☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וועלכע ניק קענט איר נישט דערלאדען

וועלכע ניק קענט איר נישט דערלאדען

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10704

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יולי 7, 2016 8:52 pm

· #340910
וועלכע ניק קענט איר נישט דערלאדען
סאיז פארהאן ניקס וואס קריכן מיר ממש אויפן נערווען, יעדער ווארט זיי זאגן איבלט מיר, אפי נאך איך לייג זי צו צום נודניק ליסטע, טאמער ציטירט איינער זיינע דיבורים קוק איך אן יעדער ווארט אלץ א טיפשות.
אין מיין קאפ משל איך אויס יענער ניק ווי א קריכעדיג פגע, איינער וואס קיינער קען נישט דערלאדען, כ׳עקל זיך פון עיהם ממש. ווען כבאקום א הודעה אז ער האט מיר געלייקט וויל איך צירוק ווארפן די לייק אין פנים אריין.
אפגערעדט ווען ער האט מיר שוין אמאל געאישיט.
איך האף אז ער פיהלט צו מיר די זעלבע וועג, אזוי וועל איך פיהלן רואיגע.

עםםם, יעצט דארף אין לייגן זיין נאמען??
א צווייטע מאל.

די עולם זאל ארויס פאקן דא די סחורה וואס ליגט אין בויך שוין פאר יארן.

קל וחומר » דאנערשטאג יולי 7, 2016 9:10 pm

· #340915
Re: וועלכע ניק קענט איר נישט דערלאדען
ער מיינט לכאורה מיר, אבער איך געב נישט קיין שיט (ווי פריער געשמועסט).
נישט יעדער איז מחיוב צופרידן שטעלן יעדעם.
און אפילו אז איינער גייט יעדעם אויף די נערוון, מאכט ער נאכאלץ קאלארפול דעם פלאץ (בבחינת חלבנה). (כל זמן ער פארלעצט נישט די תקנות שטייצעך).

רימון » דאנערשטאג יולי 7, 2016 9:12 pm

· #340917
דער וואס קען נישט דערליידן א צווייטן זאל זיך שעמען דערמיט און ארבעטן אויף זיין טאלעראנץ און ליבשאפט צו יעדן איד.
עפענען אן אשכול צו פרעדיגן און זיך קאכן אין פיינטשאפט? אזא אשכול במחילת כבוד ר' שטילע, איז וואס איך קען נישט דערליידן.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 7, 2016 9:13 pm

· #340918
או.קעי. שטילע: יעצט לאמיר זעהן ווארף מיר צוריק אין פנים אריין די לייק וואס כ'האב דיר יעצט געגעבן... 😂 🙄
נ.ב.: די הודעה איז געשריבן געווארן נאך אויסטרונקען א גלעזל ביר וועלכע האט א שיעור רביעית און מלא לוגמיו. לויט די שיטות פון אלע צדיקים, ווי נודע ביהודא, חת"ס, דברי חיים, שינאווער רב, חזון איש, ר' אברהם חיים נאה, ר' חיים קנייבסקי ועוד. כ'האב געטרונקען א רביעית לויט א יעדנ'ס שיטה,בכדי אכילת פרס....פארגעסן. שיטת החפץ חיים אויך... 😂

איך אויך » דאנערשטאג יולי 7, 2016 9:34 pm

· #340924
לעניית דעתי פארלעצט די אשכול די ווירדן פון ק''ש.

ליפא » דאנערשטאג יולי 7, 2016 9:36 pm

· #340925
לכאורה נישט אויסגעהאלטן צו שרייבן נעמען (ניקס). אבער אז ס'שוין דא אזא אשכול קען איך מיר נישט איינהאלטן פון שרייבן וועלכע ניק איך וואלט ארויגעשטויסן פון ק''ש, א רשע פרעכע אקס איז ער, זאל ער זיך איבערקערן אויף א היילאו. איך רעד פונעם ניק @סעמפל

נהורא נפישא » דאנערשטאג יולי 7, 2016 9:52 pm

· #340927
ס'דא א ניק זיין גימטריא איז 415 זיין אינטעליגענץ שיינט ארויס פון יעדען תגובה זיינער.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 7, 2016 9:55 pm

· #340928
איך אויך
לעניית דעתי פארלעצט די אשכול די ווירדן פון ק''ש.

איך אויך: וואס באדערט דיך...?! ס'א ביסל הומאר. פארקערט. איך באוואונדער שטילע'ס חוש פאר אזעלכע שטיקלעך... 😂
וואס האסטו מורא...? אז איינער וועלכער זאגט אז ער איז נישט צופרידן פון דיר וועט קומען און דיר דערלאנגען א פאטש, נעקס טיים ער זעהט דיך אין ביהמ"ד אדער אויף די גאס...?!... 😂 🙄

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 7, 2016 10:01 pm

· #340930
נהורא נפישא
ס'דא א ניק זיין גימטריא איז 415 זיין אינטעליגענץ שיינט ארויס פון יעדען תגובה זיינער.

נהורא נפישא: א שנעלער רעכן מיט דעם קאלקיולעיטער אויף מיין טמא'נעם סמארטפאון האט מיר באוויזן אז דו מיינסט נישט מיך. שוין איך בין שוין בארואיגט. אבער, איך שרייב דאך מיין נאמען אויף ענגליש. איז הדרא קושיא לדוכתיה... 😂 🙄

ליפא » דאנערשטאג יולי 7, 2016 10:03 pm

· #340931
נהורא נפישא
ס'דא א ניק זיין גימטריא איז 415 זיין אינטעליגענץ שיינט ארויס פון יעדען תגובה זיינער.

415 מיט'ן כולל?

נהורא נפישא » דאנערשטאג יולי 7, 2016 10:04 pm

· #340934
איך גלויב נישט אז יענער קען רעכענען דערפאר האב איך זיך ערלויבט.
דאס ריפט זיך א ראפשיצע ווערטל, יעדער לאכט און יענער לאכט מיט.

שלום על ישראל » דאנערשטאג יולי 7, 2016 10:07 pm

· #340938
berlbalaguleh
איך אויך
לעניית דעתי פארלעצט די אשכול די ווירדן פון ק''ש.

איך אויך: וואס באדערט דיך...?! ס'א ביסל הומאר. פארקערט. איך באוואונדער שטילע'ס חוש פאר אזעלכע שטיקלעך... 😂
וואס האסטו מורא...? אז איינער וועלכער זאגט אז ער איז נישט צופרידן פון דיר וועט קומען און דיר דערלאנגען א פאטש, נעקס טיים ער זעהט דיך אין ביהמ"ד אדער אויף די גאס...?!... 😂 🙄

אריין אין "שמייכל".

נהורא נפישא » דאנערשטאג יולי 7, 2016 10:14 pm

· #340944
[ציטאט אראפגענומען]

זיינס איז דאך 794
מסתמא מיינסטו די אותיות חתו וואס איז געשריבן מיט אותיות מרובעות.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 7, 2016 10:21 pm

· #340946
נהורא נפישא
[ציטאט אראפגענומען]

זיינס איז דאך 794
מסתמא מיינסטו די אותיות חתו וואס איז געשריבן מיט אותיות מרובעות.

אנטשולדיגטס: איך זעה אנדערע 3 אותיות אין יענע ניק...ח ת ת. אין חב"ד מיינט דאס אז א איד דארף א יעדן טאג עוסק זיין אין חומש, תנ"ך און תהילים. נאר לויט אונזער פשט זענען די אותיות שלא כסידרן... 😂 🙄

נהורא נפישא » דאנערשטאג יולי 7, 2016 10:22 pm

· #340948
ביטע נישט פרעגן אויף א ספעציפישע נאמען

א איד » דאנערשטאג יולי 7, 2016 10:58 pm

· #340969
Re: וועלכע ניק קענט איר נישט דערלאדען
ליפא
לכאורה נישט אויסגעהאלטן צו שרייבן נעמען (ניקס). אבער אז ס'שוין דא אזא אשכול קען איך מיר נישט איינהאלטן פון שרייבן וועלכע ניק איך וואלט ארויגעשטויסן פון ק''ש, א רשע פרעכע אקס איז ער, זאל ער זיך איבערקערן אויף א היילאו. איך רעד פונעם ניק @סעמפל

@ליפא וואס האט ער דיר געטוהן

גר ותושב » דאנערשטאג יולי 7, 2016 11:07 pm

· #340970
Re: וועלכע ניק קענט איר נישט דערלאדען
נהורא נפישא
ס'דא א ניק זיין גימטריא איז 415 זיין אינטעליגענץ שיינט ארויס פון יעדען תגובה זיינער.

I got it

גר ותושב » דאנערשטאג יולי 7, 2016 11:09 pm

· #340972
Re: וועלכע ניק קענט איר נישט דערלאדען
נהורא נפישא
ביטע נישט פרעגן אויף א ספעציפישע נאמען

מותר לפרסם ברבים?

שבת אחים » פרייטאג יולי 8, 2016 1:10 am

· #341013
ווער ס׳קען מיך נישט פארליידן זאל אויפהייבן די הענט.

א אנדערע עצה האב איך פאר איינעם וואס קען נישט פארליידן א צווייטן, ער זאל אריבערמישן דאס בלעטעל און פארן ווייטער-בדוק ומנוסה! און ארבעטן אויף זיך אויף זיינע מידות צו האבן מעהר טאלארענץ צו אנדערע מענטשען און זייערע מיינונגען.

קל וחומר » פרייטאג יולי 8, 2016 1:18 am

· #341015
Re: וועלכע ניק קענט איר נישט דערלאדען
פראבלעם איז אז ווער ס'קען דיך נישט דערליידן, דערליידט אויך נישט דעם תגובה...

שטילע אינגערמאן » פרייטאג יולי 8, 2016 2:03 am

· #341018
רימון
דער וואס קען נישט דערליידן א צווייטן זאל זיך שעמען דערמיט און ארבעטן אויף זיין טאלעראנץ און ליבשאפט צו יעדן איד.
עפענען אן אשכול צו פרעדיגן און זיך קאכן אין פיינטשאפט? אזא אשכול במחילת כבוד ר' שטילע, איז וואס איך קען נישט דערליידן.

רימון טייערע, די מיסט אנזעהן אז אונעם וועלט איז נישטא אזא זאך אז איינער זאל ליב האבן יעדער בריה. סאיז נישט פארהאן, נעקסט.

דא אין שטיבעל אז מפאברענגט אין משמוסט מאכט זיך כסדר אז מקען איינער נישט שלינגען, אין לפע״ד איז עס בכלל נישט קיין בושה.
כוואלט צופעליג בכלל נישט געהאט קיין פראבלעים טאמער איינער זאגט מיר ער האט נישט ליב שטילע, סאיז נישט קיין בושה אין מדארף זיך נישט שעמען, השי״ת האט געגעבן פאר יעדער א בחירה, יעדער מענטש האט ״ליב אין פיינט״.
סיי מענטשן, עסען, טרינקען, זאכן, וגו׳
למשל איך האב נישט ליב ״מילגרוים״ סארא בושה איז דאס? כזאג קלאר, כהאב נישט ליב מילגרוים.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 8, 2016 6:12 am

· #341026
Re: וועלכע ניק קענט איר נישט דערלאדען
איך האב שנעל גערעכענט מיין גימטריא. ב"ה אריבער בשלום. אחוץ טאמער מ'האט טועה געווען קעגען וואס שטייט פאר די אויגען

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נהורא נפישא » פרייטאג יולי 8, 2016 10:35 am

· #341052
דער קרעטשניפער פלעגט זאגן אז קוגל איז בגימטריא שבת, האט איינער געזאגט אז ס'שטומט דאך נישט, האט דער קרעטשניפער געזאגט אז מ'עסט אזויפיל ביז ס'שטומט.
דאס זעלבע דא אויך דער וואס איז חושש אז ס'שטומט ביי אים זאל צי עסן ביזווילאנג ס'העט אויפהערן שטומען.

שלום על ישראל » פרייטאג יולי 8, 2016 10:56 am

· #341057
שטילע אינגערמאן
רימון
דער וואס קען נישט דערליידן א צווייטן זאל זיך שעמען דערמיט און ארבעטן אויף זיין טאלעראנץ און ליבשאפט צו יעדן איד.
עפענען אן אשכול צו פרעדיגן און זיך קאכן אין פיינטשאפט? אזא אשכול במחילת כבוד ר' שטילע, איז וואס איך קען נישט דערליידן.

רימון טייערע, די מיסט אנזעהן אז אונעם וועלט איז נישטא אזא זאך אז איינער זאל ליב האבן יעדער בריה. סאיז נישט פארהאן, נעקסט.

דא אין שטיבעל אז מפאברענגט אין משמוסט מאכט זיך כסדר אז מקען איינער נישט שלינגען, אין לפע״ד איז עס בכלל נישט קיין בושה.
כוואלט צופעליג בכלל נישט געהאט קיין פראבלעים טאמער איינער זאגט מיר ער האט נישט ליב שטילע, סאיז נישט קיין בושה אין מדארף זיך נישט שעמען, השי״ת האט געגעבן פאר יעדער א בחירה, יעדער מענטש האט ״ליב אין פיינט״.
סיי מענטשן, עסען, טרינקען, זאכן, וגו׳
למשל איך האב נישט ליב ״מילגרוים״ סארא בושה איז דאס? כזאג קלאר, כהאב נישט ליב מילגרוים.

איך מוז מודה זיין אז איך 'קען' נישט דעם @שטילע אינגערמאן אין א וועג צו פארשטיין און אריינלערנען עפעס טיפערס ווי די שווארץ-אויף-בלוי ווערטער. טאמער איז דאס אויסגעשטעלט אלס א סאַרקאַסטיש, וואלט די אשכול געדארפט זיין אין די געלעכטער פארום.

יעדער פארשטייט, אהן דיין מילגרוים משל, אז יעדער האט ליעב עפעס אנדערש, און האט פיינט געוויסע זאכן. ס'איז אבער דא נאך געדאנקן צו נעמען אין באטראכט פארן ארויסשיסן א "איך האב דיך פיינט" פראקלימאציע.

א': ביטע פארשטיי אז די ווארט "האס" וכדומה איז נעגעטיוו ביז גאר, און אין די היינטיגע פראגרעסיווע דור איז עס אראפגעקוקט. אסאך מער איינגענעם איז "איך האב עס נישט אזוי ליעב" וכדומה. איי וועסטו זאגן אז דאס איז נישט אקוראט (ווייל באמת נישט נאר איך האב נישט ליעב דעם מילגרוים; איך האב עס לגמרה פיינט בתכלות השונאה), דער תירוץ איז אז די אקוראטע פיינטשאפט גיבט צו ווייניגער צו סאסייעטי ווי די פאסעטיווערע טאָן.

עס העלפט\שאדט אויך די געזעלשאַפטליכע קשר, וואס איז א ערענסטע מאטיוואציע פאר שמועסעריי אינעם ערשטן פלאץ. א חבר וואס איז אלץ ברוגז און נעגעטיוו האט א באזונדערע פלאץ אינעם מענטש'ס מוח'דיגע דירעקטארי. אסאך מאל וויל מען דוקא הערן פון אזא איינעם ווייל געוויסע זעהען עס אלס א סארט פארוויילונג צו לאכן פון יענעמ'ס [ריכטיגע אדער אויפגעבלאזענע] אנגעווייטאגטקייט, אבער יענער ווערט נישט אנגענומען אלס א ערענסטער, סיי אלס א חבר און סיי אלס א כאראקטער. (דאס איז בדרך כלל, אבער במציאות קען אסאך מאל זיין געוויסע וואס קלאמערן דוקא צו א נעגעטיווער ווייל ער זעהט אים אלס איינער וואס טיילט זיך מיט זיין אייגענעם ווייטאג.)

ב': א מענטש איז נישט א מילגוים. ד.ה. אז אפילו לאמיר שוין זאגן אז מ'טרעפט יא א סיבה פארוואס "ס'לוינט זיך" צו זיין ענדערש אקוראט ווי פאזיטיוו, דארף מען אבער נעמען אין באטראכט יענעמ'ס פילינגס. איך ווייס אז דו זאגסט אז דו "וואלט צופעליג בכלל נישט געהאט קיין פראבלעים טאמער איינער זאגט מיר ער האט נישט ליב שטילע", פארשטייסטו אבער אז נישט יעדער שפירט די זעלבע איבער זיך.

ג': געלויבט דער בורא עולם אז מיר האבן אישי, און אפילו ס'איז געקומען צו א מצב אז נקודה א' און ב' זענען נישט פעליג און דו שפירסט פארפליכטעט צו לאזן דעם ניק וויסען אז ער האט זיך ארויפגעדראפעט צו די "נודניק ליסטע", קענסטו אלץ ניצן די אישי אפציע יענעם צו איבערגיבן די וויכטיגע געפינסן. די רבים'ס מיטהאלטן ברענגט לכאורה נישט מער עקסטאז פארן בעל זכיה.

אין אן אנדערע אשכול האט מען שוין ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט פון האלטן א ציוויליזירטע טאָן אינעם שטיבל. ממילא, אפילו אויב קיינער פרעזענליך שפירט זיך דא נישט געטראפן ווייל דו האסט נישט געזאגט קיין נאמען, דארף מען אבער נעמען אין באטראכט די נעגעטיווער איינדראק וואס עס לאזט איבער אויפן מאראל פונעם שטיבל.

איך מיין קיינעם נישט פרעזענליך, נאר איך האלט באמת אז מיר דארפן זיך צוריקדרייען צו די ריכטיגע ליניע. איך האב ביז לעצטענס געמיינט אז איך רעדט מיך נאר איין, אבער נאך מיין תגובה אין דער א.ד. אשכול האב איך שוין צוריקגעהערט פון עטליכע חברים אז ס'שטערט זיי אויך.

קל וחומר » פרייטאג יולי 8, 2016 11:15 am

· #341063
Re: וועלכע ניק קענט איר נישט דערלאדען
דברים כדברונות!
שפתיים ישק!
עט מפיק מרגליות!

כוכב » פרייטאג יולי 8, 2016 11:23 am

· #341067
ידועים דברי הפילאזאפים ''האשכול איך קען נישט דערליידן חרפה הוא לנו''.
שטילע, יו באטשט איט אפ.

קל וחומר » פרייטאג יולי 8, 2016 11:24 am

· #341068
[ציטאט אראפגענומען]


ווייזט אויס אז איר האט נישט געמערקט זיין לעצטע שורה און די תוצאה (גימטריא) וואס ס'האט געברענגט אהן קיין פארדאמונג.

בן אדם » פרייטאג יולי 8, 2016 1:29 pm

· #341087
[ציטאט אראפגענומען]

@אנאנים האסט סתם קאליע געמאכט א הערליכע אשכול, שוין לאנג נישט געווען אזא געלונגענס...

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 8, 2016 1:36 pm

· #341091
זוכענדיג דער גימטריא פון מיין ניק, האב איך עס אריינגעלייגט אין בר אילן און ארויס באקומען 'מכל הבהמה הטהורה ומן הבהמה'. האסטו שוין מיין מהות אין תורה.

נהורא נפישא » פרייטאג יולי 8, 2016 1:54 pm

· #341094
דאס איז דערפאר ווייל דברה תורה בלשון נקיה.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 10, 2016 12:36 am

· #341159
בן אדם
[ציטאט אראפגענומען]

@אנאנים האסט סתם קאליע געמאכט א הערליכע אשכול, שוין לאנג נישט געווען אזא געלונגענס...

דא איז דא איין ווארט וואס אויב מ'טוישט איין אות איז עס פיהל מער פארשטענדליך. נאר איך וויל נישט מפרש זיין ווייל יענער קען זיך ח"ו פיהלן געטראפן. און נאכדעם וועט ער קענען בארעכטיגן די עקזיסטענץ פון דעם אשכול... 😉

berlbalaguleh » זונטאג יולי 10, 2016 12:39 am

· #341160
...בחידות אדבר...! כ'האף ס'איז דא אזא פסוק. און אויב נישט האביך יעצט באשאפן א נייע פסוק... 😂 🙄