די צוויי פראכטפולסטע רבי'ס מדור הקודם
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11304
די צוויי פראכטפולסטע רבי'ס מדור הקודם
צווישן חסידים איז א גאנץ אנגענומענער זאך אז א רבי זאל אויפטרעטן ווי א מלכת היופי הרוקדת. א שיינער רבי א בעל הדרת פנים מיט א גרייז גרויער לאנגער בארד מיט געקרייזלטער אדער געקניפטע פאות אין די זייטן, מעוטר מיט א פרישער שטריימל און מעוטף מיט א מלאכישער בליטשקעדיגער טיש בעקיטשע מלא גוונין, איז א מחזה נהדר פאר זיך, און טאמער ווייסט ער וויאזוי צו צומאכן די הוויות מיט די הענט ביי א ניגון מיט ליכטיגע צדיקישע פנים אויסדרוקן ווערט עס א שם דבר און א שטאלץ פאר די חסידים.
דאכט זיך אז מען דארף נישט מאכן קיין וואוטס איבער ווער עס זענען געווען די צוויי שענסטע רבי'שע מלכים בראש השולחן אדער בתוך רחבת הריקודים אין שאטן פון די בערג חסידים און צושויער, איך מיין אז יעדער וועט מסכים זיין אז דאס זענען געווען ר' משה'לע וויזשניצער זצ"ל און ר' שלמה'לע באבובער זצ"ל. די צוויי זענען געווען לעגענדאריש בהוד יפים און בליטשקעדיגע הוויות און קאנטאקט מיטן עולם וואס האט געקענט צו נאגלען א אויג פאר שעות לאנג און זיך נישט אנזעטיגן.
ר' משה'לעס פנים אויסדרוקן און הענט פירערייען ביי א שבת טיש, ספעציעל ביים אנהייב טיש, האט געקענט צושמעלצן און עלעקטיזירן (פארשטייט זיך אז די עלטערע וועלן זאגן אז עס קומט נישט צום טאטן'ס א טיש). ר' שלמה'לע פאר ווער עס האט בייגעוואוינט א טיש אדער איווענט ביי אים קען מעיד זיין אז יעדער מינוט איז לעכטיג און אינטרעסאנט פיל מיט טאקט און פרישקייט.
ווער פון די צוויי האבן געהאט א שענערע בעקיטשע?
מדור הקודם?, קוים יעצט געוועהן .
ר' שלמה'לע יא, אבער ר' משה'לע? מהיכי תיתי.. דער מונקאטשער רבי שליט''א איז נאך עני טיים אזוי פראכטפול געווען אלע יארן
ישראל גלויבערר' שלמה'לע יא, אבער ר' משה'לע? מהיכי תיתי.. דער מונקאטשער רבי שליט''א איז נאך עני טיים אזוי פראכטפול געווען אלע יארן
און וואס טוט זיך מיט די רויטע רבי, ער איז פראכטפול? אדער סתם א לוזער?.
ווער איז רויט? ניקלעשבורג? סטאלין? סאדיגורה?
דער קאסובער ענדע ץ האסטו פארגעסן
ישראל גלויבערר' שלמה'לע יא, אבער ר' משה'לע? מהיכי תיתי.. דער מונקאטשער רבי שליט''א איז נאך עני טיים אזוי פראכטפול געווען אלע יארן
מונקאטשע רב פלעגט קיינמאל נישט פירן שיין, און היינט ווען ער איז נישט ביי די כוחות איז עס נאך שוואכער. ס'נישט געוועהן איינגעפירט די געזינגאכץ אווי באבוב און וויזניץ און חוץ די שיינע בעקיטשעס איז עכט נישט געווען עפעס וואס זאל זיין ענטערטעינינג. אדרבה, זיינע פולע קרעכצן און וויינערייען האבן עס געמאכט אומבא'טעמ'ט און אפילו זיינע תורות וואס זענען מלא תוכן, האט נישט געצויגן צופיל צוהערער.
דער צוויי רבי'ס זענען געווען די לעצטע וואס זענען שוין נישט בין החיים, (היינט איז אויך דא ציווישן אונז, ווי למשל הרב"ץ מבאבוב און הרש"א מוויזניץ שליט"א). אבער מסתם איז במשך די דורות געווען נאך.
בן אדםדער צוויי רבי'ס זענען געווען די לעצטע וואס זענען שוין נישט בין החיים, (היינט איז אויך דא ציווישן אונז, ווי למשל הרב"ץ מבאבוב און הרש"א מוויזניץ שליט"א). אבער מסתם איז במשך די דורות געווען נאך.
אויב מיינסטו מיר, פלוז לייג מיך נישט אין די זעלבע שורה ווי דעם אנדערן דארט, שרייב כאטש להבדיל אלף הבדלות...
שמעון וואלףישראל גלויבערר' שלמה'לע יא, אבער ר' משה'לע? מהיכי תיתי.. דער מונקאטשער רבי שליט''א איז נאך עני טיים אזוי פראכטפול געווען אלע יארן
מונקאטשע רב פלעגט קיינמאל נישט פירן שיין, און היינט ווען ער איז נישט ביי די כוחות איז עס נאך שוואכער. ס'נישט געוועהן איינגעפירט די געזינגאכץ אווי באבוב און וויזניץ און חוץ די שיינע בעקיטשעס איז עכט נישט געווען עפעס וואס זאל זיין ענטערטעינינג. אדרבה, זיינע פולע קרעכצן און וויינערייען האבן עס געמאכט אומבא'טעמ'ט און אפילו זיינע תורות וואס זענען מלא תוכן, האט נישט געצויגן צופיל צוהערער.
איך האב אפאר מאל געהאט די זכי׳ צורעדן מיט אים פערזענליך און מיט צו דאווענען מיט אים, ביי משפחה שמחות. איך בין נישט איבערגענומען פון אים און פון זיינע פאלשע קרעכצערייען. איך וועל איין שיינעם טאג שרייבן א גוט שטיקל צימעס אויף דעם ״אהבת ישראל״ פונעם מונקאטשער, און וויאזוי ער האט בידים צוגרונט געלייגט א שיינע חסידות.
און וויאזוי ער האט זיך נישט אפילו אומגעקוקט אויף זיין אייגענע עלטערע קראנקע ברודער ר׳ הערשעלע ע״ה וואס האט זיך געוואלגערט אויף די גאסן פון ב״פ, ניטאמאל א גלאז וואסער אים פארגינט!
שבת אחיםבן אדםדער צוויי רבי'ס זענען געווען די לעצטע וואס זענען שוין נישט בין החיים, (היינט איז אויך דא ציווישן אונז, ווי למשל הרב"ץ מבאבוב און הרש"א מוויזניץ שליט"א). אבער מסתם איז במשך די דורות געווען נאך.
אויב מיינסטו מיר, פלוז לייג מיך נישט אין די זעלבע שורה ווי דעם אנדערן דארט, שרייב כאטש להבדיל אלף הבדלות...
ניין ניין, חס וחלילה...! כ'האב נישט געמיינט צוצוגלייכן, נאר פונקט פארקערט, כ'האב געוואלט ארויסברענגען עפעס א פוינט עפעס אזוי ווי דבר והיפוכו.. שוין, האסט מיך עניוועי געקאוט וואס האב איך פון טוישען?
.
שבת אחיםשמעון וואלףישראל גלויבערר' שלמה'לע יא, אבער ר' משה'לע? מהיכי תיתי.. דער מונקאטשער רבי שליט''א איז נאך עני טיים אזוי פראכטפול געווען אלע יארן
מונקאטשע רב פלעגט קיינמאל נישט פירן שיין, און היינט ווען ער איז נישט ביי די כוחות איז עס נאך שוואכער. ס'נישט געוועהן איינגעפירט די געזינגאכץ אווי באבוב און וויזניץ און חוץ די שיינע בעקיטשעס איז עכט נישט געווען עפעס וואס זאל זיין ענטערטעינינג. אדרבה, זיינע פולע קרעכצן און וויינערייען האבן עס געמאכט אומבא'טעמ'ט און אפילו זיינע תורות וואס זענען מלא תוכן, האט נישט געצויגן צופיל צוהערער.
איך האב אפאר מאל געהאט די זכי׳ צורעדן מיט אים פערזענליך און מיט צו דאווענען מיט אים, ביי משפחה שמחות. איך בין נישט איבערגענומען פון אים און פון זיינע פאלשע קרעכצערייען. איך וועל איין שיינעם טאג שרייבן א גוט שטיקל צימעס אויף דעם ״אהבת ישראל״ פונעם מונקאטשער, און וויאזוי ער האט בידים צוגרונט געלייגט א שיינע חסידות.
און וויאזוי ער האט זיך נישט אפילו אומגעקוקט אויף זיין אייגענע עלטערע קראנקע ברודער ר׳ הערשעלע ע״ה וואס האט זיך געוואלגערט אויף די גאסן פון ב״פ, ניטאמאל א גלאז וואסער אים פארגינט!
לשון הרע!
ישראל גלויבערר' שלמה'לע יא, אבער ר' משה'לע? מהיכי תיתי.. דער מונקאטשער רבי שליט''א איז נאך עני טיים אזוי פראכטפול געווען אלע יארן
איך בין אסאך געווען ביים מונקאטשערס טישן, ס'ווענדט זיך וואס מיינט שיין, תוכנ'פול אדער גראגעריי.
און כ'האב אינגאנצן פארגעסן דעם ליובאוויטשער מנהיג, וואס האט נאך עני טיים געפירט א מלוכה בישראל, און איינגעפאקט אלע
1:30, אידן איינעם, מיר האבן נישט מורא פאר קיינעם, נאר פארן בורא עולם דעם איינעם!, זייער א שיינע קליפ.
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=SjxqXef47_M">https://www.youtube.com/watch?v=SjxqXef47_M</a>
הערליך שיין, ישר כח פארן ברענגען א לעבעדיגער ביישפיל, אט דאס מיין איך טאקע.
דער באבובער האט ספרינגס אויף זיינע פיס. ר' משה'לע איז בעסער ביי נסחאות וואווענדיג און פאכענדיג מיט די וויזשניצע אויגן ברעמען און פנים אויסדרוקן. "אוי וועי מיין וועלט".
אגב, די קול רנה וישועה ניגון נתחבר לרגל חתונת האדמור מבעלזא שליט''א עם בם הישועת משה זצ''ל ומשם נתפשט לכל העולם החסידי.
איך אויךאגב, די קול רנה וישועה ניגון נתחבר לרגל חתונת האדמור מבעלזא שליט''א עם בם הישועת משה זצ''ל ומשם נתפשט לכל העולם החסידי.
נתחבר געווארן דורך רבי חיים דוד בלום ז'ל הי'ד פארן קריג, לכבוד א חתונה פון א קינד פון קדושת ציון מ'באבוב.
שבת אחיםדער קאסובער ענדע ץ האסטו פארגעסן
ער איז דאך סתם א משוגע'נער. עיין נחום. קליפ של תפילת שחרית בחוה"מ סוכות, אצל הנענועים...!
🙂
👍
berlbalagulehשבת אחיםדער קאסובער ענדע ץ האסטו פארגעסן
ער איז דאך סתם א משוגע'נער. עיין נחום. קליפ של תפילת שחרית בחוה"מ סוכות, אצל הנענועים...!
לשון הרע
די צוויי פראכטפולסטע רבי'ס מדור הקודם
דערמאנסט מיך ווי יענער וואס האט געשריבן א ריוויא אויף א רעסטראנט
1 סטאר - לשון הרע [emoji23]
ישראל גלויבערישראל גלויבערר' שלמה'לע יא, אבער ר' משה'לע? מהיכי תיתי.. דער מונקאטשער רבי שליט''א איז נאך עני טיים אזוי פראכטפול געווען אלע יארן
איך בין אסאך געווען ביים מונקאטשערס טישן, ס'ווענדט זיך וואס מיינט שיין, תוכנ'פול אדער גראגעריי.
און כ'האב אינגאנצן פארגעסן דעם ליובאוויטשער מנהיג, וואס האט נאך עני טיים געפירט א מלוכה בישראל, און איינגעפאקט אלע
ישראל גלויבער: איך וויל וויסן פארוואס דו קענסט נישט פועל'ן ביי דיר אנצורופן דעם ליובאוויטשער רבי בדרך כבוד. ..."ליובאוויטשער רבי"... אדער האדמו"ר מליובאוויטש...! נאר ס'איז די שיריים פון די סאטמאר'ע קולטור וועלכע טוט נישט אנערקענען קיינעם. מ'טרעפט אלערליי חסרונות אויף איהם. אן מ'רופט איהם מיט שפעט נעמען. נאר נישט בכבוד הראוי...!
אנטשולדיגט וואס איך בין ארויס אזוי אפן און גראב. אבער ס'האט מיר געגעבן א שטעך. נישט ווייל איך בין א חב"ד'סקער. נאר פשוט פאר א טשעינדזש...!
איך אויךאגב, די קול רנה וישועה ניגון נתחבר לרגל חתונת האדמור מבעלזא שליט''א עם בם הישועת משה זצ''ל ומשם נתפשט לכל העולם החסידי.
איך געדענק דעם ניגון פון ווען איך בין געווען א קליין יונגל.איך מיין אז דער בעלזער רב שליט"א איז נאך דאמאלס געוען אין חיתולים, בלע"ז...!
זעהט אויך איך צומיש מיך מיט א אנדערע ניגון.
------------------------
אבע ר' בערעלינו כ'האב גארנישט געוויסט אז מען לאזט נאך בני שמונים דרייון באסעס.
איך אויך: געב א שטיקל דיסקאונט. בערך א פופצן-צוואנציג יאר...!
Re: די צוויי פראכטפולסטע רבי'ס מדור הקודם
בערעל - האסט נאכאמזל אז ער האט נישט גערעדט פון ׳דער גייסטישער פיהרער פון דער ליובאוויטשער אפאראט׳ וואס איז באזירט אין דער מזרח ברעג פון דער יונייטעד סטעיטס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
berlbalagulehאיך אויךאגב, די קול רנה וישועה ניגון נתחבר לרגל חתונת האדמור מבעלזא שליט''א עם בם הישועת משה זצ''ל ומשם נתפשט לכל העולם החסידי.
איך געדענק דעם ניגון פון ווען איך בין געווען א קליין יונגל.איך מיין אז דער בעלזער רב שליט"א איז נאך דאמאלס געוען אין חיתולים, בלע"ז...!
ביים בעלזע רב'ס חתונה האט מען געמאכט די ניגון סימן טוב וואס מ'פלעגט אסאך זינגן ביי אידישע שמחות איידער ס'איז נתחבר געווארן די אנדערע 'סימן טוב' דורך ר' ישעי' מענדלאוויטש וואס מ'האט געזינגן ביי אהרן מרדכי'ס חתונה.
כ'על שרייבן די ווערטער וויאזוי די ניגון גייט, אולי וועלן די עלטערע חברים דא כאפן פון וואס איך רעד.
ערשטע פאל:
סימן טוב ומזל טוב ומזל טוב וסימן טוב, סימן טוב ומזל טוב ומזל טוב וסימן טוב, סימן טוב ומזל טוב ומזל טוב וסימן טוב יהא לנו.
און די הויכע פאל:
יהא לנו יהא לנו ולכל ישראל, יהא לנו יהא לנו ולכל ישראל.
און די דריטע פאל:
יהא לנו יהא לנו ולכל ישראל, יהא לנו יהא לנו ולכל ישראל.
סאיז ארויסגעקומען לכבוד די חתונה אבער ווער האט מחבר געוועהן די ניגון? די וויזניצע אדער די בעלזע?
איך דארף זייער וויכטיג וויסן, פרעג נישט פארוואס...
דער ערשטער און צווייטער פאל פון וידעו (להרב א. אייזנבאך) גייט בערך אזוי די צווייטע און דריטער פאל פון דער אלטער סימן טוב (דער מינאר).
דער בעלזער ניגון גייט אזוי
סיעהעמן טוב, ומזל טוב, יהא לנו, ולכל ישראל, (הויך)
סיעהעמן טוב, ומזל טוב, יהא לנו, ולכל ישראל (נידריג)
סיהעמן טוב, ומזל טוב, סימן טוב ומזל טוב יהא לנו, ולכל ישראל,
סיהעמן טוב, ומזל טוב, סימן טוב ומזל טוב יהא לנו, ולכל ישראל.
ס׳זעהט שוין באלד אויס ווי די ניגון ג׳ פעמים באם באם, ד׳ פעמים הא הא למעלה, ואח״כ ג״פ לא לא...
אישתישבידער בעלזער ניגון גייט אזוי
סיעהעמן טוב, ומזל טוב, יהא לנו, ולכל ישראל, (הויך)
סיעהעמן טוב, ומזל טוב, יהא לנו, ולכל ישראל (נידריג)
סיהעמן טוב, ומזל טוב, סימן טוב ומזל טוב יהא לנו, ולכל ישראל,
סיהעמן טוב, ומזל טוב, סימן טוב ומזל טוב יהא לנו, ולכל ישראל.
Wrong. That is a worlds song
Re: די צוויי פראכטפולסטע רבי'ס מדור הקודם
אברך משיאישתישבידער בעלזער ניגון גייט אזוי
סיעהעמן טוב, ומזל טוב, יהא לנו, ולכל ישראל, (הויך)
סיעהעמן טוב, ומזל טוב, יהא לנו, ולכל ישראל (נידריג)
סיהעמן טוב, ומזל טוב, סימן טוב ומזל טוב יהא לנו, ולכל ישראל,
סיהעמן טוב, ומזל טוב, סימן טוב ומזל טוב יהא לנו, ולכל ישראל.
Wrong. That is a worlds song
חברו ר' אבא'לע פיטסבורגער
איך בין נאך נישט זיכער אז איך ווייס פון וועלעכער ניגון מען רעדט.
דארף מען אהער ברענגן איינער וואס קען שרייבן נאטן אזוי וועט מושב וויסן פון וואס מ'רעדט. אדער קען איינער אריינשפילן אין א קיבארד און עס ארויפשטעלן
שמעון וואלף ס'האט מיר גענימען א שטיק צייט צו כאפן וועלכע ניגון דו מיינסט
ס'דא וואס וואונדערן זיך פארוואס איך רעכן נישט אנדערע רבי'ס אלס פראכטפול פונקט ווי דער ישועות משה און כרם שלמה. איז דער לובאבישער דען נישט געווען קיין מלך? מיין ענטפער איז אז איך רעד דא פון א הוד בחינת מטרוניתא בהיכלא דמלכא, און נישט די שיינקייט פון שטארקע פירערשאפט.
שמעון וואלףדארף מען אהער ברענגן איינער וואס קען שרייבן נאטן אזוי וועט מושב וויסן פון וואס מ'רעדט. אדער קען איינער אריינשפילן אין א קיבארד און עס ארויפשטעלן
אט פון דעם ניגון רעדט דער פסוק...
ניגון "סימן טוב ומזל טוב" וועלכער איז פארפאסט געווארן לכבוד די חתונה פונ'ם בעלזער רב שליט"א
אגב, בלעטערנדיג דורך מערערע קליפס אויף דעם ניגון, באמערק איך אז דער ניגון איז זייער שטארק פארשפרייט, סיי ביי די פרייע באפעלקערונג אין מדינת ישראל, און סיי צווישן די אומות איבער די גארער וועלט. ער ווערט אויפגעשפילט דורך פארשידענע גויאישע ארקעסטרא'ס אויף פארשידענע קולטורעלע פעסטיוואלען און קאנצערטען.
דאס ברענגט מיר בהכרח צו איינער פון די דריי מסקנות:
1. מיר, וגם אני הקטן בתוכם, האבן א טעות געהאט. דער ניגון איז א אלטער ניגון און איז נישט פערפאסט געווארן ביי אט די חתונה.
2. דער ניגון איז יא פערפאסט געווארן דעמאלטס און האט געהאט גאר א ווייטע אפקלאנג (אזש ביז צום פראנצויזישער מיליטערישע ארקעסטרא...). א זאך וואס לייגט זיך שווער אויפ'ן שכל.
3. דער ניגון איז א אלטער, און אפילו א גויאישער, און איז אריבער א 'גיור' לכבוד די חתונה דורך די וויזניצער חסידים, וואס ווער עס קען אביסל די היסטאריע פון וויזניץ ווייסט אז דאס איז ביי זיי גאר א קליינע עבירה.
והאחרון נראה לי עיקר.
Re: די צוויי פראכטפולסטע רבי'ס מדור הקודם
Re: די צוויי פראכטפולסטע רבי'ס מדור הקודם
קאליב׳ער רבי פוו ארץ ישראל
Re: די צוויי פראכטפולסטע רבי'ס מדור הקודם
כספי #
אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים. נישט קיין פראכטפולע רביס אשכול
Re: די צוויי פראכטפולסטע רבי'ס מדור הקודם
מיין תגובה איז ארויף אויף די תגובה פון @חכימא