☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא

א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא

105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10370
בלאט: 1 2 3

נהורא נפישא » מאנטאג אפריל 18, 2016 6:38 pm

· #329824
די הלכה זאגט האיש קודם לאשה להחיות.
פארוואס, ווייל א מאן'ס לעבן איז וויכטיגער דערפאר וואס ער איז מחוייב במצוות.

נהורא נפישא » מאנטאג אפריל 18, 2016 6:54 pm

· #329826
קל וחומר
יא, די הלכה לויטעט מאי חזית דדמי דידך טפי ווען ס'קומט צו עניני נפשות. (גייט ארויף אויף א תינוק משיצא לאוויר העולם, א זיידע פון הונדערט און צוואנציג, און א פרוי צוגלייך)

דו ביסט גערעכט לגבי קום ועשה, אז איינער וויל פטר'ן איינעם אנשטאטס א צווייטן דאן מאכט נישט קיין חילוק, מאן צו פרוי צו א עובר שהוציא את ראשו, אין דוחין נפש מפני נפש, א חוץ אויב מ'רעדט פון א גברא קטילא כשבע בן בכרי.

א איד » מאנטאג אפריל 18, 2016 7:10 pm

· #329831
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
פליקער


איך האב זיך טאקע אלעמאל געווינדערט הלמאי מען מאכט די ברכה יעדן טאג, אמער איך בין געבוירן א מאן, וועל איך אלע בלייבן אזוי, פארוואס מיז איך עס יעדען טאג עקסטער זאגן, איך טרעפ די קשיא און די מפרשים, פיל ענטפערן אז די הנאה איז דאך יעדען טאג ממילא מאכט מען די ברכה כסדר, אבער היינט פארשטיי איך עס שוין, ווייל ווער ווייסט צי איין טאג קען איך ווערן א פרוי, עס איז שוין גאר נישט אזוי זיכער.


מען זאגט נאך פון אר"י הק' די טעם פארוואס מען מאכט א ברכה יעדן טאג, שלא עשני גוי, ווייל אויב מען ווערט אין מיטן טאג אין כעס, ווערט אין עם נתעבר נשמת גוי, אין ווען מען שטייט אויף אינדערפרי, באקומט מען צוריק די נשמת ישראל, וועגן דעם מאכט מען יעדן טאג עקסטער שלא עשני גוי.
עס שטימט מיט פליקערס הנחה

kliger » מאנטאג אפריל 18, 2016 9:37 pm

· #329861
א איד
פליקער


איך האב זיך טאקע אלעמאל געווינדערט הלמאי מען מאכט די ברכה יעדן טאג, אמער איך בין געבוירן א מאן, וועל איך אלע בלייבן אזוי, פארוואס מיז איך עס יעדען טאג עקסטער זאגן, איך טרעפ די קשיא און די מפרשים, פיל ענטפערן אז די הנאה איז דאך יעדען טאג ממילא מאכט מען די ברכה כסדר, אבער היינט פארשטיי איך עס שוין, ווייל ווער ווייסט צי איין טאג קען איך ווערן א פרוי, עס איז שוין גאר נישט אזוי זיכער.




היינט פארשטייט מען שוין בעסער... עני דעי קען איינפאלן א דזוך אין קאפ....

יודישע שרייבער » מאנטאג אפריל 25, 2016 12:27 am

· #330555
אבער, און דא קומט א גרויסן אבער -
און אלע אנדערע ענינים זענען די פאפאנער פונקט אזעלעכע חכמים ווי די סאטמארער. די זעלבע תלמידי חכמים, די זעלבע ביזנעס לייט, די זעלבע פאליטיקאנטן, די זעלבע פארשטייערס, און די זעלבע אלצווייסערס. נאכמער, ווען איר בייסט אריין אין א פאפאנער אויפגעקלערטער, איז ממש א מחיה צו פארברענגן מיט אים. ער האט נישט קיין שום גבולים וואס מאכט די שמועס אומבא'טעמ'ט. ער האט נישט קיין פראבלעם נישט מיט קיין רבי זכרונו לברכה, נישט מיט קיין סיגעטער גזע און אויך נישט מיטן דרך החתם סופר פון התבדלות, א קיצור ער האט נישט קיין שום בלאקדזשעס ער איז אפען צו פירן אן אויפריכטיגע שמועס אין יעדע נושא, און איר ברויכט נישט מורא האבן אז ער וועט זיך אנשטאלפערן אין א נושא ווי ער וועט זיין בלינד און בייעסד נאך פאר איר האט אנגעפאנגן דעם שמועס, און אין דעם הינזיכט איז ער מער אויפגעקלערט און אפענמיינדעד ווי עני אנדערע דורכשניטליכער חסיד אינקלאדינג חב"ד אדער קלוזענבורג (ביודעי ומכירי קאאמינא).

א נביאה פון @בענדזשאמין פרענקלין
(פון דא: <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4485">viewtopic.php?f=24&t=4485</a><!-- l -->)
בלאט: 1 2 3