☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #11000

אשכול אן א טיטל #11000

175 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11000
בלאט: 1 2 3 4

— » פרייטאג אקטאבער 7, 2016 3:36 pm

· #351922

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

moshav zekeinim » פרייטאג אקטאבער 7, 2016 6:38 pm

· #351937
.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 9, 2016 12:41 am

· #351985
געוואלדיג: ייש"כ. די לייק איז פאר'ן מעקן זיינע דברי נאצה וכפירה...!

נולד מאוחר » זונטאג אקטאבער 9, 2016 1:20 am

· #351994
אנאנים, כמיין די טרייבסט היפש איבער , סאיז כמעט נישט דא קיין חסידישע אפיקורסים אז מזאל אפי מאכן א שמועס דערוועגן

מור וקציעה » זונטאג אקטאבער 9, 2016 1:28 am

· #351997
[ציטאט אראפגענומען]

זייער שיין א גרויסען דאנק

אויב איז עס ריכטיג אז ביי חסידים איז דא העכערע פראצענטען פון יונגעלייט וואס צווייפלען אין די יסודות האמונה, איז עס לכאורה נישט ווייל ביי ליטאים איז דא מער טאלעראנץ אדער ברייטקייט,

אדרבה, ליטאים זענען בד''כ מער פאנאטיש און דוגמאטיש און איינער וואס צווייפלט אין די השקפה אדער דעת תורה ווערט באזייטיגט אסאך שנעלער

משא''כ ביי חסידים קענט איר גרינגער טרעפען אפענע ציניקער/לצים/אויפגעקלערטע וואס זענען חשובע מענטשען (דוגמת המגיה הידוע פונם אומאפהעניגען זשורנאל, שטייצעך איך קען נישט אויסרעכענען די אומצאליגע נעמען וואס קומען גראד ארויף אויפן געדאנק אין א פובליק פורום)

לדעתי האט עס אביסעל צוטוהן מיט דעם וואס דער חסיד [פון סיי וועלכע קרייז] איז על כרחך מער ציניש פון אנהויב אׇן צוליב די היפאקראטיע פון זייערע אדמו''רים וואס לעבן אין לוקסוס, אויסגעצאלטע הייזער פאר די קינדער און אייניקלעך, לויפן פון וואקאציע צו וואקאציע, גאראנטירטע אינקומס וכו' בשעת ווען דער חסיד בד''כ מוטשעט זיך דורך שטופען דעם חודש,

משא''כ ביי די ליטאים לעבען נישט זייערע גדולים אין גרויס רייכקייט און לוקסוס מער ווי עווריזש מענטשען עכ''פ נישט אפען

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 9, 2016 1:44 am

· #351998
מור וקציעה: מיט די ערשטע העלפט פון דיין תגובה ביניך מסכים 100%. אבער די צווייטע העלפט וואו דו ברענגסט סיבות וטעמים פארוואס חסיד'ישע אידן זענען בדרך כלל מער ציניש ווייל זיי קוקן צו ווי די אדמורי"ם און זייערע קינדער לעבן אין לוקסוס און די פשוטי עם מוטשען זיך מיט'ן טאג טעגליכן לעבן. וויל איך דיר זאגן אז דאס איז א דזשענעראלייזעישן. ווייל דער רבי צו וועם איך קער מיך אן האט נישט קיין טראפ לוקסוס אין זיין דירה. און זיינע קינדער וואוינען אלע אין געדונגענע דירות. קיין איינציגער האט נישט זיין אייגן הויז. ביי מיין רעבי'ן אין דיינינג רום איז שוין דא די זעלבע לייטינג פיקטשער פאר מער ווי פערציג יאר. און איך גיי זייער אפט ארויף אין זיין דירה. און ווען ער האט אמל אפגעקויפט אן אלטן קעדילעק פון א שכן, וואס יענער האט שוין געהאלטן ביי אוועקווארפן, האט ער אייביג געזאגט...מה יאמרו הבריות. איך, די רבי פארט מיט א קעדדי...! היינט האט ער א פשוט'ע מיני ווען וואס דער גבאי דרייווט...מער וויל איך נישט זאגן מפני חשש גילוי...ממילא קענמען נישט מאכן א סטעיטמענט אז אלע רעבעס לעבן אין לוקסוס...יא. זיכער געוויסע העיליגע רעבעס (וועלכע וועיסן קעינמאל גארנישט)...אבער די עכטע מנהיגי הדור לעבן בכלל נישט אין לוקסוס...!

מור וקציעה » זונטאג אקטאבער 9, 2016 3:07 am

· #352001
טאקע וועגען דעם איז ידידינו ר' בערל געבליבען שטארק אין די עיקרי אמונה ב''ה

איך רעד באופן כללי און פון די גרויסע פירמעס (א שטייגער ווי צאנז סקווירא בעלזא סאטמר וכו')

זבולון » זונטאג אקטאבער 9, 2016 9:11 am

· #352020
האסט אראפ געלייגט א הנחה אז עס געשעהט מער ביי חסידים ווי ביי נישט-חסידים, איך ווייס נישט אויב עס איז ריכטיג, און איך וועל נישט ווערן קאנווינסד בעפאר דו וועלסט נישט נעמען אן אויסגעהאלטענע סורוועי, וואס איז אוממעגליך. ווארשיינליך זייענדיג א חסיד שטויסטו זיך אן מער אין חסידים.

אזוי צו אזוי, דיין פונקט איז אייביג ריכטיג. טערארעזירן טאר מען קיינמאל, און נישט נאר ווייל עס וועט נישט העלפן אדער גאר קאליע מאכן, נאר בעיקר ווייל מען טאר נישט טערארעזירן אנדערע. ספיקות און קושיות מוז אייביג זיין לעגעטים.

בכלל, כדי צו מגדיר זיין איינעם אלס אן אפיקורוס איז זייער שווער. מ׳ברויך צו זיין א גרויסער אפיקורוס צו קענען פונקטליך ארויסהאבן די הגדרה פון אן אפיקורוס. וואס דארפן מיר זיך פאטשקען אין שמוץ?

ווען די מאמינים וועלן זיין אזעלכע שטארקע און קלארע מאמינים, וועלן מיר קענען זיך נעמען צו די אפיקורסים. ביזדערווייל, האב איך נאכנישט געטראפן קיין מענטשן מיט א פעסט געבויעטע אמונה, און נישט קיין איינער מיט א פעסט געבויעטע כפירה. מיר זענען אלע בני אנוש, מיט אונזערע באגרעניצונגען, און מיר אלע מוטשען זיך מיט קושיות און ספיקות, כל חד וחד לפום דרגא דיליה.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 9, 2016 10:18 am

· #352027
איך האב אנגערירט דער נקודה דא, און מ'האט מיר אביסל אטאקירט. ס'איז נאך דא וואס אויסצושמועס'ן און איך האב אביסל געשריבען דא אויך

תורה ומדע » זונטאג אקטאבער 9, 2016 12:12 pm

· #352037
אלס קומפט וויל מען לערענט נישט גפ"ת אויפן ריכטיגען אוביעקטיווען דרך באופן של הישיבות הק דליטא. ואידך פירושא הוא זיל גמור..

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 9, 2016 3:45 pm

· #352055
זבולון: דו זאגסט צווישן איבעריגע אז צו קענען וויסן אויף זיכער אויב איינער איז אן אפיקורס מוז מען אליינס זיין א גרויסער אפיקורס...
איך האב א פשוט'ע הגדרה פאר אן אפיקורס...(און איך קען עטליכע פערזענליך.)...איינער וועלכער גלייבט נישט אין דרשות ודברי חז"ל. ער טראכט זיך..."מאי אהנו לן רבנן"...ער האט קאנטעמפט (סארי. כ'ווייס נישט דאס אידישע ווארט פאר דעם.) פאר די חכמי התלמוד. ער האלט אז זייערע דרשות זענען איבריג...און זיי געבן גארנישט צו צום דיאלאג...!

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 9, 2016 3:50 pm

· #352056
תורה ומדע: איך האלט אויך אז מ'דארף לערנען גפ"ת מיט א ברייטערן פערספעקטיוו. אבער נישט אין די ליטווישע ישיבות און זייער דרך הלימוד ליגט די לעזונג. נאר די מגידי שיעור און רבי'ס דארפן האבן א ביסל מער וועלטליכע בילדונג. ווי היסטאריע און געאגראפיע און סאציאלע לימודים. און פון דעם קוק ווינקל לערנען פשט אין די גמרא...!

תורה ומדע » זונטאג אקטאבער 9, 2016 3:52 pm

· #352057
berlbalaguleh
תורה ומדע: איך האלט אויך אז מ'דארף לערנען גפ"ת מיט א ברייטערן פערספעקטיוו. אבער נישט אין די ליטווישע ישיבות און זייער דרך הלימוד ליגט די לעזונג. נאר די מגידי שיעור און רבי'ס דארפן האבן א ביסל מער וועלטליכע בילדונג. ווי היסטאריע און געאגראפיע און סאציאלע לימודים. און פון דעם קוק ווינקל לערנען פשט אין די גמרא...!

נוסח שטיינזאלץ?

טאמעוואטע » זונטאג אקטאבער 9, 2016 4:00 pm

· #352058
לויט וויזוי איך קיק עס אהן איז נישט דא קיין אפיקורסים וואס איז אמאל געווען דאס הייסט איינער וואס גלייבט נישט אין יציאת מיצרים אדער קען דיר אויפווייזן אז די געשעניש פין מן איז קיינמאל געווען, די אלע היינטיגע אזויגעריפענע אפיקורסים האלטן ביי זיראו. לעבן אין די פאפערייען מיט זיין פרוי אז ער איז א ערליכע אינגערמאן איז עים לאנגווייליג געווארן קימט ער ארויף מיט א שפריכווארט או טי די וואס דאס מיינט אין אידיש. די אידישע פארלאנגען זענען מיר צי שווער. אלזאו פאר אזעלכע אינגעלייט קימט נישט אריין עים מקרב זיין אין נישט פארשעמען ווייל זיי זענען פורקי עול

Sent from my SM-N930T using Tapatalk

mevakesh » זונטאג אקטאבער 9, 2016 4:12 pm

· #352060
טאמעוואטע

עס דערקוויקט די הארץ צו הערן אזעלכע קלארע דיבורים קולע אל השערה כמים קרים על נפש עייפה
ישר כח!

ביבער » זונטאג אקטאבער 9, 2016 4:29 pm

· #352062
טאמעוואטע
לויט וויזוי איך קיק עס אהן איז נישט דא קיין אפיקורסים וואס איז אמאל געווען דאס הייסט איינער וואס גלייבט נישט אין יציאת מיצרים אדער קען דיר אויפווייזן אז די געשעניש פין מן איז קיינמאל געווען, די אלע היינטיגע אזויגעריפענע אפיקורסים האלטן ביי זיראו. לעבן אין די פאפערייען מיט זיין פרוי אז ער איז א ערליכע אינגערמאן איז עים לאנגווייליג געווארן קימט ער ארויף מיט א שפריכווארט או טי די וואס דאס מיינט אין אידיש. די אידישע פארלאנגען זענען מיר צי שווער. אלזאו פאר אזעלכע אינגעלייט קימט נישט אריין עים מקרב זיין אין נישט פארשעמען ווייל זיי זענען פורקי עול

Sent from my SM-N930T using Tapatalk

סאיז פשוט אזוי, ווי שווער איז דען צו לערנען גפ"ת אויפן ליטווישן דרך?

טייערע ברודער » זונטאג אקטאבער 9, 2016 4:39 pm

· #352065
קומט אויס פון העניך׳ס ווערטער, אז דער ליטווישער מהלך איז מער שכל׳דיג ווי דער חסידישער מהלך, און דערפאר פארלירען ווייניגער ליטווישער זייערער אמונה.
I care to differ.

Sent from my LG-H525n using Tapatalk

פרייוויליג » זונטאג אקטאבער 9, 2016 4:41 pm

· #352066
@אנאנים האט שוין אנגערירט די נקודה פונעם פותח האשכול מיט א געוואלדיגע בהירות - ליין דא

@זבולון האט מיך ממש ארויסגעכאפט די ווערטער פון מיין מויל. רוב אפיקורסים וועמען דו באצייכנסט אלס אפיקורס, גייען אפילו נישט אריין אין די קאטעגאריע פון די חזון איש אז 'נעבעך אן אפיקורס איז אויך אן אפיקורס'. צווישן די חסידים קענסטו טרעפן אסאך אזוי ווי דו שרייבסט: "ציניקער/לצים/אויפגעקלערטע". ווער זענען די מערהייט שרייבער דא אויב נישט חסידים. און ווי אויך ווייסט יעדער, אז חסידות איז געבויעט אויף א גאר שארפע עקסטערעמע וועג. נעם א דוגמה די ביהמ"ד אוהל ישרים, וואס אנאנסירט אז זיי גייען נישט מוצא זיין פרויען וואס גייען מיט שייטלעך מיט תקיעות שופר. ווען איך האב דאס געזען האב איך געמיינט איך פאל אראפ. איז דאס תורה? הזאת נעמי? איז דאס די אידישע פאלק וואס ווערט באשריבן אין תנ"ך?

פערציג אוהל ישרים צעטלעך איז די והותר פאר איינעם מיט א שוואכע הארץ איבערצולאזן אלעס אונטער זיך. דאס האט גארנישט מיט אפיקורסות. דאס האט מיט אנגעגעסענע עקסעסיוו none sense וואס לאו כל מוחא סבל דא.

און דאס וואס אנאנים שרייבט: אז די "וואס מאכן אוועק די וואס האבן ספיקות מיט דער טענה אז עס קומט נאר פון ווייטאג. צו זאגן אזוי איז אראגאנט און רשעות'דיג". איז ריכטיג און אומריכטיג.

עס איז ריכטיג, ווייל עס זענען פארהאנען צאללאזע מענטשן וואס האבן לעגיטימע קשיות, און האט זיי מעגליך יא צוגעפירט צו אפיקורסות, און עס האט גארנישט מיט ווייטאג.

און עס איז אומריכטיג, ווייל נישט יעדער וואס לאזט איבער אידישקייט אדער האט קשיות ווערט אן אפיקורס. קשיות זענען געזונט, טענות זענען געזונט, אבער דאס זענען נאכנישט קיין סמנים פון אפיקורסות. און יא, אסאאך מאל קומען קשיות פון ווייטאג, עין ערך אוהל ישרים. דער מענטש כאפט אליין נישט אסאך מאל מהיכן קשיא זה חי.

גנדי » זונטאג אקטאבער 9, 2016 5:01 pm

· #352067
נולד מאוחר
אנאנים, כמיין די טרייבסט היפש איבער , סאיז כמעט נישט דא קיין חסידישע אפיקורסים אז מזאל אפי מאכן א שמועס דערוועגן

#אונטער-די-קארפעט

גנדי » זונטאג אקטאבער 9, 2016 5:10 pm

· #352068
טאמעוואטע
לויט וויזוי איך קיק עס אהן איז נישט דא קיין אפיקורסים וואס איז אמאל געווען דאס הייסט איינער וואס גלייבט נישט אין יציאת מיצרים אדער קען דיר אויפווייזן אז די געשעניש פין מן איז קיינמאל געווען, די אלע היינטיגע אזויגעריפענע אפיקורסים האלטן ביי זיראו. לעבן אין די פאפערייען מיט זיין פרוי אז ער איז א ערליכע אינגערמאן איז עים לאנגווייליג געווארן קימט ער ארויף מיט א שפריכווארט או טי די וואס דאס מיינט אין אידיש. די אידישע פארלאנגען זענען מיר צי שווער. אלזאו פאר אזעלכע אינגעלייט קימט נישט אריין עים מקרב זיין אין נישט פארשעמען ווייל זיי זענען פורקי עול

Sent from my SM-N930T using Tapatalk

יישר כח פאר קאנפירמען דאס וואס העניך שרייבט.

גנדי » זונטאג אקטאבער 9, 2016 5:10 pm

· #352069

זבולון » זונטאג אקטאבער 9, 2016 6:22 pm

· #352085
[ציטאט אראפגענומען]

עס מאכט עס נאך אלס נישט פאר אן אויסגעהאלטענע סורוועי.

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 10, 2016 1:26 am

· #352130
טאמעוואטע
לויט וויזוי איך קיק עס אהן איז נישט דא קיין אפיקורסים וואס איז אמאל געווען דאס הייסט איינער וואס גלייבט נישט אין יציאת מיצרים אדער קען דיר אויפווייזן אז די געשעניש פין מן איז קיינמאל געווען, די אלע היינטיגע אזויגעריפענע אפיקורסים האלטן ביי זיראו. לעבן אין די פאפערייען מיט זיין פרוי אז ער איז א ערליכע אינגערמאן איז עים לאנגווייליג געווארן קימט ער ארויף מיט א שפריכווארט או טי די וואס דאס מיינט אין אידיש. די אידישע פארלאנגען זענען מיר צי שווער. אלזאו פאר אזעלכע אינגעלייט קימט נישט אריין עים מקרב זיין אין נישט פארשעמען ווייל זיי זענען פורקי עול

Sent from my SM-N930T using Tapatalk

טאמעוואטע: דיין אפשאצונג איז ריכטיג. אזוי האט אויך געהאלטן דער מלבי"ם. ס'איז א באקאנטע מעשה אז ס'איז איינמאל געקומען צו איהם אן אפיקורס און ר'האט איהם געזאגט אז ער האט א סאך קשיות אויף די אמונה. האט איהם דער מלבי"ם געענטפערט. ס'זענען נישט קיין קשיות. דאס זענען תירוצים. דו ווילסט זיין א פורק עול. און דו זוכסט תירוצים.
אויך דער פאל מיט שאולי גראסמאן איז א ראיה צו דיין באהויפטונג. ער איז נעבעך געפאלן א וויקטים צו סאציאלע און משפחה אומשטענדן. און ר'האט זיך נישט געקענט גובר זיין אויף די נסיונות. און ער האט אוועקגעווארפן די רעליגיע. זאגט ער אבער אז ער איז געקומען צו די מסקנא פון זיין אן אפיקורס דורך חקירה...!

טאמעוואטע » מאנטאג אקטאבער 10, 2016 1:38 am

· #352131
עקסעקטלי האסט אנגעכאפט א נאמען אין אזוי איז דא נאך אן א צאל

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 10, 2016 5:09 am

· #352139
נולד מאוחר
אנאנים, כמיין די טרייבסט היפש איבער , סאיז כמעט נישט דא קיין חסידישע אפיקורסים אז מזאל אפי מאכן א שמועס דערוועגן

פאר נייגעריגקייט וויל איך וויסן צו דו ביסט סארקאסטיש? ביסט נאאיוו? ביסט נישט ריעליסיטיק? ביסט נעריש? אדער דו ביסט פשוט נישט באהאוונעט?

נולד מאוחר » דינסטאג אקטאבער 11, 2016 12:17 am

· #352215
אביסעל פון אלעס

טאמבל סאס » דינסטאג אקטאבער 11, 2016 9:54 am

· #352248
דער פותח האשכול קוקט עס אן אביסעלע אויבערפלעכליך לדעתי. מענטשן ווערן נישט אפיקורסים ווייל זיי ווערן צושטארק געשטופט; און די שטופערס טראכטן נישט סטראטעגיש כלומר 'צו שטופעך אים צושטארק ער וועט נאך חלילה אינגאנצן פוקר זיין' אדער למשל: 'אוי ער גלייבט נישט מער אין די חוזה מ'דארף רעדן צו אים'.

די דיון איז איבער א קהלה/קהלות וואס איר הנהגה האט זיך פארמירט, בהסכמת כולם צו נישט, ע"פ א סיסטעם אין וועלכער א מועט איז מרוויח אויפ'ן רבים דורכן זי קאנטראלירן. רווחים אין פארשידענע פארעמען. עס דארף צו הייסן אז ס'איז א פעיר דיעל. דהיינו, דער יחיד גיט אויף זיין נייגער, בחירה חופשית און אינדיווידואליזם אין אויסטויש פאר שאר כסות ועונה. צו דאס איז וואס געשעהט אין רעאליטי איז שוין נישט נוגע ווילאנג קיינער קען דאס נישט אויפזעהן אדער פעסטשטעלן. איין מעטאד אף קאנטראל איז דורך האלטן אלעמען איגנאראנט. ווי ווייניגער וויסנד. אומוויסנד בעולם המעשי כדי ער זאל נישט ווערן זעלבסשטענדיג, און אומוויסנד בעולם הרוח כדי ער זאל נישט אויפקומען אויפן שווינדל. אפיקורס אין דער פאל מיינט אז עמיצער, א געוויסער יחיד, כופר'ט אין דער דיעל מיטן ברעכן זיין part פון דער (געצווינגענער?) קאנטראקט. ברעכן קען זיין אויף פארשידענע אופנים. פערצופאל דא איז עס דורכן אינקווייערן אין פרעמדע תחומים; תחומים וואס מאכן אים קלוגער און ברענגען אים - צו צווייפלען אין וויפיהל עס איז די תועלת פון די קאנטראקט אדער - חוקר ודורש זיין אויב זי ווערט קאמפלייד כראוי.

די פחד פון די מועט המנהיגים איז באגרינדעט, און ווען דער יחיד פיהלט באקריוודעט איז עס געווענליך ווייל סוכ"ס קריגט ער א געוויסע טובת הנאה, ווייל אז נישט וואלט נישט געווען מיט וואס אים צו באקריוודען. די שאלה איז נאר אויב די קריוודעס זענען ביושר? דער מועט המנהיגים וויל נישט מאמינים פער סע, ווי מיר פארשטיין די אפטייטש פון מאמין. זי וויל מאמינים אין עז מאטש די אמונה איז חסרון ידיעה אדער אדער ידיעות אי נחיצות. עמיצער וואס הויבט אן אפיקורסען אין דער דיעל כנ"ל איז תיכף א טרעט, תיכף א סכנה. עקספעקטן פון אים ער זאל אויפהערן אינקווייערן ערגעצוואו ביי אן ארביטרארי פוינט איז אדער ווי איינער זאגט: דזשוין די מועט אדער ווי איינער זאגט: ווייסטו וואס, ביידע צדדים וועלן נאכלאזן אויף די עקספעקטעישאנס פון די דיעל. העניך בעט די שפעטערדיגע נאר אין אנדערע ווערטער. אבער לדעתי איז עס תמימות'דיג גערעדט. דער מועט וועט ליידן מער מאטריעלע פארלוסטן אויב דארף זי רעפארמירן די דיעל ווי פון די פאר אפיקורסעלעך וואס בריקען מיט די פיסעלעך און די עסקנימ'לעך וועם מ'ברויך איינשפאנען זיך אפצוגעבן מיט זיי. אפיקורס, הער אויף צו שפיהלן וויקטעם און נעם דיך אין די הענט אריין.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 3:02 am

· #352316
טאמבל סאס: נאר צו צולייגן צו דיין מאמר. נאר ווען דער איצטיגער פיהרער וועט פארמאכן די אויגן, וועטציך אי"ה טון א רעוואלוציע און איבערקערעניש אין שטעטל, וואס די אונטערדריקונג האט אפגעהאלטן ביז איצט. דער בן הבכור און יורש רעדט זיך נעבעך איין אז ער וועט איבערנעמען א קאמפלעטע זאך. אויב ער וועט זיך נישט צו שטעללן צו די היינטיגע (און נעכטיגע) אונטערדריקטע יונגעלייט, וועט ער בלייבן מיט גארנישט. די ק.ג.ב. אגענטן וועללן בלייבן אן ארבעט. דער היינטיגער טאאטע איז געווען זייער שטארק לאקי. נאר ביי די קאזינ'ס איז אויכעט נישט קיין סאך בעסער. זיי זענען פונקט אזעלכע רשעים ווי די אין די אפסטעיט קאונטי. הגם זייער טאאטע איז אן איידעלער איד...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 6:10 am

· #352322
הסכמות איז צו שווער און ליצנות איז צו לייכט

טאמבל סאס » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 2:27 pm

· #352370
גרובלען אין די יסודות'דיגע אמונות האט אן עקיוואלענט אין גויאיש. (ווי אויך איז עס נמשך נאך געוויסער טרעיט.) עס רופט זיך 'אסקינג די אלטימעט קוועשטאנס' - פרעגן די עקזיסטענציעלע פראגען. פארוואס זענען מיר דא? Why is there something rather than nothing. און וואס דארף זיין אונזער ציהל? עס איז די סיבה פארוואס מענטשן לערנען פיליזאפיע און פארוואס מענטשן טוען סייענס. אויב וואלט א חסידישע איד געקענט אנגיין מיטן לעבן און זיין אפן מיטן נישט גלייבן די ווייניגער וויכטיגע אמונות וואלט ער אויסגעקוקט גאנץ אן אנדערע חסידישע איד. פארקערט, א גרויסער פראצענט מענטשן, בטבע האנושי, גריבלען אין די גרויסע קשיות סתם פאר הנאה אבער א מועט ווייל עס איז זיי נוגע הלכה למעשה. (ווען א רבים טוט עס פאר הלכה למעשה בדרך קבעי און א מועט פאר הנאה איז סאסייעטי אויף געהאקטע צרות. אין אזא צייט פרעגט מען מלאכתו מתי נעשית. פארשטיי אז באמת איז בדבר הזה- טוהן אינדעם נאר כשנוגע הלכה למעשה איז א סתירה ווייל אז מ'איז באמת אינטרעסירט טוט מען דערין אפי' כשלא נוגע און אז נישט, טוהט מען נישט באמת אינדעם), אבאמא ווי מיר קענען אים - מיט זיינע נאטורן פון דעם לייף - וואלט געווען א ראה"כ אדער דער עקיוואלענט פון א נישט קארופטירטער פאליטישאן/מאכער, געוואנדן ווער ס'רעדט. די פראבלעם דא איז אז מ'פארדרייט פשוטע מענטשן א קאפ און מ'שטאפט זיי אין האלדז איבריגע דאגות וואס לכשעצמם וואלטן זיי נישט געדארפט שטערן דאס מעשה'דיגען לעבן נאר אז מען פארבינדט עס מיט א סאושל קאנטראקט וואס איך האב אנגערופן 'דער דיעל' וואס צענטערט זיך ארום פראקטיס ווערן די קשיות טאקע דאס - נאר א שאלה פון פראקטיס - וכך גם הכפירה בהן והבן.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 3:15 pm

· #352382
ריכטיג - דו מאכסט א הנחה אז דער געמיינדע באשטייט נאר פון עקסטרעמיסטען. ס'איז דא גענוג און נאך מענטשען וואס ווילען פרעגען און פארשטייען אן זיין פארווייטאגט און פארטענה'ט. גענוג און נאך סטאדע מענטשען ווילען נישט זיין קיין סטאדע מענטשען, נאר זיי טרעפען עס שווער.

ואני הראיה. איך בין א פולקאמע מעמבער פון דער 'ישיבה געזעלשאפט'. איך האב נישט קיין פאראיבעל אויף די ציהלען פון מיין סאסייעטי צו זייער צענטראלע שיטות. דער פירערשאפט פון די יורשים שטערט מיר און דער טפשות פונ'ם נערישען עלעמענט. און דאס האלט מיר נישט צוריק פון טראכטען און קלערען, פרעגען און אויפווייזען.

דאס אז טראכטען גייט מיט טענות איז א גלויבונג וואס די הויפט-קווארטיר נוצט צוריק צו האלטען די אומשולדיגע שעף פון זיי אפווארפען פון אמט.

טאמבל סאס » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 5:11 pm

· #352396
זיין הנחה איז געווען אז אלע זענען נעראנים און עקסטראווערטס. ווי אויך אז איבעראל זענען די מנהיגים פארדארבן. דאס איז אין די זעלבע צייט וואס נישט לאנג צוריק האט ער געזאגט אז איך פארשטיי נישט אז ס'איז דא אויך גוטע מענטשן אויף די וועלט. ס'זאל הייסן אז מרוב טובתם ווילן זיי אלטרואיסטיקלי העלפן די אלע וואס זענען גרייט זיך צו לאזן העלפן און ספעציעל פרויען. זיי וועלן אפילו טוהן די 'טראכטן' פאר דיך. און היות אונזער געזעלשאפט איז א מאדעל פון א רבים וואס סוירווייווד דאס בעסטע דערפאר ברויך מען עס בלויז באטראכטן ווי א רבים וואס בענעפיטירט פון א רבים. ולא פליגי כי ריכטיג לשיטתיה אז אמת און אומרעכט איז נאר תלוי אין דער וויקטעמ'ס ידיעה אדער מזל אין וואספארא קערפער/מצבים he happened to be born into.

פעם ראיתי עדה ובה מופנמים ומוחצנים משתמשין בערבוביא.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

ביבער » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 10:31 pm

· #352443
ס'נישט קיין נפק"מ לדעתי וואס דער סיבה פונעם גרובלען, לאמיר אפילו אננעמען אז יעדער האט אן אייגנארטיגע סיבה אבער @טאמבל האט א אמת'ר נקודה, אונזער (טאטאליטעירען) קולטור איז געבויט אויף געוויסע יסודות און בלינדע פאלגזאמקייט איז איינע פון זיי.

אבער וויאזוי ס'זאל נאר זיין איז א טויש (רעוואלוציע בלע"ז) אומפארמיידבאר, און בקרוב וועט שוין זיין והשיב לב אבות על בנים וגו'

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 12:15 pm

· #352506
ר' נחמן'ס פאזיציע האט גארנישט מיט דער געזעלשאפט. דער מענטשליכע ענדלאזע געראנגעל, צווישען חומר און גוף, אידיאל און ריאל, לאזט נישט קיין מנוחה פאר'ן סענסיטיווע נשמה. היינו טעמא דקאצק והיינו טעמא דמוסר'ניקס.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 3:52 pm

· #352516
פתח בכד וסיים בכותל. איך האב נישט קייין אהנונג וואס דו רעדסט, און פארוואס איך פארטרעט ר' נחמן. איך האב גארנישט מיט ברסלב, אויסער דעם וואס אלס בחור האב איך געמאכט א שפיצעל אויף אחד מגדולי משפיעי ברסלב און געקלינגען אין מיט'ן נאכט אז איך וויל ווערען א ברסלב'ער און איך האב מורא אז די ישיבה וועט מיר כאפען

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 4:17 pm

· #352519
מ'האט מיר אין אישי אויפגעוויזען מיין טעות. איך האב געמיינט מ'רעדט פון ר'נחמן ברסלבער, נישט ר' נחמן צומישטע.

אישתישבי » מוצ"ש אקטאבער 15, 2016 10:10 pm

· #352541
מען פראבירט דא צומאכען כללים פין פרטים.
דהיינו, ליטוואק טענה'ט אז לפי דעתו, איז ער משער אז ליטוואקסס האבען ווייניגער אפיקורסים, און די חסידים שרייען אפכא מסתברא.
ואני אומר עס איז נישט מעגליך צו וויסען, ווייל ווי מען האט שוין דא אויפגעברענגט, איז דער לעבעל אפיקורס גאר שווער צו אניליזירען.
נעם איינער וואס היט מצוות אבער צומאל ווען עס איז אים שווער כאפט ער חלב סתם טשאקאלאד, איז ער צוליב דעם אן אפיקורס?
איינער וואס איז מסופק אין תורה מסיני, ווייל ער האט נישט קיין הוכחות, אדער ווייל די הוכחות וואס מען גיבט אהן רעדען נישט צו אים, אבער היט די מצוות די זעלבער ווי דער אויבערפלעכליכע וואס ווייסט נישט ווער דארווין איז, איז לדעתי גארנישט ווייניגער.
כל זמן ער פארט מיט דער באן איז ער אקעי.
דער מושג וואס איז היינט געווארען אז טאמער איינער גלייבט נישט אז ר' יענקעלע האט געקענט סטעמפלען א לוח און מאכען דערפין א פאספארט ווערט א אפיקורס איז א מחלה פין חריידיזים.
און אפיקורסוס אין חריידיזים איז א גוטע זאך.
לאז זיין אז די ליטוואקס חריידיזים פארלאנגט אביסעל ווייניגער אמונות טפלות, ווייל רח"ק האט הערשט אנגעהויבען אפאר יאר צןריק.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 16, 2016 5:45 am

· #352577
דו מישסט צוזאם א קוגעל.
קודם בין איך נישט דער מ"ד דא, העניך איז.
איך האב נאר געטענה'ט אז דורך די הסתרה פון אמונות טפלות און נערישקייטען וואס בוזשעוועט אויך אין די א.ג. ליטווישע וועלט, שטראלט איין ליכט פון פרייהייט אז מ'קען אנדעריש האלטען. רח"ק איז אוודאי א ריזיגע נערישקייט, אבער מ'קען לייקענען דערין אן זיין אן אפיקורס. פאליטיק איז עפעס אנדעריש, אבער דאס האט מיט אנדערע עניינים וואס דא איז נישט דער פלאץ.
איינער וואס טוט אלע מצוות פון מלומדה אויס, אן הוכחות, איז אקעי. דער וואס האלט טיף אז ס'איז אלס נישט אמת און ער גייט ווייטער פאר געזעלשאפטליכע סבות, אדער משפחה וכו', ער איז דער פראבלעם וואס מ'שמועסט דא.

מי אני » מיטוואך מאי 8, 2019 9:11 pm

· #429980
זבולון
האסט אראפ געלייגט א הנחה אז עס געשעהט מער ביי חסידים ווי ביי נישט-חסידים, איך ווייס נישט אויב עס איז ריכטיג, און איך וועל נישט ווערן קאנווינסד בעפאר דו וועלסט נישט נעמען אן אויסגעהאלטענע סורוועי, וואס איז אוממעגליך. ווארשיינליך זייענדיג א חסיד שטויסטו זיך אן מער אין חסידים.

אזוי צו אזוי, דיין פונקט איז אייביג ריכטיג. טערארעזירן טאר מען קיינמאל, און נישט נאר ווייל עס וועט נישט העלפן אדער גאר קאליע מאכן, נאר בעיקר ווייל מען טאר נישט טערארעזירן אנדערע. ספיקות און קושיות מוז אייביג זיין לעגעטים.

בכלל, כדי צו מגדיר זיין איינעם אלס אן אפיקורוס איז זייער שווער. מ׳ברויך צו זיין א גרויסער אפיקורוס צו קענען פונקטליך ארויסהאבן די הגדרה פון אן אפיקורוס. וואס דארפן מיר זיך פאטשקען אין שמוץ?
.

אויב איז מען מגדיר ״אפיקורוס״ (עכ״פ פאר די אשכול) אלס איינער וואס גלייבט נישט אין ג-ט, דעמאלטס איז די survey וואס נישמה האט דורכגעפירט מיט OTD מענטשן א שטיקל ראיה פאר העניך [די ערשטע בילד].
📎 IMG_4498.jpg
ועוד, זיי זאגן אויך אז מאדערן-ארטאדאקס OTDs זענען אין אלגעמיין נישט אזוי אנגעווייטאגט אויף זייער פריערדיגע לעבנסשטייגער אזויווי געוועזענע חרדים [דאס צווייטע בילד]. מ׳קען דאס אפשר ג׳ענערעלייזען צו חסידים vs. ליטווישע וכהעניך.)
📎 IMG_4497.jpg
כמובן איז דאס נישט קיין ראיה אויף וואו ס׳איז דא מער נושרים בכלל.

Sent from my iPhone using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 8, 2019 9:39 pm

· #429984
קיינער פארט נישט אפ פון קשיות, איך דריי מיך שוין ארום מיט קשיות און אפיקרוסישע מיינונגען פון די אכצן יאר און איך בין נאכנישט אפגעפארן. די אלע וואס פארן אפ, איז עס נאר ווייל אונזער סאסייעטי שפייט זיי אויס, זיי טרעפן זיך נישט דאס פלאץ צווישן אונז. פארשטייט זיך אז ווען זיי וואלטן געהאט "די ריינע אמונה" וואלטן זיי געבליבן דא בלית ברירה, אבער אזויווי זיי זענען נאר דא ווייל זיי פילן זיך באקוועם דא, איז די מינוט וואס ס'ווערט זיי צו ענג האבן זיי שוין נישט קיין שום סיבה דא צו בלייבן.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 8, 2019 9:58 pm

· #429986
moshav zekeinim
.

געוואלדיג: ייש"כ פאר'ן מעקן. דער ר' מושב זקנים. הגם ער זעהט אויס צו זיין א תלמיד חכם ויודע ספר. איז ער אבער אן אפענער אפיקורס. ער האט פיינט אידישקייט און דעם אייבישטן. איך ווייס איין זאך. ער טרייבט מיר ארויף דעם בלוט פרעשור צו גאר הויעכע שטאפלען. אויב איך וואלט געווען א פסיכא-אנאליסט, וואלט איך געזאגט אז ער איז אדורך עפעס א טראומא אין זיינע קינדערישע יארן. און דערפאר האט ער א סוב-קאנשיאס ווידערוויללן און פיינטשאפט צו אידישקייט.

מיין באשעפער און זיין תורה זענען זייער גוט צו מיר. און פאר מיר. ווייל איך גיי לויט די הנחה אז..."דרכיה דרכי נועם. וכל נתיבותיה שלום"...אויך לויט'ן מאמר חז"ל פון די גמרא..."לא ניתנה התורה למלאכי השרת"...און די אלע זייטיגע גארבידזש וואס האטציך אנגעזאמלט אין משך פון יארן. און מ'האט עס עפ"י טעות אריינגעלייגט אין אידישקייט זענען מיר נישט גורס...!

מי אני » מיטוואך מאי 8, 2019 9:59 pm

· #429987
רביה''ק זי''ע
די אלע וואס פארן אפ, איז עס נאר ווייל אונזער סאסייעטי שפייט זיי אויס, זיי טרעפן זיך נישט דאס פלאץ צווישן אונז. פארשטייט זיך אז ווען זיי וואלטן געהאט "די ריינע אמונה" וואלטן זיי געבליבן דא בלית ברירה, אבער אזויווי זיי זענען נאר דא ווייל זיי פילן זיך באקוועם דא, איז די מינוט וואס ס'ווערט זיי צו ענג האבן זיי שוין נישט קיין שום סיבה דא צו בלייבן.

כדבריך. אויך פון דארט.
📎 IMG_4499.jpg

Sent from my iPhone using Tapatalk

שבת אחים » פרייטאג מאי 10, 2019 4:05 am

· #430083
רביה''ק זי''ע
קיינער פארט נישט אפ פון קשיות, איך דריי מיך שוין ארום מיט קשיות און אפיקרוסישע מיינונגען פון די אכצן יאר און איך בין נאכנישט אפגעפארן. די אלע וואס פארן אפ, איז עס נאר ווייל אונזער סאסייעטי שפייט זיי אויס, זיי טרעפן זיך נישט דאס פלאץ צווישן אונז. פארשטייט זיך אז ווען זיי וואלטן געהאט "די ריינע אמונה" וואלטן זיי געבליבן דא בלית ברירה, אבער אזויווי זיי זענען נאר דא ווייל זיי פילן זיך באקוועם דא, איז די מינוט וואס ס'ווערט זיי צו ענג האבן זיי שוין נישט קיין שום סיבה דא צו בלייבן.

קיינער פארט נישט פון קשיות והא ראי׳ איך בין נאכנישט אפגעפארן וכו׳.

פתח ב"קיינער" וסיים ב "איך"....

איי איך קען דאך איבער גענוג מענטשען וואס האבן פארלאזט אידישקייט נאר ווייל זיי גלייבן נישט דערינען און האבן קשיות???

אלא מאי וועט מען מוזן איינזעצן אז אלע וואס זענען אפגעפארן זענען פשוטע בעלי תאווה ווייל והא ראי׳ איך בין נאך דא.

א גוטע נאכט. סאיז צייט זיך צו לייגן און בייגן נאכן זיך אנפרעסן לכבוד התנא...

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מאי 10, 2019 9:05 am

· #430089
שבת אחים
איך קען דאך איבער גענוג מענטשען וואס האבן פארלאזט אידישקייט נאר ווייל זיי גלייבן נישט דערינען און האבן קשיות???

וויפיל מענטשן קענסטו וואס די לעבן האט געשמייכלט צו זיי, און אלעס איז געפארן על מי מנוחות, זיי האבן געהאט געלט, כבוד, גוטע שלום בית, געלונגענע קינדער, שיינע שידוכים, און מיט דעם אלעם האבן זיי אפגעמאכט אלעס אפצולאזן און גיין וואוינען אין יאפיסוויל? אפילו אויב ס'איז דא אזא מין זאך, איז עס ממש יחידים.

בת קול » פרייטאג מאי 10, 2019 9:43 am

· #430092
רביה''ק זי''ע
שבת אחים
איך קען דאך איבער גענוג מענטשען וואס האבן פארלאזט אידישקייט נאר ווייל זיי גלייבן נישט דערינען און האבן קשיות???

וויפיל מענטשן קענסטו וואס די לעבן האט געשמייכלט צו זיי, און אלעס איז געפארן על מי מנוחות, זיי האבן געהאט געלט, כבוד, גוטע שלום בית, געלונגענע קינדער, שיינע שידוכים, און מיט דעם אלעם האבן זיי אפגעמאכט אלעס אפצולאזן און גיין וואוינען אין יאפיסוויל? אפילו אויב ס'איז דא אזא מין זאך, איז עס ממש יחידים.

הייסט די תאוות האלטן זיי ביי אידישקייט.

וואלווי » פרייטאג מאי 10, 2019 9:45 am

· #430094
רביה''ק זי''ע
שבת אחים
איך קען דאך איבער גענוג מענטשען וואס האבן פארלאזט אידישקייט נאר ווייל זיי גלייבן נישט דערינען און האבן קשיות???

וויפיל מענטשן קענסטו וואס די לעבן האט געשמייכלט צו זיי, און אלעס איז געפארן על מי מנוחות, זיי האבן געהאט געלט, כבוד, גוטע שלום בית, געלונגענע קינדער, שיינע שידוכים, און מיט דעם אלעם האבן זיי אפגעמאכט אלעס אפצולאזן און גיין וואוינען אין יאפיסוויל? אפילו אויב ס'איז דא אזא מין זאך, איז עס ממש יחידים.

אמת ויציב, עכ"פ לפי הנראה לעינים. דאך, וואלסטו געדארפט צו לייגען צום רשימה פונ'ם גוטער לעבן, נישט נאר חיצוניות'דיגע גוטס, נאר אויך גייסטישע צופרידענע לעבן, ווייל א שטארקע שטיפ אויף אפצוהאקן יודישקייט איז אינערליכע אומצופרידענהייט, און ס'קען גאר זיין אז דאס איז נאך א שטערקערע פעקטאר ווי די גשמיות'דיגע אומצופרידענהייט.

עכ"פ דער מענטש איז נישט באקוועם. די נסיון העוני, גייסטיש און פיזיש וואס איז מעביר א מענטש מדעת קונו, איז פול שטערקער פון נסיון העושר ווען מ'לעבט א גוט טאג און דאך ווערט מען אן אפיקורוס, וואס דאס איז זעלטן.

וואלווי » פרייטאג מאי 10, 2019 9:48 am

· #430095
בת קול
רביה''ק זי''ע
שבת אחים
איך קען דאך איבער גענוג מענטשען וואס האבן פארלאזט אידישקייט נאר ווייל זיי גלייבן נישט דערינען און האבן קשיות???

וויפיל מענטשן קענסטו וואס די לעבן האט געשמייכלט צו זיי, און אלעס איז געפארן על מי מנוחות, זיי האבן געהאט געלט, כבוד, גוטע שלום בית, געלונגענע קינדער, שיינע שידוכים, און מיט דעם אלעם האבן זיי אפגעמאכט אלעס אפצולאזן און גיין וואוינען אין יאפיסוויל? אפילו אויב ס'איז דא אזא מין זאך, איז עס ממש יחידים.

הייסט די תאוות האלטן דיי ביי אידישקייט.

למעשה אזוי איז עס. תאוות זעטיגט א מענטש און ער איז רואיג.

א געזונטע סעודה לייגט א שמייכל אויף א מענטש. און ווען מ'איז פארהונגערט בלאזט מען.

וכן לשאר תאוות...

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מאי 10, 2019 9:50 am

· #430096
כ'וואלט עס נישט גערופן תאוות, ס'איז מער אן ענין פון באקוועמליכקייט. און אין דעם ווענדט זיך אלעס, באקוועמליכקייט האלט ביי אידישקייט, און באקוועמליכקייט מאכט אוועקגיין פון אידישקייט. אבער צו ס'איז יא אדער נישט דא א גאט גייט קיינעם נישט אן קיין כי הוא זה, ס'איז בכלל נישט די נושא, ס'איז אלץ גוט זיך צו מתווכח זיין בין כותלי בית המדרש ותו לא מידי.

הדסים » פרייטאג מאי 10, 2019 10:15 am

· #430100
רביה''ק זי''ע
כ'וואלט עס נישט גערופן תאוות, ס'איז מער אן ענין פון באקוועמליכקייט. און אין דעם ווענדט זיך אלעס, באקוועמליכקייט האלט ביי אידישקייט, און באקוועמליכקייט מאכט אוועקגיין פון אידישקייט. אבער צו ס'איז יא אדער נישט דא א גאט גייט קיינעם נישט אן קיין כי הוא זה, ס'איז בכלל נישט די נושא, ס'איז אלץ גוט זיך צו מתווכח זיין בין כותלי בית המדרש ותו לא מידי.

איך בין מסכים מיט דיר. אבער ס'קען אמאל זיין איינער וואס פארלירט זיין אמונה, און דאס מאכט איהם אומבאקוועם זיין לעבן.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מאי 10, 2019 10:21 am

· #430102
ס'דא איבער גענוג כולל אינגעלייט און כלי קודש וועלכע זענען האלבע אדער גאנצע אפיקורסים, און לאמיר זיך נישט נארן, דער מחבר פון די דרייצן עיקרים איז אויך נישט געווען פון די גרעסטע מאמינים. און צווישן מיר און דיר, ווען די רע בנים זאלן ווען באמת גלייבן אין שכר ועונש וואלטן זיי זיך אנדערש אויפגעפירט... נאר וואס דען? אז די לעבן גייט גוט דארף מען זיין א שוטה זיך אלעס חרוב צו מאכן וועגן אזעלכע נארישקייטן, ס'איז נאר די חברה וועלכע האבן סייווי נישט וואס צו פארלירן וואס פארן אפ בפועל. ס'מן הסתם דא אזעלכע חברה וואס געבן אלעס אויף נאר וועגן די קשיות, אבער זיי זענען ממש יחידים.
בלאט: 1 2 3 4