קאווע שטיבל מעגעזין
80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10529
עעההעם... די מייק ארבייט?... דער עולם הערט מיר?..
איז אזוי.. שטייט דער וואך אין די סדרה.. לא איש דברים אנכי.. אבער במקום שאין איש השתדל להיות פיש, וועלעך נעמען די מייק אין היינט אריין און ארויסברענגען מיינע צוויי סענט בנוגע די עתיד פון די אונזערע לאאאאאאאאאאאנג ערוואטעטע אויסגאבע/גליון/מעגעזין.
ווי דער עולם זעהט איז פארהאנען דא פארשידענע מיינונגען ווי אזוי צו ממשיך זיין מיט אן אויסגאבע מכח אל הפועל. איך האב אויך באקומען אין אישי אסאך הצעות און געדאנקען ואי אפשר לפרטם כי רבים הם, זה בכה וזה בכה. כשם שאין פרצופיהם שוות כך דעתותיהם אינם שוות אויף די עתיד פון אונזערע לאנג ערווארטעטע אויסגאבע. כ'האף און איך בעהט אז כאטשיג עפעס זאל ווערן דא פון די גאנצע מעשה און לפחות איינס פון די אלע פלענער זאל זיין סוקסעספול. איך שפיר אז ווילאנג די עולם איז נאך ווארעם, זאל מען דיסיידען ווי וואס ווען, אויב מ'נעמט עס נישט יעצט אין די האנט אריין, גייט עס נמאס ווערן בקרוב און אלע פלענע גייען אריין אין גארבידזש.
אבער איך פיל אז הנני העני מדעת קען נישט אליין מחליט זיין, קודם כל ווער זאגט בכלל אז מיין מהלך איז גוט אין די פירסט פלעיס, ושנית כל אפילו אז ס'איז יש דברים בגו ווער זאגט אז דער עולם איז אינטערעסירט אין דעם, אולי פארלאנגט די ציבור עפעס אנדערש אינגאנצן. לדעתי מיינעך אז די ביג בויז דא זיי זאלן מחליט זיין, די אלט באזעסענע חעברע וואס זיי פארשטייען בעסער די הלוך ילך דא, וואס פארשטייען בעסער צו די חומר ווי איך, און האבן א ווייטערע און ברייטערע בליק ווי מיר הם יעמדו על הפקודים ועל פיהם ישק כל דבר. ומכאן הקריאה יוצאת מקרב לבי צו אלע מנהלים אין אחראים, את אשר ישנו פה ואת אשר איננו פה היום, צו שטיין צום הילף און ראטעעווען די מצב ביפאר ס'איז צו שפעט.
ס'איז אבער זיכער אויך כדאי צו וויסן וואס אלע אנדערע חברי השטיבל - הקטנים עם הגדולים - האלטען. הגם אז די החלטה וועט האפפעלי זיין דורך די העכערע ראנגן פארט איז כדאי צו זעהן אויב ס'דא א מערהייט פון דעות וואס זענען נוטה צו איין מהלך, און דעס וועט צוגעבן צום ענגילטיגן פסק.
היות איך בין נישט פון די הנהלה איז נישט בידי צו מאכן אן אנקעטע, ממילא לייג איך ארויף דא – אין די נעקסטע פאר תגובות - די פאר בעיסיק מהלכים, א יעדעס איינס אויף אן עקסטערע תגובה. פארשטייט אז מ'וואלט עס געקענט צוטיילן אויף נאך מער מהלכים און אריין גיין בפרטי פרטים, און אין דקות'דיגע נקודות אבער ס'א שאד די צייט, איך שרייב אראפ די יסודות'דיגע מהלכים ואידך פירושא פון די קלענער פרטים וועט מען שוין מסדר זיין בעתו ובזמנו.
א יעדער ניק דא וואס פילט אז א תגובה/מהלך שפיגעלט אפ זיין מיינונג זאל איינגעבען זיין שטימע דורך דריקן אויף די "לייק" קנעפעל, אדער אויף די "טענקס" קנעפעל אין טעפטאלק. ועי"ז וועט מען געוואר ווערן מי ומי ההולכים, און אביסל אויסקלארן די לופט. מ'בעט דער עולם זאל זיך האלטן אין די ראמען, ביטע נישט לייקען מער ווי איין תגובה /מהלך. אויב קען ער נישט מחליט זיין צעוושין צוויי קען ער לייקן צוויי אבל לא יותר.
וחפץ ה' בידינו יצליח.
ידידכם עוז המצפה לשמוע דעת כל אחד ואחד
פיקאסא
כת א'
כת ראשונה מרעשת: לאז אפ. פעגער נישט. וואס פעלט דאס אויס בכלל? ווער דארף עס? וואס איז די פוינט? קאווע שטיבל איז אן אנליין פורום ומנה לא תזיע. ווי אויך זענען זיי בא בטענה אז אויף קאווע שטיבל דאט קאם קען מען לייקען תגובות , מ'קען זעהן צפיות, מ'קען מגיב זיין, ס'ווערט א דיסקאשן וכו' משא"כ אויף פרינט איז נישטא גארנישט, ס'איז שווארץ אויף ווייס וזהו. ווער עס וויל ליינען מעגעזינען איז דא ב"ה לרחצה און די געשעפטן. בקיצור זיי זעהן בכלל נישט קיין תועלת און דעם. א שאד אויף די איביריגע שפייכץ און טינט.
כת ב'
כת שניה אומרת: יא, ס'איז א גוטע געדאנק, אבער מיט א מהלך אז ס'זאל מער דומה צו אן "עלים לתרופה" סטייל בלעטעל, א יעדע וואך מיט געציילטע געקליבענע פערל ווערטער. מיט מינימום בילדער און גרעפיקס. ווי מער אריינפאקן אין די פאר זייטן. און ווי קלענער די פאנט איז אלס בעסער. אזוי וועלען אינגעלייט דאס קענען אריינפאקן אין זייערע לינקע קעשענע, און עס ליינען אן די גאו ווען קיינער זעהט נישט ח"ו. דערנאך קען מען דאס ארויפשטעלען אויף "לדעת" וועבזייטל און וועט געליינט ווערען דורך שווערע הונדערטע ליינער מדי שבוע בשבוע.
כת ג'
כת שלישי מדברת: בערך אזוי ווי כת שניה, נאר נישט אזוי עקסטרים. זיי האלטען אז ס'קען האבן ביז 12 בלעטער לדוגמא. ס'מוז נישט אריינפיטען אין פאקעט, ס'גענוג אויב ס'גייט אריין אין טלית בייטעל אויך.. מ'דארף זיך נישט נארן, עס איז שווער פאר יעדן ארויסצודרוקן א סאך זייטן, און גאר א סך זענען מחליט ליבערשט צו געבן א שנעלן מיש דורך דעם פי-די-עף אויפ'ן קאמפיוטער, און דרוקן עס קיינמאל נישט ארויס. אנדערש איז אבער ווען עס איז בלויז געציילטע זייטן, אנגעפאקט מיט חומר, וועלן פיל מער מענטשן נעמען די מי ארויסצודרוקן.
כת ד'
כת רביעי טוענת: מ'זאל ארויסגעבען א געהעריגע אויסגאבע א שטייגער ווי פה-סח. ווייל די חומר וואס איז דא און שטיבעל ליינט זיך פשוט אסאך שענער ווען ס'איז ארום גענומען מיט בילדער און ווען ס'איז און שיינעם לעיאוט. ס'איז נישט מער ווי יושר פאר די טאלאנטפולער שרייבערס אז זייער ווערק זאל זיין מלא חיות אין פיל מער ליינבאר. ווי אויך האלט זיך עס למשמרת. דאז טוהט הייבן די אימעדזש פון קאווע שטיבל. מ'קען עס דאונלאודען אויפן קאמפיוטער מיט יישוב הדעת. אדער גאר ארויספרינטן אויב מעגליך ביי זיך אדער אין געשעפט. מ'קען עס אפשר פארקויפן אויף עמעזאן פאר ווער ס'וויל צאלן אפאר רייניש פאר א שיינעם פארמאט. א געהעריגע דיסטריביושען איז אויך אן אפציע, למה לא. מ'קען עס לייכטערהייט שיקען פאר אלע ידידים און קרובים מקרוב ומרחוק. ועל כולם וועט עס געבן א בוסט פאר די שרייבערס צו שרייבן. די חומר וועט עפ"י רוב זיין פלעין צוזאמגענומן פון די אלע לענגערע שיינע מאמרים פון די לעצטע חודש צייט, לאו דווקא נאר די שפיץ סחורה, נאר אויך סתם עינינים שונים וואס האט געדריקט איינעם אויפן הארץ א לענגערע צייט און האט זיך גענומען די מיה עס אראפצושרייבן, פארדינט אויך זיין פלאץ אין דעם אויסגאבע. בקיצור אלע חומר פון די וועבסייט פשוט אריינבלאזן דערין א חיות. דערנאך קעמען פארשטטייט זיך צולייגען פרישע חומר אויב ס'וועט זיין ווער עס וועט וועלן טוהן, כדאי ס'זאל אינטערסאנט אויך פאר די וואס האבן שוין געליינט אלעס. בקיצור א פה-סח סטייל חודש'לעך נאר נישט אלע ארטיקלן וועלען זיין די סאמע אויסדערוועהלטע חומר, און אהן די פרעשור.
כת ה'
כת חמישי צועקת: בערך אזוי ווי כת רביעי נאר מיט איין גרויסע חילוק, אז די אינהאלט מיז זיין סופיריער, נאר די שענסטע און די בעסטע ארטיקלן זאלן אריינגיין אין דעם, לשם ולתפארת הקאווע שטיבל און ס'זאל זיין ראוי לעלות על שלחן מלכים. די קאמיטעי וועט דן זיין בכובד ראש א יעדע חודש וועלכע ארטיקל פאסט אריין צוגיין און וועלכע נישט. מאמרים פון די נישט פראפעשענעל שרייבערס וועלן נישט ערלויב ווערן אריינצוגיין. און וויבאלד ס'איז א קלענער אויסגאבע ווי פה-סח מיז מען זיין 100% זיכער אז ממש א יעדער איינציגסטע שטיקל איז א מעסטער פיס.
כת ו'
כת ששי מדמיינת: דער כת גייט אויך בדעה אז ס'זאל זיין א שיינעם מעגעזין, אבער נישט סתם א מעגעזין נאר אן עכטע מעגעזין. דהייני מ'וועט נישט אריין לייגען די קאנטרעווירשעל ארטילעך, נאר קלויבען אזאנע ארטיקלעך וואס פארט מיט מיט די מעינסטרים אולטרא ארטדאקס יודעלעך, כדאי שלא לבייש את מי שאין לו שכל ושלא להרגיז את הרבנים ח"ו. מ'וועט ארויסגעבען א געהעריגע אויסגאבע, פארקויפן אין די אלע געשעפטן. די טאלאנפולע שרייבערס וואס קאווע שטיבל איז געבענשט מיט, קענען ריאיגערהייט איינפאקן אסאך אנדערע גרויסע שרייבערס פון די פאפיוליאר מעגעזינס. דער עולם וועט צוכאפן די אויסגאבע פון די שעלפס. געלט וועט אריינפליסן בשפע און מ'וועט זיך צוטיילן מיט די ביזת הים איש איש כפי חלקו.
עד כאן די פארשידענע מיינונגען וואס כ'האב קולט געווען פון תגובות ברבים ובאישי די עולם ווערט געבעטען צו ארויסגיין שטימען אין די מאסן.
טאמער איינער קען מסדר זיין אן אנקעטע מה טוב ומה נעים. והנני פונה בבקשה ווער עס האט עפעס וויכטיג צו מוסיף זיין זאל זיך לאזן הערן בשער בת רבים.
וכאן המקום להודות פאר אלע ניקים וואס האבן מיר ג'אישיד מיט חיזוק והדרכה און מיט עצות און הערות. מהם יראו וכן יעשו צו טוהן עפעס אויף למעשה און איין מאל פאר אלעמאל אויפטוהן עפעס פאר יודישקייט..
איך אפעליר דא צו יעדער איינער, אז נישט קיין נפק"מ די ווי אזוי ס'ארבעט זיך אויס ביי די ענדע, זאל מען נאל אלס פרובירן מיט צו ארבעטען בכל אופן, כל אחד כפי יכולתו.
כלנו בני איש אחד נחנו. סוכ"ס מיינט דאך איעדער די תועלת פונעם ציבור, ממילא אפילו אפילו ס'גייט נישט זיין פונקטליך אזוי ווי דיין שטומע, אל תפרוש מן הציבור. לייג אריין כחות למען כבוד שמו יתברך.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות
ידידכם עוז
פיקאסא
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
כ'זע נישט פ"וו מ'זאל נישט כת שניה מיט כת רביעית אויך סאמהאו קענען קאנסילידעיטן.
פיקאסאכת שניה אומרת: יא, ס'איז א גוטע געדאנק, אבער מיט א מהלך אז ס'זאל מער דומה צו אן "עלים לתרופה" סטייל בלעטעל, א יעדע וואך מיט געציילטע געקליבענע פערל ווערטער. מיט מינימום בילדער און גרעפיקס. ווי מער אריינפאקן אין די פאר זייטן. און ווי קלענער די פאנט איז אלס בעסער. אזוי וועלען אינגעלייט דאס קענען אריינפאקן אין זייערע לינקע קעשענע, און עס ליינען אן די גאו ווען קיינער זעהט נישט ח"ו. דערנאך קען מען דאס ארויפשטעלען אויף "לדעת" וועבזייטל און וועט געליינט ווערען דורך שווערע הונדערטע ליינער מדי שבוע בשבוע.
פיקאסאכת רביעי טוענת:.... מ'קען עס אפשר פארקויפן אויף עמעזאן פאר ווער ס'וויל צאלן אפאר רייניש פאר א שיינעם פארמאט. א געהעריגע דיסטריביושען איז אויך אן אפציע, למה לא. מ'קען עס לייכטערהייט שיקען פאר אלע ידידים און קרובים מקרוב ומרחוק. ועל כולם וועט עס געבן א בוסט פאר די שרייבערס צו שרייבן. די חומר וועט "אויך" פלעין זיין צוזאמגענומן פון די אלע לענגערע שיינע מאמרים פון די לעצטע חודש צייט, לאו דווקא נאר די שפיץ סחורה, נאר אויך סתם עינינים שונים וואס האט געדריקט איינעם אויפן הארץ א לענגערע צייט און האט זיך גענומען די מיה עס אראפצושרייבן, פארדינט אויך זיין פלאץ אין דעם אויסגאבע. בקיצור אלע חומר פון די וועבסייט פשוט אריינבלאזן דערין א חיות. דערנאך קעמען פארשטטייט זיך צולייגען פרישע חומר אויב ס'וועט זיין ווער עס וועט וועלן טוהן, כדאי ס'זאל אינטערסאנט אויך פאר די וואס האבן שוין געליינט אלעס....נאר נישט אלע ארטיקלן וועלען זיין די סאמע אויסדערוועהלטע חומר, און אהן די פרעשור.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
אה יעצט זעה ס'דא א כת שישי. לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז די איצטיגע לייען מאטריאל מאכן שוין די ארבעט. ספעציעל דער שפאקטיוו/שטערן, מאמענט און אזוי אויך קינדליין. הגם לדעתי אם לא יועילו, יזיקו.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
טאמבל סאסכ'זע נישט פ"וו מ'זאל נישט כת שניה מיט כת רביעית אויך סאמהאו קענען קאנסילידעיטן.
פיקאסאכת שניה אומרת: יא, ס'איז א גוטע געדאנק, אבער מיט א מהלך אז ס'זאל מער דומה צו אן "עלים לתרופה" סטייל בלעטעל, א יעדע וואך מיט געציילטע געקליבענע פערל ווערטער. מיט מינימום בילדער און גרעפיקס. ווי מער אריינפאקן אין די פאר זייטן. און ווי קלענער די פאנט איז אלס בעסער. אזוי וועלען אינגעלייט דאס קענען אריינפאקן אין זייערע לינקע קעשענע, און עס ליינען אן די גאו ווען קיינער זעהט נישט ח"ו. דערנאך קען מען דאס ארויפשטעלען אויף "לדעת" וועבזייטל און וועט געליינט ווערען דורך שווערע הונדערטע ליינער מדי שבוע בשבוע.
פיקאסאכת רביעי טוענת:.... מ'קען עס אפשר פארקויפן אויף עמעזאן פאר ווער ס'וויל צאלן אפאר רייניש פאר א שיינעם פארמאט. א געהעריגע דיסטריביושען איז אויך אן אפציע, למה לא. מ'קען עס לייכטערהייט שיקען פאר אלע ידידים און קרובים מקרוב ומרחוק. ועל כולם וועט עס געבן א בוסט פאר די שרייבערס צו שרייבן. די חומר וועט "אויך" פלעין זיין צוזאמגענומן פון די אלע לענגערע שיינע מאמרים פון די לעצטע חודש צייט, לאו דווקא נאר די שפיץ סחורה, נאר אויך סתם עינינים שונים וואס האט געדריקט איינעם אויפן הארץ א לענגערע צייט און האט זיך גענומען די מיה עס אראפצושרייבן, פארדינט אויך זיין פלאץ אין דעם אויסגאבע. בקיצור אלע חומר פון די וועבסייט פשוט אריינבלאזן דערין א חיות. דערנאך קעמען פארשטטייט זיך צולייגען פרישע חומר אויב ס'וועט זיין ווער עס וועט וועלן טוהן, כדאי ס'זאל אינטערסאנט אויך פאר די וואס האבן שוין געליינט אלעס....נאר נישט אלע ארטיקלן וועלען זיין די סאמע אויסדערוועהלטע חומר, און אהן די פרעשור.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
ריכטיג. ס'איז ניט קיין סתירה.
כ'מיין אבער אז ס'וועט צוטומעלט מאכן אויב מ'הייבט אהן מיט צוויי זאען אויף איינמאל. וואן סטעפ אט א טיים. לאז איינס זיך אויסארבעטען געהעריג, דערנאך ממשיך זיין מיט די נעקסטע.
איך בין גרייט צו העלפן ווי אזוי ס'זאל זיך נאר אויסארבעטען.
בברכת צלח ורכב
ידידך
פיקאסא
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
און אלס מתן שכרו סיי וויזוי איר האלט וועט פיקאסע אי''ה זעקלען לייקס, גם זו לפייען טובה
Sent from my VS987 using Tapatalk
פליקעראון אלס מתן שכרו סיי וויזוי איר האלט וועט פיקאסע אי''ה זעקלען לייקס, גם זו לפייען טובה
Sent from my VS987 using Tapatalk
פליק. פליק. פליק..
אדרבה זיי מסדר א אפציעלע אנקעטע, והכל על מקומו יבא בשלום...
ידידך עוז המחכה לאנקעטע רשמי בקרוב
פיקאסא
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
איך טו מיין דזשאב בשלימג דו טי דיין'ס
Sent from my VS987 using Tapatalk
פיקאסל, להווי ידיעה די גראסערי מאן נעמט קעש, פוד סטעמפס, קרעדיט קארטל, וויק טשעקס, ער נעמט נישט ק״ש לייקס
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
שטילע אינגערמאןפיקאסל, להווי ידיעה די גראסערי מאן נעמט קעש, פוד סטעמפס, קרעדיט קארטל, וויק טשעקס, ער נעמט נישט ק״ש לייקס
קוק אהער, איך בין נישט אזא שטילע יומגערמאן ווי די.. איך בין ב"ה א רידערע אין ריעל לייף און איך באקום מיינע עכטע לייקס דארט.
הנני בזה לגלות דעתי אז כ'האב נישט קיין שום תאווה צו לייקס, כי הוא זה נישט. איך וויל באמת הערן וואס דער עולם האלט, און געבען די מעגליכטייג צו ווייזן זיין חוות דעת מיט א קוועטש פון א קנעפל, וזהו. אנשטאטס צו זיך באציען צום נושא, רעדט מען פון לייקס ארויף לייקס אראפ.. ועל זה דווה לבנו.
איך בין ניי דא, סאו כ'האב נישט געוויסט אז ס'איז א גאנצע נושא דער לייקס דא. קוקט אויס ווי גאנץ א ווייטאגליכע און אומפארגינשטיגע נושא. כ'בהעט א יעדען איבער. דאס איז בלי נדר מיין לעצטע אנווארט בנוגע לייקס. ובזה יצאתי ידי חובתי משום והייתם נקיים מה' ומישראל.
ווי שוין געשריבן מאך אן אפציעילע אנקעטע והכל על מקומו יבא בשלום.
ידידך עוז המבקש סליחתך בקידה
פיקאסא
איך ריזערוו (ספאנסער) די ערשטע צען לעילו נשמת ספאטס.
פיקאסאכת שלישי מדברת: בערך אזוי ווי כת שניה, נאר נישט אזוי עקסטרים. זיי האלטען אז ס'קען האבן ביז 12 בלעטער לדוגמא. ס'מוז נישט אריינפיטען אין פאקעט, ס'גענוג אויב ס'גייט אריין אין טלית בייטעל אויך.. מ'דארף זיך נישט נארן, עס איז שווער פאר יעדן ארויסצודרוקן א סאך זייטן, און גאר א סך זענען מחליט ליבערשט צו געבן א שנעלן מיש דורך דעם פי-די-עף אויפ'ן קאמפיוטער, און דרוקן עס קיינמאל נישט ארויס. אנדערש איז אבער ווען עס איז בלויז געציילטע זייטן, אנגעפאקט מיט חומר, וועלן פיל מער מענטשן נעמען די מי ארויסצודרוקן.
לדעתי קען דעי אפשען האבן א פיטשור ארטיקל און צענטער פונם גיליון אויסגעשפרייט אויף צוויי בלעטער מאגאזין סטייל.
ובזה יצאת טעם שניהם.
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
גאנץ א פיינע איידיע @שש, אבער צוויי פראבלעמען האט עס לכאורה.
איינס, דעס וועט בפשטות נאר ארבעטען אויב מ'פראדאציט פרישע סחורה ספיציעל לכבוד דעם אויסגאבע, כ'גלייב נישט אז ס'דא א יעדער איינציגסטע וואך גענוג גוטע חומר אנצופילען א 10 בלעטער. במשך א חודש צייט איז יא דא חומר.
והשנית, איך קען מיך נישט אונטערנעמן דעם פראדזשעקט א יעדער וואך. זייענדיג אין עולם הגרפיקה האב אויך שוין ב"ה דעדליינס די והותר. היינט איז די דעדליין פאר וויקלי לינקס, מארגן פאר שאפערס ריוט . היינט פאר המודיע איבער מארגן פאר דער איד. ס'איז ב"ה א ביזי מארקעט און איז מלא לחץ זו הדחק, און ס'פשוט נישט דא גענוג צייט און דער טאג (ליין ביינאכט ) צו נאכקומען די פארלאנג. ס'קומט באלד די ביזי סיזענס, ימים טובים, סעילס, מזל טוב'ס וכו' און ס'נישט דא קיין איין איבעריגע מינוט. אשר על כן איז נישט במציאות פאר מיר עכ"פ, צו האבן נאך א פרישע דעדליין אויפן קאפ. סיידן אויב ס'דא דא נאך דיזיינערס וואס וועלן משתף פעולה זיין. אויב ס'קומט ארויס איינמאל פער חודש, קען איך עס האפענטליך מאכן מיטן טרעפן עטליכע ליידיגע רגעים, זעיר פה וזעיר שם, עד שמצטרפים למעגעזין שלימה.
הכותב וחותם מתוך הוקרה
ידידך עוז
פיקאסא
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
שמעו נא רבותי חברים וכותבים מומחים
די פלאן פון אונזערע אויסגאבע איז נישט איינגעשלאפן, ס'גייט אן פול פורס אונטער די קוליסען. מ'איז בקשר מיט די גרויסע לייבן צו זיכער מאכן אז די קרוין פון די שטיבל זאל טאקע זיין א כתר של קיימא בעזרת השי"ת.
איך אפעליר דא צום ברייטן עולם, ווער עס קען נאך צולייגן א האנט צו די גרעפיקס, הגהה אדער מיטן סיי וואס זאל זיך אנרופן ברבים אדער אין אישי, ובכח הרבים וועלען מיר מצליח זיין.
ווי אויך קען איך באשטיין צו הערן הצעות פאר די נאמען פון די אויסגאבע, ווער עס האט א גוטע בייפאל איז מכובד מיט די מייק.
יישר כח גדול
ידידכם עוז
פיקאסא
איך טראכט אז מען זאל מקדיש זיין א פאר זייטן פאר רעקלאמען, איך קען דא און שטיבל אפאר יודן וואס האבן שיינע ביזנעסער, זאל מען שוין מאכן דעם אויסגאבע לשם ולתפארת עד הסוף,
ווען נישט די גילוי פראבלעם.
פארשטייט זיך אז איך רעד אויב מענעמט אן כת ו' וואס איך האב געשטימט פאר, דהיינו אויב קומט ארויס א נארמאלע שיינע מעגאזין מיט הערליכע ארטיקלן, פארוואס זאל זיין א פראבלעם צו אדווערטייזן דארט? אבער אז מען גייט אריינלייגן דעבאטעס צו דער אר"י הקדוש איז טאקע געווען אזוי הייליג צו אנדערע הוגה סטייל ארטיקלעך וואלט איך אויך נישט אדווערטייזט דארט.
נ.ב. איך גלייך זייער הוג'ס ארטיקלעך, אבער געוויסע פון זיינע ארטיקלעך וואלט איך נישט מציע געווען צו ארויסגעבן אין פאבליק.
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
ס'מאכט נישט קיין גרויסע חילוק. ביידע נושאים ווערן אויסגעשמועסט אויף קאווע
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
געוואלדיגווען נישט די גילוי פראבלעם.
עס גייט דען שטיין אז 'בערני סענדערס עדוואקעסי גראפ' איז שבת אחים?
דאס האט דאך שוין פיקאסא געזאגט. עני דיטעילס ??
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
סמבטיוןדאס האט דאך שוין פיקאסא געזאגט. עני דיטעילס ??
ווען איך זאג עפעס מיינט עס נישט קיין סאך... ווידער אז @שש זאגט עס איז א פרישע ידיעה אז עפעס גאר גוט קומט צו גיין..
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
איך האב איין שאלה נאר
מען האט דא געמאכט א כמו אנקעטע, וויאזוי די מאגאזין/דזשורנאל זאל זיין, מיט זעקס אפציעס, לויט די לייקס לעת עתה האט אפציע 2 און 3 די מערסטע לייקס.
ווען האט זיך געטוישט די מהלך פונעם מאגאזין/דזשורנאל?
עס איז בכלל נישט לויט קיין איינער פון די מהלכים?
א אידאיך האב איין שאלה נאר
מען האט דא געמאכט א כמו אנקעטע, וויאזוי די מאגאזין/דזשורנאל זאל זיין, מיט זעקס אפציעס, לויט די לייקס לעת עתה האט אפציע 2 און 3 די מערסטע לייקס.
ווען האט זיך געטוישט די מהלך פונעם מאגאזין/דזשורנאל?
עס איז בכלל נישט לויט קיין איינער פון די מהלכים?
דא האט איהר די תגובה וואס כ'האב געשריבן פאריגע וואך ביי מיר, און פארגעסן צו פאוסטען:
שלום וברכה לכל אנשי שלומינו חברי ק"ק קאווע שטיבל הע"י
קודם א יישר כח פאר די אלע וואס האבן אפגעגעבן זייער שטומע. ווי עס קוקט אויס גייט די עולם דא מער פאר די פשוטע גיליון וואס זאל ערהאלטן 4 אדער 12 זייטן מדי שבת בשבתו. איך האב שטארק מיטלייד אז איך קען נישט צופרידען שטעלען דעם עולם מיט אזא פלאן מחמת כמה סיבות, והעיקר אז איך האב נישט קיין צייט זיך אונטערצונעמען אזא עול א יעדע וואך, ס'איז פשוט נישט במציאות ב"ה. אשר על כן נפשי בשאלתי, אז ווער עס קען זיך יא אונטערנעמען אזא ארבעט זאל עס טוהן בחפץ לב, ויצליח ה' את דרכו.
פארט זעה איך דא אז די עולם איז יא אינטערסירט און עפעס אן אויסגאבע, פארשטייט זיך אז יעדע יחיד האט זיך זיין אייגענע מיינונג ווי אזוי עס וואלט געקענט זיין בפרטיות, ווי אויבן דערמאנט, אבער בכלליות וויל דער עולם יא האבן א שיינעם אויסגאבע וואס וועט אי"ה הייבן די פרעסטידזש פון אונזער שטיבל און שטופן די שרייבערס צו שרייבן מער אפט. ובכן נאכן באקומען שטיצע ברבים ובאישי, וועל איך בלי נדר ווייטער ארבעטען אויף מיין ארידזשינעל פלאן, צו בעיסיקעלי צאמנעמען די גוטע ארטיקלען וואס זאמעלסט זיך אהן במשך'ן חודש, און אריינבלאזען דערין א חיות דגרעפיקס, לשם ולתפארת, וליהנות מהם בני אדם.
איך בין זיכער אז די עולם דא וועט הנאה האבן דערפון בס"ד, און איך האף און איך בעהט אז די אלע חברי השטיבעל וועלן מיר שטיין צו די רעכטע האנט מיט וואס אימער זיי קענען.
עד כאן וואס כ'האב דעמאלס געשריבן. למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז די חברים דא האבן זיך אנגערופן אסאך מער ווארעם ווי כ'האב מיר געראכטן, ובראשם ידי"נ @אנאנים הי"ו, און האבן גאר מוסיף נופך געווען מיט נייע ארטיקלען און אלטע גנוזים אויך, ווי באריכטעט אין
דעם אשכול באריכות.
וחפץ ה' בידינו יצליח.
ידידך עוז
פיקאסא
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
<a class="postlink" href="https://www.tabletmag.com/jewish-arts-and-culture/276008/new-yorks-yiddish-press-is-thriving">https://www.tabletmag.com/jewish-arts-a ... s-thriving</a>

Sent from my SM-G950U using Tapatalk