☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשירים

וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשירים

105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11329
בלאט: 1 2 3

קל וחומר » מאנטאג פעברואר 27, 2017 12:06 am

· #363985
Re: וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשי
שבת אחים
חוץ מזה קיין שום רעליגע איז נישט געבעיסט אויף די מעשה פון ניין עלעווען, דערווייל, ווידער אויף די מעשה וואס די תורה פארציילט האט זיך געבויט אפאר מעידזשאר רעליגעס און איז מחייב מענטשען צוטוהן געוויסע זאכן און לעבן א געוויסע לייף סטייל, אז דער מענטש אין דריי טויזענט יאהר ארום וועט דוקא נישט גלייבן אין 9/11 וועט גארנישט געשעהן, משא״כ ווען מ׳זאגט אז מ׳מוז לעבן א געוויסע לעבן ווייל ״מתן תורה״ און ״יציאת מצרים״ איז ווירקלעך געשעהן דארף עס מעהר באווייזן, ווען איך זאל היינט אויסגעפונען אז נאפאליען איז א אויסגעטראכטע מעשה טוישט עס נישט מיין לייף סטייל, איך וועל אפשר זיין שאקירט פאר צוויי מינוט אבער גלייך נאכדעם וועל איך פארגעסן דערפון און ווייטער אנגיין מיט מיין לעבן ווייל סאיז נישט מעלה אדער מוריד, משא״כ ווען א מענטש נעמט אן א געוויסע רעליגע און א לייף-סטייל און לעבט זיין גאנץ לעבן מיט דעם און אטעמט נאר דאס, און לערנט אויס זיינע קינדער און אייניקלעך זאלן לעבן אויף די זעלבע וועג געבעיסט אויף א מעשה פון די דריי טויזנט וואס האט נישט קיין שום עווידענס און סייענטיפשע מעריט- אט פאר אזא זאך וואלט זיך פארלאנגט מעהר עווידענס אז איך זאל טוישן מיין גאנצע לייף סטייל.

חכם איינער, דער תירוץ ליגט אין דיין שאלה!
טאקע וויבאלד מענטשן זיכן נישט ארויפצולייגן אויף זיך און די קינדער פליכטן סתם אזוי ובפרט א פאלק וואס איז באקאנט אלס אויבער-חכמים ועם קשי עורף וועלן זיך נישט לאזן פארקויפן לאקשן, דאס טאקע איז א סיבה לכנות הדברים.

איך זעה אז דו פראבירסט צו גיין שאפינג פאר תירוצים פארוואס דו זאלסט האבן א היתר נישט צו 'מוזן' גלייבן, כ'וויל דיר נישט קיין סאך שטערן דערמיט ווייל אפשר בעלמא דקשוט וועסטו האבן א שטיקל לימוד זכות אז דו האסט טאקע נישט געהאט קיין שום אויפווייז המתקבל על לבך צו מסכים זיין אויף אזא 'שווערע' לייף סטייל.

אבער איין נקודה וויל איך יא מאכן. די תורה זאגט עדות אז זי איז געגעבן געווארן פאר גאנץ כלל ישראל צוזאמען און גאנץ כלל ישראל (דריי מיליאן נפשות) האט געהערט גאט'ס רייד ביים בארג סיני. אזוי אויך אלע מופתים ביי פרעה און ביי קריאת ים סוף זאגט די תורה פאר די וואס האבן איר באקומען, אז איר זעלבסט האט דאס אלעס מיטגעהאלטן. יעצט זיי מיר ביטע מסביר וויזוי דאס קען זיין פאלש און עכ"ז זאל זיך פארקויפן אזא תורה פאר אזויפיל מענטשן!?!

כ'גיב דיר א וואך צייט צו טראכטן.

אישתישבי » מאנטאג פעברואר 27, 2017 12:27 am

· #363987
הֵשִׁיב לָהּ יֵשׁוּעַ: "הֲלֹא אָמַרְתִּי לָךְ שֶׁאִם תַּאֲמִינִי תִּרְאִי אֶת כְּבוֹד הָאֱלֹהִים." 41 הֵם הֵסִירוּ אֶת הָאֶבֶן וְיֵשׁוּעַ נָשָׂא אֶת עֵינָיו לַמָּרוֹם וְאָמַר: "אָבִי, אוֹדְךָ כִּי שְׁמַעְתַּנִי. 42 יָדַעְתִּי כִּי תָּמִיד שׁוֹמֵעַ אַתָּה אוֹתִי, וְרַק לְמַעַן הָעָם הָעוֹמֵד מִסָּבִיב אָמַרְתִּי זֹאת, שֶׁיַּאֲמִינוּ כִּי אַתָּה שְׁלַחְתַּנִי. 43 לְאַחַר שֶׁאָמַר אֶת הַדָּבָר הַזֶּה, קָרָא בְּקוֹל גָּדוֹל: "אֶלְעָזָר, צֵא הַחוּצָה!" 44 יָצָא הַמֵּת כְּשֶׁרַגְלָיו וְיָדָיו כְּרוּכוֹת בְּתַכְרִיכִים וּפָנָיו עֲטוּפוֹת בְּמִטְפַּחַת. אָמַר לָהֶם יֵשׁוּעַ: "הַתִּירוּ אוֹתוֹ וְהַנִּיחוּ לוֹ לָלֶכֶת." 45 רַבִּים מֵאֵלֶּה שֶׁבָּאוּ אֶל מִרְיָם הֶאֱמִינוּ בּוֹ כִּרְאוֹתָם אֶת אֲשֶׁר עָשָׂה. 46 אַךְ מִקְצָתָם הָלְכוּ אֶל הַפְּרוּשִׁים וְסִפְּרוּ לָהֶם מַה שֶּׁעָשָׂה יֵשׁוּעַ. 47 כִּנְּסוּ רָאשֵׁי הַכֹּהֲנִים וְהַפְּרוּשִׁים אֶת הַסַּנְהֶדְרִין. אָמְרוּ: "מַה נַּעֲשֶׂה? הֲרֵי הָאִישׁ הַזֶּה עוֹשֶׂה אוֹתוֹת רַבִּים! 48 אִם נַנִּיחַ לוֹ כָּךְ, הַכֹּל יַאֲמִינוּ בּוֹ וְהָרוֹמָאִים יָבוֹאוּ וְיַחֲרִיבוּ אֶת מְקוֹמֵנוּ וְאֶת אֻמָּתֵנוּ."

49

שבת אחים » פרייטאג אפריל 21, 2017 10:39 am

· #368771
איך ווייס נישט צו דאס איז די ריכטיגע אשכול, אבער כהאב נישט געטראפן בעסערס

<a class="postlink" href="http://www.sunyrockland.edu/about/media/news/rcc-student-selected-for-prestigious-transfer-scholarship">http://www.sunyrockland.edu/about/media ... cholarship</a>

ישראל גלויבער » פרייטאג אפריל 21, 2017 5:17 pm

· #368799
שבת אחים
איך ווייס נישט צו דאס איז די ריכטיגע אשכול, אבער כהאב נישט געטראפן בעסערס

<a class="postlink" href="http://www.sunyrockland.edu/about/media/news/rcc-student-selected-for-prestigious-transfer-scholarship">http://www.sunyrockland.edu/about/media ... cholarship</a>

איך ווייס נישט צו דאס איז די ריכטיגע אשכול, אבער כהאב נישט געטראפן בעסערס
😂

ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 9:52 am

· #392443
שבת אחים
ליטוואק פון בודאפעסט
נישט אז ס׳מאכט א נ"מ, אבער יציאת מצרים איז געשילדערט אין מערערער ערטער ווי דער תורה, אבער נאר דער תורה גיבט עס איבער מיט א דגש אויפ׳ן עיקר און טפל. ס׳מאכט נישט אויס לגבי אמונה, און קיינער זאל נישט בויען זיין אמונה אויף עפעס אזוי לעכערליך ווי היסטארישע ׳אויפווייזונגען׳, אבער פאקט בלייבט פאקט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ווי עס איז געשילדערט? ספר הברית?

מעגליך אז ער מיינט די ipuwer papyrus.
בלאט: 1 2 3