רשימה של תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע
69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11322
רשימה של תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע
אזוי ווי ס'האט זיך מיר יעצט געמאכט אן אבריג מינוט, איז מיך איינגעפאלען צאמצושטעלן א רשימה קדושה פון אלע תלמידים פון רביה"ק מסאטמאר וואס האבן משמש געווען ברבנות אדער סתם געווען אנשי שם, און יעדער איז מכובד צוצולייגען.
איך פאנג אן מיט וואס איך געדענק יעצט:
ר' יוסל אשכנזי
ר' נתן יוסף מייזעלס
שאפראנער רב
פריימאנ'ער רב
פאייע רב
סאלקא רבי
תולדות אהרן רבי
הרמ"א גאב"ד ירושלים
אבד"ק שאמשאן
אבד"ק פאלטישען
אבד"ק קראסנא
אבד"ק העלמעץ
אבד"ק סערדאהעלי
טשענסקאוויטש
אדווארי
נייטרא
קאשוי
שארמאש
נאסאד
מאנטעווידעא
וואלאווע
נירבאטיר
שכוח!
ר' יחזקאל'ע מערץ
ר' הערשעלע ספינקער
ר' מאטעלע וויזניצער
ר' יענקעלע לייזער
ר' איציקל פשעווארסקער
ר' יצחק משה ערלאנגער
ר' דניאל ביטון
ר' אליעזר זוסיא מסקולען
ר' ירחמיאל דאמפ
ר' וועלוועלע בריסקער
ר' רפאל קאצנעלבויגן
ר' יוסף חיים זאנענפעלד
ר' עובדיה יונה
ר' רפאל אורזיליו (ראב"ד העדה החרדית הספרדית)
Re: רשימה של תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע
דאס איז א וויץ?
ווען האט שאפראנער רב געלערנט ביים סאטמארער רב? און העלמעץ? קראסנא? ועוד.
אזא רשימה באלאנגט אין א צייטונג, ווי שקר איז נישט קיין פראבלעם.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מושב, נאר די ערשטע צוויי זענען אמת (אפשר אויך ר' מאטעלע).
ברענג א ליסטע נאר פון "תלמידים מובהקים" א שטייגער ווי ר' משה מנחם טירנאוער וואס רוב משנותיו איז ע"פ סאטמאר רב, נישט סתם פון אזעלעכע וואס זענען געגאנגען גוט שבת זאגן אדער סתם אזוי געווען כפוף לרוח הזמן.
איך ווייס נישט. העלף מיך ארויס.
לאמיר אנהייבן אזוי, וועלעכער מנהיג חשוב אדער מורם מעם איז א תלמיד מובהק (רוב משנותיו) פונעם רבי'ן פון בעפארן קריג?
אויב שאפראנער רב האט אדאפטירט די שיטה הק' קען ער ווערן פאררעכענט אלס א תלמיד.
האט ער עס "אדאפטירט"?
איך ווייס נישט (אפשר אלס מונקאטש)
איים סארי, נישט 'אדאפטירט' (איך געדענק שוין נישט די אנדערע ווארט 😉 )
אויסער דעם. וואלסטו גערופן יעדן וואס אדאפטירט שיטת רבינו תם א תלמיד הרבינו תם? נאר אויב מען ווייקט זיך אין ספרי ותוספות ר"ת תם קען מען אנגערופן ווערן תלמיד.
בן אדםאיך ווייס נישט (אפשר אלס מונקאטש)
איז דער שאפראנער געווען א מונקאטשער? געאגראפיש זענען די צוויי שטעט נישט נאנט.
אגב, מיט יארן צוריק האב איך אין א שבת נאכמיטאג שפאצירט אויף הר כנען, ביי שפוץ זעה איך אן ערל אפמאלן דעם פאנאראמע, מיר הייבן אן א שמועס אין ענגליש, הכלל ער וואוינט אין שאפראן. איך דערצייל אים אז אין ניו יארק איז דא א חסידישער קאמיוניטי מיט דעם נאמען, אנטי ציוניסטן. עס איז אים געווען א גרויסער חידוש.
Re: רשימה של תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע
אלקנה ראטענבערג ע"ה
[ציטאט אראפגענומען]
אנטשולדיגט, אבער לערנען אין פלוני'ס ישיבה/פעקטערי מאכט נאך נישט זיין א תלמיד, איך בין מעיד אויף מיר, איך האב געלערנט אין דריי ישיבות און איך בין קיינמאל נישט געווען קיין תלמיד פון די ראשי ישיבות, איך בין ווייט נישט געווען דבוק אין זיי, סתם לתפארת המליצה קען מען מיר רופן תלמיד, אבער גארנישט מער.
אין פאל פון תולדות אהרון רבי איז מיין שאלה צו ער איז געווען א תלמיד מובהק דבוק ברבו? און אז יא, צו איז ער געבליבן דבוק בתורתו כל ימיו?
Re: רשימה של תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע
א תלמיד איז איינער וואס איז מקבל דער טראכטסגאנג פון רבי׳ן און ער טוט זיך אריין אין וויאזוי דער רבי איז אנגעקומען צו זיין מיינונג צו קענען מדמה זיין מילתא למילתא.
איינער וואס איז ׳דבוק׳ אין תורת ר"ת איז נישט קיין תלמיד, ער איז אן איינגערעדטע שוטה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נו עס זענען שטענדיג דא אויבערפלעכליכע תלמידים און טיפע תלמידים, רעכדענקיגע תלמדים און קרימע תלמדים. נעם א משל די באקאנטע לעגענדע פון צדוק ובסות וועלעכע זענען געווען "תלמידים" פון דעם גריכישן מנהיג אנטיגנוס איש סוכו און זייער גאנצער שיטה איז געווען געבויט אויף א קרומער פשט זייערער אויף זייער רבי'נס מאמר אל תהיה כעבדים המשמשים על מנת לקבל פרס. ד.מ. תלמדים זענען זיי געווען, נאר קרימע.
ר' מענדל וועכטער
ר' יוסף יחיאל מיכל ב"ר ברוך יהודה לעבאוויטש
ר' ישכר דוב ב"ר מרדכי רוקח
איז דער פאלטיטשאנער געווען א תלמיד אדער בלויז א גוטער ידיד? איך האב געהערט אז מען פלעגט רופן דעם פאלטיטשאנער בארואיגן דעם רבי'ן ווען עס האט אויפן רבי'ן געהערשט א רוח אלוקים רעה. די פאלטיטשאנע אייניקלעך זענען חצי וויזשניץ חצי סאטמאר.
ווייטצען
אדמו"ר מבורשטין
סענפעטער (משהו כזה)
ר' מאיר רויז (בעמ"ס מנחת מאיר)
Re: רשימה של תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע
ס׳איז דא אזעלכע וואס דער טויט מאכט זיי גלייך ׳דבוק בלב ונפש׳ בלאה בלאה בלאה.
מיין זיידע, אן עכטע ליטוואק, א זוהן פון א וואלאזשינע תלמיד, האט מען באשריבען אין דער איד אלס דבוק אין סאטמאר. ער האט איהם קיינמאל נישט געטראפען, נאר א בריוו פון דער ברך משה האט מען געטראפען בעזבונו, ווי ער בעט איהם זיל אריין צו מישען אין א פריוואטע משפחה אישו ביי א סאטמארער חסיד. זהו. און אזוי איז ער דבוק בלו"נ....
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
כ'האב אמאל געהערט נאכזאגן פון הרב א. ל. שטיינמאן אז ער האלט זיך פאר א תלמיד. אויב איינער ווייסט מער פרטים ביטע.
קורקלענדכ'האב אמאל געהערט נאכזאגן פון הרב א. ל. שטיינמאן אז ער האלט זיך פאר א תלמיד. אויב איינער ווייסט מער פרטים ביטע.
די רבי האט געזאגט אויף עם אז ער איז בקי בכל חדרי התורה און אפילו במעשה מרכבה!
שטיינמאן האט זיך געקלאמערט ארום דעם רבי'ן אין שווייץ און געהאלטן א שטיקל קשר מיט אים דורך בריוו פאר געציילטע יארן. צוביסליך האט זיך דער קשר אפגעהאקט.
כ'דערמאן מיך ווען ר' שאול הוטערער איז אוועק איז ער געוועהן באשריבן אין איד אלץ חסיד מובהק פון 'רביה"ק בעל ויוא"מ', אביסול אויך פון האדמורי"ם לבית פשעווארסק און איין שורה האט מען פארגינט פאר מהר"ש מ'באבוב.
אזוי האט מען געפיטערט דעם עולם גולם מיט שטותים און דמיונות ויצא האשכול הזה ווי דער עולם רעדט פאר פייער און פאר וואסער.
באמת האט סאטמאר רב געהאט א גרויסע ישיבה פאר די מלחמה אבער נישט אלע וואס האבן דארט געלערענט האבן געהאט א אמת'ע קשר מיט אים סיי ווען זיי זענען דארט געוועהן און סיי נאכ'ן פארלאזן די ישיבה.
טאמיר האט איינער געלערנט אין די ישיבה ביי איהם בפרט פארן קריג, קען רואיג אנגערופען ווערן א תלמיד
נאכדעם איז דא אזעלכע וואס זענען געווען חסידים אבער נישט קיין תלמיד במובן תלמיד בישיבה
לדוגמא ר' אברהם לייטנער איז געווען א חסיד וכו', אבער א תלמיד פון הרב דושינסקי
איך האב גערעדט מיט עטליכע אידן וואס האבן געלערענט אינדערהיים אין סאטמאר רב'ס ישיבה און זיי האבן זיך נישט געהאלטן פאר תלמידים. איך האב פארשטאנען פון זיי אז בסה"כ האט ער זיי עטליכע מאל פארהערט און אפשר געהערט צוויי דריי שיעורים פון אים אבער חוץ מזה האבן זיי קיין שייכות נישט געהאט.
ר׳ מאטעלע איז נישט ממש א תלמיד, ער האט נאר געלערנט דארט זייער א קורצע צייט, און ניטאמאל אין ישיבה נאר ווען ער האט געוויילט דארט במחיצתו פאר אפאר וואכן דאכצעך, ער האלט זיך פאר א חסיד פון אים און ער האט געריסן קריעה און אים מספיד געוועהן ביי א וויזניצע דינער הגם אין וויזניץ האט מען זיך נישט געפירט צו האלטן הספדים האט ער דאך געמאכט א אויסנאם לכבודו, אבער אלץ א תלמיד האלט ער זיך פון פאפער רב זצ״ל, ער האט געלערנט אין פאפא, און ער האט זיך אויך געריסן קריעה ווען פאפער רב איז אוועק.
ער איז קיינמאל נישט געוועהן ביי קיין שיעור פון ר׳ יואליש.
א חסיד פון אים איז ער געוועהן א גרויסע, מיין טאטע האט מיר פארציילט אז ווען ער האט געלערנט אין ישיבה ביי ר׳ מאטעלע אלץ בחור אין מאנסי מיט איבער פינף און פערציג יאהר צוריק, איז געוועהן אמאל ביי א מוסר שמועס האט ר׳ מאטעלע פארגעלערנט וועגן די גרויסקייט פון צדיקים, בקיצור סאיז אריינגעקומען אין די שמועס וועגן סאטמערער רב ר׳ יואליש, און איין בחור האט זיך אנגערופן אז ער האט נאך קיינמאל נישט געזעהן סאטמערער רב, האט אים ר׳ מאטעלע זיך אנגערופן, מארגן פאר אריין אין שטאט און גיי דאווען מיט סאטמארער רב און קוק אים גוט אן, סאיז נאך דעמאלטס נישט געוועהן קיין געהריגע טראנספארטאציע פון מאנסי צום שטאט אריין האט ר׳ מאטעלע גלייך נאכן שיעור גערופן א וויזניצע אינגערמאן וואס האט געוואוינט אין מאנסי און פלעגט יעדן טאג אריינפארן אין שטאט פאר ביזנעס און געבעטן אז ער זאל אים מיטנעמען, און פארן וועג צוריק האט ער אים באצאלט פאר א טעקסי.
[ציטאט אראפגענומען]
ער האט געהערט צו פא"י נישט די מזרחי
שמעון ווייס האט געשריבען קעגען עהם
[ציטאט אראפגענומען]
אמת אין אמעריקע האט ער פארברענגט אסאך מיט סאטמארע רב, ר׳ מאטעלע האט אמאל געזאגט פאר הרה״ח ר׳ אלי׳ ניימאן, אז סאיז כמעט נישטא קיין סוגיא אין אידישקייט וואס כהאב נישט דורכגרעדט מיט סאטמארער רב ווען איך האב געוואוינט אין וויליאמסבורג. אבער ווען מ׳האט געפרעגט ר׳ מאטעלע צי ער איז א תלמיד פון אים האט ער געזאגט ״אין זיין ישיבה האב איך קיינמאל נישט געלערנט״! ״איך בין קיינמאל נישט געזעצען ביי זיין שיעור!״ די ווערטער האט ער שוין אפאר מאל געזאגט ברבים. ער האט זיך אפשר אויפגעהאלטן אין שטאט סאטמאר אבער אין זיין ישיבה האט ער נישט געלערנט.
מקור: מיין טאטע וואס איז געוועהן ר׳ מאטעלע׳ס ערשטע הויז בחור פאר פיר יאהר, האט עס געהערט מפי קדשו.
שמעון וואלףכ'דערמאן מיך ווען ר' שאול הוטערער איז אוועק איז ער געוועהן באשריבן אין איד אלץ חסיד מובהק פון 'רביה"ק בעל ויוא"מ', אביסול אויך פון האדמורי"ם לבית פשעווארסק און איין שורה האט מען פארגינט פאר מהר"ש מ'באבוב. .
עפעס א שייכות מיט סאטמאר האט ר' שאול זיכער געהאט, ער האט דאך אנגעפירט דעם סאטמארן קאלאני (קעמפ) אין אנטווערפן. לגבי פישווארסק, נאר מיט ר' איציקל פשעווארסקער און מיט זיין אייניקל רלב"ש מפישוורסק האט ער געהאט שייכות, ר' יענקעלע לייזערן האט ער פיינט געהאט.
מסכים, און ער האט אפילו מנדב געווען דארט פאר די נייע ת"ת. אבער ווער ס'האט געקענט ר' שאול ווייסט אז ער האט געאטעמט באבוב און געווען א פייערדיגע (שטאלצע) באבובער.
שבת אחים[ציטאט אראפגענומען]
אמת אין אמעריקע האט ער פארברענגט אסאך מיט סאטמארע רב, ר׳ מאטעלע האט אמאל געזאגט פאר הרה״ח ר׳ אלי׳ ניימאן, אז סאיז כמעט נישטא קיין סוגיא אין אידישקייט וואס כהאב נישט דורכגרעדט מיט סאטמארער רב ווען איך האב געוואוינט אין וויליאמסבורג. אבער ווען מ׳האט געפרעגט ר׳ מאטעלע צי ער איז א תלמיד פון אים האט ער געזאגט ״אין זיין ישיבה האב איך קיינמאל נישט געלערנט״! ״איך בין קיינמאל נישט געזעצען ביי זיין שיעור!״ די ווערטער האט ער שוין אפאר מאל געזאגט ברבים. ער האט זיך אפשר אויפגעהאלטן אין שטאט סאטמאר אבער אין זיין ישיבה האט ער נישט געלערנט.
מקור: מיין טאטע וואס איז געוועהן ר׳ מאטעלע׳ס ערשטע הויז בחור פאר פיר יאהר, האט עס געהערט מפי קדשו.
אז מ'רעדט שוין, כ'האב געהערט אז ווען ער האט געוואינט אין וומ"ס פלעגט ער גיין יעדע ליל טבילה קוקן אויף סאטמאר רב
שמעון וואלף, כהאב אויך געהערט אמאל אזוי, אבער נישט פון א גיטע מקור וואס מקען זיך פארלאזן. כוועל פרעגן מיין טאטע צו ער האט אמאל געהערט פון דעם.
מסתם ביי די עלטערע קינדער איז ער נאך נישט געגיינגען קוקן. אין מ'זעט טאקע א חילוק ציווישן די עלטערע מיט די אינגערע כידוע.
בן אדםמסתם ביי די עלטערע קינדער איז ער נאך נישט געגיינגען קוקן. אין מ'זעט טאקע א חילוק ציווישן די עלטערע מיט די אינגערע כידוע.
הרב ברוך שמשן די אינגסטע זוהן, איז עפעס אוועקצומאכן? פונקט אזוי צודרודעלט ווי די אנדערע...
[ציטאט אראפגענומען]
אין תולדות אהרן איז בכלל נישט דא דער גרויסע התנגדות צום גיין צי די כותל, כידוע אז די עדה האט עס קיינמאל נישט גע'אסר'ט, נאר ער אליין איז נישט געגאנגען אלץ פערזענליכער תלמיד, אבער דר'עולם גייט אין גרויס'ן אפילו די תוא"י רבי איז שוין געגאנגען.
ליטוואק פון בודאפעסטדאס איז א וויץ?
ווען האט שאפראנער רב געלערנט ביים סאטמארער רב? און העלמעץ? קראסנא? ועוד.
אזא רשימה באלאנגט אין א צייטונג, ווי שקר איז נישט קיין פראבלעם.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטף ס'מוז נישט דווקא זיין שקר. ס'קען זיין פאנטאזיע און דמיון.
נאר איך האב אויכעט צו צולייגן א שטיקל רשימה צו די פאנטאזיר'טע און טייל אמת'ע תלמידים פן רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע ועכי"א זצוקללה"ה:
ר' דוד גרין
ר' משה שערטאק ר' לוי יצחק שקאלניק
ר' שניאור זלמן רובאשאוו
ר' יוסף ביילין
הרב אברהם יצחק הכהן (ביידע)
האשה החשובה מרת ג. מאירסון
ר' ישראל קליין/קטן ע"ה (אן אמת'ער תלמיד)
הנגיד ר' מנשה טרייטל ע"ה (אן אמת'ער תלמיד)
ר' ט. פלאם
ובנו ר' יאיר שליט"א
ר' אברהם הכהן פוקסמאן
ר' אברהם שטראל
ר' מיכאל (מרדכי) בלומענבערג
הרב יצחק מאיר לוין
הרב משה שערער
ר' זשים קימל
ועוד ידנו נטויה...! ווער איז דען נישט געווען קיין תלמיד . און ווער האטציך דען נישט געווייקט בים רבי'ן זכיסע יאגן אליינע . נאך אינדערהיים אין ארשיווא...!
נ.ב.: ווער ס'קען מפענח זיין די נעמען פון די פארשוינען (מלשון פרשנדתא) וועט בלי"נ באקומען א פרייז...!
עיקר שכחתי: ר' יודל איציק בן ר' אהרון לייב ז"ל...!
מיר'ער בחור אין תולדות אהרן איז בכלל נישט דא דער גרויסע התנגדות צום גיין צי די כותל, כידוע אז די עדה האט עס קיינמאל נישט גע'אסר'ט, נאר ער אליין איז נישט געגאנגען אלץ פערזענליכער תלמיד, אבער דר'עולם גייט אין גרויס'ן אפילו די תוא"י רבי איז שוין געגאנגען.
געפעלט מיר די ראי' וואס די ברענגסט פון תוא"י רבי. טאקע משום הא האט מען אים נישט געגליכענט אין תולדות אהרן, מ'האט געטענה'ט אז ער איז א לינקער און גייט נישט אין שפאן פון זיין טאטע.
קען זיין היינט גייען שוין מער תו"א'רענע צום כותל פונקט ווי אסאך סאטמערע גייען אויך אבער ווען איך בין געוועהן אין א"י זענען זייער ווייניג געגאנגען און אפילו תוא"י איז נישט געגאנגען בפרהסיא - מ'האט געשמועסט דעמאלטס אז ער גייט פארטאגס.
למעשה בין איך מסופק אויב די תו"א רבי (בעל דברי אמונה) איז באמת געווען א חסיד פון סאטמאר רב אדער האט ער בלויז נאכגעטאנצן צוליב די געלט וואס סאטמאר האט אים צוגעשטעלט?
לאמיך אביסול מסביר זיין. די תו"א רבי איז געווען א קנאי מחמת עצמו קען זיין ער האט עס אויפגעפיקט בבית מדרשו פון סאטמאר רב אבער למעשה ווען ער איז געווארן רבי איז ער אליין געווען א קנאי און זיין מלחמה מיט ציונות ווי נישט גיין צו בחירות און נישט נעמען געלט איז געווען מרצונו און נישט אלץ מבטל זיין דעתו צום סאטמאר רב. אויך בין איך זיכער אז ער האט געהאט א שטארקע הערצה צום סאטמאר רב פונקט ווי ער האט געהאט צו אנדערע גדולי הדור (ובתוכם אדמו"ר מליבאוויטש). מיין ספק איז אויף געוויסע זאכן ווי למשל נישט גיין צום כותל אדער נישט פירן טיש אין וומ"ס ווען סאטמאר רב איז דארט געווען און זיך משתתף זיין ביי כ"א כסלו סעודות, צו ער האט דאס געטון אלץ חסיד אדער פאר די געלט
וואס ביסטי מחדש? איך שרייב דאך אז ער האט געלערענט ביי אים און קען זיין דארט האט ער אויפגעפיקט זיין שיטת התבדלות. למעשה איז ער געווען א שטארקע מעריץ פון אסאך גדולי ישראל.
לאמיר עס מאכן קלאר, נישט תולדות אהרן רבי און נישט ר' מאטעלע זענען געווען טיפיקעל אינגערישע תלמידי רבינו הקוה"ט דוגמת משה מנחם טירנויער, שיע רויזנברג, קלונמוס עקשטיין א.ד.ג.
[ציטאט אראפגענומען]
און אפשר זיין קאזין. הרב הצדיק ר' אברהם יצחק הכהן קוק ז"ל איז אויכעט געווען א תלמיד פון רביהקוה"ט זיעועכי"א. נאך 'דערהיים אין ארשיווא. און שפעטער אין קראלי..!
שמעון וואלףמיר'ער בחור אין תולדות אהרן איז בכלל נישט דא דער גרויסע התנגדות צום גיין צי די כותל, כידוע אז די עדה האט עס קיינמאל נישט גע'אסר'ט, נאר ער אליין איז נישט געגאנגען אלץ פערזענליכער תלמיד, אבער דר'עולם גייט אין גרויס'ן אפילו די תוא"י רבי איז שוין געגאנגען.
געפעלט מיר די ראי' וואס די ברענגסט פון תוא"י רבי. טאקע משום הא האט מען אים נישט געגליכענט אין תולדות אהרן, מ'האט געטענה'ט אז ער איז א לינקער און גייט נישט אין שפאן פון זיין טאטע.
קען זיין היינט גייען שוין מער תו"א'רענע צום כותל פונקט ווי אסאך סאטמערע גייען אויך אבער ווען איך בין געוועהן אין א"י זענען זייער ווייניג געגאנגען און אפילו תוא"י איז נישט געגאנגען בפרהסיא - מ'האט געשמועסט דעמאלטס אז ער גייט פארטאגס.
למעשה בין איך מסופק אויב די תו"א רבי (בעל דברי אמונה) איז באמת געווען א חסיד פון סאטמאר רב אדער האט ער בלויז נאכגעטאנצן צוליב די געלט וואס סאטמאר האט אים צוגעשטעלט?
לאמיך אביסול מסביר זיין. די תו"א רבי איז געווען א קנאי מחמת עצמו קען זיין ער האט עס אויפגעפיקט בבית מדרשו פון סאטמאר רב אבער למעשה ווען ער איז געווארן רבי איז ער אליין געווען א קנאי און זיין מלחמה מיט ציונות ווי נישט גיין צו בחירות און נישט נעמען געלט איז געווען מרצונו און נישט אלץ מבטל זיין דעתו צום סאטמאר רב. אויך בין איך זיכער אז ער האט געהאט א שטארקע הערצה צום סאטמאר רב פונקט ווי ער האט געהאט צו אנדערע גדולי הדור (ובתוכם אדמו"ר מליבאוויטש). מיין ספק איז אויף געוויסע זאכן ווי למשל נישט גיין צום כותל אדער נישט פירן טיש אין וומ"ס ווען סאטמאר רב איז דארט געווען און זיך משתתף זיין ביי כ"א כסלו סעודות, צו ער האט דאס געטון אלץ חסיד אדער פאר די געלט
ס'האט נישט מיט היינט און אמאל אדער מיט לינקער צו רעכטער, פשוט די עדה החרדית האט קיינמאל נישט גע'אסר'ט דאס גיין צום כותל, וכן הוא ביי אסאך אנדערע זאכן למשל בחירות לעיריה וואס די עדה האט יא גע'אסר'ט, וכו', און מיט די השערה זענט איר לכאורה גערעכט אז די סיבה פארוואס זיי גייען נישט אזוי בפומבי איז די ....
שבת אחיםשמעון וואלף, כהאב אויך געהערט אמאל אזוי, אבער נישט פון א גיטע מקור וואס מקען זיך פארלאזן. כוועל פרעגן מיין טאטע צו ער האט אמאל געהערט פון דעם.
דא וועסטו אויך קענען זאגען אז דיין טאטע האט עס מפה קדשו?..
טשעבינע רב לייג צו צום רשימה
איך האב מורא אז איך בין שולדיג, איך בין געווען דער ערשטער צו מאכן א סארקאסטישער ליסטע, אבער מיין ליסטע האט כאטש א מקום אז די "אומאפהענגיגע" חברה זאלן זיי אריין שלעפן צווישן תלמידי רבהקו"ט, אבער ברענגען טשיבינער רב איז שוין סתם ליצנות.
Re: רשימה של תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע
און קוק וואס איז געבליבען פון יענער זיווג.....
Sent from my LG-K373 using Tapatalk