☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דעת הקהל?

דעת הקהל?

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10508

חסיד פון ליטא » מיטוואך מאי 18, 2016 10:38 pm

· #333666
דעת הקהל?
וואס זאגט די עולם צו אזא געדאנק, ארויסקומען יעדע וואך מיט א שבת בלעטל (עלון) מיט קאווע שטיבל אינהאלט וואס זענען ארומגערעדט געווארן במשך'ן וואך, אזוי אויך סתם אינטערסאנטע ענינים וואס איז שוין ארומגערעדט געווארן דאהי, פארשטייט זיך ברשות הכותבים, און אויף אן אופן אז ס'זאל קענען געדריקט ווערן. ווי אויך אפאר דברי תורה לפרשת השבוע, אביסל מלתא דבדיחותא, היסטוריה, טשיקאווע ענינים מיט די גאנצע פעקעדש.



נאדיר א דוגמה.

כ'ווארט צו הערן מיינונגען פונעם ציבור.

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 18, 2016 10:47 pm

· #333669
דער ליטוואק פון בודאפעסט, כ'מיין חסיד פון ליטא איז פריש. די לעצטע צוויי טעג קען איך נישט אוועקקערן מיינע מחשבות פון די טראגעדיע און אט האב איך זוכה געווען צו א שמייכל.

קיעפ איט אפ

פליקער » מיטוואך מאי 18, 2016 10:47 pm

· #333670
Re: דעת הקהל?
איך האלט דערפון, שמיעס עס זיי מוחל איבער מיט כוכב'ן, ווייל נאר זיינע חלומות ווערן פארווירקלעכט. אגב חסיד פון ליטא, איז נישט קיין פאסיגע ניק, עס טרעיט אויף מיין פעווערעט ליטפאק'ס קאפ

Sent from my VS987 using Tapatalk

בן אדם » מיטוואך מאי 18, 2016 10:57 pm

· #333671
אונטרעסאנט, ביי מיך איז דאס איין זאך. ליטוואק פון בודאפעסט, חסיד פון בודאפעסט, סא חילוק?
שמעון וואלף זעט אויס האט אויך צוגעטראפן.

בן אדם » מיטוואך מאי 18, 2016 11:03 pm

· #333672
איך האב שוין אמאל (אדער מער ווי איין מאל) ארויף געברענגט אזא רעיון. לכאורה איז בעסער אז מ'זאל לכתחילה לייגן נאר מאמרים און נישט קיין שמועסן. ס'דא למשל זייער שיינע ארטיקלען פון @אנאנים און געזעלשאפט און אין תורה ומחשבה, אדער פון @יידל און @פארוואס? אין וויסנשאפט. אזוי אויך @אנאנים'ס סחורה אדער די 'למעשה' ארטיקלען.

סמבטיון » מיטוואך מאי 18, 2016 11:06 pm

· #333673
הערליכע איידיע, דער ערשטע גליון איז נתנדב געווארן לע"נ די צוויי אומגעקומענע פון די וואך ה"י.
אפשר וואלט גוט געווען ווען מען קען איבערלאזן אביסעל פלאץ אויך פאר עדווערטייזמענטס, זאל שוין אריינקומען אפאר רייניש אויך.

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 18, 2016 11:38 pm

· #333679
אזא פלאן איז שוין אויפגעברענגט געווארן עטליכע מאל אין שטיבל דורך עטליכע ניקס, ועלתה חרס בידם... מען דארף זיין שטארק דעטערמינד. אויכעט דארף מען פלאנירן ווי אזוי וועט מען דאס מפיץ זיין.

חסיד פון ליטא » מיטוואך מאי 18, 2016 11:51 pm

· #333685
פארשטייט זיך אז עס וועט דארפן זיין די מיטארבעט פון די חשובע ניקים.
די געדאנק איז אז די חומר איז שוין סייווי דא, מען ברויך עס נאר אביסל צופיצן שיהא ראוי לעלות לשולחן מלכים.
בנוגע מפיץ זיין, לאו דווקא אז מען ברויך מפיץ זיין דעם פיזיקעל גיליון, מען קען עס ארויפלייגן אויף לדעת און ווער עס וויל זאל זיך עס אליינס ארויספרינטן.
איינער האט מיר געגעבן אן עצה אין אישי אז איך זאל שרייבן אויבן 'נישט געאייגנט פאר יעדעם'... לדעתו וועט דאס זיין א שטארקע מארקעטינג מאוו.
וואס האלט איר?

טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 19, 2016 5:09 am

· #333697
Re: דעת הקהל?
בן אדם
אונטרעסאנט, ביי מיך איז דאס איין זאך. ליטוואק פון בודאפעסט, חסיד פון בודאפעסט, סא חילוק?
שמעון וואלף זעט אויס האט אויך צוגעטראפן.

ער וויל זאלסט חושד זיין אז ס'איז אים, אפילו זיין כמעט זיכער, אבער נאכאלץ נישט קענען אויף הונדערט פראצענט פראווען.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נעגעל וואסער » דאנערשטאג מאי 19, 2016 5:23 am

· #333698
Re: דעת הקהל?
גם אני מצטרף צו דעם געדאנק.
איך טראכט שוין לאנג פון דעם, הה"ד גרעיט מיינדס טינק אלייק.

די תועלת איז פילפאכיג. די עיקר אויפטוה וועט זיין אז מ'קען עס ליינען במשכ'ן שבת מיט מנוחת הנפש. ס'איז א תועלת פאר עמך יודען וואס האבן נאך נישט טועם געווען פונעם עץ הדעת. און אויך מיין איך אז א געדרוקטער קונטרס ליינט זיך אסאך געשמאקער און געבט די תוכן א גרעסערע משמעות.

איך מיין אבער אויך אז בעיקרון מוז עס זיין געבעיסד אויף מאמרים און נישט אויף שמועסעריי.

יישר כח.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 19, 2016 6:09 am

· #333699
Re: דעת הקהל?
מי יעלה בהר ה' איז לייכט, דער קונץ איז דער מי יקום במקום קדשו.
אז אזא זאך זאל זיך אנהאלטען וואך איין וואך אויס איז דער שוועריגקייט.
און אגב אורחא, ס'דארף נישט זיין צו שווער איינצוזעהן דער חילוק צווישען מיר און דער פותח האשכול, בסגנון הכתיבה און נאך.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נעגעל וואסער » דאנערשטאג מאי 19, 2016 6:47 am

· #333701
Re: דעת הקהל?
ריכטיג, מ'קען אפשר אנהייבן איינמאל א חודש און זעהן ווי אזוי ס'גייט.

בן אדם » דאנערשטאג מאי 19, 2016 7:22 am

· #333702
קען זיין ס'צו פרעשורינג פאר דערווייל ארויסצוקומען יעדע וואך מיט א בלעטל. מ'קען קודם אנפאנגען יעדע יו"ט אדער יומא דפגרא און נאכדעם וועט מען טראכטן פון יעדע וואך, און ס'וועט מסתם זיין אסאך מער געלונגען.

טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 19, 2016 9:58 am

· #333709
Re: דעת הקהל?
א דאנק פאר ארויפברענגען די טעמע. איך האב אויך אמאל מציע געווען ענליכעס, וואס איז אז מ'זעט א אשכול איז געקומען צו א ענדע, איז מען מסכם יעדעמ'ס שיטות, הווא אמינאס ומסקנות, נאכדעם זיי צו קראסס רעפרענצן מיט אנדערע פון זיינע תגובות אויף קאווע צו זעהן אויב ס'איז זיך נישט סותר. א כעין מתיבתא ד'ק'הילה פ'י ה'חירות.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 19, 2016 10:15 am

· #333712
בן אדם
מ'קען קודם אנפאנגען יעדע יו"ט אדער יומא דפגרא און נאכדעם וועט מען טראכטן פון יעדע וואך

דאס איז דאך שוין א פאקט ב"ה, א דאנק ר' כוכב און נאך וואוילע ניקס, האבן מיר געהאט כמעט יעדן יו"ט א געזונטן דיקן קונטרס.

בן אדם » דאנערשטאג מאי 19, 2016 10:38 am

· #333722
מ'רעדט אבער פון א בלעטל אדער א דינע גליון עס אויסצולייגן אין ביהמ"ד.

געוואלדיג » דאנערשטאג מאי 19, 2016 10:38 am

· #333723
די געדאנק איז זייער גוט, און אויב ווילסטו טאקע עס זאל ארויס קומען און ווערן א ווירקליכקייט, פרעג נישט קיין שאלות, קודם מאך עפעס לפי דעתך און די רעיונות און הילף וועט נאכקומען,

וחפץ ה' בידך יצליח.

חסיד פון ליטא » דאנערשטאג מאי 19, 2016 4:43 pm

· #333782
איך ווארט אויף הסכמת גדולי השטיבל (כאטש וואס טייל האבן שוין געגעבן, דארף איך גענוג א גרויסע אויסוואל פון חומר).

@אנאנים איז מכובד מיט אן הסכמה.
ואתו עמו
@אנאנים
@יידל
@כוכב
@אנאנים
@לעיקוואד
@יאיר
@יואב
@קאווע טרינקער
@רויטע וואנצעס
@אנאנים
@פארוואס?
@ונבנתה העיר
ויותר ממה שהבאתי בפניכם יש כאן, ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.

חסיד פון ליטא » דאנערשטאג מאי 19, 2016 4:44 pm

· #333783
טעות

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 20, 2016 2:44 am

· #333825
בן אדם
מ'רעדט אבער פון א בלעטל אדער א דינע גליון עס אויסצולייגן אין ביהמ"ד.

די שאלה איז (אדער וועט זיין) אויב קאווע שטיבל איז א קהילה אדער א חסידות... 😂

חסיד פון ליטא » פרייטאג יוני 3, 2016 2:35 pm

· #336296
מיין אריגינעלן פלאן איז געווען ארויסצוקומען מיט א וועכנטליכן גליון בת ארבע עמודים מדי שבת בשבתו.

א געמיש פון אלטע ארטיקלן און נייע, מילתא דבדיחותא, נייעס, דברים העומדים על הפרק, אן אפציע פארן גארער וועלט אריינצושיקן ארטיקלן, קריטיק אויף ארטיקלן, קריטיק בריוו צום מערכת (און דערנאך ארויפלייגן דא, און די עולם וועט עס צוזאמען מלבן זיין בדיבוק חברים און דערנאך וועט מען ארויפשטעלן די מענה בטוב טעם... אזא זאך קען אסאך מאל זיין fun...), ווי אויך פארשטייט זיך א מדור פאר תורה, סיי על פרשת השבוע סיי סתם אדורכטוהן אינטערסאנטע ענינים, היסטאריע וכו'.

בקיצור, ווייניגער פארמאל, א גרעסערע אויסוואל פון חומר, און מיט זעכצן עמודים (8.5x 11) א חודש מיט מינימאלע גרעפיקס, וועט עס לכאורה איבערשטייגן די כמות פונעם איצטיגן וועקער.

איך וויל ח"ו נישט קאמפיעטן מיט די וועקער, אויב עפעס וועלן מיר מסתמא ארבעטן צוזאמען, איך וויל פשוט הערן די מיינונג פונעם ציבור אויב עס איז נאך דא פלאץ פאר אזא זאך אדער נישט.

Please let me know in the comments below...

בעל מדות » פרייטאג יוני 3, 2016 3:02 pm

· #336317
חסיד פון ליטא
מיין אריגינעלן פלאן איז געווען ארויסצוקומען מיט א וועכנטליכן גליון בת ארבע עמודים מדי שבת בשבתו.

א געמיש פון אלטע ארטיקלן און נייע, מילתא דבדיחותא, נייעס, דברים העומדים על הפרק, אן אפציע פארן גארער וועלט אריינצושיקן ארטיקלן, קריטיק אויף ארטיקלן, קריטיק בריוו צום מערכת (און דערנאך ארויפלייגן דא, און די עולם וועט עס צוזאמען מלבן זיין בדיבוק חברים און דערנאך וועט מען ארויפשטעלן די מענה בטוב טעם... אזא זאך קען אסאך מאל זיין fun...), ווי אויך פארשטייט זיך א מדור פאר תורה, סיי על פרשת השבוע סיי סתם אדורכטוהן אינטערסאנטע ענינים, היסטאריע וכו'.

בקיצור, ווייניגער פארמאל, א גרעסערע אויסוואל פון חומר, און מיט זעכצן עמודים (8.5x 11) א חודש מיט מינימאלע גרעפיקס, וועט עס לכאורה איבערשטייגן די כמות פונעם איצטיגן וועקער.

איך וויל ח"ו נישט קאמפיעטן מיט די וועקער, אויב עפעס וועלן מיר מסתמא ארבעטן צוזאמען, איך וויל פשוט הערן די מיינונג פונעם ציבור אויב עס איז נאך דא פלאץ פאר אזא זאך אדער נישט.

Please let me know in the comments below...


אויב ווילסטו הערן מיינונגען, איז עס ביי מיר קלאר אז יעצט ארבעטן אויף נאך א פראיעקט, וועט זיין ריזיקאליש סיי פאר דיין אויסגאבע, און סיי וועסט שטעלן אין א פראבלעם אויך דער וועקער וואס האט שוין באוויזן דעם ברנה יקצורו.

קאנצענטריר דיר איין מינוט, קאווע איז נישט קיין פלאטפארמע וואס וועט קענען ארויסגעבן צוויי באזונדערע מאגאזינען, אפשר חומר וועט זיין גענוג (אויך א גרויסע אפשר) יעצט שטייט מען אין א צייט ווי דער עולם איז אפטעמיסטיש און גרייט, און מיט די ריכטיגע אריינטאנץ האט מען באוויזן צו אנהויבן ערשיינען מיטן וועקער.
עס גייען קומען צייטן שנעלער אדער שפעטער וואס דער גאסט קען ווערן א לאסט, מען קען קיינמאל נישט וויסן וואס עס גייט מארגן פאסירן, שש און פיקאסא קענען אנהויבן מאנגלען אין ערנערגיע, רבנים קענען נאך אסר'ן דעם אויסגאבע, עס קען פאסירן אז עס זאל אויספעלן הילף און עס וועט נישט קומען (והעת לאהוב יוכיח) דער עולם קען נאך ווערן זייער באקוועם אז יענער וועט שוין טון אלעס, די ארויסגעבער קענען ווערן באורד, וכדו' וכדו' וכדו', איך שיס אריין בייזוויליגע נאדלעך אין א באבל וואס קוקט אויס ריזיג און מאכטפול אבער רעאליסטיש איז אלעמאל געזונט צו זיין.

זאל זיין איין אויסגאבע, וועט עס זיין סטאביל, קאווע וועט ערשיינען מיטן וועקער. אלע וואולענטירן וועלן טון די פליכטן, צו מיט נערוון צו אן נערוון, צו אפילו פאר א קליין ביסל באצאלט אויב שש וועט באשליסן צו אנהויבן מיט עדס און געלט פלענער.

וועסטו אנהויבן ארויסקומען מיט נאך א בלעטל, וועסטו צישפליטערן דעם נאציאן, וועסט צעמישן דעם שטן, עס וועט קיינער נישט פארשטיין וואס עס גייט פאר דא מיט א געשעעניש פון אויסגאבעס, "וועקער", מיט "פה-סח", מיט "דעת הקהל", זאכן וועלן נישט געליינט ווערן, די ארבעט וועט נישט ווערן ריכטיג געשעצט, און עס וועט אנמאכן א פארדרייאונג. איך ווייס נישט בכלל צו עס איז דא א פארלאנג פאר סתם נאך א בלעטל מיט פאקטן, חידות, וויצן, און טידביצלעך, ווען דאס פארקויפט דאך דער דבר יום ביומו, און זיינע קאנקורענטן בשמות הנרדפים, לינק און בולעטינען מיט זייערע קאנקורענטן, און אזוי ווייטער, פאר ארטיקלען און דזשורנאל ווערק, איז דער וועקער דא, זי איז שוין א מערכת, און זיי דזשאלעווען נישט קיין טינט קלארצומאכן אז זיי זענען דא פארן ציבור, האלטנדיג אין איין פרעגן פאר קאמענטארן.

דער בעסטער אקט וואס קען פאסירן דא, וועט זיין א "צוזאמענארבעט", לאזן איין ברענד, און זיך לערנען אינאיינעם, דער וועקער איז פונקט גוט פאר די פיר שבתים אין מאנאט. רוב מענטשן האבן אדאפטירט טעכנאלאגיע אין אויסטויש פארן פאפיר.

מען ברויך ארבעטן ווי א פאמיליע, זיך העלפן, אנווייזן, גרייט זיין צו הערן, און אזוי קען מען מצליח זיין.

אפשר קען מען אריינלייגן עטליכע פון די קאלומס וואס דו האלטסט אז דער עולם וועט הנאה האבן דערפון, אין דערמיט מאכן דער וועקער רייכער.

דאס איז מיין שטעלונג, כ'וועל נישט זיין ברוגז אויב נעמסט דאס נישט אן, און איך וועל ווייטער העלפן מיט וואס איך קען, אפילו אויב וועסט זיך נישט צוהערן צו מיר, איך זאג נאר וואס איך האלט נאכן דורכקלערן די ענין מיט ישוב הדעת.

עדות » פרייטאג יוני 3, 2016 3:31 pm

· #336338
.

חסיד פון ליטא » מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:29 pm

· #422185
Re: דעת הקהל?
[ציטאט אראפגענומען]
ניבא ולא ידע מה ניבא!

שקד » מאנטאג יאנואר 14, 2019 6:23 pm

· #422203
בתנאי אז ס'וועט זיין איין רובריק מיט ''געמעקטע שורות''' חחח