☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » אשכול אן א טיטל #11010

אשכול אן א טיטל #11010

174 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11010
בלאט: 1 2 3 4

רביה''ק זי''ע » פרייטאג פעברואר 15, 2019 9:28 am

· #424545
נאך א נקודה. די עלטערן און מחנכים ברעינוואשן די קינדער אפצוקויפן אלעס וואס מ'פארקויפט זיי, מ'טאר נישט זיין קלוגער פון די עלטערן, צאי לך בעקבי הצאן, חדש אסור מן התורה, וכו' וכו'. איינמאל ס'גייט אים אריין אין קאפ אז ס'איז דא אזא מציאות אז זיין טאטע ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך, פארלירט ער די גאנצע טראסט אין אויטאריטעט, און פאנגט אן נוצן זיין אייגענע שכל. אויב זיין טאטע קען זיין א שגץ, קען דאך יעדער זיין א שגץ, אפילו דער בעל השומרים קארטלעך זעלבסט. ס'ברענגט אונטער די גאנצע עבודה זרה פון "מ'דארף פאלגן אפילו מ'פארשטייט נישט", ס'שאפט אינגאנצן א נייע מציאות וואס איז גאר גאר געוואונטשן.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג פעברואר 15, 2019 1:28 pm

· #424556
.[/quote]

אישתישבי » פרייטאג פעברואר 15, 2019 2:23 pm

· #424559
אין די ערשטע סעריע פלעגען זיי שרייבן אסאך אז מען דארף נישט פאלגען ווען א טאטע הייסט קעגן די תורה. וואס געשעהט? א טאטע וויל נישט דער זוהן זאל גיין דער הוט, דארף דער זוהן נישט פאלגען. און די קינדער מאכען זיך שוין אייגענע גזירה שווות וואס נאך איז קעגן די תורה, אלעס וואס זיי ווילען איז דער תורה.

ביי מיר איז פשוט אז די בעלי השומרים קארטלעך זענען פשוט'ע מחבלים וואס מאכען חרוב אידישקייט.

בכלל איז אריינברענגן א מהלך פין קארטונס וואס מאכען חוזק, כדרך הגוים, חוץ וואס עס איז קעגען די גמרא פין אל תפנו, וועלען די קינדער ווען זיי ווערן עלטער מאכען קארטונס קעגען אלעס וואס זיי האבן נישט ליב, אריינגערעכנט רבנים דיינים מחמירים און די פאסאביליטיס זענען ענדלאזע.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג פעברואר 15, 2019 2:30 pm

· #424561
דאס איז אלץ לשטיתם, אז אידישקייט מיינט גיין מיט די זעלבע הוט ווי די טאטע. לשיטתנו אבער, וואס אידישקייט מיינט טון וואס שטייט אין די הייליגע ביכער אפגעזען פון וואס די טאטע טוט, איז עס מער ווי געוואונשטן.

קאצקע ציקער » פרייטאג פעברואר 15, 2019 2:35 pm

· #424563
ווען ס'קימט די צייט וועט ער זיך אליינס קויפן א סמארט פאן די שומרים קארטלעך וואס ער זעהט אלטץ קינד טוט אויף א מכה אבער די שאדן וואס ס'טוט אויף איז א פראבלעם דאס אז קינדער קיקן אראפ זייער טאטע

מודה בטפל » פרייטאג פעברואר 15, 2019 2:43 pm

· #424564
שילדיג זענען מיר די נארמאלע מענטשן וואס קענען נישט ארויסקומען מיט אנדערע קארטלעך צו טיילן און מאכן א צימעשעניש אז ס'זאל זיי פארגיין דעם אפעטיט. די קיצונים טרעפן מעלער מיט איידיעס מיט עשירים צו שטיצן, זיי טויגן בעסער. אז די משוגעים זענען מער קריעטיוו זענען זיי גערעכט

רביה''ק זי''ע » פרייטאג פעברואר 15, 2019 3:00 pm

· #424566
דער עולם דא כאפט נישט אז די שומרים קארטלעך איז נישט מער ווי א תוצאה פון די נייע מציאות פונעם איין-און-צוואנציגסטן יאר-הונדרעט, אין די היינטיגע וועלט פון אינפארמאציע איז נאר דא איין וועג איבערצוצייגן א מענטש אז דיין וועג איז ריכטיג, פשוט פרעזענטירן די פאקטן און אים לאזן אליינס אפמאכן וואס צו טון דערמיט. אויב איז ער נישט איבערצייגט אין די ריכטיגקייט פון דיין שיטה, קענסטו זיין זיין טאטע/עלטער-זיידע/רבי/רשכבה"ג, ס'עט דיר גארנישט העלפן. ס'געענדיגט די אלטע צייטן וואו א טאטע אדער מחנך האט געקענט אריינבאקן אין זיין קינד וואס אימער ס'איז אים געפעלן, א רב האט געקענט מאכן גזירות און עולם גולם איז נאכגעטאנצן, קענסט זיין חשוב ווי משה רבינו, אויב האסטו נישט קיין הסבר אויף דיין שיטה קענסטעך האלטן דערמיט. אויב האלטסטו אז די שומרים קארטלעך פיטערט דיין קינד מיט פאלשע אינפארמאציע, ווייז אים אויף די פאלשקייט דערפון, אויב דו פארשטייסט עס איז נישט דא קיין שום סיבה ער זאל עס נישט אויך פארשטיין. אויב דיין קינד קוקט דיך אראפ און ס'שטערט דיר, איז דער איינציגסטער עצה אים מסביר צו זיין פארוואס דו ביזט גערעכט.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 15, 2019 3:11 pm

· #424567
ויקץ והנה חלום. אלס איז פונקט ווי פריער, דעמאלס האט מען נאר טיילמאל געפאלגט, ווי היינט. שקר האט געבונטעוועט, און אפילו די וואס פאלגן נישט האבען געמאכט אן אנשטעל כאילו מ׳פאלגט, און די גאלדענע קייט האט זיך ווייטער געצויגן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » פרייטאג פעברואר 15, 2019 3:28 pm

· #424569
שקר האט אלץ געבונטעוועט, און שקר וועט ווייטער בונטעווען. די חילוק איז נאר, אז אמאל איז עס געווען א מלחמה איבער אויטאריטעט - ווער ס'האט געהאט מער פאווער דער האט געווינען, און היינט איז עס א מלחמה פון אינפארמאציע - ווער ס'קען בעסער אהערשטעלן זיין מיינונג איז דער געווינער. אמאל אז די שקרנים און מסלפים זענען געווען אין אויטאריטעט און דו ביזט געשטאנען פון הינטן, האט קיינער אפילו נישט געהערט וואס דו זאגסט. היינט אבער קען יעדע שמויגער זיך עפענען א בלאג און זיך אויסטענהן אויף פארומס און יוטיוב קאממענטס, און ווער ס'וויל וואוסן דעם אמת קען עס זייער גרינג טרעפן.

כי מלאה הארץ דעה כמים לים מכסים.

משהה פרידמן » מיטוואך פעברואר 27, 2019 11:22 pm

· #425333
קאמענטארן זענען איבריג📎 IMG_20190228_062149.jpeg

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk

קאצקע ציקער » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 3:00 am

· #425338
היינט שרייט מיך נאך א בחורל נו סמארט פאן
Shocking#

איסר האטלקי » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 6:35 am

· #425340
משהה פרידמן
קאמענטארן זענען איבריג📎 IMG_20190228_062149.jpeg

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk

קאנמענטארן זענען בכלל נישט איבריג. מ'שרייט שוין אזוי 8 יאר אז סמארטפאונס איז אוישוויץ, שריפת הנשמה וגוף קיים.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 10:53 am

· #425353
קאצקע ציקער
היינט שרייט מיך נאך א בחורל נו סמארט פאן
Shocking#

ווען עס פאסירט צו יענעם, טויג עס נישט. ווען עס פאסירט צו דיר, איז עס שוידערליך.
דער חילוק צווישען א recession און א depression, והדברים עתיקים.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:05 am

· #425356
איסר האטלקי
סמארטפאונס איז אוישוויץ, שריפת הנשמה וגוף קיים.

שוין א לאנגע צייט וואס איך וואונדער מיך וויאזוי א נשמה קען ווערן פארברענט, איך מיין אז פשט איז אזויווי ניטשע האט געזאגט "גאט איז טויט", והוא הדין לענין הנשמה, ודו"ק.

וואלווי » פרייטאג מערץ 1, 2019 1:49 am

· #425452
רביה''ק זי''ע
איסר האטלקי
סמארטפאונס איז אוישוויץ, שריפת הנשמה וגוף קיים.

שוין א לאנגע צייט וואס איך וואונדער מיך וויאזוי א נשמה קען ווערן פארברענט, איך מיין אז פשט איז אזויווי ניטשע האט געזאגט "גאט איז טויט", והוא הדין לענין הנשמה, ודו"ק.


פארקויף נישט די נשמה פאר די שטן !
(ראדני בית כסא)

דאס מיינט ישיב לא נאמר כי אם ושב, אז די אייבערשטער איז מיט אונז אין גלות, און קען אויך פארקויפט ווערען.

אבער פארברענען די נשמה? גאט ב"ה איז אליינס אן אש אוכלה, איז דען שייך צו פארברענען פייער?

אישתישבי » מיטוואך מערץ 6, 2019 6:07 pm

· #425896
היימישע געשעפטן דארפען באקומען פרעשור אז זיי זאלען נישט פארקויפען די אומווערדיגע קארטלעך.

איסר האטלקי » מיטוואך מערץ 6, 2019 7:54 pm

· #425902
קיין איין געשעפט פארקויפט נישט די קארטליך. מ'טיילט עס אין חדרים און פריוואטע מענטשן טיילן עס ארום אין די בתי מדרשים.

(איך קום אין בית מדרש פארטאגס, טרעף איך די קארטליך נאך פאר ס'ווערט אוועקגעווארפן...)

מודה בטפל » מיטוואך מערץ 6, 2019 8:48 pm

· #425904
קודש ספרים סטאר פארקויפט עס

הקטן » דאנערשטאג מערץ 7, 2019 9:57 am

· #425920
וואלווי
רביה''ק זי''ע
איסר האטלקי
סמארטפאונס איז אוישוויץ, שריפת הנשמה וגוף קיים.

שוין א לאנגע צייט וואס איך וואונדער מיך וויאזוי א נשמה קען ווערן פארברענט, איך מיין אז פשט איז אזויווי ניטשע האט געזאגט "גאט איז טויט", והוא הדין לענין הנשמה, ודו"ק.


פארקויף נישט די נשמה פאר די שטן !
(ראדני בית כסא)

דאס מיינט ישיב לא נאמר כי אם ושב, אז די אייבערשטער איז מיט אונז אין גלות, און קען אויך פארקויפט ווערען.

אבער פארברענען די נשמה? גאט ב"ה איז אליינס אן אש אוכלה, איז דען שייך צו פארברענען פייער?

ס'איז א מליצה, chill

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 7, 2019 10:02 am

· #425922
הקטן
וואלווי
רביה''ק זי''ע
איסר האטלקי
סמארטפאונס איז אוישוויץ, שריפת הנשמה וגוף קיים.

שוין א לאנגע צייט וואס איך וואונדער מיך וויאזוי א נשמה קען ווערן פארברענט, איך מיין אז פשט איז אזויווי ניטשע האט געזאגט "גאט איז טויט", והוא הדין לענין הנשמה, ודו"ק.


פארקויף נישט די נשמה פאר די שטן !
(ראדני בית כסא)

דאס מיינט ישיב לא נאמר כי אם ושב, אז די אייבערשטער איז מיט אונז אין גלות, און קען אויך פארקויפט ווערען.

אבער פארברענען די נשמה? גאט ב"ה איז אליינס אן אש אוכלה, איז דען שייך צו פארברענען פייער?

ס'איז א מליצה, chill


Same here. זעט אויס אז נאכ'ן זיבעטען מאל כאפט מען אויפ'ן ווינק...

חתן בחור » דאנערשטאג מערץ 7, 2019 11:37 am

· #425930
פושעי ישראל בגופן ופושעי אומות העולם בגופן יורדין לגיהנם ונידונין בה י"ב חדש לאחר י"ב חדש גופן כלה ונשמתן נשרפת ורוח מפזרתן תחת כפות רגלי צדיקים שנא' (מלאכי ג, כא) ועסותם רשעים כי יהיו אפר תחת כפות רגליכם.

(ראש השנה י״ז א׳)

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מערץ 7, 2019 12:02 pm

· #425934
מילא פון פייער, אבער סתם גלאט אזוי פון זיך איינקוקן אין א סקרין? אלא מחוורתא כדשנינן.

חתן בחור » דאנערשטאג מערץ 7, 2019 12:17 pm

· #425936
שוין גארנישט אזוי גלאט, די תנא קמא האלט אז דורכ׳ן קוקען אויפ׳ן טמא׳נא כלי (פוי) ווערט מען א פושעי ישראל בגופן.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מערץ 3, 2021 11:50 pm

· #467930
די גוים האבן זיך צוגעכאפט...
בלאט: 1 2 3 4