☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » געדאנקן ארום די אינטעליזשענט דיזיין דעבאטע

געדאנקן ארום די אינטעליזשענט דיזיין דעבאטע

82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10853
בלאט: 1 2

מאטי » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:05 pm

· #347747
געדאנקן ארום די אינטעליזשענט דיזיין דעבאטע
שפאצירט זיך א מענטש עלנד אליין אין א מדבר באטרעטנדיג שהחיינו'דיגע באדנ'ס וואס א ילוד אשה האט נאך קיינמאהל באטראטן.

מיטאמאהל! באמערקט ער א מאדנע אביעקט אויף דער ערד... איר האט צוגעטראפן מיינט איר? ניין! נישט קיין זייגער'ל.. (סארי טו דיסאפאונט יו..)

ער טרעפט א Acorn.

א דעמבניסל, דאס וואס קאטשקעס עסן, די רינדעכיגע ברוין/גרינע מיט אזא שעל-קעפל מיט העקעלעך.

"וואו קומט אהער א דעמבניסל? ווער האט דאס געמאכט?"  טראכט ער צו זיך. "פון זיך אליינס קומט דאס נישט," ס'מוז זיין בע"כ אז ס'דא אין געגענט א פאבריק וואס פראדוצירט Acorns , זיי שטעלן צוזאם קערנדלעך מיט ברוינליכע מאטעריאל דערנאך לייגן זיי ארויף א הארטע באשטאנדטייל, פארבן דאס ברוין/גרין לייגן ארויף א שפיץ און שיקן דאס ווייטער.

"איינע האט מסתמא געלאנדעט אטא דא..."
טראכט צו זיך אונזער עקספאדיציאנער, "אזוי מוז מען זאגן! ס'קען דאך נישט זיין אז אז....ס'איז סתם ארויסגעוואקסן פון דער ערד.

נו.. וואלט ער ווען יא געטראפן א זייגער'ל ווי די לעגענדע נויגט, וואלט דאס זיך יא געלייגט אויפן שכל? פארוואס דאן יא?

די תירוץ דערויף איז פשוט, ווייל ער האט א ידיעה קדומה אז זייגערס מאכט מען אין פאבריק, און די זייגער'ל דא אין מדבר איז מן הסתם נישט אנדערש פון א יעדע אנדערע זייגער וואס ער האט באגעגנט ביז איצט משא"כ דעמבניסלעך, ווייסט יעדער איינער אז ס'וואקסט אויף א בוים און ס'איז נאריש צו טראכטן אז מ'מאכט דאס אין א פאבריק. כאטשיג ביידע זענען הערליך דיזיינט.

דאס ברענגט אונז אריין אין דעם ויכוח צו אינטעליזשענט דיזיין מעג ווערן אנגערופן סייענס.

די סייענס אינסטוטוציע איז בעצם א גרופע וואס האט אויף זיך, פיר הונדערט יאר צוריק, אנגענומען א פליכט צו נאכפארשן די אניווערס ווי אזוי ס'לאזט זיך אבזערווירן. זיי האבן  געמאכט שטאטוטן ווי אזוי א געפינס איז פעליג צו ווערן אנגענומען אלס א סייענטיפישע פאקט/טעאריע וכו'. א יעדע מסתבר'דיגע טעאריע ווי גוט ס'זאל נאר נישט זיין, דארף דורכמאכן די טעסט וואס די אינסטוטוציע האט ארויפגעלייגט. תקנות המקום...

"אינטעליזשענט דיזיין'' האט פשוט נישט דורכגעמאכט די מבחן, די טעסט, בעצם קען דאס נישט אין דעפיניציע דורכמאכן די טעסט.

"איך ווייס נישט ווי אזוי, ס'מוז זיין עפעס העכערס, עפעס א סופערפואער, וואס דען אויב נישט דאס,'' איז נישט קיין סייענטיפישע פארמולע, און בעצם א סתירה דערצו.

וויפיל מ'זאל דעבאטירן אז די סייענטיפישע באנדע זענען כופרים וואס ווילן פשוט אויסרייסן יעדן שמץ  פון א העכערן כח (און ס'איז אודאי דא אזעלכע וואס ווילן) וועט דאס נישט אוועקנעמען די פשוט'ע פאקט אז אינטעליזשענט דיזיין ווי שטארק מסתבר ס'זאל נאר נישט זיין קומט נישט נאך די תקנות פון דעם סייענטישע פורום.

א פארהייראטער מאן וואס ארבייט אין א מאדעלינג פירמע, ער דארף קלייבן צווישן א ליינ-אפ פון מוידן וועלכע זענען פאסיג צו ווערן אנגענומען אלס א מאדעל, קומט אהיים נאך א טאג ארבייט וואו זיין ווייב ווארט אים אפ מיט א שמייכל, ער זאגט איר "מיין טייערע זיסע ווייב, ביסט דאך די שענסטע זאך וואס איך פארמאג אויף דער וועלט." מיינט דאס דען צו זאגן אז  זי קומט נאך די פארשריפטן און ער וואלט איר בוחר געווען ביי אים אין גאלעריע צווישן די הימל-שרייענדע שיינקייטן?

אינטעליזשענט דיזיין זאגט:
סייענס ווייסט נישט ווי אזוי די קודינג פון די גענע'ס DNA, א העכסט סאפיסטיקירסטע פראגראם מיט בוכשטאבן, א אונטערליגענדע באהאלטענע קוד-שפראך RNA נאך מער קאמפליצירט ווי די קאמפליצירסטע פראגראם וואס איז אמאהל געשריבן געווארן, קען בכלל צושטאנדקומען נאטורליך, דעריבער "מוז" זיין אז א העכערע כח האט דאס געמאכט.

סייענס זאגט:
אונז ווייסן טאקע נישט ווי אזוי דאס געשעט (דערווייל), איר זאגט א העכערע כח א דיזיינער? קען זיין, אבער דאס וועל איך איבערשמוסן אינדערהיים  מיט מיין ווייב צווישן אלע אנדערע אינטערסאנטע עניינים העומדים על הפרק, אבער דא אין מיין לאבערטאריע איז דא א סיסטעם ווי אזוי געפינסן ווערן אקצעפטירט, און אינטעליזשענט דיזיין פונקט ווי אלע אנדערע טעאריעס זאל זיך שטעלן אין די שורה און דורכגיין די פראצעדור וואס די סייענטישע שטאטוטן פארלאנגט אז ס'זאל ווערן אנגענומען. איי קינד און קייט ווייסט דאך אז א קאמפיוטער פראגראם שרייבט זיך נישט פון זיך אליינס, יא אבער א Acorn מאכט מען אויך נישט אין קיין זייגער פאבריק, נישט אז מיר האבן עפעס קעגן דיזיין, אדער מיר שליסן דאס אויס בכלליות.

די אנטאנום פון סייענס איז "איני יודע" און נישט אינטעליזשענט דיזיין, זאל אפילו א יעדע איינציגע סייענטיפישע באווייז מיט גאנץ עוואלוציע אינאיינעם ווערן אפגעפרעגט, וועט דאס נישט מעלה ומוריד זיין אויפן אוטענטישקייט פון אינטעליזשענט דיזיין אדער וועלכע אנדערע סברא, אין דעם סייענטיפישע פעלד.

די איינדרוק אז סייענס וויל פשוט נישט אננעמען דיזיין ווייל זיי האבן מורא פון א העכערן כח האט א געוויסע אמת אין זיך. ס'איז דא אזעלכע וואס האבן אויף זיך גענומען די ראלע אפצושלאגן אינטעליזשענט דיזיין אלס א פשוט'ע שטות וואס לייגט זיך בכלל נישט אויפן שכל אין קיין שום ז'אנרע אדער פאראדיגמע. דאס הייצט אן די געמיטער מיט אומנויטיגע ויכוחים מיט די טעאלאגן ווי יעדע צד וויל דעם אנדערן איינשלינגען לעבעדיגערהייט.

דער אמת איז אבער אז ס'מוז נישט זיין אזוי, אינטעליזשענט דיזיין מעג דעבאטירט ווערן אלס אן אלגעמיינער אנגענומענע טעאריע עכ"פ ווילאנג ס'איז נישט פארהאן בעסערע באווייזן דאס אפצווענדן, ווייל ווי געזאגט א סייענטיסט מעג אננעמען פריוואט די שיטה פון אינטעליזשענט דיזיין און ס'איז באמת דא א פופצן פראצענט גלויביגע סייענטיסט וואס דאס אליינס איז גענוג אנצודייטן אז סייענס האט נישט באוויזן אויסצורייסן גאט פון דעם בילד. אבער פון דא ביז א שפרונג אריין אין לאבערטאריע איז, ווי געזאגט, שוין אן אנדערע מעשה.

מאטי » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 4:14 pm

· #347839
[ציטאט אראפגענומען]


ערשטנ'ס, די וועג ווי אזוי א סייענטיסט באציט זיך צום נושא פון א"ד לגבי סייענס מוז בככל נישט אפשפיגלן פערזענליכע אנשויאונגן וואס קען נעמען ווארצלן פון א געוויסע אויפברענגונג, כאראקטער, געפיל א.ד.ג.

פארוואס אזא גרויסע צאל אומגלויביגע? ס'דארף אביסל א ברייטערע דעפיניציע אויפן טערמין "אטאעיסט."

געווענטליך א סייענטיסט, אן אינטעלעקטואלע מענטש וואס טראכט ברייט אנע דעות קדומות וועט קיינמאהל נישט אויסשליסן מיט א זיכערקייט א מעגליכקייט וואס איז בעצם נישט מעגליך ס'זאל ווערן אויפגעוויזן שליליות'דיג. רעדנדיג וועגן די נושא פון אמונה וואס איז אן קיין ספק נישט מעגליך אויפווייזן.

אלזא די שאלה איז וויפיל דגוש אזא איינער לייגט אין טאג טעגליכן לעבן אויף א ספעציפישע מעגליכקייט, סקעפטיציזם האט דאך נישט קיין שיעור, מ'מוז נעמען ריזיקעס אין לעבן. איז אזוי, איינער וואס מאכט זיך נישט צו טאן אין טאג טעגליכן לעבן מיט די מעגליכקייט אז ס'דא א גאט, נישט אז ער שליסט דאס אויס, נאר ער באגייט זיך נישט דערמיט אלס א מיטל וואס זאל אויסמאכן ביי אים פערזענליך אין סיי וועלכן החלטה אין זיין לעבן, פארדינט זיך דעם טיטל.

פרייוויליג » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 9:57 am

· #348399
הערליכע שיינע תגובה!! @מאטי

לאמיר ממשיך זיין די משל, ער טרעפט די דעמבניסל און טאקע וויבאלד ער האט נישט קיין ידיעה קדומה אז דאס ווערט געמאכט אין א פאבריק האט ער ספיקות. א זייגער וואלט ער אן קיין ספק געוויסט אז דאס וואקסט נישט ארויס פונעם ערד קוגל. אבער א דעמבניסל? אפשר יא? אצינד וועט דער מענטש מאכן פארשריט און געוואויר ווערן אז די רינדעכיגע ברוינע שעל איז עפעס וואס מאכט עסן וואקסען, און אין א מדבר קען דאך נישט וואקסן, מוז זיין אז עמיצער האט עס אהינגעלייגט.

און טאקע, עס מיינט נישט אז אויב איך האב קשיות אויף א"ד קען דאס אייניג דעבאטירט ווערן מיט אנדערע טעאריעס, ווייל דער וואס האט געטראפן א דעמבניסל האט אויך קודם געדארפט געוואויר ווערן וואס דאס איז.

מיין נקודה איז, אז א"ד איז נישט גלייך צו אנדערע זאכן. ד"ה: דו מעגסט האבן יסודיות'דיגע קשיות דערויף (למשל וויאזוי א דעמבניסל איז אנגעקומען אין מדבר) אבער די תירוצים און אויפווייזונגען זענען אסאך שטערקער. קשיות אויף א"ד שטעלט אים נאכנישט אין ליין מיט אנדערע.

הקטן » פרייטאג סעפטעמבער 9, 2016 2:37 pm

· #349016
מאטי

די תירוץ דערויף איז פשוט, ווייל ער האט א ידיעה קדומה אז זייגערס מאכט מען אין פאבריק, און די זייגער'ל דא אין מדבר איז מן הסתם נישט אנדערש פון א יעדע אנדערע זייגער וואס ער האט באגעגנט ביז איצט משא"כ דעמבניסלעך, ווייסט יעדער איינער אז ס'וואקסט אויף א בוים און ס'איז נאריש צו טראכטן אז מ'מאכט דאס אין א פאבריק. כאטשיג ביידע זענען הערליך דיזיינט.


שפאצירט זיך דער מענטש ווייטער אליין אין א מדבר און דאס מאל טרעפעט ער דאס אים געראכטענס, נישט מער און נישט ווייניגער א צאםלייג פין שטיינער אויף א מאדענעם אופן
איין שירה איז דא 1 שטיין X
די צווייטע שירה הארט דענעבן 2 שטיינער
דענאך 4
אינטער דעם 8
16
32
64
128

יעצט איז ער ממש פארלוירן - ער ווייסט נישט, און וועט קיינמאל נישט וויסען, ווער האט דאס אהערגעשטעלט - אזאנס האט ער נאך קיינמאל נישט געזען
ער פרעגט שוין נישט ווער האט דאס אהערגעשטעלט
ער פרעגט נאר וואו אזוי
איז דאס דא זיין א פארצאפאל אדער א זאך וואס איינער האט אויסגעפלאנט
ותו לא מידי.

אזוי פארלוירענערהייט קימט ער אויף מיט אן היפאטעסעס וואס זאגט

א זאך וואס ס'פעלט אויס דאס צי פלאנען קען נישט ווערן נאר דארך א פלאנער

אדער
א זאך וואס וואס דאס אהער צישטלען פעלט אויס ידיעות קען נישט ווערן ערצייגט נאר דארך איינער וואס האט די ידיעות

דאס איז זיין ידיעה קדומה אבער ער וויל דאס טרייען צי פאלסעפייען דארך scientific rigor
@מאטי, ער איז קאנפאזיאזד, ער ווייסט נישט אויב ס'איז סיינעטיפיש אויסגעהאלטן דאס צי פרעגן, מעג מען דאס שטעלן צי די מבחן?

אויך האט ער זייער מורא אז נאכן פרעגן אזא חקירה צי מען וועט אים נאך בכלל לאזן האלטן זיין קעריער אלס סייענטיסט, אדער וועט ער זיין אין חרם
אזוי וואו סאיז געשען צי אסך פין זיינע חברים

אגב, זיין שפאציר אין מדבר האט זיך נישט דא גענדיקט, אבער ס'איז געווארן שבת האט ער זיך דא אפגעשטעלט

הקטן » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 10:39 pm

· #349212
סעפט 11 - מענייני דיומא
5 ערעפלאנען קראכן אריין אין בניינים, לאמר זאגן אז מיר האבן נישט געהאט קיין שום ידיעה קדימה אז ערעפלאנען זאלן געניצט ווערן אויף אזא אופן
וואס האט אינז געמאכט טראכטען אז דאס איז געפלאנט? וואס האט אינז געזאגט אז דאס איז ביי דיזיין און נישט קיין עקסידענט?
איז דאס ווייל ס'איז 5 און נישט 1?
Occam's razor ?
ווייל מיר זעען א ציל (אינטער ברענגען די עמעריקאנער שטאלץ)

הקטן » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 10:18 am

· #349623
[ציטאט אראפגענומען]

פשוט, ווייל זיי האבן אן אנדער הסבר וואו אזוי דער וועלט איז דא!

אמאל איז געווען דריי אפשענס (אחוץ זאגן איך ווייס נישט)

1. די וועלט איז אייביג געווען
2. איינער וואס ווייסט וואס ער טוט האט דאס דיזיינד
3. סהאט זיך אליין געמאכט


מיט די ביג בענג איז אפציע 1 ציבלאזען געווארן און געפלאצט
איז איבער געבליבן איינס פין די צוויי אדער דיזיינד אדער נישט

דו סייענטיפישע וועלט איז נישט גרייט געווען אנצינעמן אפציער 3 אז די וועלט האט זיך אליין געמאכט
ווען דארווין איז ארויסגעקימען מיט זיין The Origin of Species איז ער נישט גענימען געווארן ערענסט דארך די סייענטיפישע קאמיאנעטי, ס'האט גענימען יארן ביז וואו לאנג דאס האט זיך געזעצט

שמערל » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 10:58 am

· #349634
Re: געדאנקן ארום די אינטעליזשענט דיזיין דעבאטע
ס'פארא היסטארישע שטותים. עוואלושן איז געווארן פאפולער ממש פונעם טאג וואס דער בוך איז ארויסגעקומען, דארווין אליין האט נישט געחלומ'ט ווי גרינג און שנעל זיין דעת וועט נתקבל ווערן ביי אלע סייענטיסטן.

ווען טשארלס דארווין איז געשטארבן איז ער שוין געווען פאררעכנט אלס דער גרעסטער סייענטיסט וואס האט נאר אמאל געלעבט נאך אייזיק ניוטון, און מען האט אים טאקע געלייגט לעבן אים.

דארווין איז געשטארבן 1882 זיין בוך איז ארויסגעקומען אין 1859, דריי און צוואנציג יאר פריער.

mevakesh » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:43 am

· #349641
Re: געדאנקן ארום די אינטעליזשענט דיזיין דעבאטע
דער ביג בענג טעאריע איז נישט ממש אז דער וועלט האט זיך אליין באשאפן נאר וויאזוי עס איז באשאפען געווארען
בנוגע אבולוציה דאס איז בכלל נישט איבער בריאת העולם נאר אויף די התהוות הברואים און דאס מיינט אויך נישט אז עס איז דוקא געווארען פון זיך אליין נאר דאס איז דער טעכניק וויאזוי דאס איז געווארען

mevakesh » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:47 am

· #349644
Re: געדאנקן ארום די אינטעליזשענט דיזיין דעבאטע
[ציטאט אראפגענומען]

על פי האמת ביסטו גערעכט אבער היות רוב מענטשן גלייבען צוליעב אומוויסנהייט ווייל זיי פארשטייען נישט די פיזיקס איז גרינגער צו זאגן אזוי איז עס באשאפען און פארטיג וועגן דעם ווען זיי פארשטייען יא געוויסע פרטים הערן זיי אויף צו גלייבען אבער באמת איז דער נישט פארשטיין נישט קיין סיבה צו גלייבן ממילא דארף עס ביי א רעכט דענקענדע מענטש נישט אויסמאכן צו פיהל

הקטן » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 7:13 pm

· #349765
[ציטאט אראפגענומען]

דיזיין מיינט א דיזיינער פין אינדרויסן מיט א פלאן וואס ער וויל פין פריער.
אויב עפעס מאכט זיך פין זיך אליין איז נישט מעליך אז דאס זאל זיך דיזיינען, ווייל ער איז נאך נישט דא ער זאל זיך קענען דיזיינען. דאס איז א דירעקעט סתירה מיט מהלך 3

[ציטאט אראפגענומען]

במחילת כבודו, איז ער נישט גערעכט די סייענטיפק מעטאד איז נישט נאר אויף זאכן וואס לאזען זיך מעסטן און די לעב ס'איז אויך שייך צי עקסטרעפעלטען אדער אינפערן ניצען לאגיק.
און וואו איך האבן אויווען געשריבן סאיז מעגליך צי שטעלן צי די טעסט די טעאריע

א זאך וואס ס'פעלט אויס דאס צי פלאנען קען נישט ווערן נאר דארך א פלאנער

קיינער הייסט דיר נישט זאגן ווער דער פלאנער איז, מיסט נאך נישט וויסען
און אפילה איך זאל קימען צי א מסקנה אז דאס איז עפעס וואס לאזט זיך בכלל נישט מעסטען איז דאס אויך נישט קיין סתירה מיט סייענס
סייענטיסטען קענען און מעגן קימען צי קלארע מסקנה אז ס'איז דא אזא זאך וואו קאנשעסנעס אדער גילטי פילינג חאטש עס לאזט זיך בכלל נישט מעסטען און די לעב.
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז אויך א טעות זיינער, דאס איז נאר אמת פאר די וואס נעמען נישט אן מהלך 3 און פארפען אפ דארווין
דארווין האט אהער געשטעלט מהלך 3 פאר א מהלך - זאכן מאכן זיך פין זיך אליין! - סערווייוועל אף די פיטעס - איז ווער דארף א דיזיינער?

ס'איז דא גלייביגע סייענטיסטען וואס גלייבן אין א דיזיינער מכח זייער גלייבינג און נעמען אויך אן דארווין אבער דאן איז שוין א דיזיינער בכלל נישט קיין סברה ווייל ס'פעלט שוין נישט אויס
אויב וויל זיך דיר עפעס פרעגן איז דאס ליבערשט פארוואס האט דער רוב סייענטיפישע וועלט אנגענימען דארווין.

וואו שוין אויבן געשריבן איז פין אנפאנג האט דער עולם נישט מיטגעהאלטן מיט דארווין, שפעטער (1872 בערך) האט די ווינט שוין יא געבלאזען אויף זיין זייט און ס'איז געווארען פארקערט רוב זענען געווען מיט אים
הגם ס'איז נישט באקאנט סיי וואספארא חידישים ס'איז אפיר געקימען צווישען 1860 און 1870 (ווען יא וואלט דאס דארווין געשריבן)
אויף אזוי ווייט האט דאס זיך געטוישט אז די סייענטיפישער וועלט האט געטרייט מיט אלע כוחת צי צענזערירען די פאקט אז אנפאנג האט זיין מהלך נישט געהאט קיין נאכפאלגערס.

הקטן » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 7:30 pm

· #349768
mevakesh
דער ביג בענג טעאריע איז נישט ממש אז דער וועלט האט זיך אליין באשאפן נאר וויאזוי עס איז באשאפען געווארען

דער ביג בענג נעמט נישט קיין שטעלאנג און מהלך 2 אדער 3
ס'ציווראפט אבער יא דאס וואס דו רוב סייענטיפישע וועלט האט געהאלטן ביז דאן - אז די וועלט איז אייביג געווען העולם קדמון
די ביג בענג זאגט קלאר אז ס'איז געווען א בראשית

mevakesh

בנוגע אבולוציה דאס איז בכלל נישט איבער בריאת העולם נאר אויף די התהוות הברואים

"התהוות הברואים" איז א חלק פין "בריאת העולם"
ביסט גערעכט מיט דיין הרגשה אז די טעאריע לאזט איבער מער לעכער וואו זי פילט אן

mevakesh
און דאס מיינט אויך נישט אז עס איז דוקא געווארען פון זיך אליין נאר דאס איז דער טעכניק וויאזוי דאס איז געווארען

דאס זאגן די וואס ווילען צאמשטעלן דארווין מיט גאט אבער דער אמת איז, אויב מיר האבן שוין גאט ווער דארף דארווין, דארווין וואלט געלאכט פין זיין סברה אויב קען איך אננעמען גאט
די גאמער שאלה פין "וואו אזוי קימט דאס אהער" origin איז נאר שווער אויב דו נעמסט ארויס גאט פין דער פיקטשער.

הקטן » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 12:26 am

· #349828
דארווין וויל יא פארענפערן וואו אזוי א יעדער זאך איז געקימען ער וויל איז דא צי זאגען דער origin
דער אמת איז א יעדער שלב פין זיינען בילינע שלבים וואס מיר גייען אנריפען אז דאס איז מער פיט מיז א יעדער איינער זיין פיט פאר זיך כשלעצמו , ווייל אויב נישט פארוואס זאל ער ענדערש זוכה זיין צי סערווייווען מער וואו זיינע שכנים.
וועלן מיר ביי א יעדער אזא באשאפענישט זיך אפשטעלן און דן זיין איז דאס ביי "דיזיין" אדער אפשר איז דאס אהער געקימען ביי עקסידענט (דריפטס אין די DNA ווען מען זאגן היינט)


און וואו איך האב געשריבן האט גענימען צייט ביז וואו לאנג דאס האט זיך איינגעגעסען ביי די סייענטיסטען

in indicating the particular means by which the change of species has been brought about, he has not succeeded in securing universal acceptation. Quite on the contrary, objections have been raised from the very outset, and with such force as to compel Darwin himself to change his views in his later writing
.
דאס איז פין Species and Varieties, Their Origin by Mutation
Hugo DeVries 1904

Hugo DeVries פארענדיקט זיין בוך מיט:

"Natural selection may explain the survival of the
fittest, but it cannot explain the arrival of the fittest

קענסט ראיג זאגן א ברוך שכוונתי

פארוואס דארווין איז געווארן אנגענימען ביי רוב סיינעטיסטען האט בכלל נישט מיט דער סייענס שבו - דו סייענס איז מלא פראבלעמען אבער דאס איז א לאנגער נושא פאר זיך
איך וואלט געקענט באשטיין צי הערן וואס דער עולם זאגט.

הקטן » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 12:49 am

· #349830
.

שמערל » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 10:05 am

· #350017
in indicating the particular means by which the change of species has been brought about, he has not succeeded in securing universal acceptation. Quite on the contrary, objections have been raised from the very outset, and with such force as to compel Darwin himself to change his views in his later writing


דארווין האט קיינמאל נישט געקענט אויפקומען מיט א געהעריגע הסבר מסביר צו זיין די מאכעניזם וויאזוי עוואלושן ארבעט. עס האט נישט גענומען צייט ביז ווען זיין טעאריע דערויף האט זיך איינגעגעסן, נאר אין פאקט איז עס קיינמאל נישט געווארן אנגענומען. דארוויו אליין האט צורקגעצויגן דערפין, און די זשין טעאריעס פון Hugo De Vries וחביריו זענען שפעטער געווארן אנגענומען אלס די ריכטיגע טעאריעס דערויף.

זיינע ראיות אז עוואלושן עקזיסטירט און זיין ארגינעלע חידוש פארוואס עוואלושן עקזיסטירט, דאס זענען פארוואס דארווין איז באקאנט פאר, און דאס איז געווארן אנגענומען אוניוורסיאל גאר שנעל נאכדעם ווי זיין בוך איז ערשינען.


צייט פאר א פרושע טוץ קוואוטס אנחאזערונג שלא מן העניין.

הקטן » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 1:57 pm

· #350058
שמערל

זיינע ראיות אז עוואלושן עקזיסטירט [און דאס איז דער וועג וואו אזוי מיר זענען דא] און זיין ארגינעלע חידוש... און דאס איז געווארן אנגענומען אוניוורסיאל גאר שנעל נאכדעם ווי זיין בוך איז ערשינען.

וואו שנעל נאכדעם ווי זיין בוך איז ערשינען?
פין וואו נעמסטו דאס?

שמערל » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 2:06 pm

· #350059
Re: געדאנקן ארום די אינטעליזשענט דיזיין דעבאטע
כ'האב געוואוסט א די לאנגע קוואוטס וואס דו שמירסט אלס אן ליינסטו ניטאמאל דורך, אבער אז די תגובה אויף וואס דו באציסט דיך האסטו אויך נישט דורכגעליינט, דאס איז שוין א חידוש אין איגנאראנס.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk

קל וחומר » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 2:18 pm

· #350061
Re: געדאנקן ארום די אינטעליזשענט דיזיין דעבאטע
צייט צו גיין פערסאנעל!

נו, ווער קען בעסער!?!

הקטן » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 2:23 pm

· #350063
פאר ווער ס'איז נישט קלאר אין פירוש המילות

די מחלוקה פין דארווין מיט פאר-דארווין אדער מתנגדי דארווין זענען געווען\איז צי
א. די ספישיס זענען אפירגעקימען מערערע אויף אמאל, פליצלינג
ב. אדער אלע שטאמען פין איין מקור וואס האט איוואלווד שטייטלעך


מהלך א נויגט צי דיזיין חאטש עס נעמט נישט און דעם קיין דירעקטע שטעלאנג
פינקט וואו דיזיין נויגט צי גאט חאטש עס נעמט נישט און דעם קיין דירעקטע שטעלאנג

און אין בעלז האט מען נישט געזאגט פיש ווייל...

הקטן » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 11:46 pm

· #350349
מאטי

אינטעליזשענט דיזיין זאגט:
סייענס ווייסט נישט ווי אזוי די קודינג פון די גענע'ס DNA, א העכסט סאפיסטיקירסטע פראגראם מיט בוכשטאבן, א אונטערליגענדע באהאלטענע קוד-שפראך RNA נאך מער קאמפליצירט ווי די קאמפליצירסטע פראגראם וואס איז אמאהל געשריבן געווארן, קען בכלל צושטאנדקומען נאטורליך, דעריבער "מוז" זיין אז א העכערע כח האט דאס געמאכט.

דאס איז א שטארקע מיסרפעזענטעשען פין אינטעליזשענט דיזיין כמה פראנטען
א. ID מאכט נישט קיין עסק פין דעם וואס די וועלט איז קאמפלעצירט
דאס איז דו טענה פין "the argument from design" וואס איז נישט די זעלבע וואו ID

ב. ID זאגט נישט ווייל מיר ווייסן נישט מיז זיין אז ס'איז דא א דיזיינער, פארקערט' ID זאגט אז א געוויסער סארט קאמפלעקסי נעמליך "irreducible complexity" דאס קען מען נישט מסביר זיין מיט נעטראל סעלעקשען דארך זמן (דריפט, פלאה, מעיאטעשן) בלייבט נאר איבער דיזיין, יעצט ברעך דיך קאפ ווער די דיזיינער איז

דער אמת איז אז סדא אנדערע סיינעניסטען וואס זענען אויך געקימען צים זעלבן מסקנה, "עוועלאציע קען נישט זיין דער תירוץ"
למשל און 2007 האט א גרויסער Evolutionary biologist געשריבן
How such a system could evolve is a puzzle that defeats conventional evolutionary thinking

Eugene V. Koonin
ער איז נישט געלייגט געווארן אין חרם ווייל ער איז אויפגעקימען מיט א וועג וואס לאזט גאט אינדרויסען
הגם רוב סייענטיסטען פילן זיך נישט באקוועם מיט זיין תירץ פין multiverse -
זיין קשיא איז פיל בעסער וואו זיין תירץ

ס'איז אויך דא וואס האבן זיך נישט אפגעשעלט מיט זאגן סתם אז עוועלאציע איז באנקראט נאר זיי זענען געגאנגען די עקסטערע מייל און אינדארסד דיזיין
the ‘seeding’ of space by intelligent beings from distant corners of the universe

Noble prize winning biologist Francis Crick and Sir Fred Hoyle

קען זיין ס'קימט דיר צי לאכן אבער נאך אלעם איז דאס דיזיין וואס האט נישט קיין גאט.

איך זיך נישט דא אפציפרעגן דארווין אדער עוועלאציע - פאר דעם איז דא אנדערע אשכולת - וואס איך וויל יא ווייזען דא איז אז דער מחלוקה איז געבויט מער אויף פערסענעל פרעפרענס און בייעס און פאליטיק וואו איידער ריין סייענס, וואו דער פותח האשכול פראבירט אהער צי שטעלן

מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:03 am

· #350353
איך בין ארויס פון מיין וועג צו באהויפטן דעם פאקט אז א"ד איז נישט די אנטאנום פון עוואלוציע, דאס אז עוואלוציע קען דאס נישט מסביר זיין איז נישט קיין סייענטיפישע הוכחה אויף א"ד נאר ס'בלייבט אן "איני יודע" ודי בזה.

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 9:19 am

· #350374
א"ד פראבירט אויסצישליסען סייענטיפיש אז "irreducible complexity" זאל קענן צישטאנד קימען "פין זיך אליין", זאל דאס זיין עוועלאציע צו סיי וואס אימער
א"ד זאגט אז דער פראבעבילעטי דאס זאל געשען איז 0 לויט וואס מיר קענען אבזערווירען אין וועלט
דו טענה קען ווערן פאלסעפייד - און אין פאקט איז דא טעאריעס וואס פראבירן אט דאס צי טון

וואו א"ד וערט א דירעקטע בר פלוגתא מיט עוועלאציע, לכולי עלמא, איז און דער מענטשליכע געוויסען
פארדעם וועט א יעדער צד פייטען מיט ציין און נעגעל אגעגען דעם אנדערען

מעטרעליסטישע סייענס האט אראפ גלייגט א אייגען געמאכטער כלל אז דו מגעסט זיכען תירצים נאר אין די וועלט פין מעטער, פין יש - (דאס איז נישט אן אנגענימענע כלל אין סייענס זעלבסט)

דער מענטש, זייענדיג א מענטש, וויל גראדע יא אלעס פארשטיין (די מענשט האט די נטיעה אדער ביי chance אדער דארך דעם בורא וואס האט אים אויסגעפלאנט)
און סייענטיסטען זענען צי אלעם ערשטען מענטשען
אויב מעטרעליזעם קען נישט פארענפערן זיינער שאלות, וועט ער פריער צי שפעטער אראפ שלעפען די שמאטע פין זיין אויגן, וואס געוויסע האבן arbitrarily אים אנגעבינדען, און זיכען תירצים פאר זיינע פראבלעמען אינדרויסן פין די גרענעצען פין מאטרעליזעם.
עוועלאציע, ביז וואו לאנג ער קען נאך גלייבן און דעם, געט דאס אים די מעגליכקייט פין זיך אפשאקלעם פין וואס זיינע געוויסען נאגען אים - אויב דארף ער בלייבן מיט אן "איני יודע" ווערט אים זייער שווער אויפן הארץ.

וועסט באמערקען מיט וואספארא אייפער טייל דא וועלן קריכן אויף די גראדע ווענט, און מאכן חוזק פין זיך אליין אלס אלס כדי צי קענען זיך האלטן מיט עוועלאציע
ווען עס ווערט שוין כלי כל הקיצון וועט ער ארויסנעמען דעם דשאקער און זאגן איך ווייס נישט אבער דו ווייסט אויך נישט

כלבאשבוע » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 8:07 am

· #351307
mevakesh
בנוגע אבולוציה דאס איז בכלל נישט איבער בריאת העולם נאר אויף די התהוות הברואים און דאס מיינט אויך נישט אז עס איז דוקא געווארען פון זיך אליין נאר דאס איז דער טעכניק וויאזוי דאס איז געווארען

דאוקינס מאכט ליצנות פונעם laryngeal nerve, ער טענהט אז סאיז שלעכט דיזיינט, א הוכחה פאר עוואלוזשען און קעגן א״ד לטענתו:

הקטן » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 10:17 am

· #351317
פין מיין מאמע האט מען ארויסגענימען די טאנצעלס
און די פענדעסיירעס האט אויך נישט קיין ניצען?
וואס טוט זיך מיט דעם אגודל פינגער פין די פאנדא? דאס פארשטטייען זיי שוין ?

געב א קוק וואו מען ברען וואשט אינגע מוחת

הקטן » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 11:08 pm

· #351421
וואס איז מיר שווער צי פארשטיין איז פארוואס פרעגן זיי זיך נישט אליין - אויב איז דאס טאקע איבריק פארוואס האט נישט סערווייוועל אף די פיטעס קער גענימען דערפין וואו אזוי קען זי דאס צילאזען ?

הקטן » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 2:02 am

· #381661
@SHTRIEMEL אפשר העלפסטו ארויס
ס'האט זיך נישט געמאכט און אזויפיל יארן א קלענערע nerve וואס איז מער פיט?
וואו איז די בעסערע ווערסיע פין דעם דשעראף?

ווען דו זעסט עפעס וואס קוקט דיר אויס אז דאס איז ביי דיזיין (מערערע חלקים וואס קימען זיך ציזאם אויספירען איין מטררה ועוד) און עפעס פין די דיזיין האלסטו קען ווערען געטון בעסער, וואס וואלסטו געזאגט? אהא דאס איז א סימון אז ס'איז נישט דא קיין דיזיינער??!!??

אדער אפשר איז אויך דא אן אפשען צי זאגן איך ווייס נישט פינקטליך פארוואס די דיזיינער האט דאס אזוי געמאכט.

דאקינס וועט מודה זיין אז ווען ס'קימט צי בייאלעגי ווייסט סייענס ביז דערווייל מער נישט וואו יא - איז וואו שעמט ער זיך נישט דאס צי ברענגען פאר א ראייה
א סייענטיפק באווייז איז דאס זיכער נישט!

shtriemel » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 9:56 am

· #381680
@SHTRIEMEL אפשר העלפסטו ארויס

בכבוד גדול. וויבאלד דאס איז ביי מיר געווען די גרעסטע חידוש פון מיינער אינגערע יארען אין איך געדענק ווי שווער עס איז געווען דאס תופס צו זיין האפ איך אז איך קען דיר עקלערען וואס זיי זאגען. כ'אב נאך נישט געליינט דאס גאנצע אשכול אבער אויף דיין שאלות וועל איך דיר ענטפערען.

ס'האט זיך נישט געמאכט און אזויפיל יארן א קלענערע nerve וואס איז מער פיט?

דאכט זיך אז נישט. האסט אמאל געזען א מער פיט דזעראף? איך האב נישט.

וואו איז די בעסערע ווערסיע פין דעם דשעראף?

ס'נישט דא. נעקסט.

ווען דו זעסט עפעס וואס קוקט דיר אויס אז דאס איז ביי דיזיין (מערערע חלקים וואס קימען זיך ציזאם אויספירען איין מטררה ועוד) און עפעס פין די דיזיין האלסטו קען ווערען געטון בעסער, וואס וואלסטו געזאגט? אהא דאס איז א סימון אז ס'איז נישט דא קיין דיזיינער??!!??

לאו דוקא. עס קען אויך זיין אז מ'האט גענומען א שוואכע דיזיינער. אדער איז ער יא געווען די בעסטע נאר דא האט ער נישט געהאט די בעסטע כלים, אדער איז ער געווען מיד, אדער סתם נישט געקערט פאר הויכע ציגען מיט פיצי הערנער. סיבות פארוואס עפעס טויג נישט איז דא גענוג און נאך.

אדער אפשר איז אויך דא אן אפשען צי זאגן איך ווייס נישט פינקטליך פארוואס די דיזיינער האט דאס אזוי געמאכט.

למד לשונך לומר איני יודע. אוואדאי.

דאקינס וועט מודה זיין אז ווען ס'קימט צי בייאלעגי ווייסט סייענס ביז דערווייל מער נישט וואו יא - איז וואו שעמט ער זיך נישט דאס צי ברענגען פאר א ראייה
א סייענטיפק באווייז איז דאס זיכער נישט!

מסכים. דאס איז נישט א באווייז אז ס'נישט דא קיין בורא. עס איז נאר א באווייז אז טאמער האט דאס א בורא איז עס נישט אינגאנצען פערפעקטלי דיזיינט. פארוואס ווייס איך נישט.

יעצט אז דו ווילסט פארשטיין וואס זיי זאגען לאז אפ די מדברים הער נאר זייער רייד. זיי טענה'ן אז אפילו א הינקעדיגער דיזיינער מיט איין אויג און ווייניג שכל וואלט דאס אויך געקענט באווייזען. ער'ט נאר געדארפט אסאך אסאך צייט, מער ווי זעקס טעג.

נעם א ראציגע פויער מיט א וואלף און געב עם אריכת ימים ושנים וועסטו זען ער קען אויך באשאפען א קליינער זיסער הונטעל.

דאס האב איך פארשטאנען פון זיין דזשיראפע משל.


הויכע ציגען מיט פיצי הערנער:

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 12:57 pm

· #381700
הקטן
@SHTRIEMEL

דאקינס וועט מודה זיין אז ווען ס'קימט צי בייאלעגי ווייסט סייענס ביז דערווייל מער נישט וואו יא - איז וואו שעמט ער זיך נישט דאס צי ברענגען פאר א ראייה
א סייענטיפק באווייז איז דאס זיכער נישט!


סייענטיסן האבן דאך געמאכט ריזיגע פראגרעס אין די לעצטע הונדרעט יאהר, מ׳לעבט היינט אסאך אסאך לענגער... זיי ווייסן נאכנישט אלעס, אבער יעדער וועט מודה זיין אז זיי ווערן בעסער און קלוגער פון יאהר צו יאהר. אונז אין 2017 זעמיר די מערסטע פארגעשריטען אין ביאלגיע זייט די וועלט שטייט...!

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 1:03 pm

· #381703
כפול

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 1:04 pm

· #381704
הקטן
@SHTRIEMEL אפשר העלפסטו ארויס
ס'האט זיך נישט געמאכט און אזויפיל יארן א קלענערע nerve וואס איז מער פיט?
וואו איז די בעסערע ווערסיע פין דעם דשעראף?



עוואלאציע ארבעט נישט אזוי. סאיז נישט קיין קאר קאמפעני וואס געט ארויס יעדעס יאהר א נייע ווערסיע.
רוב ׳טוישענגוען׳ געשענט נאר אויב זיי דארפן עס האבן פאר ״סורווייוועל״ אדער צו ״ריפראודאצירן״ קינדער. אויב די ספישיע האט מעגליכקייטן זיך צו שפייזן און פארמערן וועלן זיי זיך נישט טוישן געוונטליך.

shtriemel » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 1:18 pm

· #381706
שבת אחים

רוב ׳טוישענגוען׳ געשענט נאר אויב זיי דארפן עס האבן פאר ״סורווייוועל״ אדער צו ״ריפראודאצירן״ קינדער. אויב די ספישיע האט מעגליכקייטן זיך צו שפייזן און פארמערן וועלן זיי זיך נישט טוישן געוונטליך.


ערררר, ניין!

אויב די ד.נ.א. ווערט עטוואס צוחושט און עס מאכט א טעות ביים קאפיען, א טעות וואס העלפט דעם נייגעבוירענע (אסאך אויב'ס. רוב אזעלכע טוישינגען זענען טאקע שברי כלים. חיות/מענטשען מיט פעלערס), דאן וועט די קליינער וואס האט יעצט בעסערע טשאנסען צו האבען אייגענער דורות, די טאטע פון אסאך.

ביי רוב פעלער וואס האבען געדארפט א טויש צו סערווייווען איז זייער משיח נישט אנגעקומען. פארדעם טרעפט מען אז 99.999% פון אמאליגע חיות זענען שוין פארטיליגט. Extinct בלע"ז.

טאקע ווייל עס קוקט אויס ווי די דיזיינער האט עס אויסגעשטעלט עס זאל נישט אויסקוקען דיזיינט (פאר די מבקשים. אויבערפלעכליך קוקט עס יא אויס דיזיינט) איז דא טועים וואס האלטען "אין לנו אלא מה שעינינו רואות". איך מוז צולייגען אז איך בין אויך פון די "טועים"...

איך ווייס אז דאס האסטו געמיינט ר' שבת קודש, אבער ווען מ'שרייבט עפעס אראפ דארף מען זייער אכטונג געבען אז מ'זאל עס נישט שלעכט אפטייטשען ווייל ווייל אויב נישט קענען מיר זיך טרעפען מיט נאך גאנצע דורות וואס טריפען אויף א לולב...

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 1:35 pm

· #381707
איה״נ, דאס איז דאך א״ב פון עוועלאציע, טוישענגען קען אויך קומען פון mutations כמו א copying error, און אסאך מאהל פארדינט מען פונדעם, און אסאך מאהל פארקעט.

לדעתי, לכאורה אפילו אזא מוח ווי אלבערט איינשטיין וואס מווייסט שוין היינט נאכן שטודירן זיין פיזישע מוח פאר צענדליגער יאהרן. איז עס אויך געוועהן א anomaly וואס האט אונז געהאלפן צו די דיוועלעפטמענט פון די היינטיגע פארגעשריטנע וועלט.

shtriemel » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 1:49 pm

· #381711
שבת אחים
איה״נ, דאס איז דאך א״ב פון עוועלאציע, טוישענגען קען אויך קומען פון mutations כמו א copying error, און אסאך מאהל פארדינט מען פונדעם, און אסאך מאהל פארקעט.


אל תקרי: אסאך מאהל פארדינט מען פונדעם, און אסאך מאהל פארקעט

אלא: אמאהל מאכט זיך אז מ'פארדינט פונדעם*, און רובא דרובא מאהל פארקעט

*אחד מני אלף -
<a class="postlink" href="http://www.encyclopedia.com/science-and-technology/biology-and-genetics/genetics-and-genetic-engineering/mutation-rate">http://www.encyclopedia.com/science-and ... ation-rate</a>

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 4:05 pm

· #381744
shtriemel
שבת אחים
איה״נ, דאס איז דאך א״ב פון עוועלאציע, טוישענגען קען אויך קומען פון mutations כמו א copying error, און אסאך מאהל פארדינט מען פונדעם, און אסאך מאהל פארקעט.


אל תקרי: אסאך מאהל פארדינט מען פונדעם, און אסאך מאהל פארקעט

אלא: אמאהל מאכט זיך אז מ'פארדינט פונדעם*, און רובא דרובא מאהל פארקעט

*אחד מני אלף -
<a class="postlink" href="http://www.encyclopedia.com/science-and-technology/biology-and-genetics/genetics-and-genetic-engineering/mutation-rate">http://www.encyclopedia.com/science-and ... ation-rate</a>

אמת, כהאב נישט געזאגט אז די שאנסן זענען גלייך אויף גלייך, כבין נישט אריין אין דעם.

איך האב נישט געליינט דיין לינק אבער לאמיר אויסקלארן כדאי מזאל נישט צאמישן צוויי באזונדערע זאכן.

סאיז פארהאנען צוויי זאכן וואס קענען טוישן, איינס איז NON-RANDOM און איינס איז RANDOM א פשוטע copying טעות ׳א מיוטעישאן׳ וואס קען צומאל בעניפיטן אדער גאר באשאפן א נייע ספישיע. יא? זענען מיר אויפן זעלבן פעידזש?

shtriemel » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 4:13 pm

· #381748
שבת אחים
זענען מיר אויפן זעלבן פעידזש?


נו, אודאי.

נון ראנדאם = הינט וכדו'
ראנדאם = וועלף און אלע אנדערע בריות

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 4:22 pm

· #381751
למשל סאיז דא פול מיט קליינע קריכיגע באשאפענישן וואס האבן זיך עוואלעווט אויסצוקוקן פונקטליך ווי זייערע ארומיגע ענווייערמענט, אסאך פון זיי קוקן למשל אויס פונקט ווי די גרינע בלעטל פונעם בוים כדאי צו פארבלענדן די אויגן פון די אנדערע בעלי חי׳. די זעלבע איז מיט די באוויסטע משל פון ״דארווינס פייגלעך״ (פיניטשעס)אין די גאלאפעקאוס אינזילן וואס אויף געוויסע אינזילן ווי סזענען געוואקסן מעהר הארטע בלעטער איז די זעלבע ״מין״ פייגל איוואלוועט צו האבן א שטערקערע פיסק (ביע״ק בלע״ז). אט די אלע זענען לכאורה נישט׳ רענדאם׳.

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 4:25 pm

· #381752
shtriemel
שבת אחים
זענען מיר אויפן זעלבן פעידזש?


נו, אודאי.

נון ראנדאם = הינט וכדו'
ראנדאם = וועלף און אלע אנדערע בריות


ניין, הונט איז שוין א דריטע זאך וואס רופט זיך
Artificial selection ווי אונז הומאנס האבן זיך אריינגעמישט אין נאטור כדאי צו פארמירן די ענווייערמענט ארום זיי צו זייערע בעניפיטן.

<a class="postlink" href="https://simple.m.wikipedia.org/wiki/Artificial_selection">https://simple.m.wikipedia.org/wiki/Art ... _selection</a>

shtriemel » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 4:51 pm

· #381753
אז מ'רעט שוין:

אפילו א "גוטע" מיוטעישען אליין איז נאך אלס נישט גענוג, כדי ס'זאל ווערען צוויי פארשידענע מינים* דארפען זיי אוועקגיין מארצם וממולדתם צו אן אנדערען פלאץ ווי זיי מישען זיך נישט מיט די אריגענעלע פאפיולאציע. פארדעם טאקע איז נישט גרינג** צי זען אט די טיילונג וועלכע טוישט א פערד צו אן אייזעל.

*א אייגענארטיגע מין ווערט גערעכענט ווען עס קען נאר מקיים זיין פריה ורביה מיט די זעלבע מין. צום ביישפיל, יעדער מין הונט פון די קלענסטע טשיוואווא ביז די גרעסטע דעין קענען זיך משדך זיין, פארדעם זענען זיי איין מין. אן אייזעל מיט א פערד קענען זיך אויך משדך זיין, אויך קענען זיי האבען קינדער - מיולס mule בלע"ז, אבער דאס מיול איז סטעריל. עס קען קיין קינדער נישט האבען. ממילא זענען זיי קלאסיפירט אלס צוויי סארטען. פארשטייט זיך אז א הונט מיט א קאץ קענען קיינמאל נישט האבען קיין דורות, ווי אויך נישט קיין חיטה וגפן (ניין, א קיווי פרוכט איז נישט א געמישאכטס פון סטאראבעריס מיט פלוימען. אזא מין מישעניש קען נישט פראדיוסען א פרי).

**נישט גרינג מיינט נישט ס'נישט דא צו זען. אין מאנשעסטער פאר 50 יאר צוריק ווען די פאבריקען האבען געשפריצט פון זייער טשימניס גאנצע הרי חושך טאג טעגליך זענען רוב פרוכט-פליגען געווען טונקעל (די דז'ין הממונה אויף מעלעמיין איז געווען על העליונה ובלע"ז dominant. ווען קוילען זענען ארויס אין די לופט האט זיך אויפגערייניגט זענען די טונקעלע גלייך פארצוקט געווארען ווייל יעצט זענען זיי געווארען גרינגער פאר די פייגעלעך צו זען. לויט די טעאריע פון עוועלאציע איז דאס פונקט ווי אזוי ס'ארבייט.

עוועלאשען מונחת בקרן זוית. צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם. דאס איז זיכער אז עוועלאשען פארט ווייטער, ס'גייט עם נישט אן צו מיר גלייבען דערין.

shtriemel » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 4:52 pm

· #381754
שבת אחים
ניין, הונט איז שוין א דריטע זאך וואס רופט זיך
Artificial selection ווי אונז הומאנס האבן זיך אריינגעמישט אין נאטור כדאי צו פארמירן די ענווייערמענט ארום זיי צו זייערע בעניפיטן.


Artificial selection = non random

שמערל » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 4:56 pm

· #381755
עטס זענטס ביידע גערעכט. גענעטישע טוישונגען געשעען רענדאם, אבער זיי סורווייוון נאר אויב איז דא א סיבה וואס זאל לוינען פאר די בעל חי עס זאל בלייבן מיט די מיוטעישען.

למשל רויטע האר. די ערשטע רויטע האר איז סתם נולד געווארן דורך א רענדאם מיוטעישאן, אבער דאס אז אין די קאלטע לענדער זענען דא אזויפיל רויטע, און אין די ווארימע לענדער איז נישטא קיינער. צייגט לכאורה אז ס'איז דא עפעס א מעלה צו זיין רויט אין א קאלטע קלימאט. במילא וועט די רענדאם רויטע זשין האבן א שטערקערע סורווייוול ראטע אין פינלאנד ווי אין עגיפטען.

אין געוויסע אויסנאמען וועט א רענדאם מיוטעישאן יא סורווייוון אפילו אויב זי געט נישט קיין שום בענעפיט, דאס איז אויב געפינט זיך די מיוטעשאן אין א גאר קליינע פול פון בעלי חיים וואס זיי האבן נאר חתונה צווישן זיך, וואס דאס איז די סיבה פון טעי סעקס ביי אידן, ווי אויך וועט זיך מאכן אזוינע פראבלעמען ביי בעלי חיים וואס קומען אן אויף א אינזעל.

shtriemel » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 6:25 pm

· #381763
יאפ. לאמיר עס קלארשטעלען:

מיוטעישענס זענען רענדאם (ביזדערווייל. מ'קען דאס שוין אויך היינט טוישען). די חילוק איז נאר וואס געשעט נעקסט. כלבים איז די סעלעקציע פון געוויסע מיוטעישענס דארך מענטשען. וועלף, מענטשען און אלעס אינצווישען איז נאטורליכע סעלעקציע.

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 6:25 pm

· #381764
shtriemel
שבת אחים
ניין, הונט איז שוין א דריטע זאך וואס רופט זיך
Artificial selection ווי אונז הומאנס האבן זיך אריינגעמישט אין נאטור כדאי צו פארמירן די ענווייערמענט ארום זיי צו זייערע בעניפיטן.


Artificial selection = non random


אוואדי איז ארטפישעל סעלעקציע ״נישט רענדאם״, נישט דעס איז די מדובר, סאיז אויך דא רענדאם טעשינטש אין די ווילדערנעס אן די meddling פון הומאנס, עפעס א ענערג׳י מאכט די קליינע ווערימל אויסקוקן פונקטליך ווי זיין בלעטער אויף וואס ער וואקסט-דאס איז נישט געשעהן ביי א צופאל

יא? גערעכט?

shtriemel » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 6:49 pm

· #381767
שבת אחים
עפעס א ענערג׳י מאכט די קליינע ווערימל אויסקוקן פונקטליך ווי זיין בלעטער אויף וואס ער וואקסט-דאס איז נישט געשעהן ביי א צופאל

יא? גערעכט?


פאר די מחשבות דארף מען ערשט טועם זיין פון דעם עץ הדעת.

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 8:26 pm

· #381777
shtriemel
שבת אחים
עפעס א ענערג׳י מאכט די קליינע ווערימל אויסקוקן פונקטליך ווי זיין בלעטער אויף וואס ער וואקסט-דאס איז נישט געשעהן ביי א צופאל

יא? גערעכט?


פאר די מחשבות דארף מען ערשט טועם זיין פון דעם עץ הדעת.


נישט ממש. פארדעם דארף מען נאכנישט קיין ל.ס.ד. פון דעם דייטשען ד״ר אלבערט האפפמאן, סאיז פשוט, יעדער קען עס כאפן. חוץ מזה דארף עס זיין א כלי צו מקבל זיין אויך. סאיז דא גענוג און נאך וואס האבן שוין טועם געוועהן די ״עץ הדעת״ פון וואס דו רעדסט און זיי זענען די זעלבע צוריקגעבליבן ווי זיי זענען געוועהן.

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 8:51 pm

· #381781
געגאנגען ארום און ארום אין אנגעקומען צוריק צום אנפאנג, די ענרערגיע וועט שבת אנרופן 'נאטור' און איך 'בורא' פון די נאטור.
והכל על מקומו יבא בשלום.

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 9:05 pm

· #381783
געוואלדיג
געגאנגען ארום און ארום אין אנגעקומען צוריק צום אנפאנג, די ענרערגיע וועט שבת אנרופן 'נאטור' און איך 'בורא' פון די מאוחר.
והכל על מקומו יבא בשלום.


אמת ויציב. איך האב אט דאס געשריבן לעצטע וואך אויף ק״ש. אבער עוואלציע געשעהט! דעס איז שוין א פאקט היינטיגע צייטן, אמאל האבן עס די פרומע פרובירט צו לייקענען היינט זענען שוין א גרויס חלק פרומע (ספעציעל די אינטעלעקטשיול פרומע) מודה, איי די יאהרן שטימען נישט? האבן זיי שוין ״כל מיני תירוצים״ אז א ״יום״ מיינט נישט דוקא א טאג פון 24 שעה נאר א פירעיד פון צייט, ס׳קען זיין דאס וואס די תורה רופט איין טאג קען מיינען א פירעיד פון מיליאנען יאהרן, און די ראי׳ איז נאך אז די ערשטע טאג פון מעשה בראשית איז דאך בכלל נישט געוועהן קיין זון. די זון לויט פרשת בראשית איז באשאפן די דריטע טאג, דעמאלטס וואס מיינט ויהי ערב ויהי בוקר יום אחד? יום שני? א טאג ביינאונז מיינט דאך טאג און נאכט? נאר מקען עס אזוי פארענפערן בדוחק, פארוואס בדוחק? ווייל די תורה האט דאך יא געמיינט א טאג פון 24 שעה, אין די זעלבע פרשה רעדט מען דאך פון רוען שבת ווייל גאט ב״ה האט דאך גערוהט די זיבעטע טאג. חוץ מזה פארוואס האבן זיי אלע יאהרן נישט אזוי געטייטש? נאר נאכדעם וואס סייענטיסן האבן געפראווט די עידזש פון אונזער פלאנעט?. און אז אויב די תורה פארציילט אונז די ״אריגאון פון די יוניווערס״ פארוואס געט ער אונז נישט אן די פונקטליכע ציפערן? זיי האבן בכלל נאכנישט געהאט אזא נומבער ווי א ״מיליאן״ אין יענע צייטן, ווי אזוי זאגט מען א מיליאן אין לשה״ק? זיי האבן נאכנישט געדיעלט מיט אזעליכע הויכע נומערן...

אבער עוואלציע קען היינט געפראווט ווערן אין א לאבארטאריע, און די אלע נעי-זאגערס פון עוואלציע די לעצטע הונדרעט יאהר. די אלע פרומע וואס האבן חוזק געמאכט פון מורי ורבי טשארלס דארווין און אים גערופן ״א מאנקי״ וכודמה זענען למעשה פיין חוזק. און זיי פרובירן עס שוין היינט משלב צוזיין מיט זייערע גלייבונגען.

shtriemel » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 9:37 pm

· #381786
ווילאנג די ריידע איז פון די מסבב כל הסיבות, די ענערגיע/גאט/ יו-נעים-איט וועט שבת מיט הקטן מסכים זיין. עפעס א פראגראם איז דא וואס מאכט אונז ארויסגיין פון בעט צופרי.

עוועלאשען איז אן אנדערע נושא אינגאנצען וואס אויף דעם דארף מען נאר אביסעלע עפענען די מוח כחודו של מחט.

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 11:18 pm

· #381796
shtriemel
ווילאנג די ריידע איז פון די מסבב כל הסיבות, די ענערגיע/גאט/ יו-נעים-איט וועט שבת מיט הקטן מסכים זיין. עפעס א פראגראם איז דא וואס מאכט אונז ארויסגיין פון בעט צופרי.
.

די פראגראם הייסט:
״בעל כרחך אתה נולד״, ״בעל כרחך גייט מען אין טוילעט״...

א מענטש גייט ארויס פון בעט ווייל ער האט נישט קיין אנדערע ברירה, ער מוז זיך שפייזן און ער מוז אכטונג געבן אויף זיין פאמילע און פארמעגן, אז נישט גייט ער בלייבן הונגעריג און וואוינען אין א האומלעס שעלטער. ווער ס׳מאכט דעם מענטש זאל זיין הונגעריג און שלעפעריק, ווער סהאט אריינגעלייגט אין אונז די ״געפילן״ אט אויף דעם איז טאקע די גרויסע מחלוקה, יש אומרים גאט ב״ה ויש אומרים גאט-ענערדזשי.

הקטן » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 11:21 pm

· #381798
shtriemel
@SHTRIEMEL אפשר העלפסטו ארויס

דאקינס וועט מודה זיין אז ווען ס'קימט צי בייאלעגי ווייסט סייענס ביז דערווייל מער נישט וואו יא - איז וואו שעמט ער זיך נישט דאס צי ברענגען פאר א ראייה
א סייענטיפק באווייז איז דאס זיכער נישט!


מסכים. דאס איז נישט א באווייז אז ס'נישט דא קיין בורא.

זאג דאס נישט!
שבת אחים מיט דאקינס וועלן דיר דאס קיינמאל נישט מוחל זיין!


עס איז נאר א באווייז אז טאמער האט דאס א בורא איז עס נישט אינגאנצען פערפעקטלי דיזיינט.

אדער איז דאס א באווייז אז ביז דערווייל האסטו נאך נישט אויסגעפיגערט וואס דער ניצן פין דעם לאנגגען נערוו איז
אזוי וואו נישט לאנג ציריק האסטו נאך נישט געוויסט וואס פאררא ניצן די טאנצעלס דינט און דו האסטדאס געריפן junk


יעצט אז דו ווילסט פארשטיין וואס זיי זאגען לאז אפ די מדברים הער נאר זייער רייד. זיי טענה'ן אז אפילו א הינקעדיגער דיזיינער מיט איין אויג און ווייניג שכל וואלט דאס אויך געקענט באווייזען. ער'ט נאר געדארפט אסאך אסאך צייט, מער ווי זעקס טעג.

נעם א ראציגע פויער מיט א וואלף און געב עם אריכת ימים ושנים וועסטו זען ער קען אויך באשאפען א קליינער זיסער הונטעל.

דאס האב איך פארשטאנען פון זיין דזשיראפע משל.


דא פארשטיי איך בכלל נישט וואס דו שרייבסט, אדארבא זיי דיך בעסר מסביר, בכלל אופן אז דאס נישט וואס דאקינס זאגט

הקטן » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 11:31 pm

· #381799
shtriemel
אז מ'רעט שוין:
אין מאנשעסטער פאר 50 יאר צוריק ווען די פאבריקען האבען געשפריצט פון זייער טשימניס גאנצע הרי חושך טאג טעגליך זענען רוב פרוכט-פליגען געווען טונקעל ...
ווען קוילען זענען ארויס אין די לופט האט זיך אויפגערייניגט זענען די טונקעלע גלייך פארצוקט געווארען ווייל יעצט זענען זיי געווארען גרינגער פאר די פייגעלעך צו זען. לויט די טעאריע פון עוועלאציע איז דאס פונקט ווי אזוי ס'ארבייט.


דו ביסט זייער שיין מסביר פארוואס און געוויסע פלעצער און און געוויסע זמנים זענען דא מער ווייסע פליגען און אין אנדערע פלעצער מער שווארצע
קלאר אויב די פייגלעך עסען אויף די שווארצע בלייבט איבער מער ווייסע

וואס דו האסט אבער פארגעסען מסביר צי זיין, און ברענגן אן הוכחה איז וואו אזוי איז בכלל געווארן ווייסע און שווארצע
שיין מסביר געווען survival of the fittest
וואס פעלט איז arrival of the fittest

הקטן » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 11:37 pm

· #381800
שבת אחים
הקטן
@SHTRIEMEL

דאקינס וועט מודה זיין אז ווען ס'קימט צי בייאלעגי ווייסט סייענס ביז דערווייל מער נישט וואו יא - איז וואו שעמט ער זיך נישט דאס צי ברענגען פאר א ראייה
א סייענטיפק באווייז איז דאס זיכער נישט!


סייענטיסן האבן דאך געמאכט ריזיגע פראגרעס אין די לעצטע הונדרעט יאהר, מ׳לעבט היינט אסאך אסאך לענגער... זיי ווייסן נאכנישט אלעס, אבער יעדער וועט מודה זיין אז זיי ווערן בעסער און קלוגער פון יאהר צו יאהר. אונז אין 2017 זעמיר די מערסטע פארגעשריטען אין ביאלגיע זייט די וועלט שטייט...!

אמת
און ווייל מען איז היינט מיט אזויפיל מער פארגעשריטן ע"כ ווייסן מיר אסך מער וויפיל מיר ווייסן נישט
א יעדער סייענטיסט און א יעדער דאמען וועט דיר דאס מודה זיין
איז וואו ערעגענט און נעריש דארף מען צי זיין צי זאגן אויף סיי וואספארא חלק און בריאה אז דאס איז junk
זאל שוין זיי נישט קיין בורא, נאך אלץ איז דאס נעריש צי זאגן און אוואדא נישט אויף צי ברענגען א ראיה אז ס'איז נישט דא קיין דיזיינער.
בלאט: 1 2