☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » אשכול אן א טיטל #10562

אשכול אן א טיטל #10562

107 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10562
בלאט: 1 2 3

— » מיטוואך יוני 1, 2016 11:47 am

· #335688

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

Chuchem » מיטוואך יוני 1, 2016 12:06 pm

· #335694
מוראדיג פראפעסיענאל אראפגעלייגט פאר א נייע ליינער.
הערליכע אויסשטעל (כחומר ביד היוצר . . .)

רויטע וואנצעס » מיטוואך יוני 1, 2016 12:14 pm

· #335696
מיר זענען אלע קאווע שטיבלער היינט. די אקטיווע און די נישט אקטיווע, די אונליין אידן און די אפליין אידן. א פראוד טאג פאר אונז אלע. יישר כח פיקאסא, אנאנים און די סטעף.

ירח בן יומו » מיטוואך יוני 1, 2016 12:19 pm

· #335697
הערליך. 86 דאונלאודס אין א האלבע שעה, אקעי.

די פיקטשערס פון די בחורים ביים ארטיקל פון אררויסווארפן בחורים פון ישיבה איז מיט רשות? די "מאמענט" האט זיך לעצטענס געמיטשעט מיט אזא פראבלעם.
-----------------------------------------------------------------------------------------------

איז די סייט דא גרייט פאר די טרעפיק וואס גייט דא קומען צופארן?

נתן מנחם » מיטוואך יוני 1, 2016 12:22 pm

· #335698
הערליכע ארבעט!! איך זיך א נייע זשאב. ווי טרעפט מען איבריגע צייט צו ליינען יעדעס חודש?

געוואלדיג » מיטוואך יוני 1, 2016 12:24 pm

· #335699
wow לאמיר האפן אז עס איז א נייע זריחה פון ארגינאלע אידישע דזשורנאליזם, הערליכע ארבעט, מייסטער גראפיק.

שאולדיספריםפאקער » מיטוואך יוני 1, 2016 12:25 pm

· #335700
נתן מנחם
הערליכע ארבעט!! איך זיך א נייע זשאב. ווי טרעפט מען איבריגע צייט צו ליינען יעדעס חודש?

דער שבת נאכמיטאג איז ברוך השם גענוג לאנג

קנאקעדיג » מיטוואך יוני 1, 2016 12:28 pm

· #335701
טאקע ווי שענער ס'איז מאכט עס מיר upset אז ס'נישט עכט עוועלעבעל פאר פאטענשעל ליינערס. א דזשורנאל וואס איז נאר עוועלעבעל פאר דאנלאוד אדער עמעזאן איז נישט אנערקענט אלס א מציאות, אזוי ווי דער איד וואלט געווען נאר אויף עמעזאן וואלט עס געהייסן אונטערגעגאנגען. מ'מיז טרעפן א וועג ס'זאל זיין כאטש אין צוויי דריי פיזישע לאקעשענס אין יעדע שטאט

זבולון » מיטוואך יוני 1, 2016 12:34 pm

· #335702
עורר חדש זרח והעיר את השחר, בא להעיר ונמצא מערער, ותהום העיר.

שאולדיספריםפאקער » מיטוואך יוני 1, 2016 12:40 pm

· #335704
קנאקעדיג
טאקע ווי שענער ס'איז מאכט עס מיר upset אז ס'נישט עכט עוועלעבעל פאר פאטענשעל ליינערס. א דזשורנאל וואס איז נאר עוועלעבעל פאר דאנלאוד אדער עמעזאן איז נישט אנערקענט אלס א מציאות, אזוי ווי דער איד וואלט געווען נאר אויף עמעזאן וואלט עס געהייסן אונטערגעגאנגען. מ'מיז טרעפן א וועג ס'זאל זיין כאטש אין צוויי דריי פיזישע לאקעשענס אין יעדע שטאט

איך האלט מען זאל אנפאנגן מיט די נישט יודישע news stands אין די היימישע געגנטער זיי האבן נישט קיין פראבלעם עס צו פארקויפן

הערסטע » מיטוואך יוני 1, 2016 12:51 pm

· #335705
שטעל עס נישט צוזאם מיט די גויאישע צייטונגען, ס'איז א הערליכע אידישע דזשורנאל באלאנגט עס ביי די יודישע

הוגה » מיטוואך יוני 1, 2016 1:05 pm

· #335707
איך וועל שטייטליך ליינען אלע ארטיקלן אין די קומענדיגע טעג, איך האב נאר יעצט געליינט די צוויי הקדמות פון @אנאנים און @פיקאסא, ביידע זענען ארטיקלן פון די העכסטע קאליבאר און זענען ראוי לעלות על שולחן מלכים. א הערליכע ארבייט!

.

שטילע אינגערמאן » מיטוואך יוני 1, 2016 1:07 pm

· #335708
Amazing

יעצט קומט אריין די נייעס אז די שערס פון שטערן, בליץ, מאמענט, האבן געפערלעך געטראסקעט. רבותי נעמט ארויס אייער געלט תיכף

ביגלאייזען האט געלאסט וויסן אז ער קען באשטיין צו פארקויפן

@פיקאסא, די עולם וויל די לייקן. שרייב אפאר שורות ס׳זאל זיין ווי חל צו זיין.

שאולדיספריםפאקער » מיטוואך יוני 1, 2016 1:17 pm

· #335714
ווען גייט עס זיין צו באקומען אויף עמעזאן ?

קלוגע יודל » מיטוואך יוני 1, 2016 2:08 pm

· #335741
הערסטע
שטעל עס נישט צוזאם מיט די גויאישע צייטונגען, ס'איז א הערליכע אידישע דזשורנאל באלאנגט עס ביי די יודישע

Take what you get.
אויב עס גייט נישט ביי די יודישע, זאל מען עס לכה"פ פארקויפן ביי די גוי'עשע

ליפא » מיטוואך יוני 1, 2016 2:13 pm

· #335743
גויאישע פארקויפן אויך אלע אידישע צייטונגען

קלוגע יודל » מיטוואך יוני 1, 2016 2:16 pm

· #335747
אִלּוּ פִינוּ מָלֵא שִׁירָה כַּיָּם,
וּלְשׁוֹנֵנוּ רִנָּה כַּהֲמוֹן גַּלָּיו,
וְשִׂפְתוֹתֵינוּ שֶׁבַח כְּמֶרְחֲבֵי רָקִיע,
ַוְעֵינֵינוּ מְאִירוֹת כַּשֶּׁמֶשׁ וְכַיָּרֵח,
ַוְיָדֵינוּ פְרוּשׂוֹת כְּנִשְׁרֵי שָׁמָיִם,
וְרַגְלֵינוּ קַלּוֹת כָּאַיָּלוֹת,
אֵין אֲנַחְנוּ מַסְפִּיקִים לְהוֹדוֹת לְךָ.... (תפלת נשמת)

איך בין אזוי דיזי פון התפעלות, אז איך קען נישט זאגן מער ווי WOW!!!!!!!!

קלוגע יודל » מיטוואך יוני 1, 2016 2:18 pm

· #335750
רבותי,
מען קען נישט רעכענען ווי סאך מען ליינט עס לויט וויפיהל מאל עס איז געווארן דאנלאודעד. וויבאלד עס ברייט זיך אויף וואטסעפפ און טעלעגראם, און א יעדע מכובעדיגער טעלעגראם טשעננעל פאוסט עס.

ונבנתה העיר » מיטוואך יוני 1, 2016 2:54 pm

· #335765
אדורכגעבליקט - נאכנישט געליינט. זעהט אויס גאר געוואלדיג אין תוכן און אויסשטעל, א דאנק אייך.

יעקב מענטש » מיטוואך יוני 1, 2016 2:56 pm

· #335767
נאכנישט געליינט, קוקט אויס גאר גוט, און איך גלייב שווער אז דאס קען אנהאלטן חודשליך, לאמיר האפן א יא

ירח בן יומו » מיטוואך יוני 1, 2016 3:30 pm

· #335774
איך האב געליינט געוואגטערס ארטיקל איבער לערנען בחורים א פאך. הערליך.

אבער, רעדנדיג וועגען די שיטה פון הקדוש מהרי"ד מבעלזא איזדי שפראך אביסל צו סארקאסטיש. מ'פארדינט גארנישט פון שרייבן אזוי, אז מ'וויל ארויסברענגן די פוינט איז איין זאך, אבער אז מ'שרייבט "און צווייטנס, אז דאס וועט זיין אויסגעשטעלט מיט קלאסן, חלילה... וואס דאס איז א אומדערהערטע זאך" דאס פארטרייבט די ליינער וואס די נאמען מהרי"ד איז פארהייליגט ביי זיי.

אז מ'וויל רעדן ווער ס'איז געווען גערכט, איז פיין אבער אפלאכן איז יצא שכרו בהפסדו.

סמבטיון » מיטוואך יוני 1, 2016 4:22 pm

· #335784
קודם כל א ריזן דאנק פארן זיין פון די נחשונים אריינצושיקן פרישע ווארע צו די רעדאקציע.
איך האב געליינט דיין ארטיקעל געוואגטע, זער א שיינע טאפיק, אבער איך מוז דיר זאגן אז ביזט טאקע זייער געוואגט וויאזוי די שרייבסט מיט אזא זיכערקייט ווער סעוואלט געווען גערעכט, צו קענסטו בכלל יורד זיין לסוף דעתן פון אזא קדוש ווי מהרי"ד מבעלזא וואס איז געווען פון די גרעסטע מנהיגים אין זיין דור? לדעתי העניה איז די ארטיקעל א הערליך שטיקעל היסטאריע ביזן עפילאג ווי דו האסט אליין צוגענדיגט וואס דיין שכל שאצט אפ, איך וואלט מציע געווען אז אינעם מהדורא שניה זאלסטו אראפ שניידן דיין אייגענע מסכנות.

נאכאמאל א דאנק פאר די הערליכע ארבעט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 1, 2016 5:12 pm

· #335794
לכאורה וואלט מען געדארפט אפטיילען צו א באזונדערע אשכול. איך האב מחשבות אויף די נושא, ועוד חזון למועד

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

פלאוויוס » מיטוואך יוני 1, 2016 5:35 pm

· #335798
איך שטוין פון דער דערגרייכונג! א הארציגן דאנק פאר די טייערע הערצער וואס האבן זיך איבערגעגעבן פאר דעם. @פיקאסא, @אנאנים, וכל אחד בשמו יבורך. ס'איז שווער צו באגרייפן די ווערט פונעם יעצטיגן מאמענט, אבער ס'איז בפשטות פון א היסטארישן כאראקטער (געוואנדן צי ס'וועט זיך ווייטער פירן). ס'איז דאס ערשטע מאל (אין אונזער צייט/סביבה) וואס א חודש'ליכער זשורנאל קומט ארויס פונעם ציבור, אויף אן "אומאפהענגיגן" אופן, אינעם אמת'ן זין פונעם ווארט. ס'איז אן אומגלויבליכקייט.

א איד » מיטוואך יוני 1, 2016 5:53 pm

· #335802
שוין ווייטער בין איך שפעט.
אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל.
שכח @פיקאסא שכח @אנאנים

פטור בלא כלום אי אפשר, אפאר שורות מיין דאנק ארויס צוברענגען איך גיי.

פרעגטס ענק נאך פרעגטס ביי אלטע מענטשן עמו"ש
יונגע מענטשן וועלן אויך ענטפערן די זעלבע אן קיין טויש
קאווע שטיבל איז די זאך דאס איז קיין פראגע פאר קיינעמ
איבעראשענדע געדאנקען די וועלט מהנה זיין יעדן טאג פריש
ס'איז מיר א כבוד א שותף צו זיין אינעם זייטל שטארק ווי א פעלז
א איד שרייבט דאס אונטער, א מעמבער אין קאווע קנאפע פיר יאר

תורה ומדע » מיטוואך יוני 1, 2016 5:59 pm

· #335805
ירח בן יומו
איך האב געליינט געוואגטערס ארטיקל איבער לערנען בחורים א פאך. הערליך.

אבער, רעדנדיג וועגען די שיטה פון הקדוש מהרי"ד מבעלזא איזדי שפראך אביסל צו סארקאסטיש. מ'פארדינט גארנישט פון שרייבן אזוי, אז מ'וויל ארויסברענגן די פוינט איז איין זאך, אבער אז מ'שרייבט "און צווייטנס, אז דאס וועט זיין אויסגעשטעלט מיט קלאסן, חלילה... וואס דאס איז א אומדערהערטע זאך" דאס פארטרייבט די ליינער וואס די נאמען מהרי"ד איז פארהייליגט ביי זיי.

אז מ'וויל רעדן ווער ס'איז געווען גערכט, איז פיין אבער אפלאכן איז יצא שכרו בהפסדו.

היינט זעהט שוין יעדער איין די ריכטיגקייט פון דער טשארטקיווער רבי זצל'ס מהלך. א פלא, אבער, אז פון דעמאלטס פון דעמאלטס ביז היינט איז נאך קיין איין חסידישער רבי נישט אויף געקומען מיט אן ענדליכער הצעה.. איך קלער אז זיי האבען מורא פאר די פרומע חסידים נוסח וויליאמסבורג,אדער די ליטווישע פרומע עלעמענטען. מדארף האבען פלייצעס. גיטס נאר א קוק וואס מען טוט אהן פאר הגראי"ל שליט"א..

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 1, 2016 6:06 pm

· #335808
איך בעט נאכאמאל, עפענט א באזונדערע אשכול

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ליפא » מיטוואך יוני 1, 2016 6:25 pm

· #335813
דריי דאלער צו דרוקן איז אסאך וויפיל צאלט דער שטערן למשל קאלירט? זיכער ווייניגער ווי דריי

ארי נוהם » מיטוואך יוני 1, 2016 6:25 pm

· #335814
עורו הנבל וכינור - אעירה שחר!
זייער שיין!
זאל דער געשריי, שאגת "ארי", דערגרייכן אין טיפענישן פון יעדע יוד!
מיר קענען, און מיר וועלן, מאכן א טשעינדש.

#YES WE CAN!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 1, 2016 6:30 pm

· #335816
#yes_we_can_spell


Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ירא שמים » מיטוואך יוני 1, 2016 6:36 pm

· #335817
[ציטאט אראפגענומען]

וואו אזוי סטעיפעלט מען עס?

ווייל אזוי » מיטוואך יוני 1, 2016 7:06 pm

· #335821
פלאוויוס
ס'איז דאס ערשטע מאל (אין אונזער צייט/סביבה) וואס א חודש'ליכער זשורנאל קומט ארויס פונעם ציבור, אויף אן "אומאפהענגיגן" אופן, אינעם אמת'ן זין פונעם ווארט. ס'איז אן אומגלויבליכקייט.


"דער איד" אויף זייער לעטטער העד האבן זיי אויך עפעס אזא אומאפהענגיגן ווארט.

---------------------

און בנוגע דיסטריבערטן: אז ס'וואלט געווען אדווערטייזמענט'ס וואס באצאלן קען מען מיט די געלט ארויספרינטן און לייגן אין געשעפטן

א איד » מיטוואך יוני 1, 2016 7:07 pm

· #335822
[ציטאט אראפגענומען]

ביי מיר פרינט זיך עס נישט

דעת תורה » מיטוואך יוני 1, 2016 7:09 pm

· #335823
כ'האב נישט ליב צו זיך אפרעדן, בפרט אז מ'שטעלט עס צו בחינם, אנע פראספעקט - דערווייל - צו מאכן עפעס געלט דערויף.

דאך מיין איך, אז דאס איז אביסל צו ארים, ובפרט אויב די רעדע איז פון א חודש'ליכע זשורנאל. געוואגטער'ס ארטיקל איבערן 'חדר המתוקן' (אזוי איז די פרשה באקאנט, אבער לפום ריהטא האב איך אפילו נישט געזען דעם נאמען אינעם ארטיקל) פילט ווי א טובל און ארויס אין א הייסע מקוה. כ'האף ס'קומט א המשך. יידל'ס ארטיקל וואלט ווען געברויכט אריין גיין די גאנצע.

עגעין, איך האב נישט קיין רעכט צו האבן תרעומת ווען אפאר אידן נעמען זיך צוזאם און טוען א גוטע זאך, זשאסט רגשי לבבי.

פלעין יודיש » מיטוואך יוני 1, 2016 7:35 pm

· #335828
איך ווער צוריק א מעמבער

מפוזרי » מיטוואך יוני 1, 2016 8:23 pm

· #335845
איך האב יעצט געכאפט א בליק אויפן מאגאזין.

אין אמת'ן אריין, וועל איך מודה זיין אז לכתחילה האט מיר נישט געכאפט די גאנצע עקסייטמענט דא איבער'ן מאגאזין.
ס'האט זיך געשפירט ווי א קליין הייפל אידן פארשטעקט אין עפּעס א שטיבעלע, וואו איינער קלאפט זיך דעם צווייטן אויפן רוקן איינגערעדט אז מ'גייט ראטעווען דער וועלט (סאַונדס פעמיליער?).
לאמיר זיך נישט נארן, ק״ש האט טאקע א שטיקל השפּעה אויף א געוויסן סעדזשמענט, אבער די וועלט גייט ווייטער. אונזער געזעלשאפט גייט אריבער שינוים, קלאר, אבער קאווע שטיבל איז ענדערש א סימפטאם ווי א גורם.

אבער יעצט זעענדיג דעם מאַגאַזין האב איך מורא אז דאס מאל מיינט מען ערנסט, דאס קען שוין מאכן א טויש.
און פארוואס האב איך מורא? ווייל מי יודע עד היכן הדברים מגיעים? ווער ווייסט וויאזוי וועט דער היסטאריע אונז פארמשפט'ן? וועט עס טאקע זיין דער אנהייב פון דער געבענטשטער שינוי המיוחל לטובה, צי גאר דער אנפאנג פונעם שרעקליכן גליטש אשר יגורנו? ווער קען זאגן צי די ערשטע משכילישע זשורנאלן האבן נישט אנגעהויבן מיט די זעלבע גוטע כוונות?

אלענפאלס, די באן איז אפגעפארן, ויהי ה' אלוקינו עמנו, שחפץ ה' בידינו יצליח, ויהיה אך טוב לישראל.

Change is coming! Let's hope for the best.

פיקאסא » מיטוואך יוני 1, 2016 8:32 pm

· #335848
שלום וברכה!

יאפ! כ'האב מיר געגעבן א "וועק" אויף.. ס'מער נישט קיין חלום... ב"ה אז מ'האלט שוין דא.
ס'איז מיר א פערזענליכע שמחה אז כ'האב געקענט אויספירען מיין חלום מכח אל הפועל.
ס'איז א שמחה פאר אלע מיטגלידער פון אונזער שטיבל.
און א שמחה פאר גאנץ כלל ישראל וואס וועלען נהנה זיין פון די אוצרות פון די שטיבל אויף א לייכטע און געשמאקע אופן.

קודם א דאנק פארן כל יכול וואס האט מיר געגעבען כשרונות צו מהנה זיין אנדערע מענטשען.

והשנית א ריזיגע דאנק פאר דעם אחד המיוחד שבחבורה @אנאנים.
ווי יעדער דא ווייסט אז אהן איהם וואלט גארנישט געווען.
קיינער דא ווייסט אבער נישט וויפיל שעות ער האט אריינגעלייגט אין דעם זשורנאל. איך ווייס אבער יא! שעות ע"ג שעות פון איבערקוקען און פאררעכטען, וכו' וכו' מיט א זעלטענעם כשרון. לא יאומן כי יסופר.
יתן ה' אז ער זאל האבן די פיזישע און גייסטישע כחות צו קענען ווייטער עוסק זיין במלאכת הקודש ביתר שאת ויתר עוז.

ווי אויך א דאנק פאר די אלע אנדערע מגיהים און עוזרים כל אחד ואחד בשמו הטוב יבורך. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.

פארשטייט זיך, א דאנק פאר אלע טאלאנטפולע שרייבערס ובפרט פאר ידידנו @געוואגטער פארן אהער שטעלן די געוואלדיגע ארטיקלן.
יה"ר אז ענק אלע זאלן ווייטער אנגיין מיט די מלאכת בכתיבה, און מהנה זיין כלל ישראל לאורך ימים ושנים טובים.

א דאנק אלע וואס האבן מיר געגעבען חיזוק ברבים ובאישי. ובפרט @ א איד פאר די חרוזים, ס'האט מיר געקאסט א שמייכל... ס'געט א בוסט צו ווייטער אנגיין זעהנדיג די ריאקציע פונעם ציבור.

איך וואלט געדארפט מער מאריך זיין אבער די צייט לאזסט נישט. יעצט אז כ'האב געענדיגט "דער וועקער" דארף איך משלים זיין מיין בעקלאג פון ארבעט.

ליין מיט הנאה און שוק עס ווייטער!
האטס מיר און זייטס מיר.


ידידכם עוז
פיקאסא

פיקאסא » מיטוואך יוני 1, 2016 8:40 pm

· #335849
דא איז א לינק צו issuu ווי מ'קען ליינען די זשורנאל אנליין אויף א געשמאקע אופן. (נ. ב. די בלעטער זענען פארדרייט)
דאס איז נאר ערלויבט פאר די וואס קענען עס נישט פרינטן! לכתחילה פרינט עס ארויס געהעריג, און ליין עס מיט ישוב הדעת.

ווי אויך האט איהר דא איז א לינק צו "דער וועקער" אויף טוויטער, ווי מ'קען מיר נאכקומען פאר עני אפדעיטס ארום "דער וועקער".

כ'האף בקרוב צו אהער שטעלען א וועבסייט ווי מ'וועט קענען דאונלאודען אלע אויסגאבעס וואס וועלן אי"ה ערשיינען.

וחפץ ה' בידינו יצליח.

ידידכם עוז
פיקאסא

מפוזרי » מיטוואך יוני 1, 2016 9:05 pm

· #335853
ס'איז אין פלאן ארויפצולייגן אלע ארטיקלען אויפן שטיבל? ס'פעלט זיך אויס א מקום וואו מ'זאל קענען רעאגירן.

ליפא » מיטוואך יוני 1, 2016 9:08 pm

· #335855
מפוזרי
ס'איז אין פלאן ארויפצולייגן אלע ארטיקלען אויפן שטיבל? ס'פעלט זיך אויס א מקום וואו מ'זאל קענען רעאגירן.

שיק אריין א בריוו! מ'וויל דאך האבן דארט הערות פון ליינער

מפוזרי » מיטוואך יוני 1, 2016 9:16 pm

· #335859
דאס איז נישט קיין ערזאץ פאר א לעבעדיגער שמועס דא אין שטיבל.

כוכב » מיטוואך יוני 1, 2016 9:57 pm

· #335867
היינט שפיר איך ווי ר' נתן יוסף מייזעלס האט זיך דערזען ביום כ"ז אב תשל"ט, יאך בין אויס קאפעליטש מאכער, די וועלט שטייט אן מיר, כוכב האלטעך נישט אזוי קליין ווייל ביזט נישט אזוי גרויס, די חברה האבן מיך דא אוטסמארטעד בבחינת ביג טיים.
כ'האב אזוי געאפפערט מיין הילף בשפה רפה, כהאב געמיינט מעט זיך קומען ביקן און בעטן, כ'האב אראפגעשטעלט גאנצענעטע תנאים וואס מדארף נאכקומען אז מיין ריזיגער עגא זאל מסכים זיין און באוויליגן צו זיין טייל פון דעם פראיעקט, די חברה האבן אבער געמאכט שבת פאר זיך, מויחעל טויוועס, קוש מיר ווי די אידן האבן גערוט, אונז קענען אליין.
די וועקערס האבן זיך גענומען וועקן אז ס'גייט א רויעך.
שיישעלע, קום נאר אהערן דו קליינער ששי, לאמעך דיר געבן א ציפ אין בעקל, קעניינע הארע, חדשים וואס איך לעק אים שוין ווייל איך האב מורא געהאט פון אים, ער העט מיר דא צונעמען מיין רעדל, וכך הוה, דער טאג איז אנגעקומען, נישט מער געדאכט.
און מיסטער פיקאסעלע, דיר קומט זיך אויך א קנופ אין בעקל, אזוי איידעלערהייט זיך אפגעשאקלט פון מיינע קאפריזן, גוד זשאב מען, האסט געמאכט א הערליכע און קלאסישע ארבעט, מען יו ראק.
אלנפאלס, נאך מיין זויער-רייד, וועל איך מיך יא נעמען הרמן ורשותא צו נעמען קרעדיט אויף דעם הערליכן וועקער-זייגער, וויייל אי לאו האי כוכב, כהאב דאך אויסגעטרויטן דעם וועג מיט פה סח איינס און צוויי (רבי לעבן, מאך שלום מיט'ן מצב, דו קומסט אריין ווי א לאזער, זשאסט שאט אפ, זאג ס'שיין, געב א לייק, וויש דיך אפ דעם נאניע, מאך נישט קיין ברייטל העט קיינער נישט כאפן וואסערע חוזק דו ביזט) און איך האף אז איך בין געווען א גוטער פארגייער פון וועמען עס איז געווען זיך צו לערנען.

בעל מדות » מיטוואך יוני 1, 2016 10:32 pm

· #335876
כוכב
היינט שפיר איך ווי ר' נתן יוסף מייזעלס האט זיך דערזען ביום כ"ז אב תשל"ט, יאך בין אויס קאפעליטש מאכער, די וועלט שטייט אן מיר, כוכב האלטעך נישט אזוי קליין ווייל ביזט נישט אזוי גרויס, די חברה האבן מיך דא אוטסמארטעד בבחינת ביג טיים.
כ'האב אזוי געאפפערט מיין הילף בשפה רפה, כהאב געמיינט מעט זיך קומען ביקן און בעטן, כ'האב אראפגעשטעלט גאנצענעטע תנאים וואס מדארף נאכקומען אז מיין ריזיגער עגא זאל מסכים זיין און באוויליגן צו זיין טייל פון דעם פראיעקט, די חברה האבן אבער געמאכט שבת פאר זיך, מויחעל טויוועס, קוש מיר ווי די אידן האבן גערוט, אונז קענען אליין.
די וועקערס האבן זיך גענומען וועקן אז ס'גייט א רויעך.
שיישעלע, קום נאר אהערן דו קליינער ששי, לאמעך דיר געבן א ציפ אין בעקל, קעניינע הארע, חדשים וואס איך לעק אים שוין ווייל איך האב מורא געהאט פון אים, ער העט מיר דא צונעמען מיין רעדל, וכך הוה, דער טאג איז אנגעקומען, נישט מער געדאכט.
און מיסטער פיקאסעלע, דיר קומט זיך אויך א קנופ אין בעקל, אזוי איידעלערהייט זיך אפגעשאקלט פון מיינע קאפריזן, גוד זשאב מען, האסט געמאכט א הערליכע און קלאסישע ארבעט, מען יו ראק.
אלנפאלס, נאך מיין זויער-רייד, וועל איך מיך יא נעמען הרמן ורשותא צו נעמען קרעדיט אויף דעם הערליכן וועקער-זייגער, וויייל אי לאו האי כוכב, כהאב דאך אויסגעטרויטן דעם וועג מיט פה סח איינס און צוויי (רבי לעבן, מאך שלום מיט'ן מצב, דו קומסט אריין ווי א לאזער, זשאסט שאט אפ, זאג ס'שיין, געב א לייק, וויש דיך אפ דעם נאניע, מאך נישט קיין ברייטל העט קיינער נישט כאפן וואסערע חוזק דו ביזט) און איך האף אז איך בין געווען א גוטער פארגייער פון וועמען עס איז געווען זיך צו לערנען.

הער אויף מיט די קאמפלעקס, דער קונץ איז אנצוהאלטן מיט א פראיעקט, עס איז אונזער וואונטש אז דער וועקער זאל ווייטער אנגיין און ערשיינען, אבער ווי עס שיינט איז שש נאך אין די כלים, עס שמעקט מיר אז דער אויסגאבע וועט נאך פאדערן אסאך הילף, שש איז נישט קיין ענדזשעל און וועט האבן צייטן וואס ער וועט נישט קענען פירן די אויסגאבע אליינס, נעם אינאכט אז וועסט קענען אסאך טאלאנט שענקען דא, מיר האבן אסאך צוטון, און אסאך אויפצוטון, מען קען נישט לאזן מנוחה, דא מיט סמארטפאונלאזע גאסן אין קרית יואל, און דא מיט סמארטפאונלאזע אנשטאלטן פאר קינדער פון גייסטישע היימען אין וויליאמסבורג, מיר האבן א וועג אויסצוטרעטן, און ווילאנג דער וועקער ווערט נישט דער אפציעלער שופר פון די "אגודת ישראל", מיט די צוזאמענארבעט פון די "התאחדות הרבנים" דארפן מיר וועקן און וועקן אן לאזן די רע-בנים דרוקן דעם "סנוז קנעפל.

מעסיוו ארבעט חברה, נאכנישט אנגעיאגט צו ליינען, אבער עפעס האב איך געזען פון בעל מדות, דער שרייבט דאך צום זאך (נאר כוכב מעג קאמפלעקסירן?...) איז כוכב פארליר נישט דיין האפענונג, דו האסט אנגעצינדן דער פאקל, און דו שיינסט דערמיט, אויב זוכסטו ממש וואס צוטון, אפשר שרייב מער דא, עס בענקט זיך פיין צו ליינען עפעס כוכב'דיג.

כוכב » מיטוואך יוני 1, 2016 10:36 pm

· #335879
נאך א מזל דו טרייסט מיך...

בעל מדות » מיטוואך יוני 1, 2016 10:56 pm

· #335889
.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 2, 2016 6:06 am

· #335935
איך פארשטיי נישט, דער וועקער נעמט צו פון פה-סח? כוכב וועט ווייטער אנגייען מיט פה-סח און פיקאסא מיט אנאנים מיט דער וועקער.
ס'איז אזוי ווי ווען מ'נעמט אן דער ברך משה אלס רבי אין תש"ז, אפשר לקיים שניהם און ר' נתן יוסף זאל זיך דרייען ביי ביידער

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

פיקאסא » דאנערשטאג יוני 2, 2016 6:14 am

· #335936
ליטוואק פון בודאפעסט
איך פארשטיי נישט, דער וועקער נעמט צו פון פה-סח? כוכב וועט ווייטער אנגייען מיט פה-סח און פיקאסא מיט אנאנים מיט דער וועקער.
ס'איז אזוי ווי ווען מ'נעמט אן דער ברך משה אלס רבי אין תש"ז, אפשר לקיים שניהם און ר' נתן יוסף זאל זיך דרייען ביי ביידער

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

הנני מצטרף לדברי ליטוואק.
אין מלכות נוגעת בחברתה.. אדרבה ואדרבה @כוכב איז מכובד אנצופירען ווייטער די גרעסערע אויבגאבעס, צו ס'וועט הייסן פה סח, אדער דער וועקער נאר און א ספיציעלען פארגרעסערטען אויסגאבע דאס וועט ער מחליט זיין.
נאטינג ביטס די פה סח תשע"ו אויסגאבע!
איך בין גרייט צו העלפן דעמאלס אויך בעזהי"ת.

טאמבל סאס » דאנערשטאג יוני 2, 2016 7:59 am

· #335943
פלאוויוס' ארטיקל דער נומער, איז ווידער עפעס איינס אין דער וועלט. איך האב געשטוינט און געשמייכלט און עמאציאנעל געווען אין די זעלבע צייט, געשטוינט וואספארא דזשיניעס עס ליגט אינדעם און ווי אמת'דיג די אבהאנדלונג פארשטייט זיך. ווי גוט ער טרעפט צו מחשבות וועלכע קומען כסדר ווי אין פלוקטועישנס אויף אלעמענס מיינד און ווי קונצליך ער לייגט עס אין פארעם פון אפילו פשוטע ווערטער. ס'דאכטצעך אז ער פיהלט די פעין פון אלע ברואים און פון די בריאה זעלבסט. געשמייכלט האב איך, פארדזשעקטענדיג א אינערליכע צופרידנקייט וואס האט געשטורעמעט פון עקסייטמענט צו כאפן א גלימפס אויף א סוד פון דער יקום און אירע ווארקינגס. געשמייכלט אז עמיצער האט געטוהן די ארבעט פאר מיר און סדר געמאכט אין דעם תהו. אמת'דיג, פליז זייט מיר נישט חושד אין גאווה ווען איך זאג אייך דער חלק מהגעדאנק אז נאר פון קאנפליקט(לדאבוננו הגדול) קומט ארויס דער דרייוו, ענערגיע און רצון אויף פארקערט, און שפעטער דאס פירט דאס ווייטער אויף צוריק, איז עפעס וואס עגבערט מיר שוין א לאנגע צייט, ווען עס איז זיך מיר איין טאג נאטורליך איינגעפאלען. כ'האב עס דעמאלס דורכגעשמועסט מיט @פארוואס? ווי ער קען מעיד זיין. האט זיך מיר געפרייט צו זען נעכטן אז איך בין נישט אינגאנצן פארנערט און אז נאך עמיצן באדערט אזעלכע נאאיוויקייטן.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

כוכב » דאנערשטאג יוני 2, 2016 9:18 am

· #335952
פאר אלע טרייסטער און וואונטשערס, כבין געווען סארקאסטיש. הצלחה.

בן אדם » דאנערשטאג יוני 2, 2016 9:44 am

· #335959
איך אויך, איינער איז אינטרעסירט?
בלאט: 1 2 3