עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?
47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10550
עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?
מהאלט שוין ארים 10 יאהר פינעם עירוב אין וויליאמסבורג, וויליך הערען וואס האלט די עולם איבער דעם עירוב?
פאקט איז סאיז דא א עירוב, און מענטשען שטיפען קעריזשעס, די שאלה איז צו סאיז גענוג צו הייסען א סוקסעס?,
אויב מקוקט אויף דע וואס האבען געפיהרט די מערכה קעגען דעם עירוב, זיי האבן זיך געשווירען אז קיינער גייט נישט טראגען, און מזעהט טראגערס
נאך א שאלה איז וויפל מענטשען זענען זיך מורה היתר צו טראגען אין טאש לכבודן עירוב
ביטע נישט טענהען איבער שטותים אז מזעהט נישט די עירוב אדער וועגען דער רבי זי"ע צו ער האט געוואהלט אדער נישט
Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?
א שטאט ברויך האבן אן עירוב!
יעדער יחיד קען מחליט זיין פאר זיך אויב ער האלט עס ביים ניצן אדער נישט, אבער די תיקון איז דא.
זייער שווער צו דעקלערן א סוקסעס אדער נישט, ווען מען דארף קודם וויסן מיט א קלארקייט וואס די גרינדערס ציל איז געווען.
אויב איז זייער ציל געווען צו ווייזן אז סאטמאר איז נישט בעה"ב אין וויליאמסבורג, צו ווייזן אז געשרייען און פאשקעווילן וועט זיי נישט אפשרעקן און זיי וועלן ווייטער אנגיין ביז די מערכה קעגן זיי וועט זיך אפשטעלן און זיי וועלן קענען רוהיגערהייט טראגן אויף די גאסן, דאן איז עס גרויסע 100 פראצענטיגע סוקסעס, די שבת שרייען אין וויליאמסבורג איז כמעט אינגאנצן איינגעשטילט און געווענטליך איינער וואס טראגט וועט זיך נישט צוריקהאלטן וועגן א חשש צו ווערן באשריגן.
אויב איז דער מטרה געווען אז צוביסלעך זאל סאטמאר, קודם אפשר חסידי ר' אהרן, און דערנאך זאלן אנדערע אויך נאכפאלגן, און עס זאל ווערן א נארמאלע שטאטישע זאך צו טראגן אזוי ווי אין בארא פארק, דאן איז עס א היבשע דורכפאל נענמענדיג אין באטראכט די גרויסע פראצענט וואס האלט זיך אפ פון טראגן, און מען זעט עס שטארק ווען עס קומט א יו"ט וואס געפאלט אום שבת ווען עס דערקענט זיך די דראסטישע חילוק ווען רוב שטאט טראגט נישט.
אז מ'רעדט שוין . איז דא איינער וואס ווייסט די מאפע פונעם עירוב פון ווי ביז ווי ? אזוי אויך צו ס'איז ארום גענומען מיט א שטריק אדער וואס ?
מ'זאגט נישט אויס ווייל זיי רייסן עס אראפ
מען דארף נאך היינט מורא האבן פאר אזעלכע זאכן ?
יעפ. נישט אלע סאטמארע האבען געמאכט
עליה אדער גייען אין
צה''ל.
Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?
עס איז דא א באקאנטע מעשה פון הרה"ק די חוזה פון לובלין
עס איז געווען פרשת תולדות שנת תק..
איינע פון די נכבדי העיר האט געמאכט א גרויסע קידוש אין די ביהמ"ד פונם חוזה.
די רב פון שטאט הגאון ר' עזריאל "די אייזנע קאפ" איז געקומען צום קידוש.
באמצע הדברים רופט ער זיך אן צום חוזה מיט א זולזל "נא עפעס א תורה"
די חוזה האט געזאגט "שטייט אין פסוק וישב יצחק בגרר, יצחק אבינו האט גע'פסק'נט ווי ר' שמעון ביי הלכות שבת אז דבר שאין מתכוון איז מותר (לגבי גרירת ספסל)
זיינע מענטשן האבן געמאכט א גלעכטער ווייל די חסיד'ישע רבי קען דאך נישט קיין לערנען...
די חסידים זענען געווארן ווייס ווי דער וואנט, וויאזוי די רבי האט זיך יעצט פארשעמט ברבים.
אבער די אייזנע קאפ האט זיך גענומען ווארפן פאר פחד, גלייך געוואונטשן א גוט שבת און ארויס געגאנגען פון שול.
אויפן וועג האט ער דערציילט פאר זיינע מענטשן
"איך האב בטעות געטראגן א שליסל אין טאש. ווען איך בין אנגעקומען אין פאליש, האב איך מיר געכאפט אז איך האט מטלטל געווען אין א רשות הרבים.
די חוזה האט מרגיש געווען אין געזאגט די תורה מיר צו בארואיגען" ע"כ המעשה
זייט דעמאלטס האט ער מער נישט געטשעפעט די חוזה
פארוואס זאג איך עס ... ווייל הונדערטע אידן וואס טראגן נישט, האבן זיך בארואיגט נאכן טרעפן עפעס אין טאש. אז עס איז דאך דא אן עירוב...
סאו עס איז א סוקסעס אין די חלק
אויף מיין גאס איז געווען אן עירוב וואס מען פלעגט דאס אייביג רייסן, ב"ה יעצט איז דאס שוין מותר לכתחילה.
@שמיטשיק דאס איז ביי דיר קלאר אז סאטמער איז געווען דער הויפט ציל
קען זיין זיי ווייזען אז זיי זענען נישט בה"ב אדער גאר פארקערט זיי מכשיל צי זיין מיט דעם טאמנע עירוב
Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?
@ביליג, א שיינע מעשה און צושטעל.
דער אמת איז אבער, הן ביי די מעשה מיטן אייזענעם קאפ שטימט עס נישט, דבר שאין מתכוין קומט נישט דארט אריין, עס איז א מתעסק און מען דארף נישט קיין שום כפרה פאר דעם.
די זעלבע ווען א איד טראגט שבת אין ווילי בטעות. די עירוב קען העלפן ווען מען האט פארגעסן אז ס'איז שבת, אדער אז שבת טאר מען נישט טראגן. אבער ביי די שכיח'דיגע מציאות, אז מען האט עפעס אין טאש און מען פארגעסט דערפון, איז עס א בלויזער מתעסק ולאו מידי עביד.
אפשר איז דא א שטיקל פשיעה ביים אריין לייגן אין טאש. מ'זעט די אחרונים הייסן אויסליידיגן די טאשן פאר שבת, הגם אפשר דארט איז די חשש אז אינמיטן וועג וועט מען זיך כאפן אז מען טראגט.
שוין אויסגעקימען צו זען כמה פעמים וואו נאכן זיך כאפן גייט מען נאך ד' אמות אדער מען שטעלט זיך גאר אפ
שמיטשיקזייער שווער צו דעקלערן א סוקסעס אדער נישט, ווען מען דארף קודם וויסן מיט א קלארקייט וואס די גרינדערס ציל איז געווען.
אויב איז זייער ציל געווען צו ווייזן אז סאטמאר איז נישט בעה"ב אין וויליאמסבורג, צו ווייזן אז געשרייען און פאשקעווילן וועט זיי נישט אפשרעקן און זיי וועלן ווייטער אנגיין ביז די מערכה קעגן זיי וועט זיך אפשטעלן און זיי וועלן קענען רוהיגערהייט טראגן אויף די גאסן, דאן איז עס גרויסע 100 פראצענטיגע סוקסעס, די שבת שרייען אין וויליאמסבורג איז כמעט אינגאנצן איינגעשטילט און געווענטליך איינער וואס טראגט וועט זיך נישט צוריקהאלטן וועגן א חשש צו ווערן באשריגן.
אויב איז דער מטרה געווען אז צוביסלעך זאל סאטמאר, קודם אפשר חסידי ר' אהרן, און דערנאך זאלן אנדערע אויך נאכפאלגן, און עס זאל ווערן א נארמאלע שטאטישע זאך צו טראגן אזוי ווי אין בארא פארק, דאן איז עס א היבשע דורכפאל נענמענדיג אין באטראכט די גרויסע פראצענט וואס האלט זיך אפ פון טראגן, און מען זעט עס שטארק ווען עס קומט א יו"ט וואס געפאלט אום שבת ווען עס דערקענט זיך די דראסטישע חילוק ווען רוב שטאט טראגט נישט.
די בעלי העירוב האבן פשוט געוואלט אן עירוב פאר באקוועמליכקייט צו קענען טראגן, און דאס איז בלי ספק א סוקסעס. די וואס האבן א חשבון מיט סאטמאר, האבן אין איין וועגס באקומען א באנוס האבענדיג א געלעגענהייט זיי צו שפייען אין פנים.
די סאטמורים האבן אויך געהאט א סוקסעס מיט די פאקט אז רובא דמינכר איינוואינער טראגן נישט מיטן עירוב, עכ"פ בפרהסיא
Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?
איך קען זיך גוט מיט איינע פון די בעלי העירוב אין ווילי.
אין פאקט האבן זיי בכלל נישט געוואלט צייגן בעלות, אדרבה, זיי זענען געגאנגן זיך בעטן אין סאטמער פאר א הסכמה, זיי האבן עס געטוען בהוראת ר' פישל הערשקאוויטש לרפו"ש וואס פארפירט שוין די לעצטע צוואנציג יאר (פארן גרינדן דעם עירוב) ביי זיינע שיעורים, אז מ'דארף מתקן זיין אן עירוב אין שטאט.
נאכן זיך איבערצייגן אז אין סאטמער זעלבסט זענען דא וואס זענען בעד, און אויך איינס פון די חשובע רבנים אודווארי רב ז"ל האט מען עס געגרינדעט.
כ'ווייס פאר א פאקט אז זיי זענען אריין צו רז"ל אז ער זאל געבן א הסכמה, אדער לפחות זאל נישט מאכן קיין מחלוקת דערפון, דהיינו ווער ס'וויל זאל טראגן, און ווער נישט, נישט. אבער מעשה שטן הצליח, און ער האט זיך צעווילדעוועט.
די ארונים האבן פארגעשלאגן צען אלפים פארן טעיפ (וואו ז"ל צעווילדעוועט זיך), און זיי (בעלי העירוב) האבן עס בשום אופן נישט ארויסגעגעבן (כדי שלא להרבות מחלוקת).
איך האב אויך מקובל די סיפור הדברים אזווי קל וחומר
בן אדםאיך האב אויך מקובל די סיפור הדברים אזווי קל וחומר
אבער צו זאגן אז די בעלי העירוב האבן נישט כלאחר יד הנאה געהאט פון צופיקסן סאטמאר איז וואנזיניג.
גענוג סוקסעס- אז איך בין פונקט די וואך געווען אין ווילי פאר שבת, און קיינער האט מיר נישט געזאגט א ווארט ווען איך בין געגאנגען אויף א שפאציר מיט מיין נייעם קערידש...
בת קולגענוג סוקסעס- אז איך בין פונקט די וואך געווען אין ווילי פאר שבת, און קיינער האט מיר נישט געזאגט א ווארט ווען איך בין געגאנגען אויף א שפאציר מיט מיין נייעם קערידש...
וואס איז די פראבלעם מיט א נייע קעריזש? יעדער האט שיינע קעריזשס אין ווילי
בת קולגענוג סוקסעס- אז איך בין פונקט די וואך געווען אין ווילי פאר שבת, און קיינער האט מיר נישט געזאגט א ווארט ווען איך בין געגאנגען אויף א שפאציר מיט מיין נייעם קערידש...
סקווירא דיינים לאזן טראגן מיט'ן עירוב ?
Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?
גאנצלבת קולגענוג סוקסעס- אז איך בין פונקט די וואך געווען אין ווילי פאר שבת, און קיינער האט מיר נישט געזאגט א ווארט ווען איך בין געגאנגען אויף א שפאציר מיט מיין נייעם קערידש...
סקווירא דיינים לאזן טראגן מיט'ן עירוב ?
יא און פייע רב האט אמאל פארגעהאלטען הרב וואזנער דער סקווירא דיין פון וויליאמסבורג ביי א געלעגענהייט און ער האט זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן
קל וחומראיך קען זיך גוט מיט איינע פון די בעלי העירוב אין ווילי.
אין פאקט האבן זיי בכלל נישט געוואלט צייגן בעלות, אדרבה, זיי זענען געגאנגן זיך בעטן אין סאטמער פאר א הסכמה, זיי האבן עס געטוען בהוראת ר' פישל הערשקאוויטש לרפו"ש וואס פארפירט שוין די לעצטע צוואנציג יאר (פארן גרינדן דעם עירוב) ביי זיינע שיעורים, אז מ'דארף מתקן זיין אן עירוב אין שטאט.
נאכן זיך איבערצייגן אז אין סאטמער זעלבסט זענען דא וואס זענען בעד, און אויך איינס פון די חשובע רבנים אודווארי רב ז"ל האט מען עס געגרינדעט.
כ'ווייס פאר א פאקט אז זיי זענען אריין צו רז"ל אז ער זאל געבן א הסכמה, אדער לפחות זאל נישט מאכן קיין מחלוקת דערפון, דהיינו ווער ס'וויל זאל טראגן, און ווער נישט, נישט. אבער מעשה שטן הצליח, און ער האט זיך צעווילדעוועט.
די ארונים האבן פארגעשלאגן צען אלפים פארן טעיפ (וואו ז"ל צעווילדעוועט זיך), און זיי (בעלי העירוב) האבן עס בשום אופן נישט ארויסגעגעבן (כדי שלא להרבות מחלוקת).
אדער קענסטו נישט די בעלי העירוב, אדער בין איך מיך טועה, אבער אויב רעדסטו פון די משפחה הידועה, איז קלאר ווי די טאג אז צופיקסן סאטמער איז געווען די הויפט מאטיוו פאר די עירוב, זיי און זייער גאנצע קליינע קהילה שימפט שוין יאאארן אז סאטמער האט דערקלערט בעלות אין ווילי און קיינער אנערקענט זיי נישט, ס'איז נישט זייער עטיטוד זינט די עירוב פרשה, דאס איז שוין איינגעגעסן ביי זיי זייט די האלאקאוסט איבערלעבער האבן געגרינדעט זייער שטיבל, בשעת רוב חסידות'ן האבן געהויבן פוס קיין בארא פארק אנערקענענדיג אז זיי גייען ווערן צוקוועטשט פון סאטמער, זענען זיי געבליבן אין ווילי מיט אן עקשנות, און קוים געקענט ווארטן אויפן טאג וואס זיי זאלן קענען 'ווייזן' אז סאטמער איז נישט בעל הבית!
זיי זענען גראדע זייער נאבעלע ערליכע מענטשען איך קען עטליכע פון זיי, אבער ווען ס'קומט צו די אישו פארלירן זיי זייער גלייכגעוויכט
אויף דיין מעשה מיט ז"ל קען איך מיך נישט דינגען, ווייל איך ווייס נישט, אבער דאס ווייזט נישט גארנישט אויף זייער מאטיוו, דאס ווייזט ענדערש אויף זייער מדות. די אונטערליגענדע סיבה פונעם עירוב איז גאנץ קלאר וואס דאס איז געווען, האט גארנישט מיט בין החניכים מיט די אלע פרומקייטן, נאר דיך נישט! מ'האט געוואוינט אין וויליאמסבורג 65-70 יאר אהן קיין עירוב, און פלוצים זענען אויפגעשטאנען א נייע גרופע שטאט-פארזארגער, א גרופע וואס מ'פלעגט נישט זעהן ביי קיין שום אנדערע שטאטישע אישו, מ'האט קוים געוויסט אז זיי עקזעסטירן, און דא האבן זיי אנגעהויבן צו טראגן די שטאטס דאגות, הלא דבר הוא!
Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?
קודם כל, זייער שטיבל שטייט שוין פון פארן קריג.
שנית, ס'איז נישט געווען זייער איידיע צו מאכן דעם עירוב! זיי האבן פשוט מסכים געווען צו נעמען די היעט ויקרא על שמם ווייל זיי זענען מענטשן מיט א שטארקע כאראקטער, און האבן געהאלטן אז ס'איז וויכטיג אז ס'זאל אן עירוב און וויליאמסבורג פונקט ווי און בארא פארק וואס האט אויך ביז אפאר יאר פריער נישט געהאט.
וואו נאך האסטע געזען אז זיי זאלן זיך שלאגן מיט סאטמער?
אדרבה איך ווייס אז איינער פון זיי האט געהאט א גמ"ח און פלעג פארבארגן גרויס געלט פאר סאטמערע יונגעלייט (20-30 יאר צוריק). פרעג דיך נאך ביי די מידלעידש סאטמערע פון ווילי.
אויף דיין טענה אז זיי האבן קיינמאל נישט געטוען פארן שטאט וכו' קודם כל כדאמרתי איבערן גמ"ח.
והשנית, יעדער איז מודה אז סאטמער איז א גוט גייענדע ביזנעס (ווען ס'קומט צו עסקנות), זיי האבן געזען א זאך וואס דארף געטוען ווערן, האבן זיי פרובירט צו פועלן ביי סאטמער אז זיי זאלן עס טוען, נאכן זעהן אז ס'איז א מת מצוה איז געקומען די מאמר פון במקום שאין איש און האט גובר געווען.
#ווילסט נישט, טראג נישט. וואס פארפירסטע?
יעקב מענטש מ'האט געוואוינט אין וויליאמסבורג 65-70 יאר אהן קיין עירוב, און פלוצים זענען אויפגעשטאנען א נייע גרופע שטאט-פארזארגער, א גרופע וואס מ'פלעגט נישט זעהן ביי קיין שום אנדערע שטאטישע אישו, מ'האט קוים געוויסט אז זיי עקזעסטירן, און דא האבן זיי אנגעהויבן צו טראגן די שטאטס דאגות, הלא דבר הוא!
הייסטעס ר' פישעלע האט אלע יארן געטוהן ווייניגער פארען ציבור ווי די פרויענישע אחוריים פראקערס?
Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?
איך האב גראדע גערעדט מיט א.ג. גראד פאר עס איז געווארען אפיציעל דער עירוב איך האב איהם געפרעגט וואס פעלט איהם אויס די מחלוקת האט ער געזאגט אז עס גייט נישט זיין א מחלוקת סך הכל אביסל נאויז און נאכדעם וועט ווערן שטיל
לויט ווי איך פארשטיי וואלט ער זיך נישט אריינגעלייגט ווען ער ווייסט וואס פאר א פייער עס גייט ברענגען וואלט ער עס נישט געטוהן
נאר איינמאל ער איז שוין אריין האט ער ער אויסגעפייט בין סוף
אגב דער שטיבעל זייערע איז שוין פון פארן קריג דער רבי זייער איז שוין געווען אין אמעריקה און ר מ. ג. די זיידע פון די משפחה איז אויך שוין געווען אין אמעריקה פארן קריג הגם ער האט נישט געוואונט אין וויליאמסבורג
Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?
הגם איך האלט אז נישט דאס דארף זיין די מטרה ביים מאכן אן עירוב אבער די מטרה פון גיין איבער סאטמער איז גאר א חשוב׳ע און וויכטיגע זאך, און דאס האט מען ב״ה אויפגעטוען מיטן עירוב, הגם סאיז געשען צו שפעט נאך ווי זיי האבן שוין יעדן ארויסגעטריבן פון וויליאמסבורג.
Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?
איינער קען מיר פארשטיין געבן די קעפל?
איינער מאכט געלט אויב מער מענטשן טראגן?
אן עירוב איז א באקוועמע זאך, און ס'איז אויך א זאך וואס יעדע שטאט ברויך האבן.
וואס א נפק"מ לגבי די 'סוקסעס' פונעם עירוב וויפול מענטשן טראגן?
ס'איז אזוי ווי איינער פרעגט אויב דער רבש"ע האט כביכול געהאט סוקסעס מיט אידישקייט וויבאלד זייער א קליין פראצענט מענטשן זענען אידן (קום ביטע נישט מיט קיין 'לא מרובכם פסוקים', כ'מיין דעם געדאנק.
יעקב מענטש אויב רעדסטו פון די משפחה הידועה, איז קלאר ווי די טאג אז צופיקסן סאטמער איז געווען די הויפט מאטיוו פאר די עירוב
לאמער אננעמען אז זיי האבן פיינט סאטמער, ווייסטו וואס לאמער אננעמען זיי האבן זייער זייער פיינט סאטמער
נאך אלץ פארשטיי איך נישט וואו אזוי דו ווייסט אז דאס איז געווען זייער הויפט מאטיוו?
וואס טוען זיי ווען "סאטמער" זאגט מיר טראגן נישט טוט עטץ וואו אזוי עטץ פארשטייטס?
שמעון וואלף
די בעלי העירוב האבן פשוט געוואלט אן עירוב פאר באקוועמליכקייט צו קענען טראגן, און דאס איז בלי ספק א סוקסעס. די וואס האבן א חשבון מיט סאטמאר, האבן אין איין וועגס באקומען א באנוס האבענדיג א געלעגענהייט זיי צו שפייען אין פנים.
די סאטמורים האבן אויך געהאט א סוקסעס מיט די פאקט אז רובא דמינכר איינוואינער טראגן נישט מיטן עירוב, עכ"פ בפרהסיא
אלזא, איז די עירוב א סוקסעס פון יעדע קוק ווינקל, א מחי' 😃
הקטןיעקב מענטש אויב רעדסטו פון די משפחה הידועה, איז קלאר ווי די טאג אז צופיקסן סאטמער איז געווען די הויפט מאטיוו פאר די עירוב
לאמער אננעמען אז זיי האבן פיינט סאטמער, ווייסטו וואס לאמער אננעמען זיי האבן זייער זייער פיינט סאטמער
נאך אלץ פארשטיי איך נישט וואו אזוי דו ווייסט אז דאס איז געווען זייער הויפט מאטיוו?
וואס טוען זיי ווען "סאטמער" זאגט מיר טראגן נישט טוט עטץ וואו אזוי עטץ פארשטייטס?
די דארפסט קענען די מענטאליטעט פון די אידן צו קענען פארשטיין וואס איך מיין.
איך האלט אז זיי האבן מצליח געווען צו ווייזן אז סאטמער איז נישט בעל הבית, אבער ס'איז בת היענהדיג צו טראכטן אז עפעס אנדערש איז געווען זייער מאטיוו, מ'רעדט נישט דא פון קיין שטאטס עסקנים, זייער גאנצע עסקנות קארעריע באשטייט פון איין אישו די עירוב! וואס מאכט מער סענס ? אז זיי זארגן זיך פאר די באקוועמליכקייט פונעם ציבור ? אדער עפעס א אנדערע מאטיוו איז דא אינוואלווד ?
און נאכאמאל זיי זענען באמת פיינע מענטשען, זיי האבן נישט פיינט סאטמערע אידן פערזענליך, זיי האבן פיינט די סאטמערע מענטאליטעט, און דאס האבן זיי געוואלט צוברעכן, און ס'איז זיי געלונגען
יעקב מענטש אויב רעדסטו פון די משפחה הידועה, איז קלאר ווי די טאג אז צופיקסן סאטמער איז געווען די הויפט מאטיוו פאר די עירוב
ווען איינער וויל אפטון סאטמר קען מען בויען א כותל אין פארטיג. וואס פעלט אויס אן עירוב ארום די גאנצע שטאט?
Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?
לא יעלה על הדעת.
קודם כל כדאמרתי אז זיי האבן פרובירט בכל כוחם אז ס'זאל זיין בהסכמת סאטמער (אדער עכ"פ אהן אן אפיציעלן התנגדות), און ס'דא דעקונג דערויף. (א.ג. האט אלעס רעקארדירט)
צווייטענס, ס'איז געווען אינעם סאמען ברען פון די סאטמערע פאליטיק פון מהר"א ומהרז"ל שליט"א ווען סאטמער איז געווען צעשאסן סייווי. (ואדרבה, דאס האט זיי לכאורה געשטופט צו טראכטן אז מ'וועט זיך נישט אזוי וויסענדיג מאכן פון דעם עירוב זייענדיג פארנומען מיט די אייגענע פראבלעמען).
קל וחומרלא יעלה על הדעת.
קודם כל כדאמרתי אז זיי האבן פרובירט בכל כוחם אז ס'זאל זיין בהסכמת סאטמער (אדער עכ"פ אהן אן אפיציעלן התנגדות), און ס'דא דעקונג דערויף. (א.ג. האט אלעס רעקארדירט)
צווייטענס, ס'איז געווען אינעם סאמען ברען פון די סאטמערע פאליטיג פון מהר"א ומהרז"ל שליט"א ווען סאטמער איז געווען צעשאסן סייווי. (ואדרבה, דאס האט זיי לכאורה געשטופט צו טראכטן אז מ'וועט זיך נישט אזוי וויסענדיג מאכן פון דעם עירוב זייענדיג פארנומען מיט די אייגענע פראבלעמען).
אויב א.ג. (whoever) האט אלעס רעקארדירט, זאל ער עס ארויסשטעלן. דערווייל הייסט עס 'נישט געווען'.
זיי האבן טאקע געבויט אויף די סאטמארע מחלוקות, האפענדיג צו דערווישן זייער מפלה גרינגערהייט, בבחינת
Defeat in detail.
ס'לאזט זיך נישט גלויבן אז אין אזא קורצע צייט-אפשניט, קוים געענדיקט זיך אויפטון איבער די נצחון, און שוין לייקענט מען מיט די לפנים משורת הדין שטיק. אומגלויבליך!
Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?
אהא, דו קענסט אים אדער איך??
איך קען אים נאך סאך פאר דעם עירוב פרשה, קום מיר נישט דערציילן איבער 'זיינע' אינטערעסן ווען דו האסט נאך אין דיין לעבן נישט אויפגעטוישט א ווארט מיט אים.
יא, געוויסע קלויזענבורגע אנגעווייטוגטע האבן אולי געפיהלט א ניצחון אין זייער קעגנער.
אבער זאגן אז דאס איז געווען די מאטיוו ווען אין פאקט האט ער פרובירט צו האבן סאטמער אויף זיין זייט (אויב נישט, זיי מסביר ביטע וואס האט אים אויסגעפעהלט אודווארי רב ז"ל??) און קיינמאל געחלומט אז ס'גייט מאכן אזא שטארקע אויפברויז, איז די דרך פון סאטמער מקדמת דנא.
אודווארי רב האט אויסגעפעהלט, ווייל אנדערשט וואלט קיינער ניטאמאל געוויסט פון דעם עירוב צו זאגן...
איך קען בכלל נישט דעם א.ג., אבער אויב ער וואלט געהאט אזא אונטערעסאנטע געשיכטע, נאכדערצו מיט באווייזן, וואלט ער עס פראדעצירט.
נאכאמאל: קיין באווייז איז נישט געווען!
Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?
אזויפיל שטותים צו רעדן אין אזא קורצע תגובה גרעניצט זיך מיט כשרון.
קל וחומראזויפיל שטותים צו רעדן אין אזא קורצע תגובה גרעניצט זיך מיט כשרון.
@קל וחומר, ווארף נישט קיין טענטרום, און ענטפער עפעס ממשות'דיג.
זיי האבן זיכער גענוצט דעם כאאס אין סאטמאר לטובתם
ווען נישט דעם טיילונג אין סאטמאר וואלט דאס קיינמאל געווען
א.ג. האט זיך קודם נישט געוואלט אריינלייגן אין פאליטיק אבער די קלויזענבורגער האבן עם גוט איבערגערעדט. ומעשה פאליטיק הצליח.
נאכדעם וואס אין בארא פארק איז שוין געווען א עירוב איז זייער מובן פארוואס עס איז זיי אזוי געגאנגען בנפשם אז עס זאל זיין אין ווימס אויך
פארוואס זאל נישט זיין? ס'איז א שמירה פאר די שטאט.
בן אדםפארוואס זאל נישט זיין? ס'איז א שמירה פאר די שטאט.
100%, די מדובר איז נאר וויאזוי דאס איז צוגעגאנגן (פון ביידע זייטן).
Survey
פאר די תועלת העניין האב איך געמאכט א Survey.
ביטע פילט אויס אויב איר טראגט מיטן עירוב.
די רעזולטאטן ווערן אי"ה ווערן דא פארעפנטליכט.
<a class="postlink" href="https://www.surveymonkey.com/r/RSMSTXZ">https://www.surveymonkey.com/r/RSMSTXZ</a>
דארפסט אויך געבן די אפציע צו ענטפערן אז מ'טראגט נאר בצנעה.
Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?
נעם אראפ די 'נאר אין וויליאמסבורג אפציע'.
קל וחומרנעם אראפ די 'נאר אין וויליאמסבורג אפציע'.
וויליאמסבורג איז דא צי מאכן א חילוק פון אפן צו בצנעה
שמעון וואלףדארפסט אויך געבן די אפציע צו ענטפערן אז מ'טראגט נאר בצנעה.
ישר כוח, איך האב עס צוגעלייגט.
וויבאלד ס'איז שוין אקטיוו קען מען נישט טוישן די סדר פון די תירוצים
[ציטאט אראפגענומען]
דו האסט געטרינקען פון די "משמרת" קאל-עד - די פאקטען זענען נישט אויף דיין זייט.
פין וואו נעמסטו אז סאטמער רב האט נישט געוואלט אז אנדערע זאלן מאכן
ס'איז דא געניג און נאך עדות וואס זאגן פארקערט.
אדאווער רב דער מנהל פין התאחדות האט נישט געוויסט וואס דו ווייסט?