☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » קאווע שטיבל מעגעזין

קאווע שטיבל מעגעזין

80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10529
בלאט: 1 2

פיקאסא » מאנטאג מאי 23, 2016 8:08 pm

· #334241
קאווע שטיבל מעגעזין
א גוטן אלע מיטגלידער פון קאווע שטיבל.

איך בין טאקע א גאסט אין שטיבל, אבער ווי זאגט די וועלט "א גאסט אויף א ווייל זייט אויף א מייל". איך זיץ דא און איך ווער פארגאפט פון די געוואלדיגע חומר וואס ווערט דא געשריבן דורך די העכסט טאלאנטפולע שרייבערס. דער עולם וואס דריידט זיך דא ווערט שוין ספויעלט פון אזויפיל גוטע חומר. ווען מ'קוקט זיך ארום כאפט א פחד ווי ארעם די אידישע ליטעראטור איז. ס'איז טאקע דא צייטונגען און מעגעזין לרחצה, אבער קיין איינס פון זיי האט און זיך חומר למחשבה, אביסעל טיפערס, א אנדערע בליק אויף א נושא, אדער אפילו סתם א מענטשליכע שמועס איבער א אינטערעסאנטע טאפיק וואס איז נוגע דבר יום ביומו.

איך בין נישט קיין שרייבער ממילא קען איך נישט צופיל צוגעבען מיטן שרייבן ארטיקלעך, איך וויל אבער יא ארויסגיין אויף א מיסיע און אויפטוהן מיט וואס וואס איך קען יא טוהן. מיין מיסיע איז צו בויען די שטיבל און עס נעמען צו די נעקסט לעוועל. איך וויל אז ווי מער מענטשען זאלן נהנה זיין פון די חומר למחשבה הן אין מילי דעלמא והן במילי דשמיא. דא אין דעם שטיבל איז די איינציגסטער פלאץ אויפן כדור העולם ווי מ'קען זיך צונויף רעדען אין א יעדער נושא וואס איז עומד על הפרק אדער דרוקט אויפן הארץ, ועל כולם אין א היימישע שפראך און אין אן אויסגעהאלטענעם אופן. אדרבה שטעל צאם די לעצטע פה-סח אויסגאבע צו עני אנדערע היימישע מעגעזין, ס'איז לא קרב זה אל זה.

ווי עס שיינט, עס איז שוין עטליכע מאל אויסגעקומען אויפן געדאנק פון אסאך אירע דא צו ארויסגעבען א מעגעזין וואס נעמט צוזאמנעמען די ארטיקלעך פונעם שטיבל. לדאבוננו איז עס נאך עד היום נישט פארוויקליכט געווארן. איך מצדי בין גרייט צו אריינלייגן אסאך כחות אז דאס זאל צושטאנד קומען בקרוב. איך וויל בעזה"ת אנהייבן צוזאמנעמען די לעצטע לענגערע אשכולות לפונדק אחד און עס אריינשטעלען און א שיינעם פארמאט לשם ולתפארת להרמת קרן הקאווע שטיבל.

כ'וויל דא אויסשמועסן עטליכע נקודות וואס לדעתי איז די תועלת פון א מעגעזין:

א') ליינען אנליין איז נישט אייביג אזוי געשמאק, ס'ליינט זיך נישט אזוי גרינג און מאכט צומאל דיזי. ווי אויך האט מען נישט צופיל נערווען צו ליינען לענגערע ארטיקלעך. מ'געבט דאס א סקראול אראפ און מ'קליקט אויף די נעקסטע פעידזש.

ב') געשרייבעכץ פון פלעינע אותיות איז כגוף בלי נשמה, עס האט נישט קיין חיות, און איז זייער בורינג. לא כן אז מנעמט אן ארטיקל און מבאצירט עס מיט בילדער און ס'ליגט און א שיינעם לעיאוט, באקומט די ארטיקל אן אנדערע משמעות אינגאנצן. עס ליינט זיך גאר געשמאק און איז מוסיף צו די באדייט פונעם ארטיקל.

ג') אזוי מיר לעבען היינט און א פאריאגטע לעבענבשטייגער, יעדער איינער איז ב"ה פארנומען מיט זיין סדר היום, בלייבט נישט איבער קיין סאך צייט אין טאג צו ליינען מיט א ישוב הדעת. אז מ'וועט מאכן א מעגעזין וועט מען עס קענען ארויספרינטן אין א שיינעם פארמאט, און קענען ליינען שבת שבת קודש נאכמיטאג אנשטאטס זיך אנשטאפן מיט וועלטליכע נייעס וואס איז גארנישט מוסיף אין לעבען. ווי אויך האב איך נישט ליב צו זיצען אינדערהיים אויפן בענקעל און ליינען אויף מיין פאון אין געגענווארג פון די שטוב, א מעגעזין איז עפעס אנדערש.

ד') אסאך מענטשען האבן נישט קיין צוטריט און קאווע שטיבל, צו ווייל זיי האבן בכלל נישט קיין צוטריט צום געוועב , אדער זייער פילטער בלאקט די וועבסייט. איך כ'בין זיכער אז אסאך פון זיי וואלטן הנאה געהאט פון די זאפטיגע שטיקלעך וואס שפראצן ארויס פונעם שטיבל. אז מ'האט די מעגעזין אין האנט קען מען עס זיי שיקען גרינגערהייט, און אזוי מהנה נאך הונדערטער יודען מסוף העולם ועד סופו.

ה') ועל כולם וועט דאס האפענטליך געבען א בוסט פאר די אלע שרייבערס וואס געפינען זיך דא צו נעמען די פען אין האנט אריין און שרייבן שענערע און לענגערע ארטיקלעך, נעמענדיג אין באטראכט אז ס'גייט אריין און א פרעסטידזשפילן מעגעזין וואס וועט געליינט ווערן דורך שווערע הונדערטע און האפענטליך טויזענטע ליינער ארום די וועלט.

ממילא וויל איך הערן דעת הקהל וואס דער עולם האלט, און וויסן אויב די עולם איז אין. איך קען באשטיין צו אריין לייגן כחות נאר אויב ס'איז דא א פארלאנג פאר דעם און אויב די עולם דא וועט מיטארבעטען.

ווער עס האלט פון די געדאנק און זעהט אין דעם א תועלת זאל לייקן די תגובה, אזוי וועלן מיר זעהן צו דער עולם איז אינטערסירט צו נישט. קאמענטורן איז וועלקאם

בייגעלייגט איז די פראנט קאווער. אויב איך זעה א שיינע מספר פון לייקס, וועליך ארויפשטעלען דא די פי. די. עף. פון די מעגעזין ווי עס האלט יעצט. דערווייל האלט עס ביי 28 פעידשעס, געקליבענע ארטיקלעך פון די לעצטע פאר וואכען, צונויפגעלייגט אין א שיינעם מעגעזין סטייל.

פארשטייט זיך איינמאל מיין חלום רוקט זיך פאראויס וועט מען מיזן אויסארבעטן א געהעריגע הנהלה, וואס זאל שטיין בראש פון די פראדזשעקט און אויסארבעטען אלע דיטעילס. ווי אויך זיכער מאכן אז דאס איז א דבר המתקיים.

היו נכונים!

ידיכם עוז המצפה לרחמי שמים מרובים
פיקאסא
📎 Magazine Cover.pdf

איך אויך » מאנטאג מאי 23, 2016 8:19 pm

· #334246
הערליך שיין.

ווייל אזוי » מאנטאג מאי 23, 2016 8:53 pm

· #334254
כדי צו מאכן גרינגער מיין איך אז מ'זאל אנפאנגען מיט איינמאל א חודש.

קיפ איט אפ

ש'כח

פיקאסא » מאנטאג מאי 23, 2016 9:39 pm

· #334262
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
ווייל אזוי
כדי צו מאכן גרינגער מיין איך אז מ'זאל אנפאנגען מיט איינמאל א חודש.

קיפ איט אפ

ש'כח

איך מיין אז איינמאל א חודש איז לכתחילה.
מ'קען נישט און איך פלאן נישט צו נאכלויפען דער עולם צו שרייבן, א שטייגער ווי פאר פסח פאר די פה-סח. יענץ איז גוט פאר איינמאל אדער מאקסימום צוויי מאל א יאר ווי מ'דארף ארויס געבען א פראכט פון א מעגעזין. דארט לייגט טאקע די עולם אריין געוואלדיגע כחות ווי ס'זעט זיך באמת אהן. און אלעס איז פרישע געבאקנע סחורה.
איך קלער פון פשוט צאמנעמען די ארטיקלעך וואס איז ממילא דא אויף אונזער וועבזייטל, און מאכן דערפון א חתיכה אחת הראויה להתכבד.

מיט די צייט וועט אי"ה זיין א מעגליכקייט פאר שרייבערס צו סורפרייזן די עולם מיט פרישע סחורה. ס'וועט זיין שרייבערס וואס וועלן האבן זייער אייגענעם קאלום ווי זיי עלען קענען ארויסגעבען אלע זייערע בויך וויי בנשימה אחת. שיינער פארזעצונגען. אלטע גאליציאנער כתבים. זייערע פערזענליכע מסעות. וכו' וכו' אדער ווי איינער שיקט מיר אין אישי, אז ער האט צוזאמגענומען ליקוטי בתר ליקוטי אסאך אלטע אשכולות פונעם שטיבל וואס איז שוין לאנג פארגעסען געווארן. די ליסט איז לאנג און אלע אפציעס זענען אפען.

געוואלדיג » מאנטאג מאי 23, 2016 9:51 pm

· #334263
רבותם, אזוי ווי שוין געזאגט, די גאדאנק איז לכאורה אינטרעסאנט, נאר כדי עס זאל געשעהן ברויך מען טוהן און נאכדעם רעדן, הצלחה מרובה.

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 23, 2016 10:14 pm

· #334267
ווי שוין געשריבן אסאך מאל, א שיינער געדאנק! כה לחי.
דאך, איך וואלט געקענט באשטיין מען זאל מיר אנפרעגן איידער מען דרוקט מיינס אן ארטיקל. אפשר וויל איך בכלל נישט, אפשר וויל איך בלויז מוסיף אדער גורע זיין לפי הצורך.

סמבטיון » מאנטאג מאי 23, 2016 10:32 pm

· #334270
איך גלייך דעם פיקאסא, (כאטש וואס איך קען נישט אויספיגערן וואס דער ניק נאמען באדייט) אזא מין זעלבסזיכערקייט.. נאך נישט דא קיין 48 שעה און ער הייבט אן ריקן ווענט! כה לחי! געבטס אים אלע א קלאפ אין פלייצע און ווייזטס אינטערעסע אין דעם נייעם פראיעקט וואס וועט ליכטיג מאכן די אויגן פאר הינדערטע ליינער.

איך אויך » מאנטאג מאי 23, 2016 10:34 pm

· #334271
פאבלו פיקאסא איז געווען גאר א באנקאנטער ארטיסט ,סקאלפטורער און פאועט.

סמבטיון » מאנטאג מאי 23, 2016 10:51 pm

· #334276
א דאנק, קיינמאל נישט געהערט פון אים ביז איצט.

בן אדם » מאנטאג מאי 23, 2016 10:54 pm

· #334277
כ'האב אויך נישט געהערט, אבער עכ"פ א גולגול איז ער זיכער. ודפכ"כ

קל וחומר » מאנטאג מאי 23, 2016 10:56 pm

· #334279
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
ס'גוט אז ס'דא קאמפעטישן, יעצט קען מען ערווארטן צוויי הערליכע אויסגאבען.

כה לחי!

דעת תורה » מאנטאג מאי 23, 2016 11:02 pm

· #334281
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
גוגל האט דאך - געהאט? - א בילדער סערוויס מיטן נאמען פיקאסא.

קל וחומר » מאנטאג מאי 23, 2016 11:08 pm

· #334285
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
ראובן בכורי, אתה כחי וראשית אוני, יתר שאת ויתר עז!

פרייוויליג » מאנטאג מאי 23, 2016 11:39 pm

· #334289
בריליאנטענע איידיע. נאכדערצו מיט מיין ארטיקל אויפן דעקל 🙄

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 24, 2016 1:26 am

· #334307
סמבטיון
איך גלייך דעם פיקאסא, (כאטש וואס איך קען נישט אויספיגערן וואס דער ניק נאמען באדייט) אזא מין זעלבסזיכערקייט.. נאך נישט דא קיין 48 שעה און ער הייבט אן ריקן ווענט! כה לחי! געבטס אים אלע א קלאפ אין פלייצע און ווייזטס אינטערעסע אין דעם נייעם פראיעקט וואס וועט ליכטיג מאכן די אויגן פאר הינדערטע ליינער.

סמבטיון: אינטרעסאנט אז דו האסט קיינמאל נישט געהערט דעם נאמען פיקאסא. אמת אויף סענדז סטריט איז זיין רעפוטאציע נישט אנגעקומען. דארט האט מען נאר געהערט פון בן גוריון (שר"י, עפ"ל, וכו'). נאר פון דעם בילד וואס ער האט דא אהערגעשטעלט איז מיר בייגעפאלן צו פרעגן אויב ער האט נישט געהאט א קאזין וועלכער האט אמאל געהייסן שיקלגרובער און ר'איז געווען דער קאנצלער פון דויטשלאנד. ער אליינס איז גאר געקומען פון עסטרייך...!

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 24, 2016 1:53 am

· #334309
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
אויף קיינעם נישט געוואונטשן די באהאנדלונג מיט וואס פיקאסא האט געיוזד און אביוזד די הונדערטע פרויען מיט וועלכע ער איז ארומגעשלאפן און אפעירס געהאט. כ'וויל נישט איבערחזר'ן זיינע סעקסיסט אויסדרוקען אויף פרויען. צוויי האבן זיך דאס לעבן גענומען, און צוויי זענען פון זינען אראפ. א פינפטער איז געשטארבן פון נאטורליכע אורזאכען בלויז פיהר יאהר אריין איז זייער רעלעישאן שיפ. איך כאפ נאכנישט פ"וו דער פותח האשכול רופט זיך אזוי. אויב פאר די קאלירן טראכט איך אפשר איז שרייעוודיגע קאלירן צו קינדיש. כאילו ווי עני אנדערע אויסגאבע. ניין! דאס איז א גליון ראוי לעלות על שולחן שבת. א קאמפעטיטאר מיט די עלים לתרופה. אבער מיין מיינונג זאל נישט האבן ווערד אויב די אנדערע האלטן נישט אזוי.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

פיקאסא » דינסטאג מאי 24, 2016 6:02 am

· #334315
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
[ציטאט אראפגענומען]

א יישר כוח פאר דעם לינק. קיינמאל נישט געזעהן דעם אשכול. איינער קען מיר אריינשיקן זיין אויסגאבע? די לינק דארט איז ווארשיינליך עקספייערד.

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 24, 2016 6:25 am

· #334316
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
ביטע אויב דו קריגסט עס שיק עס מיר אויכעט נאכדעם, וועסטו?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

פיקאסא » דינסטאג מאי 24, 2016 7:14 am

· #334318
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
א יישר כוח אייך אלע פאר די ווארעמע אויפנאמע מיט די לייקס און קאמענטורן.
א באזונדערע שקויעך פאר @אנאנים און פאר @געוואגטע פארן זיין די ערשטע צו אנטראגען הילף.

עטליכע הערות:
א') מיין בליק אויף דעם איז אז ס'זאל זיין א געהערעיגע אויסגאבע, א שטייגער ווי משפחה, מאמענט, טריבין וכו' נישט קיין שבת בלעטעל און נישט קיין עלים לתרופה. ס'זאל יא זיין ראוי צו עולה זיין על שולחן מלכים אבער נישט אויפן שולחן שבת. איך וויל אז ס'זאל זיין די דיפאלט מעגעזין וואס מ'ליינט און ביה"כ. ממילא זעה איך נישט פארוואס ס'זאל זיין געצוימט צו 10 בלעטער און אריין אין טאש, אדרבה ווי גרעסער און שענער להגדיל תורה ולהאדירה.

ב') ווי @אנאנים מערקט אהן איז די וויכטיגסטע צו האבן א גרעפיקער פאר דעם. איך בין טאקע דא פאר דעם און כ'האף צו מאכן א שיינעם ארבעט כפי משאת הפנאי. הלוואי וועט @אלקנה צוהעלפן, ער פאקט מיר איין אין זיין לינקע טאש. ווי אויך בין איך זיכער אז ס'דא נאך גרעפיקער דא, יעדער איינער איז מכובד צוצולייגן א פלייצע. אויב ס'וועט זיין נאר א וואן מען בענד, וועט די אשכול שנעל פארשטויבט ווערן ביז נאך איינער וועט האבן די זעלבע געדאנק וחוזר חלילה.. ס'מיז זיין א קאמיטעי וואס זאל שטיין בראש פון דעם. ביז דערווייל האב איך נאך נישט באקומען קיין שום הצעות.

ג') דעתי נוטה צו אסאך וואס האלטן אז מ'דארף פרעגען רשות פון די שרייבערס פאר מ'לייגט דאס אריין, כדאי עס זאל זיין גענצליך אויסגעארבעט. אבער ווען איך שטעל ארויף די ערשטע סעמפעל פי. די. עף. האב איך קיינעם געפרעגט ווייל ס'איז נישט פאר די גאס, ס'איז פנימי להמעמברס בלבד און קיינער זאל עס נישט שיקן ווייטער.

ד') ווער עס א גוטע הוצעה פון א נאמען פאר די אויסגאבע זאל זיך לאזן הערן.

לוקינג פארווארד און א גרויסן דאנק
ידידכם עוז
פיקאסא


Sent from my SM-G800F using Tapatalk

כוכב » דינסטאג מאי 24, 2016 9:09 am

· #334320
פיקאסא, כהאב אביסל עקספערטיז אין דער טעמע...
קום ביטע אין אישי.

רויטע וואנצעס » דינסטאג מאי 24, 2016 11:36 am

· #334333
כוכב
פיקאסא, כהאב אביסל עקספערטיז אין דער טעמע...


understatement of the year

קלוגע יודל » דינסטאג מאי 24, 2016 3:28 pm

· #334381
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
אויב עס פעלט אויב, איך קען אביסל גראפיקס

קל וחומר » דינסטאג מאי 24, 2016 3:29 pm

· #334382
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
אויב מעג מען פרעגן, גייט דאס זיין בחינם אדער צום פארקויפן?

פיקאסא » דינסטאג מאי 24, 2016 3:38 pm

· #334384
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
קלוגע יודל
אויב עס פעלט אויב, איך קען אביסל גראפיקס

אה! דאס איז א קלוג יודל. שמך נאה כי לו נאה.
ווער נאך לייגט דא צו א פלייצע?

פיקאסא » דינסטאג מאי 24, 2016 3:39 pm

· #334385
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
קל וחומר
אויב מעג מען פרעגן, גייט דאס זיין בחינם אדער צום פארקויפן?

מ'ארבעט יעצט אויס אלע פרטים מיט די העכערע פענסטערס.
סטעי טיונד.

א איד » דינסטאג מאי 24, 2016 4:00 pm

· #334386
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
איך קען אביסל העלפן מיט הגה

בן אדם » דינסטאג מאי 24, 2016 4:17 pm

· #334389
פיקאסא
קל וחומר
אויב מעג מען פרעגן, גייט דאס זיין בחינם אדער צום פארקויפן?

מ'ארבעט יעצט אויס אלע פרטים מיט די העכערע פענסטערס.
סטעי טיונד.

מ'גייט צוטיילן די געלט צווישן די שרייבער

קל וחומר » דינסטאג מאי 24, 2016 4:21 pm

· #334390
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
גראפיקער לייגט אריין די מערסטע ארבעט.

Chuchem » דינסטאג מאי 24, 2016 6:11 pm

· #334401
לכאורה וועט דארפן א חלק פון די פרישע מאטריאל קומען פון א סה"כ פון אומקלארע נייעס אשכולות, א שטייגער ווי וואס פינקטלעך האט פאסירט מיט יצחק ראזענבערג'ס חלקה.
עס קען אפילו זיין א וועכענטליכער קאלום פון אלע וואטס עפפ מינע נייעס'לעך, , פארשטייטזיך נאר דאס וואס ווערט נישט געדעקט אינעם מעינסטריעם חרדישע פרעסע.

פיקאסא » דינסטאג מאי 24, 2016 6:12 pm

· #334402
די גאנצע פי.די.עף. וועט נאכפאלגן בעזהי"ת ווען די ערשטע תגובה האט לפחות 50 לייקס.
כ'זעה אז ס'איז געווארן דאולאודעד איבער 200 מאל און נאר באקומען 36 לייקס, פשט איז אז רוב מענטשען דא זענען נישט דווקא אינטערסירט אין דעם.. דארף איך האבען כאטש א פאר מענטשען מיט וועם צוצוגיין צום טיש.

דא האט די צווייטע פעידזש פונעם מעגעזין אלס א טיזער.
📎 Magazine Index.pdf

קל וחומר » דינסטאג מאי 24, 2016 6:30 pm

· #334405
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
רוב וואס דאונלאודן זענען נישט איינגעשריבן

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 24, 2016 8:39 pm

· #334423
[emoji106] וואויל געזאגט ראובן

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 24, 2016 8:44 pm

· #334425
ס'איז תלוי וואס מ'וועט דרוקען. לדוגמא, פרוי מאנדלבוים, פרעזידענט לינקאלן און בילדער פון פרויען אין די איד אד"ג קומט אין א קאלירפולע רעשיגע מאגאזין. נתקשה משה, די פאציענטן אין די וועיטינג רום און זבולינ'ס אין ברירה או יש ברירה אין א איינפאך אוסזענדע שבת גליון. איש איש כפי השגתו

סמבטיון » דינסטאג מאי 24, 2016 9:56 pm

· #334433
זעט אויס אז דער נייע כוכב פיקאסא, איז גארנישט אזוי ניי דא, אויב 41 לייקס הייסט אז דער עולם איז נישט אזוי אינטרעסירט, איז אויף וויפיהל לייקס רעכענסטו זיך? 42 לייקס איז א געוואלד, דער עולם איז 'פולי אין'..

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 24, 2016 10:00 pm

· #334435
מסכים צו ראובן.
זאת ועוד, אויב וועט מען ארויסדרוקן צופיל אויף אמאל, וועט נאך געציילטע אויסגאבעס נישט זיין צופיל חומר פארבליבן צו דרוקן.
#תפסת מועט תפסת

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 24, 2016 10:07 pm

· #334439
פיקאסא
דא האט די צווייטע פעידזש פונעם מעגעזין אלס א טיזער.

הערליך הערליך! שיינע גראפיקס.

וכדומה.. » דינסטאג מאי 24, 2016 10:16 pm

· #334443
א ארטיסטיש אהערגעשטעלטע מאגאזין קומט אויסגעשפרייט און לייכט צו ליינען מיט גענוג לופט ארום,
איך גלייב נישט אז די צאמגעקוועטשטע עלים לתרופה סטיל פארמאט, איז וואס פיקאסא האט און קאפ אהערצושטעלן.

און אז מרעדט שוין, פארוואס נישט מאכן פול פרינטינג און דיסטריביושען וואס דאן איז לכאורה געסאלווט ראובן'ס פראבלעם אויך.
פארשטייט זיך דאן וועט מען מוזן צאלן געלט דערפאר.

פליקער » דינסטאג מאי 24, 2016 10:30 pm

· #334444
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
גיטע איידיע, אבער איין הערה, די קאווער אלס ערשטער אויסגאבע ברויך נישט אנטהאלטן ארטיקלעך וואס וועט אנצינדען בייז בליט ביי די וואס ווען איינער גייט נישט אין שפאן איז געמיין.

Sent from my VS987 using Tapatalk

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 24, 2016 11:00 pm

· #334447
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
וכדומה..
א ארטיסטיש אהערגעשטעלטע מאגאזין קומט אויסגעשפרייט און לייכט צו ליינען מיט גענוג לופט ארום,
איך גלייב נישט אז די צאמגעקוועטשטע עלים לתרופה סטיל פארמאט, איז וואס פיקאסא האט און קאפ אהערצושטעלן.

און אז מרעדט שוין, פארוואס נישט מאכן פול פרינטינג און דיסטריביושען וואס דאן איז לכאורה געסאלווט ראובן'ס פראבלעם אויך.
פארשטייט זיך דאן וועט מען מוזן צאלן געלט דערפאר.

פארוואס זאל איך נישט צאלן פאר עלים לתרופה סטיל? כ'בין נישט קיין קנקן איד.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

אהרן » דינסטאג מאי 24, 2016 11:18 pm

· #334452
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
ראובן טרעט אויף מיינע הינער אויג, קיין פרינטער פארמאג איך נישט, אריינגיין צו א פרינטינג סטאר שעם איך מיך ווייל וואס העט יענער טראכטען אויף דעם אויפגעקלערטן אהרן... האלט איך דא נאך פארן ארויספרינטען דעם פה-סח וו.

אהרן » דינסטאג מאי 24, 2016 11:20 pm

· #334453
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
פיקאסא, איך ווער צודרייט פאר דיין דרייוו, קיפ איט אופ.

סמבטיון » דינסטאג מאי 24, 2016 11:47 pm

· #334458
כפליקער ועוד לקרא, סעוואלט געווען מער כדי נישט גלייך אנצופאנגן מיט קאנטערווערסואלע טעמעס.

חסיד פון ליטא » מיטוואך מאי 25, 2016 12:35 am

· #334467
שלום וברכה.

עס פריידט מיר צו זעהן אז ס'איז געווארן אן ערענסטע רוח איבער ארויסגעבן אן עמטליכער קונטרס/עלון מדי שבת בחדשו... הכה שרשים ווי מ'זאגט, לאמיר טאקע האפן אז בקרוב וועלן מיר זעהן א שיינעם פארטיגן ארבעט.

יעצט צום נושא.
@אנאנים, א גיליון פון פיהר זייטן יעדע וואך קומט אויס זעכצן זייטן א חודש און מיר רעדן דא פון ריין חומר מיט מינימאלע גרעפיקס.
ארויספרינטן קאלארד וועט זיין קאסטבאר און שווער בכל אופן. וויבאלד עס גייט זיין א קאנטריעווערסיעל אויסגאבע, גלייב איך אז ס'וועט זיך נישט אזוי גרינג אויסשפרייטן אין א געדרוקטן פארמאט.

געוואלדיג » מיטוואך מאי 25, 2016 8:33 am

· #334490
אפן גערעדט, כדי א אינגערמאן זאל זיך פילן באקוועם צו עס האלטן אין טאש און ליינען אין ביהמ"ד דארף דאס זיין ענדליך צו עלים לתרופה מער ווי צו א משפחה, וד"ל, אונז לעבן אין גלות צווישן אידן.

שמערל » מיטוואך מאי 25, 2016 10:23 am

· #334498
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
אנאנים האט געשריבן צען - צוועלעף זייטן. וועם ווענדט מען אפ מיט שרייבן בערג מיט פירכות פארוואס פיר זייטן איז נישט גענוג?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 25, 2016 10:55 am

· #334505
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
אפשר קען מען דרוקען א תמצית פון א מאמר און שיקען צו קאווע שטיבעל אויפ'ן ברייטען באשרייבונג. ס'וועט אונז אויפלעבען און דינען אלס א דערמאנונג אויף די תוכן המאמרים וואס מ'האט שוין געליינט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שמיטשיק » מיטוואך מאי 25, 2016 2:51 pm

· #334557
פיקאסא
די גאנצע פי.די.עף. וועט נאכפאלגן בעזהי"ת ווען די ערשטע תגובה האט לפחות 50 לייקס.
כ'זעה אז ס'איז געווארן דאולאודעד איבער 200 מאל און נאר באקומען 36 לייקס, פשט איז אז רוב מענטשען דא זענען נישט דווקא אינטערסירט אין דעם.. דארף איך האבען כאטש א פאר מענטשען מיט וועם צוצוגיין צום טיש.

דא האט די צווייטע פעידזש פונעם מעגעזין אלס א טיזער.

מיר גארן און לעכצן

סמבטיון » מיטוואך מאי 25, 2016 5:17 pm

· #334576
די ערשטע תגובה האט שוין איר 52 לייקס באקומען, אהער מיט די סחורה.

קל וחומר » מיטוואך מאי 25, 2016 5:26 pm

· #334579
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
די מיילסטאון גייט זיך ארויף רוקן ביז ער גייט עס האבן גרייט...

פיקאסא » מיטוואך מאי 25, 2016 6:45 pm

· #334583
סמבטיון
די ערשטע תגובה האט שוין איר 52 לייקס באקומען, אהער מיט די סחורה.


יש לו מנה רוצה מאתים... כ'האב באקומען א שרעקליכע תאווה פאר לייקס...

ערנסט גערעדט, יאך האב באקומען א באפעל פון די אחראים דא אין אישי עס נישט ארויפצולייגען אויף דערוויילע ביז מ'איז געקומען צו אן הכרעה ווי אזוי מ'גייט עס ארויסגעבען ווייטער.
ס'קען נאך אויך ארום פארן איבעראל און אנמאכן בזיונות פארן שטיבל.
תקותי אז ס'עט זיך ריקען פאראויס בקרוב ממש ואז נזכה לאור החדש.

סטעי טונד.

בתקוה להבנה ובבקשת מחילה,
ידידכם המצפה לרחמי שמים להפצת הקונטרוס במהרה
פיקאסא

נ.ב. פאר די אלע חברה וואס ס'איז זיי אנגעקומען שווער צו לייקן, און האבן געלייקט שלא כמנהגם נאר כדאי צו זעהן די פי.די.עף מעגן דאס אראפנעמען...
די אלע וואסן ווילן אז די פראדזשעקט זאל ווייטער אנגיין זאל לאזן די לייק, היות ס'איז נישט פאר מיר פערזענליך, ס'איז דא צו זעהן ווער עס איז ווארעם פאר די זאך.
בלאט: 1 2