☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » הערה בסוגיית עבירה לשמה

הערה בסוגיית עבירה לשמה

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10600
בלאט: 1 2

מפוזרי » פרייטאג יוני 17, 2016 6:20 am

· #338098
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
יעצט באמערקט דעם דריטן תגובה:

די ליבע קען קומען צוליבן טריישאפט צום אמת.

הכלל, אמת און אהבה זענען צוויי כוחות וואס ארבעטן זייער גוט ביינעזאם.
יעדער אהבה מוז האבן אַ טריגער. דער אמת ליבהאבער ווערט אַנטציקט פונעם מקור האמת, און רעאגירט מיט א ריינע, אמת'ע, שטערבליכע, אהבה.

די אהבה וועט אים נישט צוברענגען, ער זאל צוליב איר פארקוקן אויף אן אפנויג אינעם אמת. פארקערט צוליב איר, וועט ער עס זארגפעליג און ליבפול ארויספאדערן און אויפזוכן.

אברהם אבינו שרייט נישט מיט א צארנדיגער פונדעמענטעליזם, ער שרייט פון א ליבעס- קרענקליכער הארצווייטאג.
דער פרשה ברענגט מיר, יעדעס יאר פון פריש, טרערן. א מוסטער, וואס ס'הייסט, להתפלל את פני ה'.

מאַנכע מיינען אז דער איש האמת איז קאלט און אויסגערעכנט. ס'נישט אזוי, ער איז דער גרעסטער ראמאנטיק.

נהורא נפישא » פרייטאג יוני 17, 2016 6:11 pm

· #338189
מפוזרי, איך ווייס אז ס'איז פארהאן אזא זאך ווי אהבת האמת, אבער די אהבה צום אמת איז נישט קיין ראמאנטישע אהבה, מיר זענען עס מחשיב און ס'איז פארהאן אזעלכע וואס זענען עס מחשיב עד הסוף אז מ'איז גרייט צו גיין אין פייער פארן אמת. ס'דוכט זיך מיר אבער אז ס'פאסט זיך נישט די לשון כלפי אהבת האמת, אזא פראזע ווי מים רבים לא יוכלו לכבות את אהבתו לאמת. די רמב"ם רעדט דאך אבער פון א ראמאנטישע אהבה וואס מ'האט כלפי השי"ת, אזוי ווי ער זאגט דא אז שיר השירים איז א משל צו אט די אהבה, הגם די רמב"ם'ס גאט וואס איז משולל הגשמיות צו אן עקסטרעם, איז זייער שווער ליב צו האבן ראמאנטיש.

מפוזרי » זונטאג יוני 19, 2016 7:40 pm

· #338312
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
וואס איז דער חילוק פון א מוכשר ביז אן אַרטיסט? דער אַרטיסט איז מער געטריי זיין אמת'ע נקודת יצירה, און דאס קומט פון ראמאנס.

ס'טאקע דא מענטשן מיט טריקענע הערצער וואס האבן א רעספּעקט פארן טריקענעם אמת, און זיי מיינען אז זיי זענען איר איינציגער שטעלפארטרעטער. אבער דער אמת איז ביי זיי געפאנגען און דערשטיקט. ס'וועט נאר אויפלעבן און שיינען מיט איר אמת'ע שיינקייט אין די הארץ פון אירע ליבהאבער די ראמאנטיקערס.

מ'קען טאקע נישט זיין קיין חולה אהבה צום קאנצעפט אמת. אבער אמת איז מער ווי א קאנצעפט, ס'איז דאס חיות אליינס. חולה אהבה איז מען צו יעדע מציאות וואס פּערסאנעפייט אמת.

און דאס איז דער מבחן צווישן דער פונדאמענטעליסט און דער לב אוהב. וואסערע געפילן האט מען צו איינעם וואס איז אויסגעצייכנט מיט א אמת'ע נקודה: זענען די רגשות גואה מיט התרגשות? צי פארדינט ער נאר א grudging recognition?

מ'מוז האבן א לב אוהב צו זיין אן אוהב אמת, און מ'מוז זיין אן אוהב אמת כדי צו זיין אן איש אמת.

דער גאט פונעם רמב״ם איז טאקע מושלל הגשמיות, אבער נישט מושלל המציאות. ער איז גאר דער אמיתת המציאות. און די בעלי האהבה האוהבים באמת גייען פאר אים גאגא.

נהורא נפישא » זונטאג יוני 19, 2016 10:32 pm

· #338345
דער קאצקער איז די epitome פון דער אוהב אמת, אבער לאזט ווייט נישט קיין רושם פון אן אוהב הבריות

מפוזרי » מאנטאג יוני 20, 2016 7:21 am

· #338387
Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה
נו, אים מיין איך טאקע (נישט אים אליין ח״ו, נאר דער (פאלשער) דימוי וואס (פאר)שטעלט אים פאר) .

און גאט האט ער יא ליב געהאט?


פונדאמענטעליזם איז נישט אהבת אמת, ודוק.
בלאט: 1 2