גאנצלמישו מאוד מענייןדי בעסטע וואס איך האב הנאה גהאט פון "א וועקער" איז די ארטיקל "ארויס ווארפן א בחור פון ישיבה"
אלעס וואס שטייט דארט בין איך אריבער גאגנגען "אלס יתום פון אלס קליין יונגל" אן קיין רחמנות האט מען מיך גווארפען. נאך מיט א סיבה "וואס זאלן אונז טוהן אונז האבן נישט מיט וועמן צו רעדן"
ווי אזוי זינגט מיכאל שניצלר "אוי די רשעות נעמט נישט קיין עק". מען קען מיינען איך האב מחלל שבת גוועהן אדער גפרעסן חזיר און כיתה
איך האב מיך קען זיין אפאר מהל גחיצפרט איך גדענק נישט קיין מאהל וואס מען האט מיך אריין גערופען און גערעדט שיין צו מיך נאך מיט א סיבה "עס גייט במיילא נישט העלפן"
היינט ווען איך זעה א בחור ארויס גווארפען עסט מיך עס די געזונט וועגן ווער ווייסט וואס ער גייט יעצט טוהן אויפן גאס דאס וואס איך האב געטהון ווען מען האט מיך ארויס גווארפען??? טאמער יא ... והמבין יבין
שרייבט פארווייטאגט
נ.ב. מען דארף טאקע עפעס זעהן צו טוהן און דער נושא
דאס הארץ רייסט שטיקער ביי יעדעס ווארט פאלט נאכאמאל די הארץ
איך האב באקומען אפאר פריווטע הודאות בנושא וואס איך האב גשריבען וועגן מיינע צייטן ווען מען האט מיך ארויס גווארפען פון ישיבה
איינער האט מיך גשריבען אז ער וויל חיזוק. נאר איינער האט מיך גשריבען אז איך זאל שרייבן א גאנצע ארטיקל וועגן דער נושא.
דער נושא איז זייער א שווערע נושא צו שרייבען
עס איז נישט מעגליך צו שרייבען וואס א יתום גייט אריבער און חדר יארן {אפילו ער זעהט אויס גאהר א צופרידנער יונגל}
איין זאך וויל איך יא מעורר זיין וואס שטערט די מערסטע פאר א יתום ווען ער שטייט למשל און דרויסען פון שוהל אינמיטען דאוונען קומען צו איהם יעדער מינוט א צווייטער חכם {ער מיינט נאר די יונגל'ס טובה} ער כאפט איהם אן ביים פלייצע ווי ער איז זיין בעסטע
חבר און זאגט איהם "ינגעלע טייערע עס פאסט נישט אז די שטייסט און דרויסן עס איז נישט קיין כבוד פאר דיין טאטע און גן עדן" ווער פרעגט ביי דיך און גאנצען איינער האט דיך גשטעלט צו זיין די טאטע פונעם קינד
זיי מיינען באמת נאר די טובה פונעם קינד אבער עס שטערט מוראדיג פאר די רוחניות פון די קינד דאס איז איין נקודה
בקיצור וויל איך שרייבען מען דארף זיך אופפירען זייער איידל צו א יתום
הצלחה רבה