☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » נישט נאך א לייק אשכול!

נישט נאך א לייק אשכול!

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10808

שלום על ישראל » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 2:55 pm

· #345954
נישט נאך א לייק אשכול!
עס האט מיר גענומען עטליכע טעג צו פארשטיין - און עטליכע חדשים צו אפרישיעט'ן - די לייק סיסטעם. אבער עס האט מיר גענומען איבער א יאהר צו ארויסקוקן אויף א לייק, איינזעהענדיג אז א לייק איז א קאמפלימענט ברבים. (עכ"ז האב איך נאך - דערווייל - נישט די דרייוו זיך צו ארויסלאזן אויף א לייק-יאגד.)

כ'האב אביסל אויפגעפאסט אז לייקס זענען נישט אינגאנצן נוטראל איבערן תגובה, נאר א קאמבענאציע פון די תגובה, דער ניק וואס שרייבט, דער ניק וואס שרייבט אנדערש און די סטיגמע פון זיך אידענטיפיצירן מיט\קעגן די ניק. עס קען זיין אז דאס אלעס איז שוין ערגעץ-ווי באהאנדלט געווארן באריכות, אבער כ'האב עס נישט געטראפן. ואתכם הסליחה.

אין א פרעזענליכע עקספיריענס, האב איך לעצטענס געהאט די זכיה צו בייוואוינען א שטריך פון באקומען אסאך לייקס. כ'גלייב נישט אז כ'האב עפעס פארשענערט מיין פענע, אדער געשריבען מער פאפולערע טעמעס. כ'בין פונקט אזוי אויסגעשפראכן מיט מיינע אומפאפולערע מיינונגען ווי אייביג. כ'בין שטארק דאנקבאר פאר געוויסע ניקים וואס טיילן לייקס מיט א ברייטע האנט, כאילו געלט שפילט נישט קיין ראלע (...), אבער כ'פארשטיי נאך נישט פונקליך די סיבה דערצו.

כ'האב אויך געהאט א אינדירעקטער (נישט געפלאנטע) עקספערימענט, ווען כ'האב געשריבן א לענגערע תגובה (כ'וועל נישט זאגן וועליכע, ווייל כ'וויל עס נישט קרופטירן מיט געבעטענע לייקס), באקומען היפש לייקס און א צווייטע ניק האט גלייך נאכדעם געשריבן עפעס ענליכס און אויך באקומען היפש לייקס. כ'האב אבער באמערקט ווי געוויסע ניקס האבן זיך אפגעהאלטן פון גיבן מיר א לייק, און כ'מיין טאקע "אפגעהאלטן", ווייל די זעלבע ניקס האבן געגיבן פאר די אנדערע ענליכע תגובה. און כ'פארשטיי זיי, צוליב די היסטארי וואס דער אדער יענער האט געהאט מיט מיר (בעסער געזאגט מיין ניק). (כ'האב אויך באמערקט אז אנדערע האבן זיך אפגעהאלט פון גיבן יענעם א לייק און מיר יא, כאטש מיר זענען געווען גאר ענליך. און דארט אויך האב כ'געקענט זעהן די סיבות דערצו, צוליב היסטערי.)

איך "פארשטיי" וואס ברענגט זיי צו גיבן אדער נישט גיבן דעם לייק, האלט'ך אז דער שפיל הארגעט אפ די מעלה פון לייקס, ווייל עס איז בייעס'ד.

נאכדעם האב איך געטראכט אז אפשר טאקע דארף די לייקס אויך דינען אלס א אלגעריטעם צו לייקן א ניק, ווייל אסאך קוקען אהן מיט רעספעקט א תגובה (און וועלן ענדערש גיבן א לייק דערפאר. זעה שפעטער), בעמערקענדיג וויפיהל לייקס דער ניק האט בכלל, נישט נאר וויפיהל ער האט באקומען פאר די יעצטיגע תגובה. און דאס איז טאקע א גוטע זאך. אבער דער אמת איז נישט אזוי, ווייל אנדערע קוקן אהן די לייקס אויפ א תגובה אלס א דירעקטער אינדארסמענט צו די תגובה.

איינמאל כ'האב איינגעזעהן אז לייקס גייען אויך ארויף אויפן ניק, האב איך אויך באמערקט אז די לייקס קענען קומען מער צו א תגובה געשריבן דורך א ניק מיט אסאך [אנדערע] לייקס, אפילו דער לייקער האט נישט קיין היסטארי מיטן שרייבער, און קען אים נאך אפילו נישט. (דאס האב איך באמערק אויף מיר אליינס, און כ'שטעל זיך פאר אז אנדערע טוען אויך אזוי.)

אויך האב איך באמערקט אז א תגובה מיט לייקס וועט באקומען מער לייקס (אויסער די נאטירליכע סיבה אז עס איז גוט פאר איינעם איז עס גוט פאר אסאך). אבער דאס איז פארשטענדליך אין סאציאלע לעבנסשטייגער אז ווי מער זאגן א באגריף אלס מער וועט עס איינער אייזעהן.

קומט אויס אז א תגיבה'ס לייקס וועט ארויפלויפן, אויסער ווייל ס'איז גוט פאר זיך (גוט געשריבן, מסכים דערצו, מאכט לאכן), פאר די פאלגענדע סיבות:
[list]
[*]ווייל אנדערע האבן עס געלייק'ד[/*:m]
[*]ווייל עס איז געשריבן דורך א ניק וואס כ'גלייך[/*:m]
[*]ווייל עס איז געשריבן דורך א ניק וואס האט אסאך לייקס אין די פארגאנגענהייט[/*:m]
[*]שרייבט אנדערש ווי איינעם מיט וועם כ'האב א חשבון[/*:m][/list:u]

ווא זאגט איר? איז דאס קלוג? האט דער לייקער געמיינט וואס דער לייענער לייענט?


אה, כ'האב שיעור נישט פארגעסן צו בעטן מחילה פאר די ליגענט אז עס איז נישט נאך א לייק אשכול...

קל וחומר » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:26 pm

· #345964
Re: נישט נאך א לייק אשכול!
איך באטראכט די זאך אזוי:
ס'דא אפאר זאכן וואס טריגערן לייקס, און ווי מער פון די זאכן דער מגיב וועט פארמאגן אלס מער לייקס וועט ער קריגן.
ואשנה אחת אחת מה שעולה לי בראש כעת.

א. א לענגערע תגובה (די לייק איז בעיקר פארן מחשיב זיין דיין מיה צו באפרידיגן אנדער).

ב. א אינהאלטסרייכע תגובה (דא וועט זיך שוין ווענדן אויב די פאטענציאלע לייק געבער איז איינשטומיג).

ג. א געשמאקע פעדער.

ד. הומאר - קאמיש. (דאס איז לכאורה פון די שטארקסטע גורמים פאר לייקס)

ה. וואויל-באקאנטער ניק.

ו. שיין אויסגעשטעלטע תגובה (א זאך וואס א געוויסע ניק איז א מומחה דערין מחמת וואס ער איז בטבע א פראפעקשעניסט).

טאמער ווילסטו באמת וויסן וואס איז גורם לייקס קוק איבער דיינע תגובות וואס האבן מערערע לייקס און מאך אפאר צד השווה'ס מיט וואס א טייל פון זיי זענען גלייך.

ווי מער פון די גורמים א תגובה וועט פארמאגן, אלס מער לייקס וועט דאס באקומען.

שמערל » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:49 pm

· #345970
Re: נישט נאך א לייק אשכול!
זייער גוט אראפגעלייט שלום.
דער אמת איז אז אמאל איז נישט אזוי געווען, עס פלעגט זיין א פיל גרעסערע שפע פון לייקס, און מ'האט בעיקר געקוקט אויף די תוכן התגובה. אבער לעצטנס הערשט דא א שטארק קרוגערישע שטימונג, ניקס באשייגעצען ברבים איינער דעם אנדערן, וואס דאס איז גורם אז ס'איז דא גרופס, און די וועלן נאר לייקן די ניקים פון זייער גרופ, נישט קיין חילוק וואס זיי וועלן שרייבן, דער עיקר איז ס'איז אן אייגענער.

ווי זאגט נאר די משנה? משרבו המנאפים (פירש"י רודפי תאוות הלייקי"ם בלע"ז) ובעלי המחלוקת, בטלה תורת הליקים. און אויף שטעלט זיך גראד די גמרא אם כן ליבטל לגמרי? נאר וואס'זשע דען עולם כמנהגו נוהג, ושוטים שקלקלו עתידים ליטול את הדין.

שלום על ישראל » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:52 pm

· #345971
שמערל
זייער גוט אראפגעלייט שלום.
דער אמת איז אז אמאל איז נישט אזוי געווען, עס פלעגט זיין א פיל גרעסערע שפע פון לייקס, און מ'האט בעיקר געקוקט אויף די תוכן התגובה. אבער לעצטנס הערשט דא א שטארק קרוגערישע שטימונג, ניקס באשייגעצען ברבים איינער דעם אנדערן, וואס דאס איז גורם אז ס'איז דא גרופס, און די וועלן נאר לייקן די ניקים פון זייער גרופ, נישט קיין חילוק וואס זיי וועלן שרייבן, דער עיקר איז ס'איז אן אייגענער.

ווי זאגט נאר די משנה? משרבו המנאפים (פירש"י רודפי תאוות הלייקי"ם בלע"ז) ובעלי המחלוקת, בטלה תורת הליקים. און אויף שטעלט זיך גראד די גמרא אם כן ליבטל לגמרי? נאר וואס'זשע דען עולם כמנהגו ושוטים שקלקלו עתידים ליטול את הדין.

אוי ווי דאס באדערט מיך. איך האב אפגעשריבן א לאנגע אשכול דערוועגן, אבער איך בין נישט אין די מוט (פאר די פידבעק) עס ארויפצושטעלן.

רעדאגירט: אין דעם אשכול האב איך אביסל בארירט די נושא (ווי אויך אין די תגובה).

ווייל אזוי » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 5:10 pm

· #345981
איך מיין אז ס'איז געקומען די צייט אראפצונעמען די לייק אפשען

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 6:27 pm

· #345998
די לייק אפשן איז זייער א גוטע געדאנק, און גראדע לדעתי איז אסאך אדער ווייניג לייקס עפעס וואס מען קען נישט אלס פרעדיקטן, איך געדענק ווען איך האב אמאל געשריבן עפעס וואס אין מיינע אויגן איז געווען גאנץ קארני און איך האב באקומען היבש לייקס, ווען מצד שני האב איך שיינע און לענגערע תגובות וואס זענען כמעט יתומים.

למשל די יעצטיגע אשכול פון שלום געפעלט מיר כאטש איך בין נישט אינגאנצן איינשטימיג אבער איך האב נישט געלייקט ביז יעצט פלעין ווייל איך האכ פארגעסן וכדו', נישט אלס האט די יא אדער נישט לייקן א ערנסטע סיבה, איך פראביר גראדע אלס צו לייקן לויט די אינהאלט אוון נישט לויט ווער דער כותב איז.

ווייל אזוי » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 7:50 pm

· #346014
איך וויל מיך אביסל מער מסביר זיין:

אונז האבן דא 1783 איינגעשריבנע באנוצער און מיט דעם אלעם איז די מערסטע לייק'ס וואס איינער האט באקומען געווען @כוכב מיט 93 לייקס פאר די פה סח תשע"ה אויסגאבע, נאכדעם קומען די אנדערע אויסגאבעס דער וועקער 1 מיט 88 לייק'ס, פה-סח 2 מיט 84 לייק'ס וכו' .

א עוורידש גוטע תגובה באקומט ארום 10 לייק'ס, און א תגובה מיט 15/20 לייק'ס הייסט שוין א געלונגענע תגובה.

סא קומט אויס אז ווייניגער פון איין פארצענט באנוצער טיילן לייק'ס (דאס איז חוץ פון די הונדערטע נישט איינגעשריבנע וואס לויט דעם איז עס סאך א קלענערע פארצענט), פאר איין פארצענט דארף מען עס צושטעלן ? 😂

און פון די אנדערע זייט זעהט מען זיך אפרעדן אסאך אז מ'באקומט נישט קיין לייק'ס צו מיט א נייע אשכול צו בתוך הדברים "איך האב אסאך מאל געשריבן א תגובה וואס איך האב געמיינט אז מ'גייט מיך באלעקן מיט לייק'ס " וכו' וכו' .
אפילו די תירוץ איז אז מ'לייענט אן זיין איינגעשריבן,אדער אז מ'האט מער ווי איין ניק.

האלט איך אז ס'איז יצא שכרו בהפסדו.
_________________________________

און מיסטער @כוכב און @אנאנים/@פיקאסא צו @מאראנצןזאפט צו סיי ווער, ווען עטס קומטס ארויס א אויסגאבע ווייסט איהר אז די עולם אפרישיעידעט.

בלתי מוגה

א איד » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 8:00 pm

· #346019
Re: נישט נאך א לייק אשכול!
להנאה בעלמא די תגובה פון מאראנצןזאפט אינעם אשכול מבשר בחסד עליון
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/188687">viewtopic.php?p=188687#p188687</a><!-- l -->
האט 100 לייקס
איך ווייס נישט אויב דאס איז די מערסטע אדער עס איז דא מיר פון דעם
דער וואס די ידיעה ביי עם איז אפדעיטעד, קען צו לינקן שכח

פרייוויליג » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 8:46 pm

· #346034
לייק לי ואלייק לך. שלום, הייב אן שמייסן לייקס רעכטס אויף לינקס, וועט דיר די עולם צוריק געבן. אזוי ווי עמיצער וואס קומט צו דיין שלום זכור נאר ווייל דו ביסט געגאנגען צו אים.

בדרך אגב, כאב אמאל געהאט א מחשבה אויב מען לייקט אויף א ניק שהלך לעולמו, איינער וואס איז שוין לאנג נישטא, אויב דאס הייסט נישט אזויווי אנטון שיך אויף א נישט לעבעדיגע מענטש.

בן אדם » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 8:58 pm

· #346037
נישט ממש אזוי. ס'איז בערך אזוי ווי מ'צינדט לעכט לעלוי נשמ.... אנטשולדיקט, כ'מיין צוזאגן ניקו...

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 9:19 pm

· #346041
האב איך געזען דא איינער וואס רעדט גאנץ צום זאך און האט שוין א היבש פאר תגובות און לייקס אבער געגעבען פאר יענעם זערא און ער זעלבסט חתמ'ט זעך טאקע לבר נטלין (ער איז א בר נטלין וואס נעמט נאר לייקס) ולא עלין ( אבער געבט נישט קיין לייקס) הני....דחציפין...

שלום על ישראל » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 9:28 pm

· #346044
פרייוויליג
לייק לי ואלייק לך. שלום, הייב אן שמייסן לייקס רעכטס אויף לינקס, וועט דיר די עולם צוריק געבן. אזוי ווי עמיצער וואס קומט צו דיין שלום זכור נאר ווייל דו ביסט געגאנגען צו אים.

בדרך אגב, כאב אמאל געהאט א מחשבה אויב מען לייקט אויף א ניק שהלך לעולמו, איינער וואס איז שוין לאנג נישטא, אויב דאס הייסט נישט אזויווי אנטון שיך אויף א נישט לעבעדיגע מענטש.

אינטערסאנט וואס דו שרייבסט.

קודם איך האב נישט געשריבן די אשכול מיט טענות הלמאי איך באקום נישט גענוג לייקס; איך בין הייך צופרידן מיט די לייקס איך האב דערהארבן דערווייל, ספעציעל נעמענדיג אין באטראכט אז איך האב א אומפאפולערע (און אפילו קאנטריווערסיעלע) מיינונג, און איך שעם מיך עס נישט צו שרייבן.

אבער אז דו רעדסט שוין יא, ווילסטו איך זאל טיילן לייקס רעכטס און לינקס. איז דאס א מהלך? דאס איז טאקע די פראבלעם וואס כ'האב פראבירט ארויס צו ברענגן. אז לייק זענען צומאל (אדער: צופיהל מאל) אומרעלעוואנט, און געבויט אויף זאכען וואס האט קיין שייכות מיט די עצם תגובה וואס ווערט געלייק'ד. קען מען יעצט צולייגן
[list]
[*]ווייל יענער לייק'ד מיך כסדר[/*:m][/list:u]

לאמיר טאקע זעהן. איך האב שוין געלייקט 1373 מאל, און באקומען לייקס 694 מאל. ד.ה. איך באקום א לייק פאר בערך יעדע צוויי לייקס וואס איך גיב (2:1). דו האסט שוין געלייקט 856 מאל, און באקומען לייקס 1315 מאל, ד.ה. דו באקומסט איבער דריי לייקס פאר יעדע צוויי וואס דו גיבסט (2:3). ארבייט עס טאקע אזוי? נישט עכט. נאר וואס דען? עס האט מיט אסאך אנדערע זאכען, און פארשטייט זיך די קוואליטעט אויך.

אבער די נקודה איז חי וקיים.

שלום על ישראל » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 10:13 pm

· #346052
פרייוויליג
לייק לי ואלייק לך. שלום, הייב אן שמייסן לייקס רעכטס אויף לינקס, וועט דיר די עולם צוריק געבן. אזוי ווי עמיצער וואס קומט צו דיין שלום זכור נאר ווייל דו ביסט געגאנגען צו אים.

די לייק פאר די תגובה איז געקומען ווייל דו האסט מיר געגיבן א לייק אנפאנג. קום איך פאר מער קארג (טיק פאר טעק) אדער מער אפענסיוו (אז עס איז נישא ]ארהאן א בעסערע סיבה צו לייק'ן)? כ'מיין ס'איז פארהאן פלאץ פאר ביידע...

שמערל » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 11:30 pm

· #346065
Re: נישט נאך א לייק אשכול!
שלום על ישראל
פרייוויליג
לייק לי ואלייק לך. שלום, הייב אן שמייסן לייקס רעכטס אויף לינקס, וועט דיר די עולם צוריק געבן. אזוי ווי עמיצער וואס קומט צו דיין שלום זכור נאר ווייל דו ביסט געגאנגען צו אים.

בדרך אגב, כאב אמאל געהאט א מחשבה אויב מען לייקט אויף א ניק שהלך לעולמו, איינער וואס איז שוין לאנג נישטא, אויב דאס הייסט נישט אזויווי אנטון שיך אויף א נישט לעבעדיגע מענטש.

אינטערסאנט וואס דו שרייבסט.

קודם איך האב נישט געשריבן די אשכול מיט טענות הלמאי איך באקום נישט גענוג לייקס; איך בין הייך צופרידן מיט די לייקס איך האב דערהארבן דערווייל, ספעציעל נעמענדיג אין באטראכט אז איך האב א אומפאפולערע (און אפילו קאנטריווערסיעלע) מיינונג, און איך שעם מיך עס נישט צו שרייבן.

אבער אז דו רעדסט שוין יא, ווילסטו איך זאל טיילן לייקס רעכטס און לינקס. איז דאס א מהלך? דאס איז טאקע די פראבלעם וואס כ'האב פראבירט ארויס צו ברענגן. אז לייק זענען צומאל (אדער: צופיהל מאל) אומרעלעוואנט, און געבויט אויף זאכען וואס האט קיין שייכות מיט די עצם תגובה וואס ווערט געלייק'ד. קען מען יעצט צולייגן
[list]
[*]ווייל יענער לייק'ד מיך כסדר[/*:m][/list:u]

לאמיר טאקע זעהן. איך האב שוין געלייקט 1373 מאל, און באקומען לייקס 694 מאל. ד.ה. איך באקום א לייק פאר בערך יעדע צוויי לייקס וואס איך גיב (2:1). דו האסט שוין געלייקט 856 מאל, און באקומען לייקס 1315 מאל, ד.ה. דו באקומסט איבער דריי לייקס פאר יעדע צוויי וואס דו גיבסט (2:3). ארבייט עס טאקע אזוי? נישט עכט. נאר וואס דען? עס האט מיט אסאך אנדערע זאכען, און פארשטייט זיך די קוואליטעט אויך.

אבער די נקודה איז חי וקיים.

מען דארף אויך נעמען אין קענטעניס די צאל תגובות וואס מען האט געשריבן. לייג עס צו צום חשבון, וועט עס מער שטימען.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk

עדות » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 1:07 am

· #346072
א שכוח פאר די אשכול. זייער גוט ארויסגעברענגט וואס איך האב אויך געטראכט.

עדות » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 1:09 am

· #346073
שלום על ישראל
אוי ווי דאס באדערט מיך. איך האב אפגעשריבן א לאנגע אשכול דערוועגן, אבער איך בין נישט אין די מוט (פאר די פידבעק) עס ארויפצושטעלן.

רעדאגירט: אין דעם אשכול האב איך אביסל בארירט די נושא (ווי אויך אין די תגובה).

פארוואס קען איך נישט קליקן אויף די אשכול לינק? נאך איינער מיט די פראבלעם?

ליפא » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 2:01 am

· #346078
עדות
שלום על ישראל
אוי ווי דאס באדערט מיך. איך האב אפגעשריבן א לאנגע אשכול דערוועגן, אבער איך בין נישט אין די מוט (פאר די פידבעק) עס ארויפצושטעלן.

רעדאגירט: אין דעם אשכול האב איך אביסל בארירט די נושא (ווי אויך אין די תגובה).

פארוואס קען איך נישט קליקן אויף די אשכול לינק? נאך איינער מיט די פראבלעם?

ווייל ס'איז אין ''שבת אחים'' אפטיילונג. איך מיין אז מ'דארף האבן געשריבן 50 תגובות צו קענען ליינען דארט. (אדער אפשר 49 איז אויך גענוג, כ'געדענק נישט)

קאמענטירער » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 12:24 pm

· #346159
אינטערסאנט איז אז די נושא פון געבן\באקומען לייקס איז שוין צענדליגע מאל צינומען געווארען דא אין שטיבעל לעמקה ולרחבה, און מען האט ארויס די גאנצע סייקא-פסיכי פון די אקט פון שלעפן דעם לייק קנעפל, פארוואס זאל מען נישט דורכטון די אנקאונטשעס פון שרייבען אויפן שטיבעל, אפשר אויב מען וועט ארויסהאבען און דורכשטודירען די גאנצע פראסעס פון שרייבען תגובות אפשר וועט מען קענען הייבען די תגובות דא אין שטיבעל?.. 😉 😉 😃 😃

פעינטער » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 12:37 pm

· #346164
א גיטן איך בין גאנץ ניי דא מיטן שרייבן. אבער מיטן לייענען בין איך שוין גאנץ אלא.
פארוואס זאג איך עס
ווייל עס האט מיר גענימען א גיטע שטיק צייט צי כאפן וואס, אין ווי די לייק קנעפל איז, אין ווי אזוי עס ארבעט.

פין מיין קיק ווינקל איז אז ווען איינער שרייבט א גיטע ארטיקעל אנשטאט עס זאל זיין אזוי ווי איי וועלט ווי יעדער שרייבט צריק א ריפליי צי יענע ארטיקעל וואס יענער האט געשריבען, געט מען אזא קוועטשען די לייק קנעפל אין שוין יעדער איז צעפרידען
די פלאץ ווערט נישט באווארפען מיט אימאינטערסאטע תגובות.

אזוי ווי להבדיל אינסטרעגראם ופעיס באק אין יא טוב ווי מטיט לייקען אינגרויסען, אזוי זיעט מען ווי א גיטע קליפ פיקטשער וכו. וכו. עס איז.

נאר איך מיין אז אויב מען קען מאכן די לייק קנעפל מער גרעסער אז ווען די ליינסט די ארטיקעל וועסטי זעין די הענטעלע פאר די אויגן וועט קימען צי פליען מער לייקס.

סא די ארטיקעל וועט ווערן געוואנדען לויט די לייקס

דאס איז פין מיין קיק ווינקל

זבולון » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 8:28 pm

· #346248
די זבולון מאדעל
אן אריינגיין אין ענדלאזע וויכוחים אויב עס איז דא א תועלת פון לייקן און ווערן געלייקט, די פסיכאלאגיע דערפון, און אלעס ארום. וויל איך זיך קאנצעטרירן אין ווי אזוי מען קען עס ריכטיג אפשאצן.

אז מען באטראכט דעם גאנצן סיסטעם פון אנפאנג ביזן סוף, זעהט מען אז עס זענען פארהאן פארשידענע פאקטארס וואס מען קען אלס נעמען אין באטראכט אויף צו אפשאצן די טאטאל ווערד פון א ניק לויט זיינע לייקס און תגובות.

אלזא, די פשוט'סטע לינארע מהלך איז צו קוקן ווער עס האט די מערסטע לייקס, וואס די ראנגען קען יעדער איינער זעהן אין די הויפט-זייט (הויפט-בלאט, לדעתי) פון קאווע שטיבל.

דערנאך איז דא די "לייק פער תגובה" מאדעל, ווען מיר וועלן נעמען אין באטראכט די צאל תגובות וואס דער ספעציפישער ניק האט שוין געשריבן, דאס איז זיכער א וויכטיגער פאקטאר. סא, וועלן מיר לאזן L זיין פאר די צאל פון די לייקס, און M וועט רעפרעזענטירן די תגובות. דאן וועלן מיר שאצן יעדן ניק לויט L/M.

דערנאך איז דא א פאקטאר, אויב מען נעמט אין באטראכט די צאל טעג וואס דער באניצער איז שוין איינגעשריבן, אלס ווייניגער טעג ער איז רעגיסטרירד האבן זיינע לייקס א גרעסערע ערך, צוליב דעם וואס עס האט נאך געהאט ווייניגער עקספאוזשער, סא D וועט רעפרעזענטירן די צאל טעג וואס ער איז איינגעשריבן, L/M*D. כדי עס זאל זיין גרעסערע נומערן מאך איך עס טיימס 100,000.

לויטן לעצטן מאדעל, אויב זאלן מיר נעמען למשל @אנאנים, וואס לעת כתיבת השורות האלט ביי 2927 תגובות און 12045 לייקס, מיט 491 טעג. דאן איז דער סך הכל 838.11

אני הקטן 190 תגובות (נאכן שיקן די יעצטיגע הודעה), מיט 113 טעג, און 645 לייקס. דאן איז דער סך הכל 3004.19 מער ווי דריי מאל אזוי פיל ווי אנאנים 😃

שמערל » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 8:46 pm

· #346249
Re: נישט נאך א לייק אשכול!
די צאל טעג גיבט צו גאר א קליינע געוויכט נאך א געוויסע אפשניט. איינער וואס איז נאך ממש ניי מאכט עס טאקע אויס, אבער איינער וואס איז שוין דא צוויי יאר איז לאו דוקא ווייניגער אנגענומען ווי איינער וואס איז דא פיר יאר, במילא איז דיין חשבון נישט ריכטיג.

ווי אויך דארף צוגעלייגט ווערן צום עקוועיזשן די צאל לייקס וואס מ'האט אליין געטיילט. איינער וואס טיילט דריי מאל אזויפיל לייקס ווי וואס ער האט באקומען, האבן זיינע לייקס וואס ער האט באקומען א פיל קלענערע חשיבות ווי איינער וואס טיילט כמעט נישט קיין לייקס און באווייזט נאכאלס צובאקומען לייקס פון אנדערע.

ביי מיר איז די גרעסטע חשיבות די קוואליטי פון די לייקס און נישט די צאל. געווען דא אמאל א ניק וואס האט געהאט א רעישיאוי פון דריי מאל אזויפיל באקומענע לייקס צו וואס ער האט אליין געטיילט. דאס הייסט אז זיין לייק איז ווערט דריי מאל אזויפיל ווי איינער וואס האט נאר א רעישיאוי פון איינס צו איינס.
ווי אויך איך סתם אזוי א חשיבות צו באקומען א לייק פון א אנגענומענער ניק ווי פון סתם אבי ווער.

ויש בזה עוד הרבה פרטים ופרטי פרטים. אבל כמעט שדינים אלו לא נוגעים עוד למעשה בעוה"ר.

זבולון » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 8:57 pm

· #346250
פארשטייטס זיך אז עס איז סתם א דזשאוק, די טעג מאכן נישט קיין סאך אויס. אויב עפעס וואלט מען געדארפט מאכן עפעס אזוי ווי: L/M *10000 - D
אבער עס איז אויך נישט פונקט אזוי ריכטיג

ווייל אזוי » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 8:59 pm

· #346251
קאמענטירער
אינטערסאנט איז אז די נושא פון געבן\באקומען לייקס איז שוין צענדליגע מאל צינומען געווארען דא אין שטיבעל לעמקה ולרחבה, און מען האט ארויס די גאנצע סייקא-פסיכי פון די אקט פון שלעפן דעם לייק קנעפל, פארוואס זאל מען נישט דורכטון די אנקאונטשעס פון שרייבען אויפן שטיבעל, אפשר אויב מען וועט ארויסהאבען און דורכשטודירען די גאנצע פראסעס פון שרייבען תגובות אפשר וועט מען קענען הייבען די תגובות דא אין שטיבעל?.. 😉 😉 😃 😃


קוקט דיר אויס אז די לייק'ס האבן זיך פארמערט נאך די לעצטערע אויפוואכונג 😂