שוין געווען אזעלכע וואס האבן עס געטון מיט הצלחה. זאגסט אבער א געדאנק אז די עלטערן זאלן שטופן די קינדער דערצו. דאס איז שוין א שווערע זאך, ווייל צו דעם דארף מען האבן שכל, אן ארטיקל וואס איז ווייניג בנמצא, ובפרט ווען עס קומט צו די נחת פון די קינדער...
א ציטאט פון ספר ארך אפים פון מוהרא"ש, געשריבן 40 יאר צוריק. 📎 Capture1.JPG 📎 Capture2.JPG
כמה קולמסים נשתברו וישתברו ע"ז, מען קען שרייבן נעכט און חדשים איבער די טאפיק. אבער עס איז שווער צו זאגן אז די ישועה פאר די חסיד איז די ליטאי און די ישועה פאר די ליטאי איז די חסיד. אויב שוין יא טוישן געזעלשאפטען איז אין לדבר שיעור, אפשר זאל מען גיין צו די ספרדים? אפשר צו די פאלאשן? אפשר צו די מזרחיסטן? קיינער איז נישט קיינעם'ס ישועה און נישט קיינעם'ס פראבלעם. עס איז א נאטורליכע דראנג צו טראכטן אז דארטן וואלט איך מצליח געווען, דארטן וואלטן זיך מיינע פראבלעמען געטוישט. דא געפונט זיך א צוקוועטשטע חסיד און טראכט אפשר אין די ישיבה וועלט וועל איך אויפלעבן. דא געפונט זיך א צוקוועטשטע ליטוואק און טראכט אפשר ביי די חסידים וועל איך זיך דעם פלאץ געפונען. עס איז יתכן אז די שידוך וועט ארבעטן, אבער אויב שוין יא וועל איך דיר זאגן נאך צען זאכן וואס איך וועלט מיך געטוישט און ווער ווייסט אפשר וואלט יענס געהאלפן. אין לדבר סוף. די פראבלעם איז פארוואס איז די חסיד צוקוועטשט, איז דאס ווייל ער איז צוקוועטעשט אדער די סביבה האט אים צוקוועטשט, אפשר וועט אים די ישיבה וועלט מער צוקוועטשן? אפשר וועט דער צוקוועטשטע ליטווישער איד ווערן מער אומבאלימפערט ביי די צוקוועטשטע חסידים. אפשר ארבעטן נישט די צוויי צוקוועטשקייטן צוזאמען, אדער די צוויי ברייטע פראקציעס צוזאמען. (קוק ווי שווער @ליטוואק פון בודאפעסט ארבעט אונז ארויס צוהאבן און נאך אלס האט ער אונז נישט ארויס כדבעי.) דער ליטווישער וועלט איז נישט דער דבר היפוך פון די חסידישער וועלט און אזוי אויך פארקערט. זיינע פראבלעמען זענען נישט מיינע, און זיינע ישיעות זענען נישט מיינע בדרך כלל.
כליטוואק ועוד, אני הקטן קען א פאר חסידישע בחורים וואס מען האט זיי געראטעוועט בעוד מועד, מיט דעם אז מען האט זיי אריינגעלייגט אין א ליטווישע ישיבה, און זיי זענען על הדרך למעלה על הסולם העולה בית קל. און צו פארענטפערן זיך אז עס איז נישט נאר ביי די חסידים נאר אויך אין אנדערע קרייזן, איז א שאד אויף די פעדער אין די טינט, די אמת איז אז עס איז איבעראל, און אין יעדע קרייז איז דא מכה, ווי די סעיונג איז, אין בית אשר אין שם מת. נאר ביי די חסידישע עולם שיינט עס מער ארויס, ווייל אונז זעמיר מער אויפן ספאטלייט, כן נראה לפי עשירות דעתי, און איך נעם נישט קיין שום אחריות אויף מיינע ווערטער, ווייל עס ווערט געשריבן אונטער גרויס מידקייט, און ווער עס וויל קען זיך קריגן אויף מיר, איך בעט נאר צו שרייבן א הסבר פארוואס ער האלט אנדערש ווי מיר, כדי להגדיל הטראסק ולהאדירה.
נ. ב. מען זאל נישט ארויסטייטשן פון מיינע ווערטער, ווי כאילו יעצט בינעך שוין צופרידן, אז עס איז דא ביי יעדן נישט נאר ביי די חסידים, איך וויל דא מגלה דעת זיין אז עס בלוטיגט מיר דאס הארץ אויף יעדע אידיש נפש וואס פאלט נעבעך אריין דארט, וואס זיי פילן נישט דארט קיין שום טעם און סיפוק, ווי עס וועלן עדות זאגן פילע צוריקגעקומענע. דער אויבערשטער זאל העלפן אז עס זאל שוין זיין וילמדו תועים בינה, ויכירו כח מלכותך, ויאמרו תמיד יגדל ה׳, וישמעו רחוקים ויבואו, ויתנו לך כתר מלוכה, אמן.
איך בין מסכים אז ס'איז אומעטום, אבער נישט פאר די זעלבע טעמים. איך בין נייגעריג אויף די בחורים וואס דו קענסט. פון זיין אין א ליטווישע ישיבה שיינען זיי אין גרויסען? צו נאר בעסער ווי ס'איז געווען ביז יעצט? ווייל לויט מיין טע'אריע וואלטען זיי געדארפט גלאנצען אין גרויסען, עכ"פ לבסוף.
כליטוואק ועוד, אני הקטן קען א פאר חסידישע בחורים וואס מען האט זיי געראטעוועט בעוד מועד, מיט דעם אז מען האט זיי אריינגעלייגט אין א ליטווישע ישיבה, און זיי זענען על הדרך למעלה על הסולם העולה בית קל. און צו פארענטפערן זיך אז עס איז נישט נאר ביי די חסידים נאר אויך אין אנדערע קרייזן, איז א שאד אויף די פעדער אין די טינט, די אמת איז אז עס איז איבעראל, און אין יעדע קרייז איז דא מכה, ווי די סעיונג איז, אין בית אשר אין שם מת. נאר ביי די חסידישע עולם שיינט עס מער ארויס, ווייל אונז זעמיר מער אויפן ספאטלייט, כן נראה לפי עשירות דעתי, און איך נעם נישט קיין שום אחריות אויף מיינע ווערטער, ווייל עס ווערט געשריבן אונטער גרויס מידקייט, און ווער עס וויל קען זיך קריגן אויף מיר, איך בעט נאר צו שרייבן א הסבר פארוואס ער האלט אנדערש ווי מיר, כדי להגדיל הטראסק ולהאדירה.
נ. ב. מען זאל נישט ארויסטייטשן פון מיינע ווערטער, ווי כאילו יעצט בינעך שוין צופרידן, אז עס איז דא ביי יעדן נישט נאר ביי די חסידים, איך וויל דא מגלה דעת זיין אז עס בלוטיגט מיר דאס הארץ אויף יעדע אידיש נפש וואס פאלט נעבעך אריין דארט, וואס זיי פילן נישט דארט קיין שום טעם און סיפוק, ווי עס וועלן עדות זאגן פילע צוריקגעקומענע. דער אויבערשטער זאל העלפן אז עס זאל שוין זיין וילמדו תועים בינה, ויכירו כח מלכותך, ויאמרו תמיד יגדל ה׳, וישמעו רחוקים ויבואו, ויתנו לך כתר מלוכה, אמן.
נאך א מזל אז מהאט זיי געראטעוועט בעוד מועד! איך קען אסאך מעהר אידן מקוה ווייקערס און הושענא קלאפפערס וואס זענען פונקט אזוי באטראפּעצט אין די באקס ווי אטד״ס וואס זענען אינדערויסן פונעם באבעל און זיי פילן נישט דארט קיין שום טעם און סיפוק און הערשט נאכן איבערלאזן די קאמיונטי פילן זיי אפגעראטעוועט ואני בתוכם! ס׳געפעלט מיר ווי מ׳קאמפרימייזט און מ׳האט אייביג א Plan B א אבי א פרומער איד! זאל ער גיין מיט א בענד־דאון און נעקטיי און עסען נאר ישן אבי א איד!
איך בין מסכים אז ס'איז אומעטום, אבער נישט פאר די זעלבע טעמים. איך בין נייגעריג אויף די בחורים וואס דו קענסט. פון זיין אין א ליטווישע ישיבה שיינען זיי אין גרויסען? צו נאר בעסער ווי ס'איז געווען ביז יעצט? ווייל לויט מיין טע'אריע וואלטען זיי געדארפט גלאנצען אין גרויסען, עכ"פ לבסוף.
איך וואלט עס אריינגעלייגט דערווייל אין די קאטאגעריע פון בעסער ווי ביז יעצט, באט יו קען נעווער קנאו, וואס וועט ווייטער אויסוואקסן פון זיי, ווי אזוי עס קוקט אויס דערווייל, וועט דע אפנקייט צו ארויפגיין פון די חסידישע וועלט, בלייבן שטעקן ערגעץ אין לעיקוואד.
ראיתי בני עליה והן מיעוטים, זייער זייער א קליין פראצענט פון פירות הנושרין זענען באמת סעטיספייד, איך רעד בשעת די טרענזישאן, איך רעדט פון די לאנג ראן, על פי רוב, אין נאכאמאל על פי רוב (נישט אלעמאל ) קומט עס פון אומצוריפרידענע נאטורן, אין דאס גייט נישט אוועק ווען מען שטעקט זיך איין דאס קאפ ווי די בת היענה, א מענטש דארף ארבעטן אויף די אייגענע מידות, אין דאס קען ער פונקט אזוי טאן אלס חסיד/ ליטוואק א.א.וו.
איך רעדט נישט פון איינעם וואס גלייכט נישט אין באשעפער. דאס איז א נושא פאר זיך.
איך בין מסכים אז ס'איז אומעטום, אבער נישט פאר די זעלבע טעמים. איך בין נייגעריג אויף די בחורים וואס דו קענסט. פון זיין אין א ליטווישע ישיבה שיינען זיי אין גרויסען? צו נאר בעסער ווי ס'איז געווען ביז יעצט? ווייל לויט מיין טע'אריע וואלטען זיי געדארפט גלאנצען אין גרויסען, עכ"פ לבסוף.
איך וואלט עס אריינגעלייגט דערווייל אין די קאטאגעריע פון בעסער ווי ביז יעצט, באט יו קען נעווער קנאו, וואס וועט ווייטער אויסוואקסן פון זיי, ווי אזוי עס קוקט אויס דערווייל, וועט דע אפנקייט צו ארויפגיין פון די חסידישע וועלט, בלייבן שטעקן ערגעץ אין לעיקוואד.
אויב אזוי איז דאס שוין נישט קיין ראיה צו מיר. איך רעד בעיקר אז דאס וואס ער זוכט וועט ער טאקע טרעפען אין לערנען אין א ישיבה וואס שעצט זיין מיינונג. טאמער דער חידוש און די 'קולות' (כלפי זיין ערציאונג) זענען וואס מאכט זיין לעבען לייכטער איז דאס גאר אן אנדערע ענין.
ראיתי בני עליה והן מיעוטים, זייער זייער א קליין פראצענט פון פירות הנושרין זענען באמת סעטיספייד, איך רעד בשעת די טרענזישאן, איך רעדט פון די לאנג ראן, על פי רוב, אין נאכאמאל על פי רוב (נישט אלעמאל ) קומט עס פון אומצוריפרידענע נאטורן, אין דאס גייט נישט אוועק ווען מען שטעקט זיך איין דאס קאפ ווי די בת היענה, א מענטש דארף ארבעטן אויף די אייגענע מידות, אין דאס קען ער פונקט אזוי טאן אלס חסיד/ ליטוואק א.א.וו.
איך רעדט נישט פון איינעם וואס גלייכט נישט אין באשעפער. דאס איז א נושא פאר זיך.
כ'האלט אז ס'ליגט נישט א שמץ אמת אין דעם. אויב עפעס, קומט עס פון די נאטור פון נישט אהנגיין וואס אנדערע זאגן.
אויב אזוי בלייבט די קשיא, פארוואס זעט מען נישט מער גליטשער'ס ביי ליטווישע? למעשה די ציפער'ן ווייזען נישט מער אין לעיקוואוד ווי וומסב"ג און ארץ ישראל איז אויך אזוי.
איך האב געהערט א 40 מינוטיגע דרשה פון יחזקיה קויפטייל א גרויסע עסקן אין בארא פארק, (איך קען עס נישט טרעפן אויף די מינוט), ס'איז ווערט אויסצוהערן, לויט אים קומט דאס פון זייערע פשוטע סיבות, די חינוך סיסטעם האט ביז היינט געארבעט - חסידישע און ליטווישע צוגלייך - אויף א מהלך פון insulation, מ'האט געשעלטערט אונזערע קינדער און ערוואקסענע, פון דיעות כוזבות, פון די גויאישע קולטור, פון שמוץ אא"וו, די לעצטע צען יאר מיט די פארשפרייטונג פון די אינטערנעט, וואס דאס מאכט אז כמעט יעדער איינער גייט ערגעץ און די לאנג ראן אנקומען אנליין, -אפגעזעהן ווי נזהר מ'איז געווען אלץ אינגעל/בחור/כולל אינגערמאן-, גייט יעדער למעשה אנקומען דארט. איז דאס גורם אז מ'זעהט און מ'הערט און מ'ווייסט זאכן וואס די פאריגע דורות האבן קיינמאל געזעהן, און מ'האט פשוט נישט די נסיונות וואס אידן 15-20 יאר צוריק האבן געהאט, און אונזער חינוך האט זיך נישט צוגעפאסט צו די מצב. און ער לייגט אראפ דארט 5 פוינטס וויאזוי מ'קען 'אימיונייזען' די קומענדיגע דור קעגן די סם פון די גאס, ער אדוואקירט נישט אוועקצוווארפען דעם אלטן מהלך פון insulation, דאס איז גוט, אבער ס'איז נישט 'גענוג'.
אויב פארשטיי איך ריכטיג דיין כוונה אין יענעם אשכול בין איך מחולק מיט דיר.
דו זאגסט - איך רעפראז - אז אינטערנעט איז נאר דער TRIGGER צום פראבלעם, אבער נישט די CAUSE, ריכטיג ?
לדעתי, איז אינטערנעט א גרויסע CAUSE, די אלע וואס קאמפלעינען און זענען אומצופרידען מיט די געזעלשאפט ארום, קומט עפ"י רוב נאכ'ן טועם זיין סם אויפן אינטערנעט, אדער ווערן נשפע פון א חבר וואס טראגט אים אריין דיעות אין קאפ וואס 'יענער' נעמט עס פון די אינטערנעט. דער וואס הייבט אן פרעגן קושיות און קומט מיט אלע סארט 'לאגישע' קריטיק, אז ער מ'דארף ווען טוישן דאס אדער יענץ, קוק וויאזוי די ליטווישע לערנען, קוק וויאזוי די פלעטבושע לאזן זייערע נשים גיין, און זיי פירן זיך נאך אויף הייליגער אין ביהמ"ד, קיינער שמועסט נישט, וכו' וכו', ער 'מיינט' אז ער איז פשוט א דזשיניוס און א אינדיפענדענט טינקער, און ער לאזט זיך נישט זיין שמאלקעפיג אא"וו, אבער די אמת איז, אז די אלע זאכן קומט נישט פון חכמה, נאר -ווי ר' אלחנן וואסערמאן זאגט אויף מינות - ס'קומט פון תאוות, ס'מיינט נישט דוקא תאוות צו שמוץ, ס'קען פונקט אזוי מיינען תאוות צו זיין א געבילדעטער אדער זיין פרייער, אבער די שורש ליגט נישט אין חכמה נאר אין די limbic system, די קערנדלעך ווערן איינגעזייעט און דאס מאכט ארויסשפראצן א נייע סארט לאגיק וואס האט נישט אזוי ווייט עקזיסטירט פאר די אינטערנעט האט צוגעשטעלט א הויפן פון סכנה'סדיגע אינפארמאציע מיט א אילוזיע פון יענעמ'ס גראז איז גרינער.
קוק אן שרולי שטיין, ער זאגט יעצט אז דאס איז געווען די לעצטע געשעעניש מיט אים איז געווען די סיבה פון גיין OTD, ווען בשעת מעשה, האט יעדער געוואוסט אז ער האט פשוט קושיות... איך גלייב אים נישט יעצט און איך האב אים נישט געגלייבט דעמאלטס.
איך בין מודה צו דיר אז די שורש איז זייער אסך מאל די "לימביק סיסטעם" און נישט דו Cerebral cortex דו לימביק סיסטעם איז אינוואלד איז שטארק אינוואלוועד אין די fight-or-flight response, נישט קיין נפקא מינה וויפיל סענס דאס מאכט, אנטלויפען פין זיך, אדער פין משפחה, איז זייער אסך מאל די סיבה לויפן אף-דע-דרך (תאוה וואלט ווען געקימען מער פין די temporal lobe)
ר' אלחנן זאגט אז דער וואס האט קשיא'ס אויף די סיסטעם, קומט עס פון תאוות?! פשיאאא. און דער וואס פיהרט דער סיסטעם קומט עס פון שכל, יא?! דאס אפשאקלען די אחריות פון די מחנכים און ארויפלייגען אויפ'ן א.ט.ד. מיינט אז דער גאנצע חינוך איז אומוויכטיג. קיינער דארף עס נישט. אן דעם וועט מען אויך בלייבען פרום, ווען מ'האט נאר נישט די תאוות. דאס איז נוצליכע שקר פון מענטשען וואס ווילען נישט אננעמען קיין אחריות. דער בחור וואס מ'דרייט איהם א קאפ און מ'פיטערט איהם ליגענט, אדער מ'דערדרוקט איהם פאר אייגענע סבות בלייבט נאר פרום טאמער זיין פרומקייט קומט נישט פון די סיסטעם, אדער געלונגט עס איהם צו מצליח זיין אין די שקר, ער ווערט די זעלבע שטיק שקר. דער חילוק צווישען די געזעלשאפטען מאכט א חילוק אין די צורת הגליטשען, אבער דער חינוך איז וודאי דער סבה. פאר דעם פלוידערט מען וועגען די אינטערנעט. אפצושאקעל'ן די אחריות פון זיך. דער אינטערנעט מאכט נישט קאלייע, סך הכל איז ער א חלק פון די ירידה. ווען איינער גליטשט גליטשט ער אויפ'ן אינטערנעט. באשולדיגען די אינטערנעט איז אזוי ווי באשולדיגען די לייק אין לעיקוואוד פאר'ן גליטשען, ווייל מ'דרייט זיך דארט שבת נאכמיטאג.
פון וואו נעמסטו אז "שעלטערסט זיי פון אינפארמאציע, לעזשורס און אפארטונעטיס" איז די active ingredient פארוואס ס'ארבעט פאר דער רוב? i for one בין ביי די מיינאנאג אז מען דארף איבער געבען היינט, אין די אינטערנעט age, וואו מער אינפארמאציע
און אויב איז יא שייך צי שעלטערן פין אימגעווינטשענע אינפערמאציע, און ס'ארבעט פאר רוב, פארוואס זאגסטו אז ס'ארבעט נישט? אפשר דארף מען קלארער דיפיינען וואס מיינט "ארבעט" אויב למשל מיר זענען דן צו א bullet proof vest ארבעט אויף נישט צו ווערן געהארגעט, מאכט סענס צו זאגן, נע סארבער נישט ווייל אויב מען האט דאס נישט אן ווערט מען יא געהארגעט?
ס'איז אפשר אף טאפיק, אבער איך זעה אין די אינטערנעט און אין די סך אינפערמעשען געטליכער האנט און אן הכנה פאר ביאת המשיח מיין דור איז דא אסך וואס זענען אידען ווייל - וואס דען? איך בין געבוירן געווארן א היימישער איד זייער אסך לייגן תפילן ווייל מען האט נעכטן געלייגט תפילן פארשטייט זיך ס'איז אלס דא בחירה אויף טריט און שריט אבער נישט אויף -יא איד, נישט איד
היינט אבער, האבן מיר מער די מעגליכקייט בוחר צו זיין צו זיין געטרייע אידען צו ח"ו נישט! אברהם אבינו האט אליין בוחר געווען צו זיין מיט גאט (יצחק איז שוין געבוירן געווארן און אן ערליכע שטוב) ובך חותמין
דער פארשידענהייט'ן אין סבות פאר'ן גליטשען מאכט א חילוק אין די אויסדרוק פונ'ם גליטש. דער לעיקוואודער וואס גליטשט טרעפט עס כמעט אוממעגליך זיך ארויסצוגיין פונ'ם געזעלשאפט גענצליך. זיי דרייען זיך נאך אין שטאט (געווענדליך אין גאז סטאנציע) אן געלט אן עפעס צו טוהן מיטן טאג. זיי קענען נישט טרעפען גיין אויסוועג, אפילו זיי הייבען אן זוכען ארבעט, ארבעט זיך עס נישט אויס, זיי זוכען תשובה צו טוהן און זיך זעצען לערנען צו וואס, אבער נאך צוויי טעג ענדיגט עס. איינער פראבירט זיי צו נעמען אונטער פליגל, א זאך אויף וואס זיי זענען דארשטיג, אבער זיי ווערען צוקריגט אדער אנטלויפען. דאס ווארט וואס מ'הערט די מערסטע פון זיי איז I gotta shape up. זיי פראבירען צו מאכען אן אנשטעל ביים פרומער כאילו ס'איז צייטווייליג און מ'קומט שוין צוריק. אפילו די וואס ווילען גיין ווייטער און ווילען זיך אויסרופען אלס 'אפיקורס', פראבירען נישט צו רעדן פון זייער 'דעות' און ס'איז געווענליך סתם אן אויסרוף פאר נאך הילף און אויפמערקזאמקייט. מ'הערט נישט קיין אויבער-חכמה פון זיי, און אפילו נישט פראבירטע אויבער-חכמה. אסאך האבען ניטאמאל א שנאה צו די געזעלשאפט, מעגליך צו די עלטערן יא, אבער נישט די גאנצע סיסטעם.
די חברה ביים לייק זענען אויך פון ווייטאג גערעדט. איך קען דיר זאגען פאר זיכער אז די אלע חברה (עכ"פ די אינגלעך) וועלן אדער צוריקקומען, אדער שטארבן פון א overdose. אויב נישט אלע, איז רוב רובם. מ'זעט נישט קיין שום מעגליכקייט פון זיך אויסדרייען פון וואס מ'האט ביז היינט. איך בין אמאל געשטאנען אין א געשעפט אין רייע און צוויי אזעלכע מיידלאך זענען געשטאנען אונטער מיר. איך הער פון זיי רעדענדיג "איך זאג תהלים יעדען טאג". זיי זענען נישט געווען קיין בעלי תשובה אויפ'ן וועג, און אויך נישט קיין פרומע באבע'ס. אבער פארט האבען זיי געזאגט תהלים, און געטראפען פאר וויכטיג צו רעדן דערפון. זיי ווילען נאך אלס זיך אנקוקען אלס פרום.
דער מעלה האט אין זיך אויך א חסרון. ס'קען זיך פאסירן ביי אזא איינער אז ער קומט צוריק און הייבט זיך אן פיהרען פרום. דערנאך מאכט מען איהם חתונה (ווייל ביי פרומע אידען איז דאס שער שפיץ פון הצלחה, קענען חתונה האבען!) אבער ער איז נאך אלס נישט סטאביל. מ'רעדט זיך איין אז יא, און נאך א פאר יאר טרעפט מען זיך אן מיט א צובראכענע משפחה און צופלויגענע קינדער, דער טאטע איז צוריק אויף דראג"ס צו ער דרייט זיך סתם אזוי אן ארבעט אן אידישקייט. דאס איז ווייל דער גאנצע אוועקגיין איז נישט געווען אינגאנצן און ממילא דער צוריקקומען איז אויך נישט אינגאנצען.
אז מ'גייט אין די סטעיט'ס ארום, איז מעגליך זיך אנצוטרעפען מיט א מענטש וואס לעבט ווי א גוי גמור, מיט א שיקצע און צוויי הינט און א ביקס, און פלוצלוג הערט מען זיי רעדן א פליסיגע אידיש. זיי זענען אינגאנצען פארגויישט. דאס קען מען נישט טרעפען ביי די ליטווישע. קיינער קען זיך נישט נעמען אין די הענט אריין אזוי פיל. איך הער אז ס'דרייט זיך אין פלארידא א גאנצע קיפקע פון די חברה וואס האבען זיך אהינגעצויגען און פיהרען זיך אויף אינגאנצען גוי'איש. איינער פארציילט מיר ער האט געטראפען א מענטש ערגעץ אין נ.דזש. אין א דארף פארווארפען וואס איז אויפגעהאדעוועט אין סקווער, א חבר פון די פרוי וואס איז אוועק און מ'האט געמאכט א גאנצע טומול פון איהר לוויה, באהאלטענדיג פון איהר א.ט.ד. חברים ווי ס'גייט זיין. יענער וואוינט ווי א גוי ממש, אן קינדער, אן דער מינדעסטע שייכות צו אידישקייט אפילו געזעלשאפטליך. דאס קען נאר, לענ"ד, פאסירען פון א חסידישע אפשטאם. דער מעלה דערפון איז נאך אלץ אז מ'קומט צוריק איז עס אינגאנצען צוריק.
ס'איז דא נאך א נקודה אין די חילוק פון די געזעלשאפט'ן וואס האט א השפעה אויפ'ן א.ט.ד. ערשיינונג. דאס איז הן א מעלה הן א חסרון פון ביידער זייטען. אז מ'גייט אריין אין לעיקוואוד ביהמ"ד און מ'קוקט זיך ארום, קען מען אנמערקן א מורא'דיג זאך. מער ווי ניינציג פערצענט פון די יונגעלייט דארט, הן די וואס לערנען אין כולל הן די וואס ארבעטען, האבען זיידעס דערהויבענע מענטשען. אדער זענען זיי פון די ישיבה'לייט וואס האבען זיך געראטעוועט מיט די ישיבות פונ'ם קריג, וואס זענען געווען די לומדים פון דעמאלס, אדער זענען זיי אייניקלאך פון מענטשען וואס האבען זיך מוסר נפש אנטקעגען גיין די שטראם און בלייבען פרום, און גיין לערנען אין די צייטען וואס קיינער אין אמעריקא האט עס נישט געטוהן. דעריבער איז נישט דא קיין שום יונגערמאן כמעט וואס זיין זיידע איז געווען א קל, איינער וואס שמועסט דורך נעילה יוכ"פ און רעדט אמאל אויס אינמיטן קר"ש צו אויף וואקעישען האט אמאל געגעסען זאכען וואס איז נישט אזוי איי איי איי. יעדער זיידע האט געפראוועט פרום און ערליך, און דאס האט א השפעה אויף די פירות. אוודאי קען מען זיך דערווייטערן פון די מקור, און אייניקלאך קענען ווערן קלים, אבער עכ"פ ביים זיידע צו עלטער זיידע האבען זיי דאס נישט געזען. אלע חברה פון יענער דור וואס זענען געווען קלים, האבען אייניקלאך היינט וואס האבען חתונה מיט זייער בויפרענ"ד צו זענען גוים גמורים. זיי זענען אוועק פון די אידישע וועג שוין דעמאלס.
ווידער ביי חסידים איז אנדערש. נישט יעדער איינער און מסתמא אפילו נישט רוב, אבער ס'מוז זיין א גרויסע פראצענט וואס זייערע זיידעס זענען פרום געווארען צו געבליבן נאכ'ן קריג אן קיין שום פנימיות. מ'האט געגלויבט אין א באבובער רבי צו א קלויזענבורגער רבי צו א סאטמארער רבי, אבער אידישקייט האבען זיי נישט געקענט. קיינמאל נישט געלערנט, קיינמאל נישט געדאווענט ערליך (אחוץ אפשר בעת צרה געבעטען וואס זיי האבען געקענט, אבער נישט דאווענען פון ברוך אתה ה' אלקינו ואלקי אבותינו וכו'), קיינמאל נישט פארשטאנען דער נחיצות פון יעדער מצוה און יעדער מעשה וואס זיי טוען. ווען זיי האבען נישט דער ליבליכע שמייכעל פון זייער רבי נאכ'ן אנקומען פון יוראפ, בלייבען זיי אינגאנצן פריי. מ"מ ווען מ'זעט זיין אייניקעל וואס איז אויפגעהאדעוועט אין א שטוב וואס ווייסט נישט פון תורה ומצוות צו זאגען, ער איז אן איינגעבאקענע עם הארץ, נאר פון סופערסטיציע"ס און הנהגה'לעך ווייסט ער, איז מה יעשה הבן ולא יחטא? נישט אלע אייניקלעך גייען אוועק, אבער ס'איז שוין נישט קיין קשיא. דעריבער ווען מ'הערט פון א ליטוואק "קוק אן די חסידים וואס פאר א עבירה מ'האט יענעם געכאפט" וכדו', טראכט איך אייביג "זיין פאראללעל ביי אונז איז דאך אינגאנצן פריי און היט גארנישט, איז וואס שטעלסטו צו?".
לפי דעם איז דער ארבעט פון העלפן אזעלכע בחורים אינגאנצען אנדערש אויך, פאר די סיבה. דער חסידיש'ער איז לאו דוקא א שלימזל א לוזע"ר, ער ווייסט נאר נישט פון תומ"צ צו זאגען, ער האט נישט קיין אהנונג וואס מ'וויל פון איהם. ער איז אפשר א מוצלח א טאלאנטפולע מענטש, אבער צו אידישקייט האט מען איהם קיינמאל נישט באקענט. דאס גילט נישט ביי אלע פון זיי, אבער עכ"פ ס'איז זיכער אמת ביי א גרויסע טייל א.ט.ד.'ס ביי חסידים.
דעריבער קען אפשר העלפן א ישיבה מיט ארבעט'ן פאר א ליטווישע א.ט.ד., ווייל זיין פראבלעם איז די לחץ פון לערנען וואס ער פארשטייט נישט, קען מען איהם מאכען א מוצלח אין אן אנדערע זאך. אבער פאר'ן חסידיש'ער דארף מען ווייזען און אויסלערנען אידישקייט נאכאמאל. ער זאל זיך אנטרעפען מיט תומ"צ אין אן אויסגעהאלטענער (גייסטיש און אידיש) אופן, און אזוי וועט ער אפשר זען עפעס דערין.
די זאכען זענען מחשבות מיינע וואס לויפען ארום. איך בין נישט זיכער אז ס'איז אזוי, און איך וואלט נישט איינגעפיהרט גארנישט על פיהם. נאר א נקודה צו טראכטען און ארומשמועסן.
עס איז טאקע אינטרעסאנט צו ליינען, פארט איז מיר שווער מוחל צו זיין די כבוד פון מיינע זיידעס, עובדי ה' באמת ובתמים און תלמידי חכמים וואס זענען געזעסן און געלערנט...
דיין זיידע'ס זענען עפעס משועבד צו יענעמ'ס? איך האב נישט געזאגט אלע און אויך נישט רוב. נאר ס'איז דא אזא סביבה, ווייל ס'עגזיסטירט. דו ווילט'ס לייקענען? דו ווילט'ס זאגען אז יעדער זיידע איז אן אויסגעהאלטענע ביי ענק?
לאו דוקא, איך האב דערמאנט דער משל פון מיין אפשטאם. איך זעי נישט אז @אנאנים זאגט אזוי אנדעריש ווי מיר. דער טיילונג ביי ליטאים איז געשען מיט זעכציג זיבעציג יאר צוריק, און ביי חסידים איז עס נאך נישט געשען. נו, דאס האב איך אויך געזאגט. מיר דוכט זיך אז ווען מ'זעט מיין ניק מיט חסידים צוזאמען, איז מען שוין נערוועז, דעריבער ווערט אלס געטייטשט לרעה. מיר גייט עס נישט אן. שטעל זיך פאר דער שטיבעל אן מיר? אסאך פרייליכקייטען וואלטען געפעלט. אבער פאר דער וואס איז סענסיטיוו צו די זאכען, קען טראכטען נאך א פאר מינוט און זען צו ס'איז דא וואס צו רעדען.
שש האקט - און לאזט אויס דער עיקר נקודה מיינער. מ'רעדט דא פון א.ט.ד. היינט, נישט פון אמאל. דער בחור היינט האט גארנישט מיט זיין עלטע פעטער אין פלעטבוש, נאר מיט די לאקאלע פראבלעמען פון זיין לעבען. מ'רעדט פון לעיקוואוד כלפי ב.פ., און דער פלעטבושער וואס גייט אראפ פון וועג איז טאקע אויך מער דומה צו די אנדערע זייט. ער ווייסט נישט פארוואס צו זיין א איד בכלל, ער האט עס טאקע קיינמאל נישט געזען.
אויב אזוי בלייבט די קשיא, פארוואס זעט מען נישט מער גליטשער'ס ביי ליטווישע? למעשה די ציפער'ן ווייזען נישט מער אין לעיקוואוד ווי וומסב"ג און ארץ ישראל איז אויך אזוי.
כאפ א וויזיט אין לעיקוואד ביים טייך שבת קודש , וועסטו זעהן ווי בחורים וגם בתולות רייכערען בעצם יום השבת קודש נאכדעם זאלסטו קימען דא זאגען אז ס'דא מער חסידישע גליטשערס.
אין פאקט און אין פערסענט איז דא סך סך מער געגליטשטע פון דארט איי וועסטו מיר פרעגן ווי זענען זיי? די תירוץ איז אז ביי די חסידישע מאכט מען א גרעסערע טראסק פון יעדע א.ט.ד ווייל די משפחות זענען מער געבינדען
גם אני מצרף מיט דעם מחאה פון הרב @אנאנים אויף דעם דברי בלע ודופי וואס דער ליטוואק האט צאם געדאברעט אויף די "זיידעס" אונזערע וואס האבן מיט בליט און נעגל אוועקגעשטעלט אזא שיינע דור
ליטוואק פארוואס האלסטו אז די חסידישע זיידעס זענען געווען אזוי שוואך ווער האט דיר דאס איינגערעדט? ערענסט קים אריין קלאר