☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » רשימה של תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע

רשימה של תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11322
בלאט: 1 2

שבת אחים » דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:00 am

· #363658
וואלווי
שבת אחים
שמעון וואלף, כהאב אויך געהערט אמאל אזוי, אבער נישט פון א גיטע מקור וואס מקען זיך פארלאזן. כוועל פרעגן מיין טאטע צו ער האט אמאל געהערט פון דעם.


דא וועסטו אויך קענען זאגען אז דיין טאטע האט עס מפה קדשו?..


אלעס איז מעגליך 💡

berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 25, 2017 9:00 pm

· #363833
,

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 26, 2017 2:34 am

· #363868
😂 🙄

זייער נייגעריג » זונטאג פעברואר 11, 2024 1:52 pm

· #549144
Re:
לית דין בר נש #
[ציטאט אראפגענומען]
דער טשענסקאוויצער איז נישט געווען קיין תלמיד
דער נאסאדער רב פון דערהיים רבי אברהם יהושע פריינד איז טאקע נישט געווען קיין תלמיד אבער זייןנאייניקל רבי משה ארי’ ה”ש דער נאסוידער רבי פון וומ”ס איז יא געווען (וכן רבי משה ארי’ פון ירושלים ז”ל)

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 11, 2024 2:03 pm

· #549145
Re:
בן אדם #
מסתם ביי די עלטערע קינדער איז ער נאך נישט געגיינגען קוקן. אין מ'זעט טאקע א חילוק ציווישן די עלטערע מיט די אינגערע כידוע.
דו ביסט א גוטער לץ...!

די גאנצע מעשה איז נישט מער ווי א באבע מעשה. אויף די נשים האט מען געזאגט אז (א טייל פון) זיי זענען געגאנגען אין א לי"ט קוקן אויף סאטמאר'ע רב. די רעבעצין האט זיי געלאזט אריינקוקן דורך א שפאלט אין די טיר...!

נאר די גאנצע זאך איז נישט עולה על הדעת. דאס איז איינס פון די לעגענדעס וואס מ'האט פארשפרייט אין לויף פון די יארן...!

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 11, 2024 2:08 pm

· #549147
Re: רשימה של תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע
זייער נייגעריג: לפי ידיעתי איז ר' אברהם לייטנער אב"ד מאנטעווידעא יא געווען א תלמיד...!

סקעפטיקער » זונטאג פעברואר 11, 2024 2:09 pm

· #549149
Re: Re:
berlbalaguleh #
בן אדם #
מסתם ביי די עלטערע קינדער איז ער נאך נישט געגיינגען קוקן. אין מ'זעט טאקע א חילוק ציווישן די עלטערע מיט די אינגערע כידוע.
דו ביסט א גוטער לץ...!

די גאנצע מעשה איז נישט מער ווי א באבע מעשה. אויף די נשים האט מען געזאגט אז (א טייל פון) זיי זענען געגאנגען אין א לי"ט קוקן אויף סאטמאר'ע רב. די רעבעצין האט זיי געלאזט אריינקוקן דורך א שפאלט אין די טיר...!

נאר די גאנצע זאך איז נישט עולה על הדעת. דאס איז איינס פון די לעגענדעס וואס מ'האט פארשפרייט אין לויף פון די יארן...!
די מעשה איז אמת ויציב

סקעפטיקער » זונטאג פעברואר 11, 2024 2:10 pm

· #549150
Re: רשימה של תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע
berlbalaguleh #
זייער נייגעריג: לפי ידיעתי איז ר' אברהם לייטנער אב"ד מאנטעווידעא יא געווען א תלמיד...!
נישט ריכטיג, אין ישיבה האט ער געלערנט ביי הרב דושינסקי און זיך געהאלטן פאר א תלמיד מובהק

זייער נייגעריג » זונטאג פעברואר 11, 2024 2:10 pm

· #549151
Re:
moshav zekeinim #
שמעון וואלף
כ'דערמאן מיך ווען ר' שאול הוטערער איז אוועק איז ער געוועהן באשריבן אין איד אלץ חסיד מובהק פון 'רביה"ק בעל ויוא"מ', אביסול אויך פון האדמורי"ם לבית פשעווארסק און איין שורה האט מען פארגינט פאר מהר"ש מ'באבוב. .
עפעס א שייכות מיט סאטמאר האט ר' שאול זיכער געהאט, ער האט דאך אנגעפירט דעם סאטמארן קאלאני (קעמפ) אין אנטווערפן. לגבי פישווארסק, נאר מיט ר' איציקל פשעווארסקער און מיט זיין אייניקל רלב"ש מפישוורסק האט ער געהאט שייכות, ר' יענקעלע לייזערן האט ער פיינט געהאט.
שמעון וואלף #
מסכים, און ער האט אפילו מנדב געווען דארט פאר די נייע ת"ת. אבער ווער ס'האט געקענט ר' שאול ווייסט אז ער האט געאטעמט באבוב און געווען א פייערדיגע (שטאלצע) באבובער.


די קאלאני איז געווען אין די יו”ד יארן, דעמאלס איז געווען א תקופה פון ארום אכט יאר וואס ר’ שאול האט נישט געהאט קיין שייכות מיט באבוב (ווייל ער האט געהאלטן זיי זענען צו מאדערן).
ויש להוסיף אז די באבובער שטיבל אין אנטווערפן האט זיך ערשט געעפענט נאך ר’ איציקל’ס פטירה ודו”ק.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 11, 2024 2:31 pm

· #549153
Re: רשימה של תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע
איך געדענק איהם פון דארט. ס'נישט געווען א טאג וואס ער זאלל נישט קומען רעדן צו די קינדער. ער האט אונז אויסגעלערנט פארשידענע ניגונים. און געווען ווי א גוטער פעטער. ער האט געגעבן "פרייזעס" פאר ווער ס'האט געקענט אויסנווייניג שטיקלעך פון דאווענען און ברכות. ווי על המחיה און בריך שמיה. און מודים.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 11, 2024 3:54 pm

· #549173
Re: רשימה של תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע
יא:

כף הקלע » זונטאג פעברואר 11, 2024 4:43 pm

· #549186
Re: רשימה של תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע
הרה"צ עמרם טויב אבד"ק באלטימאר ואחיו הרה"צ אהרן צבי אבד"ק האליין

סוף טוב הכל טוב » זונטאג פעברואר 11, 2024 6:38 pm

· #549203
Re: Re:
סקעפטיקער #
berlbalaguleh #
בן אדם #
מסתם ביי די עלטערע קינדער איז ער נאך נישט געגיינגען קוקן. אין מ'זעט טאקע א חילוק ציווישן די עלטערע מיט די אינגערע כידוע.
דו ביסט א גוטער לץ...!

די גאנצע מעשה איז נישט מער ווי א באבע מעשה. אויף די נשים האט מען געזאגט אז (א טייל פון) זיי זענען געגאנגען אין א לי"ט קוקן אויף סאטמאר'ע רב. די רעבעצין האט זיי געלאזט אריינקוקן דורך א שפאלט אין די טיר...!

נאר די גאנצע זאך איז נישט עולה על הדעת. דאס איז איינס פון די לעגענדעס וואס מ'האט פארשפרייט אין לויף פון די יארן...!
די מעשה איז אמת ויציב
אין א געוויסע חסידות (א גרויסע באקאנטע) געט מען א קוויטן פאר דעם רבי'ן יעדן טאג פאר די ל"ט.
סאו די מעשה איז נישט מופרך מעיקרו.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 11, 2024 7:32 pm

· #549207
Re: רשימה של תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע
די וואס געבן א קוויטל (ביי ל"ט) זענען דאך בהמות. איך האב גערעדט פון נארמאלע מענטשן.

איך ווינדער מיך נאר וואס די (העיליגע) רבי טראכט בשעת מעשה. און וואס ער ווינטשט אן...!

סוף טוב הכל טוב » זונטאג פעברואר 11, 2024 10:18 pm

· #549227
Re: רשימה של תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע
berlbalaguleh #
די וואס געבן א קוויטל (ביי ל"ט) זענען דאך בהמות. איך האב גערעדט פון נארמאלע מענטשן.

איך ווינדער מיך נאר וואס די (העיליגע) רבי טראכט בשעת מעשה. און וואס ער ווינטשט אן...!
זיי געבן א קוויטל - סתם, מ'רעדט נישט פון די חשיבות פון דעם טאג (אדער נאכט), דער רבי האט אסאך וואס צו טראכטן, און נאך א צייט ווען עס קומען אריין מענטשן יעדן טאג פון יעדע חודש איז די דזשאוק שוין נישט אינטערסאנט.

בעט עניוועי, מיין פוינט איז געווען אז די מעשה איז נישט אפגעפרעגט אז חסידים וחסידות טוהן זוינע זאכן אין די טעג.

שמעון וואלף » זונטאג פעברואר 11, 2024 11:56 pm

· #549240
Re: רשימה של תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע
איך האב געהערט אדער געליינט אמאל אז ר' מאטעלע ז"ל פלעגט גיין יעדע ל"ט כאפן א בליק אויפ'ן סאטמאר רב.

צומישט און צוחישט » מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:31 am

· #549285
Re: רשימה של תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע
שמעון וואלף #
איך האב געהערט אדער געליינט אמאל אז ר' מאטעלע ז"ל פלעגט גיין יעדע ל"ט כאפן א בליק אויפ'ן סאטמאר רב.
נישט ער, געשיקט די רבנית הצדיקת.
ווי אויך איז באקאנט אז הרה"ק מ'סאטמאר האט געהאט תרעומות אויף ר' מאטעלע פ"וו זיין שטוב נוצט נישט די סאטמערע נייע מקוה טהרה וואס ער האט געבויעט אויף קיעפ.
(כידוע פלעגט מען ברענגען די ליסטעס פון פונקטליך ווער ס'קומט יא אדער נישט, ס'איז אפי' דא א מעשה מיט א' מחסידי סאטמאר וואס האט נישט געוואלט נוצן די מקוה אנפאנג און יענער אדער יענעמ'ס א קינד האט זיך געמוטשעט מיט האבן קינדער, אמאל ווען ער איז ארויס פון רבין נאכ'ן מפציר זיין פאר א ישועה האט זיך די רבי אנגערופן "אין מקוה גייט מען ערגעץ אנדערש און פאר ישועות קומען זיי אהער"..

וואלווי » מאנטאג פעברואר 12, 2024 12:34 pm

· #549296
Re: רשימה של תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע
צומישט און צוחישט #
שמעון וואלף #
איך האב געהערט אדער געליינט אמאל אז ר' מאטעלע ז"ל פלעגט גיין יעדע ל"ט כאפן א בליק אויפ'ן סאטמאר רב.
נישט ער, געשיקט די רבנית הצדיקת.
ווי אויך איז באקאנט אז הרה"ק מ'סאטמאר האט געהאט תרעומות אויף ר' מאטעלע פ"וו זיין שטוב נוצט נישט די סאטמערע נייע מקוה טהרה וואס ער האט געבויעט אויף קיעפ.
(כידוע פלעגט מען ברענגען די ליסטעס פון פונקטליך ווער ס'קומט יא אדער נישט, ס'איז אפי' דא א מעשה מיט א' מחסידי סאטמאר וואס האט נישט געוואלט נוצן די מקוה אנפאנג און יענער אדער יענעמ'ס א קינד האט זיך געמוטשעט מיט האבן קינדער, אמאל ווען ער איז ארויס פון רבין נאכ'ן מפציר זיין פאר א ישועה האט זיך די רבי אנגערופן "אין מקוה גייט מען ערגעץ אנדערש און פאר ישועות קומען זיי אהער"..
אינטערסאנט, ר' מאטעלע האט נישט גענוצט די סאטמערע מקוה און דאך געהאט אזא פערצן קינדער איינס נאכן צווייטן.
מוז זיין ס'איז שוואכע תערומות געווען...

וואלווי » מאנטאג פעברואר 12, 2024 6:48 pm

· #549362
Re: רשימה של תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע
שיין צו זען די לייקס פון @berl balaguleh
צוזאמען מיט @ליטוואק פון בודאפעסט
הנאהבים והנעימים בחייהם לא נפרדו
בלאט: 1 2