[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים, ווען שש האט דעס געשריבן בין איך געווען זעכער אז ער מיינט דיין ארטיקעל:
"דעם צווייטן מעדאל וואלט איך געגעבן פאר, נו, ווי הייסט ער דארט. יאויש, איך בלאש אוועק: אנאנים. אן ארטיקל וואס איז אויך ריזיג גרויס - 50,000 קערעקטערס, אן אנשי שם ארטיקל וואס באנעמט א באקאנטע פערזענליכקייט, זיין היסטאריע, זיינע שיטות א.א.וו. א זאך וואס וואלט געדארפט זיין אויף ק"ש מימים ימימה - אבער וועט ווי פארשטענדליך קיינמאל נישט זיין אין א טיפישע חרד'ישע אויסגאבע."
סארי העניך, נישט באשערט געווען אז די זאלסט בלאשען...
די פרייז פעלט פונעם דעקל.
[ציטאט אראפגענומען]
ריכטיג. אזוי איז טאקע מבואר אין די ארטיקל. דאך איז ער באקאנט מיט זיין ענגלישן נאמען "דשזאנאטאן" רופן מיר איהם אויך אהן יאנאטאן, בלשון חיבה. אז מ'עט שרייבן הרה"ג יעקב צבי שליט"א קוקט דאס אויס מאדנע. כנלע"ד.
פיקאסא[ציטאט אראפגענומען]
ריכטיג. אזוי איז טאקע מבואר אין די ארטיקל. דאך איז ער באקאנט מיט זיין ענגלישן נאמען "דשזאנאטאן" רופן מיר איהם אויך אהן יאנאטאן, בלשון חיבה. אז מ'עט שרייבן הרה"ג יעקב צבי שליט"א קוקט דאס אויס מאדנע. כנלע"ד.
נאריש, אויב די ווילסט שרייב דזאנאטאן, אבער יונתן זעכער נישט
מ'גיימער מאכן א קהל'ס מיטינג וועגן דעם בקרוב. אפשר טאקע אז דשזאנאטאן איז בעסער. ותשועה ברוב יועץ.
ער שרייבט יעצט א וועכענטליכער קאלום אין מוסף שבת מקור ראשון ער רופט זיך געהעריג יונתן דארט
זעה דאאלס איינער מיט אסאך עקספערטיז אין דעם הינזיכט קען איך נישט מער ווי אויסדרוקן מיין פארדרוס און ווי ווייט א גרייזיגע באשלוס און סטראטעגיע איז דאס נישט אריינשטעלן העניכ'ס ארטיקל אין אסיף צוליב וואס עס אנטהאלט קאנסטראקטיווע קריטיק אויף אן אדמו"ר וועמען עס קומט אים.
נעמט נישט אוועק פון מיין התפעלות און רעספעקט פאר'ן בעפארשטייענדן אסיף אויף וואס עס קומט זיך פיל קרעדיט פאר שש.
אזוי אויך האט העניך אלע רעכטן צו מעלדן איבער זיין באשטייערונג צום וועקער און אז עס איז צוריקגעוויזן געווארן, ולעומת קען זיך שש ערקלערן אבער אן קיין פארדאמונגען. דא איז נישט טראמפלאנד.
כ'בין דירעקט נישט קיין בקי במלאכת הגראמאטיק, אבער די קעפל 'דער ספרדישער געמיינדע' גריצלט מיר עפעס.
דאכט זיך אז עס קומט לשון נקיבה 'די ספרד'ישע געמיינדע'.
בנוגע העניכ'ס ארטיקל, כ'האב טאקע נישט קיין שום עקספערטיז אין דעם פעלד, אבער אין קריטיקירן האב איך יא היבש עקספיריענס... וויל איך לאזן הערן אז פערצופאל דא בין איך יא אויף משזר'ס זייט, אפשר לאו מטעמיה — איך זעה נישט וואס איז שלעכט מיט נעגעטיווע ארטיקלן אין א אטיסגאבע (כ'גיי דאך לשיטתי...). וואס וואלט געשאד אז איינער זאל אפשרייבן אויף ר' בנציונען א זאפטיג ארטיקל, זאל טאקע נתגלה ווערן קלונו ברבים. אבער די ארטיקל איז דאך נישט געווען אויף אים, נאר אויפן פאטערס א ספר, וואלט ווען געווען א שירהלע צוויי מיט קריטיק אויפן הקדמה, מילא, אבער אזוי אריינצושניידן אין אים איז אביסל איבערגעטריבן און לדעתי נישט אין פלאץ.
בכלל די גאנצע פראפעסיאנאלע רעצענזיע אויף עפעס א אויפגעבלאזענע רעבעלעס א ספר, ווייס איך נישטוואס איז דער באדייט דערפון. איז טאקע שוין נישטא בעסערס פון וואס צו שרייבן חוץ ווי שטארק בעלי דרשנים האבן ארוסגעקוקט בכליון עיניים אויף צען גראבע בענדער מיט תורה'לעך פון באבאווער רב? כ'ווייס נישט צו איך זאל לאכן אדער וויינען, אבער עס האט מיר געמאכט קאנספירירן אז דער גאנצער ארטיקל איז נאר געשריבן געווארן צו קענען געבן ר' בנציון אין קאפ אריין...
הנני מחזק בזה את ידידי הרב משזר שליט"א
יא דער עולם האט נישט קיין מושג וויפיל ארבעט עס גייט אריין און דער וועקער, און ווען איך זאג "קיין מושג" מיין איך דאס במלוא מובן המלה!
שעות ע"ג שעות טאג איין טאג אויס. פאר ווער עס וויל וויסן, בין איך געזעצן אויפן טרייבל נעכטן מיט די באסס - צו איבערגיין די גאנצע "אסיף" - און ווען כ'האב עס ארפאפגעלייגט איז די זייגער געווען מיט א 3 שעה שפעטער!
ענדליך איך פאק מיל אין בעט, און געמיינט אז מ'איז שוין פארטיג דערמיט, האט מיין שייגעץ-פאון נישט אויפגעהערט צו קראצן, דער שש האט געטראפן נאך א ים פון קליינע טעותים'ליך דא און דארט.
אזלא, טראכט פאר איר שרייבט קריטיק וכו' אפילו אמת'ע נקודות קומט נישט צו צו קיין גוט ווארט. און ווי ער זאגט קען מען אייביג אריינקומן אין אישי.
ידידכם
פיקאסא
יישר כחכם @אנאנים פאר די געטרייע ארבעט ואתכם הסליחה.
אשרי מי שחושדין ואין בו, כ'האב נישט קיין שום קנאה איבער'ן וועקער, ר' שש'ל נישט יעדער נעמט אלעס פערזענליך, אדרבה ואדרבה, די הצלחה פון וועקער איז מיין הצלחה און יעדנס הצלחה, מיר זוכן אלע די הצלחה פונעם שטיבל, און איך האב די גרעסטע הנאה פון דער הצלחה פונעם וועקער.
אין פאקט האב איך שוין בייגעשטייערט איין ארטיקל זיכער וואס איך געדענק יעצט אויף דער מינוט (נאר געבעטן א צווייטע ניק זאל עס ארויסשטעלן אונטער זיין נאמען מחמת סיבה, זעסט, כ'האב ניטאמאל גענומען קרעדיט, דער עיקר אז וועקער האט שיינע ארטיקלען), אזוי אויך בין איך אלעמאל גרייט בעצה ובתושי' און מיטטיילן וואס כ'האב מיך געלערנט אויף מיינע ביינער, ווען מ'איז ווען נייגעריג מיך אויסצוהערן, און הלואי וואלט איך געהאט די צייט צו העלפן מער.
צוריק צום ענין, קען איך נאר ווידערהוילן מיין שטעלונג, קריטיק אדער בעסער געזאגט מיינונגס פארשידנהייטן זענען נישט קיין עוולה, מיך האט מען אויך קריטיקירט און ווילאנג עס איז מענטשליך און רעספעקטפול איז אדרבה, דארף קריטיק נאר ווערן בעפארציגט, און עס נעמט נישט אוועק פונעם גרעסטן רעספעקט וואס ס'איז דא פאר די שווערע ארבעט. שווערע ארבעט מיינט נישט אז העניך מעג נישט האבן פארדרוס פאר'ן צוריקווייזן אן ארטיקל.
עס איז אמת אז יעדער רעדאקטאר האט זיך זיינע גיידליינס און דערפאר ליגט דאס לעצטע ווארט ביי דיר, אבער עס מיינט נאכנישט אז העניך מעג נישט אויסדרוקן זיין פארדרוס נאכ'ן אפשרייבן א לענגערע און גרינטליכע ארטיקל ספעציעל צום וועקער און עס ווערט צוריקגעוויזן. ער מעג זאגן אפילו "דו ווערסט נישט באצאלט" און דו מעגסט צוריקווייזן און עס איז גארנישט געשען.
די אטאקעס פעלן נישט אויס און איז גענצליך נישט צום פלאץ. איך זע נישט פארוואס קריטיק פון דעם סארט דארף "וויי טון" אדער עס באצייכענען אלס "אוממענטשליך"; עס איז נישט מער ווי א מיינונגס פארשידנהייט, און דאס איז דער חן פון אונזער שטיבל ווי קעגנגעזעצטע מיינונגען קומען זיך צוזאם אין איין פלאץ, און זיכער דארף מען עס נישט נעמען צו א פערזענליכע אטאקע מיט "איידעלע רמזים" און זיך ארויסלאזן אין א רענט קעגן כוכב'ס רעפוטאציע פאר'ן בלויזן חטא פאר'ן האלטן אז עס וואלט בעסער געווען פאר א מאגאזין-סטראטעגיע יא אריינצושטעלן העניכ'ס ארטיקל.
בנוגע צי איך האב יא אדער נישט געטון ארבעט נאר געטיילט ארבעט און דעות, דאס ווייסטו אליין אז זאכן געשעען נישט פון זיך אליין, און אז מ'טרעפט זיך מיט אן ענטגילטיגע שיינע פראדוקט איז געדרינגען אז איינער האט געשוויצט דערפאר.
אהובי ידידי ר' שש"ל, דאס איז טייל פון די געשעפט, אז מ'איז איך קיך איז דא היץ, און מ'טאר נישט און מ'דארף זיך נישט נעמען צום הארצן, אבער יא פרובירן אויסצוהערן דעם דעת הניגוד און ווי דער פסוק זאגט ותשועה ברוב יועץ. גענוג מאל וואס איך האב אנערקענט אז מיינע חברים זענען גערעכט ואיזהו חכם הלומד מכל אדם.
אז מ'רעדט שוין אפשר איז א בעסערע סטראטעגיע (אוי נאכאמאל קריטיק) ווען מ'אינוואלווד מער מענטשן און מ'רעכנט זיך מיט מער דעות. מיין מהלך אין פאל פון ספק איז געווען אלעמאל צו הערן נאך א דעה און עס אויסשמועסן מיט ווי מער חברים צו קריגן א קלארע פערספעקטיוו, ווי איידער ווען אלעס ווערט דיקטירט דורך איינעם און דערנאך בלייבט מען מיט א שווערע לאסט און מ'דארף "סטראשען" און זיך אריינלאזן אין א רענט די רגע איינער טוט פארשלאגן עפעס אנדערש אדער האט א מיינונגס פארשידנהייט.
צוריק צו עיקר נקודה, איך וואלט נישט צוריקגעוויזן אזא ארטיקל מחמת כמה סיבות, אין פאקט האב איך כמעט נישט צוריקגעוויזן קיין ארטיקלען אויסער אין געציילטע פעלער, יעדע ארטיקל קען זיין אינטערסאנט פאר א צווייטן ליינער און ווי מער שרייבער זענען אינגעיזשט, און ווי קאלירפול די מאגאזין איז, גאראנטירט עס איר הצלחה. והעיקר ווייל אזא ארטיקל האט א חשיבות און גיט צו א גלאנץ צום מאגאזין, עס מאכט דעם מאגאזין רעלעוואנט און ציט אינטערעסע ביי מענטשן, אפילו עס קומט מיט'ן פרייז אז עס אנטהאלט אין זיך א משהו פון א צימעס-עלעמענט.
@שש די אינהאלט קוקט עס עפעס מורא'דיג! נישט שיין צו אנצוען אזוי פיל... 🙂
ווען קומט עס ארויס?
איז אפשר מעגליך עס צו לייגן אויך אויף אי_בעי? זיי זענען געווענליך ביליגער ווי עמעזאן...
אפשר קומען מיינע ווערטער אין אשכול "איך וויל וויסן", טאמער יא ביטע פארגעבן.
פארקויפט מען " דער וועקער" אויף עמעזאן צו מאכן געלט פאר די וואס ווילן נישט קיין נהמא דכיסופא און/אדער זיי ווילן א פראפעסיאנאלע דרוק, אדער טוט מען עס פאר גרויס געטריישאפט צו די חברים דא, אבער מען מאכט קוים געלט.
[ציטאט אראפגענומען]
אפשר איז מעיגלעך עס צו פאקויפן אויך אויף א אנדערע פארנעם צו אויף עי בעי אדער אפילו אויף עמעזאן פאר אביסל טייערער אז ווער עס וויל יא שטיצן קען עס קויפן פאר מער געלט? די סברה אונטער דעים איז אז איך בין אנדערש גרייט צו צאלן אפאר דאלאר מער ווי האבן בחינם און געיבן א נדבה.
[ציטאט אראפגענומען]
ממש א שאד אזא שיינע און רייכע ארטיקל זאל אזוי קאלטבלוטיג פאלן צו די זייט וועגן איין אדער צוויי פאראגראפן פון רעהטאריק.
אפשר וואלט כדאי געווען אז העניך זאל רעדאגירן דעם ארטיקל און טוישן דאס ביסל חלק צימעס שבארטיקל מיט אביסל דיפלאמאטיע והכל על מקומו יבא בשלום.
גר ותושב[ציטאט אראפגענומען]
אפשר איז מעיגלעך עס צו פאקויפן אויך אויף א אנדערע פארנעם צו אויף עי בעי אדער אפילו אויף עמעזאן פאר אביסל טייערער אז ווער עס וויל יא שטיצן קען עס קויפן פאר מער געלט? די סברה אונטער דעים איז אז איך בין אנדערש גרייט צו צאלן אפאר דאלאר מער ווי האבן בחינם און געיבן א נדבה.
פיינעם געדאנק. אבער לאמיר דיר מסביר זיין עפעס. כדאי אז עמעזאן זאל דאס זיין גרייט צו פארקויפן גיי איך מיט @ליטוואק פ"ב אדורעך שבעה מדורי גיהנם ביז זיי זענען מחליט אז ס'איז אוקיי. זיי שיקען עס צו זייערע מינימום וועידזש איינגעשטעלטע אין אינדיע וואס גייען עס אדורעך מרישא עד גמירא צו זעהן אויב ס'קלאפט, רוב מאל שיקען זיי צוריק א לאנגן אימעיל מיט צען סיבות פארוואס ס'קען נישט אדורעך גיין. דארף מען אויסארבעטן א וועג צו ארום שפילען מיט דעם אז ס'זאל יא קלאפן. ביז די באשעפער האט רחמנות און געבט עס פאר א וואוילע שמויגער וואס געבט יא דעם אוקיי. אשר על כן, גלייב איך נישט אז די ארבעט פון ארויפלייגען נאך איינס פאר אביסעלע טייערע וועט זיך אויס צאלן בעלמא הדין. אונז לייגן דאס ארויף ריין שלא על מנת לקבל פרס אלס די ביליגסטער וואס איז שייך.
מאכן א נדבה אויף פעיפאל איז היינט בלויז א קליק פון א קנעפעל, און גלייב דיר מיר ס'איז בכלל נישט קיין נהמא דכסיפא...
נ. ב. די סיבה פארוואס אויפן עד אינעם וועקער וועגן עמעזאן, שטייט ארויסגעשריבן אויף אידיש "עמעזאן.קאם" און נישט אויף ענגליש ווי א נארמאלע מענטש, איז אויך צוליב איינס פון זייערע משוגע'תן, ס'טאר נישט שטיין עמעזאן אינעם ביכל.. אין זיי האבן דאס געכאפט נאר ביים צווייטן וועקער דאכצעך.
רבותי! מארגן נאוועמבער די אכטע איז א היסטארישע טאג פאר אמעריקא!!
און ניין, נישט נאר צוליב דעם וואס די אן-יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקא גייט וועהלן א נייעם פרעזידענט (אדער בעסער געזאגט, וועהלן ווער עס זאל "נישט" זיין פרעזידענט.. ) נאר ווייל מארגן וועט אי"ה ערשיינען איינס פון די שענסטע און גרעסטע היימישע אידישע אויסגאבעס וואס איז נאר אמאל ערשינען בחינם! און אלעס איז געטוהן געווארן שלא על מנת לקבל פרס.
הכונו! הכונו!
וואס וועט זיין מיט עמעזאן?
מיינס איז שוין אנגעקומען!
נישט געגלייבט אז ס'וועט אויסזעהן ווי א געהעריגע דיקע ביכל.
עודך, א דאנק פאר ענק אלע!
📎 veker.jpg