☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » אשכול אן א טיטל #10555

אשכול אן א טיטל #10555

178 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10555
בלאט: 1 2 3 4

— » מאנטאג מאי 30, 2016 12:45 am

· #335157

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

בן נריהו » מאנטאג מאי 30, 2016 1:08 am

· #335161
אויב פרעגבאר עס איזט - די בעפארגייענדע פראגע, ווילט זיך מיך פארשטאנדיג ווערן, וואסעפארא זינען האט דעס שרייבן פאר דיזע מאגאזין פריי פון אפצאל? צו פארברענגען די צייט מיט סאציאלע לוימדונגען הין און הער - איזט די וועבזייטל - די היזיגע - אמיירסטענס דערויף געאייגענט. און אויב - פון די צווייטע זייט - איז די ציל בלויז אויף א שרייב-דרוק צו פארגיטיגען, דאן קאן מען געלד פערדינען ביי צאלעוודיגע וועכענטליכע צו מאנטליכע מאגאזינען? נישט קיין סאציאלע געווינס און נישט קיין געלדליכע געווינס איז דא ביים אינטימליכען מאגאזין. נ. ב. מיין פראגע איז ווייל עס ווילט זיך מיך פארשטיין, און געוויס ווילט זיך מיך נישט רייצן מיט דעם פראגע.

קל וחומר » מאנטאג מאי 30, 2016 1:15 am

· #335164
קינד מיינס, א גרויס געפרעגעניש האבן זיה געפרעגט.

נולד מאוחר » מאנטאג מאי 30, 2016 1:21 am

· #335165
Wow כוואלט געמאכט א שהחינו מיטן שם ומלכות , ווען נישט סאיז ספירה באנייען. איך קען נישט גלייבן, טויש פאסירט.

קלוגע יודל » מאנטאג מאי 30, 2016 1:46 am

· #335167
אויף וואס פארא פורמאט האט מען מחליט געוועהן גייט עס ארויסקומען?

Sent from my XT1528 using Tapatalk

קלוגע יודל » מאנטאג מאי 30, 2016 2:20 am

· #335171
[ציטאט אראפגענומען]


די גרויסקייט אדער די דיקקייט?
די גרויסקייט איז באר גוט די סייז פון די שטערן, נישט צו גרויס, סאו עס האלו זיך גרינג אין בעט, און נישט צו קליין. (ווער עס געדענקט, האט די שטערן פאר א שטיק צייט ארויס געקומען צוזאמען מיט די צייטשריפט, און איינער פון די גרויסע דורכפעלער איז געוועהן אז זיין האבן געמאכט דיש שטערן אויף די סייז פון א געהעריגע מאגעזין).

גייט מען עס פארקויפן אין די געשעפטן? אדער עס גייט נאר זיין אויף PDF?

גדעון » מאנטאג מאי 30, 2016 2:59 am

· #335173
איל גיי פראבירן נאכאמאהל,

ביטע אויך מאכן א פרינטער פרענדלי ווערסיע, בלויז די ארטיקלען אנע גרעפיקס

דאנקע

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 30, 2016 3:11 am

· #335175
בן נריהו
אויב פרעגבאר עס איזט - די בעפארגייענדע פראגע, ווילט זיך מיך פארשטאנדיג ווערן, וואסעפארא זינען האט דעס שרייבן פאר דיזע מאגאזין פריי פון אפצאל? צו פארברענגען די צייט מיט סאציאלע לוימדונגען הין און הער - איזט די וועבזייטל - די היזיגע - אמיירסטענס דערויף געאייגענט. און אויב - פון די צווייטע זייט - איז די ציל בלויז אויף א שרייב-דרוק צו פארגיטיגען, דאן קאן מען געלד פערדינען ביי צאלעוודיגע וועכענטליכע צו מאנטליכע מאגאזינען? נישט קיין סאציאלע געווינס און נישט קיין געלדליכע געווינס איז דא ביים אינטימליכען מאגאזין. נ. ב. מיין פראגע איז ווייל עס ווילט זיך מיך פארשטיין, און געוויס ווילט זיך מיך נישט רייצן מיט דעם פראגע.

הנני מוכן ומזומן לקיים מצות עשה של אומר ועושה כמו שאמר הרב אנאנים. לשם ייחוד קו' בריך הוא ושכינתי'...!
הערר נאייריאה, בען: ביטע איך אינען אינפארמירן לאססען. די ווירדע פאן דען מאנאטליכן מאגאזין פון פאראויס בעשטימט ווירד. זאנדער'ן ווען איך האבע מיינע מיינונג אויסגעדרוקט דא. קענען זי ניכט אב-אנטווארטן זאפארט. וועהרענד זי ווירדנן מוססען אויסווארטן ביז די קאמענדיגע אויסגאבע ערשיינען ווירד. ניכט זאא ווי דאס עלעקטראנישע אונטערנעץ געשריבענע אויסגאבע ווירקליך איזט. דעס זי מאמענטאל אנטווארטן קעונען...!

נ.ב.: העררן בען. פארדריי דיר דיין קאפ..יא...!

קלוגע יודל » מאנטאג מאי 30, 2016 3:37 am

· #335176
[ציטאט אראפגענומען]


די מיינסט זעכער די סייז וואס איז האלב פון א נארמאלער פאפיר (letter size) וואס דאס איז 8.5 * 5.5, און דאס איז קלענער פון די שטערן, און עס גייט שוין אריין און די קאטעגאריע פון קלענערע גליונות, משא"כ די שטערן וואס דאס איז גרעסער (און פראקטישער). איך פארשטיי אבער אז ווילאנג עס איז נישט דא צו באקומען אין די געשעפטן, און יעדער איינער דארף דאס אליאנס דרוקען אויף זיין אייגענע קאמפיוטער, איז זייער נישט פראקטיש צו מאכן א נישט סטאנדארטע סייז (די שטערן איז נישט סטאנדארט, משא"כ 8.5 * 5.5 איז יא סטאנדארט)
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב נישט קיין עקספיריענס מיט דעם, אבער איך מיין אז די מפיץ פון אלע אנדערע צייטונגען וואלט עס גערן געטון. (עכ"פ זעכער די ספרד'ישע מפיץ וואס איז מפיץ אלע ארץ ישראלדיגע צייטונגען ליל שישי שפעט ביינאכט)

פיקאסא » מאנטאג מאי 30, 2016 7:08 am

· #335180
נודה לשמך בתוך אמוני, ברוך שהחיינו וקימנו לזמן הזה!
אט אט גרייט מען זיך בס"ד ארויסגעבען דעם "אור הגנוז" און א שיינעם פארמאט ווי עס פאסט זיך.
כ'האב נישט די ווערטער און מויל צו באדאנקן ידיד נפשי וידיד כל השטיבל החכם השלם, כל רז לא אניס ליה, עושה ומעשה ולמען כבוד השטיבל לא נח, ראש וראשון לכל דבר שבקדושה, איש האשכולות שהכל בו ה"ה הרה"ג אנאנים שליט"א, וואס האט ברוב חסדו וטובו איבערגענומן די לייצעס אין די הענט אריין, און וועט אי"ה טוהן מלאכתו באמונה מיט די הילף פון די אנדערע חשוב'ע ניקס כל אחד בשמו הטוב יבורך. א לענגערע אפציעלע דאנק וועט אי"ה נאכפאלגן לכשירחיב.
בשם כל הקהל הקודש וואונטש איך איהם אהן, אז ער זאל מצליח זיין מיט אונזערע אויסגאבע, עס זאל זיין א פראכט פארן שטיבל און א פראכט פאר כלל ישראל, ס'זאל זיך גרינג פירן אהן קיין עגמת נפש, ובכל אשר תפנה תצליח.

ידידו עוז
פיקאסא

פיקאסא » מאנטאג מאי 30, 2016 7:14 am

· #335182
קלוגע יודל
[ציטאט אראפגענומען]


די מיינסט זעכער די סייז וואס איז האלב פון א נארמאלער פאפיר (letter size) וואס דאס איז 8.5 * 5.5, און דאס איז קלענער פון די שטערן, און עס גייט שוין אריין און די קאטעגאריע פון קלענערע גליונות, משא"כ די שטערן וואס דאס איז גרעסער (און פראקטישער). איך פארשטיי אבער אז ווילאנג עס איז נישט דא צו באקומען אין די געשעפטן, און יעדער איינער דארף דאס אליאנס דרוקען אויף זיין אייגענע קאמפיוטער, איז זייער נישט פראקטיש צו מאכן א נישט סטאנדארטע סייז (די שטערן איז נישט סטאנדארט, משא"כ 8.5 * 5.5 איז יא סטאנדארט)
[ציטאט אראפגענומען]

כוכב » מאנטאג מאי 30, 2016 9:29 am

· #335195
אנאנים לאז דער באן לויפן, אויב דאס זאגט די געפיל פון די עורכים, זאלן זיי גיין דערמיט, די פרטים זענען ממילא נישט אוו א מענטש קען נאר ארבעטן לויט ווי זיין הארץ דיקטירט אים.
די זעלבע מיט אלע אנדערע וואס גייען קומען מיט מיינונגען און דקדוקים אויף דברים של מה בכך, מ''קען נישט אלעס און יעדן צופרידנשטעלן, זאגט שכועעח און געגאנגען ווייטער.
כלפי שש אוו פיקאסא, חברה ס'איז א שווערע ארבעט און זאלט עטס האבן הצלחה. אזויפיל יא, איך בין נתפעל פון די פראפעסיאנאליזם וואס דא שמעקט, דער נאמען דער וועקער איז ערשטקלאסיג און איך וואונטש אייך מיין ווערי בעסט.

פיקאסא » מאנטאג מאי 30, 2016 9:33 am

· #335201
יישר כוח @כוכב פאר דיינע הילף בעבר ובעתיד. דיינע הדרכות שטייען אונז פאר די אויגן די גאנצע צייט.
עליך הכתוב אומר " מצדיקי הרבים ככוכבים לעולם ועד".

ידידך עוז המוקירך מעומק הלב
פיקאסא

כוכב » מאנטאג מאי 30, 2016 9:54 am

· #335211
איך זע דייקא יא די וויכטיגקייט פון געבן פראמינענץ און אויפמערקזאמקייט מיט א ספעציעלן אפטיילונג פאר נייע ארטיקלען, ווי צו זאגן דאס געהערט אין א ספעציעלן אויסדערוועלטן זשאנער, און ברענגען א טרייב קראפט פאר'ן עולם צוצושטעלן פרישס, אז נישט וועט מען נישט שרייבן

פרייוויליג » מאנטאג מאי 30, 2016 11:06 am

· #335241
היסטארישע שער בלאט פונעם ערשטן "דער וועקער מאגאזין". אין חדש תחת השמש..



איך זע אז די נאמען שיינט צו זיין דוקא א זאפטיגע:

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 30, 2016 11:18 am

· #335247
<a class="postlink" href="https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%93%D7%A2%D7%A8_%D7%99%D7%95%D7%93%D7%99%D7%A9%D7%A2_%D7%95%D7%95%D7%A2%D7%A7%D7%A2%D7%A8?wprov=sfla1">https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%93%D7 ... prov=sfla1</a>
"מעורר כשמו כן הוא: השתדל לעורר את היהודים בגליציה מתרדמתם ומשקיעתם בד' אמותיהם, להפנות את המבט לעבר בעיות העם היהודי בחיפוש אחר פתרונות למצוקותיו ולסבלו."

"משתתפי המעורר חתמו על פרי עטם בשמותיהם, בפסבדונימים, ולפעמים הותירו אותם בלא חתימה. מכך עולה סוגיה נפרדת בתולדות כתב העת: מי עמד מאחורי כל קטע לא חתום (או חתום בשם עט) ומי "אימץ" את רעיונותיו של חברו למערכת ביצירות מאוחרות יותר. גם ב"מעורר" וגם ב"הירדן" שלטו המגמה הציונית והעברית בדגש על יהדות גליציה, סופריה וקוראיה. הירדן היה אליטיסטי יותר וקהל קוראיו מצומצם ביחס למעורר היותר עממי שציבור קוראיו דובר יידיש. עם זאת במעורר הודגשה חשיבות העברית במאמרי המערכתובמאמרים המעטים האחרים שנכתבו בעברית או ביידיש על השפה העברית."

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 30, 2016 12:24 pm

· #335271
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: לפענ"ד איז אנאנים, כוכב און פיקאסא גערעכט. ווייל (איך רעד פון מיר אליינס). ווען איך גיי אדורך דעם ניוססטענד און כ'זעה די קאווער און העדליינס פון די אידישע און אנגלא-אידישע מאגאזינען, איז די ערשטע זאך וואס ציהט מיין אויג, די נייעס און פרישע ארטיקלען וועלכע צינדן אן מיין נאטורליכע נייגעריגקייט און איך קען מיך נישט גובר זיין אויפ'ן יצר טוב/יצר הרע...? ביז איך קויף עס...!
אויך די שוין-פובליציר'טע ארטיקלען וועלכע זענען ערשינען אין דעם עלעקטראנישן חלק פון קאווע שטיבל זזענען גאר אינטרעסאנט. ס'איז ווי א שפיגל וועלכער טוט רעפלעקטירן די מיינונג פון באקאנטע שרייבערס...!

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 30, 2016 12:33 pm

· #335274
אנאנים: א קליינע הערה'לע אויף דיין דרך אגב'דיגע הערה. אז מ'זאלל עס נישט רופן בלשון ..."מעגעזין"... נאר מיט דעם מער-בכבוד'יגן נאמען..."זשורנאל"...
איך מיין אז דאס איז א סאטמערע משוגעת... מבחין צו זיין צווישן א זשורנאל און א מעגעזין. דער איד און דער בלאט באנוצן זיך מיט אט דעם סגנון הלשון.
מעגעזין, קען עפעס מיינען ציוניסטיש און פראסט. וועהרענד (בן נריה אלערט) זשורנאל מיינט עפעס העכערס און איידל. צוזאמגעשטעלט דורך היימישע אינגעלייט און נאר איידעלע אידן ליינען עס...!

רויטע וואנצעס » מאנטאג מאי 30, 2016 12:35 pm

· #335275
בערל האט היינט אריינגענומען די באס פאר א אויל זשענזש. ממש געשמירט יעדע ווארט היינט. 😂

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 30, 2016 12:36 pm

· #335276
לאמיר רעדען קלאר. טאמער דער וועקער ערשיינט חודש'ליך, און מ'פארשפרייט עס געהעריג, וועט מען אויפטוהן אז דער נוסח, דער מהלך המחשבה וועט ווערען מער אנגענומען ביים ציבור. ס'וועט עפענען די אויגען פון דער מענטשהייט אז מ'זאל אנקוקען דער וואס טראכט אביסל אנדעריש ווי נאך א מיטגעליד פונ'ם געזעלשאפט.
ס'איז א געוואלדיגע זאך, און מ'עט זיכער נאכשרייען. אבער פונקט ווי די 'גע'אסרטע צייטונגען', וועט זיין א גאנג פון 'די הונט בילד און דער באן פארט ווייטער'.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

פיקאסא » מאנטאג מאי 30, 2016 12:39 pm

· #335279
קריינא דאגרתא.. אפשר קענט איר עפעס מסדר זיין מיט דיסטריביושען?
דו האסט דאך קאנעקשענס מיט עמעזאן...

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 30, 2016 1:07 pm

· #335285
רויטע וואנצעס
בערל האט היינט אריינגענומען די באס פאר א אויל זשענזש. ממש געשמירט יעדע ווארט היינט. 😂

רויטע וואנצעס: אויף מיין באס העלפט שוין נישט קיין אויל טשענדזש. מ'דארף מאכן א באס טשענדזש...ס'נישט קיין גוזמא... 😂

ליפא » מאנטאג מאי 30, 2016 1:12 pm

· #335287
אז מ'טרעפט יא א דיסטריביטער וויפיל גייט עס קאסטן אין געשעפט? פארוואס קען מען עס נישט דרוקן אויף דינע פאפיר אזוי ווי עמי מאמענט אד''ג און סזאל קאסטן נישט מער ווי עטליכע דאלער? אויך זאל מען טרייען צו האבן עדס

אביתר פריעדמאן » מאנטאג מאי 30, 2016 2:10 pm

· #335310
געוואלדיג! געוואלדיג!! גייטס אן מיט די ארבעט!!!
איין זאך וויל איך אנמערקען אז סמוז נישט זיין נאר ארטיקלען, סאיז אויך גוט רובריקען, סיי ווייל די מח קען נישט אנציען צו שטודירען א גאנצע פאמפלעט מיט ארטיקלען, און סיי אייער ארבעט וועט זיין אביסעל גרינגער און נישט דארפען צאמקראצען אזויפיל חומר,
און איך וועל שטעלן אפאר דוגמאות פון וואס מקען מאכען א רובריק
-ציטאטען פון גרויסע פיגורען אדער צייטונגען {מאמענט}
-אדער שטיקלעך קליינע עקסטער אינטערסאנטע נייעסער {שטערן}
-נייע ביכער וואס זענען פריש ערשינען אוויפען מארקעט {מבאר רבותינו}
-היסטאריש בילדער צו מאמענטן {בלאט}
-גוטע ווערטליך צו מאמארים {טרוביון}
-בריווען פון ליינערס {איד}
-עצות און טיפס {צייטונג}
-עצות איבער וואס צו שרייבען {קאווע שטיבעל}
-נייע טעלעוויזיע שאוס וכדו'
-און נאך

געוואלדיג » מאנטאג מאי 30, 2016 5:13 pm

· #335355
איך באשטעל שוין די באמב סקוואד

דעת תורה » מאנטאג מאי 30, 2016 8:04 pm

· #335396
איך שטעל זיך פאר, אז די קאנטראווערסיעלע ארטיקלען וועלן זיין פון שבת אחים פארום, נישט פון העמק דבר.

'מאחורי' ארטיקלען קענען גראדע ציען פרעצעדענטלאזע אינטערעס... ערנסט גערעדט, באהאנדלען געוויסע סארט העלט און פערסאנעל אישו'ס וואס איז טאבו ביי אנדערע מאגאזינען, קען זיין א געוואלדיגע איידיע.

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 30, 2016 8:14 pm

· #335401
דעת תורה
איך שטעל זיך פאר, אז די קאנטראווערסיעלע ארטיקלען וועלן זיין פון שבת אחים פארום, נישט פון העמק דבר.




ס'וועט זיין אויף די בלעטער אינדערמיט אזוי אז די 'אונטער פערציג' זאלן עס קענען ארויסציען לייכט.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

בעל מדות » מאנטאג מאי 30, 2016 10:11 pm

· #335425
עס איז א געוואלדיגע טאג פאר מענטשן וואס טוען קאמיוניקירן אין דער אידישער שפראך. עס איז א זעלטענע דערגרייכונג פאר די פרייהייט פון ווארט. עס איז נישט דא די ריכטיגע ווערטער צו באגריסן דעם וואונדערבארן אנטוויקלונג.

מיט געציילטע מאנאטן צוריק, זענען באזוכער און שרייבער אויף 'קאווע שטיבל' וועבזייטל, און דארונטער דער גאנצער אידישער גאס, געשטאנען ווי שלאנג געביסענע, און דעבאטירט דעם אונטערגאנג פון א פענאמענאלע מקום חכמה, עס האט געריסן ביים הארץ צו זען ווי די זייטל וואקלט זיך, און אינדיווידיאלן פרובירן מיט זייער גאנצער אייפער צו טוהן וואס אימער עס איז צו זייער מעגליכקייט, אז דער פלאץ זאל געהאלטן ווערן אפן.

מיט א צייט שפעטער, מען רייבט די אויגן, עס טוט זיך א טראפיק, אשכולות, טאלאנט, און נאך דאס מערסטע טוט ארויסשטארן א אשכול איבער א נייע "מאגאזין", (צו דזשורנאל, כ'שטיי ארויס פון מחלוקת...) נישט מער און נישט ווייניגער, ערצייגט דורך די לייבישע קעפ, חכמים אין די זעלבע וועבזייטל וואס האט אזוי אונטערגעהינקעט און אט געהאלטן ביי פארשליס.

נאך מיט אזא ספאנטאנע שאק, קוים געגעבן צייט צו פארדייען, קוים געלאזט געבן א אטעם, איך האב זיך נאך ארומגעדריידט מיט קווענקל וואס צו אריינשרייבן אין די אשכול, וויאזוי צו צוהעלפן, און דא שטייט מען שוין ביי שולחן עורך, מיט א געפארטיגטע בלופרינט, עס קומען אריין ארטיקלען, עס יאווען זיך הילף און צוריקהער. א שטוין.

קרעדיט נעמט יעדער ווען זאכן זענען מצליח, עס וועט זיך יעדער קלאפן דאס בייכל ווען עס וועט ווערן א שטורעם אין גאס אז די קאווע שטיבל וועבזייטל איז אפציעל ארויס פון טרוימלאנד, און זיך אריינגעאנקערט אין ריעל-לייף. עס וועט יעדער ארויסקריכן פון די לעכער, לייקן און דאנקען, און פאר א נויט וועלן אפילו זיין אונטערשריפטן מיט דאנק-לאזונגען אין ריכטונג פון שש, געדאפלט אדער געדריפלט.

דארף איך זיך אליינס מחזק זיין, איינשפאנען די פוילע ביינער, זיך געבן א ריר, אזוי גייט דאך עס אלעמאל אז מען רעדט צו יענעם און מען זאגט אז מען מיינט זיך אליינס.

נו, אט געב איך מיין אנשליסונג, איך וועל אי"ה צוהעלפן וואס מען ברויך, איך האב א געדאנק וויאזוי צו העלפן דעם אויסגאבע, אז זי זאל אנקומען צו נאך טויזענטער אויגן, יעדע מאנאט. און איך וועל בעזר ה' שטיין צו די האנט, העלפן מיט מגיה זיין, לאזן נוצן ארטיקלען וואס איך האב געשריבן, און אי"ה שרייבן פרישע ווארע עקסקלוסיוו צום "וועקער".

עס קומט זיך א דאנק פארן "וועקער" פון דעם פראיעקט, ה"ה ידידנו החדש מר' פיקאסא, און פאר די "וועקער" פון ק"ש וואס וועקט אונז כסדר אויף מיט זיינע רייכע ארטיקלען, פראיעקטן, און מעשים טובים פארן שטיבל, און אירע פעולות, אויפצואוועקן דעם דור וואס "פפפאפפט" דורך קריטישע צייטן, ווי דער בער אין ווינטער, אין א צייט וואס עס טוט מבול'ען מבית ומבחוץ, ברוחניות ובגשמיות.

איך זע דערין א געוואלדיגע היסטארישע דערגרייכונג. היינט איז יעדע חומש סעודה, נסיעה, אדער נייע תקנה א "היסטארישע דורכברוך", און דא ברויך מען שוין אפירנעמען עפעס א ווארט וואס איז נאכנישט דא, צוליב וואס אזא פראיעקט איז נישט געווען ביז היינט. נייע וואלקענעס. נייע צייטן.

אין א זמן וואס דער אידישער שפראך איז צעקאליעטשט און היימלאז, זי ווערט מער און מער צעביסן פארלירנדיג איר ווערד, זי שטייט אין געפאר פון פארניכטונג, מען פארגעסט וואס דאס איז אמאל געווען, אידיש איז היינט מערסטנסטייל ברוכווארג פון א תקופה וואס לאזט זיך בענקען, קומט צו שפאנען דער אויסגעווארטער פרוכט און הארעוואניע פון עטליכע יאר שפייען ווייטאג אין ריכטונג פון ווער עס געוואלט מיטווייטאגן. עס גייט קומען צום אויבערפלאך א רייכע אויסגאבע, דורך מענטשן מיט א שטאנדהאפטיגע סטרוקטור, א אויסגעבויעטע שטעלונג, געבנדיג אינספיראציע פאר טויזענטער, דאסמאל אויף א נייע פארנעם, א פארנעם וואס וועט וועקן און פאדערן. שרייען און רופן, און גלייכצייטיג שענקען א פלאטפארמע פאר מענטשן מיט טאלאנט וואס זענען דערשטיקט מיט זייער קענעריי שוין צענדליגער יאר.

זאל דער וועקער זיין א וועקער צו אזאנע בלעטלעך וואס ברענגען אראפ אידיש אויף א פארנעם וואס ברענגט קענער צו קאכן און זידן, (טריביון, בלאט, און אנדערע) און עס וואלט זיי נישט געשאדט צו רעפארמירן און איבערמאכן זייער תוכן, עס זאל נישט גראדזשענען דאס צו ליינען, זאל דער וועקער זיין א וועקער צו די פולע ווייטאגן וואס ווערן פארדעקט אנשטאט פארוועקט, און צו די מעשים וואס דארפן א דראסטישע טויש, יעצט די מינוט, ווי מיר שטייען גייענדיג צום דרוק, מיט "דער וועקער", א אויסגאבע וואס גייט ברענגען צום טיש א סענזאציאנאלע אויפוועק, אה אשרינו שזכיני.

דא נאך אסאך צוזאגן, אסאך צו שרייבן, עס איז אבער זיכער אז אזא קאווע שטיבל טויש איז עדות אז פון הימל וויל מען אונז זאלן רודערן, מען וויל מיר זאלן אויפטון און אויפוועקן, אנדערש איז עס חוץ מדרך הטבע וואס דא גייט יעצט פאסירן.

נו, ווען קען איך אויסלעשן דעם טעיפריקארדער, אוועקלייגן דעם פלאטע פון דזשיגאן, בורשטיין, ווען קען מען אוועקלייגן דעם פארווערטס, ווען קען מען דא ארויספרינטן דעם וועקער?

#קענט_וועיט #עס_רינט_מיר_די_עקסטאז

מיין זוהן, ברויכסט מער נישט מיין הדרכה צום אינטערנעט, הייב אן ליינען דער וועקער. וועסט דארט טרעפן א אינטעלעקטואלע אויסוואל פון פרוכט, ערשינען אויפן אינטערנעט, וועסט אפילו נישט האבן קיין פראבלעם מיט דיין מגיד שיעור, ער גייט דאס אויך ליינען.

ליפא » מאנטאג מאי 30, 2016 10:41 pm

· #335431
כ'קען אריינלייגן א קלאסיפייד? איך האב געזאגט שיר השירים פערציג טעג

גר ותושב » מאנטאג מאי 30, 2016 10:56 pm

· #335437
ליפא
כ'קען אריינלייגן א קלאסיפייד? איך האב געזאגט שיר השירים פערציג טעג

און וואס האט פאסירט נאך די פערציג טעיג?

קלוגע יודל » מאנטאג מאי 30, 2016 11:33 pm

· #335441
איך האלט זייער שטארק פון מאכן א אימייל ליסט וואס מען קען זיך איינשרייבן צו באקומען די וועקער.
פאר מער פרטים ביטע זיך ווענדן צו מיר אין אישי

יאסל ראקאווער » דינסטאג מאי 31, 2016 12:33 am

· #335449
דער קאווע וועקט, קוה על השם. דער ראקאווער איז ערוועקט דורך דער וועקער.

יש וועקער בישראל. ס'איז דא א האפענונג.

דאס אמאל זיכער אז די אראבישע ניוס סטענדס וועלן עס גערן פארקויפן.

שאולדיספריםפאקער » דינסטאג מאי 31, 2016 1:31 am

· #335462
ברעיקינג נייעס פון קאווע שטיבל וועבזייטל: נייע מאגאזין "דער וועקער", מאנטליכע אויסגאבע אין אידיש.

געשריבן עקסקלוסיוו צו #אידישער_ווינקל דורך דניאל.

עטליכע מאנאטן דערנאך וואס די "קאווע שטיבל וועבזייטל" גרונדער האבן געמאלדן אז זיי שפארן אפ, ווערט געמאלדן צווישן די ראמען פון זייער וועבזייטל אז עס גייט אנהויבן ערשיינען א ערנסטע מאנאטליכע מאגאזין, מיטן נאמען "דער וועקער".

די וועבזייטל וועלכע איז געווארן איבערגענומען דורך א רייע פרישע פירער, פול מיט ענערגיע, האבן באוויזן דראסטיש צו צוריקבויען דעם וועבזייטל, און עס ארויפארבעטן צו פרישע שטופעס, צו די הנאה פון די טויזענטער באזוכער וואס קלאפן אריין טעגליך דעם "קאווע-שטיבל-דאט-קאם.

די לעצטע מאנאט וועבט זיך א חלום צווישן די קאווע שטיבל שרייבער, א טייל דערפון באקאנט אלס גאר גרונטליכע שפראכקענער, דענקער, און שריפטשטעלער וואס גיסן מיט טאלאנט צו אוועקשטעלן א נייע פלאטפארמע און אנהויבן ערשיינען מיט א נייע דזשורנאל, מיט ארטיקלען וואס זענען שוין געלאפן אין די וועבזייטל, און נייע ארטיקלען וואס וועלן ערשיינען עקסקלוסיוו צו דער אויסגאבע.

היינט האט די שרייבער מיטן פסעוודאנים "אנאנים" געעפנט א אשכול (דאס מיינט: נייע טעמע) ווי ער האט געמאלדן די ברעיקינג נייעס אז אויף זיין אינציאטיוו, מיט די הילף פון נאך גרויסע לייבן אינערהאלב קאווע שטיבל, מאכט מען די פלאן פון א חלום צו א רעאליטעט, און די ערשטע קאווע שטיבל מאגאזין וועט אנהויבן ערשיינען שוין די וואך.

אויסגעקליבן האבן זיי די נאמען "דער וועקער", וועלכע דארף מיינען אז זיי וועלן אויפוועקן פארשידענע טעמעס וואס שלאפן, און אויפוועקן די שיינקייט וואס דער אידישער שפראך האט און ווערט היינט נישט גענוג געשעצט ביי א גרויס טייל פון די וואס קאמיוניקירן מיט איר אלס ערשטע שפראך.

די נייעס האט געוויס געלאנדעט ווי א באמבע, און ווי עס שיינט וועט די אידישער שפראך ווערן בארייכערט מיט נאך א גאר אינטהאלטסרייכער פובליק-מאגאזין, וואס וועט ענטהאלטן רייכע חומר צו ליינען און הנאה האבן.

זעט נאך דערוועגן ווי נאר עס וועט זיין פרישע אפדעיטס.

נולד מאוחר » דינסטאג מאי 31, 2016 1:45 am

· #335463
סאיז גאנץ קלאר אז די שפיצן פונעם גאפל ווערט ברייטער און ברייטער.
די זעלבע צייט וואס מהערט זוך אן עקסטרעמע זאכן וואס מהאט נישט גהערעט די לעצטעגע פיפציג יאר, נייע מוסדות פאר אמיש מענטשען, וואס זענען געקען טעכנעלאגיע וכדו'. און זעלבע צייט ערשיינט א מעגזין וואס ווערט געשריבן ביי דע פיפעל פאר דע פיפעל, א זאך וואס איז עני טיים אזא חידוש נאר אויף די פארקערטע ריכטונג.

קאצקע ציקער » דינסטאג מאי 31, 2016 8:41 am

· #335473
ס'גייט טאקע זיין אין די סטארס?

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 31, 2016 8:51 am

· #335474
אפשר קען מען שטעלן "אשכולות אויפוועקער" אלס הויפט רעדאקטאר? לשון נופל על לשון..

ערנסט גערעדט, כ'בין זייער עקסייטעד פאר די אויסגאבע, וחפץ ה' בידינו יצליח, מיר זאלן זוכה זיין צו פארשפרייטן דעם דבר ה', ביז מיר וועלן זוכה זיין צום מדריגה 'גם אויביו ישלים אתו',

שטילע אינגערמאן » דינסטאג מאי 31, 2016 11:07 am

· #335485
טאמער קומען רבנים ארויס מיט א קול קורא קעגן ״דער וועקער״ וועט עס ווייזען סאקסעס.
קען איינער אנדרייען?

פיקאסא » דינסטאג מאי 31, 2016 11:13 am

· #335487
שטילע אינגערמאן
טאמער קומען רבנים ארויס מיט א קול קורא קעגן ״דער וועקער״ וועט עס ווייזען סאקסעס.
קען איינער אנדרייען?



מ'דארף נישט אנדרייען.. ס'וועט מלאכתו נעשית ע"י אחרים אי"ה..

_____

ביי די וועי, קום אין אישי אויב די ווילסט דיין אוואטאר אהן די וואטערמארק.

געוואלדיג » דינסטאג מאי 31, 2016 11:16 am

· #335488
בעל מדות
וועסט אפילו נישט האבן קיין פראבלעם מיט דיין מגיד שיעור, ער גייט דאס אויך ליינען.


נאר ביידע אונטערן טיש.

פיקאסא » דינסטאג מאי 31, 2016 12:19 pm

· #335498
יישר כוח געוואגטער פאר דיין געוואלדיגע ארבעט. די השקעה זעהט זיך אהן!
אויב "דער וועקער" איז סוקסעס איז עס זיכער צוליב דיינע באמבע שטיקלעך. דאס לייגט די יסוד פון די קוואליטי פון אונזער זשורנאל.

כה לחי!

כ'ניאק » דינסטאג מאי 31, 2016 6:32 pm

· #335567
אלץ א געטרייע ליינער און פארעהרער פון קאווע שטיבל מימים קדם וויל איך קודם זאגן א גרויסע ישר כוח צי די חשובע ניק'ם פאר די באלערנדע און אינהאלטסרייכע ידיעות.
זייער אפט נאך א שטיקל העמק דבר און היסטאריע קען מען זיך ממש אפלעקן די פינגער

איך וואלט געוואלט מציע זיין אין "דער וועקער" אויב מעגליך צו שרייבן ווייניגער ארטיקלען בכמות אבער לענגערע מיט טיפערע ידיעות און אפהאנדלונגען

איך אויך » דינסטאג מאי 31, 2016 7:55 pm

· #335587
גראדע איז 'קרישקלעך' נישט קיין שלעכטע נאמען פאר א קעפל פון א מדור אינעם זשורנאל. איינער האט עס אמאל פאראידישט צו 'טידביצלעך'.

נולד מאוחר » דינסטאג מאי 31, 2016 10:34 pm

· #335608
יעצט געהערט סעפענט זוך א מוסד נאר פאר קונדער פון שטיבער וואס ליינען נישט "דער וועקער"

זבולון » דינסטאג מאי 31, 2016 11:27 pm

· #335631
המעוררים יצאו נגד המעורר

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 1, 2016 10:33 am

· #335681
ווי גוט וואלט געווען ווען מיר האבן נאך א ריעל וועקער. א פאסיגער דעסטריביוטער פאר די זשורנאל.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

קנאקעדיג » מיטוואך יוני 1, 2016 11:48 am

· #335689
דו צוויי קאנוויניענט סטארס canteen on 13 און vos is neis וועלן עס גערן אריינעמען

Chuchem » מיטוואך יוני 1, 2016 11:51 am

· #335691
די איינציגסטע וועג פון דיסטריבושין , איז צי דינגען אן אינו יהודי וואס וועט עס אפדראפען ביי די לאקאלע גאז סטאנציעס.

א איד » דאנערשטאג יוני 30, 2016 2:47 am

· #339599
מיר ווארטן מיט שפאנונג

טאמבל סאס » פרייטאג יולי 1, 2016 9:46 am

· #339802
"דער וועקער" האט מיך אויפגעוועקט היינט, ליטעראלי. עס וועט נאך ערשיינען פאר שבת?

פיקאסא » פרייטאג יולי 1, 2016 10:55 am

· #339810
ניין..

די רעדאקציע האט אריין באקומען אלע ארטיקלען, כ'האף אי"ה צו ענדיגן ארבעטען אויף דעם אין די קומענדיגע פאר טעג און וועט זיין עוועילעבעל סוף נעקסטע וואך, געוואנדען לויט וויפיל צייט ס'דא.

גיי צוריק שלאפן ביזדערווייל...
בלאט: 1 2 3 4