☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » געדאנקן ארום די אינטעליזשענט דיזיין דעבאטע

געדאנקן ארום די אינטעליזשענט דיזיין דעבאטע

82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10853
בלאט: 1 2

הקטן » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 11:41 pm

· #381802
shtriemel
שבת אחים

רוב ׳טוישענגוען׳ געשענט נאר אויב זיי דארפן עס האבן פאר ״סורווייוועל״ אדער צו ״ריפראודאצירן״ קינדער. אויב די ספישיע האט מעגליכקייטן זיך צו שפייזן און פארמערן וועלן זיי זיך נישט טוישן געוונטליך.


ערררר, ניין!


שבת אחים, דו ביסט דיך טועה מיט א דבר משנה און אוועלאציע
אבער וואס קענסטו טון די מיסט ענפערן

סאיז נישט קיין קאר קאמפעני וואס געט ארויס יעדעס יאהר א נייע ווערסיע???
אז מען חזרט נישט פארגעסט מען, ס'איז צייט צי וואטשען נאך אפאר יא טאב קליפס פין די מאמינים אין עוועלאציע

הקטן » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 11:53 pm

· #381805
שבת אחים

אבער עוואלציע קען היינט געפראווט ווערן אין א לאבארטאריע, און די אלע נעי-זאגערס פון עוואלציע די לעצטע הונדרעט יאהר. די אלע פרומע וואס האבן חוזק געמאכט פון מורי ורבי טשארלס דארווין און אים גערופן ״א מאנקי״ וכודמה זענען למעשה פיין חוזק. און זיי פרובירן עס שוין היינט משלב צוזיין מיט זייערע גלייבונגען.

שבת אחים דו מישט אויס עוואלציע מיט common ancestor
כדי צי זיין א מאנקי פעלט אויס צי זיין א מאמין אין common descent theory

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 12:47 am

· #381809
הקטן
שבת אחים

אבער עוואלציע קען היינט געפראווט ווערן אין א לאבארטאריע, און די אלע נעי-זאגערס פון עוואלציע די לעצטע הונדרעט יאהר. די אלע פרומע וואס האבן חוזק געמאכט פון מורי ורבי טשארלס דארווין און אים גערופן ״א מאנקי״ וכודמה זענען למעשה פיין חוזק. און זיי פרובירן עס שוין היינט משלב צוזיין מיט זייערע גלייבונגען.

שבת אחים דו מישט אויס עוואלציע מיט common ancestor
כדי צי זיין א מאנקי פעלט אויס צי זיין א מאמין אין common ancestor


סארי, כפארשטיי נישט פונקטליך וואס דו זאגסט.

common ancestory איז דאך די יסוד פון עוואלציע ממש. דערנאך survival of the fittest, און natural selection סאיז נישט קיין באזונדערע זאכן. סאיז איין לאנגע פראסעס. למשל סאיז געוועהן איין מענטש וואס האט זיך גערופן וויזניצער רבי ער האט געהאט אפאר זוהן, יעדער האט זיך אליינס געמאכט א רביסטיווע און פארדרייט נאר אביסל, מיט די יאהרן אין קוים דריי דורות איז סערט-ויזניץ מיט מאנסי-וויזניץ ווייט כרחוק מזרח ממערב, איינער איז א ציוני און מעהר מאדערן און איינער איז א אנטי-ציוני א קנאי און א האלבע סאטמערער. און אז ס׳גייט ווייטער אזוי וועלן זיי ביידע ווערן ״צוויי באזונדערע גזע׳ס״ וואס זענען זייער ווייט אפגערוקט איינער פונעם צווייטן אפילו זיי שטאמען פון די זעלבע שורש.

די נמשל מיט לעבעדיגע זאכן געשעהט במשך פון הונדרעטער מיליאנען יאהרן זענען ״נשתנו הטבעים״ געווארן, און זיי האבן זיך אפגעזונדערט איינע פונעם צווייטן פאר אזוי לאנג ביז זיי זענען געווארן אזוי אנדערש אין די ען עי אז זיי זענען איוואלעט געווארן אין גאנץ א באזונדערע מין אז זיי קענען שוין נישט זיך משדך זיין איינער מיטן צווייטן, ווייל זיי זענען אזוי אפגערוקט געווארן אין די ען עי, דארווין האט געקלעימט אז אלע לעבדיגע זאכן און געוויקסן שטאמען פון איין לעבעדיגע צעל און אונז זענען קאזינס מיט די בוטערפליי און מיט די צוויבל. שטייצעך רוב מענטשען האבן אים אויסגעלאכט, נישט פאר לאנג, ווען מהאט אנגהויבן צוקענען ליינען DNA און געזעהן ווי ענדליך אונזער DNA איז טאקע צו א צוויבל און א מאשרום האט יעדן געכאפט א שרעק, אסאך אסאך מעהר ווי עני סייענטיסט האט זיך געראכטן אדער פארגעשטעלט (דאכצעך איבער פופציג פראצענט צו א בוטערפליי זענען די זעלבע DNA פון א הומאן, א באנענע האט בערך 60 פראצענט! ),אפגרעדט אונזער נאנטע קרובים די שימפאנזיע און די באנאבא וואס זענען בערך 99 פראצענט די זעלבע...

הקטן » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 8:41 am

· #381820
ווען די זאגסט אז A איז די זעלבע וואו B - דארפסטו דיך פרעגן איז מעגליך צי האבן A אן האבן B ?

מאכן איין גיגעל פין אזוי געריפענע "עוואלציע און די lab" מיט common ancestry איז זייער א אנגענימען זאך צי טון אין דיין קרייז, אבער איינס איז בכלל נישט קיין באווייז אויף דער אנדערע
און common ancestry איז א זיסע טעאריע.

די DNA פין מיין קינדס match box car מיט מיין SUV זענען 86% די זעלבע - ס'כאפט א שרעק!

bias confirmation

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 1:17 pm

· #381851
הקטן
ווען די זאגסט אז A איז די זעלבע וואו B - דארפסטו דיך פרעגן איז מעגליך צי האבן A אן האבן B ?

מאכן איין גיגעל פין אזוי געריפענע "עוואלציע און די lab" מיט common ancestry איז זייער א אנגענימען זאך צי טון אין דיין קרייז, אבער איינס איז בכלל נישט קיין באווייז אויף דער אנדערע
און common ancestry איז א זיסע טעאריע.

די DNA פין מיין קינדס match box car מיט מיין SUV זענען 86% די זעלבע - ס'כאפט א שרעק!

bias confirmation

קודם כל דיין קינדס match box car מיט דיין SUV זענען ניטאמאל איין פראצענט די זעלבע! בעסער געזאגט, ניטאמאל א האלבע פראצענט...! דו פארשטייסט אז הומאנס מיט שימפאנזיע מאונקיס זענען צאמגעשטעלט פון "דריי ביליאן קודס" און 99 פראצענט פון דעם איז די זעלבע ביי מענטשען ווי ביי זיי! ניין און נייציג פראצענט פון דריי ביליאן קודס זענען די זעלבע...!

הקטן » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 2:55 pm

· #381857
און אויב ביידע סיי די קארעלע און סיי די SUV וואלטן יא געשערט די זעלבע מעטאל וואלט דאס געווען א באווייז אז איינס האט געבוירן די צווייטע???

דו זענסט וואו די בייעס-קאנפערמעשען קימט אריין?

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 3:11 pm

· #381859
הקטן
און אויב ביידע סיי די קארעלע און סיי די SUV וואלטן יא געשערט די זעלבע מעטאל וואלט דאס געווען א באווייז אז איינס האט געבוירן די צווייטע???


לאמיר זאגן אז די וועלט גייט חרוב ווערן ח״ו און ס׳גייט נאר איבערבלייבן צוויי קליינע בעביס אויף די וועלט, ווען זיי גייען אויפוואקסן און זיי וועלן צונעמען אלע אלטע קארס אויף די וועלט וועלן זיי זעהן אז טיואטע מיט לעקסעס זענען געמאכט ביי די זעלבע קאמפעני! סאיז מוראדיג ענליך צאמגעשטעלט, ווידער מערסעדעס וועלן זיי גלייך זעהן אז סאיז אינגאנצען אנדערש. און אז זיי וועלן פארשן ווייטער וועלן זיי לכאורה קענען פונקטליך צאמשטעלן די גאנצע פאזעל, קרייסלר איז ענדליך צו דאטש, לינקאן צו פארד, שעווראלעיט צו קעדילעיק, אינפיניטי צו ניסאון, אאז״וו. און זיי וועלן דיר צום סוף קענען פעסטשטעלן וועלכע קאר איז ״פאבריצירט״ געווארן אין וועלכע פאבריק און פון וועלכע לאנד.

קארס זענען צאמגעשטעלט אסאך אסאך ווייניגער קאמפליצירט ווי ״בעלי חי״ און אז אונז זעהן אקאורט די זעלבע געניטשע קאודס אין די שווערע ביליאנען און ביידע זענען פונקטליך ״די זעלבע מגילה״ קומט אויס אז דארווין איז גערעכט מיט common ancestry.

ווי אזוי מיינסטו קען מען היינט פעסטשטעלן אז א קינד איז טאקע יענעמס קינד???? מ׳קוקט אין די DNA. לשיטתך קען מען טאקע נישט פעסטשטעלן ווער סאיז וועמענס קינד, ״ווייל דיין קינדס טוי-קאר איז 000000.0001 פראצענט די זעלבע ווי דיין SUV...

הקטן, כמיין ח״ו גארנישט פערזענליך, איך פרוביר דיר נאר מסביר צוזיין א נקודה וואס דו כאפסט נאכנישט.

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 4:06 pm

· #381863
הקטן ס׳גייט ווייטער.

ממש יעדע באשעפעניש אויף די וועלט האט א ענדליכע משפחה צו דעם, מקען עס זעהן ביי אלע מיני פארומס פון לייף, פיש, מעמעלס, געוואקסן, קוק אויף קרויט, Brussel sprouts, cauliflower, Kale און מקען גלייך זעהן אז סשטאמען נישט פון קיין peaches אדער mangos...

פארוואס איז דא אזויפיל ענדליכע חיות צו א יעדע מין?

די קשיא האט געבאדערט דארווין, פארוואס האט גאט געמאכט די זעלבע מין פייגל מיט אזויפיל ווערסיעס און שינויים? די מויל איז טראפקעלע אנדערש אויף יעדע אינזל אין די גאלאפעקאוס... די קשיא האט אים געפירט צו די מסקנא פון evolution by natural selection, און די Tree of life...

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 5:27 pm

· #381868
הקטן ס׳גייט ווייטער (מ׳וועט גיין צוביסעלעך און צושטייטלעך)
פארגעס פון אנדערע ספישיעס וואס זענען ענדליך איינס צום צווייטן, פארגעס פון הומאנס ענדליכייט צו להבדיל די אנדערע ׳עיבס׳ ווי אָראנגוטאנס (טראמפס זיידע 😂 ) די שימפאנזיס, די באָנאָבאוס, גערילאוס.

לאמיר רעדן פון ״הומאנס״ אליינס, לאז אפ אלע ״טמנע חיות״ 🙂 אקעי.

זעהסט א חילוק אין אויסקוק צווישן א אזיאנער, שווארצע, ווייסע, אינדיאענער, וכו׳ וכו׳ יעדע פאלק האט זיך דיוועלעפט ״א טראפקעלע אנדערש״. פון יעדע פלאץ פון ווי מ׳קומט נאר אין די וועלט קען מען ״אידענטיפייען די חילוקים אין די DNA קודס״.

אונזער ״טריוויעל״ חילוקים מיט כינעזער איז געשעהן אין בערך 150 טויזנט יאהר, יעצט טראכט וואס ״קען געשעהן״ ווען נאר יעדע דריי דורות מאכט נאר קליינע חילוקים במשך 150 מיליאן יאהר....

מיינסט אז סערט ויזניץ גייט זיין די זעלבע אין 200 מיליאן יאהר ארום???

טראכט! טראכט...

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 6:47 pm

· #381875
הקטן


דו זענסט וואו די בייעס-קאנפערמעשען קימט אריין?


פארקערט אויב וואלט איך טאקע געוועהן ״בייעסט״ ווי דו ווילסט קלעימן, וואלט איך אנגענומען די ווערסיע מיט וואס איך בין אויפגעוואקסן מיט, און וואס מיין טאטע און מאמע האבן אריינגעבאכעט אין מיין מוח פון אלץ קינדווייז אן... איך האב ליעב מיין טאטע מיין מאמע, כהאב ליעב געהאט אהבת נפש מיין זיידע, מיין מאמעס טאטע, גאר א געשמאקע חשובע איד פון חוסט, געשטאמעט פון ספינקא חסידים, א תלמיד פון הרב דושונסקי זצ״ל (ירושלימער רב) נאך פון חוסט. סאיז נישט געוועהן קיין נפש אויף דער וועלט וואס האט זיך באקענט מיט דעם איד וואס איז נישט געווארן זיין חבר... יעדע קינד אין סנהדרי׳ מורחבת אין ירושלים האט אים געקענט, ער איז געוועהן איינע פון מיינע ״העלדן״. ער האט מיך אויסגעלערנט אסאך וועלטליכע זאכן למשל שפילן שך און ווי אזוי צוטראכטן, ער איז געוועהן גאר א פרומער איד,
א גרויסער מאמין, און גאר א נאנטע מענטש פון די נענסטע מענטשען צום ריבניצער זצ״ל, מיין זיידע איז געוועהן איינע פון זיינע שלוחים צו פארשפרייטן אידשיקייט אין אוקריינא, ער האט פארשאפט מצות און אתרוגים פאר אלע אידן אין יענע געגענט. ווען די ריבניצער איז אוועק האט די משפחה מאגזין געזוכט א איד וואס האט אים נאך געקענט פון ״מאלדאוויע״ זיי האבן גערופן מיין עלטער פעטער הרה״ח ר׳ משה טובי גרינצווייג, און ער האט זיי אנגעשדכנט מיט זיין שוואגער- מיין זיידע, אין די אינטערוויו האט מיין זיידע פארציילט נאר פערזענליכע עפיזאדן וואס ער האט אליינס מיטגעהאלטן, מיין זיידע פלעגט פארן צו אים א וועג פון דא קיין מאנטריאל נאך מיט א פערד און וואגן אפאר מאהל א יאר אין די גרעסטע רוסישער פרעסטן מיט די גאנצע מסי״נ.

מיין אנדערע זיידע האב איך נישט געקענט, מיין טאטע איז געוועהן אכט יאר אלט ווען ער איז אוועק, איך הייס נאך אים. גענוג און נאך מענטשען וואס האבן אים געקענט האבן מיר פארציילט איבער אים. ער האט געקענט גאנץ ״אוחה״ק אויפן לשון״ און גאנץ ששה סדרי משנה אויפן לשון, ער איז געגאנגען אין תל אביב נאכן קריג ״מיט צוגעמאכטע אויגן אויף דער גאס״...! ער האט דארט געוואוינט פאר א קורצע צייט ביז מ׳האט געבויעט ״שיכון וויזניץ״ אין בני ברק. ר׳ חיים מאירל האט אים מספיד געוועהן ברבים (שלא כמנהוג וויזניץ) און ער האט אים גערופן ״מיין באליבטע פריינד ר׳ יענקל פ. האב איך נאך געקענט פון ווילחאוויץ ״יעדע מאל איך בין אריינגעקומען אין ביהמ״ד האב איך געזעהן ר׳ יענקל מיט די גלעזער אויפן שפיץ נאז איבערגעבויגן אויף א ספר, און געהארעווט אויף תורה...

מיין טאטעס מאמע שטאמעט פון א גרויסע רבנישע שטוב, זיי זענען אייניקלעך פון הגה״ק ר׳ שמעלקא סעלישער זצ״ל בעל ״צרור החיים״. פון די גרעסטע אונגארישע רבנים אין זיינע צייטן. מיין באבעס טאטע איז געוועהן רב אין צעלידהיים, אין אויבערלאנד,א שטעטל צעהן מינוט פון פאפא, זיי זענען געוועהן בעלזע חסידים. איך קען אייך ניטאמאל אנפאנגן צו פארציילן וואס פארא חשובע פרוי זי איז געוועהן, יעדע ווארט פון איר מויל איז געוועהן געמאסטן און געוואויגן... זי האט אריינגעשווערצט אין לאגער ״א יום כיפור מחזור״ און פארגעדאווענט פאר הונדרעטער אידשע פרויען אין יום כיפור.. איך פערזענליך האב עס געהערט פון איינע וואס איז דארט געוועהן. די מעשה איז געוועהן באשריבן אויף אפאר פלעצער...

מיין באבע איז פאר די קריג איז געוועהן א כלה מיט די קיטישי פאפא רבי פון מאנטריאל. נאכן קריג האט זי באקומען ״פאלשע אינפארמאציע״ אז ער איז נפטר געווארן, אין די די.פי לאגערן האט זי זיך געטראפן מיט קלויזנבורגער רב זצ״ל און ער האט אנגשדכנט מיין זיידע און באבע צוזאמען און ער איז געוועהן די מסדר קידושין.


בייסעט? וואס ??? מיינע עלטער עלטער זיידעס? מיין היינטיגע גאנצע פאמילע? איך האב זיי ליעב אהבת נפש, הלוואי וואלסטו געוועהן גערעכט.

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 8:40 pm

· #381892
הקטן, כוויל נאכזאגן א ״טייער אמתע ווארט״ וואס די היינטיגען בעלזע רב זז״ג האט געזאגט מיט יאהרן צוריק פאר איינע פון אונזערע חשובע אינטעלעקטשיולע ניקס אויף ק״ש ידידי היקר הגאון מורי ״שטריימל בלאגער״ שיחי׳. (שטריימל קענסט באשטעטיגן צו סאיז אמת די מעשה)


ווען שטריימל בלאוגער איז געוועהן א בחור איז ער געוועהן גאר א פרומע בעלזער בחור, לאנג ביפאר ער האט געוואסט ווער דער לינקער פראפעסאר יובל נח הררי איז, אסאך פאר ער האט געוואסט פון ״מורה נבוכים״ צוזאגן, איז ער געוועהן א ׳בעלזער פאנאט׳ וואס האט געטוהן וואס אלע בעלזער בחורים האבן געטוהן, אזש אז די מאכניווקער רביצין האט געטיילט מיטן פינגער פאר די משטרה,
אויף דעם ציווילדעווטן זיבצען יעריגער @שטריימל ״אז אים דארף מען ארעסטירן״

נאך א דאווענען האט די היינטיגע רב צוגערופן @שטריימל און אים געזאגט פארוואס שטייט אין קרי״ש ״בכלל לבבך״ מיט א לשון רבים, נישט בכל לבך? א מענטש האט דאך נאר ״איין הארץ״? וואס מיינט די תורה בכל לבבך מיט צוויי הערצער? נאר די תירוץ איז

א מענטש ווען ער גלייבט אין עפעס און ער הערט אז די אייבישטער האט באשאפן די וועלט, איז נישט גענוג סזאל אריינגיין אין הארץ, נאר אינעם הארץ איז דא ״אסאך קאמערלעך״

״ס׳דארף אריינגיין אין איין הארץ און נאך א הארץ, און נאך א הארץ, אין די טיפעניש פון די קעמערלעך פונעם הארץ״...

גאר ווייניג האט דער רב געוואסט אז ער רעדט דא צו א ״פיוטשער משכיל״...

אינטערסאנטע מעשה? Out of the blue האט אים דעס די רב געזאגט יאהרן פאר איינער האט אמאל געחלמט אז ער גייט אמאל אפשניידן די לאנגע בעלזע פיאות... און אוועקווארפן זיין טערקישע טלית.

ווען איך בין געוועהן א קינד און איך בין געגאנגען חוה״מ מיט מיין טאטע צו א זו פון חיות און זיי האבן דארט עפעס געדרשנט וועגן ״מיליאנען יאהר צוריק״ האט זיך מיין טאטע אנגערופן צו מיר און מיינע געשוויסטער מיט אזא געלעכטער ״כאילו זיי זענען געוועהן דארט מיליאנען יאר צוריק...!״
די חוזק פראז איז ביי מיר געבליבן שטעקן אלע יאהרן, ווען סייענטיסטן האבן גערעדט מיט אזא ברייטייקט פון מיליאנען און ביליאנען יאהרן איז אריינגעקומען אין מיין קאפ די פראגרעמינג וואס מיין טאטע האט אריינגלייגט אין מיר פון אלץ קליין קינד.

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 8:57 pm

· #381899
הקטן טייערער זאלסט נאר וויסן ווי שווער סאיז מיר אנגעקומען אנצונעמען די סייענטיפשע ווערסיע נאך אזויפיל יאהרן גלייבן אין עפעס, און אפילו ליב האבן די היימישע קולטר למחצה ולשליש זיכער, סהאט מיר גארנישט געפעלט כמעט, כהאב געהאט געלט, כבוד, משפחה, א צוויי מיליאן דאללעריגע הויז אן קיין מארגעטש. די מאנסי-וויזניצער רבי האט מיר ארויפגערופן אפאר יאהר אין א צי ביי די וויזניצער דינער פון מוסדות ב״פ. יעדער האט מיך ליעב געהאט אין מיין קאמיונטי, וואס האט מיר געפעלט?

״אויב אלע וואסערן אויף די וועלט וואלטן געוועהן טינט, וואלט איך נישט געקענט באשרייבן און דיסקרייבן די שוועריקייטן וואס איך בין א דורך און די ״גרויס צער״ אין מיין מחשבה אז ״איך בין אנדערש פון מיין גאנצע פאמילע״ און אז איך האב געבראכן די קייט פון דורי דורות חסידישע מסי״נ אידן ממש״!

אין מילים... מקען עס נישט באשרייבן! נישט מעגליך...!

די ״בכל לבבך״ וואס מ׳האט מיר געפראוגראמט בוזשעוועט אין מיין קאפ עד היום הזה! אבער למעשה צי איך וויל יא צי כוויל נישט גלייב איך אין סייענס און אין עוואלציע, פונקטליך ווי אזוי דארווין האט עס דיסקרייבט... ווייל דעס קוקט מיר אויס ווי א-מ-ת...! און דעס קען מען היינט פראווען סייענטיפיקלי מיט ״אימפירשע עווידענס״.


הלוואי ווייסטו מיר אויף די אנדערע זייט, איך ווארט.. איך האב מיין טלית און תפילין מיט מיין וויזניצער גארטל גרייט אין פאל דו ביסט גערעכט..!

בייעסט? וואס בייעסט? ווען בייעסט?

הקטן » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 12:33 am

· #381937
שבת אחים


פארקערט אויב וואלט איך טאקע געוועהן ״בייעסט״ ווי דו ווילסט קלעימן, וואלט איך אנגענומען די ווערסיע מיט וואס איך בין אויפגעוואקסן מיט, און וואס מיין טאטע און מאמע האבן אריינגעבאכעט אין מיין מוח פון אלץ קינדווייז אן... איך האב ליעב מיין טאטע מיין מאמע, כהאב ליעב געהאט אהבת נפש מיין זיידע, מיין מאמעס טאטע, גאר א געשמאקע חשובע איד פון חוסט, געשטאמעט פון ספינקא חסידים, א תלמיד פון הרב דושונסקי זצ״ל (ירושלימער רב) נאך פון חוסט. סאיז נישט געוועהן קיין נפש אויף דער וועלט וואס האט זיך באקענט מיט דעם איד וואס איז נישט געווארן זיין חבר... יעדע קינד אין סנהדרי׳ מורחבת אין ירושלים האט אים געקענט, ער איז געוועהן איינע פון מיינע ״העלדן״. ער האט מיך אויסגעלערנט אסאך וועלטליכע זאכן למשל שפילן שך און ווי אזוי צוטראכטן, ער איז געוועהן גאר א פרומער איד,

מיין באבע איז פאר די קריג איז געוועהן א כלה מיט די קיטישי פאפא רבי פון מאנטריאל. נאכן קריג האט זי באקומען ״פאלשע אינפארמאציע״ אז ער איז נפטר געווארן, אין די די.פי לאגערן האט זי זיך געטראפן מיט קלויזנבורגער רב זצ״ל און ער האט אנגשדכנט מיין זיידע און באבע צוזאמען און ער איז געוועהן די מסדר קידושין.

בייסעט? וואס ??? מיינע עלטער עלטער זיידעס? מיין היינטיגע גאנצע פאמילע? איך האב זיי ליעב אהבת נפש, הלוואי וואלסטו געוועהן גערעכט.

ר' שבת טייערע, צי דו זאלסט יא אדער נישט גלייבן אין עוועלאציע איז פיל מער קאמפלעצירט וואו מיט וואספארא טיכל דיין באבע איז געגאנגען ציגעדעקט אדער לעבן וועלכע שטאט דיין זיידע האט געקלאפט הושנות

ס'איז דא זייער אסך אסך סיבות פארוואס איינער זאל אופהערן גלייבן א און אנפאנגען גלייבן אין ב
געווענליך וועט זיך יענער שווערן ביי זיין בארד אז די סיבה פארוואס ער טוישט גלויבינג איז ווייל ער האט אסך קשית און שוועריקייטן מיט גלויבינג א און פשוט ער קען מער נישט לעבן אזוי
און ער איז איבערצייגט אז גלויבינג ב איז ריכטיג

אויווען אויף איז ער גערעכט, ער האט קשית, אבער דאס איז זייער זייער א simplistic view פין וואס קימט באמת פאר אין דער מענטש
און זעלטן, זייער זעלטן, ווייסט דער וואס טוישט זיין גלויבן פינקטליך וואס טרייבט אים

און זייער אסך פעלער האט יענער געוויסט פין די אלע קשיות פאר דעם אויך, און ס'האט אים גארנישט געשטערט
און זייער אסך פעלער קענען געפרעגט ווערן די זעלבע סארט קשיות אויף זיין נייעם גלויבינג, אבער ס'איז נישט דא מיט וועם צי רעדען, ער הערט דאס פשוט נישט.
און זייער אסך פעלער וועט יענער שפילן god of the gaps מיט זיין נייער גלויבינג (איך קען דיר געבן דגמאות לרחצה)

געב א קוק, דא אין ק"ש איז דא אסך וואס גלייבן אז דער וועלט האט זיך אהער געשטעלט דארך אוועלאציע
און איך און אסך אנדערע לאכן דערפין, און איך בין איבערצייגט אז דאס איז די "flat earth" גלויבינג פין די סענטערי
איז וואס מאכט זיי זאלן ענדערש גלייבן און דעם? איז דאס ווייל זיי ווייסן מער פין מיר? א מכה!!
זיי האבן בכלל נישט מער data מיט וואס זיי קימען צי זייערע מסקנות
פין די אנדערע זייט איז אויך דא אינעלעקטען, הגם ווייניג, וואס וועלן jumpn ship אין וועלן אויפהערן גלייבן און עוועלציע חאטש זיי ווייסן אלס וואס דער גלייביגער ווייסט

א גרויס טייל פין עוועלאציע-גלויבערס דא אין שטיבל איז זייער גרינג צי זען אז זיי קענען ניטאמאל א בעסער ענגליש, און אן עציץ נקוב האט אן העכערע IQ פין זיי
אבער זיי גלייבן און עוועלאציע, ווארוואס?

סאטיסטק ווייסט צי זאגן פין א קארעלעשען פין ווערן פיזיקעל אדער סעקסעל אביאזט מיט פארשטיין גיט עוועלאשען און ס'זאל זיך לייגן אויפן שכל
אפשר קענסטו מסביר זיין וואס האט פאטשקענען מיט איינעם ביים פנים של מטה מיט פארשטיין בעסער?!
די וועסט יענעם פרעגן וועט ער דיר נישט זאגן איך גלייב נישט ווייל איך בין אויפגערעגט אויף די סעסייעטי וואס האט מיך נישט געהיט
אדער אז איך האב א נאטירליכע מיס-טראסט צי אלעם פין מיין אינגע יארן
איך האב שוין געטראפן אזאלכע וואס האבן געוויינט אז הלוואי קען איך גלייבן און גאט, ס'איז מיר זייער שווער אזוי!
אבער וואו געזאגט, זייער זעלטן, ווייסט דער וואס טוישט זיין גלויבן פינקטליך וואס טרייבט אים

איך וועל דיר געבען נאך דוגמה
א low self esteem
דער אינגערמאן פעלט פין אינדרויסן כמעט גארנישט ער האט געלט, כבוד, משפחה, א צוויי מיליאן דאללעריגע הויז אן קיין מארגעטש
אבער דאך פילט זיך אנידער געשלאגן מיט זיך ער פילט זיך מיט גארנשיט special
אויף איינמאל:
> פילט ער וואו ער האט אן אייגען מיינאג,
> ער איז נישט סתם נאך א רינגעל אין די גאלדענע קייט
> אנדערש פין טאטע מאמע און געשוויסטער

און אסך פעלער וועט דאס אנטלויפן נאר העלפן אביסל און נאך א שטיק צייט וועט דאס נאגען ציריק קימען און דאן וועט מען טרייען אנדערע סארט ריקריעשען
אפשר מעדעטשען קען העלפן

ב עדיקטעט צי די פילינג פין זיין א martyr
> ער גייט ארים מיט די פילינג אז ער איז איינער וואס איז גרייט זיך "מוסר נפש" זיין פארן אמת!
די וואס ליידען פין דעם וועלן געווענדליך, פריער צי שפעטער מאכן אן עסק פין זייער שוועריקייטן, און העלדישקייט און וויפל שוועריקייטן זיי זענען נעבעך אדארך און גייען נאך אלץ אדארך, אבער זיי האבן פשוט נישט קיין בריירה - (זעה די ביכער זייערע)
אווא א ברעסליווער וואס לעבט אויף מניעות - איז וואו מער ער קען זיך באוויינען, חאטש בינו לבין עצמו איז אלס אלס כדי

אפשר קענסטו מיך געבן צי פארשטיין
נו אז איינער זאגט מיר ער האט איינגעזען א יאשקע איז משיח און איז גרייט צי ליידן דערפאר, נו ער האט דאך נישט קיין בריירה
אבער אז איינער האט אין זיין aha moment אויסגעפינען אז ס'איז נישט דא קיין אמת, מיר לעבן און שטראבן, אינז זענען נישט מער וואו א עקסידענט
איז פאר וואס נישט enjoyen life ???
פארוואס טוישן לייף סטייל?
פארוואס וויי טון עלטערן ?
פארוואס נישט עסען קיגעל (און חזר ווען קיינער זעט נישט),מיט די וויזניצער גארטל ?
ווייל גארנישט מיינט נישט גארנישט?
פארדעם זאלסטו ליידן ???
דו פארשטייסט דאס???

נאר וואס? זייער זעלטן, ווייסט דער וואס טוישט זיין גלויבן פינקטליך וואס טרייבט אים!
דער מענטש ווערט געטריבן פין זיין סוב-קאנשעס אסך מער וואו פין זיין קאנשעס

רעדט מיר נישט איין אז די ביסט צידרייט, דיין סוב-קאנשעס ווייסט שוין גאנץ גוט פארוואס ס'איז כדי צי "ליידן"
א מענטש איז נאר גרייט צי ליידן אויב ס'לוינט אים צי בעולם הזה צי בעולם הבא
דער וואס זאגט אז ער איז גרייט צי ליידן פארן אמת מיינט דאס א ער האלט אז די אמת וועט אים באצאלן, פריער צי שפעטער, אדער ב דער תחושה אז ער לעבט פארן אמת איז זיין גרעסטער שכר
(און דיין פאל איז א נישט שייך, לית דין ולית דיין, און דו באקימסט נישט קיין פוינטס צי לעבן מיט דעם אמת)

ג cognitive dissonance
גייט א וווילער אינדערמאן אין הייערט צוויי בחרים, ער וויל זיי גאר מקרב זיין צי אידישקייט ער איז זיי גרייט צי געבן $20 א יעדער טאג וואס זיי לייגן תפילן
אבער זיי לאכן פין אים און די פויסט, זיי פרעגן אים שאלות וואס ער ווייסט נישט די תיריצים אויף זיי, פין וואו זאל ער וויסען? אין וויזניץ האט מען דאס נישט געלערענט
די קשיות של לעצמו איז נישט אייביק קיין נייעס אבער יעצט אז ער בלייבט מיט די צינג אינדרויסען מאכט דאס אים פילן
זייער אימבאקוועם (די דגש איז אז דאס איז מער הרגשה וואו ריין שכל) איז כדי ארויס ציקריכן פין דעם אימבאקוועמע הרגשה זאגט דער סאב-קאנשיס צים מענטש - איך גלייב טאקע אויך נישט!

ד cognitive dissonance II דער מענטש איז דארך געפאלן מיט עפעס וואס ער פילט זייער נישט באקוועם - אויב קען ער אבער טוישן זיין גלויבינג קען ער זיך ארויס זען פין זיין פלאנטער
נישט אייביג איז דאס א חט פאר א אינגערמאן אין סקווער איז געניג צי הערן AM א סאטמערע פעלט שוין אויס FM
עיין כל באיה לא ישובון

ה דער מענטש וויל פילן וואו ער איז אן אינטעלעקט

ו דער מענטש האט ערגעץ אויפגעפיקט אז האבן ספיקות איז א virtue
עין אשכול "מימיני מיכאל משמאלי גבריאל"
דעם דייגנאז איז זייער אויפגעכאפט דא אין שטיבל

ז מענטשן וואס האבן נישט די גאטס אליינס צי טראכטן, און אז ער ווערט געוואר אז רוב וועלט האלט אז די וועלט איז פלאך אדער רינדעכיג ווערט דאס אויטימאטיש דער אמת
ס'איז דא נאך אסך, אבער ס'איז שוין געווארן שפעט

ס'קען אויך זיין איינער זאל פשוט האבן קשיות, אדער זיין צימישט, אדער סתם אזוי נישט געבען קיין "דעם"
אבער לויט וואו דו לייגסט דאס אראפ וואספארא יסירים דו גייסט אלס דארך פאר וויסען אז גארנישט מיינט גארנישט, און אלס איז נאר א joke, סך הכול ביסטו אביסל junk DNA וואס האלט זיך נאך אינמיטען איוואלווען
ע"כ אין דיין פאל בין איך מער נוטה צי זאגן אז די סוב-קאנשעס שפילט א גרעסערע ראלע וואו די מיינסט
יעצט איך זאג נישט זאלסט האלטן ווואו מיר
אבער קען דען נישט זיין אז דו ביסט יא בייעס?
פארוואס ביסטו אזוי דערגעגען אזא געדאנק?
דיין יא זיין אדער נישט זיין בייעס האט דען ציטון וואו שטארק דו האלסט אז דו ביסט נישט בייעס?


דער סוב-קאנשעס וויל אז אלס וואס איך האב געשריבן זאל פארבלייבן א סוד און איז נישט מסכים דאס צי פארציילן פאר די קאנשעס - פארשטייסט פארוואס?


שכח פאר דער ווארט פין בעלזע רב, דו ווייסט נישט וואו גוט דאס איז!

ב.ד.וו בייעס קאנפעמעשען האב איך בכלל נישט געמיינט צי זאגן אז דו ביסט בייעסט
איך וועל מסביר זיין א צווייטע מאל



הוגה אין אנדערע וועלן מיך הארגענען דערפאר, און ראבן וועט שרייבן אין די וועקר, ווייל דער סוב-קאנשעס וויל ס'זאל פארבלייבן א סוד

שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 1:01 am

· #381938
איך האב נישט געזוכט די עטענשאון פון אנדערע, איך האב קודם געשפילט ביידע זייטן פאר צוויי יאהר צייט, כמעט קיינער האט נישט פונקטליך געוואסט צוזאגן אז איך גלייב אין עפעס אנדערש. איך האב נישט געפלאנט ארויסצוגיין אין די עפענטליכקייט בכלל. איך בין געגאנגען מיט שטריימל, בעיקטשע, ווייסע זאקן, אראפגלאזטע פיאות אין שבת. אלעס, מיין ווייב האט ניטאמאל געוואסט...
מיין טאטע און מאמע מאן דכאר שמיא.

מה עשה הקבה?

עפעס איז געשעהן און ״יעדער״ איז געוואר געווארן... עפעס א קאר עקסידענט (גאנץ נאנט צום וויזשניצער זמן), מ׳האט שוין דערמאנט אסאך מאל די מעשה דא אין שטיבל. מיין געוועזנע שותף מיט זיין גוטהארציקייט האט עס אויסגעפויקט פאר יעדעם איינעם.

איך זאג דיר נישט קיין ליגענט:

ווען מיין טאטע האט באקומען א קאפיע פון די ״קאר עקסידענט ריפאורט״ און געזעהן וואס טוט זיך, האט ער געחלשט אויפן פלאץ, מיין ברודער א פארעמעדיק איז געקומען צופארן, די מעשה האט אים עלטער געמאכט מיט 20 יאר, און ער מיינט היינט אז איך בין א שטיקל בעל תשובה, ווייל אז נישט גייט ער אין קבר אריין גאראנטירט. איך רעדט מיט אים יעדן איינציגע טאג כמעט, איך זעה אים אפאר מאל א וואך, איך גיי ארויף צו מיינע עלטערן יעדען צווייטן טאג, כבין פריער דארט געוועהן.


קיינער האט נישט קיין איין סיבה שבעולם צוזאגן אז איך בין וואס איך בין, חוץ אז איך גלייב באמת נישט... ווער ס׳קען מיך זאל רעדן! אדרבה!

הקטן » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 1:11 am

· #381940
שבת אחים

קיינער האט נישט קיין איין סיבה שבעולם צוזאגן אז איך בין וואס איך בין, חוץ אז איך גלייב באמת נישט... ווער ס׳קען מיך זאל רעדן! אדרבה!


*) זיכער גלייבסטו באמת נישט - ליין איבער
איך האב נישט געשריבן דו זיכסט פשוט עטענשען
און איך האב אויך נישט גערעד דאווקא פין דיר
און וואס איך האב געשריבן לאזט נאך איבער געניג און נאך פלאץ פאר דיין ווערסיע און נאך אלץ ווערן פעסט געטריבן פין די סוב-קאנשעס - נעם למשל ג. אדער ד.
איך און דו ווערן געטריבן דערפין!


*) ערגעץ אין איין קעמערל אין הארץ, נאך וואו דו גלייבסט!
בעלזע רב

שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 2:51 am

· #381946
הקטן
שבת אחים

קיינער האט נישט קיין איין סיבה שבעולם צוזאגן אז איך בין וואס איך בין, חוץ אז איך גלייב באמת נישט... ווער ס׳קען מיך זאל רעדן! אדרבה!


*) זיכער גלייבסטו באמת נישט - ליין איבער
איך האב נישט געשריבן דו זיכסט פשוט עטענשען
און איך האב אויך נישט גערעד דאווקא פין דיר
און וואס איך האב געשריבן לאזט נאך איבער געניג און נאך פלאץ פאר דיין ווערסיע און נאך אלץ ווערן פעסט געטריבן פין די סוב-קאנשעס - נעם למשל ג. אדער ד.
איך און דו ווערן געטריבן דערפין!


*) ערגעץ אין איין קעמערל אין הארץ, נאך וואו דו גלייבסט!
בעלזע רב


כהאב נאר דערווייל געליינט די ערשטע האלב פון דיין לאנגע תגובה, די אנדערע האלב וועל איך ליינען ״אם ירצה השם״ מארגן אויף א קלארערע קאפ. יעצט גיי איך מעדיטירן אביסל- מעריב אויף מיין ווערסיע..!

גיטע נאכט, צום ווידערזעהן.

שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 3:52 am

· #381949
Charles Darwin and the Tree of Life

Sir David Attenborough by

David Attenborough asks three key questions: how and why did Darwin come up with his theory of evolution? Why do we think he was right? And why is it more important now
?than ever

<a class="postlink" href="http://topdocumentaryfilms.com/charles-darwin-tree-life/">http://topdocumentaryfilms.com/charles- ... tree-life/</a>

שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 5:05 am

· #381950
Rabbi Dovid Gottlieb's questions for "evolutionists"

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=NhASh8IOQUs&feature=youtu.be">https://www.youtube.com/watch?v=NhASh8I ... e=youtu.be</a>

shtriemel » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 8:23 am

· #381952
שבת אחים
הקטן, כוויל נאכזאגן א ״טייער אמתע ווארט״ וואס די היינטיגען בעלזע רב זז״ג האט געזאגט מיט יאהרן צוריק פאר איינע פון אונזערע חשובע אינטעלעקטשיולע ניקס אויף ק״ש ידידי היקר הגאון מורי ״שטריימל בלאגער״ שיחי׳. (שטריימל קענסט באשטעטיגן צו סאיז אמת די מעשה)


ווען שטריימל בלאוגער איז געוועהן א בחור איז ער געוועהן גאר א פרומע בעלזער בחור, לאנג ביפאר ער האט געוואסט ווער דער לינקער פראפעסאר יובל נח הררי איז, אסאך פאר ער האט געוואסט פון ״מורה נבוכים״ צוזאגן, איז ער געוועהן א ׳בעלזער פאנאט׳ וואס האט געטוהן וואס אלע בעלזער בחורים האבן געטוהן, אזש אז די מאכניווקער רביצין האט געטיילט מיטן פינגער פאר די משטרה,
אויף דעם ציווילדעווטן זיבצען יעריגער @שטריימל ״אז אים דארף מען ארעסטירן״

נאך א דאווענען האט די היינטיגע רב צוגערופן @שטריימל און אים געזאגט פארוואס שטייט אין קרי״ש ״בכלל לבבך״ מיט א לשון רבים, נישט בכל לבך? א מענטש האט דאך נאר ״איין הארץ״? וואס מיינט די תורה בכל לבבך מיט צוויי הערצער? נאר די תירוץ איז

א מענטש ווען ער גלייבט אין עפעס און ער הערט אז די אייבישטער האט באשאפן די וועלט, איז נישט גענוג סזאל אריינגיין אין הארץ, נאר אינעם הארץ איז דא ״אסאך קאמערלעך״

״ס׳דארף אריינגיין אין איין הארץ און נאך א הארץ, און נאך א הארץ, אין די טיפעניש פון די קעמערלעך פונעם הארץ״...

גאר ווייניג האט דער רב געוואסט אז ער רעדט דא צו א ״פיוטשער משכיל״...

אינטערסאנטע מעשה? Out of the blue האט אים דעס די רב געזאגט יאהרן פאר איינער האט אמאל געחלמט אז ער גייט אמאל אפשניידן די לאנגע בעלזע פיאות... און אוועקווארפן זיין טערקישע טלית.

ווען איך בין געוועהן א קינד און איך בין געגאנגען חוה״מ מיט מיין טאטע צו א זו פון חיות און זיי האבן דארט עפעס געדרשנט וועגן ״מיליאנען יאהר צוריק״ האט זיך מיין טאטע אנגערופן צו מיר און מיינע געשוויסטער מיט אזא געלעכטער ״כאילו זיי זענען געוועהן דארט מיליאנען יאר צוריק...!״
די חוזק פראז איז ביי מיר געבליבן שטעקן אלע יאהרן, ווען סייענטיסטן האבן גערעדט מיט אזא ברייטייקט פון מיליאנען און ביליאנען יאהרן איז אריינגעקומען אין מיין קאפ די פראגרעמינג וואס מיין טאטע האט אריינגלייגט אין מיר פון אלץ קליין קינד.



דער רב זאל מאריך ימים זיין האט עס נאכגעזאגט פונ'ם קאצקער. "ער'ס געווען א שארף איד" כלשונו הק'. "אסאך מאל איז דאס הארץ פאשמירט, ס'דארף אריבער גיין איין הארץ, און נאך א הארץ"...

וואס די רב האט געזען מיט זיין הייליגע אויגען ווייס איך נישט, עכ"פ איך האב עס גענומען אלס הוראה לעתיד צו זאגען און זאגען און זאגען ביז...

shtriemel » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 8:25 am

· #381953
לעניין האשכול, איך שרייב א לענגערע תגובה פאר דיר, @הקטן.

אבער זה הקטן גדול נהיה. וועל איך עפענען א נייע אשכול.

הקטן » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:34 am

· #381957
shtriemel
שבת אחים
הקטן, כוויל נאכזאגן א ״טייער אמתע ווארט״ וואס די היינטיגען בעלזע רב זז״ג האט געזאגט מיט יאהרן צוריק פאר איינע פון אונזערע חשובע אינטעלעקטשיולע ניקס אויף ק״ש ידידי היקר הגאון מורי ״שטריימל בלאגער״ שיחי׳. (שטריימל קענסט באשטעטיגן צו סאיז אמת די מעשה)

נאך א דאווענען האט די היינטיגע רב צוגערופן @שטריימל און אים געזאגט פארוואס שטייט אין קרי״ש ״בכלל לבבך״ מיט א לשון רבים, נישט בכל לבך? א מענטש האט דאך נאר ״איין הארץ״? וואס מיינט די תורה בכל לבבך מיט צוויי הערצער? נאר די תירוץ איז

א מענטש ווען ער גלייבט אין עפעס און ער הערט אז די אייבישטער האט באשאפן די וועלט, איז נישט גענוג סזאל אריינגיין אין הארץ, נאר אינעם הארץ איז דא ״אסאך קאמערלעך״

״ס׳דארף אריינגיין אין איין הארץ און נאך א הארץ, און נאך א הארץ, אין די טיפעניש פון די קעמערלעך פונעם הארץ״...



דער רב זאל מאריך ימים זיין האט עס נאכגעזאגט פונ'ם קאצקער. "ער'ס געווען א שארף איד" כלשונו הק'. "אסאך מאל איז דאס הארץ פאשמירט, ס'דארף אריבער גיין איין הארץ, און נאך א הארץ"...

וואס די רב האט געזען מיט זיין הייליגע אויגען ווייס איך נישט, עכ"פ איך האב עס גענומען אלס הוראה לעתיד צו זאגען און זאגען און זאגען ביז...

שכח פאר שטעלן די זאך בשם אמרו - איך האלט אז בעלזר רב איז א קליג איד, אבער דאס אז ער האט deep insight לנפש האדם איז מיר געווען א חידוש
און יעדנס פאל איך מיין אז פשט פין דעם איז מער וואו שבת האט דאס געזאגט - דער מענטש איז צאמגעשטעלט פין מערערע layers זה לפנים מזה און מען דארף ארבעטן אנציקימען נאך טיפער און נאך טיפער (דער מאמר האט נישט מיט קיין פארשמירט הארץ צי טון כנל"ד איך האב נישט געזען אינעווייניג)

ס'איז דא א מאמר there is no atheist in a foxhole
און ס'איז דא זייער אסך אזאלכע מעשות
און אזוי וואו א יעדר ממרא איז דא פעלער וואס דאס איז נישט אייביג אזוי - אבערע דאס אז ס'איז דא אזא מאמר ווייזט אז ס'איז פארהאן אזא פאננעמא
פין וואו מיינסטו ווערט אויף איינמאל אנדעקט גאט?
די תירוץ איז, דער עטיאיסט האט קיינמאל נישט אוועק געווארפן גאט אינגאצען
און פארדעם פייט ער מיט גאט וואו ער קען,
ער וועט זיכער מאכן אז א צווייטער זאל אויך אזוי האלטן!
ער וועט שרייבן בלאגס!
מסביר זיין פארוואס ער גלייבט נישט!
געבן א "לייק" פאר ווער ס'זאל נאר מאכן א דשאק אויף דעם חשבן פין גאט אדער זיין פאלק - חאטש ער ווייסט אויך אז ס'איז קארני

ווען דער מאמין אין גאט טוט אין קירוב, נא דאס איז דאך זיין אויפגאבע
אבער דער וואס האלט אז ער איז א ווערסיע פין א מאנקי טוט אין קירוב, וואס גייט דיך אן וואס דער צווייטער מאנקי האלט?
לדעתי קימט דאס פין אן אינער סטראגעל, מיט איינע פין זיינע אינערליכע הערצער
וואס וואו געזאגט, איז דער מענטש בכלל נישט aware וואס טרייבט אים!

הקטן » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 10:00 am

· #381959
שבת אחים
די קליפ פין "טרי אף לייף" געדענק איך נישט צי איך האב שוין געזען אבער איך האב שוין געזען אסך אסך אנדערע פין די סארט (אז דו מיינסט דאס וועט עס מאכן, וועל איך דארך שוויצען די שעה)

איך האב אויך דארך געליינט On the Origin of Species פראם קאווער טא קאווער ס'איז דא אנליין און אסך אנדערע באשרייבונגען

אן עי סייד נאט, ווען דו טרייסט חוזק צי מאכן פין מיינער ידיעות אין די סיגיא, איך גלייב נישט ס'איז א winning argument פאר דיר, ווייל צי איך ווייס וואס איך רעדט צי נישט וועט שוין די ליינער מחליט זיין

די קליפ וואו יענער צילייגט גאטליב האב איך שוין לאנג געזען (איך מיין ראבון האט דאס אמאל ארויף געשטעלט מיינענדיק אז דאס איז א jewel)
איך האב אין יענעם קליפ נאר געזען וואו באנקראט די מאמיני עוועלאציע זענען!

אין דאס איז מיין פוינט!
דו גלייבסט וואס דו גלייבסט און איך גלייב וואס איך גלייב האט נישט קיין שייכת וואטס אא עווער מיט DATA וואס דו האסט און איך נישט.
דו זעסט אין די גאטליב קליפ איין זאך און איך זעה גאר עפעס אנדערש
דאס וואס איך ריף "בייעס קאנפערמעשען" !

זיי נישט ציבראכן דאס איז part פין די human condition

shtriemel » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 10:24 am

· #381960
הקטן

שכח פאר שטעלן די זאך בשם אמרו - איך האלט אז בעלזר רב איז א קליג איד, אבער דאס אז ער האט deep insight לנפש האדם איז מיר געווען א חידוש


דאס איז דאך א חיסרון ידיעה... דעם אינסייט לליבי האט ער געהאט אסאך אסאך פאר מיר אליין! דאס איז די גרעסטע חידוש דא.

שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 12:47 pm

· #381969
הקטן
שבת אחים
די קליפ פין "טרי אף לייף" געדענק איך נישט צי איך האב שוין געזען אבער איך האב שוין געזען אסך אסך אנדערע פין די סארט (אז דו מיינסט דאס וועט עס מאכן, וועל איך דארך שוויצען די שעה)

איך האב אויך דארך געליינט On the Origin of Species פראם קאווער טא קאווער ס'איז דא אנליין און אסך אנדערע באשרייבונגען

אן עי סייד נאט, ווען דו טרייסט חוזק צי מאכן פין מיינער ידיעות אין די סיגיא, איך גלייב נישט ס'איז א winning argument פאר דיר, ווייל צי איך ווייס וואס איך רעדט צי נישט וועט שוין די ליינער מחליט זיין

די קליפ וואו יענער צילייגט גאטליב האב איך שוין לאנג געזען (איך מיין ראבון האט דאס אמאל ארויף געשטעלט מיינענדיק אז דאס איז א jewel)
איך האב אין יענעם קליפ נאר געזען וואו באנקראט די מאמיני עוועלאציע זענען!

אין דאס איז מיין פוינט!

דו גלייבסט וואס דו גלייבסט און איך גלייב וואס איך גלייב האט נישט קיין שייכת וואטס אא עווער מיט DATA וואס דו האסט און איך נישט.
דו זעסט אין די גאטליב קליפ איין זאך און איך זעה גאר עפעס אנדערש
דאס וואס איך ריף "בייעס קאנפערמעשען" !

זיי נישט ציבראכן דאס איז part פין די human condition


יעדער איז בייעסט?
קען זיין. לאמיר זאגן ביסט גערעכט...

אבער אין יענע קליפ, זעהט מען קלאר, אז גוטליב איז אזוי בייעסט אז ״ער וויל נישט הערן דעם אמת״ דעס וואס ער זאגט ״אז סאיז דא סייענטיפיעש ראיות ״אפפצופרעגן״ דארווין איז א גראבע ליגענט איך ווארט שוין צוהערן די ״סייענטיפישע ראיות״ וואס פרעגט אפ דארווין? ווי זענען זיי???
פארקערט וואס א טאג שפעטער און וואס מעהר מענטשען זענען קלוגער געווארן פוינט אלעס אין דארווינס דירעקציע...!, מיטן אויפקום פון די היינטיגע טעכנאלגיע קענען מיר אסאך פארשן און נישטערן אין פלעצער ווי די רמב״ם האט זיך נישט געחלמט אין זיין וויסטען חלום.

דו פראבירסט אגאנצן צייט צו מאכן א הנחה אז מיין גלייבונגען- עוועלאציע און דיינע גלייבונגען- גאט ב״ה זענען בעיסקלי די זעלבע איך גלייב אין דעם און די אין יענץ, און סאיז בעיסקלי א PUSH, די ריזיגע חילוק איז עוועלאציע איז געבעיקט ביי ״עווידענס״. אונזערע אור עלטערן האבן איבערגעלאזט fossils-ביינער וואס מקען שטודירן.

אויף מיין זייט איז ״די סייענס״ אויף דיין זייט איז ״א מסורה״ -״גלייבונגען״.

סאיז נישט די זעלבע זאך..! עוועלאציע קען מען היינט פעסטשטעלן אין א לאבארטאריע, און 99 פראצענט היינטיגע דאקטורים און קלוגע מענטשען גלייבן אין דעם און נישט אין creationism.... נישט אז סאיז דא עפעס ״ארגעיומענט אף אוטאריטי״ נאר פארוואס מיינסטו זענען אלע דאקטורים דארווינסטן? זיי זענען בייעסט???

הקטן » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 7:34 pm

· #382001
שבת אחים

אבער אין יענע קליפ, זעהט מען קלאר, אז גוטליב איז אזוי בייעסט אז ״ער וויל נישט הערן דעם אמת״ דעס וואס ער זאגט ״אז סאיז דא סייענטיפיעש ראיות ״אפפצופרעגן״ דארווין איז א גראבע ליגענט איך ווארט שוין צוהערן די ״סייענטיפישע ראיות״ וואס פרעגט אפ דארווין? ווי זענען זיי???

דו זאגאסט אז ס'איז נישט דא קיין סייענטיסען וואס פרעגן אפ דארווין סייענטיפיש?!?!?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 7:53 pm

· #382003
Re: געדאנקן ארום די אינטעליזשענט דיזיין דעבאטע
למעשה האט הקטן געזאגט א גוטע טענה, און קיין תשובה איז נאך נישט אנגעקומען. ווען שבת׳ס זיידע קומט פון אן אנדערע שטאט, צו געלעקסי, טוישט עס נישט דער מציאות אז ס׳איז פונקט אזוי מעגליך צוויי זיידעס ווי איין זיידע. אפילו לויט זייער אויפווייזונגען, קענען זיי נאר זאגען אז ס׳איז מעגליך אז ס׳איז נאר דא איין זיידע, נישט אז ס׳קען נאר זיין איין זיידע.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הקטן » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 12:42 am

· #382069
שבת אחים

דו פראבירסט אגאנצן צייט צו מאכן א הנחה אז מיין גלייבונגען- עוועלאציע און דיינע גלייבונגען- גאט ב״ה זענען בעיסקלי די זעלבע איך גלייב אין דעם און די אין יענץ, און סאיז בעיסקלי א PUSH, די ריזיגע חילוק איז עוועלאציע איז געבעיקט ביי ״עווידענס״. אונזערע אור עלטערן האבן איבערגעלאזט fossils-ביינער וואס מקען שטודירן.

און אויף די fossils-ביינער זעט מען בכלל נישט אז דאס קימט איינער פין די אנדערע
מען טרעפט נישט די missing links נאך וואס דארווין האט אינז ציגעזאגט אז במשך הזמן וועט מען זיי טרעפן
דארווין האט אינז געזאגט אז מען וועט דאס טרעפן במשך הזמן
macro evolution איז קיינאמאל נישט איבערצייגט געווארן
ווען דו קענסט ווען יא באווייזען מאקרא עוועלאשען זאגט דאס נאך אלס זירא וואו אזוי די וועלט איז אהער געקימען
אז מעטש באקס קארס איז געמאכט פין ריין אייזען און מיין SUV איז געמאכט פין ריין אייזען און זיי זענען 100% פין דעם זעלבן מאטריאל זאגט דאס גארנישט אויף וואס קימט פין וואס - פארשטייסט?
קיינער גייט נישט זאגן יארן ארים אז איין קאר פין טויאטע האט געבוירן א צווייטע קאר, וואס מען וועט יא זאגן איז אז ביידע האבן זיי די זעלבע באשאפער - פארשטייסט?
ס'איז דא סייענטיפשע באווייזען אז א וועלט באשאף דארך עוולאשען קען נישט ארבעטען



פין די אנדער זייט ווייסען מיר אינז זענען געווען אין א"י
גאט האט אינז ציגעזאגט מיר וועלן גיין אין גלות
גאט האט אינז געזאגט מיר וועלן זיין פארפיינט דארט
גאט האט אינז געזאגט מיר וועלן בלייבן ווייניג
גאט האט אינז אויך ציגעזאגט מיר וועלן בלייבן against all odds
אנטעסעמעטיזעם און אלע דורת און פאר אנדערע סיבות, וואס מאכט נישט אייביק קיין סענס, זאגט אינז אז יש מנהיג לבירה
דו וועלט שרייט ארויס יש מנהיג לבירה
און לעצטענס איז אויך דא פאסיל-ביינער וואס זאגן "מה רבו מעשך ה' "

דו גלייבסט איך ווייס!

אישתישבי » זונטאג אוגוסט 13, 2017 8:21 am

· #382235
הקטן

שרייבסט זייער שיין, ווען די האסט דיינע פיר סיבות פארוואס מען פארט אפ, מעג מען ניצען איינס פין די פיר סיבות אויף מסביר זיין דיין השקעה אין "אויפקלערן" שבתאחים?

ביי מיר איז נישט קיין ספק אז שבת גייט צוריקומען, מען זעהט אז ער איז א גלויביגע מענטש, ער "גלייבט" אין עוואלוציע, זיין אמונה אין וויזניץ, פאר די וואס קענען אים אביסל איז נאך אסאך מער ווי ער שרייבט דא, עס וועט נאר נעמען אביסעל צייט ער זאל מסדר זיין זיינע אמונות און איינזעהן משל ונמשל, און טרעפען זיין פלאץ. עס איז נישט גוט צו זיין א דוחק את השעה.

דאס וואס שבת זאגט וועגען זיין שותף איז אמת, איך וויל נישט מאריך זיין במקום שאמרו לקצר. עכ"ז איז שבת נישט אזא נרדף ווי ער שטעלט זיך אהער.

אבער אונזער סיסטעם איז סוכ"ס גאר ווייניג געבויט אויף אמונה, עס איז דא סאציאלע נארמס, חוץ פין דעם גארנישט. ממילא איז פאר שבת נישט קיין טובה צוריקקומען צו אונז, ווען ער וועט צוריקקומען,וועט עס זיין צו א מער אויטענטישן אידישקייט.

שבת אחים » זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:56 am

· #382248
הקטן
שבת אחים

דו פראבירסט אגאנצן צייט צו מאכן א הנחה אז מיין גלייבונגען- עוועלאציע און דיינע גלייבונגען- גאט ב״ה זענען בעיסקלי די זעלבע איך גלייב אין דעם און די אין יענץ, און סאיז בעיסקלי א PUSH, די ריזיגע חילוק איז עוועלאציע איז געבעיקט ביי ״עווידענס״. אונזערע אור עלטערן האבן איבערגעלאזט fossils-ביינער וואס מקען שטודירן.

און אויף די fossils-ביינער זעט מען בכלל נישט אז דאס קימט איינער פין די אנדערע
מען טרעפט נישט די missing links נאך וואס דארווין האט אינז ציגעזאגט אז במשך הזמן וועט מען זיי טרעפן
דארווין האט אינז געזאגט אז מען וועט דאס טרעפן במשך הזמן

"

דו גלייבסט איך ווייס!


״פראסטע שקרים״ וואס יעדער חדר יונגל קען אויפקוקן אויף די ״בייעסט סמארטפאון״ דורך אויפמישן א ״בייעסט וויקיפדיע בלאט״ וואס רעדט ארום וועגן די ״בייסעט סייענטיסטן״ האבן ערפונדן אין די ״בייעסט ערד״ ווען זיי האבן געגראבן.

ווער סוויל וויסן דעם אמת:
List of transitional fossils
<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/List_of_transitional_fossils">https://en.wikipedia.org/wiki/List_of_t ... al_fossils</a>


הקטן, כהאב געשעירט פריער א לינק פון א איינע פון די גרעסטע נאטרוליסטן וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן, Sir David Attenborough א מענטש וואס האט זיין גאנץ לעבן אוועקגעגעבן צו שטודירן ״נאטור״, ער איז ארום געפארן אין די גאנצע וועלט אין יעדע פארשטיפטע ווינקל. קוק וויפל משלים ער ברענגט פון היינטיגע לעבעדיגע בעלי חי וואס זענען האלבע פיש און האלבע רעפטיילס, האלבע פויגל, האלבע פיש. ער ווייזט דארט ווי געוויסע פיש לעבט אין סיי אין וואסער און סיי אויף דער יבשה און האבן סיי סימני פיש און סיי סימני רעפטייל.

זינט דארווינס צייטן האט מען געטראפן ״הונדרעטער טראנזישאונעל פאוסילס״ און דעס וואס דו זאגסט איז א גראבע ליגענט אין פנים אריין...

הקטן » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:25 pm

· #382583
אישתישבי
הקטן
שרייבסט זייער שיין, ווען די האסט דיינע פיר סיבות פארוואס מען פארט אפ, מעג מען ניצען איינס פין די פיר סיבות אויף מסביר זיין דיין השקעה אין "אויפקלערן" שבתאחים?

איך וואלט נישט געזאגט איך ארבעט ער זאל ציריקימען, איך האלט נישט ער איז אוועק וועגן אמונה, און זיין אימקער אי"ה וועט נישט זיין דארך אויף אים ווייזען, און ער וועט זאגן "אהא! יעצט הער איך"
אבער בעצם ביסטו גערעכט, זיכער ווער איך געטריבן פין מיין סוב קאנשעס פיל מער וואו איך ווייס.

אישתישבי

דאס וואס שבת זאגט וועגען זיין שותף איז אמת, איך וויל נישט מאריך זיין במקום שאמרו לקצר. עכ"ז איז שבת נישט אזא נרדף ווי ער שטעלט זיך אהער.

זיך אהער צי שטעלן וואו א נרדף קען זיין בייהילפיג פאר די מענטש אויסציפיגערען וואס טרייבט אים
פארוואס איז מיר וויכטיג צי שפילן נרדף ?

אישתישבי

אבער אונזער סיסטעם איז סוכ"ס גאר ווייניג געבויט אויף אמונה, עס איז דא סאציאלע נארמס, חוץ פין דעם גארנישט. ממילא איז פאר שבת נישט קיין טובה צוריקקומען צו אונז, ווען ער וועט צוריקקומען,וועט עס זיין צו א מער אויטענטישן אידישקייט.

קיינער האלט אים נישט אפ זיין ביי "אונז" און יא זיין אויטענטיש
אין ווישנץ איז דא וואס זענען מער אויטענטיש און ווייניגער אויטענטיש
"דארט" איז אויך דא וואס זענען מער און וואס זענען ווייניגער.
ביסט גערעכט, אז זייער אסך וואס זענען "אוועק" זענען קיינמאל נישט "געווען"

הקטן » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 10:36 pm

· #382607
שבת אחים
הקטן
שבת אחים

דו פראבירסט אגאנצן צייט צו מאכן א הנחה אז מיין גלייבונגען- עוועלאציע און דיינע גלייבונגען- גאט ב״ה זענען בעיסקלי די זעלבע איך גלייב אין דעם און די אין יענץ, און סאיז בעיסקלי א PUSH, די ריזיגע חילוק איז עוועלאציע איז געבעיקט ביי ״עווידענס״. אונזערע אור עלטערן האבן איבערגעלאזט fossils-ביינער וואס מקען שטודירן.

און אויף די fossils-ביינער זעט מען בכלל נישט אז דאס קימט איינער פין די אנדערע
מען טרעפט נישט די missing links נאך וואס דארווין האט אינז ציגעזאגט אז במשך הזמן וועט מען זיי טרעפן
דארווין האט אינז געזאגט אז מען וועט דאס טרעפן במשך הזמן

"

דו גלייבסט איך ווייס!


״פראסטע שקרים״ וואס יעדער חדר יונגל קען אויפקוקן אויף די ״בייעסט סמארטפאון״ דורך אויפמישן א ״בייעסט וויקיפדיע בלאט״ וואס רעדט ארום וועגן די ״בייסעט סייענטיסטן״ האבן ערפונדן אין די ״בייעסט ערד״ ווען זיי האבן געגראבן.

ווער סוויל וויסן דעם אמת:
List of transitional fossils
<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/List_of_transitional_fossils">https://en.wikipedia.org/wiki/List_of_t ... al_fossils</a>


הקטן, כהאב געשעירט פריער א לינק פון א איינע פון די גרעסטע נאטרוליסטן וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן, Sir David Attenborough א מענטש וואס האט זיין גאנץ לעבן אוועקגעגעבן צו שטודירן ״נאטור״, ער איז ארום געפארן אין די גאנצע וועלט אין יעדע פארשטיפטע ווינקל. קוק וויפל משלים ער ברענגט פון היינטיגע לעבעדיגע בעלי חי וואס זענען האלבע פיש און האלבע רעפטיילס, האלבע פויגל, האלבע פיש. ער ווייזט דארט ווי געוויסע פיש לעבט אין סיי אין וואסער און סיי אויף דער יבשה און האבן סיי סימני פיש און סיי סימני רעפטייל.

זינט דארווינס צייטן האט מען געטראפן ״הונדרעטער טראנזישאונעל פאוסילס״ און דעס וואס דו זאגסט איז א גראבע ליגענט אין פנים אריין...


גלייב מיר
א. איך האב די לינק שוין געזען און דארך געקיקט מערערע מאל
ב. מיין פלאן איז בכלל נישט דיר צי זאגן א גראבע ליגענט אין פנים אריין..., איך זאג נישט כדי צי געווינען די ארגעמענט אויב איך האלט נשט אזוי
ג. איך ווייס נישט וואס דו זעסט אין די לינק וואס דו ריפסט "טרענזישענעל פאסילס", אבער פאר מיר ווייזט דאס שטערקער וואו באנקראט עוועלאשען איז און וואו עס פעלןדי missing links
ד. ביי מיר דו פאקט אז ס'איז היינט אויך דא האלבע פיש און האלבע רעפטיילס ווייזט זייער קלאר אז זיי טערנזישענען נישט און ערגעץ - דאס איז אזא מין בפני עצמו יעצט און דאס איז א מין
בפני עצמו געווען - דו קענסט מיר נישט אנצייגן
ה. סאיז נישט דא קיין איין בעל חי וואס לעבט היינט וואס דו קענסט זאגן אז דאס איז זיכער אן אייניקעל פין סיי וואס איז אויף דיין ליסט (פאר סיי וואספארא סיבה זענען די אייניקלך אויסגעשטארבן)

דאס צי ריפן טרענזישעל פאסילס ברעגט זייער גוט ארויס בייעסט_קאנפערמעשן
ס'איז טרענזישענל נאר אויב דו האלסט אז זיי טרענזישענען - און דאן פעלט אויך די Missing links

פאסיל רעקארד שרייט דארווין איז פאלש
זעה דא זעה דו קליפ אויף טרענזישענל פאסילס
דא האסטו די לצנות פין דיין הירא עטענבערג
קאנפירמעשן_בייעסט

הקטן » זונטאג אוגוסט 27, 2017 11:38 pm

· #383511
כדי נישט צי פארדרייען דו אנערע אשכול ברענג איך דאס אהער
שבת אחים

דו זאגסט איך זאל טראכטן און האבן מיין אייגענע מיינונג?
איך בין אויפגעוואקסן פונקט ווי דיר און געהאלטן פונקט ווי דיר פאר איבער דרייסיג יאהר, ווייל כהאב קיינמאל נישט ערענסט אריינגעקוקט דערינען. איינמאל כהאב אנגעפאנגן צו מאכן ריסורטש און ״צוטראכטן פאר מיר אליינס״ בין איך אנגעקומען צו די מסקנא.

ס׳געפעלט מיר ווי דו שרייעסט אז איך בין בייעסט. נאכדעם וואס איך גלייך מיין פאמילע מעהר ווי עני טינק אין די וועלט און איך גלייך וויזניץ און מיט דעם אלעמען גלייב איך נישט. -סייענס און מאטעמיקס איז נישט קיין גלייבונגען.


דו האסט געמאכט ריסערטש און אויס געטראפן
אז יעדער מענטש מיט אביסל שכל האלט אזוי. אלע דאקטורים, סייענטיסן דענקערס, פילאסעפארס, געלערנטע, נאטורליסטן, זואליגסטן, ענטראפאליגסטן, אויף די גאנצע וועלט, האלטן אז דארווין איז גערעכט

סארי דאס הייסט נישט געניצט דעם אייגן שכל
ווען מען שטיפט דיך צי דער וואנט וועסטו אייביק אדער פארדרייען די שמוס מיט אוועק מאכן יענעם אדער זיך פאריפען אויף "סייענס" אבער קיינמאל נישט זיין אין א פאזישען צי קענען דיפענדען וואס דו גלייבסט.

בנוגע דיין ציגעבינדן קייט צי דיין משפחה זאל עפעס אריינרעדן אין וואס דו גלייבסט יא אין וואס נישט
זעה www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=381937#p381937

איך ווארט נאך זאלסט ווייזען א לינק וואו אזוי מען זעט פין ברידינג פין הינט א באווייז אויף מאקרא-עוועלאשן
בלאט: 1 2