☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ערוץ עשר אין ארץ ישראל: נין האדמו''ר מסאטמאר שהתגייס לצה''ל!

ערוץ עשר אין ארץ ישראל: נין האדמו''ר מסאטמאר שהתגייס לצה''ל!

103 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7210
בלאט: 1 2 3

ימי קדם » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:05 pm

· #224369
ערוץ עשר אין ארץ ישראל: נין האדמו''ר מסאטמאר שהתגייס לצה''ל!
היינט צופרי איז אויף די פאפולערע ''אורלי וגיא'' שאו פון ערוץ 10 אין ארץ ישראל, געווען אן אינטערוויא מיט חיים הערש מייזליש בן ר' מרדכי אהרן (פון RCCS), בן אב''ד סאטמאר ב.פ. און אור אייניקל פונעם סאטמארער רבי בעל ברך משה, און פון זיין מאמעס זייט א ווייטצענער אייניקל = סאטמאר דורך און אדורך, וואס האט ממש יעצט אנגעהויבן זיין סערוויס אינעם טריפנ'עם צה''ל.

פאר די ציונים פון זייער זייט איז עס ממש א געווינס איבער סאטמאר, נישט קיין חילוק וואס זיין פריוואטע היסטאריע איז, אז זיי קענען שרייבן אז א סאטמארער אייניקל איז אין צה''ל, איז ווי צוזאגן: דידן נצח, מיר האבן געזיגט. אמת צו נישט מאכט נישט קיין חילוק.

פון סאטמאר'ס זייט, איז עס גאר א גרויסער ווייטאג, הן פאר די נפש מישראל וואס איז ל''ע פארכאפט געווארן צו מינות. און נאך מער מצד די אומדירעקטע מעסעדזש עס שיקט, בפרט יעצט ווען מען פראבירט זיך אן עצה צוגעבן מיט די גזירת גיוס. דאס העלפט נישט צו...

דא איז א לינק צום שאו.

איך אויך » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:22 pm

· #224378
דאנלאודס עקסידעד ,קענסט אפשר לייגן נאך א לינק.

Ben-Shishim » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:34 pm

· #224385
דע באבע חי' ע"ה אויבען אין גן עדן וועט נישט ריען ביז זי וועט עם ארויס שלעפען ביי די פיאות [אדער טשופ] פון דארט.

ימי קדם » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:37 pm

· #224388
Updated.

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:51 pm

· #224393
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=uUGedMbmin0&sns=tw">https://www.youtube.com/watch?v=uUGedMbmin0&sns=tw</a>

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:57 pm

· #224396
איך 'עלל דא שרייבן וואס כ'האב געשריבן אין דעם אנדערן אשכול איבער די נושא: אז דאס איז די איראניע פונ'ם גורל. אז דווקא אן אור אייניקל פון ברך משה זאלל גיין זיך איינשרייבן אין דעם "טמא'נעם" צה"ל. פונקט אזוי ווי דער איידעם פון מנחת אלעזר ממונקאטש זצ"ל, וואס ער איז געוועין א גרויסער קנאי און לוחם אקעיגן יעדן פארם פון ציונות. אפילו אגודה. און ער האט איבעראל געטראפן רמזים אויף זיי אין די תורה. דווקא זיין איידעם ר' ברוך ראבינאוויטש, איז געוועהן א מזרחי'סט... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

קדש הילולים » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:27 pm

· #224411
@בערל: ס׳איז טאקע ממש א ריזן פאטש פאר סאטמאר בכלליות... אז ער איז אריין אינעם מיליטער.
ס׳טייטש, ער פארטרעט דאך סאטמאר...

יעדער לאכט » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:27 pm

· #224412
אויף דעם וויינט דער נביא: דבר שנצטער בו אותו צדיק יכשל בו זרעו.
זייער א גרויס ווייטאג פאר די משפחה בפרט און פאר שלומי אמוני ישראל בכלל.

יאיר » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:35 pm

· #224413
האדמו"ר משטנר 😂
איך האב נישט פארשטאנען געהעריג וואס זיין רילעישאנשיפ מיט זיין משפחה איז, איינער קען דאס קלארשטעלן?

diff » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:38 pm

· #224416
קדש הילולים
@בערל: ס׳איז טאקע ממש א ריזן פאטש פאר סאטמאר בכלליות... אז ער איז אריין אינעם מיליטער.
ס׳טייטש, ער פארטרעט דאך סאטמאר...

Satmar will now prove what they always say in chabad, That you must treat all Jews the same you treat family

יעדער לאכט » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:39 pm

· #224417
אים פערזענליך צו דיבאטירן ברויך מען זיך אראפלאזן זייער אסאך לעוועלס.. ער האט נישט געטאן דעם שריט מחמת גרויס חכמה.
אבער די עצם מעשה איז א ווייטאג

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:44 pm

· #224421
קדש הילולים
@בערל: ס׳איז טאקע ממש א ריזן פאטש פאר סאטמאר בכלליות... אז ער איז אריין אינעם מיליטער.
ס׳טייטש, ער פארטרעט דאך סאטמאר...

אפשר דעסקרייבסטו וואס וואלט יא געהייסן "א פאטש פאר סאטמאר"

יעדער לאכט » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:47 pm

· #224423
מאטי
קדש הילולים
@בערל: ס׳איז טאקע ממש א ריזן פאטש פאר סאטמאר בכלליות... אז ער איז אריין אינעם מיליטער.
ס׳טייטש, ער פארטרעט דאך סאטמאר...

אפשר דעסקרייבסטו וואס וואלט יא געהייסן "א פאטש פאר סאטמאר"


אז מ'ווערט געוואר אז דו שטאמסט פון סאטמאר...

קדש הילולים » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:50 pm

· #224427
מאטי
קדש הילולים
@בערל: ס׳איז טאקע ממש א ריזן פאטש פאר סאטמאר בכלליות... אז ער איז אריין אינעם מיליטער.
ס׳טייטש, ער פארטרעט דאך סאטמאר...

אפשר דעסקרייבסטו וואס וואלט יא געהייסן "א פאטש פאר סאטמאר"

אז סאטמאר קריגט זיך צווישן זיך אויף שטותים.

קדש הילולים » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 5:02 pm

· #224433
לפי״ז וועט מען זען דיינע אייניקליך ביי פראטעסטן אין מאנהעטן?...

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 5:07 pm

· #224438
קדש הילולים
@בערל: ס׳איז טאקע ממש א ריזן פאטש פאר סאטמאר בכלליות... אז ער איז אריין אינעם מיליטער.
ס׳טייטש, ער פארטרעט דאך סאטמאר...

ר' קודש הילולים: דו טייטשט אריין זאכן וואס קיינער האט נישט געזאגט. לא מיניה ולא מקצתיה. ס'איז דען א קאנטעסט צווישן סאטמאר און די ציונים. איך האב נאר באמערקט אז ס'טרעפט צעך א סאך מאל אז א זאך וואס ס'גייט פאר איינעם בנפשו, געשעעט פונקט דעי זאך בא עים אדער זיין משפחה. נאכמער. (איך גיי דא זאגן א מורא'דיגן שטיק אפיקורסות. 😂) איך בין נאכנישט אזוי זיכער אין דעם קנאות פונ'ם הייליגן ברך משה זי"ע. איך מיין מ'קען נאך זאגן להבדיל צווישן זיין התנגדות צו ציונות און די התנגדות פון רעבין זי"ע בעל דברי יואל... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😉 😮

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 5:10 pm

· #224441
קדש הילולים
מאטי
קדש הילולים
@בערל: ס׳איז טאקע ממש א ריזן פאטש פאר סאטמאר בכלליות... אז ער איז אריין אינעם מיליטער.
ס׳טייטש, ער פארטרעט דאך סאטמאר...

אפשר דעסקרייבסטו וואס וואלט יא געהייסן "א פאטש פאר סאטמאר"

אז סאטמאר קריגט זיך צווישן זיך אויף שטותים.

איך מיין א פאטש פון א פאליטישע פערספעקטיוו צו די שיטה הקדושה פון סאטמאר.

קדש הילולים » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 5:57 pm

· #224463
די סאטמארע ״שיטה״ קען נישט באקומען א פאטש. ווייל די תורה קען נישט באקומען א פאטש ווען איינער איז עובר אויף איר.

פיינע קאווע » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:03 pm

· #224466
קודש פיין געזאגט
די שיטה איז נישט באנקראט ווען א נין מסאטמאר גייט אין צה"ל. פונקט אזוי ווי די תוה"ק איז נישט באנקראט ווען א ארץ ישראלדיגער בחור גייט אין צה"ל
עס איז א הארץ ווייטאג אויף הר"ר מרדכי אהרן אין זיין גאנצע משפחה זאל זיי דער אייבעשטער העלפן מיט אלעם

יעדער לאכט » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:04 pm

· #224469
berlbalaguleh
קדש הילולים
@בערל: ס׳איז טאקע ממש א ריזן פאטש פאר סאטמאר בכלליות... אז ער איז אריין אינעם מיליטער.
ס׳טייטש, ער פארטרעט דאך סאטמאר...

ר' קודש הילולים: דו טייטשט אריין זאכן וואס קיינער האט נישט געזאגט. לא מיניה ולא מקצתיה. ס'איז דען א קאנטעסט צווישן סאטמאר און די ציונים. איך האב נאר באמערקט אז ס'טרעפט צעך א סאך מאל אז א זאך וואס ס'גייט פאר איינעם בנפשו, געשעעט פונקט דעי זאך בא עים אדער זיין משפחה. נאכמער. (איך גיי דא זאגן א מורא'דיגן שטיק אפיקורסות. 😂) איך בין נאכנישט אזוי זיכער אין דעם קנאות פונ'ם הייליגן ברך משה זי"ע. איך מיין מ'קען נאך זאגן להבדיל צווישן זיין התנגדות צו ציונות און די התנגדות פון רעבין זי"ע בעל דברי יואל... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😉 😮


אויף וואס בעיסטו דיינע שטותים? בערך פון וועלעכע ווערטער ביסטו געווארן אזוי אומזיכער אין דעם קנאות פונ'ם הייליגן ברך משה זי"ע?

signout » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:06 pm

· #224471
ימי קדם
היינט צופרי איז אויף די פאפולערע ''אורלי וגיא'' שאו פון ערוץ 10 אין ארץ ישראל, געווען אן אינטערוויא מיט חיים הערש מייזליש בן ר' מרדכי אהרן (פון RCCS), בן אב''ד סאטמאר ב.פ. און אור אייניקל פונעם סאטמארער רבי בעל ברך משה, און פון זיין מאמעס זייט א ווייטצענער אייניקל = סאטמאר דורך און אדורך, וואס האט ממש יעצט אנגעהויבן זיין סערוויס אינעם טריפנ'עם צה''ל.

פאר די ציונים פון זייער זייט איז עס ממש א געווינס איבער סאטמאר, נישט קיין חילוק וואס זיין פריוואטע היסטאריע איז, אז זיי קענען שרייבן אז א סאטמארער אייניקל איז אין צה''ל, איז ווי צוזאגן: דידן נצח, מיר האבן געזיגט. אמת צו נישט מאכט נישט קיין חילוק.

פון סאטמאר'ס זייט, איז עס גאר א גרויסער ווייטאג, הן פאר די נפש מישראל וואס איז ל''ע פארכאפט געווארן צו מינות. און נאך מער מצד די אומדירעקטע מעסעדזש עס שיקט, בפרט יעצט ווען מען פראבירט זיך אן עצה צוגעבן מיט די גזירת גיוס. דאס העלפט נישט צו...

דא איז א לינק צום שאו.

וואס איז די ציהל וואס אויסרעכנען די יוחס, סתם בלוט זויגן? איך ווייס איז יעדער ווייזט אבער יעקב אבינו האט אויך מתפלל געווען בקהלם אל תחד כבודי,

קדש הילולים » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:07 pm

· #224473
[ציטאט אראפגענומען]

אין דיינע אייניקליך ביי פראטעסטן אין מאנהעטן?..

signout » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:08 pm

· #224474
די מצב פין אים איז א ווייטוג פאר די משפחה בפרט כמובן, אין האפענטלוך וועט ער חוזר בתשובה זיין ווי פריער, ער וועט נישט צו לאנג האבען סיפוק אים דעם ליידיגען לעבן, נאר אז אויב איז דאס אזא ניצחון, איך מיין אז 100 מער ציונים זענען געווארען קנאים וויפיל פארקערט

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:08 pm

· #224475
קדש הילולים
די סאטמארע ״שיטה״ קען נישט באקומען א פאטש. ווייל די תורה קען נישט באקומען א פאטש ווען איינער איז עובר אויף איר.


קדש הילולים האט געשריבן:
@בערל: ס׳איז טאקע ממש א ריזן פאטש פאר סאטמאר בכלליות... אז ער איז אריין אינעם מיליטער.
ס׳טייטש, ער פארטרעט דאך סאטמאר.


מ'קען עפעס מדייק זיין פון דיינע ווערטער אז אויב א פארטרעטער פון סאטמאר גייט אין מיליטער וואלט דאס יא געווען א פאטש.
אויב איך מאך א טעות, לאז מיר ביטע וויסן.

פלעין יודיש » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:10 pm

· #224477
קדש הילולים
[ציטאט אראפגענומען]

אין דיינע אייניקליך ביי פראטעסטן אין מאנהעטן?..

איך בין שטערקער ווי דיר

ניין איך בין

ניין איך בין

מיין טאטע איז שטערקער ווי דיין טאטע

ניין מיינס איז

אקעי מ'זאגט אויס די רבי

קדש הילולים » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:34 pm

· #224491
ווי זאגט מען? א געשאסענע קויל שיסט מען נישט צוריק!

diff » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:46 pm

· #224499
מאטי
קדש הילולים
@בערל: ס׳איז טאקע ממש א ריזן פאטש פאר סאטמאר בכלליות... אז ער איז אריין אינעם מיליטער.
ס׳טייטש, ער פארטרעט דאך סאטמאר...

אפשר דעסקרייבסטו וואס וואלט יא געהייסן "א פאטש פאר סאטמאר"

That one day the rebbe will come back and say toisi

ישראל קאפקע » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 7:33 pm

· #224523
[ציטאט אראפגענומען]

אן אמעריקאנער, ווי ער זאגט האט ער געלערנט אין ישיבה ביז די אכצן.

לאליפאפ » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 7:37 pm

· #224524
דער ברך משה איז דאך שוין אין עולם האמת, יעצט זעהט ער די אמת און ער שעפט אסאך נחת פון זיין חיים הערשעלע וואס דינט אזוי געטריי דאס אידישן לאנד. פאלט אייך נישט ביי?

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 7:40 pm

· #224525
נע, איך מיין מ'האלט נאך מיט אים אויבן ביי די נ'ס. #צימעס_אלערט

ציבעלע-קיגל » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 10:38 pm

· #224568
Ben-Shishim
דע באבע חי' ע"ה אויבען אין גן עדן וועט נישט ריען ביז זי וועט עם ארויס שלעפען ביי די פיאות [אדער טשופ] פון דארט.


איך האב געהערט אז רב נחמן שלעפט ארויס בי די פיאות.
זייט ווען שלעפט זי אויך?

קדש הילולים » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 10:48 pm

· #224571
מאטי
קדש הילולים
די סאטמארע ״שיטה״ קען נישט באקומען א פאטש. ווייל די תורה קען נישט באקומען א פאטש ווען איינער איז עובר אויף איר.


קדש הילולים האט געשריבן:
@בערל: ס׳איז טאקע ממש א ריזן פאטש פאר סאטמאר בכלליות... אז ער איז אריין אינעם מיליטער.
ס׳טייטש, ער פארטרעט דאך סאטמאר.


מ'קען עפעס מדייק זיין פון דיינע ווערטער אז אויב א פארטרעטער פון סאטמאר גייט אין מיליטער וואלט דאס יא געווען א פאטש.
אויב איך מאך א טעות, לאז מיר ביטע וויסן.

ניין די מאכסט טאקע נישט קיין טעות.
די תגובה האב איך געשריבען בדרך הלצה. און די תגובה השנית איז ערענסט געשריבן.

אויליגער » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 1:36 am

· #224591
חיים הערש מייזליש ביים ווערן איינגעשוואוירן מיט תלי ברילל און אברמי קאליש און א ישראלישע יונגערמאן
📎 IMG_20140916_221849.jpg

אויליגער » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 1:41 am

· #224592
דער יונגערמאן הייסט פריד חסיד וויזניץ וואס עס איז ארומגעפארן אויף וואטס עפפ א קליפ פון אים און ביהמ"ד ווי אפאר טשאלמיס האבן געמאכט קולות אויף אים פארן זיך אנעמען פאר חיים הערש מייזליש נאכן ארויסנעמען א סמארט פאון רח"ל און בעסמעדרעש

ישראל קאפקע » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 1:55 am

· #224595
אויליגער
דער יונגערמאן הייסט פריד חסיד וויזניץ וואס עס איז ארומגעפארן אויף וואטס עפפ א קליפ פון אים און ביהמ"ד ווי אפאר טשאלמיס האבן געמאכט קולות אויף אים פארן זיך אנעמען פאר חיים הערש מייזליש נאכן ארויסנעמען א סמארט פאון רח"ל און בעסמעדרעש

קענסט עלאבערירן? ווער און ווען האט ארויסגענומען א פאון אין בית המדרש,
חיים הערש גייט אן א קאפל, אויפן בילד? אפשר קען מען נישט זען?

אויליגער » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 2:08 am

· #224596
חיים הערש מייזליש האט ארויסגענומען א פאון און א ביהמ"ד און ירושלים און 2 סיקריקים מיט די שמוציגיע קאפטענעס זענען אים באפאלען ווען דער יונגערמאן פריד א חבר מיט חיים הערש האט זיך אנגענומען פאר חיים הערש האבן זיי געמאכט קולות אויף אים און ער איז נישט שולדיג געבליבן אזוי איז געגאנגען עד כדי הכאה

חבקוק הנביא » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 2:52 am

· #224599
ס'איז לכאורה א גרויסע טובה אז אזאלכע בחורים האבען ווי צי גיין, זענען זיי חאטשיג צווישען אידען, אין וועלען צים סוף לכאורה חתונה האבען אידיש, נישט חלילה גיין מיט שיקסעס,

בנוגע צי ס'איז א קלאפ פאר סאטמאר, איז אזוי, פאר די חלק הפאליטיק אין שקר פין סאטמאר איז עס א קלאפ, די חלק השקר פין סאטמאר וואלט מסתם ענדרעש געוואלט ער זאל גיין וואוינען מיט א שיקסע אין האליוואד אין קיינער זאל נישט הערען אין וויסען פינעם, ווי גיין קיין ארץ ישראל אין צה"ל וואס דאס איז א פאליטישע קלאפ פאר זיי, אין אסאך וועלען נאך האלטען "בשיטה" אז ס'איז ענדרעש, למעשה, סאטמאר שטעלט נישט צי פאר אזאלכע בחורים ווי צי גיין, אין מדינת ישראל יא,

אויס מענטש » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 6:26 am

· #224603
ער האלט זיין קאפעל אין זיין האנט.
פארוואס?
ווייסעך נישט .

אויליגער » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 6:52 am

· #224605
און בעסערע צייטען
📎 IMG_20140917_201554_627532666.jpg

shem-tov » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 8:44 am

· #224613
דאס איז שרעקלעכע נייעס. כוויל אים נישט דן זיין פשוט ווייל איך קען אים נישט אבער איין זאך וויל איך פארשטיין. דער מזלש )מסתם שרייבט מען עס אזוי אין עברית( האט דאך זיכער געקאנט זיין זיידע דער ברך משה און איך האב אים אויך גוט געקאנט. ווי אזוי האט ער געהאט דאס הארץ דא צוטאן. דער ב"מ, לייג אין א זייט די עטליכע מאל וואס ער איז ארויס פון די כלים איז געווען א זיסער ליבליכער יוד וואס די אייניקלעך האבן זייער ליב געהאט. ער איז געווען אן ערענסטער יוד און די ווייסט אז ער האט זיכער נישט קיין מנוחה בעולם העליון די קורץ קאפיגער פערד מייזלייש.
מיין ראש ישיבה פלעגט אלץ זאגן פאר די בחורים די באמעס אז נישט קיין חילוק וואס די טוסט זעה אז די זאלסט קענען צוריקומען מאך נישט קיין שטארקע דעמעדש. גייט דער יונג און מיט עפעס א גרויליגער שמייכעל זעצט זיך נאך אראפ אוןיף א טי. ווי אינטערווי.

לגבי סאטמאר. איז עס זיכער א פראסק אין פנים פאר יעדען אין סאטמאר בראש וראשון פארן ברך משה ז"ל ומשפחתו החשובה און אלע זיינע אנדערע גרויסע זיידעס און אוודאי פארן רבין זי"ע וואס וואלט פון אזא מעשה נישט געהאט קיין מנוחה און פאר יעדען סאטמארן חסיד. אבער. כבר היה לעולמו. סדא נעבעך אסאך אפגעפארענע אייניקלעך פונעם ייטב לב וואס קיינער קוקט נישט אויף זייער זייט און אזוי וועט אי"ה פאסירן מיט דער זויערען ניסל אחוץ אויב ער וועט זיך אויפוועקן און נעמן א מנין יודן מפייס צו זיין זיינע רעליטיווס אויף סקאנעמאנק ובתוכם זיין אומפארגעסליכע באבע חי'

מאטי » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:01 am

· #224618
און ווען אן אייניקל פון רב קוק ווערט א קנאי וואלסטו אויך אויסגעגאנגן פאר צער?

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:29 am

· #224620
מאטי, דו הערסט אויף? 😛
ווען רב קוק'ס אייניקל ווערט א קנאי, לאז זיינע מענטשן קרעכצן, דאן איז זייער טשאנס צו וויינען און שרייען רבן דקרו.
פארוואס עקספעקסטו פון שם טוב אויסצוגיין ווען יענער קומט פון זיין לאגער צו אונזער?

לעיקוואד » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:39 am

· #224623
בכלל פארשטיי איך נישט, ווען ער איז מחלל שבת איז דאס נישט קיין פאטש פאר סאטמער, נאר אז ער גייט אין צה''ל? איז ער דאך כשר גערעכט..

מאטי » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:40 am

· #224625
ביידע מעשיות האבן די זעלבע אינגרידיענס.
אייניקל
זיידע
באבע
הארץ
ליבליך
פראסק
קורץ קעפיג

אויב ס'בארירט אים בלויז איינע, איז מן הסתם דא אן אנדערע אינגרידיענט וואס באדערט אים.

האסט אן אנונג וועלכע?...

מאטי » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:43 am

· #224626
לעיקוואד
בכלל פארשטיי איך נישט, ווען ער איז מחלל שבת איז דאס נישט קיין פאטש פאר סאטמער, נאר אז ער גייט אין צה''ל? איז ער דאך כשר גערעכט..

אדרבה, די פאטש איז בלויז אז ער איז געבליבן שומר שבת און געגאנגען אין מיליטער.

יעדער לאכט » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:17 am

· #224637
לעיקוואד
בכלל פארשטיי איך נישט, ווען ער איז מחלל שבת איז דאס נישט קיין פאטש פאר סאטמער, נאר אז ער גייט אין צה''ל? איז ער דאך כשר גערעכט..


מחלל שבת איז א פאטש פאר גאנץ כלל ישראל און א סאטמארע אייניקל זאל דינען אין צה"ל איז א פאטש פאר סאטמאר.. וואס איז די דזשאוק פון שפילן טעמיש און זי מאכן ווי גלייך מ'פארשטייט נישט על מה יצא הקצף?

יעדער לאכט » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:23 am

· #224638
חבקוק הנביא
ס'איז לכאורה א גרויסע טובה אז אזאלכע בחורים האבען ווי צי גיין, זענען זיי חאטשיג צווישען אידען, אין וועלען צים סוף לכאורה חתונה האבען אידיש, נישט חלילה גיין מיט שיקסעס,

בנוגע צי ס'איז א קלאפ פאר סאטמאר, איז אזוי, פאר די חלק הפאליטיק אין שקר פין סאטמאר איז עס א קלאפ, די חלק השקר פין סאטמאר וואלט מסתם ענדרעש געוואלט ער זאל גיין וואוינען מיט א שיקסע אין האליוואד אין קיינער זאל נישט הערען אין וויסען פינעם, ווי גיין קיין ארץ ישראל אין צה"ל וואס דאס איז א פאליטישע קלאפ פאר זיי, אין אסאך וועלען נאך האלטען "בשיטה" אז ס'איז ענדרעש, למעשה, סאטמאר שטעלט נישט צי פאר אזאלכע בחורים ווי צי גיין, אין מדינת ישראל יא,

מאן יימר אז ס'איז בעסער? ער האט געלערנט אין א חדר וואס האט אים געלערנט אז דינען אין צה"ל איז כפירה ממש! ביסט מחולק? קענסט. אבער אזוי איז ער אויסגעוואקסן. און ער גייט אהין נישט ווייל ער האט "תשובה געטוהן" און וויל דינען זיין לאנד. ער גייט אהין ווייל ער האט ליידער געגליטשט פון די וועג וואס זיינע געטרייע עלטערן האבן פאר אים אויסגעפלאסטערט און ער וויל זיין א כופר ווייל ס'איז קאאל (ליידער).

ישראל קאפקע » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:10 am

· #224653
חבקוק הנביא
ס'איז לכאורה א גרויסע טובה אז אזאלכע בחורים האבען ווי צי גיין, זענען זיי חאטשיג צווישען אידען, אין וועלען צים סוף לכאורה חתונה האבען אידיש, נישט חלילה גיין מיט שיקסעס,

אדרבה, דאס איז די דזשיניעס פון סאטמאר, אז א ציוניסט וויל רעוואלטירן דארף ער ווערן א גוי, א סאטמארער רעבל קען פשוט ווערן א ציוניסט
דאס מאכט נאך נישט ציוניזם א נעט פאזיטיוו, גאר ווייט דערפון, די אידעאלאגיע האט אוועקגעפירט א מיליאן אראבישע אידן פון זייער גלויבן, אויך צענדליגער טויזענטער פון די מזרח אייראפעאישע רעליגיעזע יוגנט, מלחמה איבערלעבער, וואס זענען אנגעקומען אין ציוניסטישע קעמפס גלייך נאכן קריג, וואו דער פרייער ציוניזם האט זיי ערצויגן אין גייסט פון גאטלאזן נאציאנאליזם.

פארוואס? » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:08 pm

· #224671
ימי קדם
פאר די ציונים פון זייער זייט איז עס ממש א געווינס איבער סאטמאר, נישט קיין חילוק וואס זיין פריוואטע היסטאריע איז, אז זיי קענען שרייבן אז א סאטמארער אייניקל איז אין צה''ל, איז ווי צוזאגן: דידן נצח, מיר האבן געזיגט. אמת צו נישט מאכט נישט קיין חילוק.


עס קומט צו לאכן ווען די סאטמערער אדער אפילו די אנטי-סאטמערער זענען זיכער אז די ציונים (ווער זענען זיי?) שפילן דא א פאליטיק מיט סאטמער, ווי כאילו "מדינת ישראל vs סאטמער", אינדערצייט וואס מערסטנס פון ישראלים ווייסן ניטאמאל ווי אזוי מ'ספעלט די ווארט...
#האדמו"ר_משטנר

אויליגער » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:22 pm

· #224675
ישראל קאפקע
א מיליאן אראבישע אידן.
👍 👍
בלאט: 1 2 3