אשכול אן א טיטל #10555
178 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10555
מ'ווארט מיט שפאנונג, תודה רבה פאר יעדער וואס האט א חלק.
שוין געפרעגט, און מ'ווארט נאך, עכט אינטרעסאנטע פארזעצונג געבליבן שטעקן אינדערמיט..
א אידדער דאסס'גייט ווייטער לויפן די המשך פון 'דער ראדימנער פראצעס'?
גם אני למטרף לדבריו
דער געוואגטער אינגל ביטע ממשיך זיין.....
איך יאג זיך צו ווארטן
מיי גאש, דאס איז דאך וועלץ ברעכענדע נייעס, ניייייינצן ארטיקלען, דאס איז דאך כמעט פיר בענדער, הייליגע רויעך, פון ווי איז אזא סארפרייז ארויס, אן קיינער זאל האבן א מינדעסטע השגה, און דו גיבסט עס אזא פלוידער אויס ווי גלייך גארנישט, אה יא כאב פארגעסן צי זאגן עס גייט זיין פיס טריט פון אנדערע א שמעשה פון ניינצן, מיייי גאד גיב איט אפ פאר אנאנים
פיסטריט פון אנדערע? לאל
אלע אנדערע האבן כמעט די זעלבע פיהל ווערגווו א גאנצע יאר נאר טריפעל עדדווערטיימענט, דא רעדט מען פון ניינצין ארטיקלעך.
רבותי, טוט אייך אן די קראקס, לייגט די טעלעפאון אויף סיילענט, לייגט די קאוטש אויף צירוק אין מאכט אייך באקוועם. 19 חתיכות
[ציטאט אראפגענומען]
א חכם זאל שרייבן א טיפש'ע ארטיקל?
אפשר מיינסטו צו זאגן אז ער איז טאקע א טיפש, נאר וויבאלד ער איז שטיל, איז סייג לחכמה שתיקה... 😛
קודם מוז איך זיך באדאנקען פאר די שווערע ארבעט איך פיל אז מיין צוואנציגער וואס איך האב געגעבן האט שוין עקספייערט (ווען ס'וועט זיין געלט האף איך אריינצושיקן נאך).
יעצט, ווען האפט מען וועט עס זיין אוועילעבל צו דאונלאודן ?
ביפאר ראש השנה וואלט געווען א גרויסע פלאס, בשעת׳ן זינגען וכל מאמינים קען מען האבן א שמחת יו״ט
גייט למעשה זיין צו באקומען פאר יו״ט?
איך בין זייער דעספריט דערפאר, כוויל הנאה האבן בשעתן יוצרות איידער ווי צו שמיסען אין שטערן אנדערע דאוונען
אפשר דאך זאל מען רעליסן די וועקער נאך היינט
ווער עס איז מסכים זאל מיך לייקן און איינוועיגס וועל איך נהנה און איר וועט האבן א גיט געבענטשט יאר.
יעצט לייק מיך וועסטו אויך האבן א גוט געבענטשט יאר.
מען קען נאך אריינשיקן אן ארטיקל?
כדארף וויסן טאמער כזאל גיין קויפן די בלאט, מאמענט, בליק.
טאמער גייט די וועקער זיין לאור עולם גייט מען נישט ספענדן א צענע.
גייט אויס קומען אז מגייט האבן א עקסטרע צענע אין טאש, אין דאס איז שוין מקדש פאר ליין מעטעריאל.
איז די שאלה אזוי, זאל די צענע גיין פארן גראסערי? אדער זאל עס גיין פאר וועקער מערכת? (בנוסף צום עקזיסטינג נדבה)
וואס טיט זיך מיט די וועקער וועט עס זיין אינדרויסן היינט האט די מידת הרחמים איבערגעוואויגן 😉
שוין ב''ה די יום הדין איז דורך אן די וועקער, אבער פאסטען אן קיין וועקער וועל איך זיכער נישט קענען, ע''כ אהער דערמיט ווי אמשנעלסטן, א דאנק, און האט אלע א גמר חתימה טובה און תענת צליחה.
ווער האט אזוי שנעל איבערגעטוישט פון אריסטו צו דאנעלד? 😉
בן אדםווער האט אזוי שנעל איבערגעטוישט פון אריסטו צו דאנעלד? 😉
וואס הייסט
Sent from my Nexus 6P using Tapatalk
Bpjewבן אדםווער האט אזוי שנעל איבערגעטוישט פון אריסטו צו דאנעלד? 😉
וואס הייסט
Sent from my Nexus 6P using Tapatalk
איך שעם מיך אז איך בין פון די חסידים וואס הלכו אצל טראמפ. איך וויל אבער מוחה זיין, אז נישט אלע חסידים זענען משוגע און נישט אלע זענען אצל טראמפ 🙂 איך וואלט געשריבן למה הלכו כמה חסידים אצל טראמפ.
אבער ליינענדיג די ארטיקל נחמתני.
[ציטאט אראפגענומען]
קטלא קניא איז טאקע געווען א גרויסע סורפרייז וואס מ'האט זיך נישט געקענט פארשטעלן. מכאן לתחיית המתים מן התורה. וואס איז אבער געשעהן מיט דער צווייטע פערזענליכקייט'ס ארטיקל? איז דאס די זעלבע ווי די צוגעזאגטע ארטיקל פון ר' בצלאל כהן? קען מען ערווארטען מילואים בקרוב?
.
די ארטיקל פון DNA ביי יידל איז ניי אדער שוין אמאל געווען דא ערגעץ?
ב"ה, ס'איז שוין דא צו קויפען אויף עמעזאן. זוכט די ווערטער der veker 5 expanded, אדער קויפט'ס פון
דא. דאאס איז נאר שווארץ און ווייס, די קאלירטע האט געהאט א פראבלעם.
ביטע ארומשיקען די אינפארמאציע אויף אלע ענקער סאציאלע פארבינדונגס מיטלען, ווי וואטסעפפ, טעלעגראם וכדו'.
ליטוואק פון בודאפעסטב"ה, ס'איז שוין דא צו קויפען אויף עמעזאן. זוכט די ווערטער der veker 5 expanded, אדער קויפט'ס פון
דא. דאאס איז נאר שווארץ און ווייס, די קאלירטע האט געהאט א פראבלעם.
ביטע ארומשיקען די אינפארמאציע אויף אלע ענקער סאציאלע פארבינדונגס מיטלען, ווי וואטסעפפ, טעלעגראם וכדו'.
איך קען עס( #5) נישט טרעפן אויף עמעזאן, וואס פשט?
(אגב זעה איך אויף עמעזאן אז "די וועקער" קאסטעמערס קויפן אויך די אלעמען באקאנטע ווייעברעיטער וועקער זייגער. איך בין מסופק צו דאס איז מחמת וועקער- וועקער לגזירה שוה אדער איז דאס בלויז א הייסע יידישע אייטעם..)
ביבערדי ארטיקל פון DNA ביי יידל איז ניי אדער שוין אמאל געווען דא ערגעץ?
אגב אויף עמוד 125 פעהלט אבוויעסלי שטיקל פון דעם ארגינעלן ארטיקל:
פארשטייט זיך אויך אז עס זענען דא פיל מיני צעלס, געוואנדען לויט וועלכע אינגרידיענטס עס פארמאגט. א יעדע לעבעדיגע זאך איז צוזאמגעשטעלט פון צעלס. למשל, לאמיר נעמען דעם מענטש. א מענטש האט אין זיך בערך 210 מינים צעלס. למשל: בלוט. בלוט איז צוזאם געשטעלט פון דריי מיני צעלס: רויטע בלוט צעלס, ווייסע בלוט צעלס און פלעטעלטס. די דריי צעלס שווימען רון "בלוט פלאזמא" וועלכער איז דער פליוד fluid וואס איר זעט, ווען איר זעט בלוט. צו זען די צעלס דארפט איר א מייקראסקאפ.
אין יעדע איינציגסטע צעל איז דא גענעס, וועלכע דינען ווי די "מוח" פונעם צעל, און דער צעל לעבט לויט די פארשריפטן פונעם גענע. די גענע איז ווי דער "קאוד" אויף וועלכער דער....
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
איך וואלט געוואלט בעטן אז די "עמפטי ספעיס" אויפן דעקל זאל מען טוישן צו א ליכטיגע קאליר, איך האב ארויס געפרינט די היי רעז פייל פון "דער וועקער" און די לעצטע בלאט האט מיר לכאורה פארנוצט באלד א גאנצן פלעשל טינט.
Sent from my Nexus 6 using Tapatalk
קוים אפגעפיצט די פיר עקעדיגע לאקשעלאך פונ'ם בארד, און א קארגע שעה נאכ'ן זמן מיט א פרישקייט שטייט שש, דא און מעלדט מ'גייט ווייטער. אבער נישט א פארשלאפענע חשוון, נאר גאר מיט א גרעסערער קנאק.
אויב איר מיינט איר חלומ'ט, און איר קענט נישט גלייבען, דאן לייגט אייך שלאפען, ביז די יי''ש און די האלאפצעס, לאזן נאך, און פשוט ליינט עס איבער.
אפנים, לענינינו, רבותי, ס'דא עטליכע וועגן אריינצולייגען די פרישקייט און א כלי;
ואלו הן:
א- מי שיש לו עט או עפרון בידו, זאל זיך נישט שעמען, און אריין שיקען די פרישע ווארע פאר שש'ן.
ב- מי שיש לו מנה בידו, זאל קיין ביישן נישט זיין און אריבער שיקען צו חשבון ה'פעי פעל' פון <!-- e --><a href="mailto:info@derveker.com">info@derveker.com</a><!-- e -->
ג - בנוסף להנ"ל, דארף מען געדענקען צו לייקען, קאמענטירען (סיי דעם דשורנאל, און סיי די עקסטרע ארטיקלען, וואס ווערן ארויפגעשטעלט) און פארשפרייטען.
לא איש דברים אנוכי אבער לפי דעתי הענייה והקטנה השפלה והנבזה קוקט מיר אויס אז פאר די פרעפעסיאנאלקייט פון די זאך איז בעסער נישט צו טוישן די נאמען און עס לאזן ביי די וועקער.
אין יארן ארום וועלן ענקערע אייניקלעך זוכן מיט ליכט דעם זעקסטן וועקער, מאנכע וועלן שפענדן טויזענטערס פאר מוזעאומס און ריסורטש אינסטיטוציעס נישט וואוסענדיג אז עס ליגט הארט אונטער זייער נאז מיטן נאמען "אסיף" פארשפארט זיי די אומנויטיגע עגמת נפש.
נעה זיי גייען שוין לאנג זיין "אויפגעוועקט" דעמאלטס
.
אפשר וואלט כדי געווען ווען מען מאכט חלקים צו פרינטען (איך האלט עס אין טאש און ווען עס איז צו דיק האבן מיר א פראבלעים)
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
אכטונג מחר חודש
איך האב א געפערליכע סתירה. אין קעפעל פון דער טהעראפי מאמר שטייט 430 ביי נאכט, און גלייך העכער דעם שטייט 331, אז ס'איז ארינגעשיקט געווארען א שעה פריער.
תירוצים:-
1. שש איז צוריק געגאנגען א שעה כדי ארייינצוכאפען מער שעות אין טאג.
2. שש האט עס געשריבען 430 מאנטאג נאכט און ארויפגעשטעלט 330 דינסטאג נאכט.
3. אין א"י האט מען שוין גערוקט די זייגער, און זיי מיינען אז זיי קענען נישט קען דער גלח אויך נישט, און אין דער געבענטשטע לאנד האט מען אויך גערוקט די זייגער.
ביטע צולייגען תירוצים אלס א הכנה צו די קומענדיגע יו"ט וואס האט הונדרעטער תירוצים אויף איין קשיא.
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב א געפערליכע סתירה. אין קעפעל פון דער טהעראפי מאמר שטייט 430 ביי נאכט, און גלייך העכער דעם שטייט 331, אז ס'איז ארינגעשיקט געווארען א שעה פריער.
פין אלעם וואס ער האט געשריבן האסטו נאר דעיס ארויסגענימען??
מען בעט דעם ציבור, אז אויב טרעפט מען אינמיטן אן ארטיקל עטליכע ליידיגע פאראגראפן, זאל מען פארשטיין אז אפשר מחמת גרויסע מידיקייט איז שש איינגעשלאפן פאר עטליכע סעקונדן, מיטן פינגער אויפן ספעי"ס קנעפל, נאך אלעם איז עס געווען האלב פינף.
לאמיר באצאלן מידה כנגד מידה, פונקט ווי שש פארגעסט נישט אז מיר ווארטן אויפן וועקער, ווארט ער מיר זאלן אריין טשיפ"ן עפעס אין פעיפאל.
היות די אסיף האט נישט קיין יום טוב אדער ספעציעלע deadline איז אפשר כדאי עס נישט צו releasen צום ציבור פאר עס איז אויף עמעזאן. אזוי וועלען ליינערס עס נישט דארפן פרינטען פון גרויס נייגער נאר עס גלייך קויפן אויף עמעזאן.
און ווי יעדעס מאל, א יישר כח פאר די מעסיווע ארבייט.
[ציטאט אראפגענומען]
און מ'האט שוין א פערטען תירוץ. דער יו"ט רוקט זיך פיין.
ביי מיר שטייט 750, שטימט?
[ציטאט אראפגענומען]
העי @אנאנים מה היום מיומיים?? די גייסט דאך קיינמאל נישט שלאפן פאר זעקסע פארטאגס סיי ווי?... חוץ מזה ווייסטו דאך אוודאי אז איז שלאף אויך נישט מער ווי א קארגער פאר שעה א מעת לעת אלס ווייל ס'דיר איינגעפאלן צו מאכן אן "אסיף" און די קענסט נישט אראפ קריכן פון בוים... 😃
אלזא, איי פיל יור פעין אבער כאטש צרת רבים חצי נחמה. גלייב מיר אז ס'וועט זיך אלס אויס צאלן ווען די וועסט האלטן די "וועקער" -איך מיין צו זאגן "אסיף" - אין האנט!
אןן צו ענק טייערע חברים, כ'מיין מ'קען גלייבן @שש ביים ווארט.. ס'קומט באמת א פראכט פון א זשורנאל! מלא וגדוש מיט גאר תוכן'דיגע אין היסטארישע ארטיקלן, אזאנס וואס איהר האט נאך נישט געזעהן!
וואס דער @שש קען נאר נישט באווייזן.. אויב ביי וועקער 5 האט מען געמיינט אז מ'האלט שוין ביים שפיץ, האט @שש געהויבן די סטענדערד און געשוויצט יומם ולילה אויף א סאך א סאך א גרעסערע פארנעם.
אבער כיהודה ועוד לקרא הנני מצטרף בבקשה צו יעדן יחיד דא, צו באשטייערען מיט א נתינה חשובה איש כמתנת ידו צו אונזער פעיפאל אקקאונט כדאי צו קענען ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש מיט חשק. ביטע
קליקט דא נאך היינט!
אויף דערווייל האט די הנהלה אריינגעשיקט א לייטישן סכום כמדי חודש, און א חבר דא האט אריינגעליפערט א סכום פון עטליכע הונדערט דאלאר! ותשוחח"ל. איך עקספעקט דאס נישט פון יעדן, אבער כאטשיג עפעס א נתינה וואלט גאר אסאך ארויסגעהאלפן.
איך דארף שוין לויפן... @שש רופט מיר יעצט.. וואס וויל ער שוין ווייטער?!...
יהושע חייםאפשר וואלט כדי געווען ווען מען מאכט חלקים צו פרינטען (איך האלט עס אין טאש און ווען עס איז צו דיק האבן מיר א פראבלעים)
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
אדער קויפט אייך א גרעסערן טאש.. אדער קענסטו הייסן דיין קאצפיוטער צו ארויסדרוקן נאר חלקים דערפון אויף אמאל. (געדענק צו איינטיילן די פאפירן אויף 4, למשל פון פעידש 1 ביז 16 אדער פון פעידזש 1 ביז 64 וכו')
בכלל איז נישט אזוי ריקאמענדירט צו אליין ארויספרינטן, עס קומט נישט אזוי שיין ווי א געהעריגע פרינטער, לכתחילה שיק צו א פרא פרינטער אדער קויפט אויף עמאזאן.
הצלחה!
החודש עבר ואין, איז מעגלעך די וועקער זאל זיין לכבוד שבת קודש געפרינט ביי מיר אויפן טיש, איך בעט בכל לשון של בק"שה
אויב קויפט מען עס אויף עמעזאן שטיצט מען דערמיט די מוסדות?
גר ותושבאויב קויפט מען עס אויף עמעזאן שטיצט מען דערמיט די מוסדות?
אוודאי. מ'שטיצט מוסדות אמעזאן.. אונז מאכן דאכצעך 20 סענט א יעדער שטיקל.
אונז לייגן מיר דאס פאר די סערוויס, נישט פאר געלט.
פליקערהחודש עבר ואין, איז מעגלעך די וועקער זאל זיין לכבוד שבת קודש געפרינט ביי מיר אויפן טיש, איך בעט בכל לשון של בק"שה
נישט מסתבר אז ס'וועט זיין גרייט פאר שבת. אלע חומר איז שוין דא, יעצט דארף מען נאר טרעפן צייט.. וואס זאל איך טוהן אז איינער
@פליקער באווארפט מיר מיט ארבייט...
ס'לוינט זיך אבער צו ווארטן! געב א קוק אויפן טיזער. (סליחה אויף די לאו רעז, ס'פארט נאר א טיזער...)
נ.ב. זייט צופרי איז ב"ה אריינגעקומען אזא סכום צו אונזער פעיפאל אקאונט אז כ'קען עס אפילו נישט שרייבן אפילו איך וויל...
(וווייל זערא איז ניט קיין נומבער...)
📎 Capture.jpg
פיקאסאגר ותושבאויב קויפט מען עס אויף עמעזאן שטיצט מען דערמיט די מוסדות?
אוודאי. מ'שטיצט מוסדות אמעזאן.. אונז מאכן דאכצעך 20 סענט א יעדער שטיקל.
אונז לייגן מיר דאס פאר די סערוויס, נישט פאר געלט.
לייג די פריי פאר 10 איך בין גרייט עס צו קויפן חודשליך פאר די פרייז און דערמיט כאטש מיט עפעס שטיצן די וועקער אנדערש ווי צו גיין און צאלן דורך פעיפעל 3 חודשליך און אויב ווילסטו עס טוהן אלס סערוויס קענסטו לייגן צוויי איינס פאר ביליג און איינס פאר טייער איך גלייב אז אסאך וואלטן עס געקויפט פאר די פרייז עס איז ווערט אסאך מער.
איך מיין אז עס איז כדי אז נאך די הצלחה פון #וועקער6 זאת זיך די הנהלה תיכף צוזאם זעצן, און מאכן עפעס א פלאן ווי אזוי צו מאכן געלט. ג'יין שנארן א יעדע חודש איז נישט קיין תכלית, און איך האב אויך מורא אז איין טאג גייט די הנהלה ובראשם @שש און @פיקאסא (און אלע אנדערע ניקים כל אחד בניקו הטוב יבורך, וואס איך געדענק יעצט נישט אויפן מינוט) קענען מיד ווערן, כידוע "אם אין לחם אין ...."
(אדרבה גייטס פרעגן די אלע ארגאנעזאציאס וואס שטעלן אוועק מענטשן אויף די פיס, די ערשטע זאך איז א פלאן ווי אזוי צו מאכן געלט)
איך הייב אן מורא האבן צי אנאנים איז א יומען אדער עפעס פון די בייזע, ווי אזוי איז דאס מעגלעך, וויפיל קען איין מענטש באווייזען, דער שש וועט אונז אלע מחייב זיין בעלמא דקשיט, מיין תירוץ וועט זיין אז ער איז א סופער יומען, מען קען נישט ברענגען קיין ראיה פון אזעלעכץ.
שש אויב לייגסטו דריטע, וויל איך אויך לייגען דריטע, זאג האסט נישט מורא פון קיין עין הרע, דו ווייסט קען געשען, דו קענסט נאך מער צי'משזרט ווערן, קענסט נאך ווערן שמונה משזר, היט זיך דיינע פעידעמער, משביע אני עליך עיני בישא עיני חיכי עיני טלילי.
אדער אפשר זאל עס ארויסקומען אויף כ''א כסלו...
אפשר קען מען שוין ארויסשעלן א (קלארע) בילד פון די דעקל ?
שכח פאר אלע וואס טוען פאר די וועקער, איך קוק ארויס עס צו קויפן אין געשעפט אין מאנסי .
כבר היה לעולמים
כבר היה לעולמים
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/335241">viewtopic.php?p=335241#p335241</a><!-- l -->
ווי איז שטיסעל נעלם געווארען ? ער איז טאקע באליידיגט און אויפגעהערט וועקן?
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=352879זעהט אויס אז מען אקצעפטירט נאר ארטיקלן פון סתם חכמים, נישט פון אויבער-חכמים.