☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » טראמפקעיר - American Health Care Act

טראמפקעיר - American Health Care Act

180 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11376
בלאט: 1 2 3 4

קורקלענד » פרייטאג מערץ 17, 2017 12:47 am

· #365815
איך האב געזאגט אז איך בין אייניג א חסיד פון יענע אלע אויבן דערמאנטע. האב איך געמיינט אז איך פון זיי אלע גארנישט איך בין נישט קיין חסיד פון זיי און אויך נישט פון ראש לימבאו. כ'בין א שטיקל חסיד פון עין ראנד.

שבת אחים » פרייטאג מערץ 17, 2017 12:53 am

· #365818
חוץ מזה, כינע האט נאך אין זייער לעבן געטשעפט קיין לענדער נאר זייערע אלטע שכן טאיוואן מיט וועמען זיי האבן א חשבון פאר יארן לאנג, און אפשר מיט רעכט, אבער למעשה ווען איז געוועהן דע לעצטע מאל כינע האט מלחמה געהאלטן מיט איינעם? דעס אז אפשר גייט כינע מלחמה האלטן מיט אונז -און אמעריקע מיט זייערע פריינד גייען נישט האבן גענוג וואפן איז וויכטיגער ווי פשוטע העלט קעיר און עסען פאר די ארימלייט???? דעס זענען די רעכטע פריאראטיס? מוראדיגע לאגיק פון דיינע קלוגע רייכע ריפובליקאנער. מוראדיג!

קורקלענד » פרייטאג מערץ 17, 2017 12:57 am

· #365819
כ'בין נישט באהאווענט אין מיליטערי. איך פארשטיי נישט און איך ווייס נישט די היינטיגע ריסקס. איך בין נישט דערין. איך זעהן עס דאך אביסעלע אנדערש ווי דיר. קען זיין טאקע אז מען דארף יא קען זיין נישט. ס'גייט מיר נישט אן. איך האב נישט געשטימט פאר איהם בעיזד אויף זיין פאזיציע בנוגע מיליטערישע אנגעלענהייטן סייווי.

שבת אחים » פרייטאג מערץ 17, 2017 12:58 am

· #365820
די לעצטע מאל כינע האט מלחמה געהאלטן מיט א צווייטע לאנד איז דאכצעך הונדרעטער יאהרן צוריק, חוץ מיט זייערע אייגענע שכנים, וואס דאס איז א באזונדערע פרשה, זייערע נאטור איז נישט מלחמה אזויווי אמעריקע! דאס איז א פאקט! און טאמער גייען זיי היינט מלחמה האלטן מיט אמעריקע פארלירן זיי לכאורה זייער גיטע עקאנמיע, און לכאורה די מלחמה אויך, זיי האבן נישט קיין שום סיבה שבעולם דעס צוטוהן און מורא האבן פאר דעם איז נישט מעהר ווי א נערישע פאביע.

קורקלענד » פרייטאג מערץ 17, 2017 1:06 am

· #365822
די רעדסט פון כינע כאילו די מענטשן דארט זענען געמאכט פון פלאסטיק.

קורקלענד » פרייטאג מערץ 17, 2017 1:11 am

· #365824
מר שטיסל: איך האב געשריבן אויף טראמפ יושר'דיג? איך האב אויף איהם געשריבן אז ער איז נישט קארופטירט?

שבת אחים » פרייטאג מערץ 17, 2017 1:40 am

· #365828
טראמפ איז נישט קארפטירט?
כווייס אפילו נישט ווי אנצופאנגן.
האסט אמאל געהערט פון טראמפ יונעווערסטי? ווי ער האט פשוט אויסגעפאפט די מענטשען און סאיז נישט בכלל געוועהן א ליגעמענט קאלעדזש? ער האט געהאט פילע קלאגען אין קאורט וואס גייט נאך דאכצעך אן ביזן היינטיגן טאג. זיינע קאסינאוס האט ער נישט באצאלט פאר די קאנטראקטערס און ביזנעס וואס האבן געארבעט פאר אים, איין קליינע קאמפני וואס פלעגט מאכן די סלאט-מאשינס פאר יאהרן לאנג אין אסאך קאסינאוס האט ער אנגעזעצט מיט א שיינע פאר יאהר צוריק מיט אכציג אלפים! וואס איז געוועהן דעמאלטס א ריזיגע סכום, זיי האבן דאכצעך צוליב דעם באנקראטירט, על אף וואס טראמפ האט געמאכט געלט אין יענע קאסינאו האט ער אנגעזעצט א קליינע Family owned ביזנעס און א דריי משפחות האבן פארלוירן זייער ביזנעס און פרנסה, די ליסט איז לאנג.

ער האט זיך אייביג ארויסגעדרייט פון באצאלן טעקסעס, והא ראי ער האט מורא סזאל זיין פובליק, ווארען בופעטס טעקס ריטערן איז פובליק.

שבת אחים » פרייטאג מערץ 17, 2017 1:48 am

· #365829
מצאתי
קורקלענד: דא האסטו די קליפ פון וואס איך רעדט, און יא זיי זענען ארויס פון ביזנעס ווייל דיין טראמפ איז נישט קיין קרוק. נישט ?
יעדער וואס האלט אז טראמפ איז נישט קיין קרוק און קרימינאל זאל וואטשען דעס.

<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=TGGOwcknoCY">https://m.youtube.com/watch?v=TGGOwcknoCY</a>

טראמפ ענטפערט מסתמא אויף דעם ״פעיק נויס״! אלעס וואס שטימט נישט מיט אים איז דאך זיכער פעיק!

קורקלענד » פרייטאג מערץ 17, 2017 1:51 am

· #365830
די ווייסט נישט אז ער האט זיך ארויסגעדרייעט פון צאלן שטייערן.די האסט נישט קיין ראיה. ער דארף דיר עס נישט ווייזן.

פאר אלע אנדערע עבירות קען מען ניצן אל גאור'ס היתר וואס ער האט פון א רב צו פליען אויף א פריוואטע פליגער כאטש אפי' ס'שאדט פאר מיין אטעמען.

קורקלענד » פרייטאג מערץ 17, 2017 1:55 am

· #365831
איך כאפ זיך איצט אז די האסט אינגאנצן פארגעסן צו שרייבן וועגן דעם קאפא דזשארדזש סאראוס.

שבת אחים » פרייטאג מערץ 17, 2017 2:34 am

· #365834
Trump Taj Mahal Casino Contractors Say They Were Wronged | ABC News
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=sBr8hbtyMtk">https://m.youtube.com/watch?v=sBr8hbtyMtk</a>

נאך איבער דעם גנב טראמפ.

ליפא » פרייטאג מערץ 17, 2017 2:40 am

· #365835
📎 IMG-20170317-WA0017.jpg
איין חלום נאכ'ן צווייטן...

שבת אחים » פרייטאג מערץ 17, 2017 2:49 am

· #365838
קורקלענד
איך כאפ זיך איצט אז די האסט אינגאנצן פארגעסן צו שרייבן וועגן דעם קאפא דזשארדזש סאראוס.


פאר מ׳גייט ווייטער מאך נישט דא קיין סליפי -סלאופ ארגעיומענט. דו האסט געשריבן אז ״אלע פון די איין פראצענט זענען אלע אויף מיין וואגען״ האב איך געזאגט שקר, און דרך אגב מ׳קען זעהן א חילוק פון די רעכטע ביז די לינקע ביליאנערן און איך האב געמאכט מיין פוינט איבער דעם, דעס מיינט נישט אז איך פארטיידיג און איך טראג אחריות און איך אפראוו אלעס וואס די לינקע ביליאנערן טוהן. פארקערט איך בין בעצם נישט אנטציקט פון קיין שום ביליאנער און פון די סופער רייכע, איך האלט אז א אינדיוויאל מענטש טאר נישט האבן אזויפיל פאוער און געלט בשעת האלב פון די וועלט הונגערט ממש, איך בין א דעמקראטישע-סאושליסט. אבער פון די באנטש קען מען זעהן קלאר די חילוקים, למשל וואל-מארט זענען רעכטע און קאסטקאו זענען לינקע, וואלמארט צאלט פאר לאביאסט צו פייטן אז מזאל נישט ארויפגיין מיט די מינמיום וועידזש, זיי צאלן באבקעס פאר זייערע ארבעטארער, און געבן זיי די מינימום לאנטש טיים וכודמה, ווידער קאסטקאו הייבט אן מלכתחילה מיט א העכערע וועידזש ווי מינימום, זיי טריטן זייערע ארבעטארער מוראדיג שיין, און זיי מאכן נאך אלץ שווערע מיליאנען, אפילו זיי זענען אסאך קלענער ווי וואל-מארט האבן זיי נישט קיין לאביאסטן אין וואשינגטאן און זיי געבן גערן זייערע ארבעטארער א נארמאלע וועידזש און בעסערע בענפיטס, דעס אלעס איז פובליק אינפארמאציע יעדער קען עס אליינס אויפקוקן, מקען געבן נאך צענדליגער משלים ווי דעם.

און פארוואס איז סאראוס א קאפאו לאמיר הערן?

שבת אחים » פרייטאג מערץ 17, 2017 7:02 am

· #365855
Trump and his advisers can’t keep quiet — and it’s becoming a real problem

<a class="postlink" href="https://www.washingtonpost.com/politics/trump-and-his-advisers-cant-keep-quiet--and-its-becoming-a-real-problem/2017/03/16/157d2100-0a63-11e7-93dc-00f9bdd74ed1_story.html?utm_term=.ff858543c308">https://www.washingtonpost.com/politics ... 858543c308</a>

קורקלענד » פרייטאג מערץ 17, 2017 10:36 am

· #365877
דעת תורה
אז זיי דארפן געזונטע לופט און וואסער און א פלאנעט וואס איז ראוי צו וואוינען. און פיינענשעל סטאביליטעט

אנטשולדיגט אבער פאר פיינענשעל סטאביליטעט וועסטו אליין דארפן ארבעטן. ס'נישט א זאך וואס גאווערמענט קען דיר געבן. זיי האבן עס נישט.

בנוגע געזונטע וואסער און לופט ווייס איך נישט פונקליך וואס די ווילסט. ס'זייער בראוד גערעדט.

שבת אחים » פרייטאג מערץ 17, 2017 10:45 am

· #365880
גוט מארגן יונה!

פאר פיינענשעל סטאביליטעט וועסטו אליין דארפן ארבעטן, אדער ירש'נן פון דיין טאטע מיליאנען און קריכן יעדעם אויף די נערווען ווי טראמפ!

ווייל ער ארבעט פאר זיין געלט! כ'מיין ער בא'גנב'ט מענטשען פאר א ליווינג!
ער וועט אונז זאגן ווער ס'דארף ארבעטן און ווער נישט...

קורקלענד » פרייטאג מערץ 17, 2017 10:50 am

· #365882
נישט לאנג צוריק האסטו דא געשריבן אז די האסט פיינענשעל סטאביליטעט (אלס סוקסעספול אטד) ווער האט דיר עס צוגעטיילט?

קורקלענד » פרייטאג מערץ 17, 2017 10:58 am

· #365884
[ציטאט אראפגענומען]

אביסל רעספעקט פאר א ניק וואס האט שוין באלד מער הודעות ווי דיר.

שבת אחים » פרייטאג מערץ 17, 2017 6:46 pm

· #365919
קורקלענד
נישט לאנג צוריק האסטו דא געשריבן אז די האסט פיינענשעל סטאביליטעט (אלס סוקסעספול אטד) ווער האט דיר עס צוגעטיילט?


ווי קום איך אריין דא? מרעדט דא פון פופציג מיליאן אמעריקאנער וואס האבן נישט קיין פיינענשאול סטאבילטעט, איך בין טאקע היינט צוטאגס פון די צעהן פראצענט וואס האבן יא, מיינט נאכנישט אז איך מעג צומאכן מיינע אויגן און פארגעסן פון די צייטן וואס כהאב מיך שטארק געמיטשעט און נישט געהאט. מיינט נאכנישט אז איך מעג פארמאכן א אויג און נישט קוקן אויף רוב מענטשען וואס איך און דו קענען וואס דארפן יא צוקומען צו די גאווערמענט.

מרעדט נישט דא אז די גאווערמענט זאל יעצט אויסהאלטן אלע ארימע מענטשען, מרעדט אז די רייכעסטע לאנד אויף
די וועלט זאל כאטש טוהן די מינימום פאר די ארימע און זיי צושטעלן א נארמאלע דאקטער טאמער האלטן זיי ביים שטארבן פונקט ווי אין רוב פארגעשריטענע לענדער אויף די וועלט.

די ריפובליקאנער פריארטי איז שניידן טעקסעס פון די סופער-רייכע וואס זענען איין פראצענט פון די לאנד, ח״ו נישט העכערן די מינימום וועידזש

די דעמקראטס פריארטי איז די 50 מיליאן ארימע מענטשען אין אמעריקע!

ק׳מאן?!

קורקלענד » מוצ"ש מערץ 18, 2017 9:44 pm

· #365922
אזוי זאגן די דעמאקראטן. וואס זיי טוהן ווייזט אנדערש. פאקט איז אז אונטער די דעמאקראטן אין די לעצטע אכט יאר איז די געפ ציווישן ארעמע און רייכע געווארן אסאך ברייטער. מיט די דעמאקראטישע אידיאלאגיע איז אסאך שווערער אריבער צו גיין די בריק פון ארעם צו רייך. ביי זיי אין קאפ איז איינער מיט פינעף מיליאן אין באנק (וואס איז ווייט פון פיינענשעל סטאביליטעט) פונקט אזוי רייך ווי דיין ביל געיטס און לשיטתם דארף מען זיי רעכענען שטייערן אויפן זעלבן ראטע. די אלע סאושעל פראגראמען האבן אין פאקט קיינעם נישט רייך געמאכט חוץ די איין פראצענט. אבאמא קעיר האט אוועקגענומען פרנסה פון דאקטוירים/שפיטעלער און צוגעטיילט צו די אינשורענס פירמעס. רוב שפיטעלער אין ניו יארק זענען אונטערגעגאנגן און האבן זיך געדארפט פארקויפן.פון אן אויסוואל פון צענדליגער איז געווארן קארגע זעקס לפחות און ליותר.

דעת תורה » מוצ"ש מערץ 18, 2017 9:55 pm

· #365926
דו נעמסט דיינע 'פאקטן' פון?

קורקלענד » מוצ"ש מערץ 18, 2017 9:58 pm

· #365928
אויף וועלכע 'פאקט' ווילסטו זיך דינגען. אדער אויף וועלכע ווילסטו א מקור?

קורקלענד » מוצ"ש מערץ 18, 2017 10:12 pm

· #365929
שבת אחים
מרעדט דא פון פופציג מיליאן אמעריקאנער וואס האבן נישט קיין פיינענשאול סטאבילטעט, איך בין טאקע היינט צוטאגס פון די צעהן פראצענט וואס האבן יא

פופציג מיליאן האבן נישט. איז לויט מיין חשבון אדער 15.7% פון די פאפולאציע אדער 57.4% פראצענט פון די וואורקינג פאורס. צען פראצענט (פון וואס) האט יא. וואס איז מיט די איבעריגע?

קורקלענד » פרייטאג מערץ 24, 2017 9:26 am

· #366663
אזויווי די בילל האלט פאר נעילה און קאנגרעס גייט שוין צו צו די וואלן האבן די רעפובליקאנער ארויסגענומען נאך א בלעטל פונעם דעמאקראטישן שפיל ביך. זיי האבן געמאכט דראסטישע ענדערונגען צום בילל פאר איינער זאל עס קענען לייענען. די איינציגסטע וועג צו קענען זעהן וואס ס'שטייט דארט באמת איז נאר נאך די וואלן.

גר ותושב » פרייטאג מערץ 24, 2017 10:02 am

· #366665
דו האלסט אז עס איז א גוטע סימן אדער פארקערט זענען די רעפאבליקאנער נישט געווען עפעס אויסער זיך ווען פעלאסי האט געזאגט
you have to pass it to know what's inside it?

קורקלענד » פרייטאג מערץ 24, 2017 10:13 am

· #366666
ס'זיכער נישט קיין גוטע זאך אז מ'זאל אדורכפירן א געזעץ און מ'זאל שטימען דעראויף איידער מען קען זעהן וואס דארט שטייט.

מעגליך אז אין געוויסע פעלער איז נישט דא קיין אנדערע ברירה.

איך בין נישט פאר אדער קעגן די נייע בילל. למעשה בין איך שטארק נישט קלאר דערין. ווי אויך האב איך נישט געזען ווי איינער זאל עס גוט צולייגן. אזוי איז אויך געווען ביי אובאמא.

איך בין אויך נישט זיכער ווי שטארק טראמפ איז פאר די בילל. למעשה איז עס נישט מעשי ידי עצמו. לענ''ד און איך פארשטיי אז ער האלט אויך אזוי זענען טעקס קאטס און דאס צומאכן די לעכער פון וואס די רייכע האבן א פריוועליגיע צו געניסן וויכטיגער. פארדרייען מיט העלט קעיר וואס איז מער קאמפליצירט זאל ער לאזן אויף שפעטער.

גר ותושב » פרייטאג מערץ 24, 2017 10:19 am

· #366667
פארוואס טאקע איז עס נישט מעשי ידיו להתפאר? ער האט דאך צוגעזאגט פארשידענע זאכן ביים קאמפעין, ער האט צוגעזאגן אז מענטשן גייען נישט שטארבן אויפן גאס, ער האט צוגעזאגט אז יעדער גייט זיין געקאווערט, ער האט צוגעזאגט אז פרימיעמס גייען אראפגיין, ער האט צוגעזאגט ער גייט אוועקנעמען די סירקעלס פון די סטעיטס, און פלוצלינג איז עס געווארן צו קאמפליצירט און פרובירט צו אוועקשטיין דערפון, ער טוט נישט גארנישט צו אויספירן זיינע צוגעזאגאכצער.

קורקלענד » פרייטאג מערץ 24, 2017 10:27 am

· #366670
קען ער צוזאגן זאכן וואס זענען נישט בידו? קען ער דען רעפארמען העלט קעיר מיט אן עקזעקיוטיוו באפעל? אדורכצופירן א געזעץ דארף עס אדורך גיין קאנגרעס. אדורך צו גיין קאנגרעס דארף עס דער ספיקער ארויפלייגן אויפן טיש פאר וואלן. דעס האט רייען געברענגט צום טיש.

איי וועסטו פרעגן פארוואס ער האט צוגעזאגט זאכן וואס זענען נישט בידו? ווייל ער האט געוואלט געווינען!

שבת אחים » פרייטאג מערץ 24, 2017 10:37 am

· #366673
קורקלענד
ס'זיכער נישט קיין גוטע זאך אז מ'זאל אדורכפירן א געזעץ און מ'זאל שטימען דעראויף איידער מען קען זעהן וואס דארט שטייט.

מעגליך אז אין געוויסע פעלער איז נישט דא קיין אנדערע ברירה.

איך בין נישט פאר אדער קעגן די נייע בילל. למעשה בין איך שטארק נישט קלאר דערין . ווי אויך האב איך נישט געזען ווי איינער זאל עס גוט צולייגן. אזוי איז אויך געווען ביי אובאמא.?????

איך בין אויך נישט זיכער ווי שטארק טראמפ איז פאר די בילל. למעשה איז עס נישט מעשי ידי עצמו. לענ''ד און איך פארשטיי אז ער האלט אויך אזוי זענען טעקס קאטס און דאס צומאכן די לעכער פון וואס די רייכע האבן א פריוועליגיע צו געניסן וויכטיגער. פארדרייען מיט העלט קעיר וואס איז מער קאמפליצירט זאל ער לאזן אויף שפעטער.


🙄 🙄 🙄 🙄 🙄 🙄 🙄 🙄 🙄

גר ותושב » פרייטאג מערץ 24, 2017 10:37 am

· #366674
Re: טראמפקעיר - American Health Care Act
קורקלענד
קען ער צוזאגן זאכן וואס זענען נישט בידו? קען ער דען רעפארמען העלט קעיר מיט אן עקזעקיוטיוו באפעל? אדורכצופירן א געזעץ דארף עס אדורך גיין קאנגרעס. אדורך צו גיין קאנגרעס דארף עס דער ספיקער ארויפלייגן אויפן טיש פאר וואלן. דעס האט רייען געברענגט צום טיש.

איי וועסטו פרעגן פארוואס ער האט צוגעזאגט זאכן וואס זענען נישט בידו? ווייל ער האט געוואלט געווינען!

און די האלסט נאך אז א בהמה וואס איז גרייט צו זאגן אלעס אבי צו געווינען ער איז נאך די בעסטע אויסוואל פאר אמעריקע? ער האט אמעריקע טיף טיף אין די ערד אלעס וואס ער וויל איז כבוד איגו ווי אזוי האט נאר טעד קרוז געזאגט? "יעדע זאך וואס טראמפ זאגט האט א עקספיירעישן דעיט און טאמער די וואטס פאר עים ווייל די האלסט ער וועט זיין גוט פאר עפעס דעמאלט זאלסטו וויסן אז ער לאכט פון דיר".

קורקלענד » פרייטאג מערץ 24, 2017 10:44 am

· #366677
איך האלט אז אלע פאליטישאנס טוהן אזוי. אפי' טעד קרוז און בערני סאנדערס. איינס ווייל זיי זענען אלע ליגענער'ס און צוויי ווייל כדי צו געווינען דארפן זיי זאגן וואס די מענטשן ווילן הערן.
טעד קרוז האט עס אויך נאר געזאגט ווייל ער האט געוואלט געווינען. ס'איז איהם גאנץ ווייניג אנגעגאנגען צו וועסט ליידן פון טראמפ.

שבת אחים » פרייטאג מערץ 24, 2017 10:47 am

· #366678
גר, החוקר, וואס מיינט איר איז למעשה די שאנסן אז ס׳זאל אדורכגיין?.

כהאב יעצט געוואטש לייוו די דעבעטעס אין קאנגרעס סקוקט אויס זייער א שוואכע טורן-אוט, סאיז מעהר ווייניגער ליידיג אויף זייער זייט.

גר ותושב » פרייטאג מערץ 24, 2017 10:51 am

· #366680
Re: טראמפקעיר - American Health Care Act
קורקלענד
גר ותושב

און די האלסט נאך אז א בהמה וואס איז גרייט צו זאגן אלעס אבי צו געווינען ער איז נאך די בעסטע אויסוואל פאר אמעריקע? ער האט אמעריקע טיף טיף אין די ערד אלעס וואס ער וויל איז כבוד איגו ווי אזוי האט נאר טעד קרוז געזאגט? "יעדע זאך וואס טראמפ זאגט האט א עקספיירעישן דעיט און טאמער די וואטס פאר עים ווייל די האלסט ער וועט זיין גוט פאר עפעס דעמאלט זאלסטו וויסן אז ער לאכט פון דיר".

איך האלט אז אלע פאליטישאנס טוהן אזוי. אפי' טעד קרוז און בערני סאנדערס. איינס ווייל זיי זענען אלע ליגענער'ס און צוויי ווייל כדי צו געווינען דארפן זיי זאגן וואס די מענטשן ווילן הערן.
טעד קרוז האט עס אויך נאר געזאגט ווייל ער האט געוואלט געווינען. ס'איז איהם גאנץ ווייניג אנגעגאנגען צו וועסט ליידן פון טראמפ.

דאכט זיך אז טעד קרוז האט געזאגט און די ערשטע קאקוס סטעיט זאכן וואס זיי האבן נישט געוואטל הערן איך האלט נישט אז קרוז און סאנדערס זענען ליגענערס און אפילו טאמער האבן זיי אמאל געזאגט עפעס כדי צו געוואונען וואלטן זיי כאטש פרובירט צו אויספירן וואס זיי קענען נישט געשפיגען די אנדערע אין פנים אזוי טראמפ

גר ותושב » פרייטאג מערץ 24, 2017 10:52 am

· #366681
Re: טראמפקעיר - American Health Care Act
שבת אחים
גר, החוקר, וואס מיינט איר איז למעשה די שאנסן אז ס׳זאל אדורכגיין?.

כהאב יעצט געוואטש לייוו די דעבעטעס אין קאנגרעס סקוקט אויס זייער א שוואכע טורן-אוט, סאיז מעהר ווייניגער ליידיג אויף זייער זייט.

אין קאנגרעס איז א שוואכע טשענס עס זאל אריבער אבער אין סענעט איז בכלל נישט קיין טשענס

גר ותושב » פרייטאג מערץ 24, 2017 10:53 am

· #366682
וואו קען מען עס מיטהאלטן?

שבת אחים » פרייטאג מערץ 24, 2017 10:56 am

· #366683
גר ותושב
וואו קען מען עס מיטהאלטן?

<a class="postlink" href="http://www.cnn.com/2017/03/23/politics/trump-health-care-latest/index.html">http://www.cnn.com/2017/03/23/politics/ ... index.html</a>

קורקלענד » פרייטאג מערץ 24, 2017 11:01 am

· #366685
גר ותושב

איך האלט נישט אז קרוז און סאנדערס זענען ליגענערס און אפילו טאמער האבן זיי אמאל געזאגט עפעס כדי צו געוואונען וואלטן זיי כאטש פרובירט צו אויספירן וואס זיי קענען נישט געשפיגען די אנדערע אין פנים אזוי טראמפ

איך ווייס נישט און איך קער נישט וואס ער טוהט מיט איינעם ווען ס'מיר נישט נוגע. איך האב פאר איהם געשטימט און לעת עתה האב איך נאך גארנישט פארלוירן. ער האט מיך נישט אויסגעשפילט דערווייל. ווידעראום אדאנק אובאמא צאל איך איצט העכערע שטייערן און איך באקום שוואכערע העלט קעיר.
איך בין נישט קיין געשוואוירענע טראמפיסט. אז ער שפילט מיך אויס הער איך איהם אויף שטיצן.

שבת אחים » פרייטאג מערץ 24, 2017 11:36 am

· #366689
קורקלענד
גר ותושב

איך האלט נישט אז קרוז און סאנדערס זענען ליגענערס און אפילו טאמער האבן זיי אמאל געזאגט עפעס כדי צו געוואונען וואלטן זיי כאטש פרובירט צו אויספירן וואס זיי קענען נישט געשפיגען די אנדערע אין פנים אזוי טראמפ

איך ווייס נישט און איך קער נישט וואס ער טוהט מיט איינעם ווען ס'מיר נישט נוגע. איך האב פאר איהם געשטימט און לעת עתה האב איך נאך גארנישט פארלוירן. ער האט מיך נישט אויסגעשפילט דערווייל. ווידעראום אדאנק אובאמא צאל איך איצט העכערע שטייערן און איך באקום שוואכערע העלט קעיר.
איך בין נישט 😕 קיין געשוואוירענע טראמפיסט. אז ער שפילט מיך אויס הער איך איהם אויף שטיצן.


ווייל אבאמא דער סאושליסט האט אויפגעמאכט אזא זאך ווי שטייערן!.... זייט די וועלט שטייט האט יעדער געמיינט אז שטייערן מיינט גאר אז מגייט טאנצן לכה דודי לקראת כלה, איז געקומען דער אבאמא און געזאגט ״געיס וואט״ ?! שטייערן מיינט באצאלן טעקסעס פאר די סערוויסעס וואס דו באקומסט פון די גאווערמענט!. א מין רשע דער שחור...

יעדער איז שוין ארויס פון מקוה אדער סאיז נאך געבליבן נערנים אין מקוה? יעדער האט שוין געכאפט? 😂 די נער זאל ארויסגיין פון מקוה! בעליוו מי!

קורקלענד » פרייטאג מערץ 24, 2017 11:46 am

· #366692
שבת אחים

ווייל אבאמא דער סאושליסט האט אויפגעמאכט אזא זאך ווי שטייערן!.... זייט די וועלט שטייט האט יעדער געמיינט אז שטייערן מיינט גאר אז מגייט טאנצן לכה דודי לקראת כלה, איז געקומען דער אבאמא און געזאגט ״געיס וואט״ ?! שטייערן מיינט באצאלן טעקסעס פאר די סערוויסעס וואס דו באקומסט פון די גאווערמענט!. א מין רשע דער שחור...

וואס ווער באקומט?

שבת אחים » פרייטאג מערץ 24, 2017 11:52 am

· #366693
קורקלענד
שבת אחים

ווייל אבאמא דער סאושליסט האט אויפגעמאכט אזא זאך ווי שטייערן!.... זייט די וועלט שטייט האט יעדער געמיינט אז שטייערן מיינט גאר אז מגייט טאנצן לכה דודי לקראת כלה, איז געקומען דער אבאמא און געזאגט ״געיס וואט״ ?! שטייערן מיינט באצאלן טעקסעס פאר די סערוויסעס וואס דו באקומסט פון די גאווערמענט!. א מין רשע דער שחור...

וואס ווער באקומט?


יענקל ברוך טירנוער מיט זיין שוועסטער!

בעליוו מי! בעליוו מי! ב-ע-ל-י-ו-ו....

שבת אחים » פרייטאג מערץ 24, 2017 1:08 pm

· #366715
A Top Republican Just Dealt Trumpcare A Potentially Mortal Blow
The chairman of the House Appropriations Committee will vote “no” on a top GOP priority. That doesn’t normally happen.
<a class="postlink" href="http://www.huffingtonpost.com/entry/rodney-frelinghuysen-gop-obamacare_us_58d53713e4b03787d357a0a0?ncid=fcbklnkushpmg00000013&section=politics">http://www.huffingtonpost.com/entry/rod ... n=politics</a>

שבת אחים » פרייטאג מערץ 24, 2017 2:17 pm

· #366722
:New York Times
Paul Ryan Rushes to White House to Tell Trump Votes Are Lacking to Repeal Obamacare
<a class="postlink" href="https://www.nytimes.com/2017/03/24/us/politics/health-care-affordable-care-act.html?_r=0">https://www.nytimes.com/2017/03/24/us/p ... .html?_r=0</a>

שבת אחים » פרייטאג מערץ 24, 2017 2:23 pm

· #366723
בערני סענדארס פלאן סינגל פעיאר איז דע מערסטע פאפיולער אין אמעריקע! כהאב ענק געבעטן...!
Poll: Most Americans want to replace Obamacare with single-payer — including many Republicans
<a class="postlink" href="https://t.co/uXyfCKkpYv">https://t.co/uXyfCKkpYv</a>

שבת אחים » פרייטאג מערץ 24, 2017 3:32 pm

· #366727
כאכאכאכא האבן זיך די רויבער צולאכט! וואס איז די געלעכטער? אז די רויבער און די רשעותדיגע קריסטן און זייער פירער דער חזיר מיט קליינע פינגערס און מיט א פיצי לא לנו איז שוין איינמאל חוזק! בעליוו מי!
Ryan, Trump Meet As More Republicans Defect From Health Care Bill

גר ותושב » פרייטאג מערץ 24, 2017 3:43 pm

· #366728
עס האט געהייסן אז מ'גייט וואוטן 3:30, למעשה האט די negotiator of chief זיך געבראכן און צוריקגעצויגן די וואוט

שבת אחים » פרייטאג מערץ 24, 2017 3:44 pm

· #366729
ברעיקינג:

מיט בושות און חרפות האבן די צוויי לוזערס טראמפ מיט רייען שנעל צוריקגעצויגן פון א היינטיגע וואוט אויפן קאנגרעס פלאר! זיי האבן נישט די שטימען דערפאר!

טראמפ איז יעצט נאך די אלע דורכפעלער, נאכדעדצו אינטער שווערע אינוועסטיגשאן פון די עף בי איי, די מערסטע אינקאמפאדענט פרעזידענט אין היסטארי.

שבת אחים » פרייטאג מערץ 24, 2017 4:40 pm

· #366735
נאך איין מזל! איך בין שיעור גרייט געוועהן צוגיין אין דזשעיל פאר די אומרעכטן, בעליוו מי, אין אפאר וואכן ארום וועט דער אכזר טראמפ שוין נישט קאקן אויף קיין גאלדענע טוילעטס, קושנער קען שוין גיין זוכן פאר לאיארס, טאפ לאאיער פראפעסאר עלען דערשאוויץ זאגט אז ער נעמט נישט אן די קעיס אפילו טראמפ געט אים אוועק אלע זיינע גאלדענע טוילעטס, היות ער איז א נארמאלע ליבעראלע מענשט,!מסתמא וועט אים ווילאדמיר פוטין פארגיטונגען מיט א Pro bono.

טויט צו טראמפ-יזים!

טויט צו די רשענטע איוואנקע-יזם!

טויט צו רייעניזים!

טויט צו אלע גאלדענע טוילעט קאקערס!

לאנג לעבן זאל
טשוק שומער, על פרענקען,האנ. בערני סענדארס, האנ.עליזאבעט ווארען. נענסי פעלאסי און אלע רעכטדעניקגע מענשטען, איר האט מיר געגעבן נאך איינמאל האפענונג אין הומאנטי...!

גיט שבת אלע אידישע קינדער!

קושנער, סאיז קיינמאל נישט צו שפעט תשובה צוטוהן, קום אריבער צו די לינקע, טיעף אין הארצן ווייסטאך גאנץ גיט אז די רעכטע זענען נישט גערעכט! חזור בך! למה יאמרו הגוים אז די סופער-רייכע אידן זענען רשעים וואס רייטן אויף די ארימע? דו מאכסט א חילול השם!!!

גר ותושב » פרייטאג מערץ 24, 2017 6:14 pm

· #366738
Re: טראמפקעיר - American Health Care Act
אביסל ליצנות פון טראמפ קעיר.
📎 IMG_20170324_180225.jpg📎 IMG_20170324_180449.jpg

גר ותושב » פרייטאג מערץ 24, 2017 6:15 pm

· #366739
Re: טראמפקעיר - American Health Care Act
📎 IMG_20170324_180556.jpg📎 IMG_20170324_180923.jpg

גר ותושב » פרייטאג מערץ 24, 2017 6:16 pm

· #366740
Re: טראמפקעיר - American Health Care Act
📎 IMG_20170324_180941.jpg
בלאט: 1 2 3 4