א געוואלדיגע זכות פאר'ן סאטמארער רבי'ן אז מ'רופט איהם אן מיט'ן זעלבע נאמען ווי דער 'נותן יד לפושעים' אליינס.
היסטארישער דורכברוך – סאטמאר רבי קאמפיינט פאר עליה קיין מד"י
225 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10740
ליפאכ'הער עס הענגט אין די שוהלען פין טייל פין די רבנים, אין די זאגסט ס'פאלטש? פארוואס רייסן עס נישט די רבנים אראפ?יא יא ס'איז א פאלשע ק''ק
אזוי האב איך געהערט
הה''ד אז מען לייגט זיך מיט... שטייט מען אויף צוגראזשעט, די סאטמאר רביים האבען אויך געליטן פין אזעלכע אינווייניג וואס האבען געזאגט דעות קעגן זיין הנהגה אין האט זיי משלח געווען כמובן, אבער אויב מהר''ל איז זיי משלח פארלירט ער זייערע נאכפאלגער וואס פארנעמט א גרויס חלק פין זיין אימעפריע
signoutליפאכ'הער עס הענגט אין די שוהלען פין טייל פין די רבנים, אין די זאגסט ס'פאלטש? פארוואס רייסן עס נישט די רבנים אראפ?יא יא ס'איז א פאלשע ק''ק
און דער תוכן וואס מ'ברענגט דארט נאך פון רבי'ן זי"ע איז אויך פאלש?
אדער דער רבי "שרייבט יא" קעגן חינוך עצמאי?
און דער רבי "שרייבט יא" קעגן גיין מיט די אגודה?
און דער רבי "שרייבט יא" קעגן חינוך פון מינים ואפיקורסים?
נאר יעצט איז - מחמת איזה סיבה שהוא - אנדערש???
קנאק-יענקל נעמט קרעדיט פאר דעם קול קורא.....
קנאק-יענקלדער ויכוח איז בלויז צו מהר"א טוט יא אדער נישט, און צו מהרז"ל מעג יא אדער נישט גיין קאמפיינען פאר חינוך עצמאי.
לאמיר א רגע אוועקקוקן פון די אחים הקדושים, זאלן זיי מאכן סיום'ס און באזוכן בית השחיטות, און זיך רייסן אויב חכמת לב האט יא אדער נישט גענומען געלט.
און וואס טוט רעב טודרוס????
און דער אראדער רב????
און קרעמניץ, הגרז"ל פילאף, וואודריזש, טשאטה, ר' מנשה פילאף, ר' ישעי' ווייס, הרבנים לבית קאשוי לדורותיהם, מאנטיווידעאו, קאראד, און נאך און נאך, וואו זענען זיי אלע אהינגעקומען?????
.....פארוואס שארצן זיי זיך נישט ארויף די ארבל צו טוהן למען הצלת יהדת צרפת????
א ווארט בנוגע די איזראלעי פרעסע העצע קעגן דעם 'קרן להצלת ילדי צרפת':
עס איז קלאר ווי דער טאג אז דער צעטל איז א פאלשער ארוני בלאטע אפיס פאטאשאפ אז איר זעהט נישט קיין חתימות פון די רבנים
אבער עס איז פונקט גענוג פאר די ציוניסטשע פרעסע אפצוקויפן שמוץ אויף סאטמאר כאילו דא איז דא א מחלוקת
דער ארוני איז א שקרן אז סאטמאר רבי דער בעל ויואל משה האט נישט געלאזט געבן שטיצע פאר חינוך עצמאי קינדער זאלן לערנען תורה.
עס איז דא הונדערטע לעבעדיגע עדות וואס האבן אים געזען אליינס געבן געלט און מחזק זיין די חינוך עצמאי עסקנים דאס אז ער האט דאס נישט געגרינדעט האט דער היינטיגער מנהיג הדור סאטמאר רבי שליט"א אויך נישט געגרינדעט דעם קרן לילדי צרפת.
דאס האט געפענט זייער מחותן רבי משה בן ריזל לרופ"ש דער הייליגער קאליבער שוין פון עטליכע יארן די פראנצויזישע עלי' איז נישט ניי.
דאס האלט שוין אן א זיבן יאר זעכער וואס דער קאליבער צאלט פון זיין טאש עסקנים זיך מטפל געווען דארטן אריין לייגן אין פרומע מוסדות אוועק פון פובליק סקולס.
איצט האט ער פשוט אריינגעדרייט דעם סאטמאר רבי'ן שליט"א.
וואס דערויף זענען די נידעריגע ארוניס געלאפן איצט צו די ציונים און געוויזן אז ס'דא סאטמערע חסידים וואס האבן מ'כלומפרשט מוחה געווען קעגן מאכן א פירסום צו פאנדרעיזן פאר 'קרן להצלת ילדי צרפת'
כאטש כ"ק אדמו"ר מסאטמאר האט דאך נישט געמאכט קיין אפילס אין בית מדרש פאר זיינע חסידים דעפאר אזוי ווי דער בעל ויואל משה האט געמאכט פאר יד לאחים. דאס איז בלויז געווען שמאלע אינטימע מסיבות פאר עשירים. אבער די בילדער האבן ארויסגערינען אין די ארוניס קענען נאך נישט צו זיך קומען אז סאטמאר האט געהאלפן פרעמדע אידן זיי צו ראטעווען צו אידישקייט.
ווי הצלת ילדי טעהראן בשעתו וואס דער רבי זי"ע ליידער האט נישט מצליח געווען און ער האט געוויינט און זיך געפייניגט זיין הייליג גוף אז ער האט געכאפט דעם סטראוק ה"י.
און דאס וויל היינט סאטמאר רבי מתקן זיין ווייל ווי אזוי מיר האבן געלאזט פאלן אזא גענעראל אונזער רבין רבינו הקדוש והטהור בעל הויואל משה מסאטמאר זצוקללה"ה.
קאפי פעיסט

ווי האבען די איזרעילי'ס געהעצט קעגען דער קרן? איך זע נאר א ניק אין ק"ש. אפשר איז ער אן איזרעילי גאר
ליפאאבער די בילדער האבן ארויסגערינען
ממש גערינען?
געגאסן!!...
מ'קען עס שוין צאמשטעלן מיט די בילדער קאנספיראציע אשכול.
ליפאא ווארט בנוגע די איזראלעי פרעסע העצע קעגן דעם 'קרן להצלת ילדי צרפת':
עס איז קלאר ווי דער טאג אז דער צעטל איז א פאלשער ארוני בלאטע אפיס פאטאשאפ אז איר זעהט נישט קיין חתימות פון די רבנים
צוריק צו די פריערדיגע שאלה:
קנאק-יענקל
און דער תוכן וואס מ'ברענגט דארט נאך פון רבי'ן זי"ע איז אויך פאלש?
ליפאדער ארוני איז א שקרן אז סאטמאר רבי דער בעל ויואל משה האט נישט געלאזט געבן שטיצע פאר חינוך עצמאי קינדער זאלן לערנען תורה.
ווער רעדט דא פון געבן געלט פאר חינוך עצמאי?
ווי איך פארשטיי פונעם אשכול ביז אהער איז דער "קאמפיין" פאר חינוך עצמאי, וואס שאפט דעם רושם אז חינוך עצמאי מיט זייער חינוך איז מציל אידישע קינדער פון שמד.
און אט "דאס" האט סאטמאר רב געבלוטיגט דאס הארץ.
ליפאעס איז דא הונדערטע לעבעדיגע עדות וואס האבן אים געזען אליינס געבן געלט און מחזק זיין די חינוך עצמאי עסקנים דאס אז ער האט דאס נישט געגרינדעט האט דער היינטיגער מנהיג הדור סאטמאר רבי שליט"א אויך נישט געגרינדעט דעם קרן לילדי צרפת.
ליין איבער דעם ווייטאג מיט וואס דער הייליגער רבי זי"ע שרייבט קעגן "לייגן קינדער" אין חינוך עצמאי (נישט גרינדען), און דעם ווייטאג מיט וואס ער שרייבט קעגן גיין מיט די אגודה, און אז זייער חינוך איז מחנך צו מינות ואפיקורסות.
און פרוביר זיך אן עצה געבן דערמיט.
און שריי נישט סתם ארונים, ליגנער, שקרן.
ליפאהצלת ילדי טעהראן בשעתו וואס דער רבי זי"ע ליידער האט נישט מצליח געווען און ער האט געוויינט און זיך געפייניגט זיין הייליג גוף אז ער האט געכאפט דעם סטראוק ה"י.
און דאס וויל היינט סאטמאר רבי מתקן זיין ווייל ווי אזוי מיר האבן געלאזט פאלן אזא גענעראל אונזער רבין רבינו הקדוש והטהור בעל הויואל משה מסאטמאר זצוקללה"ה.
יאריך ימים על ממלכתו.
ליפא
דער ארוני איז א שקרן אז סאטמאר רבי דער בעל ויואל משה האט נישט געלאזט געבן שטיצע פאר חינוך עצמאי קינדער זאלן לערנען תורה.
דערלעבט צו הערן אזא סטעיטמענט...
ליפא
דאס איז בלויז געווען שמאלע אינטימע מסיבות פאר עשירים.
די לאכסט ווען די שרייבסט עס? פין טרופ ביז קווינס ווער ווייסט נישט פין די ''אויסנאם'' נסיעה קיין טאראנטא, ווער האט נאכנישט געזעהן די הייליגע סעלפי פיקטשער קעגן זיין אזהרה, פאר קרן הצלה אדער אפילו פאר זיין שפלינטער מוסד שקל הטהור איז ער נאך נישט געפארן קיין טאראנטא, אין ניטעמל פאר ילדי תימן אדער אנדערע שבטים וואס מ'האט געדארפט ראטעווען אין דא מאכט מען חינוך עצמאי באנקעטן (פאר היימישע ביי שרון אין פאר פרעמדע אין קוויטל שטוב ווי מ'האט געשריבן די ויואל משה קעגן ציונת)
סתם פאר אינטערסאנקייט, די אגודה שרייט שוין יארען אז אן זיי קען מען גארנישט אויפטהון, אין סאטמאר האט מען אייביג געוויסט אז דאס איז נישט אמת, אין דא גייט מהרז''ל קעגן זיין אייגענע רבנים קעגן זיינע פרומע רבנים
מחאה
כדי לצאת ידי מחאה
אזא אומדערהערטע גרעניצלאזע חוצפה פון די ז"ל פארטיי קען שוין ניט ווערן פארשוויגן מאכן דעם דברי יואל פאר א פאלנע ליגנער און צונג דרייער דאס איז שוין אבסורד
די רבי שרייבט אין ויואל משה עטליכע עמודים מיט'ן שארפסטן אקעגן דעם חנוך עצמאי און דא פאר זייער פאליטיק זענען זיי מסכים צו זאגן אז די רבי האט געשטיצט און געגעבן געלט עפעס קעגן וואס ער האט געשריבען אקעגן דעם
אוי לאזנים שכך שומעות
דרך אגב א נחת צו זעהן ווי די ז"ל פארטיי שפייט בלוט צו פארענטפערן זייער פירערס דרך עקלתון בשעת זייער פירער שפירט ניטאמאל אז ער דארף זיך פארענטפערן ער איז ימלא שחוק פינו אויף זיינע קעלבלעך

איש את רעהושווער סתם צו האקן אויף מהרז"ל ווען די מהרא'ניסטן קענען נישט צייגן וואס זיי טיען יא.
גראדע זאגט מהרזל אז אסאך פין די מעליאנען וואס מען קלייבט גייט אין ארטיגע פראנצויזישע מקומות
פון ווי האבן זיי געהאט געלט ביז היינט ? וואס איז יעצט געשען דארט אז מ'דארף מאכן אזא איבערקערעניש ?
יעצט קויפט מען יעדע תירוץ פאר גוט געלט
ליפא
איך גלייב אויך אז דעס איז פאלש די אלע רבנים וועלן נאר מוחה זיין קעגן ערליכע אידן וואס גיייען בדרך המסוללה ווי ר' אהרן אדער דער זקן פוסקי דורינו ראבד העדה יחרידית אבער אויף זייער פרענד וועלן זיי נישט מוחה זיין
ס'איז א באוואוסטע זאך אז רביה"ק מ'סאטמאר האט אונטערן טיש געשטיצט חינוך העצמאי און ער האט אפילו געצה'ט פאר איינציגע (נישט פון זיינע חסידים) אריינצושיקען אין די סארט מוסדות.
עניוועי, פאר'ן איבראנער האב איך שטארק דרך ארץ.
מחדש בכל יום תמיד
שוין :, א פרישע חידוש אויפן חשבן פונעם הייליגן רבין זצ"ל ניט נאר האט ער געשטיצט חנוך עצמאי נאר אהין געשיקט אויך ........
פארוואס נעמען דעם צדיק און ארויפלייגן דאס ארגסטע ????????????????

C/P
ויהי אחרי המגיפה:
שיקרא לא קאי:
נאך פיר וואכן ארום ארום פליען מיט פריוואטע פליגערס און מיט פאטגראפערס, זיך געשטעלט פיקטשערן מיט די גרעסטע ביליאנעירן ביים חרדישן ציבור,
מיט שיינע בלומען, טייערע וויינען און מיט וויניס קראנטש,
און נאכן אפ זיצן אויף די הויכע שטאקן אין מאנהעטן, מיט די תירוץ אז מען גייט ראטעווען יהדות צרפת פין שמד.......
איינמאל פאר אלעמאל וועט שוין די וועלט בכלל אין סאטמאר בפרט איינזעהן אז מהרז״ל איז דער סאטמאר רבי אין ער איז דער ריכטיגער ממלא מקום פין רבינו הקדוש אין ער איז דער מגן ומשיע אין דער פודה ומציל פונעם פך שמן אשר לא כרעו לבעל..
די זאליס זענען די ערשטע וואך געווען צידרייט פאר די שמחה. ענדליך איז אינטער געקומען א פרשה וואס גייט אים געבן די גושפנקא אין דעם חותם אלץ דער דער ריכטיגער סאטמאר רבי. די שווענץ האבן שוין אפילו פארקויפט אז מהרז״ל האט שיעור געכאפט א סטראוק די שמחה איז געווען עד לב השמים.
נאך א וואך פין שיכרות האט מען אן געהויבן צי הערן א קול דממה דקה
1) מען רעדט פין מאכן אן עלי׳ אויף ארץ ישראל
2) די קינדער גיין לערנען אין די גע׳אסרטע חינוך עצמאי מוסדות וואס רבינו הקדוש שרייבט ס׳איז כפירה אין מינות
3) מען ארבעט האנט ביי האנט מיט די אגודה
4) מען העלפט די סוכנות
5) מהרז״ל האט נאך געזאגט א פאלשן עבדיה הנביא ממש דברי כפירה רח״ל אז די יודען פין צרפת וועלן פאר משיח וועט קומען עולה זיין אויף ארץ ישראל
תיכף מיד האט מען איינגעשפאנט די צייטנונג שרייבערס מנשה פילעף מיט שיי ווייס
1) אז דא ביי אזא פרשה האט רבינו הקדוש יא געגעבן געלט פאר חינוך עצמאי אין יא איבער געגעבן די קינדער אין די הענט פין די אגודה
2) ס׳איז אזוי יד לאחים
כסדר זענען זיי אויף געקומען מיט ענדליכע שקרים, און אזוי האבן זיך די באקאנטע שונאי כל טהרה ארום געדרייט אלעס מיטן ציל צי כשר׳ן דעם פשע גדולה אין דעקן די פארטיי.
פארשטייט זיך אז אלע זייערע דיינים אין שיינע יודען האבן איינגענומען א פיל מויל מיט וואסער אז מען טאר נישט קריטקירן אין מען מיזן דעקן דעם סקאנדאל, אלעס מיטן ציל גוט צי ווערן מיט רובי שרון וכדומה
נאך 3 וואכן פין שקרים איז ארויס געקומען דער משלחן מלכים ווי האדמו״ר מסאטמר שליט״א לייגט קלאר אראפ די שיטה בהירה פין רבינו הקדוש זי״ע איבער זיין מיינונג פין חינוך עצמאי אין לגבי דאס מיט ארבייטן מיט די אגודה אין אזעלכע ענינים אז דאס איז געווען פיגול טריפה ביי רביה"ק זי"ע.
היינט נאך 4 וואכן פין יענע שיכרות אין נאך אלע סעלפי פיקטשערס וואס מען האט געכאפט, דרייען זיי זיך ארום ציטומעלט פין זייערע אייגענע שקרים אין ספינס אז א נארמאלע מענטש דארף זיך אנטיעהן נאסע שמאטעס זיך צי קענען האלטן גראד דעם קאפ. דער ליגענט האלט שוין ביי דעם אז די אגודה מיט יעקב בער קאמפיינען גאר אז אלע יודען זאל בלייבן אין צרפת.....

סי געלונגען די שלחן מלכים האט געארבייט. מהאט איינגעשפאנט דער איד אויף א מאסיווע דעמעדש קאנטראל.
שוין. די געלט גייט "אפצוהאלטען" די עלי'
what a joke
שוין. די געלט גייט "אפצוהאלטען" די עלי'
what a joke
גאנצלאיש את רעהושווער סתם צו האקן אויף מהרז"ל ווען די מהרא'ניסטן קענען נישט צייגן וואס זיי טיען יא.
גראדע זאגט מהרזל אז אסאך פין די מעליאנען וואס מען קלייבט גייט אין ארטיגע פראנצויזישע מקומות
פון ווי האבן זיי געהאט געלט ביז היינט ? וואס איז יעצט געשען דארט אז מ'דארף מאכן אזא איבערקערעניש ?
אז מען שלעפט ארויס פין א ארט אירע מענטשן ווערן די עקזיסטירנדע מקומות התורה והחינוך אפגעשוואכט פינאנציעל, -געב א קלער אז פין וויליאמסבורג זאל א דריטעל פארדינער ארויסגיין אין נייע געגנטער וועט די עקזיסטירנדע מוסדות החינוך זיין גענויטיגט אין אסאך פאנדינג- אז מען העלפט נישט געט דאס פרישע געזאלין צו דארפן פארלאזען די לאנד און עולה זיין.
סאו די גאנצע איבערקערעניש יעצט איז וויבאלד ס'האבן זיך געהויבן אפאר 1000 משפחות פון פראנקרייך קיין א"י און די פארבליבענע משפחות האבן זיך געטראפן מיט מיליאנען דאלער אין דעפעציט
פאר אזעלכע שטרוי מוזטו שוין טרעפן גאר גרויסע בהמות זאלן דעס עסן
ווי פריער ערווענט מ'וועט יעדע תירוץ און ספין אפקויפן פאר גוט געלט צו ס'מאכט יא סענס צו נישט

די ציאניסטן ליידיגן אויס פראנקרייך
נטרונא פין איין זייט פראפאגאנדירט צו נישט הארכן די ציאניסטישע פראפאגאנדע
רבי ז"ל פין איין זייט העלפט מבסס זיין די הינקעדיגע מוסדות אין צרפת זי זאל נישט אינטערברעכן פין די ציוניסטישע אטאקעס אויף פראנקרייך
וואס טוט ר"א?

די קול קורא איז א פאלשע, און פאר "סייןאוט" וויל איך דיר זאגן אז די דרייסט סתם א קאפ, "די הערסט" אז די קו"ק הענגט אין שוהלן פון די אינטערשרייבער'ס. דאס איז שקר ווי דער בלאט. איך בין אליין אראפגעגאנגען אין עטליכע שוהל'ן און עס הענגט נישט "אין ערגעץ".
ווי אויך האב איך גערעדט צו איינעם פון די רבנים אליין (איך קען ענטפערן אין אישי ווער) און יענער זאגט אז ער האט אזא זאך קיינמאל נישט אינטערגעשריבן.
ארוינים גוד טריי

Jewish Telegram:
משולחן ארוני דייעריע פארזעצונג די וואך...
די וואכעדיגע 'משולחן' איז דער ארוני סאור לוזער שוין מודה אז די רבי זי"ע דער בעל ויואל משה האט יא איבערגעקערט א וועלט אז עסקנים זאלן אריין לייגן ילדי טעהראן אין חינוך עצמאי....
נאר זיין קליינער ברודערקע סאטמאר רבי שליט"א איז א ציוני ווייל דער פעטער האט נאר גענומען קינדער פון "קיבוצים" נישט פון "פובליק סקולס" ווי זיין ממשיך און ממלא מקום טוט היינט...
און די פעטער האט דאס בלויז געטאן "שפעטער" נישט פריער...
און אז דאן איז חינוך עצמאי געווען נאך מער היימישער און מער ערליכער ווי די היינטיגע קרן עסקנים...
לאכט נישט ווייל דער טיפש מסלף וועט אייך זאגן איר וויינט גאר...
Cp

@ אינטערסאנטער איך האב אלעמאל געהאלטן ס'איז נישט אמת ס'איז נאר א גוטע וועג צו ווייזן ווי אמתדיג די רבנים מיינען זייער שטענדיגע מחאות ווען עס איז זיי גרינג מוחה צו זיין און ווען ס'קומט צו זייער בוזעם פריינט זענען זיי פלוצים פארלוירן און ווייסן נישט פון חיוב מחאה מער
ליפאJewish Telegram:
משולחן ארוני דייעריע פארזעצונג די וואך...
די וואכעדיגע 'משולחן' איז דער ארוני סאור לוזער שוין מודה אז די רבי זי"ע דער בעל ויואל משה האט יא איבערגעקערט א וועלט אז עסקנים זאלן אריין לייגן ילדי טעהראן אין חינוך עצמאי....
נאר זיין קליינער ברודערקע סאטמאר רבי שליט"א איז א ציוני ווייל דער פעטער האט נאר גענומען קינדער פון "קיבוצים" נישט פון "פובליק סקולס" ווי זיין ממשיך און ממלא מקום טוט היינט...
און די פעטער האט דאס בלויז געטאן "שפעטער" נישט פריער...
און אז דאן איז חינוך עצמאי געווען נאך מער היימישער און מער ערליכער ווי די היינטיגע קרן עסקנים...
לאכט נישט ווייל דער טיפש מסלף וועט אייך זאגן איר וויינט גאר...
Cp
די וואך האב איך נאך נישט געזען אבער פאריגע וואך איז דעי פוינט אויך געשטאנען אין משולחן
איש את רעהודי ציאניסטן ליידיגן אויס פראנקרייך
נטרונא פין איין זייט פראפאגאנדירט צו נישט הארכן די ציאניסטישע פראפאגאנדע
רבי ז"ל פין איין זייט העלפט מבסס זיין די הינקעדיגע מוסדות אין צרפת זי זאל נישט אינטערברעכן פין די ציוניסטישע אטאקעס אויף פראנקרייך
וואס טוט ר"א?
נטרונא טוט זייער א וויכטיגע ארבעט זיי מאכן א קאנטער צו די ציוניסטישע פראפעגאנדע אז מ'זאל אנטלויפן צו די מדינת השמד ווי כאילו דארט גייט מען זיין רואיג און אויסגעלייזט פון טעראר
און רז"ל לויט דיר העלפט די מוסדות פון דעפיציט.............. 😉 😉
און פארוואס דארף מען האבן דערצו לעיקוואדע ר"י'ס דערצו וואס דארף מען גיין קיין מאנהעטן 😉 😉
אויך איז אינטערסאנט פארוואס ר' מלכיאל מיט די מזרחיסט ראובן שרון האבן פלוצים א פראבלעים מיט דעם אז אידן זאלן ארויפפארן קיין א"י
וואסערע שטותים רעדסטו דא צוזאם ?
אלעס וועט מען יעצט קויפן שנעל און גרינג
גאנצל@ אינטערסאנטער איך האב אלעמאל געהאלטן ס'איז נישט אמת ס'איז נאר א גוטע וועג צו ווייזן ווי אמתדיג די רבנים מיינען זייער שטענדיגע מחאות ווען עס איז זיי גרינג מוחה צו זיין און ווען ס'קומט צו זייער בוזעם פריינט זענען זיי פלוצים פארלוירן און ווייסן נישט פון חיוב מחאה מער
שקר, שטייט גארנישט די וואך, סתם א שמועס מיט טאשער רבי שליט"א
דו מיינסט די פריערדיגע פארלוירענע קאפי פעיסט פון @ליפא
ליפאJewish Telegram:
משולחן ארוני דייעריע פארזעצונג די וואך...
איז דער ארוני סאור לוזער שוין מודה אז די רבי זי"ע דער בעל ויואל משה האט יא איבערגעקערט א וועלט אז עסקנים זאלן אריין לייגן ילדי טעהראן אין חינוך עצמאי....
Cp
ילדי טעהראן? חינוך עצמאי? ווי מאכסטע דא א קוגל ל"ע
ילדי טעהראן זענען געווען האלאקאסט יתומים בימי השואה, ווי קומט דאס צו חינוך עצמאי וואס איז נתייסד געווארן עטליסט 10 יאר שפעטער צו וויפיל
ס'איז גארנישט ס'איז א פארלוירענע פריוו פון די ז"ל פארטיי ווער ס'האט געלערנט ויואל משה דף שנא און זאגט אז די רבי האט געשטיצט דעם חנוך דארף צו זיין א נידריגער אינג
כאב אנאנדערן פראגע, וואס דריקט מיך אביסל צוליב נונטע עקספיריענס,
בעת מ'זארגט זיך אזוי פאר די ילדי ראצפאס, ווען העט מען זיך אנהויבן צו אומקוקן אויף די ילדי ניו יארק, וואו פילע אומשולדיגע בחורים מכל החוגים קוילערן זיך בחוצות ברוקלין אנע ישיבות און די טאטעס באנעצן די קישן ל"ע,
איך זאג נישט, ח"ו, איך האב גארנישט געגן די פראנצויזישע אידן, נאר אז מ'רעדט שוין יא,

דא האט איר די רעלעוואנטע ווערטער פונעם סאטמאר רבי ז"ל איבער חינוך עצמאי,
"אמנם גם החינוך העצמאי מלבד שיש בו קלקולים עצומים רחמנא ליצלן שאיני רוצה להאריך בהם כעת, וצריך קונטרס מיוחד לברר זאת, אבל זה גלוי לכל שלומדים הכל בכל המקומות רק בלשון הטמא עברית אף למודי קודש חומש ורש"י וגמרא עברית בעברית, ובמדינתינו שלא הי' שום איסור על לשון המדינה אעפי"כ למדו בלשון שדברו בו אבותינו. ובארץ ישראל שרובץ על הלשון איסור נורא כזה מטמאין אף הלימודי קודש בלשון הטמא, וכל זה אינו אלא כדי למצוא חן בעיני המסיתים ומדיחים שמהם באה התמיכה, ובהרבה מקומות לומדים שם גם שאר לשונות עכו"ם. ועכ"פ רובץ על אותו החינוך החרם חמור שעשו כל גדולי ארץ ישראל."

Re: היסטארישער דורכברוך – סאטמאר רבי קאמפיינט פאר עליה קיין
א. ראובן שרון איז א פולקעמער חרדישע איד, נישט קיין מזרחיסט. סתם באשמוצען א פריוואטע מענטש פאר דיין שמוציגע נידריגע מארמעראשע פאליטיק איז נישט אויסגעהאלטען. גיי ברעך אויף דיין מאמע'ן נישט אויף א פרעמדע.
ב. דאס וואס די ערוינעם האלטען אזוי שטארק אין מבזה זיין דער דברי יואל, מיט'ן ברענגען די שארפע רייס וואס איז געשריבען געווארען בעידן ריתחא, כאילו ער איז געווען אזא בהמה צו גלויבען אז אידישע קינדער זאלען ענדעריש גייען אין פאבליק סקול ווי א מוסד וואס לערנט אויף אן אנדערע שפראך. און דאס איז גאר ממשיכי דרכו?!
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

אזוי האב איך געהערט אז ער איז שטארקע מזרחי אנהענגער
אויב ס'איז ניט אמת בעט איך אים איבער דא ברבים
אבער דאס איז זיכער אז א עלי' לא"י איז ביי אים א לכתחלה און ער איז נישט דא געקומען שטיצען פלוצים פראנקרייך מוסדות

לשיטתך איז דער גאנצער ויואל משה איין גרויסע "עידן ריתחא" ווייל ס'שטימט פשוט נישט לויט דיינע קורצע השגות,
Re: היסטארישער דורכברוך – סאטמאר רבי קאמפיינט פאר עליה קיין
ס'קען איינער ארויפשטעלען דער משלחן מלכים אז יעדער זאל קענען לאכען
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
גאלדדא האט איר די רעלעוואנטע ווערטער פונעם סאטמאר רבי ז"ל איבער חינוך עצמאי,
"אמנם גם החינוך העצמאי מלבד שיש בו קלקולים עצומים רחמנא ליצלן שאיני רוצה להאריך בהם כעת, וצריך קונטרס מיוחד לברר זאת, אבל זה גלוי לכל שלומדים הכל בכל המקומות רק בלשון הטמא עברית אף למודי קודש חומש ורש"י וגמרא עברית בעברית, ובמדינתינו שלא הי' שום איסור על לשון המדינה אעפי"כ למדו בלשון שדברו בו אבותינו. ובארץ ישראל שרובץ על הלשון איסור נורא כזה מטמאין אף הלימודי קודש בלשון הטמא, וכל זה אינו אלא כדי למצוא חן בעיני המסיתים ומדיחים שמהם באה התמיכה, ובהרבה מקומות לומדים שם גם שאר לשונות עכו"ם. ועכ"פ רובץ על אותו החינוך החרם חמור שעשו כל גדולי ארץ ישראל."
די איסור וואס דער סאטמאר רב שרייבט אויף חינוך עצמאי, אלס דעם חרם, דאס האט נישט נאר מיט חינוך עצמאי, אפי' זיי זאלן גיין לערנען אין א חסידישע אדער ליטווישע מוסד, וואס מ'לערנט אויף עיברית, איז עס די זעלבע איסור, וביותר אפי' מ'זאל עפענען א מוסד מיוחד פאר די ילדי צרפת, וועט מען אויך לערנען בלשון העמים, וואס דאס איז אויך נכלל אינעם חרם, אבער בכגון דא וואס די אידן גייען ממילא ארויף אויף ארץ ישראל, איז פשוט אז זיי זאלן בעסער גיין אין אזא מוסד, ווי איידער גיין אין די רעגירונג שולע וואס איז העברה על כל התורה כולה, און זעלבסטפארשטענדליך אז דאס איז פיל פיל ערגער פון דעם חרם.
און בנוגע דאס וואס סאטמאר רב שרייבט וועגן חינוך עצמאי זעלבסט, שיש בו קלקולים עצומים, איז פשוט לכל מי שיש לו מוח בקדקדו, אז גיין אין א פרייע שולע איז אסאך א גרעסערע קלקול, ממילא פון אזא פאל האט ער נישט גערעדט.
Re: היסטארישער דורכברוך – סאטמאר רבי קאמפיינט פאר עליה קיין
דער חרם איז סתם א טעות. מ'האט געמאכט שקאלעס צו לערנען בילדונג, כולל שפראכען וכדו'. דאס האבען טייל חכמי ירושלים גע'אסרט אין ירושלים. זיי האבען נישט געהאט קיין כח מחרים זיין אויף גאנץ א"י און אפילו אין ירושלים ווען דער ירושלימ'ער רב הגר"ש סאלאנט האט נישט מיטגעשטימט האט עס א שוואכע כח. און אפילו אויב יא, דאס האט נישט מיט מוסדות פאר ספרדים וואס רעדען עברית נאטורליך. ווי אויך פלטים פון יוראפ וואס זייער עלטערען האבען נישט געעאלטען ביים זיך שלאגען מיט'ן גאס. זיי האבען נישט געלערנט קיין שפראך, נאר געלערנט תורה אויף זייער מאמע לשון, כמסורת ישראל מדור דור צו לערנען חומש אויף די מאמע לשון, זאל זיין אידיש אדער לאדינא.
סתם דאס באשולדיגען די גרינדער'ס פון חינוך עצמאי פאר'ן זיך וועלען געפעלען די ציונים דורך רעדען עברית, ווען אלע ווייסען אז דער חזו"א האט עס איינגעפיהרט און די מענטשען וואס זיי האבען געוואלט געפעלען איז די עלטערען פון די קינדער וואס דארפען אהין שיקען, איז א חוצפה והעזה. סאטמאר רב איז א פיינע איד געווען, אבער מ'רעדט פונ'ם חזו"א דא, איינער וואס דארף נישט קיין אכצען דורות צו וואס אויף צו ווייזען זיין גדלות

@ליטוואק דיין בר פלוגתא סאטמאר רב זצ"ל רירט אן די נקודה וואס דו שרייבסט וועגן די ספרדישע נאטורליכע שפראך און ער קריגט מיט דיר אויף דעם אויך ועיי' בספר ויואל משה דף שנא (און ביי די וועי סאטמאר רב דארף אויך נישט קיין אכצן דורות ע איז נאך אזוי גרויס געווען ווי דער חזון איש , סתם ליצנות טרייבן איז אבסורד)
@מודיעין די חילוקים וואס דו ווילסט מאכן דא איז דא אין ד"י מכתבים דיקא קעגן דעם און ער שרייבט בפירוש אז מ'זאל מיט די אגודה נישט גיין וועגן די דעות כוזבות בעניני אמונה ודיעות
אבער לכוארה ביסטו מיט דעם גערעכט אז פאר צרפת איז בעסער דעי חנוך אבער אויף דעם איז שוין דא פארזרגער ווי ר' מלכיאל קאטלער וכת דילי' אבער אז איינער וואס רופט זיך-בגניבה- אדמור מסאטמאר און ער זאל זיך נאך פארקויפן אלס דער קנאי מיט גאנצן רעכטקייט און ער און זיין קאמפעני האבן שוין געפייניגט און באשמוצט רבנים וטובים ובתוכם דעם ראבד עדה החרידית וועגן זייער כלומרשטע אמתע קנאות זאל צוהעלפן אריינלייגן קינדער אין א מוסד וואס איז בפירוש כפירה לויטן סאטמאר רב זצ"ל דאס איז פרעכהייט און שקר מילד געזאגט

ליטוואק פון בודאפעסטדער חרם איז סתם א טעות. מ'האט געמאכט שקאלעס צו לערנען בילדונג, כולל שפראכען וכדו'. דאס האבען טייל חכמי ירושלים גע'אסרט אין ירושלים. זיי האבען נישט געהאט קיין כח מחרים זיין אויף גאנץ א"י און אפילו אין ירושלים ווען דער ירושלימ'ער רב הגר"ש סאלאנט האט נישט מיטגעשטימט האט עס א שוואכע כח. און אפילו אויב יא, דאס האט נישט מיט מוסדות פאר ספרדים וואס רעדען עברית נאטורליך. ווי אויך פלטים פון יוראפ וואס זייער עלטערען האבען נישט געעאלטען ביים זיך שלאגען מיט'ן גאס. זיי האבען נישט געלערנט קיין שפראך, נאר געלערנט תורה אויף זייער מאמע לשון, כמסורת ישראל מדור דור צו לערנען חומש אויף די מאמע לשון, זאל זיין אידיש אדער לאדינא.
סתם דאס באשולדיגען די גרינדער'ס פון חינוך עצמאי פאר'ן זיך וועלען געפעלען די ציונים דורך רעדען עברית, ווען אלע ווייסען אז דער חזו"א האט עס איינגעפיהרט און די מענטשען וואס זיי האבען געוואלט געפעלען איז די עלטערען פון די קינדער וואס דארפען אהין שיקען, איז א חוצפה והעזה. סאטמאר רב איז א פיינע איד געווען, אבער מ'רעדט פונ'ם חזו"א דא, איינער וואס דארף נישט קיין אכצען דורות צו וואס אויף צו ווייזען זיין גדלות
1) די מציאות איז אז זיי האבן יא געשריבן א איסור אויף גאנץ ארץ ישראל, ווי אויך די רבנים אין די אנדערע שטעט וואס מ'האט געוואוינט, חברון, צפת טברי' האבן די דארטיגע רבנים אויך אינטערגעשריבן דעם חרם.
2) און הגר"ש סאלאנט האט אויך אינטערגעשריבן דעם חרם נישט איינמאל, נאר דריי מאל.
3) און אין די חרם שטייט ארויס אז מ'האט געאסר'ט לשון המדינה אויך.
ווי ווייסן אלע אז דער חזו"א האט עס איינגעפירט? , לאחר המעשה בלית ברירה האט ער געגעבן א הסכמה, ווייל ער האט געזען אז ער קען נישט אנדערש, (איך האב געהערט אבער איך קען עס נישט פארזיכערן אז די חזו"א האט דריי מאל געוואלט עפענען א ת"ת אויף אידיש און עס איז דורכגעפאלן), ווי אויך איז באקאנט אז ווען מ'האט געטענ'ט די אלע טענות להיתר פארן בריסקער רב האט ער געזאגט מ'האט דאך עס גע'אסר'ט נאכאמאל און נאכאמאל, און נאך מיט א חרם, און סאטמאר רב האט דא גארנישט מחדש געווען נאר געזאגט אז הגרי"ל דיסקין שרייבט קלאר אז אין בכח שום אדם להתירו גם אם יתקבצו כל חכמי ישראל אינם רשאים ואינם יכולים להזיזם אפי' זיז כל שהו, (צום באמערקן אז רי"ל דיסקין האט מען געהאלטן פאר ממש די גרעסטע פון די גדולי ישראל), און ווי אויך האבן אלע גדולי ישראל אינטערגעשריבן דעם חרם, ממילא איז דא די איסור פון אמאל, והבא לשנות עליו להביא ראי', און וואס פונקטליך איז דיין טענה?
להערה בעלמא די גדול ראש הישיבות הגרא"מ שך סל האט געזאגט אזעלכע הפלגות אויפן סאטמאר רב וואס קיין שום ספדנא האט נישט געזאגט, און געזאגט אז ער האט געהאלטן די גאנצע יהדות החרדית, און במדה ידועה איז ער בגדר רבו שלמדו תורה, וכו' וכו' (און ניין, ער רעדט נישט פון קיין אכצן דורות) און איך מיין אז דו ווייסט דאס גאנץ גוט, און פון וואו נעמט זיך אזא חוצפה צו דיר אזוי מזלזל צו זיין אין א גדול הדור?
Re: היסטארישער דורכברוך – סאטמאר רבי קאמפיינט פאר עליה קיין
אויב איז דער פראבלעם דער חרם, דאן פארוואס מעג מען שטיצן קרן הצלה? זיי געבן דאך אויך פאר מוסדות ווי מען רעדט עברית?
Sent from my SM-G935T using Tapatalk
Sent from my SM-G935T using Tapatalk
Re: היסטארישער דורכברוך – סאטמאר רבי קאמפיינט פאר עליה קיין
הרב שך האט פיהל מער געשעצט דער חזו"א און זיין מיינונג. ער האט אליינס נישט געהאט קיין פראבלעם מיט'ן זאגען דער שיעור אויף עברית (א שפראך וואס ער האט ווייניג געקענט).
הגר"ש מסאלאנט האט אנגעפיפען דער חרם אין פנים, מיט'ן גייען צום מעמד הפתיחה פון דער לעמעל שולע.
הגרי"ל דיסקין איז געווען אנגענומען בשעתו אלס 'דער גדול הדור' אבער דער חרם איז נישט געווען אזוי אנגענומען, ופשוט אז די גדלות פון דער מענטש האט נישט קיין שייכות. קוק אין ספר עמק ברכה פון ר' דוד קארלינער ותמצא נחת.
טאמער דו זעסט אין א זלזול אויף די גרי אריות וואס פאררופען זיך סאטמאר א זלזול אינ'ם סאטמאר רב, ביסטו גאר דער וואס האט נישט די קנה משה אויף גדולי ישראל. דער וואס פארמאכט זייןן קאפ און פארשטאנד און ווייסט נישט פון קיין אידישקייט אחוץ איין ספר, איז דער וואס האט נישט די כלים צו דערגייען א דעה. זיי קענען גייען פארשען ביי זקני השמשים והמעשה'ס דערציילער'ס

גאנצל
@מודיעין די חילוקים וואס דו ווילסט מאכן דא איז דא אין ד"י מכתבים דיקא קעגן דעם און ער שרייבט בפירוש אז מ'זאל מיט די אגודה נישט גיין וועגן די דעות כוזבות בעניני אמונה ודיעות
אבער לכוארה ביסטו מיט דעם גערעכט אז פאר צרפת איז בעסער דעי חנוך אבער אויף דעם איז שוין דא פארזרגער ווי ר' מלכיאל קאטלער וכת דילי' אבער אז איינער וואס רופט זיך-בגניבה- אדמור מסאטמאר און ער זאל זיך נאך פארקויפן אלס דער קנאי מיט גאנצן רעכטקייט און ער און זיין קאמפעני האבן שוין געפייניגט און באשמוצט רבנים וטובים ובתוכם דעם ראבד עדה החרידית וועגן זייער כלומרשטע אמתע קנאות זאל צוהעלפן אריינלייגן קינדער אין א מוסד וואס איז בפירוש כפירה לויטן סאטמאר רב זצ"ל דאס איז פרעכהייט און שקר מילד געזאגט
אביסל באריכות. אויב מיינסטו ד"י מכתבים סי' פ"ט, וואס מ'האט פריער אנגעצייכנט, דעמאלטס איז אויך אין הנידון דומה לראי', (הגם איך האב נישט געזען די מכתב בשלימות, און איך וואלט געקענט באשטיין אויב דו לייגסט עס ארויף אדער שיקסט מיר אין אישי), אבער איך האב געזען ציטאטן פון דעם בריוו, און די בריוו רעדט זיך פון די פליטי הונגארן וואס זענען געווען אין ווינא, וואס ווי דער סאטמאר רב זצ"ל שרייבט קלאר אין ויוא"מ עמ' קמז אז די מעשה איז דעמאלטס געווען, אז די אגודה האט זיך מתחבר געווען צו די ציונים צו פראפאגאנדירן ארויפצוגיין אויף ארץ ישראל, און מ'האט איבערגעגעבן די אידן גראד צו די ציונים אין די האנט אריין, און די אגודה האט ניטאמאל צוגעגרייט פאר זיי קיין שום מקום, און די ציונים האבן זיי אריינגעלייגט אין מקומות וואו מ'איז עובר על כל התורה כולה, און אויפדעם האט ער געפערליכע טענות.
און הגם דער סאטמאר רב שרייבט דארט בתו"ד ואלמלי הי' להאגודה מקומות קליטה וכו' או עכ"פ הי' לוקחים להם תחת רשותם, הי' מקום לטעות בזה, איז משמע לכאו' אז אזוי איז ער אויך נישט צופרידן, אבער דארט רעדט ער צו מאכן תעמולה אז זיי זאלן בכלל ארויפגיין קיין ארץ ישראל, אבער דא רעדט מען פון אידן וואס גייען ממילא ארויף אויף ארץ ישראל, און זיי פרעגן דיך נישט וואס צו טוהן, און אסאך פון זיי זענען שוין אריינגעפאלן אין פרייע פאבליק שולע'ס, און גראדע די עסקנים אין דעם פראבלעם, איז האדמו"ר מקאלוב (לרפו"ש), ושלוחיו, און זיי קומען בעטן הילף, ווי קען מען אפי' זאגן אז מיט אונז האט עס נישט קיין שייכות, בשעת עס איז א חיוב אויף יעדן איד צו העלפן ראטעווען אידן פון שמד.
ווי אויך איז דאס זיכער אז דער סאטמאר רב זצ"ל האט מורא'דיג געשטיצט יד לאחים וואס זיי האבן געהאלפן ראטעווען אידן פון דעם ציוניסטישען סוכנות, און זיי האבן אויך אריינגעשטעלט זייער אסאך קינדער אין חינוך עצמאי, און דער איד וואס האט דאס אנגעפירט, איז אינגאנצן נישט געווען פון סאטמארן קרייז, און מען האט אים מורא'דיג געשטיצט, ווייל ער האט געראטעוועט אידן פון שמד.
און אפי' די מערערים (פון בני יואל) וואס האבן טענות יעצט, איז די טענה בעיקר אז מען טוהט עס בפרהסיא בשם סאטמאר, אוודאי דארף מען זיי געבן געלט נאר אויף א שטילן פארנעם, זיי טענ'ן אז מ'האט געוואלט אריינעמען דעס סאטמאר רב אין די הנהלה פון יד לאחים, האט ער נישט געוואלט ווייל ער האט נישט געוואלט אז עס זאל טראגן דעם נאמען סאטמאר, און מ'וועט זאגן אז ער שטיצט א חינוך וואס ער האלט נישט דערפון, אבער קיין שום רעכטדענקיגער מענטש זאגט נישט אז מיט אונז האט דאס נישט קיין שייכות און אונז דארפן אדער גאר טארן נישט העלפן.
Re: היסטארישער דורכברוך – סאטמאר רבי קאמפיינט פאר עליה קיין
[ציטאט אראפגענומען]
<a class="postlink" href="http://archive.thejc.com/search/frame.jsp">http://archive.thejc.com/search/frame.jsp</a>
פונעם ספה"ק ויואל משה מאמר ישוב אר"י סי' קל"ז
"...ולשון הטמא שבדו להם המינים וקראו אותו עברית, ואיננו לשון הספרדים, אלא שחדשו ובדו להם מלבם הרבה מלות זרות, גם עקמו ושינו הרבה מלות מלה"ק, ונתנו להם תכונה חדשה, וכבר כתבתי ע"ז תשובה באריכות שאין ספק שהוא גרוע יותר בכמה דרגין משאר לשונות האומות..."

@מודיעין קודם בדרך צחות די גאנצע מחלוקה איז שוין אויס היותת דער איד האט דאך שוין ארויסגעגעבן דעם סוד אז די געלט גייט נישט פאר'ן חנוך עצמאי נאר פאר די אידן וואס בלייבן אין פראנקרייך אויב אזוי איז שוין נישטא קיין טענה ........ ס'זעהט מיר אויס אז מ'האט צוטיילט די געלט אין צוויי די געלט וואס גייט פאר די אידן וואס זענען עולה קיין א"י איז הוברר הדבר למפרע אז יעצט איז פון געלט וואס ר' מלכיאל קוטלער האט צוזאםגעשטעלט ....... און די געלט וואס גייט פאר די אידן דארט איז הוברר הדבר אז יענע געלט האט רז"ל צוזאםגעשטעלט והכל על מקומו יבא בשלום
אין אמת'ן אבער וויל איך דיר מקדים זיין אז אונזער טענה איז אוודאי נישט אויף די אגודה זיי דארפן טון וואס זיי האבן צו טון א וודאי איז די שאלה לגבי סאטמאר און אזוי ווי איך האב שוין ארויסגעברענגט אז בפרט ווען מ'רעדט נאך פון סאטמאר וואס פארקויפט זיך אלס די עכט סאטמאר וכו' כנ"ל עיי' מה שכתבתי שם
צווייטנס די אין הנדון דומה פון די פלטי אונגארן כאפ איך נאך נישט געהעריג, די פוינט איז בקיצור אין איין ווארט די רבי שרייבט אז גיין מיט די אגודה איז קיין הצלה נישט און מ'טוט נישט גארנישט אויף דערמיט ואל נא אחי תרעו מ'זאל נישט גיין מיט זיי בשו"א
און די זעלבע זאך דא חוץ מזה וואס די גאנצע בעצם ארויפגיין קיין א"י איז אפגעפרעגט מכל וכל בתורת סאטמאר וואס עס איז די גרעסטע בושה אז סאטמאר רב זאל אזאנס צוהעלפן איי דו האסטוך א שטארקע קושיא זיי גייען סיי ווי ?און אלא מאי ? דערפאר ? מעג מען שוין נאכטאנצן און העלפן די פראפעגאנדע פון די ציוניזעם און פון זייער גאנצע כפירהדיגע אידילאגיע אז זיי זענען די מצילים פון די אידשע פאלק מיט דעם וואס זיי האבן א אייגענע מדינה מיט כוחי ועוצם ידי וואס דאס איז די גרעסטע כפירה אין הנהגת הבורא
משל למה הדבר דומה יעצט אז סאטמאר האט א פראבלעים מיט גיוס און מ'קען זיך ניט א עצה געבן און אז ס'וועט זיך אויפשטעלן איינער א קאנדידאט און וועט צו זאגן אז אויב מ'וועט אים אריינוועילן וועט ער ארבעטן בטל צו מאכן די גיוס היעלה על הדעת אז רז"ל זאל זיך אויפשטעלן און זאגן פארוועם מ'זאל וועילן אין די בחירות מיט'ן חשבון אז די קאנדידאט וועם ער שטיצט וועט מער העלפן די גיוס און ער גייט נאר רעדן צו די וואס גייען סיי ווי ........
די אגודה האט דאך נישט די פראבלעים אז זיי זענען עולה צו די מדינה דאס איז זייער דעה ווי אזוי קען אבער סאטמאר צו שטיין דערצו ???????
אין סאטמאר האט מען געוואוסט אז מ'שטייט ווייט פון אזעלכע זאכן אפילו ווען די אגודה מיינט צום גוטן נישט אזוי ?
און וועגן יד לאחים איז א עקסטערע שמועס וואס איך האב יעצט נישט קיין צייט אבער אז מ'טראכט איין מינוט איז אפילו לו יהא ס'זאל זיין אמת די טעאריע איז דארט אין הנידון דומה לראי' מפני כמה טעמים
אבער באמת איז יד לאחים נישט געווען געבעיסט אויף שיקן אינעם חנוך עצמאי סוף האבן זיי געהאט אנדערע מוסדות און אויסער דעם זיי זענען בכלל בעיקר געווען געשטעלט אויף ראטעווען אידן וואס מ'האט אינגאנצן פארכאפט צו אנדערע רעליגיעס וכדו' אבער דא רעדסטו פון א עדה אידן צוזאמען און גייסט לכתלחה זיי אריין לייגן אין דעם כפירהדיגן חנוך וואס דעס איז מער דומה צו די בוכארישע עדה מאראקא עדה וואס דארט איז דאך דעם רבינס דעה קליפ און קלאר שווארץ אויף ווייס און בנוסף ווי פריער געשמועסט יד לאחים אליין האט געזוכט צו עפענען אייגענע מוסדות וואס דעמאלט האט די רבי אנגעהויבן זיי העלפן ביתר שאת וקצרתי במקום שיש להאריך

איך כאפ נישט וואס דו כאפסט נישט מיט די עולי אונגארן, איך וועל פשוט נאכאמאל איבערשרייבן וואס איך האב פריער געשריבן, ביי אונגארן איז די מציאות געווען אז די אגודה האט גארנישט אנגעגרייט פאר די אידן וואס קומען ארויף, נאר פשוט פראפאגאנדירט אז מ'זאל ארויפגיין קיין אר"י, און די אידן זענען גראד אריינגעפאלן ברשת הציונים, צו מקומות פון מחללי שבת ואוכלי נו"ט, עיין ויאו"מ עמ' קמ"ז ווי דער סאטמאר רב זצ"ל שרייבט דאס קלאר ארויס, און ער שרייבט בזה"ל שקרה להם "לעזוב לגמרי את השי"ת ותורתו הק'", עיי"ש, און עס איז פשוט אז דא איז די מציאות נישט אזוי.
און דיין שיינעם משל וואלט ווען געשטימט, ווען מ'גייט ווען קיין פראנקרייך זאגן פאר די אידן ווען זיי גייען קיין אר"י זאלן זיי גיין קיין חינוך עצמאי, אבער די פאקט איז אז דא רעדט מען פון אידן וואס זענען שוין אין ארץ ישראל אין די לעצטע פאר יאר זענען שוין טויזנטער קינדער פון פראנקרייך ארויף קיין אר"י און זיי זענען אנגעקומען אין פרייע מוסדות, און קיינער (כולל אגו"י) האט זיך פאר די אידן נישט געזארגט, עד שקם האדמו"ר מקאלוב וואס ער טוט שוין אין פראנקרייך פאר יארן לאנג, און ער האט געמאכט א ויצעקו, און עסקנים נישט אינערהאלב די אגודה האבן זיך אריינגעלייגט צו העלפן, און זיי האבן געבעטן הילף פון סאטמאר צו העלפן היעלה על הדעת אז א סאטמאר'ע איד זאל זאגן ניין, ווייל זיי גייען מסתמא אנקומען אין חינו"ע און איך גיי שטיין אין די זייט אין קוקן און ווארטן אז א צווייטער זאל זיך מרחם זיין, עס דערמאנט די גמ' ווי א חסיד שוטה זעט א איתתא טובעת בנהר, און ער זאגט לאו אורח ארעא, אז מ'טאר נישט ראטעווען, אינטערעסאנט טאנצן מיט חברי מועצגה"ת ביי חתונות אפי' דארט ווי זיי זענען נישט קיין נאנטע קרובים, און אויפנעמען אזעלכע וואס זענען שונאים מובהקים פאר'ן סאטמאר רב און פרעדיגן קעגן קנאות אויפן גרעסטן פארנעם, די קען מען אויפנעמען מיט'ן גרעסטן כבוד, און ארומפירן ווי א חתן און ווייזן די גאנצע מלוכה אין ק"י, אבער ווען עס קומט צו שאפן אפאר טאלער פאר אידנ'ס וועגן להצלה משמד, דעמאלטס דערמאנט מען זיך אין די שיטה הק' אז ח"ו סאטמאר טאר נישט צוהעלפן.
איין זאך איז יא דא וואס טענ'ן, אז סאטמאר רב האט קיינמאל נישט געוואלט אז עס זאל זיין נקראת על שמו, דאס הייסט ער האט געגעבן געלט און געשטיצט מורא'דיג נאר ער האט נישט געוואלט אז עס זאל קענען הייסן אז סאטמאר רב שטיצט חינו"ע, אבער בכלל נישט העלפן ראטעווען פון שמד ווי קען מען בכלל טראכטן פון אזא זאך, עיין סי' ש"ו אז ממעג מחלל שבת צו זיין צו ראטעווען אידן פון שמד.
און דאס וואס דו זאגסט וועגן יד לאחים דאס איז גארנישט קיין טעאריע, די פאקטן זענען דא און דו קענסט דיך אינטערעסירן אויף דעם, און יד לאחים האט אויך צוגעהאלפן עדות אידן וואס זענען ארויפגעקומען אין אר"י, און אז דו האסט יא געליינט דעם איד די וואך האסטו אוודאי געזען וואס הגרי"ד הארפענעס פארציילט אז תשל"ב האט מען אין סאטמאר געשאפן געלט פאר יד לאחים וואס דעמאלטס זענען אויך א עדה אידן ארויף אויף אר"י, און רוב פון זיי האט מען אריינגעשטעלט אין חינו"ע.
און נאכאמאל דא רעדט מען נישט פון עסקני אגודה, און מ'זוכט אויך נישט דוקא אריינצולייגן אין חינו"ע, און דערווייל איז די מציאות אז רוב קינדער וואס מ'האט דערווייל איינגעשריבן, איז נישט אין חינו"ע, אוודאי דו וואס מ'קען נאר לייגן אין חינו"ע גייט מען אוודאי שיקן דארט, אבער מ'זוכט נישט דוקא דאס.
איך ווייס אז אין קץ לדברי רוח, און כ"ש ווען מ'זוכט צו פארענטפערן די פארטיי, אבער ווי שרייבט דער סאטמאר רב כסדר, המבקש האמת יודה על האמת. און אויב גייסטו ברענגן א פרישע טענה וועל איך זען צו מ'קען ענטפערן, אבער אויב גייסטו פשוט מעלה גרה זיין די זעלבע טענות נאכאמאל, זע איך נישט קיין ציל צו ענטפערן, ווייל דעמאלטס איז עס מים שאין להם סוף.