☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » אשכול אן א טיטל #10562

אשכול אן א טיטל #10562

107 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10562
בלאט: 1 2 3

פיקאסא » דאנערשטאג יוני 2, 2016 9:48 am

· #335960
[ציטאט אראפגענומען]

יישר כח שלום.
מ'דארף זיין בקשר מיט @שש.
כ'בין זיכער ער אביסעלע אויסגעמוטשעט פון די ארבעט.. געב איהם אפאר טאג, כ'גלייב ער וועט מודיע זיין ברבים די ווייטערדיגע פלענער.

ווייל אזוי » דאנערשטאג יוני 2, 2016 1:45 pm

· #336000
כוכב
פאר אלע טרייסטער און וואונטשערס, כבין געווען סארקאסטיש. הצלחה.



@כוכב לאז דיך נישט טרייסטן קוק נאר אן די קאמפלימענט'ס דא און קוק ביי די פה-סח ......

Just Kidding 🙄

און פאר די אלע שרייבער'ס און ארויסהעלפער'ס פאר "דער וועקער" כל אחד בשמו הטוב הערסט כוככ וויל איך מיך באדאנקען פון טיפן הארצן און אנוואונטשען הצלחה אויף ווייטער געזונטע און לאנגע יארן. ס'קוקט אויס א מעסיוו פיעס.
טענקס

בן אדם » דאנערשטאג יוני 2, 2016 1:48 pm

· #336003
א שאד. כ'האב געמיינט כוכב איז עכט באליידיגט

וכדומה.. » דאנערשטאג יוני 2, 2016 5:08 pm

· #336058
הערליכע ארבעט.

סאיז ביטער שווער אנצוהאלטן אזא זאך יעדע חודש און ס'זאל זיין אהערגעשטעלט אויפן העכסטן פארנעם.
די איינציגסטע וועג וויזוי ס'וועט האבן אריכות ימים איז נאר אויב דאס ווערט פארקויפט און ס'מאכט געלט.

קאמענטירער » דאנערשטאג יוני 2, 2016 5:12 pm

· #336061
WOW!!! א געוואלדיגע ארבעט!!
סדא טאקע מאנכע וואס וואונדערן זיך ווי לאנג סוועט אנהאלטען אזא מעסיוו עבודה [און נאכדערצו פאר אומזינסט!!]
איך טראכט אז הכל ריווח אפילו סוועט נישט אנהאלטען צו לאנג, אדער אויב סוועט ארויס קומען נאר מפעם לפעם, אחד בשנה ושנים בשמיטה,

איז עס ווערט אלע געלטער [וואס מצאלט נישט...] און כוחות וואס די שרייבערס לייגען אריין דערין, ווייל סאיז א פשוטע זאך אז א בעל דרשן וואס רעדט מיט א קלארע אין זיסע שטימע הערט מען סאך בעסער און נעמט סאך מער אויס, ווי איינער וואס זיין קול גריזשעט מעג ער זיין גערעכט טויזענט מאל, דאס זעלביגע איז מיטען ליינען אזאך וואס איז שיין מסודר און אויסגעשטעלט איז זיך סאך בעסער מקבל על הלב, ועל המח
ווי גייט נאר די חב''ד לידעל? כאפ אריין א וואדקע...
יעדע ארטיקעל און אויסגאבע א ליכטעל אין די יודישע וועלט

שמיטשיק » דאנערשטאג יוני 2, 2016 10:21 pm

· #336129
איך האלט אז בעטן געלט וועט זיין קאנטער פראדאקטיוו, אפאר דאלער פאר די טעכנישע הוצאות ממילא, אבער בעטן געלט פאר די ארבעט וואס ווערט אריינגעלייגט, פאר די צענדליגע שעות פון הארוואניע וואס ליגט אונטער אזא פראיעקט, דאזס לאזט זיך נישט באצאלן מיט געלט, דאס ברויך ווערן געטריבן פון אידעאל, אויב וועט מען בעטן געלט קען דאס איבענעמן די ציל און דאן וועט זיך נישט וועלן אינוועסטירן די שווערע עבודה פאר די נישטיגע פאר גרייצער.

און אז איך שרייב שוין וויל איך באדאנקען אלע וואס האבן געהאט א חלק אין אהערשטעלן די געלונגענע אויסגאבע, בהצלחה

שטאפענע קאפעליטש » פרייטאג יוני 3, 2016 1:30 am

· #336169
איז דא למעשה א געשעפט וואס פארקויפט עס? כוויל עס קויפן, נישט אליין פרינטן

אבי גערעדט » פרייטאג יוני 3, 2016 11:39 am

· #336227
א הארציגן דאנק פאר די רעדאקציע.

איך האב געאפדעיט צו ווינדאוס 10, און דארט ביים פרינטן האבעך מער נישט די אפציע פון בוקלעט פרינטינג, ווייסט איינער ווי אזוי מ'קען פרינטן בוקלעט אין ווינדאוס 10?

פיקאסא » פרייטאג יוני 3, 2016 11:52 am

· #336230
איך האב ווינדאוס 10 און ס'פרינט זיך א מחיה. פאר מער הילף פרעגט דעם גוגעל הדור.

יב הלוי סאלאווייטשיק » פרייטאג יוני 3, 2016 12:42 pm

· #336243
קען מען האבן booklet printing פין א Ipad ...? אפשר איז פארהאן א app דערפאר...?

חסיד פון ליטא » פרייטאג יוני 3, 2016 1:38 pm

· #336266
א מייסטער ווערק!!!

*פראפעציענאלע גראפיקס!

*הערליכע ארטיקלן!

*פראקטיש סייז!

א ריזן יישר כוח פאר הער @פיקאסא וחבירו לדבר מצוה @אנאנים!
גייט ווייטער אן ביתר שאת וביתר עז והשם יהיה בעזרתכם!

אלטר פ » פרייטאג יוני 3, 2016 1:46 pm

· #336269
אבי גערעדט
א הארציגן דאנק פאר די רעדאקציע.

איך האב געאפדעיט צו ווינדאוס 10, און דארט ביים פרינטן האבעך מער נישט די אפציע פון בוקלעט פרינטינג, ווייסט איינער ווי אזוי מ'קען פרינטן בוקלעט אין ווינדאוס 10?

You need to open it in Adobe

חסיד פון ליטא » פרייטאג יוני 3, 2016 1:56 pm

· #336274
יעצט א פראגע צום עולם.

מיין אריגינעלן פלאן איז געווען ארויסצוקומען מיט א וועכנטליכן גליון בת ארבע עמודים מדי שבת בשבתו.

א געמיש פון אלטע ארטיקלן און נייע, מילתא דבדיחותא, נייעס, דברים העומדים על הפרק, אן אפציע פארן גארער וועלט אריינצושיקן ארטיקלן, קריטיק אויף ארטיקלן, קריטיק בריוו צום מערכת (און דערנאך ארויפלייגן דא, און די עולם וועט עס צוזאמען מלבן זיין בדיבוק חברים און דערנאך וועט מען ארויפשטעלן די מענה בטוב טעם... אזא זאך קען אסאך מאל זיין fun...), ווי אויך פארשטייט זיך א מדור פאר תורה, סיי על פרשת השבוע סיי סתם אדורכטוהן אינטערסאנטע ענינים, היסטאריע וכו'.

בקיצור, ווייניגער פארמאל, א גרעסערע אויסוואל פון חומר, און מיט זעכצן עמודים (8.5x 11) א חודש מיט מינימאלע גרעפיקס, וועט עס לכאורה איבערשטייגן די כמות פונעם איצטיגן וועקער.

איך וויל ח"ו נישט קאמפיעטן מיט די וועקער, אויב עפעס וועלן מיר מסתמא ארבעטן צוזאמען, איך וויל פשוט הערן די מיינונג פונעם ציבור אויב עס איז נאך דא פלאץ פאר אזא זאך אדער נישט.

Please let me know in the comments below...

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 3, 2016 2:05 pm

· #336280
אנפריקען בעליוועבל. צוויי אידן, דריי דעות.

פיקאסא » פרייטאג יוני 3, 2016 2:11 pm

· #336283
חסיד פון ליטא
יעצט א פראגע צום עולם.

מיין אריגינעלן פלאן איז געווען ארויסצוקומען מיט א וועכנטליכן גליון בת ארבע עמודים מדי שבת בשבתו.

א געמיש פון אלטע ארטיקלן און נייע, מילתא דבדיחותא, נייעס, דברים העומדים על הפרק, אן אפציע פארן גארער וועלט אריינצושיקן ארטיקלן, קריטיק אויף ארטיקלן, קריטיק בריוו צום מערכת (און דערנאך ארויפלייגן דא, און די עולם וועט עס צוזאמען מלבן זיין בדיבוק חברים און דערנאך וועט מען ארויפשטעלן די מענה בטוב טעם... אזא זאך קען אסאך מאל זיין fun...), ווי אויך פארשטייט זיך א מדור פאר תורה, סיי על פרשת השבוע סיי סתם אדורכטוהן אינטערסאנטע ענינים, היסטאריע וכו'.

בקיצור, ווייניגער פארמאל, א גרעסערע אויסוואל פון חומר, און מיט זעכצן עמודים (8.5x 11) א חודש מיט מינימאלע גרעפיקס, וועט עס לכאורה איבערשטייגן די כמות פונעם איצטיגן וועקער.

איך וויל ח"ו נישט קאמפיעטן מיט די וועקער, אויב עפעס וועלן מיר מסתמא ארבעטן צוזאמען, איך וויל פשוט הערן די מיינונג פונעם ציבור אויב עס איז נאך דא פלאץ פאר אזא זאך אדער נישט.

Please let me know in the comments below...

גוטע איידיע.
עפען פליז א נייער אשכול דערפאר, ס'קען פארמישען דעם עולם.

קלוגע יודל » פרייטאג יוני 3, 2016 2:22 pm

· #336286
אבי גערעדט
א הארציגן דאנק פאר די רעדאקציע.

איך האב געאפדעיט צו ווינדאוס 10, און דארט ביים פרינטן האבעך מער נישט די אפציע פון בוקלעט פרינטינג, ווייסט איינער ווי אזוי מ'קען פרינטן בוקלעט אין ווינדאוס 10?

Install adobe reader

שאולדיספריםפאקער » פרייטאג יוני 3, 2016 2:27 pm

· #336291
ווייסט איינער צו מיט די brother tn750 צו ס׳איז שייך צו פרינטן בוקלעט סטייל ?

קלוגע יודל » פרייטאג יוני 3, 2016 2:55 pm

· #336310
שאולדיספריםפאקער
ווייסט איינער צו מיט די brother tn750 צו ס׳איז שייך צו פרינטן בוקלעט סטייל ?

Tn is toner, עס איז נישט קיין פרינטער
יעדע פרינטער קען פרינטען בוקלעט סטייל, עס ווענדט זיך אין די סאפטוועיר פון די קאמפיוטער. די שאלה איז נאר אויב עס קען פרינטען דופלעקס, דאס הייסט דאבל סיידעד, אן מען זאל אליינס דארפן אבער דרייען די בלעטער.

קלוגע יודל » פרייטאג יוני 3, 2016 2:56 pm

· #336312
שטאפענע קאפעליטש
איז דא למעשה א געשעפט וואס פארקויפט עס? כוויל עס קויפן, נישט אליין פרינטן

קאפי קורנער אין בארא פארק אינדערפרי שטייט א גוי ביים טיש, און ער וועט עס דרוקן פאר דיר, און נישט וויסן אז די ביסט פון די אויפגעקלערטע.

נולד מאוחר » פרייטאג יוני 3, 2016 5:27 pm

· #336367
[ציטאט אראפגענומען]

ארויסגעפרינט, און א דאנק פאר די אנווייזונגען, כ'האב קיינמאל נישט געוויסט וויאזוי צי פרינטן א בוקלוט.
און יעצט טוט מיר וויי פארוואס כהאב נישט געפרינט א צען שטיק פאר שבת ביים ליינען אין שול.

קלוגע יודל » פרייטאג יוני 3, 2016 5:37 pm

· #336370
עס איז נאך דא צייט ביזן זמן

גר ותושב » פרייטאג יוני 3, 2016 6:15 pm

· #336374
נולד מאוחר

און יעצט טוט מיר וויי פארוואס כהאב נישט געפרינט א צען שטיק פאר שבת ביים ליינען אין שול.

ווען די האסט שוין אויסגעטיילט די ניינטע קענסטו מיר ברעינגען די צעינטע.

זבולון » זונטאג יוני 5, 2016 12:48 am

· #336429
קאן יענער נישט אויפמאכן א ק"ש אקאונט?

שלי שלך » זונטאג יוני 5, 2016 12:50 am

· #336430
איך בעצם האב זייער הנאה געהאט, אבער די רוב צו וועם איך האב גערעדט פארפירט אז עס איז ווייט צו איבערגעטריבן פאר א ערשטע אויסגאבע

גר ותושב » זונטאג יוני 5, 2016 12:54 am

· #336432
למעשה בואו חשבון.
וויפיל דאונלאודס איז דא וויפיל יודן האבן דאס געזעין און ווי אזוי איז מען מקיים די יפוצו מעיינתך חוצה?

גר ותושב » זונטאג יוני 5, 2016 1:05 am

· #336436
קיינער וויל זיך נישט ארויס געיבן און ארום גיין צו געשעפטן זיי זאלן דאס פארקויפן עס דארף זיין איינער וואס קען זיך מיט א דיסטריביטער וואס זאל עים אריין שלעפן און דעים

שלי שלך » זונטאג יוני 5, 2016 1:49 am

· #336448
ווייט צו איבערגעטריבן מיינט אז איינער וואס דרייט זיך נישט ביי אונז און שטיבל, קען אזא סארט וועקער נישט וועקן, ווייל די רגע ער הויבט עס אן ליינען ווארפט ער עס גלייך אוועק צוליב וואס ער איז נישט היימיש מיט אזא סארט השקפה. אדרבה וואלט דען נישט נאך אפאר ארטיקלען אזוי ווי געוואגטע אינגלס צוויי נייע ארטיקלען פיל מער אויפגעטון ווי א הדרכה צום אינטרנט אדער די אויפטו פון פעריסקאפ?

וכדומה.. » זונטאג יוני 5, 2016 2:22 am

· #336458
איך מיין אז דער פראבלעם פון שלי שלך האט אסאך צוטוהן מיט די נאמען "דער וועקער" און נאכמער די סוב-סלאגען 'עורו ישנים משנתכם' וואס שרייט ארויס אן אגענדע.

קיינער האט נישט ליב צו ווערן מיסיאנעזירט און צו ליינען מאטריאל וואס איז דא דיך צו טוישן אדער איבעררעדן נישט קיין נ"מ רעכטס צו לינקס. א מאגאזין ליינט מען ווייל ס'איז געשמאק און מ'וויל הנאה האבן פון די תוכן וואס זיי פארקויפן, די רגע ס'שמעקט פון א אגענדע ווערט מען פארעקלט דערפון. פאר די זעלבע סיבה וואס א באצאלטע עדווערטאריול ארטיקעל איז אומפאפיולער צו ליינען.

איך מיין אז די 'עורו ישנים' זאל אראפ גיין פונעם דעקל באצייטנס.

שלי שלך » זונטאג יוני 5, 2016 2:27 am

· #336459
שש האט דאך קלאר געשריבן אז דאס איז דער ציל און מען האלט עס אינאיין זעהן צווישן די שורות

קאמענטירער » זונטאג יוני 5, 2016 8:38 am

· #336499
איך כאפ טאקע נישט פארוואס דארף דאס זיין א ציל?

וואס איז דער ציל מיטען ארויסגעבן א זשורנאל? צו קענען ליינען געשמאק ארטיקלען וואס זענען אינטערסאנט? אדער אויפקלערן די מענטשהייט? פארוואס דארף מען ארבעטן צו מאכען א ויפוצו? איך מיין מ'זאל עס לאזען פאר די חבד''סקער, און אונז זאל מיר פאוקעסן צו מאכען א בא'טעמ'טע מאגעזין וואס האלט די עולם?

שלי שלך » זונטאג יוני 5, 2016 8:52 am

· #336501
איז אויב אזוי וואס איז פשט פון אזא מאדנע נאמען ווי דער וועקער? ס'דאך נאר געמאכט פאר אונז מ'זאל האבן וואס צו ליינען שבת נאכמיטאג? ניין? נו אונז זעמיר שוין אויף!
צווייטנס פארוואס פרובירט מען עס אפי' צו פארקויפן אין די געשעפטן?
פארוואס האט שש געשריבן אז די ארבעט צאלט זיך נאר אויס אויב ס'גייט ווי ווייטער? נו האט נאך איינער א ספק וואס די ציל איז דא?
נו אויב דאס איז דער ציל איז לייג מיר נישט אריין קיין ארטיקלען פון א פעריסקאפ!

הקטן » זונטאג יוני 5, 2016 9:40 am

· #336507
וכדומה..
איך מיין אז דער פראבלעם פון שלי שלך האט אסאך צוטוהן מיט די נאמען "דער וועקער" און נאכמער די סוב-סלאגען 'עורו ישנים משנתכם' וואס שרייט ארויס אן אגענדע.

קיינער האט נישט ליב צו ווערן מיסיאנעזירט און צו ליינען מאטריאל וואס איז דא דיך צו טוישן אדער איבעררעדן נישט קיין נ"מ רעכטס צו לינקס. א מאגאזין ליינט מען ווייל ס'איז געשמאק און מ'וויל הנאה האבן פון די תוכן וואס זיי פארקויפן, די רגע ס'שמעקט פון א אגענדע ווערט מען פארעקלט דערפון. פאר די זעלבע סיבה וואס א באצאלטע עדווערטאריול ארטיקעל איז אומפאפיולער צו ליינען.

איך מיין אז די 'עורו ישנים' זאל אראפ גיין פונעם דעקל באצייטנס.

מען דארף באהלטן די אגענדע

שלי שלך » זונטאג יוני 5, 2016 9:44 am

· #336508
גוט געזאגט!
אבער די אגענדע דארף בלייבן פאר די אויגן.

א איד » זונטאג יוני 5, 2016 5:59 pm

· #336611
פארוואס זעה איך נישט פון די ווערטער עורו ישינים משינתכם עפעס אן אגענדע?

טאמבל סאס » זונטאג יוני 5, 2016 6:11 pm

· #336614
טעות

פיקאסא » זונטאג יוני 5, 2016 8:18 pm

· #336658
מעשי ידי להתפאר.. ארויסגעפרינט ביי א פראפעשענעל פרינטער אויף א שיינע גלאססי פאפיר, פול קאלאר. זייער שיין אויסגעקומען ב"ה.

פליקער » זונטאג יוני 5, 2016 11:38 pm

· #336704
וואס זאל איך זאגן ס'טוט מיר לייד אז פון מיין ניקים פיגערירט נישט גארנישט אינעם וועקער, אולי וויל קיינער נישט איך זאל אויפשטיין, איז טאקע גארנישט געווען אינטער מיין ניק וואס אריין צי לייגן, האב איך טאקע גארנישט געזאגט נאך דא, איך מיין אז דאס איז דער ערשטע מאל וואס איך האב נישט פיגערירט, חבל.

Sent from my VS987 using Tapatalk

ליפא » זונטאג יוני 5, 2016 11:41 pm

· #336705
פליקער איך וועל דיר טרייסטן, מען האט גענומען אן ארטיקל דיינע און געמאכט דעם ביקורת הגהה געפיקסט יעדע ספעלינג און מ'האט זיך געטראפן מיט א boring ארטיקל...

ירא שמים » מאנטאג יוני 6, 2016 1:33 am

· #336725
קטלא קניא
‏רחש לבי דבר טוב-דער ערשטער פאויסט חרדישע זורנאל, דער ווקער אויף יידיש! מיינע 3 טעג יו"ט מיטן תיקון זענען שוין באזעצט ⁦‪scribd.com/mobile/doc/314…‬⁩

פיקאסא » מאנטאג יוני 6, 2016 5:38 am

· #336726
צוליב טעכנישע סיבות וועט "דער וועקער" זיין אויף עמעזאן הערשט אין א פאר טאג ארום. יישר כוח @ליטוואק דמן בודאפעסטא פארן צו העלפן מיט דעם.
לכאורה איז דאס נאר פון די טיזינג פראבלעמען, נעקסטע מאל וועט עס אי"ה זיין צו באקומען גלייך ווען דאס קומט ארויס.

פיקאסא » מאנטאג יוני 6, 2016 5:43 am

· #336727
איך האב באקומען אין אישי עטליכע הצעות אויף דיסטריביושען. אבער די ערשטע זאך וואס מ'דארף דערפאר איז איינער וואס האט קאנעקשענס מיט א פרינטינג קאמפאני, וואס וועט מסכים זיין צו דרוקען די זשורנאל פאר א ביליגע פרייז, וכוליה האי ואולי וועט מען קענען דעקען די קאסטן.
ווער עס קען צו העלפן מיט פרינטינג אדער דיסטריביושען בעצה ותושיה זאל זיך אנרופען ווארעם, ויהי חלקו ממזכי הרבים.

יישר כחכם
ידידכם עוז
פיקאסא

ברסלבער » מאנטאג יוני 6, 2016 9:55 am

· #336742
א הערליכע ארבעט!
א גרויסן דאנק פאר די ארויסגעבער און צוהעלפער.

נולד מאוחר » דינסטאג יוני 7, 2016 12:48 am

· #336894
פיקאסא
איך האב באקומען אין אישי עטליכע הצעות אויף דיסטריביושען. אבער די ערשטע זאך וואס מ'דארף דערפאר איז איינער וואס האט קאנעקשענס מיט א פרינטינג קאמפאני, וואס וועט מסכים זיין צו דרוקען די זשורנאל פאר א ביליגע פרייז, וכוליה האי ואולי וועט מען קענען דעקען די קאסטן.
ווער עס קען צו העלפן מיט פרינטינג אדער דיסטריביושען בעצה ותושיה זאל זיך אנרופען ווארעם, ויהי חלקו ממזכי הרבים.

יישר כחכם
ידידכם עוז
פיקאסא

וואס מיינט קאנעקשענס? אז צילוב די קאנעקשען זאל ער פרינטען ביליגער ווי מארקעט פרייז?

קלוגע יודל » דינסטאג יוני 7, 2016 2:34 am

· #336909
פיקאסא
איך האב באקומען אין אישי עטליכע הצעות אויף דיסטריביושען. אבער די ערשטע זאך וואס מ'דארף דערפאר איז איינער וואס האט קאנעקשענס מיט א פרינטינג קאמפאני, וואס וועט מסכים זיין צו דרוקען די זשורנאל פאר א ביליגע פרייז, וכוליה האי ואולי וועט מען קענען דעקען די קאסטן.
ווער עס קען צו העלפן מיט פרינטינג אדער דיסטריביושען בעצה ותושיה זאל זיך אנרופען ווארעם, ויהי חלקו ממזכי הרבים.

יישר כחכם
ידידכם עוז
פיקאסא

צו דריקען קען מען ג'יין צו עני דריקער וואס דריקט offset, און עס וועט קאסטן באר בוליג, אויב די ווילסט נישט דריקען ביי א יוד, קענסטו עס אפילו דריקן ביי א גויעשע פרינטען.

נעם quotes פון א פאר דריקערס, וזהו. קאנעקשאנס וועט גארנישט העלפן

מישו מאוד מעניין » דינסטאג יוני 7, 2016 12:11 pm

· #336972
עס גייט אנקומען און ארץ ישראל?
לעצטנס איז דא אלע אידישע צייטונגען און ארץ ישראל ווי דער מומנט,דער בלאט,דער איד
איך ווארט עס זאל שוין אנקומען קיין ארץ ישראל
יישר כח

קל וחומר » דינסטאג יוני 7, 2016 2:21 pm

· #337000
וויפול מאל האסטו עס געדאונלאוד...?

מישו מאוד מעניין » דאנערשטאג יוני 9, 2016 6:03 am

· #337365
ווי קען מען עס דאונלודען
[ציטאט אראפגענומען]

מישו מאוד מעניין » דאנערשטאג יוני 9, 2016 7:03 am

· #337370
די בעסטע וואס איך האב הנאה גהאט פון "א וועקער" איז די ארטיקל "ארויס ווארפן א בחור פון ישיבה"
אלעס וואס שטייט דארט בין איך אריבער גאגנגען "אלס יתום פון אלס קליין יונגל" אן קיין רחמנות האט מען מיך גווארפען. נאך מיט א סיבה "וואס זאלן אונז טוהן אונז האבן נישט מיט וועמן צו רעדן"
ווי אזוי זינגט מיכאל שניצלר "אוי די רשעות נעמט נישט קיין עק". מען קען מיינען איך האב מחלל שבת גוועהן אדער גפרעסן חזיר און כיתה
איך האב מיך קען זיין אפאר מהל גחיצפרט איך גדענק נישט קיין מאהל וואס מען האט מיך אריין גערופען און גערעדט שיין צו מיך נאך מיט א סיבה "עס גייט במיילא נישט העלפן"
היינט ווען איך זעה א בחור ארויס גווארפען עסט מיך עס די געזונט וועגן ווער ווייסט וואס ער גייט יעצט טוהן אויפן גאס דאס וואס איך האב געטהון ווען מען האט מיך ארויס גווארפען??? טאמער יא ... והמבין יבין
שרייבט פארווייטאגט

נ.ב. מען דארף טאקע עפעס זעהן צו טוהן און דער נושא

מישו מאוד מעניין » דאנערשטאג יוני 9, 2016 7:08 am

· #337371
"אנאנים" אין כמוך
you made a wondful job
אונז ווארטן שוין אויף קומנדיגע גליון

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 9, 2016 11:47 am

· #337405
מישו מאוד מעניין
די בעסטע וואס איך האב הנאה גהאט פון "א וועקער" איז די ארטיקל "ארויס ווארפן א בחור פון ישיבה"

נ.ב. מען דארף טאקע עפעס זעהן צו טוהן און דער נושא

איך האב טשילס... כ'האב נישט גע'חלומ'ט עס וועט האבן אזא ווייטגרייכענדע אפעקט ווען כ'האב עס געשריבן.
כי זה חלקי מכל עמלי.
בלאט: 1 2 3