☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » אשכול אן א טיטל #11010

אשכול אן א טיטל #11010

174 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11010
בלאט: 1 2 3 4

— » מאנטאג אקטאבער 10, 2016 4:00 pm

· #352163

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

פישי » מאנטאג אקטאבער 10, 2016 4:07 pm

· #352164
אוי ווי ריכטיג די זאגסט!

פליקער » מאנטאג אקטאבער 10, 2016 6:58 pm

· #352177
תנחום טייערע איך בין טאקע נישט דיין טאטע, אבער דאך צוגייט מיין הארץ פאר דיר, וויסער זאלסטו אז איך האב דעם זעלבען פראבלעם מיט מיינע קיהדער, און איך קען פילע אנדערע קינדער און אנדערע טאטע'ס גענוי ווי דיין טאטע, און אלע אינאיינעם הייבען הענט צים גרויסן בראך, אבער וויסען זאלסטו אז אפילו היינט ביזטו נאך קליין, עס וועט נאך קומען א צייט ווען דו וועסט ווערן גרויס וועט אלעס קליפ און קלאר ווערן.

שושן פורים » מאנטאג אקטאבער 10, 2016 7:18 pm

· #352178
איך האב קודם געלייקט אבער גלייך צוריקגעצויגן, צו וואס זאל @אנאנים באקומען א לייק אויף שטילע'ס ארטיקל? ?
@שטילע אינגערמאן וואו ביסטו? איך וויל אייך לייקן

בן אדם » מאנטאג אקטאבער 10, 2016 7:46 pm

· #352179
אנאנים איז זיין יורש

ווייל אזוי » מאנטאג אקטאבער 10, 2016 8:41 pm

· #352180
אז מ'רעדט שוין:
האב איך היינט רעדנדיג צו קינדער זיי מסביר געווען אז ס'האט נישט קיין פשט צו נאכשרייען עלטערע מענטשען, איך האב דערמאנט די ברכות קארטלעך וואס פלעגט זיין און זיי געפרעגט אויב ווען דו זעהסט איינעם מאכן א האדמה אויף א העץ צו וועסטו איהם אויך צייגן די ברכה קארטעל......

איך האב זיי זייער שיין מסביר געווען און איך מיין אז זיי האבן פארשטאנען.

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:27 pm

· #352204
פליקער
תנחום טייערע איך בין טאקע נישט דיין טאטע, אבער דאך צוגייט מיין הארץ פאר דיר, וויסער זאלסטו אז איך האב דעם זעלבען פראבלעם מיט מיינע קיהדער, און איך קען פילע אנדערע קינדער און אנדערע טאטע'ס גענוי ווי דיין טאטע, און אלע אינאיינעם הייבען הענט צים גרויסן בראך, אבער וויסען זאלסטו אז אפילו היינט ביזטו נאך קליין, עס וועט נאך קומען א צייט ווען דו וועסט ווערן גרויס וועט אלעס קליפ און קלאר ווערן.

תנחום, קוק נאר פליקערס חתימה וועסטו פארשטיין.

פליקער » מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:29 pm

· #352205
שמעקעדיג
פליקער
תנחום טייערע איך בין טאקע נישט דיין טאטע, אבער דאך צוגייט מיין הארץ פאר דיר, וויסער זאלסטו אז איך האב דעם זעלבען פראבלעם מיט מיינע קיהדער, און איך קען פילע אנדערע קינדער און אנדערע טאטע'ס גענוי ווי דיין טאטע, און אלע אינאיינעם הייבען הענט צים גרויסן בראך, אבער וויסען זאלסטו אז אפילו היינט ביזטו נאך קליין, עס וועט נאך קומען א צייט ווען דו וועסט ווערן גרויס וועט אלעס קליפ און קלאר ווערן.

תנחום, קוק נאר פליקערס חתימה וועסטו פארשטיין.

איך האף דו מיינסט נישט מיין חתימה פון די קענסער סעריע.. עניוועי א חתימה טובה

בלויע רעקל » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 4:55 pm

· #353004
ווילסט עפעס טוען דערצו?

די עסקנים האבן זיך באהאלטן אונטערן שלייער, איך האב א גוטע עצה...

אפשר האמיר דא געניטע דעזיינערס און מיר וועלן פארפלייצן די גאס מיט אונזערע קארטלעך

איך קען נישט די מלאכה אזוי גוט איז די bleed נישט אזוי אזוי, אבער נאדיר, דא האסטו קארטלעך וואס דו קענסט פארשפרייטן אנאנים.

דארפסט עס דרוקן אויף די זעלבע פאפיר ווי זיי, דוכט זיך אז עס איז 16pt glossy עס קאסט נישט קיין סאך צו באשטעלן אונליין און ווארפן אין די שולן....

דא האסטו א פראנט

http://imgur.com/H19VBtb

דא האסטו איין בעק

http://imgur.com/cBzkr9b

און נאדיר נאך איין בעק

http://imgur.com/MOwscN3

http://imgur.com/a/znsO9

ביבער » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 10:52 pm

· #353051
די איידיע איז אייזן. איך וואלט רעקאמענדירט עס זאל שטיין סתם פילטער, נישט קיין גדר, משומר, אדער סיי וועלכע טערראר ארג.

נאך מעגליכע Themes פאר קארטלעך:

כיבוד אב
כיבוד הבריות
היטן פון פעדאפיילס
משא ומתן באמונה
עיוות הדין
שוחד
ערכאות עכו"ם
תורה עם דרך ארץ
חילול השם
גניבת עכו"ם

ביבער » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 10:57 pm

· #353052
איך האב דעם יו"ט איבערגעהערט 2 אינגלעך זיך טענה'ן וועגן סמארטפאונס, איינער רופט זיך אן, די קארטלעך זענען טריפה מיין טאטע האט א גאנצע ביאור אינדערהיים פון דעם...

בלויע רעקל » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 11:34 pm

· #353055
מען דארף דאס פארשפרייטן אויף די וואטסאפפ גרופעס, איך האב נישט קיין צוטריט..

און ביבער, די סיבה פארוואס איך האב געשריבן משומר און גדר איז ווייל דאס איז בהוראת אונזערע אדמורים, און די עסקנים מיט די טעראריסטן האבן נישט קיין תירוץ דערפאר... זיי קענען נישט שרייען די זענען טמנע קארטלעך, ווען עס האט א לאגא מיט א טעלעפאן נאמבער פון א סאטמארע קאמפאני...

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 30, 2016 3:09 pm

· #353175
@ביבער, דו מיינסט גניבת עכו"ם אדער גבינת עכו"ם, צוויי ערליי איסורים.

יהושע חיים » זונטאג נאוועמבער 6, 2016 10:59 am

· #353655

איך ווייס נישט וועלכע אויסגאבע דאס איז אבער עס איז שיין און איידל ארויסצוברענגן די חורבן פון די קארטלעך

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 6, 2016 11:45 am

· #353656
וירא שמעקעדיג כי טוב, ס'איז גוט אז מען נעמט די דרייסטקייט אפצושרייען די עקסטרעמע משוגעים.

די וואך אינעם מאמענט איז דא א אינטערוויאו מיט א חשוב'ן מלמד, פון 2 תשובות האט איך ספעציעל הנאה געהאט, ערשטנס וואס איז זיין מיינונג אויף די שומרים קארטלעך? זאגט ער אז ס'איז איבערגעטריבן; והשנית וועגן עדיוקעישאן, טענה'ט ער אז מען דארף מער לערנען די יונגלעך און בחורים אפילו קאמפיוטערס, ווייל למעשה זענען זיי די וואס גייען ברענגען פרנסה כל ימי חייהם און נישט די מיידלעך, ממילא פארוואס ביי די מיידלעך איז מען זיך מורה היתר אבער ביי די אינגלעך איז מען נישט מקיים דעם מלמדו אומנות.

כה לחי.

קרעקער » זונטאג נאוועמבער 6, 2016 12:18 pm

· #353660
דער פראבלעם איז אז אפילי די קינדער שפילען מיט די קארטלעך האלטען זיי עס פאר א זשאוק
איך האב דע וואך געלערענט שבת אין שוהל נאכמיטאג און 2 קינדער לעבען מיר האבען געשפילט מיט שומרים קארטלעך און כהאב מיך ציגעהערט צו זייער שמועס
זאגט איין יונגעל אז ביי זיין קלאס האט א יונגעל אלע קארטלעך נאר נאמבער 99 פעלט עם, רופט זיך אהן דע אנדערע יונגעל אז ווען ער גייט האבען אלע וואסערע פרייז גייט ער באקומען? ענפערט דע ערשטע יונגעל א סמארטפאן, און זיי ביידע האבען אויסגעשאסען אין געלעכטער

גרויסע מענטשעלע » זונטאג נאוועמבער 6, 2016 10:01 pm

· #353722
בלויע רעקל
ווילסט עפעס טוען דערצו?

די עסקנים האבן זיך באהאלטן אונטערן שלייער, איך האב א גוטע עצה...

אפשר האמיר דא געניטע דעזיינערס און מיר וועלן פארפלייצן די גאס מיט אונזערע קארטלעך

איך קען נישט די מלאכה אזוי גוט איז די bleed נישט אזוי אזוי, אבער נאדיר, דא האסטו קארטלעך וואס דו קענסט פארשפרייטן אנאנים.

דארפסט עס דרוקן אויף די זעלבע פאפיר ווי זיי, דוכט זיך אז עס איז 16pt glossy עס קאסט נישט קיין סאך צו באשטעלן אונליין און ווארפן אין די שולן....

דא האסטו א פראנט

http://imgur.com/H19VBtb

דא האסטו איין בעק

http://imgur.com/cBzkr9b

און נאדיר נאך איין בעק

http://imgur.com/MOwscN3

http://imgur.com/a/znsO9

כגיי פארדעם געדאנק ווער נעמט זיך אינטער צו פארשפרייטן

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 11:22 am

· #353754
"ונוחכה"? אה, ס'איז דאך בלתי מוגה.
אבער באמת איז דער גאנצער קונטרס בלתי מוגה, ביג טיים!
אזוינע קרומע סברות! וויפיל שטותים יענער רעדט צוזאם! וואלט איך געהאט אביסל צייט וואלט איך צונומען יעדן פארגראף און געמאכט דערפון מטעמים.
יעדער בעל דעת זעהט אז יענער האט אן אגענדע און מיינט בכלל נישט קיין באשעפער, וויל נישט זעהן דעם מציאות.

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 11:34 am

· #353756
אויף אייוועלט צייכענט ער צו נאך א לינק פון הסכמות פון געציילטע (מערסט-עקסטרעמיסטישע) רבנים

https://www.dropbox.com/s/5x9ddxqc2jc8h ... A.pdf?dl=0

אויפן דאטום קען מען זעהן אז דאס איז נארוואס לעצטנס גע'חתמ'עט געווארן.
זעהט אויס אז די עקסטרעמיסטן האבן געשריבן "בהסכמת הרבנים הגאונים" על שם העתיד.

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 11:39 am

· #353759
דו מיינסט דעם גליון "לכו נא ונוחכה".....
https://www.dropbox.com/s/oeijzkmgkjssb ... 4.pdf?dl=0

פליקער » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 3:28 pm

· #353785
ר' מנחם מאיר ווייסמאנדעל איז הייס פאר די שומרים קארטלעך
📎 photo_2016-11-07_15-27-09.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 3:50 pm

· #353787
דער בריוו איז נישט חכמה און נישט טפשות, נאר געשטאנען צו אייןצד צוליעב פערזענליכע נויטען. די לשונות קוקען אויס ווי עברי טייטש אויף די ווערטער "אני רוצה להיות חלק פעיל מהממסד, ועכשיו נראה לי שמחלקי הקארטלעך הם בצד הנכון של היסטוריה, עכ"פ לטווח הקצר", נאר וויבאלד עברית איז אויך נישט אקצעפטבאר ביי די חברה וועמען ער וויל חנפנ'ן, דעריבער האט ער עס געשריבען אויף 'היימיש'

ברוך בער » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 3:53 pm

· #353790
כ'האב די שומרים קארטלעך נישט געזען ביז היינט, די וואך האט עס עפעס א מזכה הרבים אויסגעטיילט בייז שלוש סעודות, מיין קליינער איז העפי ער האט א "שומרים קארט". קוק איך עס שטייט אזא בילד פון אזא ה. העכטקויפ קינד וואס שרייט לאמיר אנטלויפן פון דא דארט איז דא איינער מיט א סמארטפאן איך וויל נישט מטמא זיין מיין נשמה. כ'האב נישט געוואוסט צו לאכן אדער וויינען. די תוצאה קען זיין צוויי וועגן, אדער דאס קינד וועט זיך ארומדרייען מיט מחשבות מיין טאטע איז טמא וואס איז גארנישט מסוגל פאר חינוך, אפשר פרעגט רב ווייסמאנדל צו ער האלט אז יא, אדער וואס מיין ב'ה און יעדער נארמאלער קינד פארשטייט מיין טאטע ווייסט וואס איז גוט און די גאנצע סמארטפאן מערכה איז נישט מסודר, וואס ווען ער וועט אויפוואקסן וועט ער האבן קנאפ צוטרוי צום גאנצן ענין.

דער חידוש איז ווי די באזעסענע עיני העדה וואס פארשטייען אז די אומקאנטראלירבארע עקסטרעמיסטן האבן קיין דאך און וועלן אלעס חרוב מאכן, ציטערן צו זאגן א ווארט ווייל ווער וויל זיך אנהייבן מיט די אנעמפלויד סיקריקין. מען גייט זיך דא חאפן אין יארן ארום אז עס איז גרויסע צרות.

וזרח השמש » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 3:58 pm

· #353792

פליקער » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 4:01 pm

· #353793
מיך אויסגעכאפט

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 4:04 pm

· #353794
פליקער, דו האסט אונז געזאגט וועלכע רבי דאס איז.

לדעתי מיינט עס אז די ארטיקלען דאקעגען האבען מצליח געווען אז די שוויצער'ס זע'ען איין אז די עקסטרעמיסטען זענען נישט אין שפאן מיט'ן ציבור. זיי מעסטען דער ווינט און פסקנ'ן על פיו. דערנאך זענען זיי אריין צום וויזניצער רבי'ן מיט'ן געפערליכע פרצה.....

איך אויך » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 4:10 pm

· #353795
מאיזה אדמו''ר יצא הפקודה?

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 4:16 pm

· #353798
[ציטאט אראפגענומען]

גערעכט אדער נישט, אבער שרייבן "בחכמה בעצה ובבינה יתירה עושים מעשים כבירים"? דאס איז טאקע אבנארמאל! ער מאכט די עקסטרעמיסטן גאר פאר די חכמי הדור.
מיט אזעלכע חכמים, ווער דארף נאך טיפשים.

קאצקע ציקער » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 4:17 pm

· #353799
פליקער
מיך אויסגעכאפט

Me 2

mevakesh » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 4:17 pm

· #353800
וועלכע רבי איז דאס?

פליקער » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 4:19 pm

· #353801
ליטוואק פון בודאפעסט
פליקער, דו האסט אונז געזאגט וועלכע רבי דאס איז.

אדמור מוויזניץ

אוהב ספרים » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 4:27 pm

· #353802
מחלוקת הפוסקים

אנדערע זאגן אז די מקור איז רחמס"ט

mevakesh » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 4:31 pm

· #353803
אוהב ספרים
אנדערע זאגן אז די מקור איז רחמס"ט

מער מסתבר

שמעלקא'לע » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 4:44 pm

· #353804
צו וויזניץ צו רחמס"ט זעען מיר אז די אלטע רבנים, די זקני העדה, וואס האבן מיטגעהאלטן אלע מערכות ביז היינט, ווייסן שוין אז לא זו הדרך, און נישט מיט אזוניע מהלכים פארעקלט מען קינדער פון די משוקצ'דיגע אומגעפילטערטע שמוציגע פאונ'ס.

נעגעל וואסער » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 5:38 pm

· #353807
איך ווער נישט אזוי אנציקט פון דעם בריוו, אפילו אויב ס'איז אוטענטיש.
מ'גייט אריין צו אן אלטן רבי מ'דערציילט איהם די געפערליכע חורבן פון א פירצה און נעקסטע טאג האסטו א בריוו! איך זיך נאך א רב וואס דרייט זיך אויף דער וועלט, און זעהט די מציאות מיט זייערע אייגענע אויגן, און זאגט זיין מיינונג.

לדוגמה די בריוו פון ווייסמאנדל איז מיר מער משכנע לעת עתה.. הגם איך גלייב אז ער האט נישט געזעהן אלע די בייזע קארטלעך. איך קען איהם פערזענליך און ער איניש אינגאנצן משוגע. (איך האב געראדע געוואלט רופן היינט פרעגען בשלמי הרעה הזאת, אבער נישט אנגעקומן צו דעם.)

טאמבל סאס » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 7:02 pm

· #353812
אז מען לערנט די קינדער צו רעוואלטירן געגן די עלטערן, ווער גאראנטירט דען אז ס'וועט נישט גיין both ways? אין עצה ואין תבונה זאגט דער פסוק. מיינע קינד האט עס אהיימגעברענגט. חוץ פון אים אויסלערנען וועגן פלעגאריזם און פון וואו טייל פון די בילדער קומען באמת און ווי זיי זענען ארויסגענומען פון קאנטעקסט, האב איך נישט קיין עסק געמאכט. עניוועי, ער זעט דאך קלאר א מציאות וואס דעפייט די (אזוי אומגעלונגענע פירקלעכצער) מאלערייען. א טאטע מיט א סמארטפאון וואס האט פלענטי אף טיים צו אים. נאכמער ווי זיינע חברים'ס פארפלאגטע טאטעס נעבעך.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 7:02 pm

· #353813
📎 IMG-20161107-WA0014.jpg

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נעגעל וואסער » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 7:41 pm

· #353819
טאמבל סאס
📎 IMG-20161107-WA0014.jpg

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

דאס איז עס..

זיי האבן א האלבע בריוו פון הרב פאדוואה - וואס קוקט אויס אביסעל גרייזיג- אדער ער אדער די דרוקער האט זיך געיאגט ביים שרייבן די בריוו..
איך גלייב שווער אז ער האט געעזעהן אלע קארטלעך.

פון דא גייען זיי צו יעדע רב אין לאנדאן "קוק די רב האט ג'חתמעט און די מוזסט אויך טוהן די זעלביגע זאפארט" דעס איז יעצט אין סטייל.

פון דארט פארט עס ווייטער צו רבנים דאהי דערנאך אין א"י. און די מייונונג פון 98.5% פון חרדי'שע יודן גייט ווערן נאך מער צוקוועטשט!

די מערכה איז פארלוירן 😠

נולד מאוחר » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 7:43 pm

· #353821

📎 IMG-20161107-WA0029.jpg

טאמבל סאס » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 7:47 pm

· #353823
"משמרת" על צד השני

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 7:49 pm

· #353824
א בעסערע ווערזיע פון די בריוו אינ'ם לאנדאנער אויסגאבע. שיקטס ווייטער
📎 Shomrim Letter.pdf

טאמבל סאס » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 8:08 pm

· #353825
איך ווייס איינער וואס האט געסטראשעט עמיצן לעצטנס אויב הערט זי נישט אויף צו פרובן באאיינפלוסן זיינע קינדער און פערדרייען זיי א קאפ וועט ער פארציילן אירע קינדער ווי אזוי עלטערן מאכן בעיביס. ס'ארבעט בדוק ומנוסה!

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

כוכב » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 8:10 pm

· #353826
איך האב גערעדט מיט א זון פון ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל און ער זאגט מיר אז זיין טאטע האט נישט געזען די קארטלעך און ער האט געמיינט אז דאס איז א מעסיגע זאך נישט וויסנדיג אז דאס איז א ראדיקאלע אונטערנעמונג פון יחידים. ער האט זיך מיינסטנס פארלאזט אויף אנדערע רבנים וואס שטיצן עס.
ער איז יעצט אין אויסלאנד און ווען ער וועט צוריקקומען וועט ער א בליק טון אויף די השומרים קארטלעך.

mevakesh » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 8:15 pm

· #353828
כוכב
איך האב גערעדט מיט א זון פון ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל און ער זאגט מיר אז זיין טאטע האט נישט געזען די קארטלעך און ער האט געמיינט אז דאס איז א מעסיגע זאך נישט וויסנדיג אז דאס איז א ראדיקאלע אונטערנעמונג פון יחידים. ער האט זיך מיינסטנס פארלאזט אויף אנדערע רבנים וואס שטיצן עס.
ער איז יעצט אין אויסלאנד און ווען ער וועט צוריקקומען וועט ער א בליק טון אויף די השומרים קארטלעך.

Beep me ווען ער ציהט צוריק...

טאמבל סאס » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 8:18 pm

· #353829
נאך א גרעסער חוכא ואיטלולא. ער אסר'ט ע"פ שמועה. ערז'ך סומך. ווען א איסור זאגט זיך לייכט איז דאס צוריקציען אויך נישט מ'קען שוין מיינען וואספארא פלאפ. הפה שהתיר הוא הפה שאסר א מינוט צוריק. נעם עס נישט צו ערנסט. בכלל איז דער ווייסמאנדל צושטארק אינוועסטעד. ער לייגט זיין מויל ווי זיין געלט איז ווייל פון דער מויל נעמט ער דאס...

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 8:24 pm

· #353835
C/p
בענין הקארטליך פליגי בה הני בוקי סריקי רב רחמסטריווקאי מריח טאבאק''א אוסר ורב פדוואי ערל שפתתאי מתיר.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

moshav zekeinim » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 8:27 pm

· #353836
קריכטץ ארויס פון דעם חרדישן דרעק, חרדיזם גייט סייווי אונטערגיין בקרוב. דאס זענען די גסיסה צאנקען פאר עס פארלעשט זיך. זייט נישט פון די לעצטע אפצולאזן חרדיזם.

נעגעל וואסער » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 8:34 pm

· #353838
אלעס וואס איך עס האט א פארלעסליכע הכשר! אלע מיינע "כלים" -ווי זיי רופן עס - האבן א פארלעסליכע הכשר!
און אלע קארטלעך וואס קומען אריין ביי מיר אין שטוב וועט מוזן היינט אין ווייטער האבן א פארלעסליכע הכשר אויף דעם!

כ'וויל זעהן אויף יעדע איינציגסטע קארטל פונקטליך וועלכע רב האלט אז דעס דארף מיין קליין 4 יעריגע טאכטער זעהן און טראכטן!!

געבן א הכשר אויף "שומרים קארטלך" באופן כללי, איז פונקט ווי געבן א הכשר אויף א רעסטעראנט היינט, אהן האלטן א עינא פקיחא וואס זיי גייען קאכן מארגן. כנלענ"ד פשוט וברור.

הרב ווייסמאנדל טוהט אויך אזוי אויף די אלע עסן הכשרים?? פאלאזט זיך אויף עפעס א משגיח עפ"י השמועה, און לאזט איהם טוהן מה שלבו חפץ? אתמהה.

נעגעל וואסער » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 8:38 pm

· #353840
שטעל דיך פאר אז מיין יונגעלס כתה ו' מלמד שטעלט זיך אויף אין כתה און רופט אויס "טייערע קינדערלאך, ס'דא א געפערליכע פראבלעם וואס הייסט סמארטפאון" און איז זיי מסביר ברחל בתך הקטנה פונקליך וואס דאס איז, און וועלכע געשמאקע עבירות מ'קען אלס טוהן אויף דעם וכו' "גיי זאג דיין טאטע אז ער איז א שייגעץ! גיי זאג דיין מאמע זי איז א שיקסע!" איך קען דיר צוזאגן מיין יונגעל וועט שוין נישט גיין אין דעם חדר.

דאס זעלבע טוען די אלע מוסדות וואס טיילן אדער לאזן טיילן די קארטלעך!

שוין.. גיי איך יעצט זוכן ווי צו פלאצירן מיינע 6 שעפעלעך -שטעמו טעם חטא ע"י השומרים קארטלעך.

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 9:49 pm

· #353843
moshav zekeinim
קריכטץ ארויס פון דעם חרדישן דרעק, חרדיזם גייט סייווי אונטערגיין בקרוב. דאס זענען די גסיסה צאנקען פאר עס פארלעשט זיך. זייט נישט פון די לעצטע אפצולאזן חרדיזם.

דערמאנט מיך עפעס א חתימה דא אין שטיבל
הילד איננו, דער בחור איז שוין ווייטער דא!
בלאט: 1 2 3 4