זינט ווען זענען מיר אידן אזא איידעלער פאלק?
63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10803
זינט ווען זענען מיר אידן אזא איידעלער פאלק?
עס איז ידוע פאר יעדער וואס וויל וויסן, אז אידן, ספעציעל חרדים, זענען א איידל פאלק וואו עס געפונט זיך נישט קיין רציחה און אנדערע גרעניצלאזע הנהגות וואס מען געפונט ביי די גוים. דער איד, ווייסט יעדער, הרגעט נישט, ברעכט נישט איין קיין הייזער, באפאלט נישט קיין מענטשן אין די גאסן.
שטעלט זיך מיר דער פראגע, זינט ווען איז דער איד געווארן אזוו אויסגעאיידלט, ווארים ווען מען קוקט צוריק אין די היסטאריע זעט מען ווי אידן האבן סיי געהארגעט און סיי געגאנוועט.
לאמיר נישט רעדן פון שמעון ולוי׳ס אקציע אויף שכם, זיי האבן דאך געמיינט לשם שמים. לאמיר נישט רעדן פון זייער אריין ווארפן יוסף׳ן אינעם בור נחשים ועקרבים. לאמיר נישט רעדן פון די מלחמת הקנאות מצד די בני לוי נאכן עגל אדער מצד פנחס נאכן מגפה, ווייל זיי זענען דאך ע"פ ה׳ גלייך ווי פילע מצוות וועלעכע באפעלן טויט שטראף און פאגראמען פארן פארלעצן גאטס געבאטן.
אבער וואס טוט זיך מיט די אידישע גזלנים באנדעס וועלעכע ווערן דערמאנט לשמצה אין שופטים, און מיט רציחות פון מלכים ושרים וועמענס רציחות עס ווערן דערמאנט לשמצה אין די פסוקים? און לאמיר שוין נישט רעדן פון אנדערע אומאראלישקייטן ווי שיכרות און זנות וואס חזל לייגן אן אויף די בני עשרת השבטים.
דער צווייטער בית המקדש איז חרוב געווארן צוליב שנאת חינם (און נאך אנדערע סיבות), דער יוסיפין דערציילט וואס פאר א רציחות עס זענען דאן פארגעקומען. אויך אין חזל געפונען מיר האר פון קאפ אויפשטעלנדע רציחות בימים ההם, און בכלל בימי התנאים והאמוראים, און דאס איז אויסער די אידישע גזלנים באנדעס וואס ווערן דערמאנט אען חזל.
שטעלט זיך דא מיין פראגע, ווען אין די היסטאריע האט דאס פסירט אז די אידן שומרי שבת זענען אזוי אויסגעאיידלט געווארן, אז רציחה און גזילה און אנדערע אוממאראלישקייטן איז געווארן בבל יראה ובל ימצא צווישן אידן שומרי שבת?
Re: זינט ווען זענען מיר אידן אזא איידעלער פאלק?
אשכול #2
Re: זינט ווען זענען מיר אידן אזא איידעלער פאלק?
די אלטער, די גלייבסט דען די אלע מעשות...?
Re: זינט ווען זענען מיר אידן אזא איידעלער פאלק?
די אלע מעשיות זענען געווען פון אזעלכע סארט אידן ווי דיר וואס האבן אלעמאל געדארפט מאכן חרבנות וואו אימער זיי זענען נאר געגאנגן, און די וואוילע אידן האבן נעבעך געליטן ווייל כל ישראל ערבים זה לזה נישט קיין חילוק וועלכע מצב יענער האלט על אף וואס מ'האט כמה פעמים געבעטן פון בי"ד אוועקצונעמען זייערע רעכטן, זענען בי"ד געווען צו וואוילע אידן דאס צו טוהן (עכ"פ לצמיתות).
#היסטארי_ריפיעטס_איטסעלף
שאלה גדולה שאלת בני, און ווי דו ווייסט אוודאי מיין זיס קינד ביסטו נישט דער ערשטער צו אויפברענגען די געוואלדיגע מורא'דיגע תמיה, פילע שאצונגען און רעכענונגען זענען דא אויף דעם, אבער די מערסט אקעדעמיש אנגענומען איז די טעאריע פון דעם באוואסטן פארשער און חוקר הדורות פתיא, וואס האטו געלעבט אינעם 4'טן יאר הונדערט, און ווי עס ווערט געברענגט אין זיינע באלערנדע שריפטן איז די וואנדערליכע טויש אין די גלויביגע יאודים געשעהן אין די יאר 326 בעפארן ציילונג, וואס ביז דאן זענען זיי געווען באוואוסט אלס די נידריגסטע סעקטע צווישן אלע פעלקער אזש רציחה איז געווען אזוי גאנגבאר אז מען האט געבויעט די גאסן מיט קאנאלן ביי די זייט עס זאל אריינפליסן אין זיי די טעגליך פילע פארגאסענע בלוט, און קיינער האט נישט געהאט קיין באשטימטע פרוי נאר די געזעץ הט געלויטעט ווי מען קען נאך היינט לעהזן אין זייערע תאלמודיקל שריפן "כל דאלים גבר" אבער יענעם יאר האט זיך אלעס מיטאמאל געטוישט ווען א אויסטערלישע געשעעניש האט זיך אפגעשפילט אין פאלעסטינע ווען אין א געוויסע פרילינג נאכט האט א לעכטיג רויט בלוי שטערן באלאכטן דעם האריזאנט און איבער דעם האט זיך געליינט געשריבן הערנדיג א פארכטיגע שטימע 'זינדיגע לייט ווילאנג נאך מיינט איהר וועל איך פארשווייגן אייערע נידריגע טהאטן?! א נייע הארץ לייג איך אריין אין אייך א איידעלע הארץ איהר וועט ווערן א געזעלשאפט אן דראגס און זנות' און דאן האט זיך אלעס געטוישט לצמיתות.
מושב זקינים, פילסט דיך ווי דו האסט אנדעקט אמעריקע?
אוי א שאד משה רבינו האט עס געשריבן, יעצט איז מושב געוואור געווארן די סוד...
כאטש איך פארשטיי ווי די אשכול איז ווייט נישט צום געשמאק פון אסאך לייענערס, האט דאך יעדער די ברירה צו נישט שענקען א לייק, און עס פעלט נישט אויס קיין שטעכיגע און אומציווילעזירטע באמערקונגען.
למען הנושא, איז דער כלל ישראל לכאורה אלץ געווען איידעלער ווי דער אלגעמיינער גוי, אפילו אין אונזערע ארגסטע צייטן. די וועלט האלט שוין אהן א שטראך (streak) פון זיך אויסמענטשלען פאר א לענגערע צייט (אפשר זינט די אנהויב), און בעת די וועלט האט זיך מער ציווילעזירט, האבן זיך די אידן נאכמער אויסגעאיידלט. ווי די שפריכווארט זאגט "וויאזוי עס גוי'איש'ט זיך, אזוי אידיש'ט זיך." כנלפענ"ד.
שלום על ישראלכאטש איך פארשטיי ווי די אשכול איז ווייט נישט צום געשמאק פון אסאך לייענערס, האט דאך יעדער די ברירה צו נישט שענקען א לייק, און עס פעלט נישט אויס קיין שטעכיגע און אומציווילעזירטע באמערקונגען.
למען הנושא, איז דער כלל ישראל לכאורה אלץ געווען איידעלער ווי דער אלגעמיינער גוי, אפילו אין אונזערע ארגסטע צייטן. די וועלט האלט שוין אהן א שטראך (streak) פון זיך אויסמענטשלען פאר א לענגערע צייט (אפשר זינט די אנהויב), און בעת די וועלט האט זיך מער ציווילעזירט, האבן זיך די אידן נאכמער אויסגעאיידלט. ווי די שפריכווארט זאגט "וויאזוי עס גוי'איש'ט זיך, אזוי אידיש'ט זיך." כנלפענ"ד.
שלום על ישראל: איין זאך איז זיכער. זייט קבלת התורה האבן מיר אנגעהויבן צו ווערן איידלער. איינס, ווייל ס'שטייט אין גמ'/מדרש אז בשעת מתן תורה איז ..."פסקה זוהמתן"... ווער ס'פארשטייט וואס דאס מיינט, פארשטייט. צווייטנס, לויט ווי דער רמב"ם זאגט אז די אידן, וועלכע עסן נישט קיין שרצים ובהמות ועופות טמאות, איז זייער בלוט נישט פארסמ'ט פון די געמיינע נאטורן פון אט די אלע פארבאטענע און עקלדיגע זאכן...!
נאר מענטשן וועלכע זענען נישט זיכער ביי זיך אליינס אויב זיי זענען פון סעמיטישן אפשטאם. זיי שפירן ביי זיך אז אפשר זענען זיי גענעטיש,צו א געוויסן פראצענט, סלאוון אדער טערקן אדער אונגאר'ן. זיי זענען מטיל ספק אין דעם אנדערשקייט און אפגעזונדערטקייט פון די סעמיטישע ראסע. די אור אייניקלעך פון תרח פון די שטאט אור אין לאנד/גובערניע כשדים/קאלניע, וועלכע איז אין יענע צייטן געווען אונטער די דערהויבענע הערשאפט פון דעם קעניג נמרוד, ירום הודו...!
.
אבער וויאזוי קען דאס זיין אז איבער דריי יאר נאך מתן תורה זענען מיר בעסער פון די פארצייטיגער וועלעכע זענען פיל נענטער געווען צום מתן תורה?
moshav zekeinimאבער וויאזוי קען דאס זיין אז איבער דריי יאר נאך מתן תורה זענען מיר בעסער פון די פארצייטיגער וועלעכע זענען פיל נענטער געווען צום מתן תורה?
איך פארשטיי נישט דיין פראגע. האסט עפעס אויסגעלאזט?
דריי טויזנט יאר! אנטשולדיגט
moshav zekeinimאבער וויאזוי קען דאס זיין אז איבער דריי [טויזנט] יאר נאך מתן תורה זענען מיר בעסער פון די פארצייטיגער וועלעכע זענען פיל נענטער געווען צום מתן תורה?
אויף דעם
האב איך שוין אויבן געשריבן:
שלום על ישראללמען הנושא, איז דער כלל ישראל לכאורה אלץ געווען איידעלער ווי דער אלגעמיינער גוי, אפילו אין אונזערע ארגסטע צייטן. די וועלט האלט שוין אהן א שטראך (streak) פון זיך אויסמענטשלען פאר א לענגערע צייט (אפשר זינט די אנהויב), און בעת די וועלט האט זיך מער ציווילעזירט, האבן זיך די אידן נאכמער אויסגעאיידלט. ווי די שפריכווארט זאגט "וויאזוי עס גוי'איש'ט זיך, אזוי אידיש'ט זיך." כנלפענ"ד.
דיין הסבר מאכט מיר צומישט כלפי דאס חשיבות פונעם אידישן פאלק מיט זיין רעליגיע, מצד אחד זעה איך אידישקייט באשאפט דאס איידלסטער פאלק, אבער מצד שני זעה איך אז וואס ווייטער פון מתן תורה, דער מקור פון זיין אידישקייט, אלס בעסער איז ער. זאל דער רבי מיר אויסקלארן ושלום על ישראל
moshav zekeinimדיין הסבר מאכט מיר צומישט כלפי דאס חשיבות פונעם אידישן פאלק מיט זיין רעליגיע, מצד אחד זעה איך אידישקייט באשאפט דאס איידלסטער פאלק, אבער מצד שני זעה איך אז וואס ווייטער פון מתן תורה, דער מקור פון זיין אידישקייט, אלס בעסער איז ער. זאל דער רבי מיר אויסקלארן ושלום על ישראל
קיין דיסרעספעקט, אבער איך מיין אז כ'האב פיין מסביר געווען.
איינער פרעגט מיך אין אישי וויאזוי איז מעגליך אז די אידען זענען געווען מער ציווילעזירט קודם מתן תורה ווי לאחר. איך פארשטיי נישט די פראגע.
ווענדט זיך אויף וועליכער תקופה מ'באציט זיך. שמעון ולוי זענען געווען קודם מתן תורה.
אויב רעדט מען לאחר ירידת מצרים, וויאזוי ווייסט מען וואספארא איידעלע מענטשן מיר זענען קודם מתן תורה? מיר זענען נארוואס באפרייט געווארן און די זעלבס-זיכערקייט איז געווען אין דער ערד. קיין לאנד, גאנץ פארמעגן אויף אייזלען. מיט וואס זענען מיר געווען בעסער?
וואס זענען געווען אונזערע נסיונות? בסך הכל האבן מיר געדארפט זיין פאלגזאם און קאאפערירן מיט משה רבינו.
ישראל עזין שבאומות. וידוע הסיפור עם ריש לקיש ור' יוחנן וכו'
שלום על ישראל, הייסט עס אז פארגעשריטנקייט פון די בני יפת איז געווען נויטיג ארויס צו ברענגען די שיינקייט פון די מתן תורה אידן.
moshav zekeinimדיין הסבר מאכט מיר צומישט כלפי דאס חשיבות פונעם אידישן פאלק מיט זיין רעליגיע, מצד אחד זעה איך אידישקייט באשאפט דאס איידלסטער פאלק, אבער מצד שני זעה איך אז וואס ווייטער פון מתן תורה, דער מקור פון זיין אידישקייט, אלס בעסער איז ער. זאל דער רבי מיר אויסקלארן ושלום על ישראל
מושב זקנים: אני הקטן, וועלל נעמען דעם שטעקן, און רשות דיר צו ענטפערן.לשיטתך ה--- וואס דו האלטסט אז די אידן זענען געווען ווילדע בארבארן און גארנישט בעסער פון די פרימיטיווע שבטים וועלכע האבן געוואוינט אין מיטל מזרח. אבער נאך קבלת התורה ביסטו דאך אויך מודה (בבחינת ..."ומלאך --יענה אמן בעל כורחו"...) אז די אידן האבן אנגעהויבן צו ווערן מער ציוויליזירט און איידעלער.און דער פראצעס האט גענימען א לאנגע צייט. קבלת התורה איז געווען דער אנהויב. און דאס ציהט זיך נאך ביז היינט. ס'איז דא נאך וואס צו זאגן איבער דעם ענין, אבער די אידישע רבנים (די פרושים) האבן געזאגט אין זייערע שריפטן וועלכע רופן זיך..."די עטיקעט פון אונזערע פאטערס"...אז (צומאל) איז בעסער אז מ'שווייגט. (עכט האט דאס געזאגט א גריכישער פילאזאף. נאר זיי האבן עס איבערגעזאגט אן געבן קרעדיט...)... 😂 🙄
[ציטאט אראפגענומען]
הרב שש, במחילת כבודך איז דאס א שטיקל היסטאריע וועלכע ברויכט ווערן אויסגעשמועסט, אויב קענט איר נישט דערליידן מושב, און לאמיר זאגן אז מיט רעכט דאן גיי ארויס פון דעם אשכול און קוק עס נישט אן.
למען השם אפשר הערט מען שוין אויף מיט די נאנסענס נעים קאלינג
אדער קען איך זאגן אז לעולם זענען די אידן מיסודם שטענדיג געווען לויטער ריין, נאר די גוים ארום וועלעכע זענען גאר שטארק פארזינקען געווען אין אוממאראלישקייט האבן קאליע געמאכט די ידן. און היינט ווען די ארומיגע גוים האבן זיך אויסגעבעסערט מאכן זיי שוין נישט אזוי שטארק קאליע די אידן.
moshav zekeinimאדער קען איך זאגן אז לעולם זענען די אידן מיסודם שטענדיג געווען לויטער ריין, נאר די גוים ארום וועלעכע זענען גאר שטארק פארזינקען געווען אין אוממאראלישקייט האבן קאליע געמאכט די ידן. און היינט ווען די ארומיגע גוים האבן זיך אויסגעבעסערט מאכן זיי שוין נישט אזוי שטארק קאליע די אידן.
דאס האב איך געזאגט, מער ווייניגער:
שלום על ישראללמען הנושא, איז דער כלל ישראל לכאורה אלץ געווען איידעלער ווי דער אלגעמיינער גוי, אפילו אין אונזערע ארגסטע צייטן. די וועלט האלט שוין אהן א שטראך (streak) פון זיך אויסמענטשלען פאר א לענגערע צייט (אפשר זינט די אנהויב), און בעת די וועלט האט זיך מער ציווילעזירט, האבן זיך די אידן נאכמער אויסגעאיידלט. ווי די שפריכווארט זאגט "וויאזוי עס גוי'איש'ט זיך, אזוי אידיש'ט זיך." כנלפענ"ד.
moshav zekeinimשלום על ישראל, הייסט עס אז פארגעשריטנקייט פון די בני יפת איז געווען נויטיג ארויס צו ברענגען די שיינקייט פון די מתן תורה אידן.
מושב זקנים:לויט די ליניע פון טראכטן (אך און וויי צו אזא טראכטן,קלערן און שפאקולירן). פארוואס דארפן מיר זיך האלטן צו די סעמיטישע ראסע. לאמיר גלייך אריבער גיין צו די בני יפת, און ווערן אן אינטעגראלער טייל פון זיי. און פטור אן עסק. לאמיר קיינעם נישט דערציילן אז אונז זענען סעמיטן. איך הער אז ביי תרח'ס אייניקלעך קאסט זייער א סאך געלט אהערצושטעללן א יום טוב וואס זיי רופן פסח. סוכות גייען זיי ארויס אויף די גאסן און די פארטשעס, און זיי שלאפן אפילו דארט. לאמיר זאגן אז אונז זענען דייטשן אדער שוועדן. ערלעדיגט... 🙄
בערל, האסט פארגעסן צוצולייגן די מעשה פון ר' מעכעלע פון נתניה 😂 🙄 😮
בן אדםבערל, האסט פארגעסן צוצולייגן די מעשה פון ר' מעכעלע פון נתניה 😂 🙄 😮
בן אדם: ייש"כ. דו האסט א חלק אין די מצוה...ושננתם. איך מיין אז ס'דארף נישט קיין הסבר. ווייל א יעדער איינער וואס וואוינט נישט אויף די לבנה ווייסט די מעשה... 😂
[ציטאט אראפגענומען]
זייער נישט גערעכט ובפרט מיט דיין לעצטע פאראגראף, זאל זיין אפילו 100% קען אים נישט דערליידן, ער האט רעכט צו שרייבן וואס ער וויל און דו זאלסט אדרעסירן דעם ענין אנשטאט אים אטאקירן אד האמינעם.
שטארקע נקודה.
[ציטאט אראפגענומען]
מר. @אנאנים, עס איז דייו רעכט צו "קוקן" און "האלטן" אז
@moshav zekeinim באגייט אד האמינעם, אבער עס ליגט אויף דיר דאס צו אויפווייזן און נישט סתם שיסן באשילדיגונגען און טאקע נאר דארט ווי ער באגייט די אד האמינעם.
ווידעראום איז
נישט דיין רעכט צו אטאקירן קיין ניקס, אפילו בו ובזמן ער באגייט זיין שרעקליכע אד האמינעם הל"ת.
#זייאמענטש
[ציטאט אראפגענומען]
טאקע א שאד זיך צו טענהן, ס'איז דא יסודותדיג פאלאסיס אין דיין לאגיק דא אבער דאס בארעכטיגט נאכנישט דאס וואס דו האסט געטהון. אן איידיע איז נישט קיין מענטש/ניק און סאיז נישט שייך אד האמינאם.
קאווע שטיבל איז נישט דיין רשות יעדער מעג שרייבן וואס און וויפיל ער וויל ווילאנג עס איז אין איינקלאנג מיט די תקנות, אד האמינאם איז קלאר קעגן די תקנות.
[ציטאט אראפגענומען]
היות איתן מושבי איז אין ניו זינלאנד, פייערט אונזער ארטיגע עשרת השבטים אפשטאמיגע קהילה דעם "פורים" טאקע אין די צייט פון יאר, ובשמחתינו לא יתערב זר.
איינע פון די גרעסטע פראבלעמען וואס פלאגט די מענטשהייט בכלל און אונזער סיסטעם בפרט איז דאס "פראפיילען" א צווייטן, דער איז א שגץ, יענער איז א קדוש מרחם, מילא איז אטאמאטיש וואטעווער יענער זאגט אדער צואת השור אדער גאר שכינה מדברת מתוך גרונו בפועל ממש.
דער חכם מכל אדם רבינו משה בן מימון ז"ל אין זיין הקדמה צו שמונה פרקים להרמב"ם אויף אבות וויל אונז טאקע באווארענען קעגן דעם שרייבענדיג "ושמע את האמת ממי שאמרה" קוק נישט וואס נאך יענער שרייבט, פון וואו ער קומט אדער אין וועלכע דירעקציע ער גייט, ער זאגט א פוינט באצי זיך דערויף, "אטאקיר נישט דעם מעסענזשער".
א עצה טובה למעשה איז זיך מדמיין זיין אז דיין באליבסטע ניק שרייבט דאס, וואס וואלסטו דאמאלטס רעאגירט? ווען א ווילד פרעמדער שרייבט דאס, וואס וואלט געווען דיין רעאקציע? נאר אזוי איז בכלל שייך צו האבן א שטיקל אביעקטיווע בליק אויף די זאך.
און דאס איז נוגע צו יעדע קעיס, שפרינג נישט גלייך אויף גילטי אדער נאט גילטי, קודם שטעל זיך פאר אז דער אנגעקלאגטער איז מר. סמיט פון נעברעסקע און דער אנקלעגער איז מר.גאנזאלעס פון נארט דעקאוטע. און מיט די פאקטן און באווייזן זאלסטו בויען דיין דזשאדזשמענט.
און ניין, האקן איז קיינמאל נישט רעספעקטירט, אפילו אויב לשיטתך וויל יענער בלויז האקן, צו וואס זיך לאוערן צו יענעמ'ס לעוועל?
וואס מיינט אד האמינעם?
אמת'דיג לויט די טאן פועם פותח האשכול האב איך נישט געגלייבט אז דער אשכול וועט פארדינען מער ווי צוויי תגובות באט יו נעווער קנאו
קאמענטירערוואס מיינט אד האמינעם?
אמת'דיג לויט די טאן פועם פותח האשכול האב איך נישט געגלייבט אז דער אשכול וועט פארדינען מער ווי צוויי תגובות באט יו נעווער קנאו
wikipedia.org/wiki/Ad_hominemשש'ל ביסט הייליג גערעכט אבער מצד השני זענען מיר זיך אליינס שולדיג. די אנגעבליכע תקנות אז ק''ש איז א פלאץ פאר מאמינים בה' ובמשה עבדו ווערט שוין לאאאנננג נישט אינפארסירט.
געב נאר א קוק ווי בשם מזבח ה'קיהלשאפט' אז מען מוז יעדעם טאלערירן ווערט אשכול נאך אשכול באמיסטיגט דורך די אפענע כופרים. אז מען מאכט א ס''ה פון אלע אשכולות קומט גאר אויס אז מיר זענען די סאמע ערגסטע און נידריגסטע קאמיוניטי אויפן כדור הארץ ר''ל.
[ציטאט אראפגענומען]
איך קען נישט בעסער ארויסברענגן מיין נקידה ווי דו האסט יעצט אויפגעוויזן! דו קענסט מיך פאר א דריי-פערטל מינוט און האסט מיך שוין ארויס אלס א "ליבעראל" אדער משוגע'ר", וואס איז פראסט אפענסיוו און נעסטי. און נישט נאר צו מיר ווען איך קום דו קריטיקירן (וואס דו מעגסט זיך אויסלערנען וויאזוי צו נעמען אבדזשעקטיוו, ספעציעל זינט דו האסט א אלערגיע צו אד האמינעם...), נאר אפילו צו א צווייטען וואס דו ווייזט דיין שנאה אין זיין אשכול ווי דו דארפסט נישט שרייבן אז דו האסט נישט וואס צוצוגעבן.
דו פרעגסט צו דו האסט
נישט קיין רעכט צו אטאקירן קיין ניק. די ענטפער איז א הילכיגע
ניין!!! דו מעגסט טאקע אויפברענגען יענעמ'ס פאלאסיס אבער אטעקירן? נאפ!
דו פארגלייכסט עס צו טעראריזם. איינער דא האלט אז מ'קען ענטפערן פאר אזא חלה-דעקל סטעיטמענט?
איך פארשטיי אז דו האסט עפעס ערהארבן איבער 12 אלפים לייקס, אבער דאס געט דיר נישט קיין פרייע רעוואלווער צו שיסן אויף דאס מענטשהייט. זאג נאר, אין דיין ביהמ"ד - ווי דו קענסט דיין לייקס נישט באווייזן - ביסטו אויך אזוי נעסטי?
[ציטאט אראפגענומען]
איך בין אמאל געווען היפש אקטיוו דא אין שטיבל, ביז א נייע דור פון נעסטי מענטשן האבן געטוישט די מוט דא (נישט דוקא דו), און איך האב אוועקשפאצירט פון שרייבן דא. איך שרייב נאר יעצט טאקע צו ענטפערן פאר די וואס ווילן וויסן פארוואס ניקס אנטלויפן פון דא.
דיסקלעימער: איך פראביר נישט ח"ו
צו ממשיך צו זיין אזא סארט שמועס, איך שריי נאר אויס צום עולם: העלפ אפשטעלן די שלעכטע ווינטן און ערלויבט פאר ציוויליזירטע ניקס צוריקצוקומען.
ביבער[ציטאט אראפגענומען]
טאקע א שאד זיך צו טענהן, ס'איז דא יסודותדיג פאלאסיס אין דיין לאגיק דא אבער דאס בארעכטיגט נאכנישט דאס וואס דו האסט געטהון. אן איידיע איז נישט קיין מענטש/ניק און סאיז נישט שייך אד האמינאם.
קאווע שטיבל איז נישט דיין רשות יעדער מעג שרייבן וואס און וויפיל ער וויל ווילאנג עס איז אין איינקלאנג מיט די תקנות, אד האמינאם איז קלאר קעגן די תקנות.
ביבער: אבער אנאנים האט אויך א רעכט --פונקט ווי דו און א יעדער איינער-- אויסצודריקן זיין מיינונג, און וויאזוי ער פיהלט איבער די פעולות און כוונות פון א ניק...!
berlbalagulehביבער: אבער אנאנים האט אויך א רעכט --פונקט ווי דו און א יעדער איינער-- אויסצודריקן זיין מיינונג, און וויאזוי ער פיהלט איבער די פעולות און כוונות פון א ניק...!
א רעכט לויט וועם? לויט די היזיגע תקנות נישט. פינטל. איך קען דיר מסביר זיין אינטעלעקטועל פארוואס דאס איז נישט קיין רעכט, פארוואס ס'איז פאר "יעדן" בעסער ווען אזא תקנה איז אין קראפט אבער דא איז נישט דער פלאץ פארדעם.
[ציטאט אראפגענומען]
און נאכאמאל זייער זייער ראנג. ס'איז ראנג אז צו סטעריאטייפן א "ניק" לויט זיינע תגובות ובפרט אויף אלטע תגובות, מענטשן טוישן זיך יעדן טאג. ס'איז ראנג פאר א אינטלעקטועלע פארום די סטעיטמענט "א בייסיגע ניק האט דיר געגעבן א לייק". און יא ס'איז ראנג געווען צו אטאקירן יענעם אפילו מ'האט א מיליאן לייקס, ס'האט גארנישט איינס מיטן צווייטן.
שושן פורים: דאס לעצטע מאל אונז האבן זיך באגעגנט האסטו געוואוינט אין מאנטריאל, קענעדע. כ'ווייס נישט. אפשר האסטו א צווילינג ברודער וועלכער הייסט אויך שושן פורים. אבער איין זאך זעה איך. עטץ האטס ליעב צו וואוינען אין די בריטיש קאמאנוועלטה.
והשנית: אין ניו זילאנד, אזוי ווי אין אויסטראליע זענען די סיזנס איבערגעדרייט. אבער נישט דער לוח. למשל יעצט איז דארט אינמיטן ווינטער.און ווען אונז פרירן אוועק, און מ'דארף שארן א סאך שניי, בראט מען זיך ביי ענק...! פסח גייט מען דיקע סוועטערס. און סוכות ליגט מען אויפ'ן ביעטש (ר"ל)... 😂
@ביבער איך וויל אייך פרעגן אויב לאמיר זאגן לו יהא אז שש ווייזט יא אויף מיט ראיות ברורות והוכחות מאירות אז יא דער מושב זקנים איז יענער חברה מאן און ער האט בלויז א פיסק אן א אויערן ווי א חרש המדבר ואינו ס'מיינט אז ער וויל נאר רעדן און ער זוכט נישט דורך צו שמועסן און הערן אנדערש דעמאלט וועט לויט דיר שש יא מעגן אנטווראטן בבחינת ענה כסיל אדער דיין שיטה איז אז אפילו דאן און אויך אין אזא פאל ברויך מען יעדן לאזן זאגן זיין מיינונג (ליין: העצע ) ?
קען טאקע זיין אז שש פירט זיך יושר'דיג מיטן טשעפענען מיינע מאמרים, וויבאלד מיינע מאמרים טשעפענען זיך מיט דעם חרדיסטישן שטערמונג פון וואס ער מיט א סך קאווע שטיבל מיטגלידער זענען א טייל.
אפשר טאקע, אזויווי עס איז פארשטענדליך אז ווען איך זאל רעדן קעגן סקווירא אדער פשעווארסק וועלן די יעניגע נאכשלעפער מיט רעכט זיך צואמפערן מיט מיר, דאס זעלבע איז ווען איך רעד קעגן דעם גאנצן חרדישן כת.
איי, פארוואס רייץ איך מיר מיט די חרדים? ווייל איך האב זייערן א פינסטערע מיינונג איבער זיי! און איך שפיר נישט אז הסבירים פארוואס פאר ווי פאר ווען זאל עפעס העלפן, ממילה האק איך אויף זיי אן קיין לאנגע נימוקים. אבער אז שש פארטידיגט זיין סעקטע וואס איז רובם׳ס סעקטע האב איך נישט קיין טענות, ווייל לשיטתו אז חרדים זענען נישט עק וועלט איז ער גערעכט אז לכל הפחות אן קיין ערנסטע נימוקים האב איך נישט צו האקן אויף דעם כת וואו ער באלאנגט.
@מושב 👍 קומט מיר אן שווער מסכים זיין מיט דיר אבער יעצט איינמאל וועל איך מיטשטימען אז יו נעילד איט
כאטש ביי אונז איז אזא איינער מיט אזאנע דעות ווי דיר נאנט צו אפיקורסת כידוע וואס דער הייליגער בעלזע רב ר' ישכר דוב דוכט זיך האט אזוי געזאגט ווען איינער האט אפגעלאכט פון די מנהג פון גיין אין מקוה יעדן טאג און דערפאר איז מיר שווער מחזק צו זיין אזא אחחיעם אבער נישט אום שבת גערעדט האסטו יעצט איינמאל פארטיידיגט דיינע שריט
איך פרעזענליך באדערט ווען מ'רעדט קעגן רבנים ניט דוקא סאטמאר די זעלבע ווען מ'לאכט אפ אסאך מאל על לא דבר די עסקנים וואס טוען פאר טעכנעלאגיע אבער איך בין שטול און איך פארשטיי אז ס'איז דא אזא זאך ווי א קאווע שטיבל גערעדעכץ יעצט רעד איך קאווע שטיבל גערעדט די זעלבע איז מיט דיר דא דארף מען קענען פארדייען ווען מ'הערט זאכן קעגן רבנים, עסקנים לש"ש , אזויגעסטעמפלטע סיסטעם, און קעגן חרידיזעם בכלל
כאטש דו רעדסט אסאך מאל סתם נעגאטיוו קעגן אידן בכלל ווי אז מ'טרעפט נאך אזעלכע גוטע גוים ווי אידן וכדו' אבער ווען דו רעדסט קעגן חרידיזעם סתם דארף מען עס פארדייען דאס איז קאווע שטיבל גערעדט
moshav zekeinimקען טאקע זיין אז שש פירט זיך יושר'דיג מיטן טשעפענען מיינע מאמרים, וויבאלד מיינע מאמרים טשעפענען זיך מיט דעם חרדיסטישן שטערמונג פון וואס ער מיט א סך קאווע שטיבל מיטגלידער זענען א טייל.
אפשר טאקע, אזויווי עס איז פארשטענדליך אז ווען איך זאל רעדן קעגן סקווירא אדער פשעווארסק וועלן די יעניגע נאכשלעפער מיט רעכט זיך צואמפערן מיט מיר, דאס זעלבע איז ווען איך רעד קעגן דעם גאנצן חרדישן כת.
איי, פארוואס רייץ איך מיר מיט די חרדים? ווייל איך האב זייערן א פינסטערע מיינונג איבער זיי! און איך שפיר נישט אז הסבירים פארוואס פאר ווי פאר ווען זאל עפעס העלפן, ממילה האק איך אויף זיי אן קיין לאנגע נימוקים. אבער אז שש פארטידיגט זיין סעקטע וואס איז רובם׳ס סעקטע האב איך נישט קיין טענות, ווייל לשיטתו אז חרדים זענען נישט עק וועלט איז ער גערעכט אז לכל הפחות אן קיין ערנסטע נימוקים האב איך נישט צו האקן אויף דעם כת וואו ער באלאנגט.
אודאי איז פארשטענדליך אז איינער זאל פארטיידיגן זיין סעקטע אבער נישט דורך דערשטיקן יענעם, דאס איז נישט יושר.
ווידער זיך קומען במזיד רייצן מיט אנדערע איז ווייטער נישט קיין מענשטליכקייט און יושר. שעים אן יו.
איך אויךשש'ל ביסט הייליג גערעכט אבער מצד השני זענען מיר זיך אליינס שולדיג. די אנגעבליכע תקנות אז ק''ש איז א פלאץ פאר מאמינים בה' ובמשה עבדו ווערט שוין לאאאנננג נישט אינפארסירט.
געב נאר א קוק ווי בשם מזבח ה'קיהלשאפט' אז מען מוז יעדעם טאלערירן ווערט אשכול נאך אשכול באמיסטיגט דורך די אפענע כופרים. אז מען מאכט א ס''ה פון אלע אשכולות קומט גאר אויס אז מיר זענען די סאמע ערגסטע און נידריגסטע קאמיוניטי אויפן כדור הארץ ר''ל.
איך אויך: יא. אבער צענזור האט קיין איינער נישט ליעב.
איך גיי דא ווערן א שטיקל ליטוואק פון דעברעצין. (ווייל די פאזיציע פון ליטפאק פון בודאפעסט איז שוין פארנומען). ס'איז אן ענין פון גברא און חפצא. אפילו דער גברא אליינס טויג נישט זייער שטארק. אבער די חפצא (דער חפצא. אויפ'ן לשון פון בלאט), ווילאנג ס'איז נישט אפן כפירה, וועט די רעדאקציע טאלערירן...!
וועט יעצט קומען דער ליטפאק פון בודאפעסט און ער וועט אויפווייזן ברוב ענוותנותו אז איך האב דא געמאכט 6 טעותים אין דעם קאנסעפט פון גברא און חפצא. חוץ פון דעם, האביך נישט קיין רעכט צו רעדן פון ישיבה'שע קאנסעפטס. נאר ער אלס אמת'ער אונגארישער און געווארענער ליטפאק...!
אונטערשטע שורה נאך די לאנגע דעבאטע, וואס איז דער תירוץ אויפן פותח האשכול'ס שאלה? זענען מיר אידן טאקע אזא איידעלע פאלק? פון די תגובות דא שפריצט נישט צופיל איידלקייט...
אונטערשטע שורה טראכט איך צו מיר אזוי, גיין לויט די RULES איז נישט אלץ געשמאק, עס קען בעקפייערן אויף ביידע זייטן, אמאל אקעגן די רעכטע (ווייל מ'קען שרייבן כמעט-כפירה ביזן בארדערליין), און אמאל אקעגן די לינקע.
איך האב פיינט ווען מען גייט ביי רול'ס, ווייל רול'ס פרובירט מען אויך נאר צו מאכן לויטן שכל הישר, אבער יעדער כלל האט אמאל אן אויסנאם. העמידו דבריהם על דין תורה איז נישט געשמאק.
אלזא, אז מען האט א ניק א פה מפיק מרגליות וואס רוב ניקס האבן ליב, און ער האט אונז שוין מהנה געווען אומצאליגע מאל - ומספר הלייקס יוכיחו (העי, קוק ווער ס'רעדט...), און עס איז אן אומשאצבארער אססעט פארן שטיבל יענעם צו האבן אנבאורד, אפילו ער האט אמאל עובר געווען אויף די תקנה און אריינגעפליקט א טראל, קען מען זיין א מעביר על מדותיו און פארשטיין יענעם, מען קען אים גרינגער דן זיין לכף זכות אז ער וויל האלטן דאס פלאץ - אינאיינעם מיט זיינע מאמרים - אויף א הויכן ניווא; משא"כ אז עס קומט א נייער ניק און איז אויסן אך ורק אראפצורייסן און זיך רייצן מיט רוב רובם פון די ניקס (הגם מען קען פארשטיין זיין ווייטאג), איז פארשטענדליך אז עס רעגט אויף נארמאלע ניקס.
Re: זינט ווען זענען מיר אידן אזא איידעלער פאלק?
לדעתי איז דער פראבלעם דא דער יסוד מיט וואס אונזער געזעלשאפט מיטשעט זיך
א יעדע צענזור הייבט זיך אהן מיט אן אמתע געדאנק נאר נאכדעם נוצט מען עס אויס אויף צו באצוימען לעגיטימע געדאנקען
דאס זעלבע אונזער היימישע געזעלשאפט האט אהנגעהויבען צענזורירן און דעלעגעטעמירען מענטשן און רעיונות וואס קען באמת אפשר ברענגען א חרבן למעשה ווי כמעט יעדער דא איז מסכים נוצט מען די זעלבע טאקטיקן אקעגן יעדעם וואס גייט נישט הונדערד פראצענט אין שפאן
ממילא האלט איך אז די געזונטסטע וועג איז צו שטיין ווייט פון יעדע סארט צענזור און אראפרייסן יענעם אפילו ווען עס האט אפשר א מקום און עס איז דא איינער וואס גייט אויף די געהירען און מען זאל יענעם איגנארירן אויב מען וויל פארן בענעפיט אז מען זאל קען בלייבן אן קיין צענזור
איך האלט אז אונזער שטיבעל און די איינוואוינער זענען גענוג שטארק אויסצוהאלטן פון איין צוויי נערוון קריכער (איך מיין נישט צו רופן קיינעם נעמען נאר איך רעד לשיטתו פון דער וואס פיהלט אז מען קריכט אויף די נערווען)
אנאנים איז טאקע א פה מפיק מרגליות, אבער ער overpowered דעם פלאץ, ער קומט דא מיט א גושפנקא פון הנהגה, און דאס נעמט אוועק דאס פרייער געפיל. עס זענען פארהאן וועלעכע גלייכן א "שטארקער פירער", פארהאן אזעלעכע ביי וועמען זיין הנהגה איז נישט מעלה און נישט מורד, אבער עס זענען אויך פארהאן אזעלעכע וואס זענען מוחל די הערליכע אלהאמברא און טאשמאהאל פאלאצן, און דעם רבי׳נס הערליכע הקפות, אבי עס זאל הערשן פרייהייט אן קיין צו שטארקער קאנטראלער און פריץ.
שמעקעדיגאונטערשטע שורה טראכט איך צו מיר אזוי, גיין לויט די RULES איז נישט אלץ געשמאק, עס קען בעקפייערן אויף ביידע זייטן, אמאל אקעגן די רעכטע (ווייל מ'קען שרייבן כמעט-כפירה ביזן בארדערליין), און אמאל אקעגן די לינקע.
איך האב פיינט ווען מען גייט ביי רול'ס, ווייל רול'ס פרובירט מען אויך נאר צו מאכן לויטן שכל הישר, אבער יעדער כלל האט אמאל אן אויסנאם. העמידו דבריהם על דין תורה איז נישט געשמאק.
אלזא, אז מען האט א ניק א פה מפיק מרגליות וואס רוב ניקס האבן ליב, און ער האט אונז שוין מהנה געווען אומצאליגע מאל - ומספר הלייקס יוכיחו (העי, קוק ווער ס'רעדט...), און עס איז אן אומשאצבארער אססעט פארן שטיבל יענעם צו האבן אנבאורד, אפילו ער האט אמאל עובר געווען אויף די תקנה און אריינגעפליקט א טראל, קען מען זיין א מעביר על מדותיו און פארשטיין יענעם, מען קען אים גרינגער דן זיין לכף זכות אז ער וויל האלטן דאס פלאץ - אינאיינעם מיט זיינע מאמרים - אויף א הויכן ניווא; משא"כ אז עס קומט א נייער ניק און איז אויסן אך ורק אראפצורייסן און זיך רייצן מיט רוב רובם פון די ניקס (הגם מען קען פארשטיין זיין ווייטאג), איז פארשטענדליך אז עס רעגט אויף נארמאלע ניקס.
איי בעג טו דיפער, גיין מיט רולס איז די איינציגסטע וועג אנצוהאלטן אן איינגענעמער פלאץ. א טראלל דארף מען מעביר זיין פשוט ווייל ער איז דא צו שטערן מנוחה און אפילו פון א יחיד וואס קיינער האט נישט ליב. איינמאל מען פאנגט אן מיט אזעלכע מושגים ווי "רוב ניקס" "נארמאלע ניקס" און "נייער ניקס" אדער "באליבטע און פארפיינטע" ניקס דעמאלט איז עס ווען ס'ווערט נישט געשמאק. נישט שייך במציאות אז אזא וועג זאל זיך אויסארבעטן.
די בעסטע וועג אז אזא פלאץ זאל מצליח זיין איז ווען יעדער קען אייניג ארויסברענגען זיינע מיינונגען, יעדער האט א מיינונג און קיינער טאר נישט ווערן דערשטיקט, נישט דער עלטסטער און נישט דער נייעסטער, נישט דער באליבסטער און נישט דער פארפיינטסטע, און אפילו נישט דער רוב קעגן א יחיד. דער מנהל'ס אחריות איז טאקע נאר דאס צו פארזיכערן אז יעדער יחיד קען שרייבן רואיג און נאר אזוי קען די פלאץ וואקסן און שפראצן, אין כאן לא שטיבל ולא אסעטס אבל יש כאן ניקס ודעות ממינים ומינים שונים.
ביבער: דו ביסט גערעכט ביז א געוויסע נקודה. אבער נישט אין דעם פאל...!
אנאנים, ווען ער קאמענטירט איבער א געוויסן ניק, און דריקט אויס זיין פערזענליכע מיינונג, איז ער נישט באגאנגען קיין שום עביוז אף פאוער אדער סיי וועלכע אנדערע עוולה. ווייל דאס זענען דיינע און מיינע רעכטן אויך. ס'איז פריעדאם אוו ספיעטש. משא"כ ווען ס'זאלל קומען איינער פון די סדרנים און גבאים אין זייער פאזיציע און נעמען א טייל אין א דעבאטע. דאמאלס וואלט איך געזאגט אז ס'איז נישט קין יושר. ווייל ער, אין זיין פאזיציע קען מעקן אדער אויסשפארן איינעם אויב געפעלט איהם נישט וואס יענער זאגט אדער שרייבט.
מהאי טעמא נעמען טאקע די סדרנים, מזכירים און גבאים נישט קיין טייל אין די טעגליכע דעבאטעס.
איך מיין אז א יעדער יושר'דיגער מענטש פארשטייט דעם חילוק...!
Re: זינט ווען זענען מיר אידן אזא איידעלער פאלק?
איך בין מיט שמעקעדיג. אודאי קען מען נישט גיין בכל חומר הדין און פארסירן די רולס פאר יעדן צוגלייך, און דאכט זיך אז אין די שטאטוטן אליין שטייט דאס ארויס.
דער וויכוח ביז דא איז נישט געווען צו מ'זאל קנס'נען דער וואס איז עובר אויף תקנות, נאר צו פעלט טאקע אויס אין אזא פאל צו בכלל עובר זיין. אין אינזער פאל ווי מושב זקנים האט גארנישט געשריבן שלעכט הכל פנים אפען, האט נישט אויסגעפעלט אים אזוי צו באפאלן. א שטיקל ליצנות אויף זיין חשבון וואלט אפשר נישט געווען געפערליך, אבער אים אזוי אריינצוגעבן פעלט פשוט נישט אויס. איגנארירן איז אלס א בעסערע מיטל.
נאכאמאל די טענה איז נישט אזוי ווייט אז מ'טאר נישט שעלטן, נאר אז ס'פעלט פשוט נישט אויס.
Sent from my SM-G935T using Tapatalk