☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשירים

וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשירים

105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11329
בלאט: 1 2 3

moshav zekeinim » מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:59 pm

· #363361
וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשירים
עס איז נישט קיין סוד מער, אז צווישן די געמיינדע וואס האבן פארלאזט דאס חרדיש לעבן, די וועמען מען רופט בשם א.ט.ד. האט זיך אין די לעצטע יאר צוויי אנגעהויבן באמערקן א שטארקער אויפשטייג אין הצלחה ווי קיינמאל בעפאר, פון א געמיינדע וואס ביז עטליכע יאר צוריק האבן אירע מענטשן קוים געקענט צובינדן די שיך אליינס, וואו כמעט אלע זענען געווען לא יצלח'ס און עניים מרודים, איז עס ווי איבערנאכט געווארן א געמיינדע פון א ריזיגער צאל מוצלחים, א פאקט וואס הייבט שטוינענדע ברעמען ביי אלע וואס האלטן מיט די פראסעס פון די נאנט. סוחרים מיט גרויסע געלטער האבן אנגעהויבן ארויסצשפראצן איינס נאכן אנדערן, גאר חשובע פאזיציעס ווי דאקטוירים און פראפיסארן ווערן פארנומען דורך אטד אידן.

נישט נאר אין עניני ממונות זעהט זיך א דראסטישער טויש, נאר אויך בעניני רוח, פון א געמיינדע וואס האט אמאל אנטהאלטן גאסן יונגען, אויסגעלאשענע זאמביס, און נידעריגע נארקאטיקער, איז פלוצלינג ארויסגעוואקסן א געזעלשאפט פון קעפ שטיק, מלומדים, חברה וואס ווייקן זיך בין כותלי הגימנאזיאום און טונקען זייערע קעפ אין ספרי מדע.

פון א געמיינדע וואס איז באשטאנען פון הארטנקיגע עגאיסטישע יונגען, איז געווארן א געמיינדע מיט אנשים טובי לב, בעלי טובות, ובעלי סבר פנים יפות.

ליפא » מאנטאג פעברואר 20, 2017 3:09 pm

· #363362
"רשע וטוב לו"

יהודי פשוט » מאנטאג פעברואר 20, 2017 3:17 pm

· #363366
Re: וואסי לצטנס ג'שען מ'די אטד אז'ס שפראצן ב'זיי אזויפיל עשי
בלא בלא בלא בלא בלא בלא

אהבת ישראל » מאנטאג פעברואר 20, 2017 3:36 pm

· #363371
ליפא
"רשע וטוב לו"

זארג דיך נישט סאיז נישט קיין רשע וטוב לו אויך נישט
דער פותח האשכול האט אראפגעלייגט א פאלטשע הנחה אויף הוילע לופט ,רובא דרובא פון דע חברה זענען ניטאמאל רשעים ,רוב זענען נעבעך פארוואגאלטע נשמות ,תינוקות שנשבו
אין מעסיווע לאזערעס ,פארמאגען נעבעך גורנישט .אין דע פאר פון וועמען מען קען זאגען אז יא, זענען פאר דע כפירה פרשה שוין געווען גרויסע גבירים אין קיינער וויסט נישט וויאזוי עס גייט זיך ענדיגען מיט זיי,
נסתרים דרכי השם ,השי"ת זאל רחמנות האבען אויף זיי ,זיי שפילען מיט פייער ,,,,,

אהבת ישראל » מאנטאג פעברואר 20, 2017 3:45 pm

· #363374
איך האב יעצט אביסעל געליינט תגובות פונעם פותח פון דעם אשכול אין אנדערע אשכולות אויף קאווע שטיבל, אין איך זע אז מען רעדט פון א ניק וואס איז אליין א גרויסער שונא דת ..ער שרייבט אז ער איז א דתי אבער א שונא חרדים,
בקיצור איינער פון דע אט"ד לאזערעס ,ער פראבירט אונז איינרעדן אז עס גייט אים גוט........ חחחחחחחח

עס לוינט זיך אלץ בעסער צי זיין א חרדי ,עס איז דא מער חרדים וואס באדען זיך אין געלט ווי דע אט"ד לאזערס... חרדים האבען געלט און דארפען נישט שוויצען פאר א דעגרי צי מאכען 300 טויזענט דולר א יאר

פרייוויליג » מאנטאג פעברואר 20, 2017 4:08 pm

· #363377
מושב, איך דארף נישט מער ווי א לינק פון 5 מוצלחים, ודי בזה. לאמיר זען א סוקסעספול פראפייל, אדרבה ואדרבה. בלאו הכי שוא ידברו.

אהבת ישראל » מאנטאג פעברואר 20, 2017 4:47 pm

· #363380
פרייוויליג
מושב, איך דארף נישט מער ווי א לינק פון 5 מוצלחים, ודי בזה. לאמיר זען א סוקסעספול פראפייל, אדרבה ואדרבה. בלאו הכי שוא ידברו.

מושב שרייבט אז עס איז דא א ריזיגע געמיינדע מוצלחים פון זיי , 5 מענטשען פון א רוזיגע געמיינדע איז א נישטיגע נומבער עני וועי

החוקר » מאנטאג פעברואר 20, 2017 5:12 pm

· #363383
Re: וואסי לצטנס ג'שען מ'די אטד אז'ס שפראצן ב'זיי אזויפיל עשי
איך וויל וויסן וואס איז די ר"ת פון גמאז"ב אדער בזאמ"ג, @מושב קענסט ארויס העלפן, אדער עס איז טיפע סודות התורה?

אייז קריעם » מאנטאג פעברואר 20, 2017 5:21 pm

· #363385
אפשר קען איינער פון זיי דיך הייערן?

וואלט באמת געווען א גלייכע זאך מחמת כמה סיבות.

נאך א מיינונג » מאנטאג פעברואר 20, 2017 6:25 pm

· #363389
ער איז שוין דא! שקר און שקר משתמשים בערבוביא!

ווער זענען די געלונגענע? ברגר איז אזוי געלונגען אז ער ענטפערט מעדיצינישע שאלות אויף ק"ש. דבורה פעלדמאן שרייבט ביכער ווי מ׳נעמט איהר בילד ווי אדם הראשון נאכ׳ן חטא. דער געלונגענער לוזער טוורסקי קוועטשט און קרעכצט אויף פעיסבוק אז זיין לעבען זייגט, שלום דין האט נאכאלס נישט געטראפען קיין דזשאב וואס נעמט נישט אריין זיין וויכטיגע ארבעט פון קלאפען סקווער.

ווער נאך? אה! מושב זקנים אליינס. ער האט שוין צושמעטער דער חרדישקייט ביז קיין טלית בארטעל איז נישט צום טרעפען אין גאנץ ב.פ.. אלע רביס האבען אויפגעגעבען זייער אמט און זיי זוכען ארבעט אין פאבריקען און עסקנים אין אנטוורפן ווייקען זיך שוין נישט אין מקוה. מיט אזא געלונגענקייט, ווער דארף זייגען?

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 20, 2017 7:23 pm

· #363391
פרייוויליג
מושב, איך דארף נישט מער ווי א לינק פון 5 מוצלחים, ודי בזה. לאמיר זען א סוקסעספול פראפייל, אדרבה ואדרבה. בלאו הכי שוא ידברו.

איך האב מיין אייגענע פראספעקטיוו אין די נושא, כוועל אפשר שפעטער שרייבן, כרגע יאג איך מיך.

כהאב זייער נישט ליעב צורעדן אויף א פובליק פורם וועגן פריוואטע מענטשען, אבער מר פרייוויליג, סאיז דא אסאך אסאך אסאך מעהר ווי פינף אטד״ס וואס האבן מצליח געוועהן. אויב האלטסו באמת אז נישט- אולי וועל איך דיר שיקן א ליסט אין אישי פון עטליסט פופציג וואס איך בין זייער נאנט, סאיז זייער נעריש צוזאגן אנדערש... האלטס טאקע סאיז נישטא קיין פינף מענטשען פון איבער צוויי טויזנט אטדס וואס זענען מצליח, ק׳מאן?..

געוואלדיג » מאנטאג פעברואר 20, 2017 8:39 pm

· #363399
א חידוש, איינער ג׳רעבעצט ארויס א ג׳מיש פון אותיות וואס זייער שייכות מיט די אינהאלט פון די מ׳נטשליכע פ׳רשטאנד איז נאך ווייניגער ווי די מ׳נקיס, און עס ב׳קומט נאך תגובות.

# נפלאות המין האנושי

שטאפענע קאפעליטש » מאנטאג פעברואר 20, 2017 8:45 pm

· #363401
כאכאכא, האבן זיך די רויבער צולאכט.
א אפגעפליקטע פאלק ווי זיי נישט פארהאן אין אמעריקא (אפשר אין מידל איסט)
כהאב פונקט א נאנטע קרוב א או טי די, ער פונקט מער פון די געריבענע, ממילא האלט איך אביסעל מיט פונעם נאנט.
רוב לעבן אונעם בעיסמענט פונעם עפארטמענט בילדינג אין שלאפט ביז זייגער טויזענט אין קויפט מעגדאנעלט פאר א שענערע night out
מיין קרוב שיקט מיר כסדר בילדער פון מעמדים ווי ער טרעפט זיך מיט די חברה, אלץ נייגריגער שטודיר איך די בילדער, אלץ מיטן צוריסענע קאוטש, אדער אפגעפליקטע נידריגע דעכער מעמדים, אלץ איז דא צו עסען פאפקארן מיט ביער, אין רוב עולם זעהט אויס ווי זיי פאסן אויפ צופיקן מיינע פלעשלעך פונעם ריסייקעל.
ווידער די בילדער איך שיק עיהם, ווי איך הענג ארויס מיט חברים איז עס אלץ א שיינע אפיס, אדער א טייערע רעסטוראנט אין די עולם שאשקעט טייערע וויינען,

יעצט מיין קרוב איז נישט פון די נידריגע עלעמענט ביי זיי, ער איז מער א אויפרייסענדיגע, אבער פאר סאם ריזן האבן זיינע חברין אויפן בילדער די אלטע אייפאון מיטן קרעק אויפן סקרין אין כאפן סעלפיס אין קארס פון יאר 2005 מיט סחורענע סיעטס,

פליז האק נישט קיין טשייניק, פאר יעדער או טי די וואס דעקט זיין חודש (1000 רענט, 500 עסען 500 דראגס)
איז דא 150 חסידישע אינגערלייט וואס האבן וואלקען קראצעס אין מאנהעטטען אן א מארגידז....

יעצט כגיי נישט קאפ אין וואנט, ס׳ווייסט יעדער פון עיר איינער אדער צוויי וואס זענען פיין מצליח, אבער רוב עולם?? תם קעפ, נישט געהאלטן ביים לערנען געווען די נעבעך אין קלאס פון נורסערי ביז ער האט מחליט געווען אז ער גייט צו פיקסן זיי טאטע די גרוש אין גייט גיין, מער ווי פאקן באקסיס קען ער סיי ווי נישט, אבער מוצלח??? זאג נאך א דזאוק

קומזיץ » דינסטאג פעברואר 21, 2017 12:00 am

· #363409
ליידער האט זיך לעצטענס געמאכט אפאר אזעלכע פעלער , סקען זיין אז ביז דעמאלטס האט מען נישט די קוראזש אבער מ'הייבט אן צו מאכן א פאר דולר איז וישמן ישורון ויבעט..

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 21, 2017 12:37 am

· #363411
שטאפענע, ווייל דו האסט א קרוב א לא יצלח מיינט נאך גארנישט, איך האב אפאר קרובים פרומע חסידשע אידן און זיי האבן נישט קיין טאפ ווי אריינצופישן און מוטשענען זיך צוטהן שידוכים מיט די קינדער, און האבן נישט קיין פרוטה צו זייער נשמה, דעס מיינט אז אלע פרומע אידן האבן נישט קיין פרוטה צו זייער נאמען??? דעס אז דייין קרוב גייט נישט גוט געט דיר נישט קיין רעכט צורעדן זאכן וואס איז לא דובים ולא יער. דו קומסט מיר פאר ווי א מענטש וואס האט קיינמאל נישט געזעהן קיין אידן בעפאר אין זיין לעבן, און פונקט איינמאל אין זיין לעבן האט ער געדארפט זיין אין וויליאמסבורג, האט ער אנגעפרעגט איינעם ווער זענען די מענטשען מיט די לאנגע בערד און היטן און רעקלעך, האט מען אים גענטפערט דאס זענען אידן, שפעטער ווען ער האט געטראפן א דאקטער אין מאנהעטן וואס האט אים געזאגט אז ער איז א איד האט ער געזאגט ס׳קען נישט זיין ווייל דו גייסט נישט אנגעטוהן מיט קיין הוט און רעקל און דו האסט נישט קיין לאנגע בארד, זאגט אים די אידישע דאקטער רוב אידן גייען נישט אזוי אנגעטוהן , זאגט דער שאינו יודע לשאול, פארצייל מיר נישט קיין מעשיות איך בין געוועהן אין וויליאמסבורג און בפירוש געזעהן אז ״אלע אידן״ גייען אנגעטוהן מיט הוטן און רעקלעך...

זייט וויסן איך קען נישט קיין איין אטד וואס וואוינט אין א בעיסמענט! אף אחד! איך קען הונדרטער פון זיי. קיינער פון זייערע הייזער שטינקען נישט פון קיין ביר וכודומה!

איך פלאן אפשר בקרוב צושרייבן א ארטיקל וועגן די נושא און וועגן 5 אטד״ס וואס האבן געטוישט די וועלט אויף אייביג! אריינגערכענט שטאפענע׳ס מעדיציען קאבינאט... צום ביישפיל רחל פרענקל (ראזלין פרענקלין) פון לאנדאן וואס איז געוועהן איינע פון די פיר סייענטיסטן וואס זענען אויפגעקומען מיט די ען עי, און אן איר מאדל פון ׳דאבל-הילעקס׳ וואלט מען עד היום אפשר נישט געקענט לייענען און פארשטיין די ען עי וואס האט געטוישט די מעדיצינישע וועלט אויף אייביג!

מקוה וואסער זאלסטו נישט מאלן אויף מיין פיקל! שטותים מיט לאקשן זאלסטו פארקויפן אויף אייוועלט!

שטאפענע קאפעליטש » דינסטאג פעברואר 21, 2017 1:03 am

· #363412
שבת'ל כ'בין זיך מתווכח מיט דיר, איך האלט אז רוב אט"ד זענען צווייטע קלאס מענטשן, מער פון די נידריגע עלעמענט,

איך קען דיר אנווייזן אין מיין קלאס פון חדר איז דא צוויי אט"ד, ביידע געהאט פאטעיטא קעפ, ביידע צוריסענע שטיבער און ביידע געווען די נרדפים פון קלאס.

ווען זיי בלייבן ווען דא זענען זיי די רעדזשיסטער פון א גראסערי, מילד גערעדט. יעצט אז זיי האבן ביי די 16 מחליט געווען אז זיי גייען פארלאזן, זיי זענען געגאנגען זוכן א בעסערע צוקונפט ווייס איך ערשט-האנטיג אז איינער ארבייט אין א קליידער געשעפט און דער צווייטער טוישט דזשאבס ווי איך זאקן. מ'רעדט דא פון צוויי רענדעם מענטשן.

שבת'ל ס'איז שוין געווארן איבערגעקייעט אויפ'ן שטיבל 101 מאל לכה"פ, אבער רוב או.טי.די. זענען געגאנגען ווייל זיי האט די סיסטעם ארויסגעשפיגען, נישט ח"ו במזיד נאר באונס, איינער ווייל זיין טאטע איז פארריקט אויף תולה ארץ, און א צווייטער ווייל ער האט געוואלט מ'זאל איהם מאלעסטען, און א דריטער ווייל ער האט געוויסט אז ער האט דא נישט קיין טשאנסן וגו'.

פאקט איז, א נארמאלע מענטש מיט א נארמאלע משפחה מיט א נארמאלע surrounding איז נישט קיין או.טי.די.

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 21, 2017 1:20 am

· #363413
סאיז דא וואס קומען פון צובראכענע שטיבער, און סאיז דא פון נארמאלע שטיבער. סאיז יש ויש. דו האסט א עקסעל-שיט פון אלע אטד״ס און אין וועלכע קלעיס זיי גייען אריין? וואס האקסטו אין קאפ אריין??? וויפל אטדס קענסטו בכלל? צוויי נעבעכדיגע טונע-בייגלס פון דיין קלאס???

איך קען דריי אטד״ס פון ברוקלין וואס האבן געקויפט פאריגע חודש א בילדונג אין מאנהעטן פאר קרוב צו הונדרעט מילאן דאללער בשותפות, די דריי זענען אלע איבער די פופציג יאר אלט און זיי אלע דריי האבן איבערגעלאזט די סיסטעם פאר צוואנציג יאהר צוריק, היימישע חסידישע דריי אטד״ס, אלע פון זיי האבן אפאר חתונה געהאטע קינדער, זיי וואוינען אין פאלאצן אין פלעטבוש און אין מארין פארק, זיי לעבן א חיים טובים, זיי זענען נאך עני טיים אזוי גליקלעך און צופרידן ווי רוב חרדישע אידן, זיי האלטן אויס זייערע קינדער, זיי לעבן זיך אין גיטן מיט זייערע פאמילעס, און ס׳פעלט זיי גארנישט, דעס איז נאר איין קליינע משל פון איין קליקע פון דריי אטדס העכער פופציג וואס טרעפן זיך יעדע וויקענד און האלטן אן קשר איינעם מיטן צווייטן און טוהן ביזנעס איינער מיטן צווייטן און פארן צוזאמען אויף וואקציע, איינע פון זיי פארמאגט א אי קאמערס ביזנעס וואס האט אזא 900 ארבעטארער, ער האט אליינס אויפגעשטעלט די ביזנעס, ער האט אין סטאק 70,000 אייטעמס! סאיז דא פונקט אזויפיל רחמנותליך אין דיין קרעמעל ווי אין מיין קרעמל! שנייד די קרעפלעך.

החוקר » דינסטאג פעברואר 21, 2017 1:51 am

· #363417
@שבת, כדי צו קענען דעבאטירן וואס דו זאגטס דארף מען עטאבלירן (ווי די היינטיגע פארריקטע צייטונגען שרייבן, aka אוועקשטעלן), קאמאן גראונד. ווער איז אן או טי די, סיי ווער עס לאזט אפ "זיין" חסידות, אדער דארף מען אוועק ווארפן חסידות בכלליות, אדער איז מען נישט יוצא אלע שיטות למהדרין ביז מען ווערט א פורק עול אינגאנצן. והשנית ווי לאנג גייט שוין אן די פענאמענאן פון או טי די, זייט די צדוקים, הערשט פון די משכילים אנגעהויבן, אדער נאר לעצטענס.

פון דיין דוגמא אלס א געלונגענע או טי די איז משמע, אז א פרוי וואס לעבט שוין נישט באלד 60 יאר, איז נישט געקומען פון א גאר פרומע שטוב, אויב שותו"מ בכלל, איז אויפגעוואקסן אין א שטוב וואס שטודירן איז געווען א לכתחילה און לכאורה געשטיצט פון די עלטערן, איז אין דיינע אויגן נאך אלס אן אט"ד.

איך מיין אז רוב עולם ווען מען באציעט זיך צו אן אוי טי די, מיינט מען די לעצטיגע באמעס וואס זענען יורד צו פריקת עול. קען זיין איך האב א טעות, אדרבה זאל דער עולם קודם קלאר מאכן ווער די טעסט סאבדזשעקט איז, נאכדעם קען מען דן זיין צו זיי זענען מצליח צו נישט, פארדעם, רעדסטו פון פאר די מלחמה, און אנדערע פון סענדז סטריט, און א דריטער פון טרופ.

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 21, 2017 1:59 am

· #363418
החוקר ראזלינד פרענקלין איז אויפגעוואקסן אין אמתע פרומע חרדישע שטוב, איר טאטע האט בשום אופן נישט געוואלט זי זאל גיין שטודירן, און מיט-דעם-אלעם האט זי נישט צוגעהערט אין געגעאנגען שטודירן, סאיז דא בריווען ווי זי טעהנט זיך מיט איר טאטע וועגן אידישקייט און אמונה און שמירת שבת.

די אטדס פון מיין משל זענען אלע נישט קיין שומרי שבת.

moshav zekeinim » דינסטאג פעברואר 21, 2017 2:03 am

· #363419
החוקר
@שבת, כדי צו קענען דעבאטירן וואס דו זאגטס דארף מען עטאבלירן (ווי די היינטיגע פארריקטע צייטונגען שרייבן, aka אוועקשטעלן), קאמאן גראונד. ווער איז אן או טי די, סיי ווער עס לאזט אפ "זיין" חסידות, אדער דארף מען אוועק ווארפן חסידות בכלליות, אדער איז מען נישט יוצא אלע שיטות למהדרין ביז מען ווערט א פורק עול אינגאנצן. והשנית ווי לאנג גייט שוין אן די פענאמענאן פון או טי די, זייט די צדוקים, הערשט פון די משכילים אנגעהויבן, אדער נאר לעצטענס.

פון דיין דוגמא אלס א געלונגענע או טי די איז משמע, אז א פרוי וואס לעבט שוין נישט באלד 60 יאר, איז נישט געקומען פון א גאר פרומע שטוב, אויב שותו"מ בכלל, איז אויפגעוואקסן אין א שטוב וואס שטודירן איז געווען א לכתחילה און לכאורה געשטיצט פון די עלטערן, איז אין דיינע אויגן נאך אלס אן אט"ד.

איך מיין אז רוב עולם ווען מען באציעט זיך צו אן אוי טי די, מיינט מען די לעצטיגע באמעס וואס זענען יורד צו פריקת עול. קען זיין איך האב א טעות, אדרבה זאל דער עולם קודם קלאר מאכן ווער די טעסט סאבדזשעקט איז, נאכדעם קען מען דן זיין צו זיי זענען מצליח צו נישט, פארדעם, רעדסטו פון פאר די מלחמה, און אנדערע פון סענדז סטריט, און א דריטער פון טרופ.
א באם איז דאס וואס שבת רופט אן א טונא בייגל. אבער אן אטד מיינט געווענדליך איינער וואס איז אויפגעוואקסן אינם סיסטעם פון חדר סקול און טאטאל פארלאזט דעם דרך. היינט וועט א באם געווענדליך פארבלייבן אינעם סיסטעם. ארויס גיין אינגאנצן גייען די קעפ שטיק.

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 21, 2017 2:29 am

· #363423
החוקר, איך בין דא אפצופרעגן די איידיע אז אויב מפארט אפ און מ׳גייט אוועק פון די אויסגעטרעטענע וועג קען מען נישט מצליח זיין אדער וואס. זייט סאיז דא אפגעפארנע זענען דא וואס האבן יא מצליח און געוועהן און סאיז דא וואס האבן נישט, אסאך האבן יא, פון די נאובעל פרייז געווינער׳ס אייזיק באשעוויס זינגער און אלי וויזל ביז דזעשקי מעסאן און עלען דערשאוויץ.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 21, 2017 6:12 am

· #363428
Re: וואסי לצטנס ג'שען מ'די אטד אז'ס שפראצן ב'זיי אזויפיל עשי
א מחלוקת צווישען שבת אחים און מושב זקנים. דער צווייטער זאגט אז דאס איז אן ערשיינונג פון די לעצטע צוויי דריי יאר, און די ערשטע זאגט אז ס׳איז שוין א פאר הונדרעט יאר.

דער וואס זיין קאפ קען צושטעלען א יונג מיידעל צו אינגעל וואס וויל גייען שטודירען מיט א יונגערמאן וואס לאזט אפ זיין משפחה צו וואוינען אין א בעיסמעמט ערגעץ, מיט א האפענונג אז א גוטע דיל קומט באלד, איז א מקוה וואסער מאלער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פליקער » דינסטאג פעברואר 21, 2017 8:53 am

· #363433
Re: וואסי לצטנס ג'שען מ'די אטד אז'ס שפראצן ב'זיי אזויפיל עשי
שבת אחים
החוקר ראזלינד פרענקלין איז אויפגעוואקסן אין אמתע פרומע חרדישע שטוב, איר טאטע האט בשום אופן נישט געוואלט זי זאל גיין שטודירן, און מיט-דעם-אלעם האט זי נישט צוגעהערט אין געגעאנגען שטודירן, סאיז דא בריווען ווי זי טעהנט זיך מיט איר טאטע וועגן אידישקייט און אמונה און שמירת שבת.

די אטדס פון מיין משל זענען אלע נישט קיין שומרי שבת.

זי ווערט באשריבן דורך מיין כבוד אינעם נעקסטען וועקער 8 ווי איך באשרייב די היסטארי פון דזשין'ס.
#סטעי טונד

נאסע ליילעך » דינסטאג פעברואר 21, 2017 10:29 am

· #363435
Re: וואסי לצטנס ג'שען מ'די אטד אז'ס שפראצן ב'זיי אזויפיל עשי
מ'גייט אנפילן דא אן אשכול, מיט וויכוחים לכאן ולכאן, וואס איך מיין איז איבעריג.
יא עשירים נישט מוצלחים איז א וויכוח איבער פאקטן. מושב האט געוואלט ארויסברענגען דעם "פארוואס"( לייען: 'וואסי'), דאס איז אלטע נייעס.
די וואס זענען נישט מסכים מיטן 'פארוואס' ברויכן נישט לייקענען קיין פאקטן דאס אפצופרעגן אדער אפווענדן די מעלה פון רייכטום.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 21, 2017 11:41 am

· #363453
Re: וואסי לצטנס ג'שען מ'די אטד אז'ס שפראצן ב'זיי אזויפיל עשי
מ׳דארף טאקע פרעגען, וואס מיינט הצלחה?

דער א.ט.ד. טוט דאך זיין מעשים פאר א סבה. דערגרייכט ער דען זיין ציל דורכ׳ן פארען קיין אפריקא אויסלערנען די קינדער דער ואני? אדער דורכ׳ן געבען אינטערוויוס צום אונטערערדישע ראדיא סטאנציע וואס קיינער הערט נישט אויס?
טאמער געלט איז זיין פראבלעם, זענען וואלקען קראצערס א תשובה דערצו. נאר פארוואס מ׳דארף גייען א.ט.ד. דערפאר ווייסט איין סט"א. טאמער זעלבסט אויסדרוק איז וואס האלט איהם צוריק פון זיין פרייד אינ׳ם געזעלשאפט, איז ער טאקע צופרידען נאכ׳ן אויסדרוק זיינער? זיין בוך, מאווי, ליד, קונץ האבען איהם\איהר טאקע דערפרייט פון די לאסט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פרייוויליג » דינסטאג פעברואר 21, 2017 12:14 pm

· #363457
אהבת ישראל
פרייוויליג
מושב, איך דארף נישט מער ווי א לינק פון 5 מוצלחים, ודי בזה. לאמיר זען א סוקסעספול פראפייל, אדרבה ואדרבה. בלאו הכי שוא ידברו.

מושב שרייבט אז עס איז דא א ריזיגע געמיינדע מוצלחים פון זיי , 5 מענטשען פון א רוזיגע געמיינדע איז א נישטיגע נומבער עני וועי

אן מקורות איז דאס סתם פירקלעריי.

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 21, 2017 12:18 pm

· #363458
ליטוואק פון בודאפעסט
מ׳דארף טאקע פרעגען, וואס מיינט הצלחה?

דער א.ט.ד. טוט דאך זיין מעשים פאר א סבה. דערגרייכט ער דען זיין ציל דורכ׳ן פארען קיין אפריקא אויסלערנען די קינדער דער ואני? אדער דורכ׳ן געבען אינטערוויוס צום אונטערערדישע ראדיא סטאנציע וואס קיינער הערט נישט אויס?
טאמער געלט איז זיין פראבלעם, זענען וואלקען קראצערס א תשובה דערצו. נאר פארוואס מ׳דארף גייען א.ט.ד. דערפאר ווייסט איין סט"א. טאמער זעלבסט אויסדרוק איז וואס האלט איהם צוריק פון זיין פרייד אינ׳ם געזעלשאפט, איז ער טאקע צופרידען נאכ׳ן אויסדרוק זיינער? זיין בוך, מאווי, ליד, קונץ האבען איהם\איהר טאקע דערפרייט פון די לאסט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דער סיבה פארוואס דער אט״ד טוט וואס ער טוט, איז געווענטליך ווייל ער גלייבט נישט אין דעם וואס דו גלייבסט, און וויל נישט לעבן א לעבן וואס האט אין זייערע אויגן קיין שום באדייט, צופארן קיין אפריקע אויסלערנען קינדער דעם ואני דארף מען נישט אפפארן! מקען בלייבן וויאזוי מ׳איז.

פרייוויליג » דינסטאג פעברואר 21, 2017 12:21 pm

· #363459
שבת אחים
החוקר ראזלינד פרענקלין איז אויפגעוואקסן אין אמתע פרומע חרדישע שטוב, איר טאטע האט בשום אופן נישט געוואלט זי זאל גיין שטודירן, און מיט-דעם-אלעם האט זי נישט צוגעהערט אין געגעאנגען שטודירן, סאיז דא בריווען ווי זי טעהנט זיך מיט איר טאטע וועגן אידישקייט און אמונה און שמירת שבת.

די אטדס פון מיין משל זענען אלע נישט קיין שומרי שבת.

ברענג מיך נישט איינער וואס איז געשטארבן פאר 59 יאר צוריק. ברענג מיך איינער וואס איז אט"ד אין 2017 און האט זיך סוקסעספול איבערגעשריבן, און איז הערליך מצליח ווי א נעטיוו געבוירענער. נישטא קיין שום בושה מפרסם צו זיין די נעמען. ברענג מיך נישט קיין נעמען וואס האבן אומאקטיווער Linkedin אקאונט. סארי צו זאגן: איך האב נאכנישט געפינען.

מען מאלט וואסער

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 21, 2017 12:32 pm

· #363460
סאיז א בושה פאר זייערע משפחות, אסאך פון זייערע קינדער זענען געבליבן פרום, מ׳קען אזאנס נישט שרייבן אויף א פובליק-פארום!, בד״וו ראזלינד פרענקלין איז טאקע געשטארבן יונגערהייט פון קענסער, (זי האט געפארשט ׳עקס רעיס׳ פאר מ׳האט געוואוסט די הארבקייט פונדעם), אבער זי וואלט נאך היינט צוטאגס געקענט לעבן, איינע פון די פיר וואס האבן אויסגעטראפן די ען עי James Watson, און געארבעט צוזאמען מיט איר לעבט נאך היינטיגע טעג, ער איז 88 יאהר אלט.

איך האב געברענגט פינף משלים פון מענטשען וואס האבן געלעבט אין די לעצטע הונדרעט יאר, פארוואס האסטו אויסגעלאזט דזשעקי מעסאן און עלען דערשאוויץ??? לאמיר הערן דיין פשעטל אויף דעם... בד״וו כהאב א גאנצע ליסטע פון אטד״ס וואס האבן באלויכטן די וועלט! איך האלט עס פאר א צווייטע גלעגענהייט, איך וועל איין טאג שרייבן א ארטיקל וועגן דעם.

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 21, 2017 12:40 pm

· #363462
פרייווייליג, אויב ביסטו מסכים פאר גילו, אפפער איך דיר נעמען פאר א טור אויף א באזוך צו די דריי אטד״ס פון וואס כהאב גערעדט, קענסט זיך אליינס איבערצייגן אין די ווארהייט דערפון. אבער שרייבן נעמען אן זייער הסכמה קען מען נישט.

יהודי פשוט » דינסטאג פעברואר 21, 2017 2:12 pm

· #363465
Re: וואסי לצטנס ג'שען מ'די אטד אז'ס שפראצן ב'זיי אזויפיל עשי
דער וואס גלייבט אז דער אט״ד גלייבט נישט אין וואס איך גלייב ווייסט נישט וואס דאס איז אט״ד, היינט צו טאגס איז נישטא קען אט״ד וואס איז אפ געפארן מחמת חיסרון אמונה צו ווייל ער גלייבט נישט אין מיין לעבנס שטייגער, בסך הכל איז ער א נידריגע בעל תאוה וואס קען זיך נישט איין האלטן פון קוקן א מאווי שבת וכו׳ וכו׳, נאר וואס דען וואספארא פנים העט עס האבן אז ער העט ארויס קומען און אויס שרייען הויעך מורי ורבותי איך בין אן עבד צו מיין ייצר הרע איך קען זיך נישט איינהאלטן פון קוקן א מאווי און רייכערען מאריכוואנא אום שבת וממילא גיי איך יעצט ווערן אט״ד, עס האט דאך ממש נישט קיין פשט, ממילא האבן זיי געטראפן דעם גוטן שלייער, בעצם ברענט מיר נישט די מאריכוואנא אום שבת, נאר וואס דען איך גלייב פשוט נישט און דאס וואס די גלייבסט... קומט דער גרויסער פיקח שבת׳ל וואס איהו גופיה כחד מינייהו און ער שרייבט עס נאך מיט גרויס חכמה אויף ק״ש... עס איז ברוך השם דא ווער עס זאל לאכן....
בדרך אגב האב איך מיר יעצט געכאפט די ביאור פון דעם ניק שבת אחים, זעהט אויס אז דער אח איז גאר מושב זקנים, זיי זענען אחים לדעה... אדער אפשר בעסער געזאגט אחים לשטות ווייל עס שטעקט נישט אין דעם קיין שום דעת...
יבוא בעל הכרם וכו׳....

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 21, 2017 2:15 pm

· #363466
😈 😐 😂

פרייוויליג » דינסטאג פעברואר 21, 2017 2:41 pm

· #363468
שבת אחים
סאיז א בושה פאר זייערע משפחות, אסאך פון זייערע קינדער זענען געבליבן פרום, מ׳קען אזאנס נישט שרייבן אויף א פובליק-פארום!, בד״וו ראזלינד פרענקלין איז טאקע געשטארבן יונגערהייט פון קענסער, (זי האט געפארשט ׳עקס רעיס׳ פאר מ׳האט געוואוסט די הארבקייט פונדעם), אבער זי וואלט נאך היינט צוטאגס געקענט לעבן, איינע פון די פיר וואס האבן אויסגעטראפן די ען עי James Watson, און געארבעט צוזאמען מיט איר לעבט נאך היינטיגע טעג, ער איז 88 יאהר אלט.

איך האב געברענגט פינף משלים פון מענטשען וואס האבן געלעבט אין די לעצטע הונדרעט יאר, פארוואס האסטו אויסגעלאזט דזשעקי מעסאן און עלען דערשאוויץ??? לאמיר הערן דיין פשעטל אויף דעם... בד״וו כהאב א גאנצע ליסטע פון אטד״ס וואס האבן באלויכטן די וועלט! איך האלט עס פאר א צווייטע גלעגענהייט, איך וועל איין טאג שרייבן א ארטיקל וועגן דעם.

סתם משוגע מאכן דא? דו ווילסט זיך פארגלייכן מיט דזשעקי מעסאנס קרעדידענטשעלס און היסטאריע? און ביטע ברענג מיך נישט קיין 85 מאן, איך רעד פון א חסידישע 2017 אינגערמאן! נישט פון א Atheist פון 200 יאר צוריק, און נישט פון מלחמה איבערלעבער.

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 21, 2017 2:45 pm

· #363469

פאר מ׳גייט ווייטער זיי מסביר די זאץ?

דו ווילסט זיך פארגלייכן מיט דזשעקי מעסאנס קרעדידענטשעלס און היסטאריע?

ווי האב איך געזאגט אז איך פארגלייך מיך מיט אים???

יעקב מענטש » דינסטאג פעברואר 21, 2017 2:47 pm

· #363470
דער פותח האשכול האט גערעדט פון א ספעציפישע קרייז א. ט. ד. די וואס מ'באטיטעלט דורכפעלער און לוזערס, און ער קלעימט אז זייער סטאטוס האט זיך לעצטענס געטוישט. (פראוו נידעד)

מושב רעדט פון אן אנדער סארט אינגאנצן.

אני בעניי, פארשטיי נישט פארוואס ס'איז נישט מעגליך אז אן א.ט.ד. זאל נישט קענען מצליח זיין אין ביזנעס, סיידן אויב מ'מאכט אן הנחה אז די סיבה צו זייער שלימזלות אין מסחר קומט פונעם זעלבן שורש פון זייער דורכפאל אינעם חרידישן לעבנסשטייגער.

איך פערזענליך האלט ס'ווענדט זיך אין די סיבה פארוואס ער איז געווארן אן א.ט.ד., אויב קומט עס צוליב זיין זעלבסט איינגערעדטע חכמה, אז ממש קיינער קען נישט ענטפערן זיינע שפיציגע קושיות, און דארווינ'ס טעאריעס דארף מען אקצעפטירן אלץ אן אמונה, אפגעזעהן וויפיל לעכער דאס פארמאגט, (ס'איז גאנץ יתכן אז דער תאוה פארארבעט איר'ס, און די אלע 'קושיות' איז פשוט צו בארואיגן זיין קאנשענס) דאן זעה איך נישט פארוואס ער זאל נישט האבן קיין הצלה אינעם סעקיולארן געזעלשאפט.

ווידעראום, אויב רעדט מען פון א טונע-בייגל (ווי מ'רופט עס דא), וואס דאס איז די מאיאריטעט פון די היינטיגע א.ט.ד. געזעלשאפט, איז שווער צו גלייבן אז אן ערנסטע פראצענט זאל מצליח זיין, אבער איז דאך נישט אויסגעשלאסן, ובפרט אויב גייט אדורך אפאר יאר, און ער מענטשעלט זיך אויס וכו'

החוקר » דינסטאג פעברואר 21, 2017 2:49 pm

· #363471
Re: וואסי לצטנס ג'שען מ'די אטד אז'ס שפראצן ב'זיי אזויפיל עשי
@שבת לויט ווי עס קוקט אויס פון דיינע ווערטער, האלטסטו אז סיי ווער עס פורק עול און היט נישט גארנישט, אפגעזען פון וועלכע גאטונג אין אידישקייט מען קומט, פון חסידים ביז מאדערן ארטאדאקס, און נישט קיין אינטערשייד פון איינעם אין 2017 צו איינעם וואס איז נעבעך דורך די שבעה מדורי גיהינום (אלי' וויזעל האסטו אויך דערמאנט).

דו ביסט בארעכטיגט צו דיין מיינונג, אבער איינער וואס קומט פון אוישוויץ קוק איך נישט אן פאר קיין אט"ד, אזוי אויך נישט איינער וואס קומט לכתחילה פון א מער מאדערנע שטוב, אדער איינער וואס לאזט אפ חסידות אבער בלייבט ערליך און א שותו"מ.

לענינינו, וויל איך וויסן צו פון די הונדערטער או טי די'ס וואס דו קענסט, צו דו זעסט אויך אזויפיל מוצלחים פון די חברה וואס קומען דווקא פון חרדישע שטובער, און זענען געווארן פורקי עול לגמרי אין די לעצטע 30 יאר, אדער אין די גרופע ביסטו מודה אז קום אפאר זענען מצליח.

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 21, 2017 2:50 pm

· #363472
איך וויל נאכאמאל קלארשטעלן אויף וואס איך דינג זיך דא, אזויווי איך האב געשריבן פריער:

איך בין דא אפצופרעגן די איידיע אז אויב מפארט אפ און מ׳גייט אוועק פון די אויסגעטרעטענע וועג קען מען נישט מצליח זיין אדער וואס. זייט סאיז דא אפגעפארנע זענען דא וואס האבן יא מצליח און געוועהן וואס האבן נישט!!!
גארנישט אנדערש ווי אין אלע אנדערע סאסייעטי׳ס/סירקל׳ס.

החוקר » דינסטאג פעברואר 21, 2017 3:00 pm

· #363473
איך האב נאכנישט געליינט אז איינער דא זאל שרייבן אז מען "קען נישט", סך הכל וואס מען זאגט איז, אז פארקערט ווי די או טי די'ס ווילן זאגן, האט די " סיסטעם" זיי נישט צוריקגעהאלטן, והראי' נאכן אלעס אוועק ווארפן זעהט מען זיי נישט שיינען.

דאס איז דא די מדובר צו פאקטיש האבן זיי מצליח געווען צו נישט, צו זיי קענען ווען אין טעאריע מצליח איז אינגאנצן אן אנדערע פראגע.

עס קוקט אויס ווי די לערנסט פשט אז פארן אוועק גיין פון די אויסגעטרעטענע וועג איז דא עפעס אן עונש אז מען קען נישט מצליח זיין, נישט דאס איז די שמועס.

פרייוויליג » דינסטאג פעברואר 21, 2017 3:06 pm

· #363474
החוקר
@שבת לויט ווי עס קוקט אויס פון דיינע ווערטער, האלטסטו אז סיי ווער עס פורק עול און היט נישט גארנישט, אפגעזען פון וועלכע גאטונג אין אידישקייט מען קומט, פון חסידים ביז מאדערן ארטאדאקס, און נישט קיין אינטערשייד פון איינעם אין 2017 צו איינעם וואס איז נעבעך דורך די שבעה מדורי גיהינום (אלי' וויזעל האסטו אויך דערמאנט).

דו ביסט בארעכטיגט צו דיין מיינונג, אבער איינער וואס קומט פון אוישוויץ קוק איך נישט אן פאר קיין אט"ד, אזוי אויך נישט איינער וואס קומט לכתחילה פון א מער מאדערנע שטוב, אדער איינער וואס לאזט אפ חסידות אבער בלייבט ערליך און א שותו"מ.

לענינינו, וויל איך וויסן צו פון די הונדערטער או טי די'ס וואס דו קענסט, צו דו זעסט אויך אזויפיל מוצלחים פון די חברה וואס קומען דווקא פון חרדישע שטובער, און זענען געווארן פורקי עול לגמרי אין די לעצטע 30 יאר, אדער אין די גרופע ביסטו מודה אז קום אפאר זענען מצליח.

גוט געזאגט. ער מאכט א מישמאש פון קריג איבערלעבער, געטוישט דרך אבער נאכאלץ שותו"מ, מאדערן ארטאדאקס, צו גאנצע אפגעפאראנע אא"וו.

@שבת, מ'רעדט פון 2017 אט"ד. אט"ד מיינט עמיצער וואס איז געבוירן פרום און ער ווערט א חילוני. נישט אלי וויזל און נישט דזשעקי מעסאן.

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 21, 2017 3:14 pm

· #363479
אלי וויזל מיט עלען דערשאוויץ זענען פונקט אזוי געבוירן געווארן פרום ווי דו, איך כאפ נאכנישט דיין חילוק, אלי וויזל קומט פון א וויזניצע משפחה, דערשאוויץ אויך פון א חסידישע משפחה געוואוינט אין וויליאמסבורג שפעטער אין בארא פארק, ער האט קאזינס אין אלע היימישע געגענטער וואס גייען מיט שטריימלעך. זיי דיך בעסער מסביר וואס ווילסטו כזאל דיר ברענגן איינעם פון די היינטיגע אטד? איך גיי דיר אריינשיקן אפאר לינקעדען פון היינטיגע אטד״ס וואס זענען לויער׳ס און דאקטורים, אבער מוסט מיר געבן אפאר טעג צייט, זיי צופרעגן אויב איך מעג מפרסם זיין זייערע נעמען. איין לויער איז פון די גרעסטע באנקראפסי לויערס אין ניו יארק סיטי, א היימישע אטד פון בארא פארק. בתנאי איז דו וועסט נאכדעם שרייבן טעותי!!! דא אויף ק״ש, ערלעדיגט? דיעל?

נ.ב. דארפסט פארשטיין דו מאכסט מיך ארבעטן, איך דארף יעצט גיין פרעגן די אלע רשות.

איש את רעהו » דינסטאג פעברואר 21, 2017 3:21 pm

· #363480
@מושב'ל זיצט בא'מושב'ט ער וויל מישלעפן דעם עולם אין זיין מושב, ווי מיר זאגן אין די אקדמות וויאזוי די פורקי עול התורה רעדן צום כלל ישראל.
דר'עולם קוקט אויף א בא'מושבטער כאילו מע קומט מן הישוב
וויפיל איך קען פון זייער געמיינדע איז עס א כאפטע האומלעסעס וואס זיכן א דאך איבער'ן קאפ.

moshav zekeinim » דינסטאג פעברואר 21, 2017 3:31 pm

· #363484
שבת, דער עולם וויל בעיקר הערן פון בוגרי מוסדות חרדיות בתקופת הטונע-בייגל והסושי. דערשאוויץ איז נאך פאר דער טונא בייגל תקופה.

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 21, 2017 3:39 pm

· #363486
סאיז א מוראדיגע פראבלעם פאר די ספעציפישע ארגעמיונט צו ווייזן אז איך בין גערעכט, ווייל רוב פון די היינטיגע נארמאלע געלונגע אטד״ס ווילן נישט זיין אין די ׳ספאט-לייט׳, זיי ווילן טאקע נישט זיין פרום אבער אין די זעלבע צייט ווילן זיי נישט דירעקט וויי טוהן זייערע פאמילעס, זייערע עלטערן, זייערע אייגענע קינדער. ווען פוטסטעפס לייגט א קליפ פון אטדס וואס זינגן זיך אינטער חזנות בשעת זיי לייגן צאם זייערע אינטערהויזן ריפלעקט עס נישט די אמתע בילד פון די היינטיגע אטד״ס ווארים רוב אטדס וואס האבן מצליח געוועהן ווילן נישט זיין אויף קיין שום קליפס, ופשוט הוא.

ווי שטאלץ איך האלט מיך אז איך בין גערעכט מיט מיינע מיינונגען, וואלט איך קיינמאל אין מיין לעבן געשריבן ערגעץ מיין עכטע נאמען, פשוט נישט וויי צוטוהן מיינע עלטערן, איך רעד יעדן צווייטען טאג מיט מיינע עלטערן, איך האב שטארקע קשר מיט מיין גאנצע משפחה, איך האב זיי ליעב אהבת נפש פארוואס זאל איך בדוקא זיי פארשעמען??? איך גיי ארויף צו מיין מאמע אינדערהיים מיט די פולסטע דרך ארץ, כ׳רעד נישט קיין ווארט וואס זיי ווילן נישט הערן, אדרבה איך מאך ברכות, זאג ברוך השם, דער אייבישטער וועט העלפן, וכודומה, בד״וו איך בין א אינגערמאן א בעל פרנסה, איך וואוין נישט אין קיין בעיסמענט 😂 איך פארמאג אפאר מיליאן דאללער אין פראפעטי אין ניו יארק סיטי, איך בין א שותף אין א גרויסע אי קאמערס ביזנעס וואס מאכט מיליאנען אין סעילס במשך די יאהר, איך האב אסאך נאנטע חברים וואס גלייכן צו פארברענגן מיט מיר, איך בין ארומגעפארן אין כמעט די גאנצע וועלט מיט קבוצות פון אטדס, געשלאפן אין די בעסטע האטלעס, געפארן פירסט קלעס, און צומאל מיט פריוואטע זשעטס. מיין גאנצע משפחה איז נאנט מיט מיר, מיינע קינדער האבן מיך ליעב אהבת נפש און זיי קומען צן מיר דריי מאל א וואך, מיין עלצטע זוהן וואס איז זיבעצן וואוינט ביי מיר און איז אינטער מיין רשות, און ארבעט פאר מיין קאמפני. איך האב די וואך געקויפט א נייע עס יו ווי וואס קאסט נייציג אלפים (אן די לייטס און סיערינס 😉 ) איך האב שטייצעך מיין פעקל שוועריקייטן פונקט ווי יעדער, אבער איך לאך פון ענק אלע ווען איר זאגט אז אלע אטדס זענען לוזערס...

איך זוך מיך נישט אויפצוטהן אבער דאס איז די מציאות, און למען הארגיומענט וועל איך נוצן מיך אליינס פאר א משל!

איך וואלט קיינמאל אין מיין לעבן געוואלט צוריקדרייען די זייגער!

יעקב מענטש » דינסטאג פעברואר 21, 2017 3:52 pm

· #363488
אה שבת

דיין טאטע האט געלערנט אין ישיבה פאר 45 יאר צוריק (אזוי האסטו געשריבן ערגעץ) און דו פארמאגסט שוין א 17 יעריגע בחור....

עניוועי, די אויגן פאלט מיר ארויס פאר קנאה

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 21, 2017 3:55 pm

· #363489
יעקב מענטש
אה שבת

דיין טאטע האט געלערנט אין ישיבה פאר 45 יאר צוריק (אזוי האסטו געשריבן ערגעץ) און דו פארמאגסט שוין א 17 יעריגע בחור....

עניוועי, די אויגן פאלט מיר ארויס פאר קנאה

פארוואס קען עס נישט זיין? איך בין 39.

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 21, 2017 3:56 pm

· #363490
יעקב מענטש
אה שבת

דיין טאטע האט געלערנט אין ישיבה פאר 45 יאר צוריק (אזוי האסטו געשריבן ערגעץ) און דו פארמאגסט שוין א 17 יעריגע בחור....

עניוועי, די אויגן פאלט מיר ארויס פאר קנאה

וואטעווער, נעקסט.

לית דין בר נש » דינסטאג פעברואר 21, 2017 3:59 pm

· #363491
דאס שטימט גראדע ווייל אויב האט ער גילערנט 45 יאר צוריק אין ישיבה איז ער היינט 62 63 בערך קען שבת'ל זיין 42 43 קען זיין זוהן זיין 22 23

פרייוויליג » דינסטאג פעברואר 21, 2017 4:15 pm

· #363492
יעקב מענטש
אה שבת

דיין טאטע האט געלערנט אין ישיבה פאר 45 יאר צוריק (אזוי האסטו געשריבן ערגעץ) און דו פארמאגסט שוין א 17 יעריגע בחור....

עניוועי, די אויגן פאלט מיר ארויס פאר קנאה

קנאה איז נאר שייך אויף א דבר אמותי, עמיצער וואס באהאלט זיך אונטער א ניק קען דיך פארקויפן די וומ"ס ברידזש, און זאגן אז ער איז בערני מעדאף אליינס.

אויב מעג איך מאכן פרעדיקשענס קען איך זאגן אז עס איז שקר וכזב כמעט יעדער ווארט וואס ער האט געשריבן. איך שרייב כמעט ווייל עס קען זיין ער האט געשריבן איין אמת'ע זאך אז אלע אנדערע זאכן זאלן אויסזען אמת'דיג.

החוקר » דינסטאג פעברואר 21, 2017 4:19 pm

· #363494
שבת, דו האסט נישט געליינט מיינע ווערטער, און נישט געענטפערט מיין פראגע.

איך האב שוין געשריבן צוויי מאל, איינער וואס איז אפגעפארן 60 יאר צוריק, איז ancient history נישט דאס איז די שמועס.

דו זאגסט עלען דערשאוויץ קומט פון וויליאמסבורג, איינער וואס ווייסט נישט קען נאך מיינען אז עלען האט געדאווענט אין ראדני אלס קינד, צו געווארפען פערשזעך אויף זיין ענגליש טיטשער און ער איז געווארן אויפגעקלערט און אויסגעשטיגן. עלען איז שוין געווען א 17 יעריגער בחור "אין אמעריקא" ווען די מלחמה האט זיך גענדיגט, אז דו רעכנסט אים דארפסטו רעכענען יעדער איד וואס האט אימיגרירט קיין אמעריקא, און זיינע קינדער זענען אריין אין די אמעריקאנער שמעלץ טאפ. ווי אויך זאלסטו נישט פארגעסן די אלע דייטשע אידן וואס זענען געווארן אסימילירט, וואס זענען זיי אנדערש.

והשנית, דו האסט נאכנישט געענטפערט וואס איך האב געפרעגט
לענינינו, וויל איך וויסן צו פון די הונדערטער או טי די'ס וואס דו קענסט, צו דו זעסט אויך אזויפיל מוצלחים פון די חברה וואס קומען דווקא פון חרדישע שטובער, און זענען געווארן פורקי עול לגמרי אין די לעצטע 30 יאר, אדער אין די גרופע ביסטו מודה אז קום אפאר זענען מצליח.

לו ייצור אז ביזט גערעכט ווען מען קוקט אויך אויף אלע וואס זענען אפגעפארן אפילו 100 יאר צוריק, איך וויל אבער וויסן צו דו האלטסט אויך אזוי לגבי די גרופע פון וואס איך רעד.

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 21, 2017 5:10 pm

· #363497
החוקר די סיבה פארוואס כהאב דיר נישט גענטפערט, ווייל איך ווייס דיר נישט וואס צו ענטפערן, וויאזוי קען איך וויסן? איך קען דיר נישט זאגן נאר פון מיינע אייגענע אבזערוואציעס וואס איז סובדזשעקטיוו, איך האב נישט קיין הארטע באווייזן און נומבערס וואס זאלן עס בעיקן. אבער פון אויבנאויף קוקט מיר נישט אויס ווי היינטיגע אטד״ס זענען ווייניגער ווי די אמאליגע, סאיז נאר אסאך קלענער אין צאל, ממילא הערט מען נישט פון זיי, וואס גרעסער ס׳וועט ווערן וועט מען אוטימאטיש טרעפן מעהר און מעהר געלונגע. פונקט ווי אין יעדע סירקעל זענען רוב מענטשען לוזערס און נאר אפאר זענען געווינער, די זעלבע איז דא מיט אטד״ס, אויבנאויף זעה איך נישט קיין חילוק פון געווינער און לוזערס צווישן אטד״ס מיט חרדים. אסאך אטד״ס האבן געהאט גרויס הצלחה, און אסאך נישט, פארוואס מוז עפעס יעדע אט״ד זיין א בר מצליח? יעדע פרומע איד איז א בר מצליח??? ווייל ער האט מחליט געוועהן צולעבן א אנדערע לעבן מוז ער שוין זיין א בר מצליח??? וואס א שייכות האט איינס מיט צויי?, הצלחה ווענדט זיך אין אסאך אנדערע זאכן חוץ די קולטור און ערציאונג פון א מענטש, סאיז דא אסאך אנדערע פאקטארן וואס שפילן א ראלע אין דעם הצלחה פון א מענטש אפגעזעהן זיין אידיאליגע אדער סטאטוס אין רעליגע.
בלאט: 1 2 3