☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראטעגיע

ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראטעגיע

150 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11209
בלאט: 1 2 3

יהודי פשוט » מאנטאג יאנואר 30, 2017 8:50 am

· #361148
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
ליפא׳ס פאלשע איינזעצונג אינעם לא שינו את לבושם איז אויפן שטייגער ווי איינער באט אמאל געטייטשט: ובמושב לצים - אז די זעהסט א מושב לצים, לא - די האסט נישט וואס צו טוהן, ישב - זעץ דיך צו

יהושע חיים » מאנטאג יאנואר 30, 2017 3:58 pm

· #361242
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 30, 2017 4:38 pm

· #361246
נאר צו טראכטן וואס די מאמע גייט דורך.

יואב » מאנטאג יאנואר 30, 2017 5:21 pm

· #361253
יהושע חיים

ס'רייסט! כ'האלט עס נישט אויס. רשעות!

אפשר איז צייט צו מאַכן א ניגון "א מאמע בלייבט א מאמע."

ישראל גלויבער » מאנטאג יאנואר 30, 2017 5:26 pm

· #361254
ווילאנג זי גלייבט אין גאט, און איז מתפלל, קומט איר אלעס

יהודי פשוט » מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:25 pm

· #361265
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
איך בען נייגעריג צו מושב זקנים וואלט ווען געוועהן אזוי באזארגט פאר די מאמע ווען די מעשה וואלט געוועהן פארקערט אז די מאמע וואלט געווארן פרומער פון די גאנצע משפחה און לכבוד דעם באקומען א גט און שי קינדער וואלטן נישט געוואלט האבן קיין שייכות מיט איר און איר נישט גע׳לאדענט צו שמחות, דעמאלטס וואלט מושב זקנים אויך אזוי שטארק מיט געשפירט די צער, און וואלט ווען דעמאלטס ליפא שמעלצער אויך אזוי מיט געשפירט די צער... אדער פשוט מען נעמט זיך אן פאר דער וואס איז אוועק געגאנגען פון די מסורת האבות אוועק געגאנגען פונעם בורא כל עולמים וכו׳ וכו׳, איך זאג נישט אז מען איז גערעכט פארן איר נישט רופן צום חתונה אבער מען דארף קודם וויסן וואס דארט גייט פאר, וואס איז מיט די קינדער, אפשר קענען זיי זיך מיט א מאמע וואס קוקט אזוי אויס, ווער ווייסט וויפיל בזיונות זיי האבן געליטן א גאנץ לעבן א דאנק דעם וואס דאס איז זייער מאמע, און יעצט אין די נאכט פון די חתונה זענען זיי מחוייב ווייטער צו ליידן, ווער האט דאס אפגעמאכט, פארוואס דארף דאס אזוי זיין, ווער זאגט אז די מאמע׳ס צער איז מער פון די צער פון די קינדער????

יהודי פשוט » מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:25 pm

· #361266
.

יואב » מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:49 pm

· #361268
יהודי פשוט
איך בין נייגעריג צו מושב זקנים וואלט ווען געוועהן אזוי באזארגט פאר די מאמע ווען די מעשה וואלט געוועהן פארקערט אז די מאמע וואלט געווארן פרומער פון די גאנצע משפחה און לכבוד דעם באקומען א גט און שי קינדער וואלטן נישט געוואלט האבן קיין שייכות מיט איר און איר נישט גע׳לאדענט צו שמחות, דעמאלטס וואלט מושב זקנים אויך אזוי שטארק מיט געשפירט די צער, און וואלט ווען דעמאלטס ליפא שמעלצער אויך אזוי מיט געשפירט די צער... אדער פשוט מען נעמט זיך אן פאר דער וואס איז אוועק געגאנגען פון די מסורת האבות אוועק געגאנגען פונעם בורא כל עולמים וכו׳ וכו׳, איך זאג נישט אז מען איז גערעכט פארן איר נישט רופן צום חתונה אבער מען דארף קודם וויסן וואס דארט גייט פאר, וואס איז מיט די קינדער, אפשר קענען זיי זיך מיט א מאמע וואס קוקט אזוי אויס, ווער ווייסט וויפיל בזיונות זיי האבן געליטן א גאנץ לעבן א דאנק דעם וואס דאס איז זייער מאמע, און יעצט אין די נאכט פון די חתונה זענען זיי מחוייב ווייטער צו ליידן, ווער האט דאס אפגעמאכט, פארוואס דארף דאס אזוי זיין, ווער זאגט אז די מאמע׳ס צער איז מער פון די צער פון די קינדער????

קומסט יעצט מיט דער All Lives Matter לאָגיק, צו בארעכטיגן דיינע מחשבות וואס האלטן אז אזוי ברויך זיין. און נניח מושב זקנים וואלט נישט אזוי געהאלטן, מינימיזירט דאס די עוולה דא? מושב זקנים איז דא דער אישו?

און ניין, ס'איז נישט דא קיין שום סיבה די מאמע זאל נישט מעגן קומען. סארא שטותים רעדטסטו דא פון בושות. אויב האבן זיי איר פיינט בלויז צוליב רעליגיעזע סיבות, קומט דאס לכאורה נישט מחמת דעם אהבי ה' שנאו רע.

בד"וו ס'איז זייער שווער צו קלערן פונעם אזויגערופענעם פארקערטן סינעריו. אין אנדערע ווערטער זאגסטו אז דו מאמע אקצעפטירט דעם מהלך החיים פון אירע קינדער? פאר וועלכער סיבה זאלן נארמאלע קינדער נישט לאָזן קומען אַ מאמע וואס וויל קומען?

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 30, 2017 8:09 pm

· #361269
עס איז קיינעם'ס געפילן נישט חשוב'ער פון א צווייטנס. דא האט פאסירט א שרעקעדיגע מעשה, א פירוד לבבות ודרך חיים צווישן צוויי וואס נפשם קשורים זה בזה. אזא פירוד לבבות שאפט נאטורליך שרעקליכע יסורי נפש, ווער עס גייט דאס נישט א דורך אדער ווער עס האט נישט קיין גאר נאנטער וואס גייט דאס אדורך וועט נישט באגרייפן וויפיל כוואליעס יסורים עס קען זיך אנפילן אין א מענטשנס הארץ, און דאס לויפט נאך א גאנץ לעבן נאכט נאך נאכט טאג נאך טאג.

דער אזוי שרעקעדיגער פירוד לבבות ותרבות צווישן א עלטערן און א קינד איז פארמיידבאר ברוב המקרים, נאר דא קומט אריין די הויכע פענסטער און אנשטאט שטיפן צו א שלום און א פשרה, מאכן זיי גאר דעם פירוד גרעסער.

טייערע מאמע/טאכטער, איר זענט ביידע קרבנות פון א שווערער סיסטעם. א סיסטעם וואס האט שוין אזויפיל מענטשן אומגליקליך געמאכט על לא דבר.

יהודי פשוט » מאנטאג יאנואר 30, 2017 10:05 pm

· #361294
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
מושב זקנים: עס איז אביסל שווער מסביר צו זיין פאר איינעם ווי די וואס איז שוין נישט קיין יוד, וואס דאס מיינט פאר אן ערליך חסיד׳יש מיידל צו האבן א מאמע וואס האט אוועק געווארן א האלב אדער א דריי פערטל אדער פיר פערטל פון איר אידישקייט, דאס איז פאר זיי יסורי הנפש ממש, ביודעי ובמכירי קאמינא, איך האב מיט אסאך בחורים גערעדט דערוועגן, עס איז מער בזיונות ווי ווען דער טאטע אדער מאמע זענען חלילה נישט ביים דעת, די קענסט דאס נישט פארשטיין ווייל די וואונטשסט זיך אז דיינע קרובים זאלן אזוי אפלאזן אידישקייט למחצה לשליש ולרביע, ממילא וועסטו קיינמאל נישט פארשטיין וואס דאס מיינט פאר אן ערליך חסיד׳יש קינד וואס שטרעבט צו זיין מער ערליך און מער נאנט צו אידיש קייט און צום בוכ״ע וואס איז די דריטע שותף אינעם מענטש (כמובא בדרשת ליפא שמעלצער במאמרים של ימי שני וחמישי) דאס איז א געפערליכע צער און אויב א קינד מאכט אפ אז זי וויל נישט האבן אזא מאמע ביי איר חתונה, איז שטארק יתכן אז על פי תורה איז זי גערעכט (איך פסק׳ן נישט נאר איך זאג וואס איך קלער).
בנוגע די ווארימע טרייסט ווערטער וואס די שיקסט פאר די מאמע מיט איר טאכטער זאג דיג אז זיי זענען קרבנות פונעם סיסטעם איז אזוי, קודם בנוגע די טאכטער זי איז א קרבן פון איר מאמע, און בנוגע די מאמע זי איז א קרבן פון אירע אייגענע מעשים אזוי ווי קלוגע אידן האבן שוין געזאגט מעשיך יקרבוך וכו׳.
און בנוגע די סיסטעם עס האט טאקע געברענגט אסאך קרבנות אבער פאר אסאך מענטשן איז עס געוועהן א ישועה

יהודי פשוט » מאנטאג יאנואר 30, 2017 10:14 pm

· #361295
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
יואב: ווען די קומסט מיר זאגן אז דע קענסט די מעשה פונדערנאנט און די ווייסט קלאר אז די רבנים, עסקנים וכו׳ האבן דאס מסדר געוועהן אז זי זאל נישט קענען קומען דעמאלטס קען זיין אז אפשר איז דא א שטיקל טענה אבער דאס קינד האט אפגעמאכט אז זי וויל נישט איר מאמע׳ן ביי די חתונה איז גארנישט ראנג דערמיט.
און בנוגע די מאמע, א מאמע וואס קען טוהן אזא זאך און גיין וואכן אירע שמוץ וועש ברבים און דורך דעם גורם זיין אז אלע ליידיג גייערס (ואולי גם אני הקטן בתוכם) זאלן זיך זעצן אדורך טוהן די מעשה און בארעדן איר אייגענע טאכטער איז איינער פון צוויי זאכן אדער האט זי נישט קיין איין טראפ שכל אדער (וואס איז מער מסתבר) איז זי פשוט א שלעכטע מאמע, און נאר דער ווידיאו אליינס איז גענוג א סיבה אז א קינד זאל נישט וועלן האבן די מאמע ביי איר חתונה, ומדי דברו בו איז הוא הדין ליפא שמעלצער וואס פאר זיינע אייגענע אינטערעסן וואשט ער יענעם׳ס שמוץ וועש ברבים, ליידער ליידער אזוי זעהט מען אויס ווען מען קריכט אוועק פון די תורה הקדושה די מוח ווערט פארקרימט און מען קען נישט דן זיין מיט שעל הישר נאר מיט נגיעות און אינטערעסן נישט אומזיסט האבן די קלוגע אידן געזאגט אז דעת בעל הבית איז דער היפך דעת תורה

איש את רעהו » מאנטאג יאנואר 30, 2017 10:20 pm

· #361299
נעמען א אידישע טאכטער און איר פארשעמען אין פאבליק איז געניג סיבה קלארצושטעלן
ווער עס איז דא דער קרומער קאפ און זיכט צו אויסגעבן זיין ווייטאג אויף די אידן וועם זיי האסן.

פליקער » מאנטאג יאנואר 30, 2017 10:35 pm

· #361302
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
איך בין צו אלעם מסכים, אבער וואס איז די מעשה מיט ליפא'ס פראנץ יאזשעף שנויץ. ער זעט אויס גאר ענדליך צים שרף פין סקווער.

ישראל גלויבער » מאנטאג יאנואר 30, 2017 10:44 pm

· #361303
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/LipaSchmeltzer/?fref=ts">https://www.facebook.com/LipaSchmeltzer/?fref=ts</a>

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 30, 2017 10:51 pm

· #361306
יהודי פשוט
בנוגע די טאכטער זי איז א קרבן פון איר מאמע, און בנוגע די מאמע זי איז א קרבן פון אירע אייגענע מעשים אזוי ווי קלוגע אידן האבן שוין געזאגט מעשיך יקרבוך וכו׳.

פארוואס איז די טאכטער א קרבן פון איר מאמע?

ישראל גלויבער » מאנטאג יאנואר 30, 2017 10:53 pm

· #361307
moshav zekeinim
יהודי פשוט
בנוגע די טאכטער זי איז א קרבן פון איר מאמע, און בנוגע די מאמע זי איז א קרבן פון אירע אייגענע מעשים אזוי ווי קלוגע אידן האבן שוין געזאגט מעשיך יקרבוך וכו׳.

צופעליג ווייס איך וואס די מעשה איז דארט געווען. אבער לאמיר הערן, פארוואס ווילסטו נישט אננעמען אז ביידע זענען קרבנות פון די סיסטעם?

וואס סיסטעם ווען סיסטעם, גיי פאר העלפ! פאר דיר און פאר זיי איז העלפ באשאפן געווארן

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 30, 2017 11:03 pm

· #361310
זאג נאר גלויבער באטשי, סטאפ רייכערן מאריוואנא. אין דיינע שטיוול באהאלסטו דאזנטס מיט דראגס און דו פארקויפסט עס פאר בחורי חמד אין סקווירא. אז מען האט דיר ארויס געווארפן פון כולל דארף קיינער נישט ליידן.

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 30, 2017 11:12 pm

· #361313
יהודי פשוט
א מאמע וואס קען טוהן אזא זאך און גיין וואכן אירע שמוץ וועש ברבים און דורך דעם גורם זיין אז אלע ליידיג גייערס (ואולי גם אני הקטן בתוכם) זאלן זיך זעצן אדורך טוהן די מעשה און בארעדן איר אייגענע טאכטער איז איינער פון צוויי זאכן אדער האט זי נישט קיין איין טראפ שכל אדער (וואס איז מער מסתבר) איז זי פשוט א שלעכטע מאמע, און נאר דער ווידיאו אליינס איז גענוג א סיבה אז א קינד זאל נישט וועלן האבן די מאמע ביי איר חתונה, ומדי דברו בו איז הוא הדין ליפא שמעלצער וואס פאר זיינע אייגענע אינטערעסן וואשט ער יענעם׳ס שמוץ וועש ברבים, ליידער ליידער אזוי זעהט מען אויס ווען מען קריכט אוועק פון די תורה הקדושה די מוח ווערט פארקרימט און מען קען נישט דן זיין מיט שעל הישר נאר מיט נגיעות און אינטערעסן נישט אומזיסט האבן די קלוגע אידן געזאגט אז דעת בעל הבית איז דער היפך דעת תורה


האסט געטראכט איין מינוט וואס דו האסט דא גערעדט?

ווייסט וואס, טאמער ביסטו אזוי קאנפידענט וואס דו האסט דא יעצט געשריבן, קום ארויס מיט דיין אפענער נאמען, דו גיסט דאך דא איבער דעם דבר יהדות החרדית, טא וואס האסטו זיך צו שעמען?

יהודי פשוט » דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:39 am

· #361326
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
ווי מער איך לייען דא וואס מענטשן שרייבן אין קאווע שטיבל אלץ מער זעה איך ווי מען דארף זיך מחזק זיין אין לימוד התורה הקדושה און אין די הייליגע אמונה וואס איך און גאנץ כלל ישראל האבן מקבל געוועהן מאבותינו ואבות אבותינו, איך זעה אז די וואס רעדן זיך איין טראפ אוועק פון דעת תורתינו הקדושה רעדן שוין אינגאנצן נישט צום זאך

יהודי פשוט » דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:47 am

· #361329
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
[ציטאט אראפגענומען]

א מאמע וואס זיכסט אמת׳דיג די טובה פונעם קינד וועט זיך זיכן אנדערע וועגן צו מאכן קשר מיט איר קינד נישט אויף א פאבליק.פלאטפארמע, נאר וואס דען ווען מען האט נישט קיין שום אינטערעסע אינעם קינד נאר מען וויל יעצט מיט ארבעטן מיט ליפא שמעלצער׳ס אגענדע דעמאלטס איז אן אנדערע מעשה.....

moshav zekeinim » דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:51 am

· #361331
איך מיין טאקע אז דו זאלסט גיין לערנען תורה הקדושה

יהודי פשוט » דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:57 am

· #361333
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
דער ביי וועם דאס איז ריכטיג דאס איז נישט קיין געטרייע מאמע נאר א נידריגע מרשעת ויהי רצון אז זי זאל זיין די נעקסטע זיך צו נעמען דאס לעבן אז מושב זאל האבן נאך עפעס מיט וואס צו זיין פארנומען

החוקר » דינסטאג יאנואר 31, 2017 1:15 am

· #361338
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
יהודי פשוט
דער ביי וועם דאס איז ריכטיג דאס איז נישט קיין געטרייע מאמע נאר א נידריגע מרשעת ויהי רצון אז זי זאל זיין די נעקסטע זיך צו נעמען דאס לעבן אז מושב זאל האבן נאך עפעס מיט וואס צו זיין פארנומען

ס'ארא טיפשות טוסטו צוזאם האקן, גראדע נישט אלעס האלט איך דא ווי די קעגן דיר, אבער יעצט האסט ארויסגעברענגט וואס שלמה המלך לערנט אונז "גם אויל מחריש – חכם יחשב".

יהודי פשוט » דינסטאג יאנואר 31, 2017 1:18 am

· #361340
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
ב״ה אז... האט זיך פון מיר אפגעלאזט, איך וויל נאר מסיים זיין מיט דיר מיט דאס וואס @שלמה המלך האט געשריבן דא נישט ווייט יבוא בעל הכרם ויכרות את הקוצים.... וואטש ענד סי....

החוקר » דינסטאג יאנואר 31, 2017 1:26 am

· #361341
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
אלעס פיין און וואויל, אבער ווילאנג דו ביסט נישט דער בעל הכרם, איז דער כרם נישט דיינער, האסט נישט וואס צו שרייבן קיין יהי רצון'ס, לאז אים טון ווי ער פארשטייט.

ידען » דינסטאג יאנואר 31, 2017 1:39 am

· #361342
שבת אחים
וואטעווער ער טוט דערווייל איז א שוואכע סטראטעגיע, דער אמאליגער איסט סייד איז נאך א ווייטע חלום.

וואס איס געווען ביי די אמאליגע איסט סייד??

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 31, 2017 4:49 am

· #361347
ידען
שבת אחים
וואטעווער ער טוט דערווייל איז א שוואכע סטראטעגיע, דער אמאליגער איסט סייד איז נאך א ווייטע חלום.

וואס איס געווען ביי די אמאליגע איסט סייד??

דו ביסטאך א ידען?, איז וואסזשע פרעגסטו מיר?

החוקר » דינסטאג יאנואר 31, 2017 8:55 pm

· #361472
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
וואס זענען די כללים אויף פראפאניטי דא אין שטיבל? איך האב עפעס אן אודיאו וואס פארמאגט **** ווערטער.

ישראל גלויבער » מיטוואך פעברואר 1, 2017 12:04 pm

· #361536
ראש חודש שבט מיט ר' ליפא
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=5Tj4knuYt1A">https://www.youtube.com/watch?v=5Tj4knuYt1A</a>

איך אויך » מיטוואך פעברואר 1, 2017 12:59 pm

· #361546
דער פראנץ יאזעף חכם מישט צוזאם איר פרומקייט סטאאוס מיט איר גרושה סטאטוס.

אפשר איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז די מיידל'ס נייע מאמע'ס זיוג ראשון איז אויך אפגעפארן.

איסר האטלקי » מיטוואך פעברואר 1, 2017 3:15 pm

· #361584
וואס וויל דער לאבין דא?
איז ער אינגאנצן פארריקט?
נישט געטראפן קיין וועג צו באקומען עטענשין איז ער געלאפן צו דעם פורק עול, עוכר ישראל.
ער דערמאנט נאך זיין ניר פאר דער וואס האט שוין פארגעסן.....

ישראל גלויבער » מיטוואך פעברואר 1, 2017 3:25 pm

· #361588
נישט שיין אזוי צו רעדן.
פליז! א יוד געבט א ניר, און ער מעג נישט רעדן דערפון?
אויך אויף ליפא האסטו להלכה נישט קיין רעכט צו זאגן אזא טיטל

איסר האטלקי » מיטוואך פעברואר 1, 2017 3:28 pm

· #361590
כ'מיין צו פרעגן מילא ער וויל איבערגעבן עפעס א מעסעדזש פאר כלל ישראל, שוין הערעך.
אבער סתם צו זיצן און מאלן וואסער?? ס'פאסט נישט פאר אים. איך פלעג אים עטוואס מער ארויפצוקוקן.

ישראל גלויבער » מיטוואך פעברואר 1, 2017 3:36 pm

· #361593
וועסט נישט האבן א ברירה נאר דן זיין ביידע לכף זכות, אז אויך ליפא איז היינט שוין מער צו אונזער זייט

טרויבן88 » מיטוואך פעברואר 1, 2017 4:11 pm

· #361601
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
יהודי פשוט
ווי מער איך לייען דא וואס מענטשן שרייבן אין קאווע שטיבל אלץ מער זעה איך ווי מען דארף זיך מחזק זיין אין לימוד התורה הקדושה און אין די הייליגע אמונה וואס איך און גאנץ כלל ישראל האבן מקבל געוועהן מאבותינו ואבות אבותינו, איך זעה אז די וואס רעדן זיך איין טראפ אוועק פון דעת תורתינו הקדושה רעדן שוין אינגאנצן נישט צום זאך

קודם כל ווינדער איך זיך פארוואס די גייסט טאקע נישט לערנען, צווייטנס די ביסט נעבעך א קרבן פון די סיסטעם וואס האט איינגעפלאנצט און דיר די טבע פון ערשט דיפענדן די סיסטעם און זיך נאכדעם זארגן אויב די דיפענס איז אמת, גיי און קוק וועסטו זען אז די וועלט איז גרעסער פון דיין קליינע קאמיוניטי, ס'דא זאכן וואס זענען פאקטן נישט קיין קיין חילוק וואס די סיסטעם האלט

טרויבן88 » מיטוואך פעברואר 1, 2017 4:16 pm

· #361604
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
יהודי פשוט
דער ביי וועם דאס איז ריכטיג דאס איז נישט קיין געטרייע מאמע נאר א נידריגע מרשעת ויהי רצון אז זי זאל זיין די נעקסטע זיך צו נעמען דאס לעבן אז מושב זאל האבן נאך עפעס מיט וואס צו זיין פארנומען

אומגלויבליך א א דעפענדער פון א סיסטעם זאל ניצן אזא ווארט אויף א פרוי וואס די קענסט אפילו נישט, און וועל מוזן רעדן מיט דיין ראש ישיבה ווי די לערנסט יעצט אז ער זאל דיר אוועק נעמען די טעלעפאן

איסר האטלקי » מיטוואך פעברואר 1, 2017 10:53 pm

· #361707
אלעס פיין און וואויל. עסקנות, שרייבן, נירן, אלעס קומט אים קרעדיט. אבער פארוואס מיט ליפא? פארוואס?
ער וויל עפעס אויפטון? פאר אידישקייט? פאר ליפא?
קודם יואלי לעבאוויטש, דערנאך רוחי פרייער, און לאבין איז דא!
איך קען עס נישט פארשטיין.

איסר האטלקי » מיטוואך פעברואר 1, 2017 10:53 pm

· #361708
.

קאצקע ציקער » מיטוואך פעברואר 1, 2017 11:02 pm

· #361710
איז די פארווערד א פרומע צייטונג?

ישראל גלויבער » מיטוואך פעברואר 1, 2017 11:38 pm

· #361720
איי איי די זאכן לויפן שנעלער ווי איר מיינט.. איר וועט זיך קוים אויסהייזעריגן פון דעם, וועט שוין זיין בעסערס פון דעם... וועיט ענד סי...

יהודי פשוט » זונטאג פעברואר 12, 2017 9:43 pm

· #362623
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
טרויבן88
יהודי פשוט
דער ביי וועם דאס איז ריכטיג דאס איז נישט קיין געטרייע מאמע נאר א נידריגע מרשעת ויהי רצון אז זי זאל זיין די נעקסטע זיך צו נעמען דאס לעבן אז מושב זאל האבן נאך עפעס מיט וואס צו זיין פארנומען

אומגלויבליך א א דעפענדער פון א סיסטעם זאל ניצן אזא ווארט אויף א פרוי וואס די קענסט אפילו נישט, און וועל מוזן רעדן מיט דיין ראש ישיבה ווי די לערנסט יעצט אז ער זאל דיר אוועק נעמען די טעלעפאן

עס איז א מזל אז קיינער דא ווייסט נישט ווער איך בין, ווען יא וואלט עטץ געוואוסט אז עס זענען דא ווייניג וואס האבן אזויפיל געליטן (און ליידן נאכאלץ) פונעם סיסטעם ווי איך, נאר עם כל זאת האב איך זיך אראפ געזעצט מיט יישוב הדעת און איך האב איינגעזעהן אז מען דארף דאך האבן דעם סיסטעם, הגם אז עס זענען דא כמה וכמה ענינים דערין וואס איז צריך תיקון גדול אבער מען דארף עס דאך האבן און מער פון וויפיל עס האט קטלני געמאכט האט עס אויפגעטוהן!

איסר האטלקי » מאנטאג פעברואר 13, 2017 12:56 am

· #362636
איך מיין כ'הייב שוין אן כאפן ווער דו ביזט, אנטלויף איידער איך ווער געוואויר....

יהודי פשוט » מאנטאג פעברואר 13, 2017 8:09 am

· #362647
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
איסר האטלקי
איך מיין כ'הייב שוין אן כאפן ווער דו ביזט, אנטלויף איידער איך ווער געוואויר....

איך באטראכט ערנסט די מעגליכקייט פון אנטלויפן

ווייל אזוי » פרייטאג פעברואר 24, 2017 3:43 pm

· #363811
זונטאג
<a class="postlink" href="http://m.yiddish.forward.com/articles/202667/concert-with-lipa-schmeltzer-to-bring-in-a-taste-o/">http://m.yiddish.forward.com/articles/2 ... a-taste-o/</a>

א גרויסע קאנצערט מיט ליפא בראש, לכבוד פורים איז ערווארטעט קומענדיגע זונטאג אין די שוהל אויף 120 וועסט 76 אין מאנהעטן אום 6:30.

קורקלענד » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 9:32 pm

· #411333
אצינד איז צום האָפן אז ליפא'ס סטראטעגיע זאל אויך האבן א השפעה אויף @moshav zekeinim

יעקב מענטש » זונטאג אוגוסט 19, 2018 12:53 pm

· #411474
קורקלענד
אצינד איז צום האָפן אז ליפא'ס סטראטעגיע זאל אויך האבן א השפעה אויף @moshav zekeinim

אדער זאלן די אלע חושקי חירות ענדליך איינזעהן אז די אמתע חירות איז נישט דאס וואס זיי מיינען אז ס'איז.

קורקלענד » זונטאג אוגוסט 19, 2018 12:55 pm

· #411475
זיי זענען קיינמאל געווען לוחמי חירות, ז'זענען געווען לוחמי הפקירות.......

טיכטיגער » פרייטאג יוני 5, 2020 2:33 pm

· #450637
צום ענדע פון נאך א קאפיטל, פון זיין אינטערעסאנטע רייזע. דעם שבת עפענט זיך ווידעראמאל די טויערן פון ליפא'ס שול אין עירמאנט, נאר דאסמאל אונטער גאר אן אנדערע פירערשאפט...

די בית המדרש וואס עפנט זיך ווערט גערופן, קהל "בני שמעי' ד'טעמעשוואר", בנשיאות הגה"צ ר' בעריש לעוו שליט"א, זון פון הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א

(אגב, וואלט שוין געמעגט זיין אן אשכול אויף ליפא, נישט געטראפן אן אנדערע, האב איך עס דא געלייגט.)

חיים יואל » זונטאג יוני 7, 2020 10:14 am

· #450731
טיכטיגער
צום ענדע פון נאך א קאפיטל, פון זיין אינטערעסאנטע רייזע. דעם שבת עפענט זיך ווידעראמאל די טויערן פון ליפא'ס שול אין עירמאנט, נאר דאסמאל אונטער גאר אן אנדערע פירערשאפט...

די בית המדרש וואס עפנט זיך ווערט גערופן, קהל "בני שמעי' ד'טעמעשוואר", בנשיאות הגה"צ ר' בעריש לעוו שליט"א, זון פון הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א

(אגב, וואלט שוין געמעגט זיין אן אשכול אויף ליפא, נישט געטראפן אן אנדערע, האב איך עס דא געלייגט.)

ווען האט זיך ליפא'ס שול אין עירמאנט פארמאכט?
נאך פאר קאראנע פארשטיי איך..

moneyminded » זונטאג יוני 7, 2020 6:40 pm

· #450786
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
חיים יואל
טיכטיגער
צום ענדע פון נאך א קאפיטל, פון זיין אינטערעסאנטע רייזע. דעם שבת עפענט זיך ווידעראמאל די טויערן פון ליפא'ס שול אין עירמאנט, נאר דאסמאל אונטער גאר אן אנדערע פירערשאפט...

די בית המדרש וואס עפנט זיך ווערט גערופן, קהל "בני שמעי' ד'טעמעשוואר", בנשיאות הגה"צ ר' בעריש לעוו שליט"א, זון פון הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א

(אגב, וואלט שוין געמעגט זיין אן אשכול אויף ליפא, נישט געטראפן אן אנדערע, האב איך עס דא געלייגט.)

ווען האט זיך ליפא'ס שול אין עירמאנט פארמאכט?
נאך פאר קאראנע פארשטיי איך..
בערך 4 יאר צוריק

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
בלאט: 1 2 3