☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראטעגיע

ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראטעגיע

150 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11209
בלאט: 1 2 3

moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 11:04 am

· #360800
נישט דו און נישט דער אלמוני ברענגען אן ארגומענט לעניננו אז עס זאל זיין וואס צו ענטפערן.
און בכלל פארשטיי איך נישט דיין פראבלעם מיט ליפא'ס מאלטי אקטיוויטעטן. א פרישע פראבלעם מיר אויף דער וועלט, אז "א מינוט זינגט מען און א מינוט רעדט מען"

טרויבן88 » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 11:11 am

· #360801
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
ביליג

איך וואלט ענדערש געשטאנען נעבן ליפא שמעלצער ווי נעבן דעם פאריקטן פארשוין, ער איז נעבעך א משוגענער וואס שיסט פלעין האס, זאגט נישט גארנישט, גארנישט מסביר א פלענער online bully

טרויבן88 » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 11:21 am

· #360802
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
ישראל גלויבער
גראדע האלט איך אז ער הייסט נישט קיין אקטיוויסט, ער איז א געוויסע סארט אינטערטעינער, וואס זיין מהלך איז אייביג געווען אזוי, און פון אלע סעלעברעטיס זענען דא מענטשן וואס נעמען פון זיי א מהלך נישט ווייל זיי זענען עפעס אקטיוויסטן

אוודאי ארגינעל איז ער אן אינטערטעינאר, אבער ער איז אן אינטערטעינאר וואס האט אלעמאל געהאט גרויסע אדער ריזיגע חלומות צי אינספירירן אונז אידן דורך אויסנוצן נגינה, און וויבאלד ער איז פעימאס פירט ער אסאך קאמפיינס וואס ער האלט ס'איז וויכטיג, אינטערוויורט מענטשן וואס קענען אויפרעגן געוויסע מענטשן און צופרידן שטעלן אנדערע, ממילא איז נישט קיין פראגע צי מיר צי ער איז אקטיוויסט! ער איז ביידע, א זינגער, אינטערטעינאר, אקטיוויסט,.

moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 11:31 am

· #360805
.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 11:45 am

· #360807
moshav zekeinim
נישט דו און נישט דער אלמוני ברענגען אן ארגומענט לעניננו אז עס זאל זיין וואס צו ענטפערן.
און בכלל פארשטיי איך נישט דיין פראבלעם מיט ליפא'ס מאלטי אקטיוויטעטן. א פרישע פראבלעם מיר אויף דער וועלט, אז "א מינוט זינגט מען און א מינוט רעדט מען"

מושב זקנים: דו ווייסט גאנץ גוט וואס פרייוויליג האט געמיינט. די פראבלעם מיט ליפא איז, נישט אז א מינוט זינגט מען און א מינוט רעדט מען. נאר ליפא בכבודו ובעצמו גליטשט. ער גייט מטה מטה. צוערשט איז ער געווען א מינוט א מלאך (ער האט גאט-געבענטשע טאלאנטן מחזיר בתשובה צו זיין און אנווארעמען פארבלאנדזשעטע און צומישטע נשמות. ערשטהאנטיגע עווידענס.) און א מינוט א גלח. (זיינע שטיק.) יעצט, נאך געבן אן עליה פאר שאולי גראסמאן ווען ר'איז געקומען צופאהרן אום עצם יום השב"ק מיט זיין פיק-אפ. און די קאאל, אבער ערליכע יונגעלייט האבן איהם אפגעלאזט, איז ער מערסטנס א גלח. ער גליטשט מטה מטה.חוץ פון דעם פאקט אז ער האט זירא טאלאנט צו זינגען אין טעאטער און עקטן.די אידישע שיקסע וועלכע שפילט אקעיגן איבער איהם אין זיין ווערסיע פון ..."פידלער"...פאקט איהם איין 100 מאל מיט די שטארקקייט פון איהר קול און מיט עקטן...! סאו, מושב. פון איהם קענסטו נישט ברענגען קיין ראיה, לכאורה לשיטתך וואס איז אקעיגן חרדי'זם...! קיין רעליגיע הייסט עס נישט...!

סמבטיון » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 12:20 pm

· #360811
דער בחור זאגט גוט, א שאד ער האט נישט קיין בעסערע שפראך, איך ווייס נישט פינקליך צו וועם ליפא צילט מיט זיינע טיפזיניגע מאמרים, איך בענק זיך נאך זיינע אלטע סידיס א שטייגער ווי בדרך. א פושטער יוד און נאך, איך האלט ער וואלט אסאך בעסער אנגעקומען מיט נאך א פאר סידיס און פערפארמען ביים היימישן עולם ווי מיט זיין שני וחמישי

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 12:26 pm

· #360812
יהושע חיים: ליפא'לע פון יאנואר 25, איז זיס. כ'האב ליעב זיין געדאנק. אבער מיט זיינע אלע גליקן און גיין אין קאלעדזש, האט ער נאכנישט קיין רייכן וואקעביולערי. ער רעדט נאך ענגליש ווי א סקווערע ישיבה בחור...! לעומת שלום דיען, נאך ווואס ר'איז געווארן או.טי.די. האט ער זיך אויסגעלערנט רעדן און שרייבן גוט ענגליש... 😂 🙄

ישראל גלויבער » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 12:30 pm

· #360814
מיר קוקט אויס, אז די אלע קריטיק קעגן עהם, ווייסט ליפא אויך, און דאך איז ער ממשיך מיט דעם, קוקט אויס אז ער זעט יא דערין זיין תכלית, און סאו פאר, איז ער היבש מצליח, כאטש איך אליין ווייס אויך נישט פארוואס ער האט דעם מהלך, אבער ער האט נישט קיין חרטה שוין די לעצטע צוואנציג יאר מיט א שמיץ אריבער.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 12:35 pm

· #360815
קאצקע ציקער
די אפטייטש איז זיס . מען קען זען וואס ליגט אונטער דעם אלעם וואס ער טוט ער וויל לעבן אזוי ווי די ישראלים שרייען אז זיי זענען יהודי בלב!

קאצקע ציקער: נאכמער. ער שעמט זיך מיט זיינע אידישע ברידער, וועלכע פיהרן זיך אויף אומ-עטיש. און ער זאגט אונז אומ-דירעקט מוסר, אז עטישע אויפפיהרונג אין פאבליק, איז וויכטיגער ווי דער פיזישער אויסקוק פון לבוש און לשון. חוץ וואס ער מאכט אוועק דאס וויכטיגקייט און חשיבות פון אידיש, אלץ נאציאנאלער נכס (עססעט.)...!

ישראל גלויבער » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 12:41 pm

· #360819
berlbalaguleh
קאצקע ציקער
די אפטייטש איז זיס . מען קען זען וואס ליגט אונטער דעם אלעם וואס ער טוט ער וויל לעבן אזוי ווי די ישראלים שרייען אז זיי זענען יהודי בלב!

קאצקע ציקער: נאכמער. ער שעמט זיך מיט זיינע אידישע ברידער, וועלכע פיהרן זיך אויף אומ-עטיש. און ער זאגט אונז אומ-דירעקט מוסר, אז עטישע אויפפיהרונג אין פאבליק, איז וויכטיגער ווי דער פיזישער אויסקוק פון לבוש און לשון. חוץ וואס ער מאכט אוועק דאס וויכטיגקייט און חשיבות פון אידיש, אלץ נאציאנאלער נכס (עססעט.)...!

בעל עגלה דו זאלסט זיך מתבונן זיין אין זיינע גוטע זיטן, וועסטו זיך אליינס שעמען מיט דיינע ווערטער וואס דו שרייבסט.
ער לעבט מיט א ווייב און משפחה, געבט זיך אפ מיט זיי, וואס ער וואלט לפי טבעו החיצוני שוין לאנג אוועקגעווארפן, קוקט אויס ער האט עפעס טיף אין זיך אנדערש ווי מ'מיינט. ער טוט חסד און איז גורם צענדליגע יודען זאלן קומען דאווענען און נאך הייליגע מצוות, וואס ער וואלט שוין לאנג אויפגעגעבן לפי טבעו החיצוני.
וכו' וכו' וואס איך וויל זאגן, מ'רעדט נישט דא פון איינער וואס זיין מזל שפילט עהם א קורצע צייט, ער האט געסטראגעלט לאנגע יארן, און ער האלט זיין מהלך פאר א מהלך, און אז מ'האט דערויף קשיות, מיינט ניט אז ער איז א מהרס און א פורק עול, און א פערזאן אן שכל און ניצן א משחית חס ושלום.

ביז היינט האט ער מער אויפגעטון ווי רוב 'פעסטע משפיעים' ביי אונז

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 12:47 pm

· #360821
moshav zekeinim
ווייל אזוי

זיין תורה וועגן די האר פרשת כי תשא איז מיר מער געפאלן, אבער דא טייטש ער אזוי נאריש.....


א טיפיקל טייטש אזויווי אנדערע סילוף'דיגע און מליצה'דיגע טייטשן פון די גמרא ובעלי דרוש. עס שטימט פשוט נישט מיט די היימישע אגענדע.

מושב זקנים: נאר אזא אפיקורס ווי דו קען אזאנס זאגן. און איך גיי יעצט נישט אריין אין די עצם וויכוח צו ליפא האט יא, אדער נישט גוט געזאגט. רבותיי, קוקטס ווי דער מושב שפייט אויף חז"ל און זייערע דרשות, רחמנא ליצלן. און ער קומט נאך און וויל אונז פארקויפן לאקשן אז ער איז קעיגן חרדי'זם. ער איז קעיגן גאט און זיין תורה. ער איז גארנישט בעסער ווי ברוך שפינאזא. נאך אפשר ערגער. ווייל שפינאזא איז געווען א באמבלינג, נעבעכדיגער לא יוצלח אין זיין לעבן...!

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 7:13 pm

· #360844
@פרייוויליג, התינח גלח אבל מלאך מאן דכר שמיה?

פרייוויליג » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:05 pm

· #360849
ליפא זאגט אינעם ווידיא ״דעמען סקירט״ איינער ווייסט וואס דאס איז?

איש את רעהו » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:07 pm

· #360851
מושב רעדט'ס ווי אן אפיקורס

החוקר » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:09 pm

· #360853
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
פרייוויליג
ליפא זאגט אינעם ווידיא ״דעמען סקירט״ איינער ווייסט וואס דאס איז?

די האסט מן הסתם נישט גוט געהערט, ער זאגט לכאורה "דענעם" Denim בלע"ז.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:27 pm

· #360857
איש את רעהו
מושב רעדט'ס ווי אן אפיקורס

ניין: ער איז אן אפיקורס. כאן נתגלה קלונו ברבים...!

בן אדם » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:32 pm

· #360859
מושב האט עס געמיינט בלשון סגי נהור און ער האט צוגעלייגט אז עס שטימט נישט מיט די 'היימישע' אגענדע.

moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:40 pm

· #360860
.

איסר האטלקי » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 10:29 pm

· #360883
moshav zekeinim
האט דען איינער א ספק אז חז"ל זענען צומאל מסלף פסוקים לפי רוח הזמן? דאס איז דאך וואס מען רופט אן אסמכתא בעלמא, ניין? (נו דא דארף מען @ליטוואק פון בודאפעסט)

אויב מיט ליפא האט קיינער נישט מודה געווען מיט דיר פרובירסטו יעצט אויף חז"ל, אפשר דא וועט דיר געלונגען.
איך האב אלס געמיינט אז ליפא איז די גרעסטע שוטה אין די חרדישע וועלט, איך האב יעצט אנטדעקט א גרעסערע שוטה משוטה.

דו גיי אבער אן מיט א שטארקייט, טענה דיך מיט יעדן אויף צוריק, יעדער תגובה זאל באקומען א זאכליכער ענטפער, אפשר אפשר איין טאג ווען איינער האלטן ענליך צו דיר.

איש את רעהו » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 10:46 pm

· #360884
מושב ביסט אן אפיקורס

בן אדם » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 11:10 pm

· #360888
כ'האב געוואלט מלמד זכות זיין אויף מושב זקינים אבער ער'ז נישט אינטרעסירט...

המלעיג על דברי חכמים נידון בצואה רותחת, matching pair...

פרייוויליג » פרייטאג יאנואר 27, 2017 12:45 am

· #360896
החוקר
פרייוויליג
ליפא זאגט אינעם ווידיא ״דעמען סקירט״ איינער ווייסט וואס דאס איז?

די האסט מן הסתם נישט גוט געהערט, ער זאגט לכאורה "דענעם" Denim בלע"ז.

איך האב גאר גוט געהערט. הער דו עס איבער און זאג מיר אויב ליפא ווייסט וואס דענעם איז. זיינע עמאראצעס איז לומדות.

moshav zekeinim » פרייטאג יאנואר 27, 2017 10:16 am

· #360909
ער האט אן איינונג אין אידישע היסטאריע מער ווי רוב פון אונז, זיך ארויף כאפן אויף א נארישער טעות אין א נאמען פון א פרויערישער קלייד איז טפשות און אביוז.

קל וחומר » פרייטאג יאנואר 27, 2017 10:18 am

· #360910
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
מושב, כ'הייב אהן קלערן אז דו ביזט ליפא זעלבסט

moshav zekeinim » פרייטאג יאנואר 27, 2017 10:29 am

· #360912
הער צו, איך בין נישט באלעבוס אויף דיין קלערונג מאשין, אבער וואס מאכט דיר אזוי קלערן?

קל וחומר » פרייטאג יאנואר 27, 2017 11:45 am

· #360926
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
שוין לאנג געקווענקלט דערין.
דיין קענטעניס אין נגינה, אפשיי פון חרדיזם, שכל הישר, וכו' שטימט פיין.
איין זאך האט מיר געבאדערט, פון וואו קען ער היסטאריע אזוי גוט?
יעצט אז דו ביסט מעיד אויף אים אז ער יכול'ט דאס אויך שטימט שוין די גאנצע פאזל.

ביליג » פרייטאג יאנואר 27, 2017 1:15 pm

· #360929
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
נאך דערצו אז ער האט לעצטענס געמאכט א גראם... Lol

פרייוויליג » פרייטאג יאנואר 27, 2017 1:37 pm

· #360930
moshav zekeinim
ער האט אן איינונג אין אידישע היסטאריע מער ווי רוב פון אונז, זיך ארויף כאפן אויף א נארישער טעות אין א נאמען פון א פרויערישער קלייד איז טפשות און אביוז.

אידישע היסטאריע? ליידן מיך איין צו אן ארטיקל אדער בוך וואס ער האט געשריבן אדער געזאגט. אן דעם איז דאס פטפוטים בעלמא.

moshav zekeinim » פרייטאג יאנואר 27, 2017 2:14 pm

· #360934
אלס איינער וואס קען היסטאריע זעה איך אין זיינע דרשה'לעך אז ער באציט זיך צו קראנטע היסטארישע פאקטן און פרטים, אנדערש ווי רוב פון אונז ביי וועמען דער גאנצער אמאל איז איין מבול פון מיטוסער און לעגענדעס.
דער בחור האט זיך ערנסט געזעצט לערנען.

פרייוויליג » פרייטאג יאנואר 27, 2017 3:04 pm

· #360939
איך האב נישט ליב צו רעדן פון א דריטן ספעציעל א לעבעדיג מענטש. סא ארלעדיגט האלט וואס דו ווילסט, נישטא פון וועמען צו רעדן.

ישראל גלויבער » זונטאג יאנואר 29, 2017 12:18 am

· #361000
איז אמת אז ליפא שטייט אונטער דעם נייעם 'מנשה' פילם?

בן אדם » זונטאג יאנואר 29, 2017 12:31 am

· #361002
ווער איז דאס 'מנשה'?

שבת אחים » זונטאג יאנואר 29, 2017 3:25 am

· #361013
בן אדם
ווער איז דאס 'מנשה'?



@בן אדם פרעגט א געוועלדיגע קשיא
ווער איז דער מנשה?
איז לאמיך אייך טאקע מודיע זיין
ר׳ מנשה איז א סקווירער אינגערמאן
מיט אסאך קוואליטעיט
ווי אויך אסאך סקווירער Hate
פון די גרעסעטע אידישע סעלעבערטיס טו -דעיט
ער פלעגט זיך בימים ההם אין ק״ש ווייקן
איך פלעגט זיינע תגובת כסדר לייקן
ער האט א געשליפנע צינגל
דאכצעך אז ער איז סינגאל
ער זוכט א שידאך
אראפצונעמען די גרויסע יאך
און ארויסהעלפן מיט די קינדערלאך
און מיטן עסען אין קאך
ווייל סאיז א גרויסע בראך
קינדער נאך און נאך
ווער קען אויסהאלטן די גערוך?
אין הארצן געט עס א שטאך
לאמיר האפן אז ער וועט געהאלפן ווערן די וואך...

טרויבן88 » זונטאג יאנואר 29, 2017 3:36 am

· #361014
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
איך קען נישט טרעפן די דעיט ווען עס קומט ארויס , ווייסט אפשר עמיצער ווען?

yatzmachp » זונטאג יאנואר 29, 2017 3:47 am

· #361015
ליפא פארדרייט היסטארי אזוי ווי עס דארף צו זיין. דורכאויס די אידישע היסטארי זענען אידן אבסולוטלי געגאנגען אנגעטוהן אנדערש ווי די גוים אז מען האט אייביג געקענט אנווייזן אויף א איד אז ער איז א איד. דאס מיינט נישט צו זאגן אז אידישע קליידער זענען נישט געווען אינפלוענסד פון די גוים, נאר אזויפיל אז מען האט אויסגעזעהן אנדערש. פונקט אזוי ווי ווען אונזערע פרויען און קינדער גייען אנגעטוהן מיט קליידער וואס מען קויפט איין אין גוי'אישע סטארס. ניין, די קליידער זענען נישט געמאכט דווקא פאר אידן, אבער די וועג ווי אזוי די אידן טוען אן די קליידער ווייסט יעדער אז זיי זענען אידן.

צווייטנס, איז סתם א געלעכטער פון ליפא'ס גיין אין קאלעדזש. קודם זעה איך נאך נישט וואס ער האט זיך דערלערנט. איך האף אז ער וועט נישט צום סוף אויסקוקן ווי פרימט גאלדבערגער וואס נאכן זיך דערלערנען און באקומען א קאלעדזש דעגרי האט זי גענומען איר מאמע'ס אומנות און אנגעהויבן צו פארקויפן קאקאש קעיק. אדער פרידא וויזל וואס איז געגאנגען אין קאלעדזש און צום סוף מוז זי מאכן פרנסה פון ארימטראגן מענטשן אויף טורס אין וויליאמסבורג. און די חסידים זענען נעבעך אן עדיוקעישן. נישטא ווער עס זאל לאכן.

שבת אחים » זונטאג יאנואר 29, 2017 3:52 am

· #361016
מ׳קען עסען די קאקש קעיג פון פרומט ג״ב בשעת מ׳טורט ארום אין וויליאמסבורג מיט פראדי וויזל?

זי טראגט נאך ארום טוריסטן? כמיין אז די ביזנעס איז שוין לאנג אווער.

ישראל גלויבער » זונטאג יאנואר 29, 2017 1:03 pm

· #361046
שבת אחים
בן אדם
ווער איז דאס 'מנשה'?


מיט אסאך קוואליטעיט
ווי אויך אסאך סקווירער Hate

כ'מיין אז דאס שטימט שוין נישט, לויט ווי ער פלעגט אמאל שרייבן דא, איז ער מיט דעם - לאפוקי פון ליפא, ווייל ער גלייכט גראדע יא סקווירא. פרעג מיך נישט פארוואס

סמבטיון » זונטאג יאנואר 29, 2017 2:31 pm

· #361055
פון וואספארא פילם רעד מען דא? קען איינר אריינקומען מיט דעטאלן?

בן אדם » זונטאג יאנואר 29, 2017 2:31 pm

· #361056
וואס איז פשט אז מנשה ארבעט צוזאמען מיט אזא באוואוסטער ברעסלעווער חסיד ווי ליפא שמעלצער? האט די רבי דאס געהייסן טון?

בן אדם » זונטאג יאנואר 29, 2017 2:33 pm

· #361057
סמבטיון
פון וואספארא פילם רעד מען דא? קען איינר אריינקומען מיט דעטאלן?

איך ווייס אויך נישט פונקטליך, אבער ס'איז עפעס א פילם בנשיאות די סקווערער רבי און ליפא שמעלצער.

סמבטיון » זונטאג יאנואר 29, 2017 2:47 pm

· #361059
איז עס שוין ארויס געקומען אדער זיי ארבעטן אויף דעם ?

טרויבן88 » זונטאג יאנואר 29, 2017 4:19 pm

· #361081
📎 IMG_20170129_231519.jpg

<a class="postlink" href="http://m.imdb.com/title/tt6333086/">http://m.imdb.com/title/tt6333086/</a>


<a class="postlink" href="https://youtu.be/0-abEbkBreA">https://youtu.be/0-abEbkBreA</a>

קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 29, 2017 4:54 pm

· #361087
פארוואס ריפט ער זיך מנשה?

שושן פורים » זונטאג יאנואר 29, 2017 5:48 pm

· #361095
בן אדם
וואס איז פשט אז מנשה ארבעט צוזאמען מיט אזא באוואוסטער ברעסלעווער חסיד ווי ליפא שמעלצער? האט די רבי דאס געהייסן טון?

ליפא איז א שוואגער מיט מנשה, די ערמאנטע רעביצין איז זיין שוועסטער

ישראל גלויבער » זונטאג יאנואר 29, 2017 6:09 pm

· #361096
דאס הייסט אז זיי האבן געארבעט צוזאמען אויף דעם? אדער ער האט נאר געהאלפן מנשה'ן. אדער אפילו דאס אויך נישט.
נו ווער ווייסט עפעס פרטים, ווייל דער מנשה רעדט נישט

קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 29, 2017 6:57 pm

· #361101
קאצקע ציקער
פארוואס ריפט ער זיך מנשה?

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 29, 2017 9:48 pm

· #361112
כ'מיין מ'זאל אפטיילן די "מנשה פילם" חלק אין א באזונדערע אשכול. דא איז א שיינע אינטערוויו מיט די דירעקטאר און מנשה.

ישראל גלויבער » זונטאג יאנואר 29, 2017 9:55 pm

· #361113
עפעס קוקט דא אויס מאדנע, ווי קומט ער אן צו קריס קלאמבוס פון הארי פאטער?
<a class="postlink" href="http://deadline.com/2017/01/chris-columbus-menashe-sundance-film-festival-movie-1201887807/">http://deadline.com/2017/01/chris-colum ... 201887807/</a>

נולד מאוחר » מאנטאג יאנואר 30, 2017 1:17 am

· #361122
yatzmachp


צווייטנס, איז סתם א געלעכטער פון ליפא'ס גיין אין קאלעדזש. קודם זעה איך נאך נישט וואס ער האט זיך דערלערנט. איך האף אז ער וועט נישט צום סוף אויסקוקן ווי פרימט גאלדבערגער וואס נאכן זיך דערלערנען און באקומען א קאלעדזש דעגרי האט זי גענומען איר מאמע'ס אומנות און אנגעהויבן צו פארקויפן קאקאש קעיק. אדער פרידא וויזל וואס איז געגאנגען אין קאלעדזש און צום סוף מוז זי מאכן פרנסה פון ארימטראגן מענטשן אויף טורס אין וויליאמסבורג. און די חסידים זענען נעבעך אן עדיוקעישן. נישטא ווער עס זאל לאכן.

איך ווייס נישט ווער די צוויי זענען , אבער זענען טאקע דורכגעפאלן, וואס איז דו געלעכטער ?

קלוגע יודל » מאנטאג יאנואר 30, 2017 1:51 am

· #361127
פרעזידענט טראמפ מאכט נאך די "סטראטעגיע" פון די לוחמי חירות!
טראמפ מיט זיין ווערסיע פון שני וחמישי.... גערופן The Weekly Address.
נאדיר די ערשטע אדרעס זיינע.
https://m.youtube.com/watch?v=hG-boxVJq_s
The Weekly Address 01/28/2017
בלאט: 1 2 3