☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשירים

וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשירים

105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11329
בלאט: 1 2 3

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 21, 2017 5:13 pm

· #363498
Re: וואסי לצטנס ג'שען מ'די אטד אז'ס שפראצן ב'זיי אזויפיל עשי
שבת, ס׳איז נישט דא קיין איין מענטש וואס וויל וויסען דיין אידענטיטעט וואס ווייסט עס נישט. דו האסט זיך שוין מער ווייניגער מער ווי איין מאל אידענטיפירט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 21, 2017 5:18 pm

· #363499
ליטוואק פון בודאפעסט
שבת, ס׳איז נישט דא קיין איין מענטש וואס וויל וויסען דיין אידענטיטעט וואס ווייסט עס נישט. דו האסט זיך שוין מער ווייניגער מער ווי איין מאל אידענטיפירט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קודם כל נישט אמת, איך באקום יעדע שטיקל צייט אין אישי פראגעס ווער איך בין, די לעצטע מאל פאריגע וואך פון א באוויסטע ניק. שנית אפילו איך וועל מיך מגלה זיין צו איינעם אין אישי קען איך נאכאלץ נישט שרייבן מיין בפירושע נאמען דא אויפן שטיבל, און קעיס דו פארשטייסט נישט פארוואס ביטע פרעג דיין ראש הכולל פשט אין דעם.

פארשטייסט טאקע נישט ליטוואק? פלוז...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 21, 2017 5:19 pm

· #363501
Re: וואסי לצטנס ג'שען מ'די אטד אז'ס שפראצן ב'זיי אזויפיל עשי
וועלכע כולל? פארטאגס כולל? נאכט כולל? מעביר סדרה כולל? האסט טאקע געמיינט איך בין א בן תורה? ווען יא, דארף איך יעצט וועלגערען מצות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 21, 2017 5:32 pm

· #363503
[ציטאט אראפגענומען]

האסט א פוינט, און האסט פארגעסן אז ס׳שאדט פאר די ענווייערמענט אויך 😂. אבער שטייצעך כהאב פאר דעם אויך א גיטע תירוץ, איך שפענד נישט קיין אומזוסטיגע געלט אין די וועלט אריין, איך קויף מיך עוורידזש קליידונג, איך פארמאג נישט קיין טייערע זייגערס, ווען איך פאר אויף וואקציע למשל קאסט מיך די טיקעטס געווענטליך נישט קיין אקטואלע געלט נאר קרעדיט קארדס פוינט, און רוב מאל האבן די גרעסערע עשורים ווי מיר (די עכטע עשורים) באצאלט פאר די טייערע האטעלן, נאכאלץ קאסט מיך אסאך אנדערע זאכן, אבער נישט אז איך טוה ווער ווייסט וואס, כ׳לעב מיך מיין ברייטע באקוועמע פשוטע לעבן אן קיין ברענד נעימס, חוץ מיין קאר! דארט לאז איך מיך יא אביסל וואוילגיין, כבין דאך-דאך א שטיקל אונגארישער פון וויליאמסבורג וואס האט ליב באקוועמליכקייטן.

מיש-נייעס » דינסטאג פעברואר 21, 2017 6:56 pm

· #363505
נו אזוי שטייטאך מפורש גורן האד"ט אז ער איז אין א גורן איז איז ער אן אט"ד
די מצריים האבן עס אבער גערופן אבל מצרים

נולד מאוחר » דינסטאג פעברואר 21, 2017 8:44 pm

· #363510
שבת אחים
החוקר די סיבה פארוואס כהאב דיר נישט גענטפערט, ווייל איך ווייס דיר נישט וואס צו ענטפערן, וויאזוי קען איך וויסן? איך קען דיר נישט זאגן נאר פון מיינע אייגענע אבזערוואציעס וואס איז סובדזשעקטיוו, איך האב נישט קיין הארטע באווייזן און נומבערס וואס זאלן עס בעיקן. אבער פון אויבנאויף קוקט מיר נישט אויס ווי היינטיגע אטד״ס זענען ווייניגער ווי די אמאליגע, סאיז נאר אסאך קלענער אין צאל, ממילא הערט מען נישט פון זיי, וואס גרעסער ס׳וועט ווערן וועט מען אוטימאטיש טרעפן מעהר און מעהר געלונגע. פונקט ווי אין יעדע סירקעל זענען רוב מענטשען לוזערס און נאר אפאר זענען געווינער, די זעלבע איז דא מיט אטד״ס, אויבנאויף זעה איך נישט קיין חילוק פון געווינער און לוזערס צווישן אטד״ס מיט חרדים. אסאך אטד״ס האבן געהאט גרויס הצלחה, און אסאך נישט, פארוואס מוז עפעס יעדע אט״ד זיין א בר מצליח? יעדע פרומע איד איז א בר מצליח??? ווייל ער האט מחליט געוועהן צולעבן א אנדערע לעבן מוז ער שוין זיין א בר מצליח??? וואס א שייכות האט איינס מיט צויי?, הצלחה ווענדט זיך אין אסאך אנדערע זאכן חוץ די קולטור און ערציאונג פון א מענטש, סאיז דא אסאך אנדערע פאקטארן וואס שפילן א ראלע אין דעם הצלחה פון א מענטש אפגעזעהן זיין אידיאליגע א אדער סטאטוס אין רעליגע.

זייער א שטארקע פעקטאר אין היימישע אידן'ס הצלחה אין ביזנעס איז קאנעקשענס, ברודער שוואגער פעטער שול מקוה קאזין שכן, סיי עקסעס צי געלט, סיי צי טרעפן קונדען.
דאס לכאורה ווערט זייער שווער פאר איינער וואס פארלאזט די סיסטעם.

פרייוויליג » דינסטאג פעברואר 21, 2017 8:46 pm

· #363511
[ציטאט אראפגענומען]

מילתא דעבידא לגלויי לא משקרי אינשי, איז דאך אסאך שווערער.

כפתור » דינסטאג פעברואר 21, 2017 10:31 pm

· #363518
מושב,
וואס האטעך געברענג צו אויפמאכן דעם אשכול?
ס'קוקט אויס ווי דו ווילסט זאגן אז עפעס האט זיך לעצטענס געטוישט און די אטד'ס האבן עפעס אויסגעפיגערט און אנגעהויבן צו מאכן געלט, אנדערש ווי דער עולם מיינט אז זיי זענען לא יצלח.
די געבסט לכאורה גערעכט פאר די וואס האלטן אז זענען נישט מצליח, נאר די זאגסט אז ס'טוישט זיך

איש את רעהו » מיטוואך פעברואר 22, 2017 12:01 am

· #363525
פארוואס דארף @שבת דער אפיקורס קימען דא צווישן אידן זיך מחזק זיין נישט אפצולאזן זיין אפיקורסישע דרך
וואס איז ער אזוי אומצופרידן אז ער האט יא אפאר מעלאנעס צום עסן

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 22, 2017 12:21 am

· #363529
מושב זקנים: איך באצי מיך דא צו דיין מאמר הפתיחה: ליינענדיג מיט גרויס שפאנונג ווי דו לייגסט אראפ דעם הערליכן, גלעצנדן און גליקליכן לעבן פון די אלע געוועזענע פארבלאנדזשעטע נשמות, די אזוי-גערופענע א.ט.ד.'ס. האטציך מיר פארגלוסט אויך צו ווערן אן א.ט.ד. און אנהייבן פיהרן דעם גליקליכן און צופרידענעם לעבן וואס זיי פיהרן. איך מוז מודה זיין אז די אלע יארן פון מיין לעבן ביז איצט, ביניך געווען א פינסטערער, וויסטער און פוסטער אמ-הארעץ אין מילי דעלמא. איך בין געווען זייער דום, אומ-וויסנד און בלינד (אין מעטאפארישן זין.) איך בין געווען א פינסטערער נארקאטיקער (כלשונך הט'). ביז איך האב געליינט דיין באריכט. און מיינע אויגן האבן אויפגעלאכטן. און איך הייב אן צו טראכטן מיט בענקעניש. אזוי ווי א גריכישער פילאזאף האטציך אמאל אויסגעדרוקט. ..."מתי יבוא לידי ואקיימנה"...! אייגנטליך, מייניך אז נישט א גריכישער פילאדאף האט עס געזאגט. נאר א אידישער תלמודיסט. אבער ביי דיר האט דאך עס נישט קיין חשיבות, אויב א אידישער ראביי האט עס געזאגט. שוין זאלל זיין. נאר איך האב מורא אז די איינציגע, וואוילטעטיגע ארגאניזאציע פון, און פאר או.טי.די.'ס, די אלעמען באקאנטע ...."פוטסטעפס" (אדער אפשר , פוד-סטעמפס.. 😂 ) וועט מיך נישט אננעמען. זיי וויללן נישט אננעמען אן אלטן בער. זיי טענה'ן אז ס'איז שוין צו שפעט. און מ'קען שוין נישט מאכן קיין מענטש פון איהם. אפשר קענסטו פועל'ן ביי זיי אז זיי זאללן מיך יא אננעמען.

דו וועסט מיך נישט דערקענען אין מיין נייעם געשטאלט. מיין בארד און פיאות האביך אינגאנצן אפגעשוירן /געשעיווט. כ'האמיר געקויפט א טייערן, פענסי סוט ביי פארק עוו. פעשיאנס אויף די 13'טע עוועניו. אויך עטליכע טייערע סילק נעק-טייס. די פראבלעם איז אז איך וועיס נישט וויאזוי מ'קניפט אן א נעקטיי. אפשר ווייסטו עפעס א וואוילטעטיגע ארגאניזאציע (אויסער פוד סטעמפס) וועלכע געבן קורסעס אין אנבינדן א נעק-טיי. מיין שטריימל און בעקישע האביך ארויסגעלייגט צו פארקויפן אויף אי.בעי...!

אינטרעסאנט איז, אז זייט איך האב מיר געטוישט מיין לייפ-סטייל, שפיר איך מיך עפעס אזוי שטארק גליקליך און צופרידן. איך האב צו באקומען וויסנשאפט. איך קען רעדן גוט אונגאריש. אויך קען איך שוין רעכענען. און איך בין איבערצייגט אז די וועלט איז שוין אלט ביליאנען (אויב נישט טריליאנען) יארן. און אז אונז שטאמען פון מאנקי'ס. פונקטליך פון וועלכע גזע ווייס איך נאכנישט. צו פון גאריללאס. אדער פון טשימפאנזיעס. איך האלט עס נאך אינמיטן אויספארשן. אויך. איך האב קיינמאל נישט געוואוסט וואספארא גוטן טעם טשיעזבורגערס האבן. און ווי געשמאק ס'איז צו עסן א שטיקל פארק (חזיר, בלע"ז) געפרעגלט אין פוטער. אויך קען איך יעצט עסן א גוטן סטעיק פאר פרישטאג. און צו בייסן א טשיעז סענדוויטש. און נאכדעם טרינקען א גלעזל קאפפי...!

נאכאמאל. ..."הרב".. מוישעוו זעקיינעם. איך דאנק דיר פון טיעפן הארצן און איך וועל שלינגען מיט דארשט דיינע ווערטער. טאקע אזוי ווי אן אלטער גריכישער פילאזאף האטציך אויסגעדרוקט. (איך קען עס נישט ליינען אין די אריגינאלע גריכישע שפראך. וועל איך עס איבערזאגן אויף די צוריקגעבליבענע שפראך, אידיש..."הוי שותה בצמא את דבריהם"...אויך..."הוי מתאבק בעפר רגליהם...!

קורקלענד » מיטוואך פעברואר 22, 2017 12:36 am

· #363532
אלס פיין ר' בערל. אבער האסט נישט געשריבן וועגן פרנסה. איר זענט נאך אלץ א באס דרייווער? אדער איר זענט שוין אן עושר?

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 22, 2017 4:02 am

· #363542
קןרקלענד: ווער וועט נעמען א באס דרייווער אן או.טי.די...? א שייגעץ, אן אפיקורס. פון מוישעוו'ס חסידים....! די או.טי.די. קאמיוניטי שיקט דאך נישט קיין קינדער אין חדר...זיי האבן די פאבליק סקולס. וואו אלע מוסלאמינער, בודהיסטן און טערקן גייען. אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק. ..."כל צרוע וכל זב וכל טמא לנפש"...חוץ דעם, ביניך געווארן דער מענעדזשער פון א פענסי, זייער פאפולערן, טריפה'נעם רעסטוראנט אין טשעלסי (אז דו פרעגסט מיך וואו דאס איז. זעה איך שוין אז דו ביסט נאכנישט אויפגעקעלערט.) וואו מ'סערווירט די געשמאקע מעניו וואס מיר האבן דא פריער אויסגערעכנט. אה. שיעור פארגעסן. אין אונזער נייע או.טי.די. רעסטאראנט סערווירט מען אויך שרימפ און לאבסטער טעילס...(אך ווייס נישט אויב ס'דא אן אימאזשי פאר ברעכן.)... 😂 🙄 😮 😳 😢

נ.ב.: א טייל פון די אויבנדערמאנטע סאטירע/פאנטאזיע איז באזירט אויף אמת'ע פאקטן. א געוויסער או.טי.די. וועלכער איז אויכעט א בנש"ק. נאר א קנאפער חכם. האטציך אמאל אויסגעדרוקט אז ער איז ברויגז אויף זיינע עלטערן פארוואס זיי האבן איהם צוריקגעהאלטן פון עסן אזא גוטן מאכל ווי חזיר. און אויך, איז ער צופרידן מיט זיין איצטיגן מצב. ווייל יעצט קען ער שוין אנטון רויטע סליפערס... 😂 🙄

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך פעברואר 22, 2017 4:14 am

· #363544
Re: וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשי
יענער געוויסע א.ט.ד. האט לעצטענס געפאוסט אויף פעיסבוק זיין קווענקלנישן וועגען זיין גליקליכע לעבען. זאל דער אויבישטער שומר ומציל זיין

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 22, 2017 4:19 am

· #363546
ליטוואק פון בודאפעסט: ער איז דאך א קנאפער חכם. (איך קען יענע משפחה.) מיין פרעדיקשן וועט נאך מקויים ווערן. ער וועט נאך ווערן א בי.טי און (א טייל פון ) אונז וועללן זיך נאך שטופן צו כאפן זיין שיריים...! פון א פיסק וואס האט געפרעסן חזיר און געטון כל דבר אסור. ....!
נאכדעם וועט ער צוריק אפ פארן. וחוזר חלילה...!

שבת אחים » מיטוואך פעברואר 22, 2017 9:52 am

· #363560
berlbalaguleh

אויך קען איך שוין רעכענען. און איך בין איבערצייגט אז די וועלט איז שוין אלט ביליאנען (אויב נישט טריליאנען) יארן. און אז אונז שטאמען פון מאנקי'ס. פונקטליך פון וועלכע גזע ווייס איך נאכנישט. צו פון גאריללאס. אדער פון טשימפאנזיעס. איך האלט עס נאך אינמיטן אויספארשן.

און וועלכע שיטה האסטו אנגענומען אין די נושא, די ערד איז פלאך אדער רינדיכיג???. 😂

געוואלדיג » מיטוואך פעברואר 22, 2017 9:56 am

· #363561
נישט זיכער, אבער אין ראכמיסטריווקא און אין סקולען וואו מבקשים ״דרייען״ זיך איז די ערד לכאורא רונדעכיג 😲

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 22, 2017 1:37 pm

· #363580
שבת אחים
berlbalaguleh

אויך קען איך שוין רעכענען. און איך בין איבערצייגט אז די וועלט איז שוין אלט ביליאנען (אויב נישט טריליאנען) יארן. און אז אונז שטאמען פון מאנקי'ס. פונקטליך פון וועלכע גזע ווייס איך נאכנישט. צו פון גאריללאס. אדער פון טשימפאנזיעס. איך האלט עס נאך אינמיטן אויספארשן.

און וועלכע שיטה האסטו אנגענומען אין די נושא, די ערד איז פלאך אדער רינדיכיג???. 😂

דארט וואו איך וואוין איז עס בארגיג. ממילא קען איך נישט מחליט זיין. ווי די אלטע גריכישע פילאזאפן. אדער ווי דער פוילישער סייענטיסט. (אמת. זיי מודה. דו האסט נישט געוואוסט אז קופערניקוס איז געווען א פוילישער. נישט א גריכישער אדער איטאליענער... 😂

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 22, 2017 1:42 pm

· #363582
געוואלדיג
נישט זיכער, אבער אין ראכמיסטריווקא און אין סקולען וואו מבקשים ״דרייען״ זיך איז די ערד לכאורא רונדעכיג 😲

עד שאתה אומר אז די וועלט איז רינדעכיג. זאג בעסער אז די חסידים אליינס זענען רינדעכיג. פון די סאך קוגלען און אנדערע שיריים וואס זיי האבן געכאפט פונ'ם רבי'ן...!

ישראל גלויבער » מיטוואך פעברואר 22, 2017 7:42 pm

· #363624
וועלכע א.ט.ד. איז צופרידן?

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 8:16 am

· #363655
ר' בערל, מען שפירט אויף דיר באשיינפערליך אז די וואך איז שבת מברכין אדר... דו ביסט הויך אין די כלים... 😂

שבת אחים » דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am

· #363657
berlbalaguleh
שבת אחים
berlbalaguleh

אויך קען איך שוין רעכענען. און איך בין איבערצייגט אז די וועלט איז שוין אלט ביליאנען (אויב נישט טריליאנען) יארן. און אז אונז שטאמען פון מאנקי'ס. פונקטליך פון וועלכע גזע ווייס איך נאכנישט. צו פון גאריללאס. אדער פון טשימפאנזיעס. איך האלט עס נאך אינמיטן אויספארשן.

און וועלכע שיטה האסטו אנגענומען אין די נושא, די ערד איז פלאך אדער רינדיכיג???. 😂

דארט וואו איך וואוין איז עס בארגיג. ממילא קען איך נישט מחליט זיין. ווי די אלטע גריכישע פילאזאפן. אדער ווי דער פוילישער סייענטיסט. (אמת. זיי מודה. דו האסט נישט געוואוסט אז קופערניקוס איז געווען א פוילישער. נישט א גריכישער אדער איטאליענער... 😂

איך האב געמיינט אז קופערניקוס איז געוועהן א שוואגער מיט סענדער דער פאללאק!!! 😂

גראדע האב איך יא געוויסט אז קופערניקוס איז געקומען פון פוילן, וואס איז די ביג דיעל, כאפ איך נאכנישט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 1:43 pm

· #363667
Re: וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשי
מ׳דארף ענטפערען אז א חלק פון די וועלט איז פלאך און א חלק איז רונדעכיג, ואלו ואלו......

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 24, 2017 6:33 am

· #363753
רבותיי: איך האב איין קשיא/שאלה. ספעציעל געוואנדן צו אלע תלמידם. געווארענע אדער געוועזענע פון דארווין, גאוקינס, האוקינס און דאוקינס...דאס איז דאך איינמאל זיכער. און נמנו וגמרו אז אונז שטאמען פון מאנקיס. וואס איבער ביליאנען יארן זעמיר אונז געווארן בהדרגה מענטשן. האביך א הארבע קשיא. פארוואס, לאמיר זאגן מיט א קיימא לן פון א 45 ביליאן יאר, האמיר זיך אונז , האמא סאפיענס ( נישט ח"ו די אנדערע האמא---) געשפיעלט צוזאמען מיט די טשימפס אין דזשאנגל. אונז האמיר אלעס געטון צוזאמען. געקראכן אויף ביימער. געהאנגען מיט די וויידל אפסייד-דאון. געווארפן קאוקאנאטס איינער אויפ'ן צווייטן. און אונז האמיר זיך אויסגעמענטשל'ט. און זיי זענען געבליבן מאנקי'ס. איך האלט אז דאס איז עכט דיסקרימינעישן...! מ'מוז רעדן צו פרעזידענט אבאמא וועגן דעם...! אדער אפשר צו די גרויסע חכמים אליינס. אנגעהויבן פון טשארלס דארווין ביז האוקינס, דאוקינס וסייעתו...וואס זאגט איהר....? ביטע לאזט הערן אייער שטימע. השמיעוני את קולך... 😂 🙄

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 24, 2017 7:14 am

· #363757
וואס פארא דיסקרימינאציא? מיר לאזען די מאנקי אפשטאמיגע און די נישט מאנקי אפשטאמיגע צוזאמען שרייבען אויף ק"ש באהבה ואחוה ואחדות?

דעת תורה » פרייטאג פעברואר 24, 2017 9:52 am

· #363777
Re: וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשי
וואס איז שייך צו טענה'ן דיסקרימינעישאן? דאס איז דאך אלעס מן השמים. א איד א מאמין ווייסט אז עס פאלט אראפ א בלעטל פון א בוים איז עס בהשגחה פרטית (צוצודעקן די ווערימ'ל, ווי די מעשה'לע גייט) און אוודאי אזא וויכטיגע אנטוויקלונג אין די וועלט'ס היסטאריע, וואס ווי חז"ל לערנען אונז די גאנצע 4 ביליאן יאר בעפאר איז נאר געווען צוצוקומען צו דעם מאמענט אז די האמא סעפיענס זאלן ווערן מענטשן / אידן און מקבל זיין די תורה, ואם לאו איז דער אייבישטער מחזיר העולם לביג בענג.

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 24, 2017 12:27 pm

· #363794
ר׳ בערל, אלעס זענען די ענגלישע שולדיג, דארווין, דאוקינס, האוקינס, סענדער דער, ... אה טשולדיגט סענדער איז געוועהן א דייטש... סליחה!

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 26, 2017 1:54 am

· #363863
דעת תורה
וואס איז שייך צו טענה'ן דיסקרימינעישאן? דאס איז דאך אלעס מן השמים. א איד א מאמין ווייסט אז עס פאלט אראפ א בלעטל פון א בוים איז עס בהשגחה פרטית (צוצודעקן די ווערימ'ל, ווי די מעשה'לע גייט) און אוודאי אזא וויכטיגע אנטוויקלונג אין די וועלט'ס היסטאריע, וואס ווי חז"ל לערנען אונז די גאנצע 4 ביליאן יאר בעפאר איז נאר געווען צוצוקומען צו דעם מאמענט אז די האמא סעפיענס זאלן ווערן מענטשן / אידן און מקבל זיין די תורה, ואם לאו איז דער אייבישטער מחזיר העולם לביג בענג.

ר' דעת תורה: איך שעם מיך זייער שטארק אז איהר זענט אזא תמים. און איהר מיינט טאקע אז איך האלט אזוי ווי די גרויסע חכמים וואס אונז האבן דא פריער אויסגערעכנט. איך האב נאר געפרעגט לשיטתם. פון די גרויסע טיפשים. פארוואס א טייל פון די מאנקי'ס האבן זיך אויסגעמענטשלט און א טייל זענען נאך געבליבן מאנקיס עד היום הזה. ס'מאכט דאך נישט קיין סענס. ס'איז דאך א סאך גרינגער און לאגישער צו זאגן אז ס'דא א בורא עולם. און ער האט באשאפן מאנקיס. און ער האט אויך באשאפן מענטשן. אעפ"כ. מיט דעם אלעם גלייב איך אז ערגעץ האבן זיך א טייל מאנקיס פון דזשאנגל אויסגעמישט מיט די מענטשן. נאר ב"ה זיי וואוינען נישט אין די איצטיגע באוואוינטע אידישע געגנטן...!

שבת אחים » זונטאג פעברואר 26, 2017 12:22 pm

· #363891

און ווער זאגט אז סייענס דארף מאכן סענס??? זייער אסאך זאכן, אפשר אפילו רוב זאכן וואס אונז אבזערווירן איז אקעגן אונזער שכל counterintuitive, מיט דעם אלעמען איז עס א פאקט! אויב סאיז א פאקט מוז מען עס אננעמען אפילו סאיז נישט וואס אונז האבן זיך געראכטן.

איך באצי מיך נישט אפילו צו דעס אז מענטשען האבן יא עוועלוואט און מאנקיס נישט, ווייל דעס איז נישט פון די זאכן אין סייענס וואס איז קעגן דעם שכל, דעס קען מען זייער גרינג ענטפערן, ווייל מיט איין קלייניקייט קען טוישן די גאנצע בילד, צום ביישפיל אז מענטשען האבן דעמעסטיקטעט פייער און די אנדערע מאונקיס נישט, אבער אפילו לאמיר זאגן דו וואלסט וועין געוועהן גערעכט אז סאיז קעגן די שכל, די מציאות האט גארנישט מיט אונזער שכל און וויאזוי מיר קוקן אן זאכן, פארדעם טאקע זענען אזויפיל מענטשען רעליגעיז ווייל רעליגיע געט דיר א באנאוולאנט גאט וואס זיצט אויף א קעניגליכע שטול און מ׳קען רעדן און דאווענען צו אים, משא״כ סייענס ארבעט מיט פאקטן, נומבערס און אבזערוואציעס נישט מיט אונזער אינערליכע פילינגס און פערזענליכע נגיעות.

זאג ר׳ בערל, איר ווייסט ווי גרויס א אטאם איז???

סייענטיסטן זאגן אז אויף א שפיץ פון א נידל קען מען ארויפלייגן מעהר ווי א מיליאן אטאמאס!!! א מיליאן! און אין יעדע פון די אטאמס איז נאך דא דריי חלקים פלאוס ליידיג פלאץ, מאך א מינוט צו די אויגן און טראכט צו ס׳מאכט סענס פאר אונז??? אבסולטלי נישט! איז עס אמת? אבסולאטלי יא.

פרייוויליג » זונטאג פעברואר 26, 2017 12:37 pm

· #363893
פארוואס גלייבסטו אזא שווערע סברה ווי מיליאן אטאמס אויף א נאדל, און אזא פשוטע זאך ווי יש מנהיג לבירה, נישט? ווייל יענס זאגן ״סייענטיסטן״, אפילו ״איך״ פארשטיי עס נישט, גלייב איך די סייענטיסן, וויבאלד סאיז קיל, רייסעריש, מעכטיג, און איך קען כסדר נאך בעבלען סייענטיסן, אן פארשטיין דאס מינדערסטע, און אפילו עס מאכט אסאאאך מאל קיין סענס. אבער יש מנהיג לבירה, איז יאנטשי, סאיז נישט רייסעריש, וויבאלד שמייענטיסטן האבן דאס נישט געטראפן אויפן שפיץ פון א נאדל. און אפילו יעדער וואס האט צוויי אויגן קען זען דעם אצבע אלקים יעדן רגע. אבער אויב איז דא א ג-ט, דאן דארף די לעבן האבן א תכלית, סא איך קען נישט טון וואס איך וויל.

שבת אחים » זונטאג פעברואר 26, 2017 12:43 pm

· #363894
קודם כל, לייקענסט פשוטע ABC פון כעמיע??? דעס האט מען דאך געפראוואט אלץ ריכטיג לאנג פאר איך און דו זענען געבוירן, אבער ווער זאגט אז די קאנצעפט פון יש מנהיג לבירה איז א פשוטע תירוץ פאר אלעס? וויאזוי האט דער מנהיג באקומען די אלע פאוער? און ווער האט אים באשאפן? פאר מיר ברענגט עס מעהר קשיות ווי תירוצים.

החוקר » זונטאג פעברואר 26, 2017 12:58 pm

· #363897
Re: וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשי
דאס איז א שוואכע קשיא. אין אנדערע ווערטער דיין קשיא איז, וואס איז די origin פון אלעס. די זעלבע קשיא קען מען נאך נישט מסביר זיין מיט די ביג בענג, וואס איז די origin פון דעם? יעדער איינער קומט צו, צו א געוויסע פונקט אין צייט וואס מען ווערט סטאק, ווען די האלסט דארט, איז סייענס נישט מער מסתבר אדער איבערגעוויזן געווארן, ווי יש מנהיג לבירא.

מפוזרי » זונטאג פעברואר 26, 2017 1:06 pm

· #363898
Re: וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשי
מיר געפינען זיך טאקע אין א בירא עמיקתא, אבער דער ריכטיגער אויסדרוק איז יש מנהיג לבירה.

מפוזרי » זונטאג פעברואר 26, 2017 1:13 pm

· #363900
Re: וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשי
פרייוויליג,
יישר פאר די ווארעמע אויפריכטיגע דיבורים, אבער די הכרה אז יש מנהיג לבירה, וואס מ'קען עס טאקע זען אויב עפנט מען די אויגן, קומט נישט פון די זעלבע פלאץ פון וואו מ'פארשטייט סייענס.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 26, 2017 1:13 pm

· #363901
מיליאנער אטאמס האט מען געזען מיט א שטארקע מיקראסקאפ, דא עוואלווען פון מאנקיס האט קיינער אפילו געזאגט אז ער האט עס געזען. נאר געמאכט א חשבון, וויבאלד ס'איז מעגליך און קיין אנדערע פשט אין דער מציאות פון א מענטש'ן האבען זיי נישט ועוד ועוד, אזוי זענען זיי צו דארט צוגעקומען.

מ'דארף זיך אויסלערנען אז דאס ווארט 'סייענס' באדייט אסאך זאכען. היסטאריא, פסיכאלאגיא און מאטעמאטיקא זענען אלע סייענסען. אבער זיי זענען נישט אייניג. היסטאריא בויט זיך אויף גאר שוואכער אויפווייזונגען לעומת מאטעמאטיקא וואס דארף גאר שטארקער אויפווייזונגען.

עוואלושען איז א טע'אריא און אויך א היסטאריא. מ'זאגט אז אזוי איז געשען מיט א לאנגע צייט צוריק און דאס האט קיינער נישט געזען און נישט באשריבען. די ראיות דערצו זענען גארנישט אויף די שטייגער פון עכטע ראיות פון סייענס, און מעדיצין פארלאזט זיך נישט אויף די גלויבונג. און די גאנצע זאך איז געוואנדען אויף נישט גלויבען אין דער מבול, ווייל אסאך פון זייער אומוויסענד איז געבויט אויף דעם אז ס'האט קיינער נישט קיין עקספערמינעט באוויזען וואס פאסירט ווען דער וועלט איז מאנאטען לאנג אונטער א שווערע לאסט פון וואסער. און די אלע ראיות אנטקעגען די מבול זענען אדער זייער שוואך, אדער דארפען זיי אנקומען צו די טע'אריא פון עוואלושען. א רונדיגע סברא! עוואלושען ווייזט אויף אז דער מבול איז נישט געווען, און אן דער מבול איז דער איינציגסטע תירוץ פאר אלע קשיא'ס עוואלושען!

שבת אחים » זונטאג פעברואר 26, 2017 1:17 pm

· #363902
החוקר
דאס איז א שוואכע קשיא. אין אנדערע ווערטער דיין קשיא איז, וואס איז די origin פון אלעס. די זעלבע קשיא קען מען נאך נישט מסביר זיין מיט די ביג בענג, וואס איז די origin פון דעם? יעדער איינער קומט צו, צו א געוויסע פונקט אין צייט וואס מען ווערט סטאק, ווען די האלסט דארט, איז סייענס נישט מער מסתבר אדער איבערגעוויזן געווארן, ווי יש מנהיג לבירא.

קודם כל איך בין נאכנישט זיכער אין די ביג בענג הונדרעט פראצענט, דערווייל איז עס נאר טעאריע, כאטשיג ס׳האט סייענטיפשע בעסיס ווי למשל cosmic microwave background radiation, איז נאכאלץ ווייט נישט געפראוועט אזויווי עוואלאציע.

צווייטענס, פרייווייליג טעהנט אז יש מנהיג לבירה איז מעהר סברא׳דיג און שכל׳דיג ווי די סייענטעפישע ווערסיע אז אלעס איז באשאפן פון ענערגיע/ביג בענג, פרעג איך אים מנא לן? פארוואס איז דעס א בעסערע תירוץ? וויאזוי פארענטפערט דעס מעהר אלע קשיות ווי סייענס???.

שבת אחים » זונטאג פעברואר 26, 2017 1:22 pm

· #363904
ליטוואק פון בודאפעסט
מיליאנער אטאמס האט מען געזען מיט א שטארקע מיקראסקאפ, דא עוואלווען פון מאנקיס האט קיינער אפילו געזאגט אז ער האט עס געזען. נאר געמאכט א חשבון, וויבאלד ס'איז מעגליך און קיין אנדערע פשט אין דער מציאות פון א מענטש'ן האבען זיי נישט ועוד ועוד, אזוי זענען זיי צו דארט צוגעקומען.

מ'דארף זיך אויסלערנען אז דאס ווארט 'סייענס' באדייט אסאך זאכען. היסטאריא, פסיכאלאגיא און מאטעמאטיקא זענען אלע סייענסען. אבער זיי זענען נישט אייניג. היסטאריא בויט זיך אויף גאר שוואכער אויפווייזונגען לעומת מאטעמאטיקא וואס דארף גאר שטארקער אויפווייזונגען.

עוואלושען איז א טע'אריא און אויך א היסטאריא. מ'זאגט אז אזוי איז געשען מיט א לאנגע צייט צוריק און דאס האט קיינער נישט געזען און נישט באשריבען. די ראיות דערצו זענען גארנישט אויף די שטייגער פון עכטע ראיות פון סייענס, און מעדיצין פארלאזט זיך נישט אויף די גלויבונג. און די גאנצע זאך איז געוואנדען אויף נישט גלויבען אין דער מבול, ווייל אסאך פון זייער אומוויסענד איז געבויט אויף דעם אז ס'האט קיינער נישט קיין עקספערמינעט באוויזען וואס פאסירט ווען דער וועלט איז מאנאטען לאנג אונטער א שווערע לאסט פון וואסער. און די אלע ראיות אנטקעגען די מבול זענען אדער זייער שוואך, אדער דארפען זיי אנקומען צו די טע'אריא פון עוואלושען. א רונדיגע סברא! עוואלושען ווייזט אויף אז דער מבול איז נישט געווען, און אן דער מבול איז דער איינציגסטע תירוץ פאר אלע קשיא'ס עוואלושען!

לויט קאנטעמפארערי סייענס איז עוואלאציע שוין לאנג נישט קיין טעאריע מעהר, בשעת דארווין האט געלעבט איז עס געוועהן א טעאריע, פונקט ווי מ׳האט געפראוועט אז א אטאם איז אזוי קליין דורך מיקראסקאפס האט מען אויך געפראוועט מיט די ען עי אז ספישיעס טוישן זיך מיט די צייט אויב ס׳פעלט אויס פאר סורווייעוועל, און אז אלע לעבעדיגע זאכן זענען רילעיטעיט איינער צום צווייטן אזויווי דארווין האט געקלעימט.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 26, 2017 1:29 pm

· #363906
Re: וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשי
און אז זיי זענען רילעיטעד, איז וואס? דא איז א ראיה אז ס׳איז איינס?! וואס עפעס? איך האף זיי האבען בעסערע אויפווייזונגען ווי דעם. אנדעריש זענען זיי טאקע באבונ׳ס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

moshav zekeinim » זונטאג פעברואר 26, 2017 4:01 pm

· #363920
.

קל וחומר » זונטאג פעברואר 26, 2017 4:08 pm

· #363923
Re: וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשי
וואס איז די באווייז אז ס'איז געווען אמאל טווין טאוערס און עראפלאנען האבן זיי אראפגענומען?

שבת אחים » זונטאג פעברואר 26, 2017 4:12 pm

· #363926
אויף דעם דארף מען נישט קיין באווייז, בעיני ראיתי. און טויזענטער אנדערע האבן געזעהן וואס לעבן נאך היינט, משא״כ א געשעהניש פון אפאר טויזענט יאהר צוריק, ופשוט הוא.

moshav zekeinim » זונטאג פעברואר 26, 2017 4:31 pm

· #363929
נו, כפירה!!!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 26, 2017 4:32 pm

· #363930
Re: וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשי
מסתמא קען מען דאס טרעפען אין די אלטע אשכולות, אבער סייענס איז נישט דער זעלבע זאך ווי אמת.

סייענס, עכ"פ כהיום, איז א מיטל, א וועג וויאזוי געוואויר צו ווערען זאכען. זי האט א סיסטעם וויאזוי זי דערגייט זאכען און יעדער זאך האט איהר וועגען וויאזוי זיי צו טרעפען. ס׳איז נישט דא קיין סייענטיפישע וועג נאכצוגייען געוויסע זאכען, און פון דעסטוועגען עגזיסטירען זיי, ווייל די אויגען האבען זיי געזען. סייענס האט קיינמאל נישט געזאלט זיין די תשובה צו יעדער שאלה, נאר אויף די פלעצער ווי זי קען טרעטען און אויפטרעטען.

דאס בעסטע וואס סייענס האט פאר דער אפשטאם פון לעבען איז עוואלושען. פארשטייט זיך, ווייל גאט קען מען נישט סייענטיפיש אויפווייזען. דאס מיינט נישט אז ער עגזיסטירט נישט, און ממילא קען זיין אז עוואלושען איז נאנסענס און ס׳איז דא א בעסערע תירוץ צו אלס. נאר דער וואס קען גארנישט אננעמען וואס שטימט נישט מיט דער סייענטיפיק מעטאד פון ערפינדונגען, האט נישט קיין וועג צו דערגייען גאט*. דאס איז גארנישט זיין מעלה, נאר א חסרון. איינער פון די שליסלעך צו חכמה און אמת האט ער ארויסגעווארפען.

* דער וואס מאכט זיך כאילו ער איז אזוי, מאכט זיך פאר אן אפיקורס אויך. און ער איז טאקע א באמאכטע.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 26, 2017 5:05 pm

· #363934
די שטארקע נקודה וואס כ'האב געוואלט מחזק זיין פאר פרייוויליג און ליטוואק, איז דער חילוק פון זעהן מיליאנען אטאמס און די טעאריע פון עוואלוציע אזוי ווי שבת אחים מיינט אז ער פארשטייט עס. די מיליאנען אטאמס, און אויך באקטעריע און וויירוסעס קענמען זעהן מיט א מיקראסקאופ. אפילו מ'קען זיי נישט זעהן מיט א (נאקעט) מענטשליך אויג. משא"כ די טעאריע פון עוואלוציע אזוי ווי דארווין האט געלערנט איז א פעלערהאפטיגע טעאריע. ער האט עפעס געזעהן. און עפעס אבזערווירט שינויי הטבעים אין פארשידענע חיות ועופות אין משך פון יארן. וואס איז א נאטורליכער פראצעס, און א המשך פון מעשה בראשית און בריאת העולם. אבער ער איז דאך אין די זעלבע צייט אויך געווען אן אפיקורס. האט ער אריינגלערנט א פאלשן, נארישן פשט אין די גאנצע בריאה. און מענטשן וועלכע האלטן זיך פאר סייענטיסטן און אויפגעקלערטע שעמען זיך נישט נאכצובאמבלען זיינע שטותים והבלים וועלכע ער האט אויפגעבויעט גג על גג. אנשטאטס צו באטראכטן די גאנצע וואונדערליכע בריאה אלס מעשי ה'. און אפילו א סאך נארמאלע גויים וועלכע זענען רעליגיעז, גלייבן אויכעט אין די טעאריע פון בריאת העולם דורכ'ן באשעפער...!

קל וחומר » זונטאג פעברואר 26, 2017 5:16 pm

· #363937
Re: וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשי
שבת אחים
אויף דעם דארף מען נישט קיין באווייז, בעיני ראיתי. און טויזענטער אנדערע האבן געזעהן וואס לעבן נאך היינט, משא״כ א געשעהניש פון אפאר טויזענט יאהר צוריק, ופשוט הוא.

אין אנדערע ווערטער, אין דריי טויזענט יאר פון איצטער וועט עס נישט זיין א פאקט מער.

שבת אחים » זונטאג פעברואר 26, 2017 7:18 pm

· #363953
קל וחומר
שבת אחים
אויף דעם דארף מען נישט קיין באווייז, בעיני ראיתי. און טויזענטער אנדערע האבן געזעהן וואס לעבן נאך היינט, משא״כ א געשעהניש פון אפאר טויזענט יאהר צוריק, ופשוט הוא.

אין אנדערע ווערטער, אין דריי טויזענט יאר פון איצטער וועט עס נישט זיין א פאקט מער.

קען זיין אז יא און קען זיין אז נישט. די פשוטסע חילוק צווישן די צוויי ערשיינונגען איז אז מ׳רעדט דא פון צוויי אנדערע ערא׳ס, און די חילוקים זענען ממש הימל און ערד, אין דריי טויזענט יאהר ארום אז א מענטש וועט וועלן וויסן אויב 9/11 איז א ווירקליך געשעהן קען ער שטודירן מיליאנען ארטיקלעך פון צייטנונגען אויף הונדרעטער שפראכן, camera footage פון אלע ענגעלס, הונדרעטער טויזענטער ארטיקלעך און אפיציעלע גאוורמענט דאקיומענטס פון די גאנצע וועלט, וועט דער יעניגער נישט האבן קיין שום סיבה אויף די וועלט נישט צו גלייבן אין דעם, ווייל סאיז נישט עפעס א מעשה וואס איז קעגן סייענס און נאטור, אז טעראריסיטשע היידעזשעקערס וועלן איבערנעמען א פליגער און הרגנן די פילאטס און אריינפליען מיט אנגעפילטע טאנק גאזאלין וועט עס אראפטראסקענען.

משא״כ דריי טויזענט יאהר צוריק איז געוועהן גאנץ אנדערע צייטן, מ׳האט נאכנישט געלעבט אין אזא סיסטעם ווי יעדער קען ליינען און שרייבן סאיז נאכנישט געוועהן קיין מידיעא און קיין פרעס, אויב יא האט עס נאר איינס פון צעהן טויזנט מענטשען געקענט ליינען, די דעמאלסטיגע גאווערמענטס האט נישט רעקארדידט די מעשה מיט יציאת מצרים און קריעת ים סוף די איינציגסטע מקור ווי עס איז רעקארדירט איז די תורה, סאיז נישט געווארן דאקיומענטירט די זעלבע מעשה ביי די דעמאלסטיגע עגיפטער, סאיז נישטא קיין איין צייטונג, קליפ, דאקיומענט, א ביין וואס איז געבליבן אין מדבר צווישן מצרים און ארץ ישראל ווי די אידן האבן געוואנדערט פאר פערציג יאהר אנגעלאדענט מיט חמורים און קיען, און רוב פון זיי לויט די תורה זענען אויסגעשטארבן אין מדבר. ווי אויך די פשוטע חילוק איז אז מ׳קען גלייבן אז אפאר ציווילדוועטע אראבער האבן געגאנגבט א ערפלאן און אראפגעטראסקעט אפאר וואלקן קראצער, סאיז נישט קעגן שכל אנושי, ווידער די אותות און מופתים וואס איז רעקארדירט אין די תורה איז נגד השכל האנושי וואס דארף מעהר עווידענס ווי א ניין עלעווען.

בקיצור קיין שום פארגלייך.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 26, 2017 7:41 pm

· #363956
Re: וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשי
נישט אז ס׳מאכט א נ"מ, אבער יציאת מצרים איז געשילדערט אין מערערער ערטער ווי דער תורה, אבער נאר דער תורה גיבט עס איבער מיט א דגש אויפ׳ן עיקר און טפל. ס׳מאכט נישט אויס לגבי אמונה, און קיינער זאל נישט בויען זיין אמונה אויף עפעס אזוי לעכערליך ווי היסטארישע ׳אויפווייזונגען׳, אבער פאקט בלייבט פאקט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » זונטאג פעברואר 26, 2017 7:44 pm

· #363957
חוץ מזה קיין שום רעליגע איז נישט געבעיסט אויף די מעשה פון ניין עלעווען, דערווייל, ווידער אויף די מעשה וואס די תורה פארציילט האט זיך געבויט אפאר מעידזשאר רעליגעס און איז מחייב מענטשען צוטוהן געוויסע זאכן און לעבן א געוויסע לייף סטייל, אז דער מענטש אין דריי טויזענט יאהר ארום וועט דוקא נישט גלייבן אין 9/11 וועט גארנישט געשעהן, משא״כ ווען מ׳זאגט אז מ׳מוז לעבן א געוויסע לעבן ווייל ״מתן תורה״ און ״יציאת מצרים״ איז ווירקלעך געשעהן דארף עס מעהר באווייזן, ווען איך זאל היינט אויסגעפונען אז נאפאליען איז א אויסגעטראכטע מעשה טוישט עס נישט מיין לייף סטייל, איך וועל אפשר זיין שאקירט פאר צוויי מינוט אבער גלייך נאכדעם וועל איך פארגעסן דערפון און ווייטער אנגיין מיט מיין לעבן ווייל סאיז נישט מעלה אדער מוריד, משא״כ ווען א מענטש נעמט אן א געוויסע רעליגע און א לייף-סטייל און לעבט זיין גאנץ לעבן מיט דעם און אטעמט נאר דאס, און לערנט אויס זיינע קינדער און אייניקלעך זאלן לעבן אויף די זעלבע וועג געבעיסט אויף א מעשה פון די דריי טויזנט וואס האט נישט קיין שום עווידענס און סייענטיפשע מעריט- אט פאר אזא זאך וואלט זיך פארלאנגט מעהר עווידענס אז איך זאל טוישן מיין גאנצע לייף סטייל.

שבת אחים » זונטאג פעברואר 26, 2017 7:45 pm

· #363958
ליטוואק פון בודאפעסט
נישט אז ס׳מאכט א נ"מ, אבער יציאת מצרים איז געשילדערט אין מערערער ערטער ווי דער תורה, אבער נאר דער תורה גיבט עס איבער מיט א דגש אויפ׳ן עיקר און טפל. ס׳מאכט נישט אויס לגבי אמונה, און קיינער זאל נישט בויען זיין אמונה אויף עפעס אזוי לעכערליך ווי היסטארישע ׳אויפווייזונגען׳, אבער פאקט בלייבט פאקט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ווי עס איז געשילדערט? ספר הברית?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 26, 2017 7:54 pm

· #363959
Re: וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשי
איך געדענק נישט פונקט, אבער איך גלייב נישט אז ס׳איז צו שווער צו טרעפען. מיר אינטרעסירט עס ווייניג, ווייל היסטאריא איז ביי מיר נערישקייטען. מבשרי אחזה, ווען א צייטונג באשרייבט עפעס וואס איז נעכטען געשען און איך ווייס דער אמת. פון טויזענט יאר צוריק ווייסען זיי בעסער?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

moshav zekeinim » זונטאג פעברואר 26, 2017 9:55 pm

· #363970
דער חילוק צווישן מיין כפירה און שבת,נס איז אזויווי דער חילוק צווישן די סאטמארער אנטי ציונות און די אגודיסטישע, די סאטמארער לייגן צו א ימח שמו צום סוף און די אגודיסטן ע"פ רוב נישט.
בלאט: 1 2 3