☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » הערה בסוגיית עבירה לשמה

הערה בסוגיית עבירה לשמה

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10600
בלאט: 1 2

נהורא נפישא » דינסטאג יוני 7, 2016 8:13 pm

· #337076
הערה בסוגיית עבירה לשמה
כ'האב געוואלט זאגן א שטיקל ביאור אויף די השקפה פון צדיקי החסידות וואס האבן מעדיף געווען די איכות הכוונה פון די עשיית המצוה איבער די עצם העשייה בכל פרטיה ודקדוקיה.

עס איז מבואר אין די גמרא, אז אן עבירה לשמה איז לכה"פ אזוי חשוב ווי א מצוה שלא לשמה. בעצם -זאגט די גמרא- וואלט אן עבירה לשמה געשטאנען חשוב'ער, ווען נישט די מעלה וואס די עשיית המצוה האט אז אפילו אז ס'איז שלא לשמה, וועט דאס עווענטועל ברענגן צו לשמה, דערפאר שטייען זיי אייניג.

אסאך בעלי מחשבה דרינגן פון די גמרא, אז די עיקר דגוש דארף ווערן געלייגט אויף די כוונה ווי איידער אויף די עשייה.

הגם אין הלכה איז בפירוש דא דיונים איבער די עדיפות פון איין מצוה אדער חיוב איבער אן אנדערען, גיבט זיך אבער די הלכה נישט אפ נאר כלפי די חשיבות פון די עצם המצווה אומאפהענגיק פון די איכות המצוה כלפי כוונה ודביקות, טאמער נעמען מיר אבער אין באטראכט די איכות המצוה כלפי הכוונה, דאן טוישן זיך די שיקולים כלפי די סדר העדיפות.

אסאך מחברים צוימען אבער שטארק איין דער ענין אז יעדער יחיד זאל קענען לפי ראות עיניו מחליט זיין און שוקל זיין כלפי די כוונה. זיי פאדערען נאכצוגיין דייקא די סדר העדיפות לויט ווי די הלכה דיקטירט.

דאס ארויסגעבן אזא הוראה, קען זעלבסט זיין בגדר עבירה לשמה, מיט דעם וואס זיי זענען זיך מתעלם פון דעם אז די עיקר דגוש דארף דוקא זיין כלפי הכוונה, צוליב דעם וואס זיי האבן געהאלטן אז די צוגאנג פון זיך קאנצעטרירן זיך דוקא אויף וואס די הלכה דיקטירט וועט ברענגן מער סטאבילעזירונג אז ס'זאל נישט ארויסגיין ווייטער פון די גדר פון עבירה לשמה, מער פון וואס חז"ל זענען ממליץ.

די נפש החיים איז אויך איינע פון די מחברים וואס פירן א פאלעמיק מיט די השקפה, ס'איז משמע אז ער באציט זיך טאקע צו די השקפה החסידית.

מ'קען אפשר פארשטיין די מחלוקה צעווישן די צוויי השקפות אויף דעם אופן; די גדולי המתנגדים היות זיי האבן געלייגט די דגוש אויף דקדוק הלכה, בהשפעת די חידושי הלכה וואס זענען נתחדש געווארן אגב די שטארקע דגוש וואס איז געלייגט געווארן אויף די עצם לימוד התורה בעיון, ממילא האט דאס שוין משפיע געווען אויף די מושג פון כוונה, אז כוונה איז פארשטאנען געווארן צו מיינען די עצם אנשטרענגעניש וואס מ'האט ביי די עצם העשייה נאכצוקומען אלע אירע דקדוקים. משא"כ די צדיקי החסידות וואס האבן עוסק געווען שטארק אין קבלה, זענען זיי אריינגעשלעפט געווארן אין גאר אן אנדערע פארשטענדעניש איבער די מושג פון כוונה, פון גאר הויעכע מדריגות פון דביקות און יחודים ולעשות נח"ר להבורא ית"ש, וואס געוויסע דקדוקים אין הלכה האט זיי למעשה געשטערט צו די איכות הכוונה, און דערפאר האבן זיי געמוזט פארקוקן דערויף בתורת עבירה לשמה

מפוזרי » דינסטאג יוני 7, 2016 8:24 pm

· #337079
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
בקיצור, נישט א יעדער האט די ריכטיגע רעסעפּטארס צו קענען אויפכאפן אזא איידעלע זאך ווי עבירה לשמה.

איך האב עס שוין נעכטן געשריבן; צו זיין א חסיד דארף מען האבן א חוש צו פאעזיע.

בן אדם » דינסטאג יוני 7, 2016 8:56 pm

· #337083
א שיינע נושא.
זעה אויך ענדליך'ס אין דעם אשכול.
נהורא נפישא
אז כוונה איז פארשטאנען געווארן צו מיינען די עצם אנשטרענגעניש וואס מ'האט ביי די עצם העשייה נאכצוקומען אלע אירע דקדוקים.

וואסערע כוונה איז דאס? ס'איז א חלק פון די עשיה, אפשר איז געווען גענוג נישט צו מסיח דעת זיין, און דאס האט געהייסן כוונה?

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 7, 2016 9:06 pm

· #337086
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
צוויי זאכן. קודם ווי אזוי ארבעט דער דמיון ע"פ ריזען. פארוואס איז אן עבירה לשמה ווי א מצוה שלא לשמה/שלא בכוונה? אחרי זה, די פירסט אויס אז די חסידים האבן געמוזט פארקוקן אויף די פרטי ודקדוקי העשייה און וועגן דעם איז די מצווה פאר זיי בתורת עבירה לשמה אבער דאס איז נאר בהנחה אז די מתנגדים'ס חידושי הלכה וגדוש עליהם איז סופיריער פון די מיסטישע דביקות ויחודים פון די צדיקי החסידות. אנדערש קען די לעצטיגע ווייטער בלייבן לכה"פ א מצוה שלא לשמה. אויב לויט יעדעם איז כוונה דער עיקר מוז דער צדיק זיין עט ליעסט איין מדריגה העכער פון דער פשוטער יחיד וואס האט גארנישט אינזין און טוט די מצוה פלעין לפי סדר העדיפות - און אויף וועמען דו זאגסט - אז לויט די געוויסע מחברים האבן זיי אויף דעם איינגעשטימט ווייל כאטש איז עס בגדר עבירה לשמה. ווידעראום דער צדיק האט כאטש אינזינען. אויב זענען זיינע כוונות גארנישט איז עס ע"פ המתנגד אפילו אן עבירה לשמה אויך נישט.

אויכעט, דער הדיוט, ווען ער טוט די מצוה, אפילו אויב גענוי ווי די דיוקים וואס די חידושי הלכה האבן אויפגעטוהן, עדיין וואו קענסטו פאסיבלי טענה'ן אז די עצם אנשטרענגעניש פון דעם הדיוט בשעת'ן טוהן די מצוה קען פאררעכנט ווערן כוונה אויב ער ווייסט נישט וואס (און פון וואו) עס איז יעצט מער מחודש געווארן פון אמאל? דאס אז ראובן ארבעט שווערער ביי דער עשייה ווייל א שמעון האט שווערער מכוון געווען ביים מחדש זיין דער עשייה מאכט נאכנישט אז ס'זאל הייסן שמעון מאכט עס בכוונה.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

מפוזרי » דינסטאג יוני 7, 2016 9:30 pm

· #337093
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
בן אדם
א שיינע נושא.
זעה אויך ענדליך'ס אין דעם אשכול.

נהורא נפישא
אז כוונה איז פארשטאנען געווארן צו מיינען די עצם אנשטרענגעניש וואס מ'האט ביי די עצם העשייה נאכצוקומען אלע אירע דקדוקים.

וואסערע כוונה איז דאס? ס'איז א חלק פון די עשיה, אפשר איז געווען גענוג נישט צו מסיח דעת זיין, און דאס האט געהייסן כוונה?


מיט כוונה מיינט מען הכנת הלב.

לגבי דיין ערשטע הערה: ס'נישט אזוי ענליך. עבירה לשמה הייסט, אז מ'פארשטייט אז מ'איז יא געבינדן צום הלכה און פונדעסטוועגן איז מען עובר, והבן.

בן אדם » דינסטאג יוני 7, 2016 9:37 pm

· #337096
מפוזרי


מיט כוונה מיינט מען הכנת הלב.

לגבי דיין ערשטע הערה: ס'נישט אזוי ענליך. עבירה לשמה הייסט, אז מ'פארשטייט אז מ'איז יא געבינדן צום הלכה און פונדעסטוועגן איז מען עובר, והבן.

א. מ'רעדט נישט פון הכנה, נאר פון די כוונה בשעת מעשה.

ב. ס'האט א שטארקע שייכות ווייל די תוצאה איז די זעלבע אז מ'איז משנה די מעשה וועגן די כוונה.

מפוזרי » דינסטאג יוני 7, 2016 9:42 pm

· #337098
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
מיט הכנת הלב מיין איך טאקע דאס, אז די הארץ איז מיטן מענטש בשעת ער טוט די פּעולה. און דאס קען אויך קומען מכח עיון בדקדוק הדין.

מפוזרי » דינסטאג יוני 7, 2016 9:44 pm

· #337100
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
לגבי ב', ס'איז א גרויסע חילוק אויב מ'האלט ס'איז לעגאַל צי אומלעגאל.

בן אדם » דינסטאג יוני 7, 2016 9:48 pm

· #337103
א. הכנת הלב איז עפעס א חסידישע אדער מוסר'שע אויסדריק, באמת דארף עס נישט זיין מער ווי בלי היסח הדעת.

ב. פיין. אבער ס'איז אין די זעלבע סוגיא און ס'געט צו צום הבנת הענין.

מפוזרי » דינסטאג יוני 7, 2016 9:55 pm

· #337107
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
א': אה״נ, אבער מ'רעדט נישט דא פון הלכה, נאר דער אופן וואס דער מדקדק נוצט מקיים צו זיין דער עניין פון כוונה.

ב': ok

נהורא נפישא » דינסטאג יוני 7, 2016 11:36 pm

· #337125
טאמבעל, אויב פארשטיי איך גוט, מערקסטו אן א סתירה און מיינע ווערטער. פון איין זייט זאג איך אז די מתנגדים האבן נישט געהאלטן פון מעדיף זיין די כוונה כלפי די עשייה, און דערנאך זאג איך א הסבר אז ס'קען זיין אז זיי האבן געהאט אן אנדערע מיין איבער די מובן פון לשמה.
באמת, האב איך טאקע פארגעסן מוסיף צו זיין נאך א קנייטש, אוודאי כלפי די ערענסטע חשש וואס די מחברים האבן מורא געהאט, די עקסטרעם וואס שבתאות און אנדערע מיסטישע באוועגונגען האבן אויסגענוצט די מושג פון עבירה לשמה, אזוי ווייט זענען די חסידים מילא נישט געגאנגען, זיי האבן סך הכל געטאן ווי דעת תורה דרוקט זיך אויס זייער טרעפליך אין אן אנדערען אשכול- אזעלעכע עבירות וואס א גוי טוט נישט. אלזא אן אפנויג אין הלכה האט א פרעצעדענט אין אשכנז פאר געוויסע סיבות און שיקולים, דערפאר האבן צדיקים געהאלטן אז צו פארשטערקערען די כוונה איז אויך גענוג סיבה אפצינויגן פון הלכה, ווייל דאס איז לכל הדעות נאך אין כלל פון עבירה לשמה. משא"כ די מתנגדים האבן אפשר געקלערט אז עס פעלט זיך אויס נאר א מינימאלע כוונה, און אויף צו בארייכערען די כוונה איז אפשר נישטא די היתר פון עבירה לשמה

נהורא נפישא » דינסטאג יוני 14, 2016 11:10 am

· #337685
עס שטייט אין חסידישע ספרים, איבער גאר א הויעכע מדריגה ביי צדיקים, אז זייער עבודה איז בלתי לשם לבדו, אן קיין שום צפיה לקבלת פרס, אדרבה זיי זענען להוט צו מאכן א נחת רוח פארן באשעפער אפילו אויפן פרייז אז זיי וועלן פארווארפן ווערן פון אלע עולמות.
די שאלה איז, איז דאס עפעס נאר א טעארעטישע זאך, אדער איז באמת דא אזא זאך אין אידישקייט אז די וועג צום גיהנם איז אויסגעפלאסטערט מיט גוטע כוונות, אדרבה אויב איינער האט אזוי ליב דעם אויבערשטען הערט זיך דאס פאראדאקסיש אז דערפאר וועט ער נאך פארווארפען ווערן פון אלע עולמות.
נאך עפעס הערט זיך דא פאראדאקסיש, די גדלות פונעם צדיק איז זיין גרייטקייט פאר מסירת נפש צו מאכן א נח"ר פארן אויבערשטען, וואס איז אבער זיין מאטיוו, זיין געוואלדיגע אהבה צום אויבערשטען וואס ברענגט אים די הנאה צו טון א נח"ר ביז מסירת נפש, קומט דאך אויס אז די גדלות זיינע ליגט אין דעם אז ער האט זיך ערווארבען א ריינע הנאה, פארט אבער הנאה. פארווארפען ווערן פון אלע עולמות קען דאך אבער מיינען אז ס'וועט אוועקגיין פון אים אלע הנאות, והאיך יתקיימו שניהם ?
ביי א מצוה טרעפט מען אין די פוסקים אויך דער ענין פון וחי בהם, אז א מענטש וואס האט בצמצום מקיים צו זיין א מצוה, קומט ער פריער דאס מקיים צו זיין, אוודאי לפי סדר העדיפות טאר ער אפילו נישט מחמיר זיין דערביי מחמת כמה נימוקים הלכתיים, די פראגע איז אבער איז דען נישט א העכערע מדריגה פאר א מענטש וואס גיט אוועק די זכות פון טון די מצווה פאר א צווייטען, ביים אויבערשטען איז יעדער אייניג מחוייב מיט די מצווה, ס'איז דאך נאר ווער ס'האט למעשה די זכות, בפרט אז ס'קען זיין אז דוקא דער איש הפשוט מאכט הערשט א גרעסערע נחת רוח מיט זיין מצוה.
למעשה געפינען מיר אז צדיקים האבן פארקויפט עולם הבא פאר א מצוה, ס'האט מיר אלס געוואונדערט, נניח אז אזא מכירה האט א תוקף, ווייסט דאך אבער דער צדיק אז גאט האט גענוג עוה"ב, צו געבן פארן צדיק וואס איז זיך אזוי מוסר נפש, אלזא וואס איז טאקע די מסירת נפש דערביי ? מילא ווען איינער פארקויפט עולם הבא מיט א ויבז עשו את הבכורה צוגאנג, איז פארשטענדליך אז ער פארלירט דאס, אבער דא איז דאך אדרבה ער פארקויפט דאס טייערסטע פאר א מצוה.
ס'קען זיין אז די גדלות פון פארקויפן עולם הבא איז טאקע נישט די משמעות פון פארקויפן, ס'איז נאר דער ענין ווי מטרעפט ביי ר' חנינא בן תרדיון אז צומאל איז דער ענין אזוי גרויס אז אפילו א פראסטער מענטש קען זיך איינקויפן מיט די קלייניגקייט עולם הבא.
לויט די דעה אז מקושש לש"ש נתכוון, געפינען מיר אין אים א מקור פון מסירת נפש אפילו אויפן חשבון פון חילול שבת החמורה, און דארט געפינט מען טאקע די ציווי השם על אף שהכל גלוי לפניו, מיתתו בסקילה, קען זיין דערפאר אז ס'זאל פועל זיין די מכוון פון לש"ש, אבער באמת איז ער טאקע ארויף במעלות הצדיקים אויף גאר הויעכע מדריגות.

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 14, 2016 1:41 pm

· #337709
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
איך בין נישט זיכער אז איך פארשטיי וואס דו זאגסט דא און די המשך וואס דאס האט מיט פריערט.

נהורא נפישא

ביי א מצוה טרעפט מען אין די פוסקים אויך דער ענין פון וחי בהם, אז א מענטש וואס האט בצמצום מקיים צו זיין א מצוה, קומט ער פריער דאס מקיים צו זיין, אוודאי לפי סדר העדיפות טאר ער אפילו נישט מחמיר זיין דערביי מחמת כמה נימוקים הלכתיים, די פראגע איז אבער איז דען נישט א העכערע מדריגה פאר א מענטש וואס גיט אוועק די זכות פון טון די מצווה פאר א צווייטען, ביים אויבערשטען איז יעדער אייניג מחוייב מיט די מצווה, ס'איז דאך נאר ווער ס'האט למעשה די זכות, בפרט אז ס'קען זיין אז דוקא דער איש הפשוט מאכט הערשט א גרעסערע נחת רוח מיט זיין מצוה.






לאמיך זען. דו זאגסט אז דער וחי בהם קומט זאגן אז אפי' (אדער דוקא - אויב איז דא אויף אפציע מער פון איין מצוה ) מצות שהחיים תלוי בו זאל מען טאהן ומסייע ליה להצדיק? איך האב אלעמאל געמיינט פשט אין וחי בהם איז פארקערט און במילא איז טאקע שווער אויף א פאל פון מקושש. פרעגסטו ווייטער אויב ס'איז נישט גרעסער ווען ער גיבט אוועק די מצוה פאר א צווייטען. מיינסטו דא צו פרעגן אז די מצוה וואס ער האט איבערגעלאזט (=פאר א צווייטען) איז נאך א גרעסערע זכות? (וועלכע זכות/מדריגה? דער זכות אז ער האט עס אוועקגעגיבן דארף ער דאך אויך אוועקגעבן?) בקיצור איך האב נישט ארויס דער גאנצער פאראגראף. נאך א זאך. וויאזוי מאכט מען א נחת רוח פאר'ן אויבערשטן און צו די זעלבע צייט פארווארפט ער פון ביידע וועלטן? אדער יא נחת רוח אדער נישט.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 14, 2016 2:04 pm

· #337712
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
נ.ב. ווי איך האב פארשטאנען איז דער מקושש געווען א פראבלעם. מ'מוז אים האבן בסיפור הדברים צו האבן עט ליעסט איינמאל אן עקזאמפל פון אן עובר עבירה און ווי גאט זעלבסט איז מקשר דעם תוצאה מיטן סיבה. אבער דא ווערט שווער שמעו ישראל נעשה ונשמע (כ'מיין דער געדאנק) והאי הלך ועשה? און בכלל דער מציאות פון דאס אז א מענטש קען זיין א מזיד שוין נאכן וויסן. אלזא אינטרעדוסט מען דער ענין פון עבירה לשם שמים. אבער דער עבירה לש"ש, חוץ פון די קשיא אז ס'ברויך ווערן א מצוה איז קשה אז די עבירה זעלבסט ווייזט אויף א חיסרון אמונה פונעם עובר וואס פרעגט אפ זיין כוונה. ווייל פשט איז ער איז גרייט צו גיין אזוי ווייט ווייל ער פארשטייט און קען טויען אן איידיע אז מ'זאל נישט גלייבן. אקעי, אפשר איז דאס א דוחק. אלזא לאמיר טרייען פארקערט: ס'איז מער קיין עבירה 'לש"ש' ווייל אצינד וועלן די אידן זיך אפהאלטן פון מחלל שבת זיין נישט מכח אמונה נאר מכח עמפיריקעל ריזענס. אלזא ווערט עס אויס לש"ש פאר כלל ישראל.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

מפוזרי » מיטוואך יוני 15, 2016 4:06 pm

· #337833
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
@נהורא נפישא, איך כאפ נישט קלאר וואס ארט דיר. דו פרעגסט אויב ס'דא אזא מושג ווי selflessness נישט מיינען זיך?

דאס איז קלאר אז עבירה לשמה מיינט אז טאקע גרייט צו כאפן פעטש און אויסשטיין די קאנסעקווענצן, ואעפ״כ ואדעתא דהכי טוט מען דאס. לדוגמא אסתר'ס ואני כאשר אבדתי אבדתי.

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 15, 2016 4:30 pm

· #337837
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
אבער פ"וו טוט ער עס? נהורא האט גענוצט די ווארט מדריגה אדער הנאה צומאכן א נח"ר. ביים מקושש איז עס אפשר לקדש ש"ש. כולו אולטריסטיק איז עס אבער נישט. אפשר איז טאקע נישט במציאות אזא זאך. איז דאס נישט 'דער' יסודיות'דיגע פראבלעם ווען מ'רעדט פון לשם שמים?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נהורא נפישא » מיטוואך יוני 15, 2016 6:46 pm

· #337852
מפוזרי
@נהורא נפישא, איך כאפ נישט קלאר וואס ארט דיר. דו פרעגסט אויב ס'דא אזא מושג ווי selflessness נישט מיינען זיך?

דאס איז קלאר אז עבירה לשמה מיינט אז טאקע גרייט צו כאפן פעטש און אויסשטיין די קאנסעקווענצן, ואעפ״כ ואדעתא דהכי טוט מען דאס. לדוגמא אסתר'ס ואני כאשר אבדתי אבדתי.

לאמיר גיין צושטייט
יעדע מענטש וואס טוט עפעס האט א מאטיוו דערינטער, רוף עס הנאה, מניעת צער, מניעת רגשי אשמה, רגשי התחייבות וכו'.
דער אלטרואיסט האט א שטארקע אידיאלע סיפוק פון זיין התנהגות וואס וועגט איבער די ערדישע הנאות זיינע.
דער צדיק, וואס איז גרייט פארווארפן צו ווערן פון אלע עולמות, האט זיך ערווארבן אן אידיאלע ריינע הנאה פון מאכן א נח"ר פאר גאט, אבער זיין מאטיוו איז זיין הנאה, נעם אים אוועק זיין הנאה, איז ער פון די פחות שבפחותים.
ולהוסיף, מיר ווערן טאקע שטארק באגייסטערט פון אזא הנאה, וואס ווערט עררייכט נאך אסאך ארבעט, מיר וועליוען אין פרינציפ דאס
איבערגעגעבנקייט.
מיין שאלה איז צו דער צדיק ווייסט אין וואס ער לאזט זיך אריין מיט דעם אז ער איז גרייט צו פארווארפן ווערן פון אלע עולמות, דאס איז פונקט ווי אן אלטרואיסט איז גרייט צו טון למען הזולת על אף ער וועט באצאלט ווערן מיט דעם אז ער וועט פארלירן זיין הנאה פון טוען למען הזולת און אדרבה ער וועט נאך האבן דערפין גרויס צער.

מפוזרי » מיטוואך יוני 15, 2016 6:47 pm

· #337853
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
@טאמבעל סאס; איינער וואס פארשטייט נישט ווי ס'שייך צו זיין אולטעריסטיק, איז אוודאי נישט קיין מבין אויף עבירה לשמה.

קודם דארף מען קענען דערהייבן אז ס'דא אזא זאך ווי טון א מצווה אינגאנצן נאר למען שמו יתברך, און נאכדעם קען מען דן זיין אויב דאס גילט אויך ביי אן עבירה.

מפוזרי » מיטוואך יוני 15, 2016 6:58 pm

· #337856
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
@נהורא נפישא; אוודאי ווייסט ער דערפון און פונדעסטוועגן דאך.

וואס זיין מאטיוו איז, דארף מען זיין דארט עס צו פארשטיין, בבחינת אַפֿילו הבנתיו הייתיו. ואה״נ ער האט א מאטיוו.
װי מ'האט שוין געשמועסט:

מפוזרי
נישט א יעדער האט די ריכטיגע רעסעפּטארס צו קענען אויפכאפן אזא איידעלע זאך ווי עבירה לשמה.

נהורא נפישא » מיטוואך יוני 15, 2016 6:59 pm

· #337857
און אנדערע ווערטער, איז נישט די מצב פון פארווארפען ווערן פון אלע עולמות א מצב פון זיין א תוהה על הראשונות וואס האט אים צו דעם געברענגט.
אויב דער צדיק וועט טאקע פארווארפן ווערן פון אלע עולמות, דארפן מיר אננעמען אז ער וועט זיין א תוהה על הראשונות אויף זיין מאדנע צדקות וואו ס'האט אים צוגעברענגט.
האט א צדיק נישט קיין פראבלעם מיט אזא מצב ?

נהורא נפישא » מיטוואך יוני 15, 2016 7:01 pm

· #337858
מפוזרי, דו זאגסט אז פסיכלאגיש איז אולטראאיזם א רעטעניש ?

מפוזרי » מיטוואך יוני 15, 2016 7:08 pm

· #337861
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
פארוואס זאל ער זיין א תוהא על הראשונות?
וואו ער זאל נאר פארווארפן ווערן, וועט זיין שמחה פונעם קידוש שמו יתברך איבערוועגן דעם צער.

אזא איינער וואס וועט יא אנטוישט ווערן, האט לכתחילה נישט געטארט צוטרעטן צו אזא הייקעלע ענין. והיינו טעמא דהרן וחנניה מישאל ועזריה כמבואר בדברי חז״ל.

נהורא נפישא » מיטוואך יוני 15, 2016 7:12 pm

· #337863
פארווארפן ווערן פון אלע עולמות איז נישט א זעץ וואס דו כאפסט פון א בשר ודם, וואס דו ווייסט וואס דו האסט געכאפט און אעפ"כ איך גיי זיך מיין וועג.
פארווארפן ווערן פון אלע עולמות איז א עונש פון גאט, וואס ווירקט און מאכט זיכער אז מ'כאפט די צער בלי שום הנאה כלל.

מפוזרי » מיטוואך יוני 15, 2016 7:27 pm

· #337864
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
פון וואנעט ווייסטו דאס? איך גלייב אז 'דאס' וועט מען פאר 'אזא איינעם' נישט טון.

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 15, 2016 7:27 pm

· #337865
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
נהורא נפישא
מפוזרי
@נהורא נפישא, איך כאפ נישט קלאר וואס ארט דיר. דו פרעגסט אויב ס'דא אזא מושג ווי selflessness נישט מיינען זיך?

דאס איז קלאר אז עבירה לשמה מיינט אז טאקע גרייט צו כאפן פעטש און אויסשטיין די קאנסעקווענצן, ואעפ״כ ואדעתא דהכי טוט מען דאס. לדוגמא אסתר'ס ואני כאשר אבדתי אבדתי.

לאמיר גיין צושטייט
יעדע מענטש וואס טוט עפעס האט א מאטיוו דערינטער, רוף עס הנאה, מניעת צער, מניעת רגשי אשמה, רגשי התחייבות וכו'.
דער אלטרואיסט האט א שטארקע אידיאלע סיפוק פון זיין התנהגות וואס וועגט איבער די ערדישע הנאות זיינע.
דער צדיק, וואס איז גרייט פארווארפן צו ווערן פון אלע עולמות, האט זיך ערווארבן אן אידיאלע ריינע הנאה פון מאכן א נח"ר פאר גאט, אבער זיין מאטיוו איז זיין הנאה, נעם אים אוועק זיין הנאה, איז ער פון די פחות שבפחותים.
ולהוסיף, מיר ווערן טאקע שטארק באגייסטערט פון אזא הנאה, וואס ווערט עררייכט נאך אסאך ארבעט, מיר וועליוען אין פרינציפ דאס
איבערגעגעבנקייט.
מיין שאלה איז צו דער צדיק ווייסט אין וואס ער לאזט זיך אריין מיט דעם אז ער איז גרייט צו פארווארפן ווערן פון אלע עולמות, דאס איז פונקט ווי אן אלטרואיסט איז גרייט צו טון למען הזולת על אף ער וועט באצאלט ווערן מיט דעם אז ער וועט פארלירן זיין הנאה פון טוען למען הזולת און אדרבה ער וועט נאך האבן דערפין גרויס צער.


נהורא, האסט גארנישט אויפגעטאהן. האסט עס נאר געשטופט א סטעפ ווייטער. בהנחה אז דער אלטרואיסט בנידן דידן מאכט א קאלטער לאגישער חשבון שטימט עס נאכאלס נישט ווייל על כרחך דארף ער ארייננעמען אין חשבון אז דאס אז ער וועט באצאלט ווערן מיט דעם אז ער וועט פארלירן זיין הנאה פון טוען למען הזולת וועט אים זעלבסט ברענגען אן הנאה און במילא מוז ער אויף דעם אויך פארציכטן און אזוי וחוזר חלילה עד אין סוף. אלא מאי עס איז א געפיהלישער ענין. ער פיהלט ער דארף טוהן פארקערט פון וואס איז געשמאק. (ווי דער מעשה אין דער אנדערער אשכול - פון דער חזו"א מיט די תולעים) נו, אויף א געפיהלישער ענין פרעגט מען נישט קיין קשיות ווייל דער עבריין אליינס פרעגט אויך נישט קיין קשיות - ער טראכט נישט אריין. טאקע ווי מפוזרי חזר'ט יעצט איבער. און ווען ס'איז מיט הרגשים מאכט שוין אלטרואיזם איינמאל סענס נאר ס'פארלירט די מעלה כמובן.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

מפוזרי » מיטוואך יוני 15, 2016 7:29 pm

· #337867
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
פארוואס פארלירט עס דער מעלה?

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 15, 2016 7:30 pm

· #337868
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
ווייל אפשר איז דאס אן אינסטינקט.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 15, 2016 7:32 pm

· #337870
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
סארי, כהאב צושנעל געשיקט. נישט געטראכט. אבער שוין, כ'וועל עס לאזן.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

מפוזרי » מיטוואך יוני 15, 2016 7:36 pm

· #337872
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
טאמבל סאס
סארי, כהאב צושנעל געשיקט. נישט געטראכט. אבער שוין, כ'וועל עס לאזן.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

דאס איז אן אינסטינקט אדער אן הרגש?

נהורא נפישא » מיטוואך יוני 15, 2016 8:18 pm

· #337880
מפוזרי
פון וואנעט ווייסטו דאס? איך גלייב אז 'דאס' וועט מען פאר 'אזא איינעם' נישט טון.

דאס מיינט אז ער איז ווען נישט גרייט פארווארפען צו ווערן פון אלע עולמות כפשוטו, מ'וועט אים דארפן מאכן אן אויסנאם.
ווי איך האב אויבן דערמאנט איז בכלל די איידיע אז מ'זאל למעשה מעניש זיין אזא צדיק לעכערליך.
טאמבעל, מיר ווייסן נישט וואס די מכוון פון פארווארפן ווערן פון אלע עולמות מיינט, מיר ווייסן נישט וואס עונשים מיינען, מיר ווייסן אבער אז דאס שטעלט פאר עפעס א צער, מ'רעדט דאך נישט פון א פיזישע צער, מ'רעדט דאך דא פון א גייסטישע מצב פון צער, אויב איז דא סיי וועלכע הנאה דערביי, איז די עונש בכלל נישט עפעקטיוו.

מפוזרי » מיטוואך יוני 15, 2016 9:21 pm

· #337884
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
אויב דער רבוש״ע איז טאקע מעניש, און וויאזוי, איז דאס זיין געשעפט. דער צדיק מאכט נישט קיין חשבון.

את״ל, איז ער אזוי דבוק אין זיין יעצטיגע דביקות, אז ס'איז אים ווערד די יעצטיגע סיפוק רגעי, מער ווי אלע וועלטן וואס מ'וועט אים פארווארפן. טאקע אויפ'ן גלייכען נוסח ווי דער רשע איז גרייט צו פארלירן אלע וועלטן צוליב א תאווה עכשווית.
נישט בחינם רופט מען זיי חולי אהבה.


מפוזרי
פון וואנעט ווייסטו דאס? איך גלייב אז 'דאס' וועט מען פאר 'אזא איינעם' נישט טון.

דא רעד איך פון וואס 'איך' גלייב, נישט פונעם צדיק'ס חשבון. (אפשר נעמט ער עס יא אין חשבון, איך ווייס נישט.)
איך פערזענליך האלט אז מ'וועט אים בכלל נישט מעניש זיין, אַדרבא ער וועט נאך קריגן שכר אויך. אבער איך רעד אין מיין נאמען, נישט דעם צדיק'ס.

נהורא נפישא » מיטוואך יוני 15, 2016 10:35 pm

· #337892
ס'נישט ממש דומה צום רשע, ווייל די רשע איז אדער מקטני אמונה, אדער מאכט ער כל'ערליי חשבונות.
אבער חולאת אהבה קען ווארפן א שטיקל ליכט.

מפוזרי » מיטוואך יוני 15, 2016 10:40 pm

· #337893
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
ס'דא כל'ערליי רשעים. ס'דא אזוינע וואס גלייבן יא, און זענען רשעים נאר דערפאר וואס זיי מאכן נישט קיין חשבון.

נהורא נפישא » מיטוואך יוני 15, 2016 10:42 pm

· #337894
איינער וואס מאכט נישט קיין חשבון איז מקטני אמונה.

מפוזרי » מיטוואך יוני 15, 2016 10:42 pm

· #337895
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
מ'רעדט פון די רשעים וואס זענען דער משל צום צדיק'ס חולאת.

נהורא נפישא » מיטוואך יוני 15, 2016 10:44 pm

· #337896
נו דאס איז דיין משל.
יתכן אז ס'איז פארהאן אזא סארט רשע, וואס יודע את בוראו ומתכווין למרוד בו, און ער איז באמת גרייט אויף דעם אז אפילו ער וועט ברענען און בראטען, גיי פארשטיי צו אלע חולאת'ן.

טאמבל סאס » דאנערשטאג יוני 16, 2016 4:40 am

· #337921
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
נהורא נפישא
מפוזרי
פון וואנעט ווייסטו דאס? איך גלייב אז 'דאס' וועט מען פאר 'אזא איינעם' נישט טון.

דאס מיינט אז ער איז ווען נישט גרייט פארווארפען צו ווערן פון אלע עולמות כפשוטו, מ'וועט אים דארפן מאכן אן אויסנאם.
ווי איך האב אויבן דערמאנט איז בכלל די איידיע אז מ'זאל למעשה מעניש זיין אזא צדיק לעכערליך.
טאמבעל, מיר ווייסן נישט וואס די מכוון פון פארווארפן ווערן פון אלע עולמות מיינט, מיר ווייסן נישט וואס עונשים מיינען, מיר ווייסן אבער אז דאס שטעלט פאר עפעס א צער, מ'רעדט דאך נישט פון א פיזישע צער, מ'רעדט דאך דא פון א גייסטישע מצב פון צער, אויב איז דא סיי וועלכע הנאה דערביי, איז די עונש בכלל נישט עפעקטיוו.


אויב ווילסטו רעדן פון וואס מ'קען פארשטיין איז אויב אזוי נישטא קיין שום חילוק צווישן די עצם הנאה פון די שכר פאר'ן מצוה (אדער זיך איינהאלטן פון טוהן די עבירה) און די הנאה פון מאכן א נח"ר אפילו ווען מ'פארלירט די שכר א.א.וו. און די צער זעלבסט פארשטייט ער אויך נישט ווייל עס איז בהכרח נישט קיין צוגלייך צו די צער דא, איז אפשר טאקע איז די מאטיוו פון די עבירה שוין גארנישט לשמה נאר ס'איז פאר די איצטיגע מינוטקעלע הנאה אדער אימפולס. והשתא דאתית להכי, איז שוין די די מובן פון שכר, אויף די אנדערע זייט מטבע, אויך נישט פארשטענדליך. און ווי אזוי קען עס מאטיווירן עמיצן? און ס'קען דאך נאר זיין 'שכר' אויב האט ער דאס פארקערטע אויך.
נאכמער, דאס אז ער (א מענטש) טוט די מצוה, אפילו ווען ס'איז לשמה, איז דאך אויך א שטיקעלע פגם ווייל ער ווייסט ער וועט דארפן קריגן דאס ביסעלע הנאה פון האבן געטוהן לשמה. אדער עכ"פ נישט קיין צער; וואס דאס גופא, א חיים בלי צער איז אן הנאה.


Sent from my SM-G903F using Tapatalk

מפוזרי » דאנערשטאג יוני 16, 2016 7:58 am

· #337929
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
נהורא נפישא
נו דאס איז דיין משל.
יתכן אז ס'איז פארהאן אזא סארט רשע, וואס יודע את בוראו ומתכווין למרוד בו, און ער איז באמת גרייט אויף דעם אז אפילו ער וועט ברענען און בראטען, גיי פארשטיי צו אלע חולאת'ן.

ס'נישט מיין משל. ס'דאס משל פונעם באקאנטן רמב״ם: כיצד היא האהבה הראויה וכו'. אז מ'וועט מדייק זיין אינעם רמב״ם, וועט מען זען, אז מ'רעדט נישט פון קיין מתכוין למרוד און אויך נישט פון קיין זעלבסט צענטערירטער תאוות נשים, נאר פון אן אולטעריער אהבה.

שמעתי מאדם גדול אויף דעם רמב״ם: אז ס'איז א פלא, אזא גוי, וואס איז אזוי חולה אהבה, איז דאך א בעל מדריגה. און מ'וועט עס נישט טרעפן ביי די גרעסטע בעלי תאוות, אולי חד בדרא. און דאס, ויותר מזה, פארלאנגט דער רמב״ם פון יעדן איד!
מיר האבן נישט קיין השגה וויפיל א איד קען אלץ ליבן.

טאמבל סאס » דאנערשטאג יוני 16, 2016 8:55 am

· #337932
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
כ'מיין אז דער רמב"ם האט איבערגעשאצט יומען אהבה און אינטערגעשאצט יומען אימפולס. א חד בדרא אינדיד.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נהורא נפישא » דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:27 am

· #337934
אינטערסאנט אבער אז די רמב"ם שרייבט דארט אביסעל פריער
.ג  [ב] העובד מאהבה, עוסק בתורה ובמצוות והולך בנתיבות החכמה--לא מפני דבר בעולם, לא מפני יראת הרעה, ולא כדי לירש הטובה:  אלא עושה האמת, מפני שהוא אמת; וסוף הטובה לבוא בכלל

די סוף הטובה לבא האט די רמב"ם לכאורה אויסגעבארגט פון די משנה אין אבות, אל תלמוד כדי שתקרא חכם ורבי וכו' אלא סוף הכבוד לבא, אלזא דארף מען פארשטיין פארוואס דארף מען דעם בעל אהבה מעודד זיין דערמיט אויב די תכלית איז צו טאן שלא על מנת לקבל פרס או כבוד. קען זיין אז די עידוד איז פארן בעגינער ומתוך שלא לשמה בא לשמה, אבער ער לאזט דאך אים נישט לערנען ע"מ שתקרא רבי אפילו אין אנהויב.

טאמבל סאס » דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:42 am

· #337935
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
בעגינער מיינסטו דער וואס האט נאכנישט די אהבה? איז פארוואס זאגט ער נישט וסוף 'האהבה' לבא?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נהורא נפישא » דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:51 am

· #337936
די רמב"ם רעדט דא צום פשוט'ן מענטש און זאגט העושה מאהבה, דערביי לייגט צו די רמב"ם א באזונדערע זאך אז דער אמת איז אז סוף הטובה לבא.

מפוזרי » דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:20 pm

· #338056
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
אויב וועט דער עובד מאהבה טאקע האלטן אז צום סוף לא יבא הכבוד, איז ער סתם א מאזאכיסט, בנוסף איז ער מזלזל בכבוד ה'.

זאגט אים דער רמב״ם: דו טאקע טו עס נישט דערפאר, אבער דעם אמת דארפסטו וויסן. דארפסט וויסן צו שעצן סיי דאס וואס דו טוסט, און סיי דעם גאט פאר וועם דו טוסט עס .

מפוזרי » דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:23 pm

· #338058
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
טאמבל סאס
כ'מיין אז דער רמב"ם האט איבערגעשאצט יומען אהבה און אינטערגעשאצט יומען אימפולס. א חד בדרא אינדיד.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk


און דו מיינסט אידן זענען יומען, שאץ זיי נישט אונטער.

נהורא נפישא » דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:25 pm

· #338059
מפוזרי
אויב וועט דער עובד מאהבה טאקע האלטן אז צום סוף לא יבא הכבוד, איז ער סתם א מאזאכיסט, בנוסף איז ער מזלזל בכבוד ה'.

זאגט אים דער רמב״ם: דו טאקע טו עס נישט דערפאר, אבער דעם אמת דארפסטו וויסן. דארפסט וויסן צו שעצן סיי דאס וואס דו טוסט, און סיי דעם גאט פאר וועם דו טוסט עס .

מיר שמועסן דאך אז א מאזאכיסט איז גאר די העכסטע מדריגה, א חולת אהבה וואס קימערט נישט די קאנסעקווענצן.

מפוזרי » דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:29 pm

· #338060
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
א מאזאכיסט איז דער קלענסטער מדריגה ער מיינט בלויז זיך, דער היפך הגמור פונעם חולה אהבה.

נהורא נפישא » דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:34 pm

· #338061
דער אמת איז אז מאאזאכיזם איז נישט ריכטיג דא אהער ווייל דער מאאזאכיסט האט הנאה פון יסורים מחמת חולת אהבה, משא"כ דא רעדן מיר פון א צדיק וואס זוכט נישט לכתחלה די יסורים, אבער יסורים האלט אים נישט אפ.
יעצט איז די פראגע אויב די תכלית איז אנצוקומען צו חולת אהבה, צו וואס ברויך ער וויסן אז ער גייט קריגן עפעס, אדרבה דאס וואלט אים געשטערט פון טוען ריין מחמת אהבה.

נהורא נפישא » דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:52 pm

· #338062
בכלל איז דא דא צוויי נקודות אין רמב"ם איבער די מאטיוואציע פונעם צדיק.
חולאת אהבה, פשוט דער צדיק האט אזוי ליב דעם אויבערשטען אז ער קוקט נישט אויף גארנישט נאר וויאזוי ער קען ערפילן זיין רצון, אהבה איז לכאורה נישט קיין לאגישע באשלוס.
נקודה ב' גיין נאך דעם אמת עד הסוף, פשוט דער צדיק וויל טוען וואס דער אמת פארלאנגט זיך, און דערפאר קוקט ער ווייטער נישט אויף די קאנסעקווענצן. אמת האט שוין גארנישט צו טאן מיט א חולאת. אמת איז אבסאלוט. און אז איינער וועליוט דעם אמת עד הסוף וועט גיין דערפאר אין פייער.
איי וויאזוי קומט מען צו אזא מדריגה פון גיין אין פייער, מיטן וועליוען דעם אמת , מ'דארף נישט דערפאר האבן א הרגש אהבה צו השי"ת דערפאר
בכלל איז אהבה א סתירה מיטן אמת ווייל אהבה איז שוחד און נשיאת פנים, משא"כ אמת איז אבסאלוט.
זענען דאס צוויי באזונדערע נקודות ?
אדער טוט איינס משלים זיין דאס אנדערע ?

נהורא נפישא » דאנערשטאג יוני 16, 2016 10:11 pm

· #338065
למעשה זעען מיר אז אברהם אויף וואס די רמב"ם זאגט האט דערגרייכט די מדריגה, האט טאקע נישט נושא פנים געווען השי"ת, און פארגעהאלטן ביי הפיכת סדום ועמורה, אדון כל הארץ לא יעשה משפט ?
אויך זעען מיר אז אברהם האט געפרעגט במה אדע כי אירשנה.

מפוזרי » דאנערשטאג יוני 16, 2016 10:12 pm

· #338066
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
צו דיין ערשטע תגובה: פארגעס די אייגענע מאזאכיזם, ער מוז שעצן גאט כדאי אים צו ליבן, ער טאר אים - גאט - נישט האלטן פאר א מאזאכיסט.

צו דיין צווייטע תגובה:
געטריישאפט צום אמת איז אויך א ליבע.
בלאט: 1 2