☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא

א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא

105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10370
בלאט: 1 2 3

סאשי פיש » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:43 am

· #329117
א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
א פאפא חסיד מאכט העדליינס אויף מייקעל סעוויטש שאו איבער די טעמע פון שלא עשני אשה און איבער אידישקייט צום סוף פרעגט ער אים אויב ער דארף זיין בוך פאר זיינע קינדער ער ענטפערט אז זיינע קינדער דארפען עס זייער שטארק.

זבולון » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:15 am

· #329120
דאס איז זייער גוט פאר הענרי פון פאפא.
אבער אמת׳דיג גערעדט, דאס איז טאקע פשט פארוואס מיר מאכן אזא ברכה? אדער איז עס די זעלבע ווי מיר וואשן די הענט צוליב היגיינע? דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די דיווארס רעיט ביי אונז איז נאר פיהר פראצענט. (אויך נאך די סמארטפאון׳ס עפאכע?)?

אין יעדעס פאל, מארגן וועל איך זאגן ברכות השחר מער בכוונה.
שקויעך, מייקל און הענרי.

סאשי פיש » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:19 am

· #329121
ביי די גיום איז די גירושין ראטע ביי ניינציג פערצענט?

ליפא » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:20 am

· #329122
ניין, ערגעץ ארום 40%

גאלד » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:25 am

· #329124
יא, דאס איז די פשוט'ע פשט פון שלא עשני אשה, אז מ'האט מער מצוות,

און שעשני כרצונו מיינט אז די אשה איז דער תכלית הנרצה וויזוי הקב"ה האט געוואלט דער מענטש זאל זיין, און איז מער שלימות'דיג ממילא ברויך זי נישט אזויפיל מצוות, צום ביישפיל א פרוי הייסט נולד מהול

דאסי נישט קיין פשט'לעך נאר פשוטו כמשמעו

ליפא » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:26 am

· #329125
גאלד, ער האט מסביר געווען סעוויטש פארוואס מענער האבן טאקע מער מצוות איז ווייל פרויען זענען מער פערפעקטעד דארפן זיי נישט קיין מצות. אויף דעם פרעגט לכאורה זבולון צו דאס איז פשוט פשט. ס'מער א חסידישע תורה

יהושע חיים » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:28 am

· #329126
און וואס איז פשט און א ברכה פאר דעם שלא עשני עבד?

זבולון » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:28 am

· #329127
סאשי פיש
ביי די גיום איז די גירושין ראטע ביי ניינציג פערצענט?

זוכנדיג אין גוגל פאר די דיווארס רעיט פון די גויים, שטעלט זיך ארויס אז גוגל ווייסט נישט וואס א גוי איז. און בעסער דערצייל איהם נישט, ווייל באלד וועט נאך הענערי זאגן אז גויים ווערן געבוירן קאררעקטעד, דעריבער זאגן מיר שלא עשני גוי.

תכלית געב א קוק דא, די העכסטע דיווארס רעיט איז אין בעלגיע, ביי 71 פראצענט.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:32 am

· #329128
געפעלט מיר די איד פון פאפא. נישט קיין חילוק צו יעדע נקודה זיינע איז ריכטיג צו נישט. די פאקט אז ער איז א מענטש, פארט ארום און שעצט יעדעם איז מיר גענוג. געפעלט מיר ווי ער זאגט אז אין אמעריקא איז נישט דא קיין אנטיסעמיטיזים ווען מ'איז שיין און מ'שמייכעלט צו יעדעם. 👍

זבולון » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:58 am

· #329131
חס ושלום. איך מיין נישט איהם אוועק צו מאכן.
איך האב נאר געפרעגט - צווישן אונז גערעדט - וואס דער אמת׳ע סיבה איז.

אבער אין אמת׳ן אריין, שעץ איך זייער דעם יונגערמאן, ער רעדט זייער שיין, און בעיקר - ער איז זייער ליבלעך און פארשטענדיג.

און איך גלויב אז זיין הסבר אויף שלא-עשני-אשה איז נישט קיין אייגנס.

יהושע חיים » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 11:12 am

· #329132
אמת צו נישט האט ער געדארפט אזוי זאגן און איך געב עהם קרעדיט פאר דער דרייסטקייט פון אריינרופן

אבער למעשה מיין איך אז נישט דאס איז פשוט פשט אין די ברכה

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 11:49 am

· #329141
זבולון
חס ושלום. איך מיין נישט איהם אוועק צו מאכן.
איך האב נאר געפרעגט - צווישן אונז גערעדט - וואס דער אמת׳ע סיבה איז.

אבער אין אמת׳ן אריין, שעץ איך זייער דעם יונגערמאן, ער רעדט זייער שיין, און בעיקר - ער איז זייער ליבלעך און פארשטענדיג.

און איך גלויב אז זיין הסבר אויף שלא-עשני-אשה איז נישט קיין אייגנס.


און מיר געפעלט אויך זיין דרייסקייט פארן זאגן איך בין פאפא און נישט זיך ארויסגעדרייט מיט סאטמאר אדער וואטעווער ....

זבולון » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 12:00 pm

· #329146
נאכמער, ער איז מודה אז עס איז a small sect.
זאל עס נאר פאפא רבי הערן...

ליפא » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 12:29 pm

· #329149
/

לך לך » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 2:13 pm

· #329158
רעדט גאנץ פליסיג, און א גוטן ענגליש
קוקט אויס אין פאפא לערענט מען יא ענגליש
כל הכבוד

יואליש » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 2:47 pm

· #329161
לך לך
רעדט גאנץ פליסיג, און א גוטן ענגליש
קוקט אויס אין פאפא לערענט מען יא ענגליש
כל הכבוד


דו ביסט קלאר נישט prejudice. 🙂

טמיר » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 3:15 pm

· #329164
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
יעדע שמועס פון סעוועדש'ן מאכט העדליינס אין די צייטונגען? איך ריף שוין אריין! ווען איז זיין שוי?

נהורא נפישא » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 3:18 pm

· #329167
יואליש
לך לך
רעדט גאנץ פליסיג, און א גוטן ענגליש
קוקט אויס אין פאפא לערענט מען יא ענגליש
כל הכבוד


דו ביסט קלאר נישט prejudice. 🙂

Say it again.

פרייוויליג » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 3:55 pm

· #329171
מייקל סעוורעדזש איז שוין אפגעבריהט פון די ליבאוויטשער דמיונות, ענדליך האט ער באקומען עפעס א נארמאלע חרידי צו פירן א שמיעס מיט.

וכדומה.. » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 6:46 pm

· #329197
יואליש
לך לך
רעדט גאנץ פליסיג, און א גוטן ענגליש
קוקט אויס אין פאפא לערענט מען יא ענגליש
כל הכבוד


דו ביסט קלאר נישט prejudice. 🙂


ער איז מער corrected....

ירא שמים » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 7:07 pm

· #329201
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
א חסידישע אינגערמאן רופט זיך הענרי?! רח״ל! וואס איז זיין אידישע נאמען?

יב הלוי סאלאווייטשיק » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:00 pm

· #329224
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
איך בין מקנא דעם יונגערמאן פאר זיין זכיה מקדש צי זיין שם שמים ברבים לאלפים ורבבות.

מיט זיין תמימות אין פשטות איז דער הענרי אנגעקימן גאנץ ווייט...!

ishchusid » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:14 pm

· #329228
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
זבולון
נאכמער, ער איז מודה אז עס איז a small sect.
זאל עס נאר פאפא רבי הערן...

איך האב געווארט ער זאל ממשיך זיין:
האסט א פראבלעם?

יאסל ראקאווער » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:14 pm

· #329243
ברוך דיין האמת
ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם שעשני בלתי מתוקן

Thanks but no thanks

סארא תורות לאקשן דער סעוועדזש קויפט אפ

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 15, 2016 12:00 am

· #329267
יב הלוי סאלאווייטשיק
איך בין מקנא דעם יונגערמאן פאר זיין זכיה מקדש צי זיין שם שמים ברבים לאלפים ורבבות.

מיט זיין תמימות אין פשטות איז דער הענרי אנגעקימן גאנץ ווייט...!

מ'קען נישט מקדש זיין שם שמים מיט שקרים. חותמו של הקב"ה אמת.

נהורא נפישא » פרייטאג אפריל 15, 2016 12:10 am

· #329269
געפילטע פיש
יב הלוי סאלאווייטשיק
איך בין מקנא דעם יונגערמאן פאר זיין זכיה מקדש צי זיין שם שמים ברבים לאלפים ורבבות.

מיט זיין תמימות אין פשטות איז דער הענרי אנגעקימן גאנץ ווייט...!

מ'קען נישט מקדש זיין שם שמים מיט שקרים. חותמו של הקב"ה אמת.

וואס איז דער אמת ?

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 15, 2016 12:14 am

· #329270
אז די סיבה פארוואס מ'מאכט א ברכה שלא עשני אשה איז נישט וועגן זיי זענען מער "קאררעקטעד" אדער עפעס, נאר ווייל בעיני אנשי כנסת הגדולה וחז"ל זענען זיי פחות דרגא פונעם מאן, אזויווי שלא עשני גוי און עבד, און פארדעם מאכט דער מאן א ברכה.

נהורא נפישא » פרייטאג אפריל 15, 2016 12:20 am

· #329271
איך גלויב נישט אז די אנשי כנסת הגדולה האבן דאס מחבר געווען, מסתמא איז דאס מזמן האמוראים, כאטש ס'איז געוויס אמת אז חז"ל נישט אנדרעש פון אלע קולטורן האבן באטראכט פרויען אלס א שוואכערע מין. בכל אופן היינט זאגט מען עס ווייל ס'שטייט אין סידור, נישט פאר קיין אנדערע סיבה. הגם ס'איז אוודאי אמת אז די וועג וויאזוי מ' באטראכט פרויען ברויך א תיקון.

ירא שמים » פרייטאג אפריל 15, 2016 12:35 am

· #329273
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
א תיקון מיינסטו די וועג וואו אזוי די פעמיניסטן באטראכטן פרויען האב איך רעכט?

הקטן » פרייטאג אפריל 15, 2016 12:37 am

· #329274
ער זאגט אז דער מאן האט דער מעלה אז ער קען טון מער מוצות אין ברענגען א נחת רוח פארן אייבישטער - ער זאגט אבער אז דאס איז נישט ווייל די פרוי איז א נידריגער באשעפעניש, וומכבדה יותר מגופו, נאר זו דארף נישט האבן די תיקון

ירא שמים » פרייטאג אפריל 15, 2016 12:58 am

· #329276
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא

פון אבודרהם.

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 15, 2016 2:07 am

· #329287
שיינע פשטים קען איך נאך אזוי גוט ווי דיר. כ'רעד פון פשוט פשט, וואס די מטבע שטבעו חכמים האבן געמיינט מיט דעם ברכה.

זבולון » פרייטאג אפריל 15, 2016 4:32 am

· #329295
@געפילטע פיש איז - לדעתי - הונדערט פראצענט גערעכט, (און ווי איך האב שוין מרמז געווען אין מיין צווייטע תגובה), אז דאס איז ווייט פון פשוט פשט. (האב איך אויך געפרעגט - נטילת ידיים איז צוליב היגיינע?).

יעדער בר-דעת פארשטייט אז עס איז דא אסאך אפאלאגאטישע ארבעט, און אסאך גדולים פון די לעצטע דורות זענען געווען פארנומען דערמיט, יעדער כדרכו. עס איז דא א ריזיגע ליסט פון טעמי המצוות וואס זענען באשאפן געווארן לעצטנס, כדי צו ווערן אדזשאסטעד צו די היינטיגע וועסטערן וועליוס.

מיין שאלה איז נאר, ווער זאגט אז עס איז שלעכט? ווי קומט דא אריין אמת? מ׳מוז עפעס האבן די זעלבע כוונה פון חז״ל אין די מצוות. (אפילו חז״ל אליינס האבן - לכאורה - אדזשאסטעד די באדייט פון געוויסע מצוות לפי זמנם).

איך מיין אז די נושא איז א דעבאטע פאר זיך, און אפשר איז שוין געווען אמאל אן אשכול איבער דעם ענין. אויב איינער ווייסט, ביטע פארצייכענען.

דעת תורה » פרייטאג אפריל 15, 2016 9:08 am

· #329310
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
דער אבודרהם האט געדארפט אדזשאסטן צו וועסטערן וועליו'ס?

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 15, 2016 9:21 am

· #329311
אבודרהם העלפט נישט קיין סאך דעם הענערי, ווייל ער זאגט אז שעשני כרצונו איז "מצדיק הדין על הרע..."
איך תוך איז דער מושג אז פרויען זענען מער מתוקן (בפנימיות, און וויאזוי ס'זעהט אויס טאקע בחיצוניות) א לעגעטימע קבלה'דיגע זאך. אבער דאס האט נישט מיט די ברכה צו טון, והראיה מברכת שלא עשני גוי, ועבד

ס'נישט קיין עולה צו adjustען אלטע טעקט צום היינטיגע ווירדען. איז דען דא א חיוב צו מאכן דעם ברכה?

זבולון » פרייטאג אפריל 15, 2016 9:49 am

· #329312
דעת תורה
דער אבודרהם האט געדארפט אדזשאסטן צו וועסטערן וועליו'ס?

וועגן דעם אבודרהם ווייס איך נישט פאר זיכער, אבער וועגן דעם @דעת תורה, ווייס איך יא, און איך האב עס דא געזעהן.

ירא שמים » פרייטאג אפריל 15, 2016 10:07 am

· #329318
א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
געפילטע פיש
שיינע פשטים קען איך נאך אזוי גוט ווי דיר. כ'רעד פון פשוט פשט, וואס די מטבע שטבעו חכמים האבן געמיינט מיט דעם ברכה.

פארוואס האסטו אפגעמאכט וואס איז פשוט פשט? לדעתי איז שטארק מסתבר די פשט ווייל אז סאיז דא א יתרון פונ׳ם מאן איבער א פרוי זאל זיין א סיבה מיט וואס א מאן איז מער.

נהורא נפישא » פרייטאג אפריל 15, 2016 10:18 am

· #329319
איך ווייס נישט וואס די טענות אויף הענרי איז דא, ער טוט דאס וואס אלע חכמי הדורות האבן געטאן. צו פארשן עפעס פון אן היסטארישן שטאנדפונקט איז זייער אינטערסאנט, גראדע דא איז בכלל נישט מאדנע חז"ל'ס בליק איבער פרויען, היסטאריש גערעדט, אין אלע קולטורן האט מען זיי אזוי באהאנדלט, די עצם געדאנק אז פרויען זענען מער ווייניגער פטור פון מצוות איז אויך פאר דעם ווייל פרויען זענען נישט קיין חלק פון גאטעס דינסטע, זיי זענען נאר מחוייב פשוטע ציווילע געזעצן.
לגבי פסח איז אינטערסאנט דאס אז פרויען זענען נישט מיסב, נאר נשים חשובות. דאס איז אויך געווען די פירונג אין די רומישע קולטור, אז פרויען האבן זיך נישט אנגעלענט, נאר די חשובע פרויען.
דאס אז מיר מאכן די ברכה, ווייזט נישט גארנישט, ווייל רוב עולם זאגט דאס ווייל ס'שטייט אין סידור. הגם איך וועל מודה זיין אז אויב מ'איז זיך יא מתבוננן, ווייס איך נישט וויפיל וועלן זיין אפענסיוו.
אלזא ווען איינער דארף פארענטפערן די ברכה, שטייט ער זייער גוט, ס'איז נאר פארהאן א פראבלעם צו טוישן אן אלטע ברכה, ביי די מאדערן ארטאדאקס שאפט די ברכה א היבשער פראבלעם.

ירא שמים » פרייטאג אפריל 15, 2016 11:28 am

· #329329
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
געפילטע פיש
אז די סיבה פארוואס מ'מאכט א ברכה שלא עשני אשה איז נישט וועגן זיי זענען מער "קאררעקטעד" אדער עפעס, נאר ווייל בעיני אנשי כנסת הגדולה וחז"ל זענען זיי פחות דרגא פונעם מאן, אזויווי שלא עשני גוי און עבד, און פארדעם מאכט דער מאן א ברכה.

נו, אפשר טאקע? האסט אמאל געטראכט פון דעם?

ירא שמים » פרייטאג אפריל 15, 2016 11:55 am

· #329333
נהורא נפישא
איך ווייס נישט וואס די טענות אויף הענרי איז דא, ער טוט דאס וואס אלע חכמי הדורות האבן געטאן. צו פארשן עפעס פון אן היסטארישן שטאנדפונקט איז זייער אינטערסאנט, גראדע דא איז בכלל נישט מאדנע חז"ל'ס בליק איבער פרויען, היסטאריש גערעדט, אין אלע קולטורן האט מען זיי אזוי באהאנדלט, די עצם געדאנק אז פרויען זענען מער ווייניגער פטור פון מצוות איז אויך פאר דעם ווייל פרויען זענען נישט קיין חלק פון גאטעס דינסטע, זיי זענען נאר מחוייב פשוטע ציווילע געזעצן.
שקר, די גמרא אין קידושין לערנט עס ארויס פון פסוקים
לגבי פסח איז אינטערסאנט דאס אז פרויען זענען נישט מיסב, נאר נשים חשובות. דאס איז אויך געווען די פירונג אין די רומישע קולטור, אז פרויען האבן זיך נישט אנגעלענט, נאר די חשובע פרויען.
דאס אז מיר מאכן די ברכה, ווייזט נישט גארנישט, ווייל רוב עולם זאגט דאס ווייל ס'שטייט אין סידור. הגם איך וועל מודה זיין אז אויב מ'איז זיך יא מתבוננן, ווייס איך נישט וויפיל וועלן זיין אפענסיוו.
אלזא ווען איינער דארף פארענטפערן די ברכה, שטייט ער זייער גוט, ס'איז נאר פארהאן א פראבלעם צו טוישן אן אלטע ברכה, ביי די מאדערן ארטאדאקס שאפט די ברכה א היבשער פראבלעם.

ב״ה איך דארף נישט פארענטפערן די ברכה און איך שטיי זייער גוט.

דעת תורה » פרייטאג אפריל 15, 2016 12:34 pm

· #329341
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
דוקא ביי פסח איז דא דער ראבי"ה אז כהיום זענען שוין אלע פרויען בגדר חשובות, וואס איז גאר א שטארקע מקור צו פעמיניזם בהלכה. לויט דעם ראבי"ה קען מען זייער גרינג הערן אז היינט איז שוין יא א כבוד הציבור צו הערן א פרוי ליינען די מגילה / עולה זיין לתורה וכן הלאה על זה הדרך.

ירא שמים » פרייטאג אפריל 15, 2016 12:59 pm

· #329344
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
זיי זענען בגדר חשובות וואס אנבאלאנגט הסיבה וואס האט צוטוען מיטן מנהג, און אז היינט איז נישטא קיין חילוק צווישן חשובות און נישט חשובות בנוגע הסיבה זענען זיי אזוי וואו חשובות אז זיי זענען מחויב בהסיבה, אגב נשים חשובות זענען אויך נישט עולה לתורה אלס כבוד הצבור.

נהורא נפישא » פרייטאג אפריל 15, 2016 1:24 pm

· #329345
מדינא דגמרא דארפן נשים זיך נישט מיסב זיין, נאר נשים חשובות. אויף דעם ברענגט מען פון מרדכי אז אלע אונזערע נשים זענען בגדר חשובות נאר פונדעסטוועגן פארלאזט מען זיך אויפן ראבי"ה וואס האלט אז היינט וואס איז נישט די סדר מער זיך מיסב צו זיין, האט נישט דאס מיסב זיין א משמעות, דערפאר לגבי נשים פארלאזט מען זיך אויף דעם.
האב איך געהערט א שיינע הסבר, אז די סיבה איז א פשוטע ממה נפשך, אויב קוקסטע די נארמע פון זמן התלמוד, וואס איז געווען די סדר מיסב צו זיין, דאן זענען נשים פטור ווייל זיי זענען נישט בגדר חשובות. ווילסטו קוקען לויט די היינטיגע נארמע וואס מ'באטראכט שוין יא נשים אלס חשובות, האט אבער די הסיבה נישט קיין משמעות פון חירות היינט צו טאג.

גאלד » פרייטאג אפריל 15, 2016 1:35 pm

· #329348
איך האב אלס אזוי געוויסט דער פשט פאר א פשטות, ס'מיר נישט בייגעפאלן עפעס אנדערש,

שלא עשני אשה - אז מחויב במצוות עשה שהזמן גרמא,
שלא עשני עבד - איז די זעלבע, א עבד איז מחויב במצוות ווי א אשה,
שעשני כרצונו - אז מ'איז דער סארט בריאות האדם כפי רצונו, מיט מער שלימות,


דאס איז נישט קיין חסידישע פשטלעך, דאס פשט אין נושאי כלים אין שו"ע ע"פ הראשונים

ליפא » פרייטאג אפריל 15, 2016 1:58 pm

· #329351
גאלד
איך האב אלס אזוי געוויסט דער פשט פאר א פשטות, ס'מיר נישט בייגעפאלן עפעס אנדערש,

שלא עשני אשה - אז מחויב במצוות עשה שהזמן גרמא,

פארוואס אבער? פארוואס מענער יא מחויב און זיי נישט

הקטן » פרייטאג אפריל 15, 2016 2:08 pm

· #329353
ווייל אזוי האט גאט געזאגט פאר משה!
פאוואס מענער יא און מלאכים נישט? ווייל אזוי האט גאט געזאגט!

בענעפיטס וואס איינער האט נאט נישט מיט חשיבות צי טון.
דו מאן מאכט א ברכה אויף דעם עקסטער בענעפיט וואס ער האט


און קבלה ווערט געברענגט אז פויען דארפען נישט דעם תיקון וואס דער מאן דארף

ירא שמים » פרייטאג אפריל 15, 2016 2:18 pm

· #329355
א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
הקטן, א מקור פאר די קבלה וואס דו רעדסט פון, ביטע.

הקטן » פרייטאג אפריל 15, 2016 2:21 pm

· #329356
גאלד
איך האב אלס אזוי געוויסט דער פשט פאר א פשטות, ס'מיר נישט בייגעפאלן עפעס אנדערש,

שלא עשני אשה - אז מחויב במצוות עשה שהזמן גרמא,
שלא עשני עבד - איז די זעלבע, א עבד איז מחויב במצוות ווי א אשה,
שעשני כרצונו - אז מ'איז דער סארט בריאות האדם כפי רצונו, מיט מער שלימות,

דאס איז נישט קיין חסידישע פשטלעך, דאס פשט אין נושאי כלים אין שו"ע ע"פ הראשונים


זיכער אזוי, נאר ווער ס'האט אן אנדערע world view איז דאס שווער אנצינעמן

דא האסטו די ערשטע מקור פין די ברכה
ס'איז א תוספתא אין ברכות

ר' יהודה אומר שלש ברכות צריך לברך בכל יום ברוך שלא עשני גוי ברוך שלא עשני אשה [ברוך] שלא עשני בור. גוי (ישעיהו מ) כל הגוים כאין נגדו אשה אין אשה חייבת במצות בור שאין ירא חטא ולא עם הארץ חסיד

הקטן » פרייטאג אפריל 15, 2016 2:27 pm

· #329357
ירא שמים
הקטן, א מקור פאר די קבלה וואס דו רעדסט פון, ביטע.

אי"ה נאך שבת

אויף ביז דערווייל
ספר המאמרים תר"ם חלק א דיבור המתחיל להבין ענין ראש חודש

ליפא » פרייטאג אפריל 15, 2016 2:36 pm

· #329358
הקטן
ווייל אזוי האט גאט געזאגט פאר מושה!

נו זאג עס פאר סעוויטש, ער וואלט אראפגעהאקט אויף דיר
בלאט: 1 2 3