☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » זינט ווען זענען מיר אידן אזא איידעלער פאלק?

זינט ווען זענען מיר אידן אזא איידעלער פאלק?

63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10803
בלאט: 1 2

ביבער » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 6:52 pm

· #346530
berlbalaguleh
ביבער: דו ביסט גערעכט ביז א געוויסע נקודה. אבער נישט אין דעם פאל...!
אנאנים, ווען ער קאמענטירט איבער א געוויסן ניק, און דריקט אויס זיין פערזענליכע מיינונג, איז ער נישט באגאנגען קיין שום עביוז אף פאוער אדער סיי וועלכע אנדערע עוולה. ווייל דאס זענען דיינע און מיינע רעכטן אויך. ס'איז פריעדאם אוו ספיעטש. משא"כ ווען ס'זאלל קומען איינער פון די סדרנים און גבאים אין זייער פאזיציע און נעמען א טייל אין א דעבאטע. דאמאלס וואלט איך געזאגט אז ס'איז נישט קין יושר. ווייל ער, אין זיין פאזיציע קען מעקן אדער אויסשפארן איינעם אויב געפעלט איהם נישט וואס יענער זאגט אדער שרייבט.
מהאי טעמא נעמען טאקע די סדרנים, מזכירים און גבאים נישט קיין טייל אין די טעגליכע דעבאטעס.
איך מיין אז א יעדער יושר'דיגער מענטש פארשטייט דעם חילוק...!

פריעדאם או ספיעטש קומט נישט אריין דא (כפירה יוכיח) ס'איז א פרייוועט סייט און יעדער מעג מאכן תקנות אויף זיין פראפערטי לויט ווי אים שמעקט. אטאקירן יענעם אד האמינאם איז א עוולה און קעגן די תקנות. טראללינג איז אויך קעגן די תקנות. ביידע תקנות האבן די זעלבע סיבה כדי צו געבן די געלעגנהייט פאר יעדן איינעם גלייך צו זאגן זיין מיינונג אומגעשטערט. ווען איינער באגייט אן עוולה דארף מען אים אויפמערקזאם מאכן (קנסן'ען מאן דכר שמיה? עפעס א ישיבה דא?) אבער אוועקמאכן די עולה מיט אויסרייד אז יענער האט מער לייקס צו וואס, איז אן עוולה פאר זיך. נאך א גרעסערע עוולה ווי סתם אטאקירן.

איך אויך » מוצ"ש אוגוסט 20, 2016 10:48 pm

· #346537
כ'מיין עס וואלט געווען כדאי פאר געוויסע ניקס וואס געהערן פאר אידן וואס זענען נעבעך פריי און זייערע שטיצערס זאלן איבערליינען די תקנות פון ק''ש.

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 20, 2016 10:56 pm

· #346538
ביבער: דו מישט דא די יוצרות: אויסדרוקן א מיינונג איבער א צווייטן ניק'ס קאמענטס איז נישט קיין אד האמינעם אטאקע.און ווען איינער דרוקט אויס זיין פערזענליכע מיינונג, יהיה מי שיהיה על מי שיהיה הייסט ער נישט קיין טראלל. די דעפינישן פון א טראלל באשטייט פון 2 חלקים: 1( ער טוט נישט ביישטייערן גארנישט פאזיטיוו צו די קוואליטעט פון קאווע שטיבל...! 2) ער איז דא נאר אראפצוקלאפן און טשעפען א צווייטן אדער מערערע ניקס.
די דעפינישן פון אן אד האמינעם אטאקע איז: ווען איינער באפאלט א צווייטן ניק און באשמוצט זיין כאראקטער אן פאקטישע אונטערשטיצונג. משא"כ אויב איין ניק דרוקט אויס זיין פערזענליכע מיינונג אז נעמענדיג אין באטראכט א געוויסן ניק'ס קאמענטארן אין משך פון א לאנגע צייט, און זיין איצטיגע, דרינגט מען זיך אויף אז יענער האט אפיקורס'ישע דיעות. און דער בעל המימרא זאגט עס אין די פאזיציע פון א ניק ככל הניקים, איז עס 100% לעגיטים. ואי אפשר לערער עליה...! העכסטנס קענסטו אויסדרוקן א פארקערטע מיינונג. ושלום על ישראל...!

moshav zekeinim » מוצ"ש אוגוסט 20, 2016 11:02 pm

· #346541
ביבער


ווידער זיך קומען במזיד רייצן מיט אנדערע איז ווייטער נישט קיין מענשטליכקייט און יושר. שעים אן יו.


איך קום נישט האקן אויף חרדים מיטן ציל זיך צו רייצן מיט חרדישע ניקס, איך האק אויף זיי ווייל איך בין זייער קעגן דעם שטערמונג, און וואו דען זאל איך ארויס ברענגען מיינע געפעלן קעגן דעם כת אויב נישט דא?!. אבער איך פארשטיי פארט פארוואס די חרדישע נאכשלעפער וועלן ארויס פון די כלים ווען איך האק אויף זיי. גלייך ווי איך פארשטיי אז די סקווירא און פשעווארסקער נאכשלעפער וועלן ארויס פון די כלים ווען איך ברענג ארויס די נידערטרעכטיגער זייט פון זייערע רבי׳ס.

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 20, 2016 11:12 pm

· #346543
moshav zekeinim
ביבער


ווידער זיך קומען במזיד רייצן מיט אנדערע איז ווייטער נישט קיין מענשטליכקייט און יושר. שעים אן יו.


איך קום נישט האקן אויף חרדים מיטן ציל זיך צו רייצן מיט חרדישע ניקס, איך האק אויף זיי ווייל איך בין זייער קעגן דעם שטערמונג, און וואו דען זאל איך ארויס ברענגען מיינע געפעלן קעגן דעם כת אויב נישט דא?!. אבער איך פארשטיי פארט פארוואס די חרדישע נאכשלעפער וועלן ארויס פון די כלים ווען איך האק אויף זיי. גלייך ווי איך פארשטיי אז די סקווירא און פשעווארסקער נאכשלעפער וועלן ארויס פון די כלים ווען איך ברענג ארויס די נידערטרעכטיגער זייט פון זייערע רבי׳ס.

מושב זקנים: דו האסט, לפענ"ד יעדע רעכט דאס צו טון. אבער קום נישט מיט טענות אז מ'אטאקירט דיך. אוודאי קענסטו אויסדרוקן דיין מיינונג און ברענגען פאקטן און ראיות צו אונטערשטיצן דיין מיינונג, וועלכע זענען נישט אייביג זייער געשמאק צו הערן. אבער ווען די צווייטע צד מאכט א קאונטער אטאקע קענסטו נישט קומען מיט טענות אויף זיי. פונקט אזוי ווי דו האסט א רעכט אויסצודריקן דיין מיינונג, האט יענער אויך. דא (און א יעדער אפענער פארום) איז א מארקעטפלעיס פון איידיעס. אדער ווי באב גרענט ז"ל פלעגט צו זאגן..."ען עקסטשעינדזש אוו איידיעס ענד אפיניאנס"...!

moshav zekeinim » מוצ"ש אוגוסט 20, 2016 11:14 pm

· #346544
בעל עגלה, ביישטייערן פאסיטיוו צום קאווע שטיבל איז דאס פרייהייט פון אויסדרוק, און לאו דוקה אנציקלאפעדיע ארטיקלען. איז עפעס קאווע שטיבל א נייער חסידות אז מען דארף עס באשיינען מיט גליונות איז מאמרי כבוד?

רצונו של אדם זה כבוד קאווע שטיבל!

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 20, 2016 11:22 pm

· #346545
moshav zekeinim
בעל עגלה, ביישטייערן פאסיטיוו צום קאווע שטיבל איז דאס פרייהייט פון אויסדרוק, און לאו דוקה אנציקלאפעדיע ארטיקלען. איז עפעס קאווע שטיבל א נייער חסידות אז מען דארף עס באשיינען מיט גליונות איז מאמרי כבוד?

רצונו של אדם זה כבוד קאווע שטיבל!

מושב זקנים: ס'איז גארנישט ראנג ווען איינער ציטירט פון סיי וועלכע ליקוט. וויקיפעדיע, וכדומה. פארשטייצעך דאס איז נאר כדי אונטערצושטיצן א געוויסע מיינונג וואס ער האט אויסגעדרוקט. אבער דער הויפט וויכוח, אין די לעצטע פאר טעג איז געווען אויב א געוויסער ניק. סיי וועלכער. האט א רעכט אויסצודריקן א פערזענליכע מיינונג איבער א צווייטנ'ס ארטיקלען און מאמרים. האבן עטליכע חשוב'ע ניקס געוואלט זאגן אז ניין. ער האט נישט. ווייל דאס הייסט א פערזענליכע אטאקע. האביך. אני הקטן הבעל עגלה געזאגט מיין מיינונג אז ער האט יא...!

moshav zekeinim » מוצ"ש אוגוסט 20, 2016 11:27 pm

· #346546
berlbalaguleh
moshav zekeinim
ביבער


ווידער זיך קומען במזיד רייצן מיט אנדערע איז ווייטער נישט קיין מענשטליכקייט און יושר. שעים אן יו.


איך קום נישט האקן אויף חרדים מיטן ציל זיך צו רייצן מיט חרדישע ניקס, איך האק אויף זיי ווייל איך בין זייער קעגן דעם שטערמונג, און וואו דען זאל איך ארויס ברענגען מיינע געפעלן קעגן דעם כת אויב נישט דא?!. אבער איך פארשטיי פארט פארוואס די חרדישע נאכשלעפער וועלן ארויס פון די כלים ווען איך האק אויף זיי. גלייך ווי איך פארשטיי אז די סקווירא און פשעווארסקער נאכשלעפער וועלן ארויס פון די כלים ווען איך ברענג ארויס די נידערטרעכטיגער זייט פון זייערע רבי׳ס.

מושב זקנים: דו האסט, לפענ"ד יעדע רעכט דאס צו טון. אבער קום נישט מיט טענות אז מ'אטאקירט דיך. אוודאי קענסטו אויסדרוקן דיין מיינונג און ברענגען פאקטן און ראיות צו אונטערשטיצן דיין מיינונג, וועלכע זענען נישט אייביג זייער געשמאק צו הערן. אבער ווען די צווייטע צד מאכט א קאונטער אטאקע קענסטו נישט קומען מיט טענות אויף זיי. פונקט אזוי ווי דו האסט א רעכט אויסצודריקן דיין מיינונג, האט יענער אויך. דא (און א יעדער אפענער פארום) איז א מארקעטפלעיס פון איידיעס. אדער ווי באב גרענט ז"ל פלעגט צו זאגן..."ען עקסטשעינדזש אוו איידיעס ענד אפיניאנס"...!


איך פארשטיי נישט מיט וואס דו דינגסט זיך מיט מיר. אט האב איך געשריבן א תגובה אז איך פארשטיי די וואס אטאקירן מיר מיט צארן ווען איך האק אויף זייער סעקטע, קומסטו ציטירן דעם תגובה און ערקלערסט מיר אז איך דארף פארשטיין די וואס אטאקירן מיר... איז דאס דיין מנהג מסביר צו זיין איינעם עפעס וואס יענער האט אליין׳ס געזאגט?!...

ביבער » מוצ"ש אוגוסט 20, 2016 11:50 pm

· #346550
ר' בערל, איר לעבט אין א טעות. דא אין ק"ש איז אטאקירן א ניק נישט ערלויבט. פינטל. נישט קיין חילוק וואס יענער זאגט.

למעשה דא אין דעם אשכול איז די מעשה אביסל קאמפליצירט ווייל דער אטאקירטער האט זיך אליינס אידעטיפיצירט אלס א טראלל.

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 20, 2016 11:52 pm

· #346552
מושב זקנים: ווייסטו וואס דו ביסט גערעכט. אן ענטפערן דיירעקטלי אויף דיין רעטארישע שאלה. כ'עלל דיר פארטרויען א סוד. איך בין שוין מיעד אדער גאר באאר'ד פון די גאנצע צוועקלאזע דיסקוסיע. און וויבאלד איך פאררעכן מיך נישט א חסיד פון דאן קיכאטע, (נו, גרויסער ידען. וואס זאגט דא דער חסידיש'ער חניאק...??) וועלל איך נעמען א שטיקל לענגער'ן ברעיק. און איך וועלל גיין זוכן אינטרעסאנטערע זאכן אין לעבן. ווער ס'האט נישט עפעס בעסער'ס צו טון קען געזונטערהייט ווייטער פיהרן די דיסקוסיע עד ביאת ינון...אאפס. וואס זאג איך דא. איך דאך צו אויפגעקלערטע מענטשן... 😂 🙄

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 20, 2016 11:55 pm

· #346553
ביבער
ר' בערל, איר לעבט אין א טעות. דא אין ק"ש איז אטאקירן א ניק נישט ערלויבט. פינטל. נישט קיין חילוק וואס יענער זאגט.

למעשה דא אין דעם אשכול איז די מעשה אביסל קאמפליצירט ווייל דער אטאקירטער האט זיך אליינס אידעטיפיצירט אלס א טראלל.

ר' ביבער שליט"א אויסדרוקן א מיינונג איבער איינעמ'ס ארטיקלען הייסט נישט קיין פערזענליכע אטאקע, כמו שאמרתי...!
באשמוצן יענעם'ס כאראקטער, אזוי ווי מ'טוט ביי סאטמאר'ע דין תורות אין התאחדות הרעבנים. דאס הייסט א פערזענליכע אטאקע...!

ביבער » זונטאג אוגוסט 21, 2016 12:05 am

· #346556
berlbalaguleh
ביבער
ר' בערל, איר לעבט אין א טעות. דא אין ק"ש איז אטאקירן א ניק נישט ערלויבט. פינטל. נישט קיין חילוק וואס יענער זאגט.

למעשה דא אין דעם אשכול איז די מעשה אביסל קאמפליצירט ווייל דער אטאקירטער האט זיך אליינס אידעטיפיצירט אלס א טראלל.

ר' ביבער שליט"א אויסדרוקן א מיינונג איבער איינעמ'ס ארטיקלען הייסט נישט קיין פערזענליכע אטאקע, כמו שאמרתי...!
באשמוצן יענעם'ס כאראקטער, אזוי ווי מ'טוט ביי סאטמאר'ע דין תורות אין התאחדות הרעבנים. דאס הייסט א פערזענליכע אטאקע...!

גערעכט אבער דא איז יא געווען פערזענליכע אטאקעס און אויף דעם האב איך מיר באצויגן.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 21, 2016 12:09 am

· #346557
ביבער
berlbalaguleh
ביבער
ר' בערל, איר לעבט אין א טעות. דא אין ק"ש איז אטאקירן א ניק נישט ערלויבט. פינטל. נישט קיין חילוק וואס יענער זאגט.

למעשה דא אין דעם אשכול איז די מעשה אביסל קאמפליצירט ווייל דער אטאקירטער האט זיך אליינס אידעטיפיצירט אלס א טראלל.

ר' ביבער שליט"א אויסדרוקן א מיינונג איבער איינעמ'ס ארטיקלען הייסט נישט קיין פערזענליכע אטאקע, כמו שאמרתי...!
באשמוצן יענעם'ס כאראקטער, אזוי ווי מ'טוט ביי סאטמאר'ע דין תורות אין התאחדות הרעבנים. דאס הייסט א פערזענליכע אטאקע...!

גערעכט אבער דא איז יא געווען פערזענליכע אטאקעס און אויף דעם האב איך מיר באצויגן.

ביבער: ס'קען. זיין . אויב אזוי ביסטו טאקע אפשר גערעכט. ענד אוו דיסקאששן פאר מי... 😂 😎
בלאט: 1 2