היסטארישער דורכברוך – סאטמאר רבי קאמפיינט פאר עליה קיין מד"י
225 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10740
📎 IMG_20160811_231205.jpg
📎 IMG_20160811_231220.jpg
📎 IMG_20160811_231224.jpg
Re: היסטארישער דורכברוך – סאטמאר רבי קאמפיינט פאר עליה קיין

ראו מה בין בני לבן חמי...!!
אינטערסאנטערערלעדיגט גאנצל ביסט טאקע גערעכט, מען דארף זיי שיקן אין די גויאישע פובליק סקול'ס.
אינעם מפורסםדיגן תוכןדיגען קונטרס משלחן מלכים ווערט דארט די וואך אראפגעברענגט די שמועס וואס ר' אהרן האט געהאט מיט איינע פון די ליטווישע ראשי ישיבות ס'ווערט דארט אויסגעשמועסט צווישן די גדולי תורה אז היינט איז חנוך עצמאי אינגאנצן אונטערן משרד און מ'געט דארט א געהעריגע פרייע חנוך און ס'איז פונקט ווי יעדע פאבליק סקול דא אין אמעריקא
ס'איז בכלל א אינטערסאנטע שמועס איבער די היסטאריע פון חנוך עצמאי פון ווען ר' אהרן קאטלער ז"ל האט דאס מייסד געווען און פארוואס סאטמאר רב הדברי יואל זצ"ל איז געווען דערקעגן און ארויסגעקומען מיט זיין גאנצע שארפקייט כדרכו גלייך פון אנפאנג, און ווי זוי ס'האט זיך דערקייקעלט ביזן היינטיגן מצב
אין א סייד נאוט איז כדאי ארויסצוברענגען ראו מה בין בני, אז כאטש דא ווערט אפגעטון דורך רז"ל ענד קאו א געוואלדיגע בגידה נוראה אין שיטתו הקדושה פונעם סאטמאר רב זצ"ל און בכלל געשעט א געוואלדיגע פירצה בחומת הדת מיט'ן מחזק זיין דעם געדאנק פון אריין לייגן אידישע ריינע קינדער און די פאבליק סקול המכונה חנוך עצמאי אבער פון ר' אהרן'ס זייט און פון קהל ייטב לב הערט מען נישט קיין ווארט כאטש מ'וואלט דאס געקענט גוט אויסנוצן מ'לאט דעי לאו לייווס טון וואס זיי ווילן
און לדוגמא ווען ר' אהרן האט זיך איבערגעבעטן מיט בעלזע רב שליטא נאכדעם וואס בעלזע רב האט געטון ווי עס שטייט און שולחן ערוך און געשיקט 10 מענטשן בעטן מחילה ביי רבותינו הקדושים זכרונם לברכה האט מען געגאסן קיתון של שופכין על ראשו של אותו צדיק ר' אהרן , על לא דבר און דאס איז נאר איין דוגמא
אגב
@ליפא א דאנק פאר די בילדער זייער קיוט און שיינע בילדער און וואס מ'נעמט ארויס דערפון איז א לימוד לדורות
Re: היסטארישער דורכברוך – סאטמאר רבי קאמפיינט פאר עליה קיין
חינוך עצמאי איז א פאבליק סקול און שערי חמלה נישט?!
דו ביסט נאך א חסיד פון א רעבע וואס באשמוצט טויזענטע אידישע קינדער?. אין פאבליק סקול לערנט מען חומש ? אין פאבליק סקול לערנט מען משניות? אין פאבליק סקול לערנט מען גמרא?
דאס איז שקר גס פון דיין רבי'ן
און היסטאריש האט מען באוויזען ווי גערעכט גדו"י זענען געווען ביים גרינדען חינוך עצמאי, וואס טויזענטער תלמידי חכמים זענען ארויס פון דארט, ווי קינדער פון פשוט'ער שטיבער זענען געגאנגען אין ישיבות הקדושות און אויסגעשטיגען. ווער נעמט אחריות פאר די טויזענטע נפשות אז צוליעב א שיה"ק זאלען זיי אוועק פאלען פון תורה ומצוות?
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
Re: היסטארישער דורכברוך – סאטמאר רבי קאמפיינט פאר עליה קיין
גאנצל
אינעם מפורסםדיגן תוכןדיגען קונטרס משלחן מלכים ווערט דארט די וואך אראפגעברענגט די שמועס וואס ר' אהרן האט געהאט מיט איינע פון די ליטווישע ראשי ישיבות ס'ווערט דארט אויסגעשמועסט צווישן די גדולי תורה אז היינט איז חנוך עצמאי אינגאנצן אונטערן משרד און מ'געט דארט א געהעריגע פרייע חנוך און ס'איז פונקט ווי יעדע פאבליק סקול דא אין אמעריקא
ס'איז בכלל א אינטערסאנטע שמועס איבער די היסטאריע פון חנוך עצמאי פון ווען ר' אהרן קאטלער ז"ל האט דאס מייסד געווען און פארוואס סאטמאר רב הדברי יואל זצ"ל איז געווען דערקעגן און ארויסגעקומען מיט זיין גאנצע שארפקייט כדרכו גלייך פון אנפאנג, און ווי זוי ס'האט זיך דערקייקעלט ביזן היינטיגן מצב
וואס איז א חילוק וואס די פאקטן זענען ווען עס שטייט קלאר געשריבען אינעם חשובען גליון משולחן מלכים?
Re: היסטארישער דורכברוך – סאטמאר רבי קאמפיינט פאר עליה קיין
איך האב געליינט עפעס אן ארוינישע איסגאבע פון פסח ווי זיי רעדען ארום פארשידענע נאנסענס, קען זיין ס'האט געהייסען שלחן מלכים. דארט האבען זיי ארומגערעדט די גולם פון פראג מיט פויערישע וויצען, די חמץ שעבר עליו הפסח מתוך עמהארצות און האלבע וייסענשאפטען ועוד ועוד.
טאמער ס'איז די זעלבע , איז די האלסעיל לשה"ר קיין חידוש נישט
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
@ליטוואק
פון די מוסד הק' שערי חמלה איז קיין איין כופר אדער סתם פרייע איד נאך בה נישט ארויסגעקומען און פון חנוך עצמאי קומען ארויס תלמידי חכמים כופרים באמונת ד'
און איך גיי יעצט אין ענקערע פארקרומטע שיטות באמונה ודיעות נישט אריינגיין
@אנאנים ס'איז מיר די גרעסטע הנאה צו זעהן ווי ענקערע שיטות זענען די זעלבע ווי @ליטוואקס פראבירסט נאך צו דרייען מיטן צונג און זאגן עפעס אומפארשטענדליכס אז די גויאישע שמד איז נאך אלס ערגער ווי די ציוניסטישע שמד ביי אונז סאטמארע הדוגלים על שיטת רביה"ק הדברי יואל איז עס די זעלבע
אוי האט די רבי ז"ל א נקמה אין זיינע שונאים ער האט זיי געגעבן רז"ל פאר א רבי'ן ער פירט זיי ווי טשיקעלעך אויפ'ן מאשין
דער אמת קומט אזוי ארויס ס'ווערט אזוי קלאר אז ס'לאט זיך נישט זאגן
mevakeshגאנצל
אינעם מפורסםדיגן תוכןדיגען קונטרס משלחן מלכים ווערט דארט די וואך אראפגעברענגט די שמועס וואס ר' אהרן האט געהאט מיט איינע פון די ליטווישע ראשי ישיבות ס'ווערט דארט אויסגעשמועסט צווישן די גדולי תורה אז היינט איז חנוך עצמאי אינגאנצן אונטערן משרד און מ'געט דארט א געהעריגע פרייע חנוך און ס'איז פונקט ווי יעדע פאבליק סקול דא אין אמעריקא
ס'איז בכלל א אינטערסאנטע שמועס איבער די היסטאריע פון חנוך עצמאי פון ווען ר' אהרן קאטלער ז"ל האט דאס מייסד געווען און פארוואס סאטמאר רב הדברי יואל זצ"ל איז געווען דערקעגן און ארויסגעקומען מיט זיין גאנצע שארפקייט כדרכו גלייך פון אנפאנג, און ווי זוי ס'האט זיך דערקייקעלט ביזן היינטיגן מצב
וואס איז א חילוק וואס די פאקטן זענען ווען עס שטייט קלאר געשריבען אינעם חשובען גליון משולחן מלכים?
שוין ? בארואיגט ? אה בה
קענסט עס אפפרעגן פרעג אפ אבער בלויז זיך צו בארואיגן דיין געוויסן ? נישט קיין וועג פון א באזעסענע פערזאן
Re: היסטארישער דורכברוך – סאטמאר רבי קאמפיינט פאר עליה קיין
האסט א נאמען פון דער אפיקורס ת"ח וואס איז א חינוך עצמאי פראדוקט, וואס ווען נישט פאר חינוך עצמאי וואלט ער נישט געווען קיין אפיקורס?
עוד דבר, ווען דו וואלסט עפעס דא ערנסט געמיינט, וואלט עס דיר געשטערט אז איינער פארפארט. דערווייל ביסטו גאר צופרידען אז יענער פארקריכט זיך (לשיטותך). דער שיטה"ק אין דינסט פון סאטמאר אנשטאט'ס פארקערט.
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
גערעכט
איך דארף מיך פארעכטן ס'איז מיר א הנאה צו זעהן אז איך בין גערעכט מיט דעם וואס איך שריי אלס אז דאס וואס די רז"ל'ס פארקויפן זיך אלס שיטה אידן בלי שום פשרה און ר' אהרן איז פארקראכן אז דאס איז שקר און עס איז ליידער פונקט פארקערט און ס'איז טאקע אין די זעלבע צייט מיין האף אז מיינע ברודער און רז"ל בתוכם וועלן איינזעהן זייער קרומע וועג
ובנוגע אפיקורסת פון די יוצאי חנוך עצמאי האב איך דיר געזאגט אז איך גיי נישט אריינגיין איך געב דיר נאר א עצה זעץ דיך לערנען דעם ויואל משה בעיון וועט דיר לעכטיג ווערן
Re: היסטארישער דורכברוך – סאטמאר רבי קאמפיינט פאר עליה קיין
איך האב פאר דיר אן עצה. במקום שרייבען און זאגען ליגענט, אז ס'איז נישט דא קיין חילוק צווישען חינוך עצמאי און פובליק סקול עפ"ל, די ווערטער פון די נשים הארורות "שוא עבוד אלקים", פארמאך דיין צייטונג און לערן אביסל תורה, וועסטו זעהן אז ס'איז גאר א וויכטיגער זאך צו לערנען תורה, בכלל נישט קיין זאך המביא לידי אפיקורסות, והלכתא גמירא לן דברי תורה אין מקבלים טומאה.
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
mevakeshגאנצל
אינעם מפורסםדיגן תוכןדיגען קונטרס משלחן מלכים ווערט דארט די וואך אראפגעברענגט די שמועס וואס ר' אהרן האט געהאט מיט איינע פון די ליטווישע ראשי ישיבות ס'ווערט דארט אויסגעשמועסט צווישן די גדולי תורה אז היינט איז חנוך עצמאי אינגאנצן אונטערן משרד און מ'געט דארט א געהעריגע פרייע חנוך און ס'איז פונקט ווי יעדע פאבליק סקול דא אין אמעריקא
ס'איז בכלל א אינטערסאנטע שמועס איבער די היסטאריע פון חנוך עצמאי פון ווען ר' אהרן קאטלער ז"ל האט דאס מייסד געווען און פארוואס סאטמאר רב הדברי יואל זצ"ל איז געווען דערקעגן און ארויסגעקומען מיט זיין גאנצע שארפקייט כדרכו גלייך פון אנפאנג, און ווי זוי ס'האט זיך דערקייקעלט ביזן היינטיגן מצב
וואס איז א חילוק וואס די פאקטן זענען ווען עס שטייט קלאר געשריבען אינעם חשובען גליון משולחן מלכים?
די ליינסט נאר האלבע ווערטער. אינעם מפורסדיגן תוכןדיגען קונטרס! וואס גליון? הא?
גאנצל@ליטוואק
פון די מוסד הק' שערי חמלה איז קיין איין כופר אדער סתם פרייע איד נאך בה נישט ארויסגעקומען און פון חנוך עצמאי קומען ארויס תלמידי חכמים כופרים באמונת ד'
אפשר פון שערי חמלה נישט אבער פון ישיבה תורה ויראה זענען דא היפש כופרים
זאגט מיר אן א טי די אז ער קען אויסרעכענען פערציג חברים פון זיין עיזש אין סאטמאר וואס פאסטן נישט יום כיפור
סא זיי מיר נישט אזא צולייגיר ווען עס קומט צו חינוך עצמאי כופרים
Re: היסטארישער דורכברוך – סאטמאר רבי קאמפיינט פאר עליה קיין
די חברה וואס עסען יוכ"פ זענען אין זייער לעבען אין בחירות נישט געגאנגען. וואס שטעלסטו צו?
אז דו פארשטייסט נישט, גיי לערן גמרא תוספות בעיון. אזוי היט מען זיך פון שיטות הקדושות ושאר מרעין בישין
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
@שמעון וואלף אממממ 🙄 😉 מילא דארפסטוך אננעמען פאר די אגודיסטן ווייל עטץ זענטס דאך איינס מיט זיי אבער באשמוצען סאטמאר ? 😳 נאך נישט געב אפאר יאר........
ליטוואק פון בודאפעסטדי חברה וואס עסען יוכ"פ זענען אין זייער לעבען אין בחירות נישט געגאנגען. וואס שטעלסטו צו?
אז דו פארשטייסט נישט, גיי לערן גמרא תוספות בעיון. אזוי היט מען זיך פון שיטות הקדושות ושאר מרעין בישין
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
ביאור : גיין צו בחירות אריינצושטעלן אידן אין די כנסת פון די ממשלת הכופרים וואס מאכן חוקים נגד התורה
Re: היסטארישער דורכברוך – סאטמאר רבי קאמפיינט פאר עליה קיין
לשיטתך טאר מען נישט שיקן די פראנצויזישע קינדער קיין גור נאר ענדערש לאזן גיין און פאבליק סקול איך שטעל מיר פאר אז נישט פארעכט מיר אויב דו דינגסט זיך
אפילו זיי טוען זאכן וואס איז כפירה לויט דעם ויואל משה זענען זיי דאך פרומע יודען
מיט וואב איז חינוך עצמאי ערגער אין דעם זין?
Re: היסטארישער דורכברוך – סאטמאר רבי קאמפיינט פאר עליה קיין
בלאה בלאה בלאה.
מ'האט דיר שוין טויזענטער מאל אויפגעוויזען דער שקר פון די זאץ, נאר י. מ. סופר וחבריו האבען א כח צו פארקרומען א מענטשנ'ס בליק אפילו קעגען זיין אויגען.
דער עיקר אז די לוחמים קעגען די תורה ולומדיה האבען אייביג עגזיסטירט, און זיי האבען אלס געשלעפט אזעלכע וואנזיניגע תירוצים. הצד השוה שבהן אז זיי האבען פיינט תורה ולומדיה. דאס איבעריגע איז איבעריג
mevakeshלשיטתך טאר מען נישט שיקן די פראנצויזישע קינדער קיין גור נאר ענדערש לאזן גיין און פאבליק סקול איך שטעל מיר פאר אז נישט פארעכט מיר אויב דו דינגסט זיך
אפילו זיי טוען זאכן וואס איז כפירה לויט דעם ויואל משה זענען זיי דאך פרומע יודען
מיט וואב איז חינוך עצמאי ערגער אין דעם זין?
וואס פרעגסטו מיך ? אונז האב מיר א אדרעסס נעם ארויס ויואל משה דף שנא און קוק וואס דארט שטייט שאל אביך ויגדך פרעג די אידן וואס האבן מיט געהאלטן וואס די רבי האט געוואלט מען זאל טון מיט די מאראקא קינדער ווי די רבי האט געשטעלט זיין נעפיו דעם דעמאלדיגער סיגוטע רב זי"ע ועכ"י און די רבי ז"ל מיט ר' נתן יוסף ז"ל האבן דעמאלט עוסק געווען אין דעם ענין , די רבי הדברי יואל האט בשעתו געווארענט אז מ'זאל נישט עולה זיין קיין א"י וכו' קוק וואס די רבי שרייבט אין די מכתבים בנוגע ארויסנעמען אידן פון אונגארן אז מ'זאל נישט גיין אינאיינעם מיט די אגודה ס'איז נאך געווען אזא הוראת שעה ווי היינט די רבי האט זיך נאר געשטעלט מיט א שטארקייט אז מ'זאל נישט ארבעטן אינאיינעם מיט אזעלכע וואס האבן אנדערע דיעות ווי אונז ווי די רבי הדברי יואל זי"ע האט זיך אויסגעדרוקט בלשון קדשו מיט א ריתחא דקדושה : מ'נעמט זיי ארויס פון שמד און מ'לייגט זיי צו כפירה
אונז זען מיר נישט קיין גרים די רבי האט אונז איבערגעלאזט זיינע הייליגע ספרים
אינטערסאנט וואס די רבי האט געהאלטן ביי די מתנחלים ווען מ'מעג יא מוחה זיין קעגן זיי און ווען נישט דאס האסטו געוואוסט אין איין מינוט כאטש ס'שטייט נישט נישט אין ויואל משה ניאין על הגאולה און ניט אין קיין איין דברי יואל און דא ווען דו רעדסט פון ענינים וואס עס שטייט ארויס אין ויואל משה שטייט ארויס אין דברי יואל מכתבים דעס ווייסטו עפעס נישט אתמהה הכי לזה קרא שמו בעל ויואל משה ?????????????????
קיינער הייסט זיי נישט שיקן קיין גער אויך נישט מ'דארף עפענען אזא מוסד ווי לדוגמא באר יצחק אין באר שבע
Re: היסטארישער דורכברוך – סאטמאר רבי קאמפיינט פאר עליה קיין
'אונז זענען נישט קיין בני גרים' 'אונז האבען א רבי'
שוין איינמאל בני גרים. במקום דער תורה המקובל מדור דור, האסטו נישט מער ווי א רבי וואס דארף מיט גארנישט שטימען, האט ענק אנגעטוהן א סעלקא הוט ביים אראפקומען פונ'ם שיף און דארט איז דער גרות חל געווארען. לעומת אידען וואס האבען געלערנט די חשיבות פון תורה מדור דור פון טאטע'ס זיידע'ס און עלטער זיידע'ס. אידען וואס האבען נישט מקבל קיין נייעם תורה אז במקום ציונות פארמאכען זיך אלע ספרים און אידישע ווירדען. מענטשען וואס זייער סוגיא הייבט זיך אן און לאזט זיך אויס ביי שאלעשודעס תורה.
ענדעריש בלייבען ביי שמד ווי איידער גייען לערנען תורה ווען מ'האט אן אנדערע מיינונג אין תורה ווי איהם!!! און דאס איז דיין מסורה!!!!
מ'איז גרייט אלס צו גלויבען! איינער א רבי זאגט שווארץ איז ווייס איז ער אויך באגלויבט. און דערנאך מאכט מען ליצנות און מ'טרייבט האס פון מענטשען וואס גלויבען בלינדעהייט אין זייער געטשקע כאילו ענק זענען ריין פון די אמונה טפלה!
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
ס'געפעלט מיר נאך דאס מערסטע ווי ארונים ווערן פליצלינג רביזכיסעיאגנעליינע אידן. ווען בני יואל ניצט זייער רבין פאר זייער אגענדע טרייבט מען לצנות פון זייער פארנאטישקייט אבער ווען מ'קען קלאפן רז"ל נעמט מען אפיר די בני יואלער רביזכיסעיאגנעליינע און מ'פארסמאקעוועט זיך דערמיט.
דער אמת דארף מען אבער וויסן. ווי לשם שמים די סאטמאר רב האט עס געמיינט און ווי סאך סיעתא דשמיא ער האט געהאט איז ער דאך געווען א בשר ודם. און וויבאלד ער האט קיין עקספיריענס נישט געהאט איז נישט רחוק צו זאגן אז אונז פארשטיי מיר בעסער ווייל אין חכם כבעל נסיון. די מערכה צו ראטעווען מאראקאנע קינדער האט זיך ליידער נישט אויסגעארבעט (על אף וואס עס איז דא די ת"ת לספרדים אין ב"ב) דארף מען פראבירן מיט אלע מיטלן וואס איז שייך צו טון וואס מעגליך און נישט בלייבן סטאק ביי תשי"ב.
מיר זענען קלוגער געווארן זייט דעמאלטס און מיר האבן עקספיריענס
פעילים יד לאחים האט אמאל משפיע געווען אויף א מענטש נישט תו שיקען אין א פרייע מוסד, נאר זיי האבען געוואלט דוקא שיקען אין ממלכתי דתי נישט חינוך עצמאי. די עסקנים האבען געפרעגט הרב שך צו זיי זאלען ארויסהעלפען. הרב שך האט געפרעגט ביים בריסקער רב. די עסקנים האבען געלייגט אן אויער צום טיר, צוהרענדיג ווי הרב שך שטעלט פאר די שאלה. דער בריסקער רב האט זיך גענומען רעדען שארף קעגען די ממלכתי דתי און דער מזרחי באוועגונג. ווען הרב שך איז ארויס זענען זיי ערשטוינט צו הערען אז ער האט געהייסען שיקען אין ממלכתי דתי. זיי האבען געפרעגט הרב שך אז זיי האבען אליינס געהערט ווי דער בריסקער רב שימפט און קאכט אויף די מזרחי. הרב שך האט געזאגט "אין דבר, שיקטס אין ממלכתי דתי"
א שטיק צייט שפעטער זענען די עסקנים פארצופאל געווען ביים בריסקער רב און דער רב האט געפרעגט וואס זיי האבען געטוהן. די עסקנים האבען זיך געשעמעט אבער זיי האבען געזאגט דער אמת. דער בריסקער רב האט געזאגט, כאילו צו זיך, "ר' לייזר פארשטייט..."
ליטוואק דו האסט שטארקע טענות אבער עס האט נישט צו יעצטיגע מערכה נאר בכלל וויאזוי שטימט ויואל משה מיט אנדערע איסורים און מהלכים, אבער יעצט איז די נקודה צו דער ויואל משה וואלט געטוהן וואס זיין נעפיו טוהט יעצט אדער נישט.
איך האב זיך באצויגען צום צענטראלע נקודה. צו התנגדות צו ציונות מיינט לאזען ציונים שמד'ן אידען אן א פראקטישע מחאה. סאטמאר האלטען זיך, פאר עפעס א סבה, קעמפער'ס אויף ציונות, דעריבער איז עס דארט נוגע
ליטוואק פון בודאפעסט'אונז זענען נישט קיין בני גרים', 'אונז האבען א רבי'
ליטוואק איך קען אביסל דיר פין לעיקוואד [נישט דאס האט מען אייך געלערנט דארט]
סטאפ חוזק צו מאכן פין א גברא רבה
הזהרו בגחלתן
נישט דאס האט אייך רבי אהרן אין לעיקוואד גלערנט צו חוזק'ן פין א אדם גדול
יא!! אז א אדם גדול זאגט נישט אריינלייגן אידן אין א מקום המסוכן ברוחני ווי מען לערנט ביכער וואס שטייט כפירה, דארפן זיינע תלמידים הארכן און טון כהוראתו אוועקצושטעלן אייגענע דרכי הצלה
עם כל זה האט נאך סאטמאר רב שטארק געשעצט דיין לעיקוואדע ראש ישיבה ביים זאגן שבחו ברבים שלא שינה אז ער האט אהערגעשטעלט א לגיון של מלך וואס הארעוועט אין תורה, ד.מ. נישט אז יעדערער מיז מיטגיין מיט זיין מהלך לגבי חינוך עצמאי.
איך ווייס נישט צו דו האסט אנטדעקט מיין אידענטיטעט, אבער מיין שיחת חולין האסטו נישט פארשטאנען.
בני גרים מיינט מענטשען וואס האבען נישט איינגעזאפט די תורה'דיגע מושגים, נאר געליינט א ספר צוויי אן די רקע (בעקגראונד) פון א אידישע בליק.
א מענטש וואס קען לערנען א ספר אגדה און אויף דעם בויען א רעכט און א פליכט צו שטופען אידישע קינדער אוועק פון תורה צוליעב חשש דעות אחרות בתורה, איז א מענטש וואס האט זיך מגייר געווען פון א ספר, נישט א מענטש וואס איז דורכגעווייגט מיט תורה מושגים.
יא, ענק ויואל משה אידען זענען בני גרים, מענטשן וואס מדבר סיני איז ארשיווע און ערבות מואב איז קראלי, א היסטאריא פון ווייניגער ווי הונדרעט יאר.
סאטמאר רב האט זך נישט אנגעהויבן אין ארשיווע קראלי
עס איז א המשכה פין ערליכע גדולי ישראל ואס האבן געקעמפט קעגן כוחות הטומאה
ליטוואק פון בודאפעסטא רעכט און א פליכט צו שטופען אידישע קינדער אוועק פון תורה צוליעב חשש דעות אחרות בתורה
חס ושלום כמעט קיינער האט נישט אזויפיל געטון להציל היהודים הנדחים כמו מרן הרב מסאטמאר ושלוחיו
ווי האט איימיצער נאך אזויפיל געארבעט צו ראטעווען די אלע פון שמד?
'כמעט קיינער'
האסט אמאל געהערט פון הרב אברהם קאלמאנאוויטש? פון הרב זושא וואלטנער? הרב שריה לונדון? דער קלויזענבורגער רבי? הרב קלמן כהנא? ועוד ועוד וואס האבען געטוהן פאר אידישע קינדער איינס נאך איינס. נישט מיט זיך שלאגען און נישט מיט צוריק האלטען פון גייען אין חדרים, נאר מיט חכמה ודעת, מיט טרעפען דער בעסטע סיסטעם פאר יעדער איינער.
ווען דו ביסט נישט קיין בן גרים, פארשטייסטו אז דאס איז אוממעגליך אז א שיטה פון נישט גייען אין בחירות מחמת חשש השפעת המינות איז ווערט אז א אידישע נשמה זאל נישט האבען א געלעגענהייט צו לערנען תורה. ווען איינער האט אזוי געזאגט, אפילו א גרויסע ת"ח, מוז מען עפעס מיישב זיין. א בן גרים האט שוין נישט קיין קשיא, ער ווייסט נישט אנדערש אז ס'זאל איהם שטערן.
ליטוואק פון בודאפעסט'כמעט קיינער'
ועוד ועוד וואס האבען געטוהן פאר אידישע קינדער איינס נאך איינס. נישט מיט זיך שלאגען און נישט מיט צוריק האלטען פון גייען אין חדרים, נאר מיט חכמה ודעת, מיט טרעפען דער בעסטע סיסטעם פאר יעדער איינער. מען רעדט דא פין העלפן פאר די קינדער צו באקימען א אידישע ערציאונג, ווייניג האבן דאס געטין אדרבה גיי קוק וויפיל תימנ'ע און ספרדישע האבן באקימען דורך סאטמאר רב ושלוחיו אידישע ערציאונג
א שיטה פון נישט גייען אין בחירות מחמת חשש השפעת המינות איז ווערט אז א אידישע נשמה זאל נישט האבען א געלעגענהייט צו לערנען תורה.ווי קימט אבער "בחירות" חשש השפעת מינות וכו' מען רעדט פין שיקן אין פלעצער ווי אין די ביכער שטייט דברי ניאוץ דארט האט סאטמאר רב געהאלטען מען זאל נישט שיקן נאר זיכען אנדערע וועגן פין הצלה, וואס דארף מען זיך אזויפיל מיטשען איז עס אזא הארבע זאך ?
הייסט'ס דו האסט נישט געהערט פון די אלע אידען. אקעי, על ספרך כולם יכתבו. זיי האבען נישט געדארפט קיין ביכער, צייטונג(ען), יארצייט פארפעל טיילאכץ, באוועגונג, ממשיך דרכו'ס, דינער'ס, מחזורים און הננגה'לעך, קעמפס, סדר הבאסעס, יום הצלה, באזונדערע באקליידערונג, שיטה"ק ועוד. זיי האבען נאר שטילעהייט געראטעוועט קינדער צו א תורה ערציאונג און חינוך.
דער חזון איש האט זיך געשוידערט צו הערען אז אין א געוויסע חדר האט מען גענוצט נישט אייסגעהאלטענער ביכער. ט'האט ער געהייסען פארמאכען די חדר? ט'האט ער געלאזט א ציבור אויפ'ן וואסער? ניין! ער האט באקעמפט די ספרי מינות מיט די ליכט פון תורה.
איך פאדער נישט פון א ציבור פון גרים צו פארשטייען די פלאץ וואס דער סאטמאר רב האט אין די תורה ווען קיין תורה פארשטייט מען נישט בלויז דורכ'ן בליק פון רעבעזכיתעיאגעינעלייני, וואס איז באמת א פארטיי בליק פון 'אונז סאטמאר אידען'. ופוק חזי, מ'וועט קיינמאל זיך נישט באמיען צו ערקלערען די שיטה פון תורה, נאר פון 'אינזער רבי'ן', ווייל גרים און בעלי תשובה וויסען נישט אנדעריש ווי דער וואס האט זיי מקרב געווען.
שיסט סתם אין די וועלט אריין
האצקעט ביז סעפטעמבער און קימט צוריק אויסגעניכטערט.
ליטוואק, דיין מיינונג אויף סאטמאר רב זצ"ל איז אונז בכלל נישט רעלעוואנט, פונקט ווי מיין מיינונג אויף דיין רבי/ראש ישיבה איז דיר נישט אינטערסאנט
אזופיל יא, צו צייגען פאר חסידי מהרז"ל ווי א דרויסענדיגער האלט אז ענקער שריט איז א בגידה ברביה"ק זצ"ל וספרו הק ויואל משה
שווער סתם צו האקן אויף מהרז"ל ווען די מהרא'ניסטן קענען נישט צייגן וואס זיי טיען יא.
גראדע זאגט מהרזל אז אסאך פין די מעליאנען וואס מען קלייבט גייט אין ארטיגע פראנצויזישע מקומות
דער ויכוח איז בלויז צו מהר"א טוט יא אדער נישט, און צו מהרז"ל מעג יא אדער נישט גיין קאמפיינען פאר חינוך עצמאי.
לאמיר א רגע אוועקקוקן פון די אחים הקדושים, זאלן זיי מאכן סיום'ס און באזוכן בית השחיטות, און זיך רייסן אויב חכמת לב האט יא אדער נישט גענומען געלט.
און וואס טוט רעב טודרוס????
און דער אראדער רב????
און קרעמניץ, הגרז"ל פילאף, וואודריזש, טשאטה, ר' מנשה פילאף, ר' ישעי' ווייס, הרבנים לבית קאשוי לדורותיהם, מאנטיווידעאו, קאראד, און נאך און נאך, וואו זענען זיי אלע אהינגעקומען?????
פארוואס פרעגט קיינער נישט וואס "זייער" ראלע איז יעצט אין הצלת יהדות צרפת??
פארוואס האבן זיי בלויז די "פריוויליגיע" פון מוחה זיין אויף יעדעם, און ווען ס'קומט צו טוהן זענען זיי זיך מוציא מיט דעם און מיט יענעם????
זיי ווייסן נישט אז דאס איז געווען די ערשטע שאלה נאכן סטראוק????
אנשטאט זיין פארנומען מיט כלל ישראל'ס עוולות און פירצות מימות אדם הראשון, פארוואס שארצן זיי זיך נישט ארויף די ארבל צו טוהן למען הצלת יהדת צרפת????
די קשיא איז אויף די וואס האבן עקסעס צום ציבור'ס געלט וואס איז יעצט נייטיג
די 2 יורשים האבן עקסעס.
לאז וואודרידזש ארויס, ער פאררופט זיך נישט אלס סאטמארער
ליטוואק פון בודאפעסטלאז וואודרידזש ארויס, ער פאררופט זיך נישט אלס סאטמארער
סאקמירער יא
איש את רעהודי קשיא איז אויף די וואס האבן עקסעס צום ציבור'ס געלט וואס איז יעצט נייטיג
די 2 יורשים האבן עקסעס.
וואס איז דיין גרויסע קשיא. ר אהרן ווי נאר מאיז געקומען צו אים עטליכע חדשים צוריק. און ער האט זיי אפגעזאגט ווייל ער וויל נישט שיקן קינדער צו חינוך עצמאי האט ער פארשטאנען אז נעקסט גייט מען צום ברידער אזוי ווי ביים כינוס איבער טעכנאלאגיע. און ער וועט זיך שוין צוכאפען דערצו ווי הייסע לאקשען
יעצט אז דער ברידער שאפט שוין אזויפיל מיליאנען איז ער דאך שוין פטור. נישט אזוי ?
איך האף איה היינט נאכט פראבירן אביסל מסביר זיין מיינע ברודער פון די מעסיגע סאטמארע אלע זייערע פראגעס דערווייל ליין איך מיט הנאה
קנאק-יענקלדער ויכוח איז בלויז צו מהר"א טוט יא אדער נישט, און צו מהרז"ל מעג יא אדער נישט גיין קאמפיינען פאר חינוך עצמאי.
פארוואס פרעגט קיינער נישט וואס "זייער" ראלע איז יעצט אין הצלת יהדות צרפת??
איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אבער לפי ידיעתי רעדט מען נישט דא פון א פדיון שבויים וכדו'. בס"ה איז גענוג דער מצב פון ר' מלכיאל קאלטער מיט אלע ליטווישע צוזאמען מיט מהרז"ל און צוגאב מיט די מעכטיגע pr וואס מהאט שוין אנגעשאפט. דאס האט שוין ב"ה געברענגט סכומים אדורים והגונים מ'האט שוין אט אט גענוג געלד צו מסדר זיין גאנץ יהדות צרפת. עס פעלט נישט אויס מער.
פונקט ווי אלע אנדערע גרויסע רביים פארשטייען אזוי און זיי זענען עוסק אין זייערע קהילות. פארשטייט אויך אזוי מהר"א. עס פעלט נישט אויס ממש אלע גרויסע רבנים אין אמעריקא זאלן יעצט רייסן געלד פאר דעם צוועק.
ארלעדיגט? כאף אז יעצט וועסטו קענען שלאפן רואיג אז דו ווייסט שוין גענוי פארוואס מהר"א טוט נישט יעצט אין די נושא
גאנצלאיך האף אי"ה היינט נאכט פראבירן אביסל מסביר זיין מיינע ברודער פון די מעסיגע סאטמארע אלע זייערע פראגעס דערווייל ליין איך מיט הנאה
גאנצל,
יעדער מעסיגער סאטמערע ווייסט זייער קלאר און האט נישט קיין שום שאלה א שאד דיין צייט. היינט האב איך צייט זיך אינטערצוהאלטן ענטפער עטליכע. די אנדערע שוטים וואס גיסן פעך און שוועבל מיט שנאה און האס איז אנעבירה צו ליינען כש"כ צו ענטפערן
ס'איז גארנישט אזוי געשמאק. רוף עס נישט אן אן עבירה
@שמעון וואלף @אנאנים קודם שטיי איך מיט וואונדער איך פארשטיי נישט דא שטייט א ניק און גיסט קיתון של רעי אויפ'ן רבי'ן ז"ל וואס שווייגט איר ? וואס נעמט איר זיך ניט אן פאר זיין כבוד ? וואס זענט עטץ ביזי מיט ר' אהרן ? נעמטס ענק קודם אן פאר כבוד רבינו
יעצט צום ענין קודם צו דיר שמעון וואלף מיין קשיא איז דאך פארקערט ווי קומט צו ענק אזוי מזלזל צו זיין אינעם רבינ'ס שיטה עטת זענטס דאך דעם רבינס אמתע חסידים עטץ רופטס דאך אים בעל ויואל משה לאפוקי פון די לינקע ארונים ניין ? נישט אזוי האט איר פארקויפט אלעמאל
יעצט בנוגע צד מהר"א די רבי די דברי יואל זיע איז נר לרגלם אלעמאל געווען ובפרט זייער רבי ר' אהרן יעדע זאך וואס עס איז א ספק ווי זוי צו טון יעדע דיון איז ער מעיין און ער פרעגט זיך נאך ביי זקני חסידים ומשמשים און ער אליין האט אויך גוט ארויס די שיטה און מהלך פונעם דברי יואל סיי וואס ער אליין איז א נבון און סיי ער האט אסאך מקבל געווען פון זיין טאטן די רבי ז"ל
נאר וואס דען די רביזכוסויגיןלינו וואס עטץ פארקויפטס מיט שקרים וכזבים על שמו דאס איז ער נישט גורס די קוואדערס וואס זריל גליק פלעגט פארטיילן אלס געבענטשט פון רבין ז"ל און ס'איז געווען פון יארע 2000 דעס האט ער נישט גורס געווען זיך האלטן מיטן רבין האט גארנישט מיט דעם צו מ'רופט אים בעל ויואל משה צו מ'רופט אים דער דברי יואל נישט דא ליגט די זאך וקצרתי במקום שצריכין להאריך
יעצט צום ענין דאס איז קלאר אז די רבי ז"ל האט געהאלטן אז הצלה ביי חנוך עצמאי איז קיין חנוך נישט ס'איז אזוי ווי דו ראטעוועסט איינעם ארויס פון וואסער און דו לייגסט אים אין פייער זיך טרוקענען......... הגע בעצמך ווען מ'זאל פארלייגן פאר'ן רבין אז מ'קען ראטעווען קינדער בתנאי אז זיי ווערן מתנחלים וואלט ער דען געלאזט ? קיינמאל וכן הכא די רבי האט געהאלטן אז די ציוניסטישע לימודים איז כפירה בד' און פערטיג
ס'איז א אפשען צווישן א פרייע ציוני וואס זאגט שמע ישראל אן א היט צו א פרומע ציוני אנגעפולט מיט דעות כוזבות קעגן תורת ד' און גייט זאגן שמע ישראל מיט א היט ביים רבין געווען די זעלבע זאך די גרעסטע ראי' אז קיין איין ענק פון ענקערע דיינים נעמן זיך נישט אן פארדעם
און לגבי מהר"א פארוואס ער איז דא שטול , איך ווייס באמת נישט די תירוץ דערויף @פיינע קאווע האט גערעדט גאנץ צום דבר @ליטוואק האט שוין אויך איינמאל דערמאנט אז מ'רעדט נישט פון פרימיטיווע תמימותדיגע תימנע קינדערמ'גייט נישט דא שניידן קיין פיאות פאר קיינעם בסה רעדט מען דא פון אזעלכע קירוב רחוקיםדיגע נשמות וואס ווייסן זייער גוט ווי זיי ווילן גיין און בפשטות וועלן זיי עניוועי גיין צו חנוך עצמאי אדער סוכנות ווייל דארט איז זייער פלאץ און ממילא לאט ער פאר די ליטווישע טון די זשאב עניוועי דאס איז נאר וואס איך טראכט
לגבי וואס ער האלט טאקע ווייס איך נישט איך פארלאז מיר נאר אויף אים אזוי ווי זיין טאטע האט מעיד געווען אז ער א גברא דמרי' סייע' ער האט געהאט דעם ריכטיגן דעת תורה ביים כינוס און זיך נישט פארלוירן פאר א בילד מיט ר' לייבוש און סוכ"ס האט מען דאך געטון וואס ער האט געהייסן לכתחלה ער האט געהאט דעם דעת תורה ביי די פרשה פון קברים און בית שמש נישט געטוישט יעדן טאג מיינונג וכהנה וכהנה נו פארלאז איך מיך אויף אים אז ער האט דעם דעת תורה דא אויך
וקצרתי במקום שיש להאריך
📎 803729288_39434.jpg
איש את רעהוליטוואק פון בודאפעסטלאז וואודרידזש ארויס, ער פאררופט זיך נישט אלס סאטמארער
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
סאקמירער יא
זעהט אויס די הייבסט אים נישט אן צו קענען
ליפא📎 803729288_39434.jpg
זאג זיי זאלן שנעל טוישן די קעפל פון קול קורא.
ס'איז "אתה נותן" אדער "אתם נותנים"
יא יא ס'איז א פאלשע ק''ק