☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » זורח ישוב ארץ ישראל איבערבליק (Survey - סקר)

זורח ישוב ארץ ישראל איבערבליק (Survey - סקר)

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9499

זורח » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 6:10 pm

· #297619
זורח ישוב ארץ ישראל איבערבליק (Survey - סקר)
טייערע חברים,

און די קומענדע טעג הערן מיר זייער גוטע בשורות וועגן א נייע פראיעקט און ארץ ישראל וואס לאזט זיך ארויס און וועג, א פראיעקט וואס איך נאכנישט געזעהן אדער געהערט געווארן און די חסידישע וועלט, א פראיעקט וואס אלע חובבי און משתוקקי ארץ הקודש יודן חסידים וואס גלוסטן מיט א הייליגע רוף ארויפצוגיין זיך באזעצען אינעם הייליג לאנד ארץ אבותינו וועלן זיך דערפרייען ביז גאר דאס צו הערן.

צוליב וואס דער ענין איז נאכנישט פארפארטיגט געווארן, קענען מיר נאכנישט מגלה זיין קיין פרטים-איינצעלהייטן, אבער אזויפיל קענען מיר יא זאגן, אז הילף איז אויפן וועג, פאר אלע יודן וואס טראכטן, טרוימען און פלאנירן צו מאכן עליה, פון היינט און ווייטער גייט עס אסאך גרינגער ווערן, די יסורין שנקנה ארץ ישראל בהן גייט געמינערט ווערן, מיט טעכנישע הילף, פינאנציאלע הילף, לעגאלע הילף און א.א.וו. פון אלע זייטן שטייען גרייט ארגעניזאציעס און יחידים וואס זאגן צו, וואס זענען גרייט צו געבן, און צו העלפן מיט סיי וואס עס איז נאר מעגליך ביד רחבה.

דערווייל ערווארטן מיר צו הערן פונעם ברייטן ציבור ספעציעל פון דיר, צו זעהן מי ומי ההולכים, ווער זענען די וואס זענען אינטערעסירט ארויפצוגיין, וואס זענען די מניעות, מיט וואס קענען מיר בייהילפיג זיין, וואספארא סערוויסעס וואלט ענק געגעבן א שטופ אויף פאראויס, צו סיי וואספארא עצות טובות, ידיעות וואס די האלסט וועט ברענגן הצלחה און סוקסעס.

געדענקט ווי מער נעמען מיר האבן, ווי מער מיר הערן פון אלע שיכטן פונעם ציבור אלץ מער וועט זיין די פארשידענע הילף וואס מיר וועלן קענען צושטעלן פארן ציבור.

קליקט די לינק
<a class="postlink" href="http://goo.gl/forms/w7hSWR1UQZ">http://goo.gl/forms/w7hSWR1UQZ</a>
(אויב ארבעט עס נישט אויף אינטערנעט עקספלארער פרובירט מיט פייערפאקס אדער קראום)

א הערצליכן דאנק פון פאראויס

מבקר » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 9:40 pm

· #297675
דו פרעגסט זייער גוט, און גאר די קשיה האט מכריע געווען ביי די קונגרס הציוני אז מען זאל נעמען ארץ ישראל און נישט אוגנדה, ווייל סתם שלעפן דעם עולם צו אוגנדה מיטן תירוץ פון א באקוועמערע לעבן וואלט נישט געארבעט, משא"כ ווען מ'רעדט פון ארצנו הקדושה וואס אונז ווארטן שוין שטאק מיט יארן צו קענען אנקומען דארט, פעלט נישט אויס מער ווי א קליינע מעטש און די אידישע הארץ איז שוין השלהבת עולה מאליה.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 1:32 am

· #297698
זורח: די פראבלעם איז אז אין מדינת ישראל, וועלכע איז באשאפן געווארן שלא עפ"י תורה גייט אן דער "פעלער" פון שלימות הארץ און התגרות באומות, אקעיגן אונזערע "פרידליכע" שכנים. אבער נישט אין מאנרא והגלילות. נעם די זעלבע אישוס וואס די הייליגע אידן פון יענעם שטעטל און זייערע פיהרערס פרעדיגן די גאנצע צייט אקעיגן די..."טריפה'נע, טמא'נע מדינה"...און פיהר זיי אריבער געאגראפיש קיין ארענדזש קאונטי אין אמעריקע, און אלעס איז מותר. אנעקסעישן פון גרויסע שטחים פון די שכנות'דיגע וואוין ערטער אקעיגן דעם רצון פון די גוי'אישע שכנים. אדורכפיהרן די פייפליין פאר צענדליגער מיילס דורך די שטעטלעך פון די גוי'אישע שכנים. אנפייפן און אויסלאכן זיך פון די פראטעסטן פון די גוי'אישע שכנים. דאס הייסט נישט קיין התגרות באומות. נאר וואוינען אין די שטעט וואס דער אייבישטער האט צוגעזאגט און געגעבן פאר אברהם אבינו און זיינע קינדער. אט דאס איז די ריכטיגע התגרות באומות...!

shem-tov » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 8:50 am

· #297706
איך בין דשואיש און איך בין באמת אינטערסירט סעהאט מיר געכאפט א מוראדיגע התרגשות ליינענדיג דיין איידיע אבער איך זיך א קליין ביסל אינפארמעישאן. איך האף די בוסט דער ריכטיגער מענטש דער שליח משמים. קודם וואס טוט זיך מיט בונקערס. איך הער דארט רייסט מען אריין אין בונקערס כסדר. ווייסטעך מיר אמעריקאנע זענען גאנץ באקוועמע חברה וואס גלייכן נישט אזוי דאס אראפלויפן טיף אין דער ערד ספעציעל 3 פארטאגס איז ווי אפט גייט מען אין בונקער און ביטע געב א שטיקל דעסקריפשאן וויאזוי סקוקט אויס. און וואס טוט זיך מיט פרנסה איך הער אז אויב מען גייט נישט זיך טובלן אינעם טריפה'נעם צה"ל וועט די רעגירונג קיינמאל נישט לאזן זאלסט מצליח זיין מיט עפענען עפעס א לייטישער מסחר. און בכלל הער איך אז מען טוט עפעס ארעסטירן בחורים און מיידלעך וואס שטעלן זיך נישט צום מיליטער איך וויל נישט גלייבן די אלע לשה"ר אויף מיין יודישע מדינה אבער ביטע געב כאטש א שטיקל אויפקלערונג

נב. אביסעלע בין איך גראדע יא באקאנט מיט די יודישע מדינה בנוגע וויאזוי זיי באגייען זיך צו די הייליגע קברים פון אונזערע עלטערן וואס זיי טוען ליידער רעגעלמעסיג ארויסשליידרן פון זייער פיצעלע רוה ערטער ממילא האב איך שטארק מורא מי יודע וואס זיי וועלן טאן צו אונזערע קברים. אבער פאר דעם קען איך כאטשיק לאזן צוואה מען זאל מיך צוריקפירן קיין חוץ לארץ. און בנוגע זייער שמירת שבת דארט בין איך אויך באקאנט אבער די אנדערע זוך איך אביסל אינפארמעישאן. בסדר. שכח

shem-tov » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 9:20 am

· #297708
אוי באשעפער דער פגע איז מיר ווידער דא.

זורח » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 10:50 am

· #297719
shem-tov
איך בין דשואיש און איך בין באמת אינטערסירט סעהאט מיר געכאפט א מוראדיגע התרגשות ליינענדיג דיין איידיע אבער איך זיך א קליין ביסל אינפארמעישאן.


בני, שאלה גדולה שאלת, ס'אז שוין גאר אן אלטע פראגע. נעם זיי מוחל ארויס א ספר תורה אדער א חומש, מיש אויף צו פרשת שלח אדער פרשת דברים, ומשם תדרשנו לטובה, אלעס וועט קלאר ווערן.

ישראל קאפקע » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 10:52 am

· #297720
[ציטאט אראפגענומען]

Some איגנאראציע-צום-טויט we have got here . . . 🙄

shem-tov » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:08 am

· #297723
ישראל קאפקע
[ציטאט אראפגענומען]

Some איגנאראציע-צום-טויט here. . . 🙄


סגארנישט גענוי די תגובה האט עמעצער נעכטן געשריבן פאר דעם אלטן בחור ווען ער האט זיך גענומען פירקלען קללות ביים סאטמער ביהמ"ד אשכול. קומט ער יעצט און שיסט צוריק אפאר געשאסענע פיילן. לדעתי פעלט עס נישט אויס הער אויף צו אטאקירן די עולם ווי א ווילער מטורף פארמואס נישט דעם שטיבל פארטרייב נישט דעם עולם וועט דיך יעדער אנהייבן ליב צו האבן דערווייל אבער האב איך מיר גענומען א פליכט דיך מסדר צו זיין יעדעס מאל וואס דו טוסט איינעם וויי. פארשטאנתא זריעלע

יתרו » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 4:28 pm

· #297800
shem-tov
איך בין דשואיש און איך בין באמת אינטערסירט סעהאט מיר געכאפט א מוראדיגע התרגשות ליינענדיג דיין איידיע אבער איך זיך א קליין ביסל אינפארמעישאן. איך האף די בוסט דער ריכטיגער מענטש דער שליח משמים. קודם וואס טוט זיך מיט בונקערס. איך הער דארט רייסט מען אריין אין בונקערס כסדר. ווייסטעך מיר אמעריקאנע זענען גאנץ באקוועמע חברה וואס גלייכן נישט אזוי דאס אראפלויפן טיף אין דער ערד ספעציעל 3 פארטאגס איז ווי אפט גייט מען אין בונקער און ביטע געב א שטיקל דעסקריפשאן וויאזוי סקוקט אויס. און וואס טוט זיך מיט פרנסה איך הער אז אויב מען גייט נישט זיך טובלן אינעם טריפה'נעם צה"ל וועט די רעגירונג קיינמאל נישט לאזן זאלסט מצליח זיין מיט עפענען עפעס א לייטישער מסחר. און בכלל הער איך אז מען טוט עפעס ארעסטירן בחורים און מיידלעך וואס שטעלן זיך נישט צום מיליטער איך וויל נישט גלייבן די אלע לשה"ר אויף מיין יודישע מדינה אבער ביטע געב כאטש א שטיקל אויפקלערונג

נב. אביסעלע בין איך גראדע יא באקאנט מיט די יודישע מדינה בנוגע וויאזוי זיי באגייען זיך צו די הייליגע קברים פון אונזערע עלטערן וואס זיי טוען ליידער רעגעלמעסיג ארויסשליידרן פון זייער פיצעלע רוה ערטער ממילא האב איך שטארק מורא מי יודע וואס זיי וועלן טאן צו אונזערע קברים. אבער פאר דעם קען איך כאטשיק לאזן צוואה מען זאל מיך צוריקפירן קיין חוץ לארץ. און בנוגע זייער שמירת שבת דארט בין איך אויך באקאנט אבער די אנדערע זוך איך אביסל אינפארמעישאן. בסדר. שכח

עקלהאפטיגע תגובה, דאס קען נאר אן אמריקאנער מגושם שרייבן. דער רעדט פון א גאלדענע געלעגנהייט צו מקיים מצוות ישוב ארץ ישראל, און וואס דרייט זיך דיר אין קאפ? נאך א פאר דאללער, און אז די וועסט דריי מאל א יאר מוזן אראפלויפן צוויי שטאקן אין בונקר.
שם טוב קענסט דיך איבערדרייען טויזנט מאל אבער פאקט בלייבט פאקט די אידן(חרדים) אין ארץ ישראל שטייען עשרת מונים העכער אין רוחנית ווי די עמך אידן אין אמעריקא (יא מיטן בחירות און מיליטער אינייעם).

shem-tov » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 7:25 pm

· #297831
א עקעלהאפטיגע תגובה. פארוואס ווייל סשטימט נישט מיין דיין פאליטיק, וואס איז אזוי עקעלדיג דא, די בונקערס. דאס ארעסטירן די קינדער, די עקירת הדת, די חופרי קברים די מציאות אז די מדינה איז ווייט פון א יודישע מדינה וואס רעגט דיך אזוי אויף.

געב א קוק יתרו איך האב נישט יעצט קיין צייט זיך איינצורייסן מיט אייך, אבער אין קורצן האב איך דיך מיט דיין מצות יישוב ארץ ישראל טיף אין די קרקע, אין מיינע אויגן זענען דא פיינע יודן סיי אין ארץ ישראל און סיי אין חוץ לארץ. און פאקט בלייבט פאקט אז אין קיין שום לאנד היינט צו טאגס קומט נישט ליידער פאר אזויפיל עקירת הדת ווי אין ארץ הקודש, און אין מיין חומש שטייט אז דאס איז זייער נישט גוט. סאו פליז קומט מיר נישט מיין חומש מעשיות. נאו העוו עי נייס דעי,

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 9:46 pm

· #297872
סארי איך זעה נישט וואס שם טוב האט אזוי שרעקליך געשריבן אז עס קומט אים אזא פארציע, כמעט יעדער סאטמארער טראכט דאך אזוי,
נאר וואס, אפשר טאקע קומט עס נישט אריין אין דעם אשכול, דאס איז דאך בעיקר א "סקר" (נו, עברית, פוי), אבער לאמיתה של דברים קען מען אים (אדער נישט?) אפענטפערן נארמאל אויף זיינע פראקטישע קשיות.

ישראל קאפקע » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 10:18 pm

· #297882
איך האב פיל א פשוטערע פראגע.

ווער האט איינגערעדט @זורח אז מצות ישוב ארץ ישראל איז מער גילטיג אינדערויסן פון די גרינע ליניע ווי אין מדנ"י זעלבסט?

יתרו » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 10:31 pm

· #297885
לאמיר דאס נאך אמאל איבערגיין קלארער לכבוד שמעקעדיג.

ווי עס שיינט רעדט דער זורח צו אידן וואס האלטן אז מצוות ישוב א"י איז נוגע בזמנינו, ער רעדט צו אידן וואס גארן ארויפצוגיין וואוינען און ארץ ישראל אפילו היינטיגע צייטנס. ער לאזט זיי וויסן אז עס מאכט זיך יעצט א גלעגנהייט מיט א הילף פעקעדזש.

קומט דער שם טוב און פאנגט אן רעדן ווי א קרית יואלע בחור וואס איז יעצט ארויס פון ישיבה. ער גייט שטעלן דעם ציוני אין פלאץ. ער פאנגט אן חוזק צו מאכן פון זייער מצב הפרנסה און מצב המלחמה כו', רעב איד, קיינער רעדט נישט יעצט פון די געוואלדיגע אויפטווען פון די ציונים אז אזא סארט רעטאריק זאל זיין אין פלאץ. מען רעדט פון א איד וואס וויל ארויפגיין על אף ס'איז שווער.

[בנוגע פרנסה, אפשר איז ער מסודר מיט פרנסה, אדער אפשר איז ער מסכים אויף מסירות נפש. בנוגע מיליטער, אפשר האט ער נאר טעכטער וואס דארפן זיך נישט שטעלן צו די מיליטער , אדער אפשר האט ער שוין חתונה געמאכט זיינע קינדער , אדער אפשר גאר וויל ער שיקן זיינע קינדער און נח"ל החרדי. אבער די נושא אין דעם אשכול איז נישט צו סלוינט זיך יא אדער נישט ארויפצוגיין צו ארץ ישראל אדער צו עס איז מצוה ארויפצוגיין צו ארצ ישראל, דאס האט שוין דער ויואל משה מיט הרב כשר זיך פיין אויסגעטענה'ט אין זייערע ספרים און עס איז נישט אין פלאץ אין דעם אשכול, (אודאי נישט מיט אזא האספולע סארקאסטישע טאן וואס מאכט דעם תגובה אויסזען נאך מער מכוער ווי עס איז).]

קאסטנער » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 10:44 pm

· #297891
Re: זורח ישוב ארץ ישראל איבערבליק (Survey - סקר)
איך האב נישט באמערקט אז ווען איינער זאגט דא אין שטיבל אז ער קויפט נישט קיין לולב היי יאר וויבאלד סאיז צי טייער באפאלט מען אים עפעס נישט אזוי...

petergrifin » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:01 pm

· #297896
@יתרו עס קען זײן איך װײס נישט אבער איך טראכט אז מעגליך האבן געװיסע ניקס א פראבלעים מיט אײנער
װאס זוכט צו שלעפן אידן קײן א״י און אלע פלענער װײזן אויף א גרופע װאס װיל דײקא װאוינען אין די שטחים.
בקיצר נישט עפעס װאס ער (װיל) ארויסברענגן. איז עס ראנג פון זײ ארײן צו האקן? קען זײן נאר עס געבט צו
דאס אז מען זעהט איהם דא נאר פאר זײנע אינפאמירשעלס און צװישן װערט ער נעלם. שוין איך האב גארנישט
געזאגט.

זורח » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 11:59 am

· #297987
לאמיר זייער קלאר מאכן
אונזער ציעל דא איז צו העלפן יודן חסידים פון אמעריקע זיך באזעצן אין ארץ ישראל!

מיר ווילן העלפן דוקא חסידים ווייל חסידים רעדן על פי רוב יודיש און האבן א אנדערע סארט קולטור ווי אנדערע אמעריקאנע יודן וואס רעדן על פי רוב ענגליש.

מיר זענען דא צו העלפן אלע מיני סארטן חסידים אפגעזען צו יענער איז א ציוני אדער א נטורי קרתא, אונזער ארבעט איז העלפן יודן מקיים זיין מצות ישוב ארץ ישראל, מיר מישן זיך בכלל נישט און עניני השקפה בנוגע וואו צו וואוינען אדער וואו צו שיקן די קינדער לערנען אדער מיליטער וכו' וכו' דאס איז פאר איעדע משפחה זייער אייגענע דאגה צו באשליסן וואס און ווען און וואו.

אלץ א חלק פון אונזער פלאן ווילן מיר אנפאנגען א פרישע געגענט געאייגענט פאר חסידים פון אמעריקע אז זיי זאלן זיך געפונען דאס פלאץ ארומגענומען מיט משפחות פון ענדליכע הינטערגרונט וואס גייען אנגעטון ענדליך רעדן יודיש און קומען פון א אמעריקאנער מאנטעליטי אלעס כדי דאס איינגלידערן אינעם לאנד זאל זיין אביסל גרינגער.

די סיבה פארוואס מיר האבן אויסגעוועלט גבעת זאב החדשה איז זייער א פשוטע ווייל:
ס'איז א געגענט נאנט צו ירושלים (אזוי אז מען קען שיקן די קינדער לערנען קיין ירושלים וואו די אויסוואל פון מוסדות ובתי חינוך איז די מערסטע)
ס'איז גאנץ א נייע געגענט וואס איז נאכנישט באשטימט מיט א געוויסע מאנטעליטי און ווי ס'קוקט אויס גייט זיך דער געגענט שטארק פארשפרייטן און די קומענדע 5-10 יאר, דערפאר אויך זענען נאך די הייזער אביסל ביליגער
ס'איז א סובארב סטייל מיט א געוויסע רואיגקייט וואס איז נישט פארהאן און די גרעסערע שטעט, דערפאר אויך זענען די הייזער אביסל ביליגער וואו אין ירושלים אליין
ווען אלע נייע חסידישע עולים פון אמעריקע וועלן זיך באזעצען און די זעלבע געגענט וועט דאס שטארק ארויסהעלפן און גרינגער מאכן פאר אסאך משפחות

אבער ווי געזאגט איז דאס נאר פאר די וואס ווילן גיין קיין גבעת זאב, איינער וואס וויל דוקא גיין קיין ירושלים אדער צפת, בני ברק, בית שמש, אשדוד, נתניה, ביתר עלית, אלעד, מודיעין עלית, חדרה וכו' וכו' זענען מיר איהם פונקט אזוי גרייט צו העלפן

די אלע וואס רעדן מיט אזא ביטול און גרינשעצונג וועגן ישוב בארץ ישראל קומט דאס נישט ווייל זיי זענען שטארק דבוק צום אמת אדער ווייל זיי האבן דורכגעלערנט די מקורות, בכלל נישט, אדרבה לאמיר זעהן וואס דער גרעסטער לוחם קעגן ציונות האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל שרייבט וועגן וואוינען אין ארץ ישראל (וואס ווי באוואוסט האט ער זיך אויך געוואלט דארט באזעצען נאך די מלחמה והדברים ידועין ואין כאן מקום להאריך) וזה לשונו אינעם סיכום פון מאמר ישוב ארץ ישראל (90% וואס פאררופן זיך אלץ הולכי בדרכו וועלן נישטאמאל וויסן אין וועלכע סימן דאס ווערט געברענגט)

"אף לדעת הפוסקים שאין מצוה בעיקר הישוב בארץ ישראל אבל כל התורה ומצוות שעושה בארץ ישראל חשובין הרבה יותר בכפלים ע"י שהוא במקום הקודש בארץ ישראל, ולכן חשובה ישיבת ארץ ישראל ככל התורה כולה אף להסוברין שאין מצוה בעיקר הישוב, יען שכל התורה ומצות שעושה שם חשובין הרבה יותר אף בזמן הזה...... אבל העומדין שם בנסיונות ואין עושין שם עבירה, כל שכן דחשיבי טפי ואין קץ למתן שכרן, ויהא חלקי עם עובדי השם יתברך באמת בארץ ישראל"

ירא שמים » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 12:08 pm

· #297989
Re: זורח ישוב ארץ ישראל איבערבליק (Survey - סקר)
בתי חינוך גייט אויך זיין באזונדער פאר די אמעריקאנע עולים ?

זורח » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 12:12 pm

· #297990
ירא שמים
בתי חינוך גייט אויך זיין באזונדער פאר די אמעריקאנע עולים ?


ס'איז א חלק פון די פלאן צוביסלעך...
דערווייל ווענדט זיך דאס און וויפיל משפחות גייען ארויף

טאקע איינע פון די סיבות פארוואס מיר שטעלן פאר די סורוועי כדי צו זעהן וויפיל זענען אינטערעסירט

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 7:12 pm

· #298041
ישראל קאפקע
איך האב פיל א פשוטערע פראגע.

ווער האט איינגערעדט @זורח אז מצות ישוב ארץ ישראל איז מער גילטיג אינדערויסן פון די גרינע ליניע ווי אין מדנ"י זעלבסט?

ישראל קאפקע: איינער וועלכער איז נישט קיין עף.עף.בי. און ער איז נישט זייער שטארק באהאוונט אין די קליינע פינטלעך,אדער ער האט נישט אדורכגעלערנט דעם ספה"ק ויואל משה ככתבו וכלשונו, קען נישט פארשטיין די דקות'דיגע חילוקים. און דעריבער איז ראטזאם אז ער אדער זי זאלל נישט אריינרעדן אין די האקעלע עניינים, איידער ער אדער זי לערנט גרונטליך אדורך די גאנצע סוגיא על בוריה. די קאמפיוטער פראגראמען וועלכע פרינטן ארויס אינפא-גראפס און פיי טשארטס האבן נאכנישט דערלערנט אט די סוגיא.
והשנית. דאס אידישע הארץ ציעט אין איין דירעקציע. און דאס הארץ פון די בני נח ציעט אין אנ'אנדער. סובקאנשיעסלי. עיין פירש"י על הפסוק ויחד יתרו...!
ואידך פירושא, זיל גמור. )דאס האביך סתם אזוי אריינגעווארפן אלס א באנוס... 😂

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 7:23 pm

· #298042
זורח: א גרויסן ייש"כ פאר דיין מאמר. ס'איז כמים קרים על נפש עייפה. ועיין מה שכתבתי בתשובה לאחד שמרחם על מחיית זרע עמלק...!
בשרו נעשה חידודין חידודין בעת שרואה ניצחון ישראל בשונאיהם בעזרת השי"ת...!

בר-כוכבא » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 10:47 pm

· #298067
Re: זורח ישוב ארץ ישראל איבערבליק (Survey - סקר)
יישר כוח, זורח פאר דער חשובער אינציאטיוו צו העלפן אונז בני גולה זיך אומצוקערן אהיים אויף ביידע זייטן פון כל מיני גרינע ליניעס.

דריידל » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 10:54 pm

· #298070
shem-tov
איך בין דשואיש און איך בין באמת אינטערסירט סעהאט מיר געכאפט א מוראדיגע התרגשות ליינענדיג דיין איידיע אבער איך זיך א קליין ביסל אינפארמעישאן. איך האף די בוסט דער ריכטיגער מענטש דער שליח משמים. קודם וואס טוט זיך מיט בונקערס. איך הער דארט רייסט מען אריין אין בונקערס כסדר. ווייסטעך מיר אמעריקאנע זענען גאנץ באקוועמע חברה וואס גלייכן נישט אזוי דאס אראפלויפן טיף אין דער ערד ספעציעל 3 פארטאגס איז ווי אפט גייט מען אין בונקער און ביטע געב א שטיקל דעסקריפשאן וויאזוי סקוקט אויס. און וואס טוט זיך מיט פרנסה איך הער אז אויב מען גייט נישט זיך טובלן אינעם טריפה'נעם צה"ל וועט די רעגירונג קיינמאל נישט לאזן זאלסט מצליח זיין מיט עפענען עפעס א לייטישער מסחר. און בכלל הער איך אז מען טוט עפעס ארעסטירן בחורים און מיידלעך וואס שטעלן זיך נישט צום מיליטער איך וויל נישט גלייבן די אלע לשה"ר אויף מיין יודישע מדינה אבער ביטע געב כאטש א שטיקל אויפקלערונג

נב. אביסעלע בין איך גראדע יא באקאנט מיט די יודישע מדינה בנוגע וויאזוי זיי באגייען זיך צו די הייליגע קברים פון אונזערע עלטערן וואס זיי טוען ליידער רעגעלמעסיג ארויסשליידרן פון זייער פיצעלע רוה ערטער ממילא האב איך שטארק מורא מי יודע וואס זיי וועלן טאן צו אונזערע קברים. אבער פאר דעם קען איך כאטשיק לאזן צוואה מען זאל מיך צוריקפירן קיין חוץ לארץ. און בנוגע זייער שמירת שבת דארט בין איך אויך באקאנט אבער די אנדערע זוך איך אביסל אינפארמעישאן. בסדר. שכח


אביסול צו סאטמעריש אבער גוטע פונקטן.

פאר א פרומע איד איז ליידער שווערער צו וואינען אין א"י ווי אין ניו יארק. די וואס זוכן צו אנטלויפן פון די חרדישע געזעלשאפט, א שטייגער ווי די עירמאנט חברה (כ'ווייס אז ס'איז דא ערליכע אידן דארט אויך, אבער ווייסט דאך וועם איך מיין), וואלט איך יא געראטן צו גיין אויף ישראל אבער פאר א חסידישע אדער ליטוואק איז גארנישט גרינגער דארט.