער, און ווי ווייניגער ווי טויזנט מענטשען האבן מעהר געלט ווי די אנדערע ״זיבן ביליאן״ אויף דער וועלט 😢.

און זי ווערט מיר נאך דא פלוצלינג א גאנצע ״עבודה זרה״ א שטייגער ווי די סטופיד ״קארדעישאונס״ וואס די נערישע אמעריקאנער טיפושים און שוטים וואס קויפן איר אירע גאטשעס און בעגס פאר טויזענטער דאללער פארפיט פאר די אויפגעפרעסענע בלוט-צאפערס טראמפס! פעך! א גריול...!!
אז אזוי גיין זיך רייכע פרומע אידן אויפפירן איז דא צעהן מאל א גרעסערע טשענס פאר נאך א האליקאוסט... השם ירחם...

ברעיקינג ניוז: ס'איצט אויף דראדזש
שבת: טראמפ האט געהערט דיין געשריי! אדער אפשר איוואנקא האט עס געהערט און משכנע געווען איר פאטער.
שבת ס'מעגליך אז איז איך גיי איצט דערלעבן וויאזוי די גייסט אריבער ארויף אויפן טראמפ באן!
טראמפ עפענט די טיר פאר דעמאקראטן.
העמיר איצט זעהן צו די וועסט האלטן ווארט!
📎 Screenshot_20170326-205952-min.png

שבת אחים » זונטאג מערץ 26, 2017 9:20 pm

· #366903
הרב שמעקעדיג, הרב געוואלדיג, ביטע פארקורצערן זיינע תגובות לכה״פ מיט די quotes, אזא חזריי, מאכט געוואלדעס פון א נערישע דראוטש רעפארט, סאיז מיר אדער אים, איך גלייך שרייבן דא, אבער ער קריכט מיר אויף די הינער אויגן מיט זיינע קינדערישע בעבישע תגובות.

קורקלענד פארטרייבט מיך פון ק״ש, כהאב נישט קיין נערווען צו זיין בעבישקייט...

הרב שטיסל? העלפט מיך ארויס פירן די מערכה מיט די טראללס ביטע. דאנקע שיינע.

שבת אחים » זונטאג מערץ 26, 2017 9:28 pm

· #366907
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/366881">viewtopic.php?p=366881#p366881</a><!-- l -->

שבת אחים » זונטאג מערץ 26, 2017 9:48 pm

· #366912
למעשה טראמפ קומט יעצט צוגיין אז ער איז גרייט צו נעגאושיעטאן מיט די דעמעקראטן, דער שוטה! ער מיינט אז אונז קויפן זיין בלאף???? האהא 😂

אזא מין טיפוש דער! ער קען פארגעסן פון אדורכשטיפן איין זאך! איין זאך! ער האט געמיינט אז דעס איז א דזשאוק??? הא?

די דעמקראטן גייען נאר נעגאשעיטן מיט די ריפובליקאנער לכאורה:

1)אויב מגייט זיי קודם צוריק די ג׳גנבטע זיץ אין סופרים קאורט וואס זיי האבן בלאקירט אבאמא׳ס נאמינאציע און געגעאנגען אנטעקן די אמעריקאנע קאנסניטוציע מיט וואס זיי האלטן זיך אזוי גרויס און אין דעם נאמען איז דא אין אמעריקע פול מעהר ביקסן ווי מענטשען 😢

2)אז דער המן מיט זיינע קינדער- טראמפ מיט זיינע קינדער רעזעגנירן פון זייער פאזיצעס צוליב קאראפאציע מיט די רויסן און ווייס פרעזידענט מייק פענס נעמט איבער

3)אז מ׳שטעלט צוריק אלע רעגיולאציעס צו די קארפערעישאונס וואס טראמפ האט אראפגענומען זינט ער איז אין אמט.

4)אז מגייט איינפירן אין אמעריקע א סינגעל פעיר מעדיקער פאר אלל אזויווי אין יעדע נארמאלע לאנד.

קורקלענד, שטיל זאל זיין, האלט עס אין בויך דאסמאל.

גר ותושב » זונטאג מערץ 26, 2017 9:54 pm

· #366916
Re: טראמפקעיר - American Health Care Act
שבת אחים
ווייס פרעזידענט מייק פענס נעמט איבער



איך גלייך גראדע מייק פענס און איך גלייב נישט אז די ווילסט עים זעין אויפן בעינקל.

קורקלענד » זונטאג מערץ 26, 2017 9:55 pm

· #366917
איך וועל זיין שטיל און כ'וועל לאזן דיינע הודעות אומגעענטפערט. אזוי אז די זאלסט מיינען אז יעדער קויפט דיינע מעשיות. זיץ ווייטער און דיין 'סעיף זאון' און שטעל דיך ווייטער פאר אז רוב אמעריקע איז מיט דיר. און דאנק גאט דו ביזט נישט קיין ראסיסט קעגן שווארצע נאר קעגן ווייסע. און אויך אז ער האט דיר געגעבן שכל צו פארשטיין די מוסלמענער און פיינט האבן די קריסטן. א גוטע נאכט.

האסט שטיל געמאכט די אפאזיציע מיט דיין ביקס. זאל פרידאם אוו ספיטש פאלן אבער לאנג לעבן זאל סאושעליזם!

שבת אחים » זונטאג מערץ 26, 2017 10:01 pm

· #366918
גר ותושב
שבת אחים
ווייס פרעזידענט מייק פענס נעמט איבער



איך גלייך גראדע מייק פענס און איך גלייב נישט אז די ווילסט עים זעין אויפן בעינקל.


ענדערש ווי טראמפ! עני באדי אויסער רייען און טראמפ.

שבת אחים » זונטאג מערץ 26, 2017 10:21 pm

· #366921
יעצט כאפט שוין יעדער פארוואס 95 פראצענט אידן-אפילו די פרומע אידן זענען אייביג געוועהן דעמעקראטן אין אמעריקא ביז יוסי געשטעטנער האט ענק אנגעפאנגען דרייען א קאפ?

נאכאלץ נישט? ווער ס׳האט נאכנישט געכאפט זאל אויפהייבן די הענט און ארויס גיין פונעם מרחץ 🙂

שבת אחים » מאנטאג מערץ 27, 2017 2:06 am

· #366941
The Death Of Trumpcare Is The Ultimate Proof Of Obamacare’s Historic Accomplishment
There’s little enthusiasm for going back to the way things were.
<a class="postlink" href="http://www.huffingtonpost.com/entry/health-care-republicans-repeal-obamacare_us_58d81295e4b03787d3598bf6?0r&ncid=inblnkushpmg00000009">http://www.huffingtonpost.com/entry/hea ... mg00000009</a>

שבת אחים » מאנטאג מערץ 27, 2017 2:40 am

· #366943
Bernie Sanders, Top Progressives Announce New ‘Medicare For All’ Push
Lowering the Medicare age could be a starting point

<a class="postlink" href="http://www.huffingtonpost.com/entry/bernie-sanders-progressives-medicare-for-all_us_58d6f5c1e4b03692bea68fd2?frydbutvrcgv0wwmi&">http://www.huffingtonpost.com/entry/ber ... rcgv0wwmi&</a>

שבת אחים » מאנטאג מערץ 27, 2017 2:54 am

· #366944
Donald Trump BLAMES conservatives for health care bill, signals new openness to Democrats

<a class="postlink" href="https://www.boston.com/news/politics/2017/03/26/donald-trump-blames-conservatives-for-health-care-bill-signals-new-openness-to-democrats">https://www.boston.com/news/politics/20 ... -democrats</a>

שבת אחים » דינסטאג מערץ 28, 2017 1:37 pm

· #367253
קען אפשר איינער מסביר זיין וויאזוי די ריפובליקאנער וואס האבן פארבירט אראפצווארפן ״אבאמקעיר״ 60 מאהל בשעת אבאמא איז געוועהן פרעזידענט, שוין יאהרן וואס זיי שווערן נקמה אין ״אבאמאקעיר״, יעצט פיינעלי האבן זיי געהאט זייער טשענס, זיי האבן א גרויסע מערהייט אין קאנגרעס, א קליינע מערהייט אין סענאט, אלע ברענטשס פון גאווערמענט איז רעכט, און נאכאלץ זענען זיי ביטער דורכגעפאלן?!....

מיט דעם אלעם שעמען זיי זיך בכלל נישט צו עפענטליך זאגן אז זיי גיין ״נאכמאל״ פרובירן ארויפצווינגען א העלטקעיר סיסטעם וואס נאר זיבעצן פראצענט אמעריקאנער עפראווען??? ״ווייל ס׳ברענגט פראפיט פאר די דורכגעפוילטע קארפערעישאונס מיט וועמען די ריפובליקאנער ליגן אין בעט״?!....

מעיק אמעריקא גרעיט עגעין!????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????

House Republicans will try again on health care bill, Paul Ryan says - PBS NewsHour
<a class="postlink" href="https://apple.news/A8wn17ur7S367GKBvohDswQ">https://apple.news/A8wn17ur7S367GKBvohDswQ</a>

קורקלענד » דינסטאג מערץ 28, 2017 9:33 pm

· #367381
די עי.פי. האט באריכטעט אז טראמפ זאגט שטילערהייט ארבעט ער נאכאלץ​ אויף העלט קעיר. און ס'מעגליך בקרוב וועט מען שליסן אן אפמאך. ווי אויך זאגט ער אז דעמאקראטן וועלן מעגליך נישט זיין אויסגעשלאסן.

שבת אחים » דינסטאג מערץ 28, 2017 9:42 pm

· #367382
איידער ער גייט איינפירן א נייע העלטקעיר סיסטעם זאל ער זיך אויסלערנען וויאזוי די סיסטעם ארבעט, מקען נישט פארעכטן קיין סינק אז מווייסט גארנישט וועגן פלומבינג, סאיז אזויווי מגייט צו א chiropractor מאכן א אפענע-הארץ-סורגערי 😕, טראמפ וואלט אפשר גיט געוועהן צוזיין א פימפ אין א רויסישע בית-זונות פאר איין טאג, ביז ער וועט זיך מיט יעדעם צורצחנן און רופן זיין ״שיק-יונגלע״ קושנער זאל אים איבערנעמען ווייל סאיז צו קאמפליצירט פאר אלטע אומגעלערנטע פויער ווי אים.

שבת אחים » מיטוואך מאי 3, 2017 7:13 pm

· #369813
דזשימי קיממעל רעדט אין זיין monologue וועגן זיין נייע געבוירן קינד וואס איז געבוירן מיט ״הארץ קאנדישאון״ און לויט די ריפובליקאנער און טראמפ וואלט אזא פיצעלע קינד מיט א ״פרי עקזיסטינג קאונדישאנס״ געשטארבן, די קליפ איז זייער ״עמאצאניעל״ און סאיז גלייך געגעאנגען ״וויירעל״ אזש אז די ״ווייסע הויז״ און די טראמפיסטן האבן שוין גע׳אישוט א סטעיטמענט און שאן ספייסער האט שוין פרובירט צומאכן גאנצע פשטלעך...

לויט די רשעות׳דיגע הארצלאזע ריפובליקאנער קריסטן ארבעט עס אזוי, א קינד פאר סאיז געבוירן ווען סאיז קלענער ווי עפעל און סהאט כמעט נישט קיין פילינגס טאהר מען עס נישט רירן אבער טאמער א קינד האט עס שוין יא דורכגעמאכט און איז אין א מזלדיגע שעה געבוירן געווארן א קינד אבער ס׳האט א קאונדישן זאל עס פגרן... סקאסט דאך געלט! אונז האבן נישט קיין געלט פאר דעם אונז האבן צוואנציג טרילאן דאללער חובות... און א יעדע פעני וואס אונז האבן יא דארפן מיר האבן מלחמה צוהאלטן און קאנטראלירן די וועלט, ווייל אויב אז אונז גיין נישט קאנטראלירן די וועלט גייט די Devil איבערנעמען, און פון ווי וועט מען נעמען 55 ביליאן דאללער צו בויען א וואנט??? הא?? זאלן זיי שטארבן! סאיז במילא נאר קינדער פון ארימע מענשטען! אז די עלטערן האבן נישט קיין געלט פאר זייערע אייגענע קינדער דארף איך באצאלן פאר זיין surgery? זאלן זיי אלע פגרן! אבי אמעריקע איז די שטארקסטע לאנד אויף די וועלט מיט די מערסטע פאוער!

לאנג לעבן זאל דאנאלד טראמפ
לאנג לעבן זאל פאועל רייען
לאנג לעבן זאל דער אומפארשעמטער איד קושנער
לאנג לעבן זאלן אלע ווייסע קריסטן
לאנג לעבן זאלן די אמעריקאנער עליטס
לאנג לעבן זאל וואלידמיר פוטין
לאנג לעבן זאל ביבי נתניהו

טויט צו אלע ארימלייט!
טויט צו אלע ארבעטסלייט!
טויט צו אלע לינקע!
טויט צו אלע ליבעראלס!
טויט צו אלע מעקסיקענס, שפאנישע, שווארצע, מוסלימס!
טויט צו אלע כופרים!

Jimmy Kimmel Reveals Details of His Son’s Birth & Heart Disease
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=MmWWoMcGmo0">https://m.youtube.com/watch?v=MmWWoMcGmo0</a>

<a class="postlink" href="https://mobile.nytimes.com/2017/05/03/arts/television/jimmy-kimmel-health-care-son.html">https://mobile.nytimes.com/2017/05/03/a ... e-son.html</a>

שבת אחים » מיטוואך מאי 3, 2017 7:32 pm

· #369814
און זיי געבן נישט אויף! צום הונדרעטסטע מאהל בלי גוזמא וואס זיי פרובירן אראפצוווארפן אבאמאקעיר....

House to vote Thursday on Obamacare repeal bill
<a class="postlink" href="http://www.cnn.com/2017/05/02/politics/republican-health-care-bill/index.html">http://www.cnn.com/2017/05/02/politics/ ... index.html</a>

ליפא » מיטוואך מאי 3, 2017 7:37 pm

· #369816
Shut up, Jimmy Kimmel, you elitist creep

<a class="postlink" href="http://m.washingtontimes.com/news/2017/may/2/jimmy-kimmel-elitist-creep-who-needs-shut-up/">http://m.washingtontimes.com/news/2017/ ... s-shut-up/</a>
בלאט: 1 2 3 4