☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » מאמישע געפילן

מאמישע געפילן

113 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10364
בלאט: 1 2 3

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יוני 18, 2017 8:46 pm

· #375693
Re: מאמישע געפילן
בת קול
גראדע האב איך עס געשריבן א וויילע צוריק.
אלעס איז פיין ב"ה.
זיין שארף אין די וועלט אריין העלפט נישט קיינעם.

@בת קול, גארנישט פערזענליך קעגן אייך ח"ו, איר מאכט הערליכע פאעזיע, ס'איז נאר די טאפיק וואס אסאך מענטשען ווערן באטראפן דערפון.

בת קול » מאנטאג פעברואר 19, 2018 2:53 pm

· #395937
באקן קיכן רויטע פיינע
א פורים ליסטע לאנג קעניינא
זיסע טשאקאלאד פארעמס פרירן
אויך פון די רויטע קאלירן

קוישעלעך די פונקטליכע מאס
אויך רויט קאליר אוודאי דאס
בילדער פון מיין רויטע צוקער
איינקויפן רויטע סטאפינג שטיקער

אלע באטלעך מיט סטיקער קלעבן
הויפן געלט אויף דעם אויסגעבן
יעצט פארווירקליכן אלע מעכטיגע פלענער
פון מיין פורים תשע"ח זיסע טעמע!

#ס'איזאסוד

בת קול » דינסטאג אפריל 17, 2018 11:05 pm

· #400082
פסח- דער וועקער 12
שאפע נאך שאפע
צימער נאך צימער
מיט א מאפ, מיט א שמאטע
רייניג איך וואו אימער

סקען זיין א ברעקל
סקען זיין א שטויבל
אין יעדע טיפע עקל
א ווישל, א רוימעל

יונגערמאנטשיק דו!
וואס ליגסטו אין בעט?
פארוואס אויפן קויטש ליינסטו?
וואס פעניעסטע אין טוילעט?

דו זעסט ווי דיין ווייב
דיין אשת חיל הארעוועט
פרעג איר טאקע אויב
קענסט העלפן מיט די ארבעט

ווען באקומסט שוין א דשזאב
טוה עס ווי מען ברויך
וויאזוי זי גלייכט
זי זאל זיין צופרידן אויך

און אויב העלפן אינדערהיים
איז נישט געמאכט פאר דיר
כאטש זאלסטו נישט ליידיג גיין
פארנט פון איר

א גוט ווארט גייט א ווייטע וועג
איז, שוין זיי נישט בכלל
פארשטיי די אנגעצויגענע טעג
פון א מאמע וואס ברענגט דעם יום טוב שטראל.

א איד » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 11:39 pm

· #400316
Re: מאמישע געפילן
זייער שיין, א פיינע אפדעיט.

סוי דו שנה ראשונה האט זיך שוין גענדיגט, יעצט הייבט זיך אן ריעל לייוו.

בת קול » דאנערשטאג יולי 12, 2018 1:47 am

· #408568
דעדליין
א געיעג
מארגן ברענגט
די ניין טעג

וואשן 'פרעש'
אלע וועש
ביגל און פרעס

א געמיש
זייף און וויש
יעדע דיש

די שפיגל, די ערד
שפריץ און קער
די מיסט װערט לער

די פרידזש, די אויוון
די טוילעט, די שויבן
אלעס רוימען

די גאנצע געפאטשקע
פון פילע הארעוואניע
ניין טעג שוויציגע וואקאציע

בת קול » מאנטאג יולי 16, 2018 2:14 am

· #408843
גראדע ברענגט עס ארויס מיין פוינט זייער גוט. די פרויען זענען סעקאנד קלעס באדינערס ביי אונז, און די מענער פילן זיך ווי דער קעניג אין פאלאץ.

אישתישבי » מאנטאג יולי 16, 2018 8:02 am

· #408855
ביסט ממילא א סעקסיסט, יא פאום אדער נישט.

בת קול » מאנטאג יולי 16, 2018 8:44 am

· #408857
איך קען פארנעמען הומער. איך הער אסאך כללות איבער פרויען דרייווער אויפ'ן ראוד. אויב עס פעלט פון זייער דרייווינג סקילס ווייס איך נישט, אבער עס גייט מיר נישט אן אז דאס איז דער דרייווערס אפיניען.

דאס אז אלע דזאוקס ביי א חתונה און שבע ברכות איז אלץ אויף די פרוי, דאס פארטראג איך נישט. פארוואס קען מען קיינמאל נישט לאכן פון זאקן וואס טרעפט נישט די העמפער און וויאזוי די מענער מאכן נישט זייערע בעטן? פארוואס איז עס אלץ די פרוי'ס פארברענטע סאפער און ווי קליין איר שכל איז?

וואלווי » מאנטאג יולי 16, 2018 9:01 am

· #408859
אונז אפערען equal opportunity sarcasm, פעלט דען כולל jokes ביי חתונות וועגען יונגעלייט ליידיגייען?

בת קול » מאנטאג יולי 16, 2018 9:11 am

· #408863
אנטשולדיגט, איך קען פארנעמען וויצן, אבער נישט ווען זיי זענען אלעמאל אויף פרויען.
בדחנים זענען נישט דא פאר א פלאטפארמע אויסצודריקן ווייטאג, זיי זענען דא מהנא צו זיין דעם עולם.
און איך קען נישט פארנעמען קריטיק, ווייל איך קען ביז דערווייל נישט פארנעמען קריטיק. עס האט נישט צו טוהן ווער עס גיבט מיר דעם קריטיק.

בת קול » מאנטאג יולי 16, 2018 9:13 am

· #408865
איך בין חסידיש סעקסיסט... איך זאג נישט אז גוים וואשן נישט דישעס... לאל.

זאגן אז מענער דארפן טראגן equal אחריות צום שטוב איז סעקסיסט?

אישתישבי » מאנטאג יולי 16, 2018 5:55 pm

· #408926
די אלא זאכען מיינען נישט קיין סאך, דער עיקר איז דער באנעמונג וואס מען האלט פין פרויען בעיקרון, זענען זיי פונקט אזוי גרויס צו האבן מיינונגען אין יעדעס ענין פונקט ווי מענער אדער נישט?

בת קול » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 1:19 am

· #411522
זוממער וועקער תשע"ח
עס קומט א היץ,
אין מיין דירעקציע.
"דרייסט זיך אין שמוץ"!
לעקציע נאך לעקציע.

דיין השקפות,
דיין חסידישע לבוש,
דיין פאבליק התנהגות,
שטומט פשוט נישט.

אויף סאציאל מידיע,
דו טיילסט צופיל מיט.
פאסטן יעדע דריטע,
וואך איז נישט גוט.

עס טוהט נישט פאסן,
וויאזוי דו קוקסט אויס.
זיך דרייען מיט די מאסן,
און לייקן די אומווערדיגע פאסט.

נאר משוגעים,
נאר צודרייטע לייט,
נאר פשעים,
דרייען זיך אויפן וועבזייט.

-----

פון א שמועס 8 יאר צוריק-
מיינסטו צייט איז שטיין געבליבן?
וואס לייגסטו די אלע דריק,
זענען מיינע אלטע דעות אין שטיין געשריבן?

דו קענסט מיר בכלל נישט,
איז טייל מיר נישט איין.
רוף מיר נישט אין איילעניש,
און טראל מיר נישט אריין.

אפשר בין איך נישט אזא צדיקות,
ווי דו מיינסט איך בין.
אפשר האב איך אפילו ספיקות,
אדער בין איך נישט אזוי שטארק פרום.

אפשר האב איך סתם א יצר הרע,
צו קוקן דא און דארט.
אפשר האב איך פשוט הנאה,
צום געשריבענעם ווארט.

און סיי ווי סיי-
וועט דיין מהלך נישט העלפן דיין בושה.
ס'איז נישט כדאי,
פלוצלינג אנצוטוהן א מאנטל פון קדושה.

לעב דיין לעבן,
איך לאז דיר גערן,
און קענסט מיר אויך געבן,
די פריוועליגיע זעלבסשטענדיג צו ווערן.

א איד » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 7:06 pm

· #411559
Re: מאמישע געפילן
וואס איז שוין געשעהן יעצט? איך האף אז עס איז נישט פונעם מאן?

בת קול » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 10:33 pm

· #411572
אן אלטער "פריינדינע" וואס דרייט זיך אויף סאציעל מידיע, און ניצט דאס צו שפיאנירן, דזאדשן, און מוסר'ן.

הוגה » מוצ"ש סעפטעמבער 1, 2018 9:42 pm

· #412212
כ'האב זייער הנאה געהאט צו ליינען דער פאעמע אין די וועקער. יישר כח.

בת קול » זונטאג סעפטעמבער 9, 2018 8:58 am

· #412705
היינט איז די טאג
אפוועגן די יאר'ס וואג
און א חשבון הנפש צו מאכן,

אויב צופרידן בין איך
וויאזוי מיין לעבן פירט זיך
אדער וויל איך אויפטוישן אפאר זאכן,

מיינע מחשבות איך פרוביר
צאמקלויבן אין מיר
זיי זענען איבעראל און אין ערגעץ,

צאמרוימען די דירה
וואו איז מיין גבורה?
איך מאך יעצט א חשבון הנפש!

נישט פארגעסן פאקן דעם קיטל
וואס פארברענג איך מיט ביטול?
ס'איז וויכטיג אבער נישט יעצט,

מיין צוקערלס האניג מיט עפל
פאק איך אין פעקל,
און מאך נאך א החלטה פעסט.

-----

אפשר אין די צייט
בין איך נישט ממש גרייט
זיך געבן א קלאר בליק אין שפיגל,

אז איך אנטלויף
און מעשיות איך אפקויף
אז איך דארף יעצט וויכטיג אפבאדן מיין יונגל.

בת ים » מאנטאג אפריל 22, 2019 2:58 pm

· #428860
רויטע בעקעלעך
רינדיגע אויגעלעך
בלאנדע לאקעלעך
מיין טייערע נשמה'לע

איך קוק אויף דיר
א קלאפ אין הארצן
איז שוין גאנצע דריי יאר
זייט דו ביסט געבוירן, אינגאצן?

ליסטיג און לעבעדיג
פריילעך און פיל מיט חן
זארגלאז און צופרידן
שפילסטו אזוי שיין

קאלירן און שעיפס
נומבערן און אלף בית
זינגען ABC’s
אלעס שוין דו ווייסט

דערציילסט מעשיות
און מאכסט א גערידער
קענסט גוט די פרשיות
און זינגסט אלע לידער

שפרינגסט און טאנצט
עסן און אנטוהן אליינס
יעדן טאג דו איבעראשסט
מיט דיינע קינצן איינס ביי איינס

מיין קליינע בעיבי יונגעלע
שוין גארנישט אזוי קליין
מיר גייען דיר בקרוב פירן
אין חדר אריין

אפשערן דיינע האר
לאזן פאיות צוויי
אנטוהן דיין זיסע קאפל
און באקומען א צורה ווי ניי

די געפילן א געמיש פון
פרייד און אויך זארגן
איך וואונטש דיר אלעם גוטן
פיל גליק צום נייעם מארגן

גוטע נאכט זיסקייט...

בת ים » מאנטאג אפריל 22, 2019 2:59 pm

· #428861
#שפאר אויף מיין ניק
#דיסקרימינעשאן אין קאווע שטיבל קעגן פרויען
📎 D141D61C-D39F-48A4-8E0A-114EE5E968B7.jpeg

בת קול » פרייטאג מאי 3, 2019 1:31 pm

· #429586
שליסל חלה
געקאכט די זופ
די פיש
די לאקשן
טשולנט, אייער
פלייש
איך האב שוין

אקאמפלישט
און שטאלץ
איך דארף זיך שפירן
קאמפלעקס
און ווייניג זעלבסט שאץ
טוהן דאס אבער ריאנירן

הערליכע בילדער
ווערן געשיקט
צו מיין אדרעסע
פון באצירטע
שליסל חלה
אלץ שענער און בעסער

גוטע השפעות
מ'וויל אריינבאקן
ביי זיך
פרנסה און נחת
וואונטשט מען
פון קיך

וואס איז די פראבלעם?
וואונדערן
זיך ענק אלע,
כוועל ענק זאגן די סוד
כהאב נאך קיינמאל
געבאקן חלה

#mothersguilt

בת קול » דינסטאג יולי 9, 2019 12:56 am

· #432859
Boredom is timeless
And forever
And vain
Boredom is empty
And huge
And lame
Boredom is hateful
And angry
And shame
Boredom is lonesome
And depressing
And pain

בת קול » דינסטאג יולי 9, 2019 2:36 am

· #432864
פארלירן א באליבטן
א פארלוסט פריוואט
קען נישט קלאגן
ווען באמת נישט געהאט

זיצן שבעה אין הארצן
די זעלבע ארט וואו
געהאלטן די געפילן
פון ליבע דערצו

איז מעגליך צו פארמאגן
אזויפיל געפילן אין זיך
ווען נישטא מיטצוטיילן
קיין איינע פון זיי מיט דיך

די מחשבות דערשטיקן
צייט צו לאנדען פעסט
צוריקקערן זיך צו וואס
איז מיין ריאליטעט יעצט

בת קול » דאנערשטאג יולי 18, 2019 1:17 am

· #433311
סאיז אלעמאל דא עפעס
מיט וואס צו זיין פארנומען
ווען דורכאויס די געפילן רוישן
און כקען זיי נישט בייקומען

סאיז קיינמאל די ריכטיגע צייט
צו נעמען דעם שריט
דא צופיל איבערצולאזן
כזאל האבן די מינוט

כדארף ביגלען די העמדער
א גאנצע סינק נאך קלינען
כדארף דעוועלאפן די לעצטע בילדער
אויב נישט איך ווער וועט עס ארגענעזירן

כדארף אויסמעקן מיינע שמועסן
מיט געוויסע פארשוינען
מיין גאנצע אינטערנעט פרעזענס
אויב רינט ארויס וועט זיך נישט לוינען

ווער וועט נעמען קער
פון מיין זיסע נשמהלע
אז מאמי איז נישט דא
וועט ער ווערן א פארטומלטע

כהאב אלעמאל געוואלט א מיידל
זאל איך אויף דעם אויפגעבן
כבין נישט אין די ריכטיגע גיסטע
צו ערציען נאך א לעבן

פאר א נויט דארף איך אויך
א צוואה שרייבן
צוטיילן מיינע זאכן
פון וואס וועט איבער בלייבן

כוואלט געדארפט שאפן
א פאליסי אויכעט א גוטע
זאלן זיי כאטש הנאה האבן
כאטש סוועט זיין ביטער

כדארף אויפזיכן
וויפיל איז גענוג צו נעמען
צו גיין די מערסטע רוהיג
ווייל מיין גייסט טוט צופיל שטורעמען

----

דערווייל בין איך נאך דא
ווייל כהאב צופיל אחריות
אדער אפשר וויל איך נישט באמת
קאפ דרייענישן, גיי פארשטיי עס

איך אויך » דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:54 am

· #433325
איך וויל דיר לייקן, אבער עפעס לייקט זיך נישט קיין סועסייד נאוט.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 18, 2019 12:22 pm

· #433327
איך אויך
איך וויל דיר לייקן, אבער עפעס לייקט זיך נישט קיין סועסייד נאוט.

איך האב דאסמאל דווקא יא געלייקט, להוציא מליבן. ס'איז שוין העכסט צייט אויפצוהערן מיט די לאזונגען, און אנפאנגען דיסקוסירן זעלבסטמארד ווי נארמאלע מענטשן.

There is but one truly serious philosophical problem, and that is suicide. Judging whether life is or is not worth living amounts to answering the fundamental question of philosophy. All the rest — whether or not the world has three dimensions, whether the mind has nine or twelve categories — comes afterwards. These are games; one must first answer. - Albert Camus

בת קול » זונטאג יולי 21, 2019 3:08 am

· #433419
Runnin on a wheel
Like a hamster round
And round I go

There's something I feel
It just pounds
My head I don't know

Onto the next thing
A trip or a challenge
A debate or a fight

Making my heart sing
Making my soul lunge
Towards a goal in sight

And then its all over
Back to the point
Of return to none

Staring into each other
Me and my soul joined
In search of inner calm

קל וחומר » זונטאג יולי 21, 2019 3:20 am

· #433421
Re: מאמישע געפילן
מרת בת קול,
אויב ווילט איר נעמען דאס לעבן ווייל ס'איז אייך ענג אויפן יעצטיגן מצב, טראכט וועגן וויפול אנדערע וועט ענג ווערן דורך דעם שריט.
טאמער האלט איר אז עס איז נישטא קיין אנדערע וועג ארויס פונעם מצב (וואס איז מסתמא נישט ריכטיג), דאן קלערט אויב עס איז אפשר דא א וועג וויזוי צו לעבן און משלים זיין מיטן מצב.
עכ"פ, מען קען נישט מאכן באשלוסן בלויז ווייל אויפן מינוט קוקט דאס אויס ווי דאס בעסטע פאר 'זיך' ווילאנג עס וועט שעדיגן אנדערע.

בת קול » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 12:18 am

· #436462
You're shocked
You say
You didn't see it

You didn't think
I am this way
That I would've done it

Want to know
Why I need to write
For you to see

Nothing's new
About tonight
I speak but you never hear me

Why you never around
When I need you
Most

In so many ways
I do
Express I am lost

Always too tired
To be there
When I need you

I am worn out
Of being here
For me too

בת קול » דאנערשטאג יוני 25, 2020 1:11 am

· #453010
נאך אן אטאקע
די פערזענליכע מכה
פון געבוירן אלץ א נקיבה
אין די חרידישן געמיינדע.

ווייבערישע בלוט איז ביליג
אזויפיל זענען גרינג וויליג
צו דערנידערן און אראפצולייגן
מיט א גרינגייט, שטוינענד צו דערהייבן.

די מחיצה געבויט צו א פעסטע
אפילו מיט די רצון די גרעסטע
קען נישט בייגן די אלטע אייזן
זיך פארשטענדיגן אין אונזער קרייזן.

דער צווישנשייד איז אזוי ברייט
מיין מח פשוט נישט פארשטייט
פארוואס מען פארט צוזאם בכלל
ס׳איז גרינגער אליין דעם שיקזאל.

געוויסע זענען טאקע נישט נאריש
ערווארטן קיין פארשטענדעניש
פון א ליידיג פיסטן ארט
ווען עס געפינט זיך בכלל נישט דארט.

זעהט אויס עס מאכט נישט קיין חילוק
וויפיל יאר מען געבט פון זיך נישט גענוג
שטענדיג וועלן בלייבן מענער וואס ניצן
פרויען ביליג, כאילו מיר זענען וויצן.

אפשר איז נישט באשערט
דעם געפיל פון ווערן דערהערט
צו ווערן אנגענומען מיט מיין אנוועזנהייט
דערפאר נעם איך א פאזע פונעם וועבזייט.

צום ווידערזעהן.

פאליטיקאנט » דאנערשטאג יוני 25, 2020 1:23 am

· #453012
Re: מאמישע געפילן
שכוח @בת קול פארן ארויפברענגן דעם אשכול, איך האב עס געוויזן פאר מיין ווייב און זי האט שטארק הנאה געהאט!

מונטסורי » דאנערשטאג יוני 25, 2020 8:25 am

· #453022
@בת קול מיין לייק איז פאר די גראמען, נישט פאר די לעצטע שורה. איך פערזענליך וואלט זייער געוואלט דו זאלסט דא בלייבען.

מהיכי תיתי » דאנערשטאג יוני 25, 2020 5:24 pm

· #453056
דער יעניגער איז באגאנגען אן אומרעכט, כ'פארשטיי דיין ווייטאג. וואס זענען מיר אבער שולדיג?

בדרך צחות, מען זעהט ביזט טאקע אן אשה כשירה, ווערסט באליידיגט און באבלאזן...

מי אני » דאנערשטאג יוני 25, 2020 8:43 pm

· #453068
Re: מאמישע געפילן
בת קול

דער צווישנשייד איז אזוי ברייט
מיין מח פשוט נישט פארשטייט
פארוואס מען פארט צוזאם בכלל
ס׳איז גרינגער אליין דעם שיקזאל.

געוויסע זענען טאקע נישט נאריש
ערווארטן קיין פארשטענדעניש
פון א ליידיג פיסטן ארט
ווען עס געפינט זיך בכלל נישט דארט.
די פאעזיע וויל אפשר אויך ארויסברענגען אז טאמער נעמען מענער אן די גמרא׳ס הנחה פון טב למיתב טן דו (קידושין ז.), דארפ׳ן די מענער אויך אננעמען די גמרא׳ס הנחה אז ס׳איז יא דא בינה יתירה באשה יותר מבאיש (נדה מה:). (ואל תשיבני מדעתן קלה (קידושין פ:).)

mevakesh » דאנערשטאג יוני 25, 2020 9:40 pm

· #453071
מהיכי תיתי
דער יעניגער איז באגאנגען אן אומרעכט, כ'פארשטיי דיין ווייטאג. וואס זענען מיר אבער שולדיג?

בדרך צחות, מען זעהט ביזט טאקע אן אשה כשירה, ווערסט באליידיגט און באבלאזן...

איך האב שוין געוואלט מגיב זיין צו בת קול אז איך זעה נישט מען זאל גרינגשעצן פרויען אבער דעמאלק האב איך געזעהן דעם צחות זעה איך אז יש דברים בגו

מהיכי תיתי » דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:51 pm

· #453084
mevakesh
מהיכי תיתי
דער יעניגער איז באגאנגען אן אומרעכט, כ'פארשטיי דיין ווייטאג. וואס זענען מיר אבער שולדיג?

בדרך צחות, מען זעהט ביזט טאקע אן אשה כשירה, ווערסט באליידיגט און באבלאזן...

איך האב שוין געוואלט מגיב זיין צו בת קול אז איך זעה נישט מען זאל גרינגשעצן פרויען אבער דעמאלק האב איך געזעהן דעם צחות זעה איך אז יש דברים בגו

אנטשולדיגט מיר זייער, אבער די נאטור פון א פרוי בלייבט די נאטור. די גמרא זאגט נשים דמעתן מצוייה. דאס הייסט נישט גרינגשעצן לדעתי.

ובאם פגעתי חלילה הריני מוסר מודעה ומתוודה. בת קול דו ביזט אן עסעט צום געמיינדע, בלייבזשע מיט אונז!

real fake news » פרייטאג יוני 26, 2020 12:21 pm

· #453111
אפשר אז סוועט זיין מער פרויען אויף קאווע שטיבל, וועלן מענטשן אזוי ווי @מהיכי תיתי אביסל קליגער ווערן., און זיך איבערצייגן אין זייער דיסקרימינאציע.

מיינונגזאגער » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 8:09 am

· #456950
Re: מאמישע געפילן
בת קול
די הויז פליעט
כ'בין אזוי מיד
קיין כח נישט
אראפצופאקן פון טיש

די נעכטיגע קנישעס
וואשן אלטע דישעס
די הויט ברענט
אפילו שמוציג מיינע ווענט

פארוואס? זאג מיר ביטע
קען איך נאר איינמאל א שמיטה
אויף רוימען מיין הויז
די בושה איז גרויס

פונקט דריי מינוט פארביי
ווען געמיינט אז זיך אויסשטרעקן איך גיי
ווייל מיט שמחה מיין שוויגער רופט מיך

"איך קום יעצט ארויף פאר א באזוך"!
[emoji1]

Sent from my SM-T867V using Tapatalk

בת קול » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 2:13 am

· #460162
ווייסט
סאיז שפעט אויך פאר מיר
און איך האב
שוין נישט קיין כח

הערסט
זיך קיינמאל נישט צו
אפילו ווען איך
רעדט הויעך

דיין אייגענע
העמדער ביגל פליז
און זאג מיר נישט
זיי צו שיקן

צו די
קלינערס
ווייל די בוסט
פויל זיי צו דריקן

כגיי זיי פארברענען
ניין פארדארבן
אראפ ווארפן
אלע שטיגן

ביי די קעצלעך
וועלן זיי לאנדן
ארויס אויפן porch
מיט אלע פליגן

פאר א
גוט יאר
ביגל
זיי

פאר א
שווארץ יאר
א גאנצע וואך
זיי

נערווירן

איך וויל
שוין נישט
זעהן

איך וויל
שוין נישט הערן
פון דעם

ווי לאנג
וועט געדוירן ביז
וועסט ביגלען
איין דעמן העמד

אויב גייסטו
שלאפן איידער סאיז
געביגלט
וועט זיין די ענד

———

ס׳קומט טאקע נישט יעצט אריין
אבער איך האב עס אין די ארכיוון געטראפן
אויסגעפלאצט אין א געלעכטער
און תיקף געמוזט דא אראפ דראפן.

#overtiredbrainalert

בת קול » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 2:27 am

· #460164
איז מעגליך צו זיין הויעך
אן וויין אן ברוינפן
אן צוקער אן דויפן
אן דראגן אן זויפן

איז מעגליך צו זיין הויעך
אן תורה אן לערנען
אן גאוה אן עפעס ווערן
אן רעדן אן הערן

איז מעגליך צו זיין הויעך
אן שלאף אן עסן
אן מוזיק אן אינטרעסן
אן געדענקען אן פארגעסן

איז מעגליך צו זיין הויעך
אן מענטל העלט פראבלעמען
אן סטיגמע אן זיך שעמען
אן מיטיילן (ווייל סנישט דא מיט וועמען)

בת קול » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 2:30 am

· #460165
ווער דארף שלאף
ווען סדא לבנה און שטערן
פארוואס די צייט פארשפילן
ווען אין די צייט קען מען קלערן

טיפע געדאנקען איבער זיך
וואס וועט פון מיר ווערן
פון אנדערע אין מיין לעבן
יעצט קען איך אלעס הערן

אויב סאיז דא א גאט
און אויב עס מאכט מיר אויס
וועל איך טוישן מיין לעבנס גאנג
אויב איך האב די זאך ארויס

בין איך צופרידן פון מיין פירונג
זאל איך זיין מארגן ערגער אדער בעסער
זאל איך פאלגן די פארשריפטן
אדער וואוילער לויטן אנגעצייכנטע מעסטער

זאל איך זיין זיסער אדער שטייפער
מיט מיין באנעמונג צו די וואס איך האב ליב
בין איך בארעכטיגט אלעס צו לאזן פליען
ווייל איך האלט נישט ביים נעמען קאנטראל פון די גאנצע שטוב

זאל איך בלאזן אדער שלינגען
איגנארירן ווען איך פיל זיך געשטאכן
אפשר מיינט קיינער מיר נישט צו טשעפען
און כפיל סתם אזוי צובראכן

הערט כאטש איינער מיינע געדאנקען
וואס פלעגט מיר זיין געפערליך שווער צו 'שערן'
ווען יעצט רעדט איך אן אויפהער
ווי א געבעט מזאל מיר אויסהערן

איך ווייס שוין אליינס נישט
איך רעדט שוין צאם אזויפיל שטותים
איך פרעג סתם אבי קשיות
אבער וויל די ענטפערס נישט וויסן

בת קול » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 2:38 am

· #460166
Sleep my dear
So peacefully
As the rain
Pitter patters
Down the pane

Down the sukkah walls
Drowning the aunts
And all our sorrows

While I am up
And full of life
Feeling in control
Like the take charge wife

When it is probably just
Another manic episode
Unchecked left alone

Until dawn rises
When tiredness
Will overcome

And prevail
Above all else

Sweet dreams
While you create
A better
Tomorrow

moneyminded » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 3:33 am

· #460167
Re: מאמישע געפילן
בת קול
ווייסט
סאיז שפעט אויך פאר מיר
און איך האב
שוין נישט קיין כח

הערסט
זיך קיינמאל נישט צו
אפילו ווען איך
רעדט הויעך

דיין אייגענע
העמדער ביגל פליז
און זאג מיר נישט
זיי צו שיקן

צו די
קלינערס
ווייל די בוסט
פויל זיי צו דריקן

כגיי זיי פארברענען
ניין פארדארבן
אראפ ווארפן
אלע שטיגן

ביי די קעצלעך
וועלן זיי לאנדן
ארויס אויפן porch
מיט אלע פליגן

פאר א
גוט יאר
ביגל
זיי

פאר א
שווארץ יאר
א גאנצע וואך
זיי

נערווירן

איך וויל
שוין נישט
זעהן

איך וויל
שוין נישט הערן
פון דעם

ווי לאנג
וועט געדוירן ביז
וועסט ביגלען
איין דעמן העמד

אויב גייסטו
שלאפן איידער סאיז
געביגלט
וועט זיין די ענד

———

ס׳קומט טאקע נישט יעצט אריין
אבער איך האב עס אין די ארכיוון געטראפן
אויסגעפלאצט אין א געלעכטער
און תיקף געמוזט דא אראפ דראפן.

#overtiredbrainalert
היינט איז דא די
No iron shirts
ווער ביגעלט נאך העמעדער

אבער די איידיע איז זיס ווי צוקער

בת קול » מאנטאג יאנואר 11, 2021 11:59 am

· #465500
Choices

To love or to exist
To numb or to grieve
To remember or forget
To stay or to leave

To take the risk
Or to let go
To fool myself
Or let them know

Tear the others
Or myself
Or both
Or get help

I can’t give up
On my dream
I need to take
Responsibility

Will I choose
Or will it choose me
If I give up
?Can I ever be free

יעקב מעקסוועל » דינסטאג פעברואר 2, 2021 3:43 pm

· #466376
באקומען אין אישי, געשריבן דורך א פרוי.

Like a bird
let loose
from
its cage
leaving the home
of my origin
unlatched the door
of entrapment
and the spirit in me
was released
from
confinement

,Six weeks later
the nausea
the fatigue
and the shocking
realization
that a life
was
developing
in the
holy of holies
of
my womb

The sense
of invasion
intrusion
defeat
protest
the shock
and horror
of returning
to entrapment

The impact
of the news
and the chains
it draped
over
the dreams
of my
fledgling
life

The angst
has
lived
inside me
for
twenty years
still

Yet day
after day
week
after week
month
after month
I'd recommit
to hanging in
to remaining
by his side
joyfully
supporting him
in living
an
inner-directed
life

And
each day
a grief
of dreams
,left dangling
each day
a longing
of a life
,unexplored
of a fuller
life
unlived

Each day
tripping
over oceans
of resentment
of entrapment
of being tethered
to a child

Each day
a longing
to fly
as a bird
uncaged
unconstrained
by a child
.to care for

And today
the matchmaker
she calls
she's friendly
she says my son is a wonderful boy
and she knows of a wonderful girl
and she thinks it's a match
to be considered

A familiar
horror
that's
kept
me company
for
,twenty years still
it rests
beside my heart
its silence
louder than
words

It's
contemplating
this fork
in the
road

Will I
be
a party
to
draping
this cloak
of entrapment
upon my son's
fledgling life

or not

בת קול » דינסטאג פעברואר 2, 2021 5:03 pm

· #466384
Give your son the choices
You never had.

Knowledge is power.

בת קול » דינסטאג פעברואר 2, 2021 5:05 pm

· #466386
איין טאג יא
איין טאג ניין
געלאזט די לעבן זאל
אנגיין

יעדע אקט
האט א פרייז
איך בין נישט שאקט
אז דאס איז מיינס

איך טרוים
אויב יעצט געבויט ווייטער
נאך א צוים
אדער א לייטער

נישט דא קיין ברירה
איך אקצעפטיר
דאס איז מיין גזירה
ס'דא א צייכן פון לעבן אין מיר.

בת קול » מאנטאג יולי 19, 2021 11:42 pm

· #477981
פלאטערט מיין געוויסן
אדער דרייען זיך מיינע קישקעס?
איך פרוביר זיך אויסרוהען אביסל
אבער שטויס נאך שטויס איך פיל עס.

נערווירענד אז מיין גוף
נישט נאר צו מיר געהערט,
אבער בארוהיגט אויך דעם געמיט
אז אלץ איז בסדר איז עס ווערט.

מפיל קינד » מאנטאג יולי 19, 2021 11:50 pm

· #477983
בשעה טובה ומוצלחת!

געדענק מיר צו לאדענען צום קידוש.

תרמב » מאנטאג יולי 19, 2021 11:51 pm

· #477984
’’מפיל קינד’’ שטיי נישט דא

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 19, 2021 11:56 pm

· #477985
ביזטו אפשר...? עה, כ׳גלייב נישט א זי איז עס. 😂
בלאט: 1 2 3