☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » מאמישע געפילן

מאמישע געפילן

113 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10364
בלאט: 1 2 3

תוהו ובוהו » דינסטאג יולי 20, 2021 12:08 am

· #477987
Re: מאמישע געפילן
מפיל קינד
בשעה טובה ומוצלחת!

געדענק מיר צו לאדענען צום קידוש.
איך ליין שוין איבער דריי מאל אין א פרואוו געוואר צו ווערן ווי דו האסט געזעהן אז ס'איז א מיידל..[emoji5]

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

בת קול » מאנטאג אוגוסט 9, 2021 1:20 am

· #479206
א נייע חודש
א נייע זמן
א נייע ארט
א נייע היים

א טויש אין פלאץ
א טויש אין רוטין
פון אינטן ביז אויבן
אהער און אהין

האפענטליך צום גוטן
האפענטליך פארווישן
האפענטליך באנייען
האפענטליך איבערמישן

פארגעסן די עבר
איבערלאזן דעם אלטן
נאר קוקן פאראויס
די פרישקייט זאל אנהאלטן

א נייע זיך
איך וועל נישט אויפגעבן
איז דא אזא זאך
ווי זיך מאכן א נייע לעבן?

קאך_לעפל » מאנטאג אוגוסט 9, 2021 12:22 pm

· #479219
זייער שיין, מיידעלע....

נישט צו פארגעסן.
אלכ סאטמארע זענען באנדיטן
הק' בת קול.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אוגוסט 9, 2021 12:23 pm

· #479220
There you go

בת קול » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 3:36 am

· #480941
נעמען נעמען
אזויפיל פראבלעמען
קינד זאל זיך נישט שעמען
באבעס נישט קאמפלעינען

אברהם יצחק יעקב משה
שרה רבקה רחל לאה
תירוצים טרעפן קליינע גרויסע
צומישן די שטן אויב האט ער א דעה

וועלן עפעס זיס מיט חן
קען פשוט נישט מחליט זיין
אין וועמענס וועגן נאך צו גיין
די פרעשור איז אן, נאך געציילטע וואכן פארהאן

איבער און איבער מ'קייט
יעדע מאנטאג און דאנערשטאג
כאילו יעצט מ'גייט
רעזאלווען דעם קאנפליקט

ביז מען ווערט מיד פון דעם
און מחליט מען דארף די זיסע פנים זען
ציילן אלע פינגער צען
אפשר וועט נאך שטארבן איינער ביז דען

רביה''ק זי''ע » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 8:50 pm

· #481001
א איד וואס פארשטייט נישט צו dark humor דארף נאכקוקן זיין ייחוס. 😃

בת קול » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 10:44 pm

· #481992
איך האב מורא
פון די ווייטאג
פון די קלאפענישן
פון מיין אטעם פארלירן

פיל מיט מרה שחורה
פון די טאג
פון די קאפ דרייעניש
פון אראפגיין פון זינען

איך ציטער
איך בין נישט גרייט
און איך גלייב נישט
אז מען קען אמאל זיין

איך וואונדער
זיך אויב סאויסייד
איז גרינגער נישט
ווי געבורט פיין

איך האלט זיך צאם
פארבינד מיין מח
נאך א טאג
נאך א שעה

ממש נאך א קליינע זמן
נאך אביסל כח
אביסל פלאג
און דו וועסט זיין דא.

מי אני » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 7:53 am

· #482019
בת קול
איך וואונדער
זיך אויב סאויסייד
איז גרינגער נישט
ווי געבורט פיין

דאס קען מרמז זיין און אָנרירן אויף דר. דוד בּענאטאר׳ס חקירה צי אנטינעיטעליזם איז מכריח פּראָמאָרטעליזם צי נישט.

בת קול » זונטאג אקטאבער 3, 2021 2:51 am

· #482348
אטעם טיף
שטעכט שארף
גייט דורך גיך
האלטן חשבון איך דארף

אפאר סעקונדעס
עס גייט פארביי
דערנאך פארשווינד עס
מיין אטעם איך באניי

שעות אדורך
עס קומט און גייט
אביסל איך פארכט
און אביסל אויך פרייד

איך ערוועק זיך
דורך געווייקט א נאסער
צייט צו איילן גיך
מיין פנים א בלאסער

די צייט פארלאפן
עס ווערט שוין שפעט
אן אכטער אפען
קיין עפידורעל מען געבט

פיל מיט יואש איך ווער
נישט פאר מיינע כוחות
איך ווער געווארן אבער
אז אלץ איז אין די מוחות

סעקונדען געציילטע
און דו בוסט שוין דא
א געבורט אזא געאיילטע
שעפעלע זיסע, ברוך הבא!

תרמב » זונטאג אקטאבער 3, 2021 2:52 am

· #482349
מזל טוב! מזל טוב! זאלסט זעהן אסאך אידיש נחת גרינגערהייט פון דעם קינד און פון אלע קינדער גרינגערהייט! מיט הרחבות הדעת!

מצפצף » זונטאג אקטאבער 3, 2021 4:14 am

· #482355
מזל טוב!

בת קול » דינסטאג אפריל 5, 2022 7:31 pm

· #497638
נעמסט איבער מיין וועזן
שעפעלע
גאנצעטע נעכט אויפגעוועזן
בשפע'לע

אין דיינע אויגן קוק איך
זיסעלע
אין דיין ווארעמקייט כ'וויקל זיך
אביסעלע

מיין האפענונג פאר אונז
טייערקייט
אלעמאל פילן ליבשאפט ביז
אן אייביגקייט

בת קול » דינסטאג אוגוסט 2, 2022 10:44 am

· #505556
פיבערסט
הויעך
מוטלאז
אן כח

איך וויקל
דיר איין
מעדעצין
לייג אריין

שאקל דיר
ליבלעך
קיש דיין
זיסע גריבעלעך

בוסט אויף
אין א געוויין
ביזן פרימארגן
שיין

ווען ס׳באווייזט זיך
מיט חן
א ווייסע
קליינע ציין!
בלאט: 1 2 3