ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראטעגיע
150 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11209
ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראטעגיע
איך הייב לעצטנס אן צו שעצן דעם היפי ליפא שמעלצער. ער הייבט אן רעדן אינטעליגענט, מלא וגדוש מיט קענטעניס, קונסט און ארגענאזירטע היסטאריע, שוין יארן נאכאנאנד וואס ער איז מקיים דעם אל יבוש מפני המלעיגים, און פראבירט דורך צו ברעכן דעם חמת האש, ער טוישט נישט מיינונג לויט זיין גיסטע, און ועל כולם, ער ניצט סטראטעגיע אין זיין מלחמת החירות. ער איז לדעתי פון די איינציגסטע וואס פארשטייען וויאזוי אויפצוטון אין די חרדים פראבלעם. ער איז מצליח אריין צובלענדן די גרויסע וועלט אין די היימשע קרייזן, אלעס אויף דע היימישסטע אידיש. פון אים מאכט מען חוזק, אבער אנדערע וועלן אים נאכמאכן אויף "א נארמאלער וועג".
עס איז נאך דא א סך צו טון. ליפא איז בלויז א קליינער טייל פון די מערכה, אבער עס קומט זיך ליפא'ן אן אות הוקרה פארן זיין פון די ערשטע און דערווייל איינציגסטע וואס פירן דער פרייהייט מלחמה נאן סטאפ, טראץ די בושות, און מיט סטראטעגיע.
ליפא איז אזא בחינה ווי "ונסתם ואין רודף אתכם" ער לויפט און לויפט אוועק פון איינעם און קיינער לויפט עים ניטאמאל נאך .. נאר זיינע פאביעס..
שוין באמערקט אז מושב איז ליפא'ס עידשענט ווען ער האט אים אזוי איידערלערהייט אריינגעריקט צווישן רבי חיים און רבי אהרן אלץ א סעלעברעטי... קיפ דרימינג מושב, ליפא איז היינט פארעכענט איינס פון עטליכע מיליאנען פרייע יונגען אין די וועלט וואס האט בס"ה אנגעהויבן זיין קאריער אלץ חסידישער זינגער. וכבר היה בעולמו טעיפס פון אפגעפארענע זינגער אין היימישע שטובער. זיצן מיט נקיבות אין קאפע שטיבלעך און עס פאוסן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג און אזוי צו מאכן איידעלע בחורים זאלן גלוסטן דאס האט ער נישט ערפינדן דאס האט נאך בלעם פרובירט מיט זיין באקאנטע עצה.
נב. די טוסט בכלל אין פי. אר. אדער נאר דא אין שטיבל? כהאב אפשר ארבעט פאר דיר.. שכח
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/11148">viewtopic.php?f=24&t=11148</a><!-- l -->
קאצקע ציקערליפא איז אזא בחינה ווי "ונסתם ואין רודף אתכם" ער לויפט און לויפט אוועק פון איינעם און קיינער לויפט עים ניטאמאל נאך .. נאר זיינע פאביעס..
נישט ממש @מושב לויפט איהם יא נאך. חוץ אויב @מושב איז נישט פארעכנט אלס א חרידי.
מושב, וואס הייסט לעצטענס? זייט איך קען דיר איז ליפא ביי דיר דער צדיק הדור וואס אויף אים שטייט די וועלט,
שנייד די קרעפלעך פליז
moshav zekeinimאיך הייב לעצטנס אן צו שעצן דעם היפי ליפא שמעלצער. ער הייבט אן רעדן אינטעליגענט, מלא וגדוש מיט קענטעניס, קונסט און ארגענאזירטע היסטאריע, שוין יארן נאכאנאנד וואס ער איז מקיים דעם אל יבוש מפני המלעיגים, און פראבירט דורך צו ברעכן דעם חמת האש, ער טוישט נישט מיינונג לויט זיין גיסטע, און ועל כולם, ער ניצט סטראטעגיע אין זיין מלחמת החירות. ער איז לדעתי פון די איינציגסטע וואס פארשטייען וויאזוי אויפצוטון אין די חרדים פראבלעם. ער איז מצליח אריין צובלענדן די גרויסע וועלט אין די היימשע קרייזן, אלעס אויף דע היימישסטע אידיש. פון אים מאכט מען חוזק, אבער אנדערע וועלן אים נאכמאכן אויף "א נארמאלער וועג".
עס איז נאך דא א סך צו טון. ליפא איז בלויז א קליינער טייל פון די מערכה, אבער עס קומט זיך ליפא'ן אן אות הוקרה פארן זיין פון די ערשטע און דערווייל איינציגסטע וואס פירן דער פרייהייט מלחמה נאן סטאפ, טראץ די בושות, און מיט סטראטעגיע.
דהיינו?
זיין "ראש חודש מיט ר' ליפא" קליפס זענען אויסגעשטעלט אריין צודרילן בתוך תוכו פון חרדים. ער רעדט אין דער היימישסטער אידיש, מיט א היימישער געשמאק. ער אינטערוויוט די אידישע וועלט מחוץ לחומת הברזל. ער וויל באשיינפערליך ווייזן אז דעם היימישן טעם און לעבן קען מען האבן אויך מחוץ לחומת החרדים. ער וויל מאכן אזויווי לאדזש אין פוילין אדער דער אמאליגער איסט סייד, וואו תורת התבדלות איז נישט געווען שטארק, און בתי מדרשות ובתי תיאטראות היו משמשים ביחד. וויל מען עסט מען חמץ וויל מען עסט מען מצה.
ווער הערט אים אפילו אויס?
די גאנצע מושב זקינים
וואטעווער ער טוט דערווייל איז א שוואכע סטראטעגיע, דער אמאליגער איסט סייד איז נאך א ווייטע חלום.
ער גייט אבער אויף דער ריכטיגער דירעקשן
שמעקעדיגווער הערט אים אפילו אויס?
טויזנטע מענטשן.
ליפא איז נישט גוט אויף צו פירן א שיל מיט ערך. האט דאס טאקע נישט מצליח געווען. זיין אקטיוויזם האט אים אפשר אויך נישט צוגעגעבן קיין חן. אבער אן אקטיוויסט וואס הייבט אן באמת צו דרילן איז "ער, און נישט די אלע רבנים מיט געפאקטע שילן און דיפלאמאטישע שמייכלעך.
אקטעוויזם ברענגט נישט אייביג קיין כבוד, און די רעזולטאטן זעהן זיך נישט שטענדיג אן גלייך. ליפא האט זיך אריין געלייגט אין אונטערברעכן דעם חומת הברזל אן בא'טעם'ט מאכעריי, מיט א שטיקל סטראטעגישער מהלך, טראץ וואס זיין צעפלויגענער כאראקטער קען ער נישט באהאלטן.
עס קומט אים גרויס קרעדיט פארן שפאנען פאראויס טראץ וואס עס ברענגט אים נישט קיין כבוד.
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
[ציטאט אראפגענומען]
ער האט עס שוין פארלוירן
ביי די עסטעבלישמענט, אבער ער גראבט.
מיט דעם וואס ער פראוועט א זינגעדיגע הבדלה...?! יא. ס'איז אינטרעסאנט צו הערן איינמאל. און אפשר צוויי מאל. אבער ווען איך מאך הבדלה האב איך נישט קיין נערוון זיך אונטערצוזינגען. געמאכט הבדלה און געגאנגען ווייטער...!
דא אין דעם אויפגעקלערטן חרדישן פלאטפארמע, קען איך נישט געפינען נאך איינער וואס זאל האלטן ווי דיר און זען ווי ליפא האט עפעס אויפגעטון.
ער גראבט אריין, ער ברעכט דורך, ער האקט ווענט.. וואו?? וועמען נאך האט ער שוין אויף זיין זייט?
אויף זיינע פעיסבוק פאוסטס האט ער אן עוורידזש פון הונדערט לייקס.
א אינגערמאן מלא טאלאנט. חתונה געהאט און ארויס אויף דער גאס צו מאכן פרנסה. ביז דאן האט ער געוואוינט אין א שטעטל וואס איז אזוי ארומגענומען מיט א גרויסן מויער אזוי אז דער יצר הרע זאל נישט קענען אריינקומען אין שטאט און אצינד אז ער האט למען הפרנסה זיך אנגעהויבן דרייען אויפן פרעמדן גאס טאקע דארט וואו ס'איז יא דא דער שלעכטער יצר און ברוך השם ער איז געווען א סאקסעס פון א זינגער ארויסגעגעבן איין אלבום נאך דער אנדערער אזעלעכע בעסטסעלערס וואס די וועלט האט נישט געזעהן זייט מבד משיח משיח אדער זייט פריעד'ס לבנימין אמר אבער אזוי ווי נאכן ארויסגיין אויף דער גאס האט ער אנגעהויבן זיך באקענען מיט דעם נייעם יצר זיינעם וואס סתם מענטשן וואס זענען נישט סקווירא האבן שוין פון די בר מצוה און ווייסן שוין ווי אזוי זיך צו באגיין דערמיט האט ער נישט געהאט די ערפארונג און ממילא האט איהם אנגעהויבן גלוסטן כל דבר של פעסטקייט וכדומה אזוי אז זיין תוכן און טאלאנט האבן אנגעהויבן גיין אויף אראפ. זעהנדיג אז ער הייבט אן פארלירן האט ער זיך איבערגעטראכט אין נמני וגמרי אז די פראבלעם פון זיין לעצטיגע שוואכע הצלחה איז אז ער האט נישט קיין עדיוקעישן און אלמלי ער וואלט עס געהאט וואלט ער נישט נאר געוואקסן א אידישע לעידי גאגא נאר ער וואלט גאר געקענט זיין די עכטע זאך.
פון דארט און ווייטער איז היסטערי............ וואס עדיוקעישן קען אלס מאכן פון א מענטש.
ס'איז נאר גאנץ איראניש ווען ער וואס האט געהאט א פאך וואס האט איהם אריינגעגאסן פיר דידזשיטס א נאכט אין די אקאוינט און האט אפגעלאזט די גאנצע מעשה פאר עדיוקעישאן וואס האט איהם אונטערגעברענגט זיין גאנצע פרנסה. און איצט גאר קומט ער דרייען די קאפ אונזער פראבלעם מיט פרנסה איז אז אונז פעלט גאר עדיוקעישן!
וואו האט איהם זיין עדיוקעישן געברענגט?
ווי קומט דער דרשה דא אריין? איך רעד פון זיינע אויפטואונגען לטובת הכלל, וועמען אינטרעסירט זיין פריוואטע עקאנאמישע החלטות און זיינע יצר הרע'ס
און אגב, ליפא איז נישט ארויס אויפן גאס צו מאכן פרנסה, ער איז ארויס כדי צו טרעפן זיין זיך, ער איז געשטיגן צו א העכערער מדרגה, און יעצט האט ער אנגעהויבן טון לטובת הכלל.
@מושב אויב די קענסט מיר פאר שטיין געבן
וואו האט ער זיך געטראפן?
איך האב איהם באטראכט דורך אויס זיין קאריערע און לויט ווי איך האב צוגעזעהן האט ער אנגעהויבן זוכן דעם זיך פון וואס די רעדסט א סאך שפעטער ווי די שרייבסט.
moshav zekeinimווי קומט דער דרשה דא אריין? איך רעד פון זיינע אויפטואונגען לטובת הכלל, וועמען אינטרעסירט זיין פריוואטע עקאנאמישע החלטות און זיינע יצר הרע'ס
זיינע אויפטוען זענען וואס? אז ער לויפט ארום און שרייט אז מיר פעלט א גוטע עדיוקעישן? אויף דעם האב איך דיר צעלייגט פונקטלעך אויף קליין געלט וואו ער איז אנגעקומען ווען ער האט פאר זיך געטוהן דאס וואס ער שרייט יעדער דארף טוהן.
moshav zekeinimאויף זיינע פעיסבוק פאוסטס האט ער אן עוורידזש פון הונדערט לייקס.
זענען די הונדערעט מענטשן חרידים? אטד? מאדערן? גוים?
קורקלענד@מושב אויב די קענסט מיר פאר שטיין געבן
וואו האט ער זיך געטראפן?
איך האב איהם באטראכט דורך אויס זיין קאריערע און לויט ווי איך האב צוגעזעהן האט ער אנגעהויבן זוכן דעם זיך פון וואס די רעדסט א סאך שפעטער ווי די שרייבסט.
אז מען זיכט זיך האט מען זיך שוין האלב געטראפן, בחינת שאלת חכם חצי תשובה.
ליפא האט פונם ערשטן מינוט אנגעהויבן מיט קריעטיוועטי, זיין ערשטער אלבום שמע איז שוין געווען מלא רעיונות. ער האט אפשר אליין דעמאלס נישט געוויסט אז ער זיכט זיך, אבער אזא סארט זינגער איז א פשיטא אז זיין קאריערע איז נישט פארן טרעקענעם דאלער אדער סתם פעים, עס ציט אים צו עפעס טיפערס.
קורקלענד
זיינע אויפטוען זענען וואס? אז ער לויפט ארום און שרייט אז מיר פעלט א גוטע עדיוקעישן? אויף דעם האב איך דיר צעלייגט פונקטלעך אויף קליין געלט וואו ער איז אנגעקומען ווען ער האט פאר זיך געטוהן דאס וואס ער שרייט יעדער דארף טוהן.
גראדע רעדט ער נישט בלויז פון עדזיקעישן. אבער נישט קיין חילוק וואס ער שרייט, מען זעהט באשיינפערליך אז זיין עיקר ציל איז צוברעכן די שטייפקייט און איגנאראנץ פונעם סיסטעם, וואס ער שפירט אז עס דערשטיקט קריעטיוועטי אויסדרוק מיט וואס אזעלעכע מענטשן ווי ער זענען באשאפן געווארן. עדזשיקעישן און פרנסה איז פשוט לשבר את האוזן.
זיין ראש חדש מיט ר' ליפא פראגראם איז א גאר שטארקער זאך, וואס וועט לכאורה שלאגן שטארקע ווארצלען.
אגב, דער וועקער בנשיאת חברנו ר' ראובן וועט לכאורה זיין א צווייטער סטראטעגישער באמבע, וואס וועט מעגליך איבערשטייגן אין אויפטהו דעם ראש חודש מיט ר' ליפא.
קורקלענדmoshav zekeinimאויף זיינע פעיסבוק פאוסטס האט ער אן עוורידזש פון הונדערט לייקס.
זענען די הונדערעט מענטשן חרידים? אטד? מאדערן? גוים?
איך גלייב אז אידן, לכאורה אויפגעקלערטע און אטד, אבער הונדערט לייקס אויף פעיסבוק פאוסט מיינט אז ער פארמאגט א שיינער אנהענגערשאפט.
איך בין גראדע נישט פון די וואס גיבן אים לייקס, פשוט ווייל בין עפעס נישט אזא לייק טיילער, און ווי אויכעט גיי איך נישט פאר זיין סטייל (בחינת כוונתו רצויה ומעשיו פליאה) און דאס מאכט מיר טראכטן אז אויסער זיינע לייק געבערס האט ער נאך א סך וואס זענען מסכים מיט אים און זענען מחשיב זיינע פעולות לטובת הכלל. (פונקט האט מיר איינער היינט געזאגט אז ער פלעגט אמאל נישט פארליידן ליפא'ן, עס האט אויסעקוקט ווי ער טוט אלעס פאר קינדישע אטענטשן, אבער זייט ער זעהט ווי ער האט אלעס אפגעלאזט און זיך אריין געלייגט אין ארט און אין טון לטובת הכלל האט ער אן אנדער בליק אויף אים).
קורקלענדmoshav zekeinimאויף זיינע פעיסבוק פאוסטס האט ער אן עוורידזש פון הונדערט לייקס.
זענען די הונדערעט מענטשן חרידים? אטד? מאדערן? גוים?
רוב פון זיינע צוהערער זענען לכאורה ׳טונא־בייגל׳ס׳, נישט אז איך האב עפעס קעגן אים, איך קען אים גיט שוין פון יאהרן צוריק. אבער דאך פון ליפא ביז די אמאליגע יידישיסטן און אידישע טעאטערס איז נאך דא א היפשע שפאן. די היינטיגע אידישע ענטערטענמענט איז סאום־האו נאכאלץ; טייטלבוים, האלבערשטאם, האגער, טווערסקי, האראוויץ, גרינוואלד, רוקח.
זעהט זיך אויס אז דו קענסט טאקע נאר ליפא פון אמאל.
אוודאי איז דא א היבשער שפאן, אבער ער הייבט אן באמת צו מאכן די ערשטע דורך ברעכונגען.
moshav zekeinimזיין "ראש חודש מיט ר' ליפא" קליפס זענען אויסגעשטעלט אריין צודרילן בתוך תוכו פון חרדים. ער רעדט אין דער היימישסטער אידיש, מיט א היימישער געשמאק. ער אינטערוויוט די אידישע וועלט מחוץ לחומת הברזל. ער וויל באשיינפערליך ווייזן אז דעם היימישן טעם און לעבן קען מען האבן אויך מחוץ לחומת החרדים. ער וויל מאכן אזויווי לאדזש אין פוילין אדער דער אמאליגער איסט סייד, וואו תורת התבדלות איז נישט געווען שטארק, און בתי מדרשות ובתי תיאטראות היו משמשים ביחד. וויל מען עסט מען חמץ וויל מען עסט מען מצה.
זיין "שני וחמישי" אפשר.
אבער זיין "ראש חודש מיט ר' ליפא" איז נישט סטראטעגיע פאר די היימישע. דאס איז פשוט פאר די "פארווערט" אנצופילען זייער וועבזייטל. והנראה לעניות דעתי כתבתי.
גנדי
זיין "שני וחמישי" אפשר.
אבער זיין "ראש חודש מיט ר' ליפא" איז נישט סטראטעגיע פאר די היימישע. דאס איז פשוט פאר די "פארווערט" אנצופילען זייער וועבזייטל. והנראה לעניות דעתי כתבתי.
זיין שני וחמישי איז אין ענגליש און איך זעה נישט קיין סטראטעגיע דערין.
ראש חדש מיט ר' ליפא איז אין יידיש און פארמאגט כאראקטער און א מהלך.
וואס איז דער פראבלעם אז ער איז עס מפרסם אין פארווערט? ער רעדט דאך א היימישער אידיש.
איינער האט זיין שני וחמישי פון די וואך? איך הער אז ער האט גערעדט פאר פייער און וואסער בנוגע "שלא שינו את לבושם" .
גראדע איז מיר זייער געפאלן זיין חידוש, בדרך דרוש פארשטייט זול.
[ציטאט אראפגענומען]
כ'זעה אפילו
@ליפא אליינס איז מסכים.
נולד מאוחרגראדע איז מיר זייער געפאלן זיין חידוש, בדרך דרוש פארשטייט זול.
כ'האב עס יעצט געזעהן און איך זעה נישט די גרויסע חכמה וואס שטעקט דערין.
די אפטייטש איז זיס . מען קען זען וואס ליגט אונטער דעם אלעם וואס ער טוט ער וויל לעבן אזוי ווי די ישראלים שרייען אז זיי זענען יהודי בלב!
ווייל אזוינולד מאוחרגראדע איז מיר זייער געפאלן זיין חידוש, בדרך דרוש פארשטייט זול.
כ'האב עס יעצט געזעהן און איך זעה נישט די גרויסע חכמה וואס שטעקט דערין.
די חזל שלא שינו איז דאך לכאורה לכתחלה בדרך דרוש, נו איז דאך הערליך צי גיין בדרך דרוש ציט א פונקט א פארקטער מהלך ווי די ארגענעלר דרוש.
דאס קליין קעפיגקייט פון יעדער גיין מיטן זעלבען קאליר העמד הויזן היט שיך זאקן אינטערוועש פאר א גאנץ לעבן, דיסערווד נישט קיין ספרי אריסטו דאס אפציפרעגן.
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
https://vimeo.com/200939104.
פאר די וואס האבן עס נאכנישט געזעהן
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
moshav zekeinimאיך הייב לעצטנס אן צו שעצן דעם היפי ליפא שמעלצער. ער הייבט אן רעדן אינטעליגענט, מלא וגדוש מיט קענטעניס, קונסט און ארגענאזירטע היסטאריע, שוין יארן נאכאנאנד וואס ער איז מקיים דעם אל יבוש מפני המלעיגים, און פראבירט דורך צו ברעכן דעם חמת האש, ער טוישט נישט מיינונג לויט זיין גיסטע, און ועל כולם, ער ניצט סטראטעגיע אין זיין מלחמת החירות. ער איז לדעתי פון די איינציגסטע וואס פארשטייען וויאזוי אויפצוטון אין די חרדים פראבלעם. ער איז מצליח אריין צובלענדן די גרויסע וועלט אין די היימשע קרייזן, אלעס אויף דע היימישסטע אידיש. פון אים מאכט מען חוזק, אבער אנדערע וועלן אים נאכמאכן אויף "א נארמאלער וועג".
עס איז נאך דא א סך צו טון. ליפא איז בלויז א קליינער טייל פון די מערכה, אבער עס קומט זיך ליפא'ן אן אות הוקרה פארן זיין פון די ערשטע און דערווייל איינציגסטע וואס פירן דער פרייהייט מלחמה נאן סטאפ, טראץ די בושות, און מיט סטראטעגיע.
איך האב אמאל נישט געקענט דערליידן דעם ליפא ער איז מיר געקראכן אויף די נערוון אזוי ווי א פליג אין נאז, אבער לעצטנס אזוי ווי
@moshav zekeinim מיז איך מסכים זיין אז זיין אקטיוויזם איז מוראדיג, די סיבה פארוואס איך זאג מוראדיג איז, ווייל די פאקט איז צי מיר ווילן יא צי מיר ווילן נישט איז ליפא פון אונזערע איינציגסטע אקטיוויסטן, און מיין כלל אויף אן אקטיוויסט איז, אז ער וועט נישט זיין די נארמאלסטע און קלוגסטע מענטש... וואס טראכטן מיר אז אז עפעס א רב אדער א געשאצטע מענטש אין אונזער קאמיוניטי וועט אנפאנגען מאכן קליפס? למשל ראש חודש מיט באבוב 45??? די פאקט איז אז אונז קוק מיר צירוק למשל אויפן משוגענעם נחום ראזענבערג וועט איינער זאגן אז ער איז א נארמאלע מענטש? דער מיטן קאוט אויפן חאלאט איז נישט צירודערט? נאר? אין א קאמיוניטי ווי אקטיוויזם איז רחוק מן המציאות וועט אלעמאל אויפשטיין א מענטש וואס איז פאני און די חכמה פון מענטשן אין די קאמיוניטי איז צי קוקן אויף וואס יענער זאגט ריכטיג!
און צירוק צי ליפא, ער אינטערוויוירט אסאך מענטשן טראץ וואס ער פרעגט נישט ציפול גוטע תוכנ'דיגע קשיות טרעט ער אויף א גוטע נערוו ער האט אינטערוויורט רוכי פרייער האב איך גאנץ גוט הנאה געהאט זיין קאמפיין אויף עדוקעטשיון איז גאנץ גוט, ער פארט און א גוטע דירעקשאן אסאך מענטשן זענען שטילערהייט מסכים מיט עם
ווייל אזויאיינער האט זיין שני וחמישי פון די וואך? איך הער אז ער האט גערעדט פאר פייער און וואסער בנוגע "שלא שינו את לבושם" .
פארוואס האלסטו אז דער פשט איז פאר פייער און פאר וואסער? ווייל עס איז קעגן די עסטעבלישמענט? ער האט גראדע גערעדט הערליך שיין.
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
וואלט געווען אינטרעסאנט צו וויסן וואס איז דעם חברהמאן'ס ניק אויף ק''ש.
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
איך אויךוואלט געווען אינטרעסאנט צו וויסן וואס איז דעם חברהמאן'ס ניק אויף ק''ש.
אפשר @ביליג אליין, דו וויסט אז נישט?
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
נא ! גילוי ?!?!
דער וואס האקט אויף ליפא איז זייער מיאוס גערעדט. זייער נישט שיין. דאס איז איין פוינט מיינע
צווייטענס, וואס טראכט יענער אויב ער טראכט. ליפא גייט יעצט וועגן דעם סטאפן? האט יענער סתם גערעדט מיסע ווערטער און לשון הרע אויף א יוד צווישן יודען, וואס כ'זע נישט נאך אלע לינקע טענות אויף עהם אז ער זאל זיין עפעס א אפגעפארענער אז עפעס אין חרם וויל יענער עהם פארקן..
און אוודאי ווען ליפא איז א היבשע בעל טובה און בעל צדקה לפי ערכו. און זיינע מעשים זענען נישט די זעלבע אפשאצונג ווי זיינע דיבורים אז מ'זאל עהם אזוי מיאוס אנשפייען.
אויסער א פאר פארבלענדעטע לאזונגען מיט א געשליפענע היימישע שפראך האט ער גארנישט געזאגט. א געשטיצטע בארד מאכט דא גארנישט אויס.
גראדע האלט איך אז ער הייסט נישט קיין אקטיוויסט, ער איז א געוויסע סארט אינטערטעינער, וואס זיין מהלך איז אייביג געווען אזוי, און פון אלע סעלעברעטיס זענען דא מענטשן וואס נעמען פון זיי א מהלך נישט ווייל זיי זענען עפעס אקטיוויסטן
moshav zekeinimווייל אזויאיינער האט זיין שני וחמישי פון די וואך? איך הער אז ער האט גערעדט פאר פייער און וואסער בנוגע "שלא שינו את לבושם" .
פארוואס האלסטו אז דער פשט איז פאר פייער און פאר וואסער? ווייל עס איז קעגן די עסטעבלישמענט? ער האט גראדע גערעדט הערליך שיין.
ווען איך האב עס געשריבן האב איך נאר געהאט געזען די ווידיאו פון די וואס זאגן קעגן ליפא און פון דארט האט עס אויסגעקוקט אז ער האט גערעדט פאר פייער און וואסער.
זיין תורה וועגן די האר פרשת כי תשא איז מיר מער געפאלן, אבער דא טייטש ער אזוי נאריש.....
moshav zekeinimאויסער א פאר פארבלענדעטע לאזונגען מיט א געשליפענע היימישע שפראך האט ער גארנישט געזאגט. א געשטיצטע בארד מאכט דא גארנישט אויס.
אדרבה פראביר אים צו ענטפערן. א מינוט א מלאך א מינוט א גלח. אין א געוויסע זין ריפלעקט ער וויאזוי אסאך היימישע אידן ביי אונז ווערן, ווען זיי לאזן אפ די חרדישע מחנה. מען ווייסט נישט פון קיין בארדער ליין, מ'פליט פון קלויסטער צום ביהמ"ד. א חרדישע פרוי וואס גייט פייפן, גייט גראד מיט הויזן, פארוואס גראד ביז דארט? מ'פארמאגט א שול, פאר יעדעם, נאכדעם געט מען עליות פאר מחללי שבתות, דערנאך פארלאזט די עולם די שול. פון וואראמע גייסטרייכע ניגונים צו היפסטער משוגענע דזשעז סטייל. פון שני בחמישי מיט א צוקאלעטשטע ענגליש ביז א צומזיק'טע העבראישער קאנצערט. היום בקאלעדזש ומחר 'שלא ישנו את לבושם' מיינט עפענען א טיר. דער מענטש שוועבט צווישן עולם עשיה און עולם היצירה.
פרייוויליגmoshav zekeinimאויסער א פאר פארבלענדעטע לאזונגען מיט א געשליפענע היימישע שפראך האט ער גארנישט געזאגט. א געשטיצטע בארד מאכט דא גארנישט אויס.

ממילא?