☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם קאווע שטיבל

שלום עליכם קאווע שטיבל

91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10268
בלאט: 1 2

קאפיטאן » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:27 pm

· #324968
שלום עליכם קאווע שטיבל
(א ווארט פון קעלנער)

שלום עליכם טייערע חברים,

אלץ א קאווע שטיבל מעמבער וואס האט ווי פילע אנדערע זייער שטארק נישט געוואלט דאס פלאץ זאל ווערן אפגעשפארט, האב איך באלד אנפאנג ווען קעלנער האט געמאלדן אז ער וויל אויפגעבן זיין מנהל'שאפט און דאס וואלט געמיינט אז דאס שטיבל ווערט פארמאכט, אנגעטראגן מיין גרייטקייט צו שטיין צו הילף מיט וואס נאר מעגליך, און אפילו איבערצונעמען זיין ארט אז דאס פלאץ זאל קענען בלייבן אפן.

עס איז נישט קיין סוד אז די מעלדונג האט ביי א גרויס טייל פון אונזערע מעמבערס געברענגט א טרויער. זעענדיג ווי שטארק דער ציבור וויל באמת אז דאס שטיבל זאל בלייבן אקטיוו ווי ביז יעצט, האט קעלנער באוויליגט מיר צו טרעפן פערזענליך און מיר איבערגעבן די פירערשאפט. און איך בין זייער דאנקבאר אז ער האט געזעהן אין מיר דער פאסיגער מענטש איבערצונעמען די פאזיציע. ‎דערפאר נעם איך עס אויף מיינע פלייצע און פון יעצט און ווייטער וועל איך שטיין בראש און פרובירן אנפילן די שיך פון קעלנער. איך ווייס די אחריות, און איך פארשטיי אז עס איז נישט קיין לייכטע אויפגאבע, אבער וויסנדיג אז די עתיד פון קאווע שטיבל איז אין דעם געוואנדן, האב איך עס גענומען אויף מיר, און איך האף אייך אלע צו קענען באדינען און צופרידנשטעלן.

אין די יעצטיגע צייט ווען מ'מישט איבער א ניי בלעטל בין איך גרייט צו הערן אלע הערות און הצעות מיט וואס מ'קען פארבעסערן קאווע שטיבל. יעצט איז די צייט צו פארשלאגן געדאנקען און עצות ווי אזוי צו פארבעסערן און פארשענערן אונזער שטיבל, פאר סיי וועלכע הערות קען מען זיך ווענדן אין אישי.

ווי עס איז אלעמאל געווען די פלאן פון קאווע שטיבל וועל איך פרובירן צו האלטן די צענזור צו א מינימום, און זיך נישט פארלאזן אויף מיין אייגענע שיקול הדעת, נאר זיך דורכרעדן מיט די אנדערע מנהלים. אויב שפירט איר אז איר זענט געהאנדלט געווארן נישט יושר'דיג קענט איר אלעמאל זיך ווענדן צו מיר פריוואט און איך וועל אייך פרובירן צופרידנשטעלן לויט מיינע בעסטע מעגליכקייטן, און אין איינקלאנג מיט די תקנות פון די גרינדערס פון קאווע שטיבל.‎
קאווע שטיבל איז פון די ערשטע טאג געווען געשטעלט מיט'ן געדאנק פון אנאנימיטעט, דאס הייסט אז כדי יעדער זאל זיך קענען שפירן באקוועם און שרייבן אלעס וואס ליגט אים אויפ'ן הארצן, קען מען זיך באנוצן מיט א ניק-נאמען, סיי די מנהלים און סיי די מעמבערס, און דאס איז עפעס וואס קומט אויס דאס בעסטע און באקוועמסטע פאר רוב חברים, און טוט שטארק ביישטייערן צו וואס קאווע שטיבל האט זיך ערווארבן דורכאויס די לעצטע פיר יאר. מיר בעטן אלעמען ווייטער צו רעספעקטירן די פריוואטקייט פון אלע מעמבערס צוגלייך.

אן קיין שרייבערס איז נישטא קיין קאווע שטיבל. מיר בעטן אלע וואס האבן הנאה פון די פלאץ און ווילן עס זאל ווייטער האבן אן עתיד ביטע שרייבט, לייקט, קאמענטירט, און האלט דאס פלאץ אקטיוו און פריש, אז אנדערע זאל הנאה האבן און אויך וועלן שרייבן, און קאווע שטיבל וועט ווייטער קענען אנגיין מיט א שטארקייט בעז"ה.

אייער ידיד,
קאפיטאן

נעגעל וואסער » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:39 pm

· #324972
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
שלום וברכה הער קאפיטאן!
יישר כוח מעומק הלב פארן ראטעווען די מצב. שכרך הרבה מאוד!
ימים על ימי מלך תוסיף וגו'

פרייוויליג » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:41 pm

· #324973
וואס גייט זיין מיט מאחורי?

לעיקוואד » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:50 pm

· #324977
שלום עליכם הער קאפיטאן,

אלץ אונזער נייע אומערוועלטע באלעבאס, וואס ווי מאנכע האבען ארויסגעברענגט אין פארשידענע אשכולות אין די לעצטע טעג, מיינט דאס אז אלעס וואס מען גייט דא טוהן און שרייבען איז תלוי אין דעם וואס מען טראסט אייך, און מען פארשטייט אז איר זענט די פריוואטע בעל הבית פון שטיבל וואס איז אינגאנצן בארעכטיגט צו טוהן מיט דעם וואס איר ווילט, ביז צו פארמאכען די גאנצע זאך, אדער פארקויפען פאר כל המרבה במחיר, אדער סיי וועלכע שינוי והנהגה כאדם העושה בתוך שלו.

וואלט איך געוואלט לפחות וויסען ווער איר זענט. איך דארף נישט קיין נאמען, עס גייט מיר נישט אן טאמער איר הייסט משה יאנקלוויטש אדער יאנקל חיימאוויטש, נאר בערך פון וואו איר קומט, (למשל חסידיש/ליטוויש, אלט/יונג, בייז אויפ'ן סיסטעם/פרא דער סיסטעם, באבוב 45/באבוב 48, סטוטשין תולדות יהודה/סטוטשין יודקאווסקי, וכדומה, זאכען וואס מען ווייסט דא על הרוב אויף יעדער אנדערע ניק) וואס איז דאס וואס ציט אייך קיין קאווע שטיבל, און וויאזוי איר זעהט דער מטרה און תכלית פון דער פלאץ, לויט וואס איר פלאנט דאס צו פירען.

ווי איך שטעל מיך פאר זענט איר נישט היינט אנגעקומען אויף קאווע שטיבל, וואלט נישט געווען מער ווי גלייך אונז צו פארציילען וואס אייער נארמאלע ניק איז. עס איז נישטא קיין נארמאלע סיבה דאס צו באהאלטען אויזער אז מען זאל אייך נישט קענען האלטען אחראי אויף וואס איר טוהט. ווי אויך וועט דאס אייביג גורם זיין א לזות שפתיים טאמער וועט דער מנהל זיך אריינמישען אויף א געוויסע צד אז ער נוצט אויס זיין כוח צו מעקן למשל דער וואס דינגט זיך מיט עם אין אן אשכול, וויבאלד ער קען דאך זיין יעדער ניק. פאר דער זעלבער סיבה וואלט געווען גלייך צו מאכן א תקנה אז די מנהלים זאלן אלעמאל מודיע זיין טאמער נוצען זיי דאפעלטע ניקס מאיזה סיבה שיהיה.

עס וואלט אויך געווען ריכטיג אז טאמער באקומט איר באצאלט פאר אייער פאסטן זאלט איר דאס מודיע זיין.

אן די מאס מענטשליכקייט בלייבט אלץ ביים אלטן, און ס'נישטא קיין טעם בכלל צו רעדן.

מיט עהרע,

יצחק.

שלמהלע » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:55 pm

· #324979
יישר כח קאפיטאן פאר׳ן ראטעווען קאווע שטיבל פון אונטערגאנג. זעהט אויס מיין השערה אין דעם תגובה איז נישט ריכטיגע געווען
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/324281">viewtopic.php?p=324281#p324281</a><!-- l -->

איך וועל מיך ווייטער ענדזשויען מיט קאווע שטיבל.

אבער קאפיטאן משימה גדולה נטלת על שכמך. דו שרייבסט אז ווי אלעמאל וועט מען האלטן די צענזור צו א מינימום. אדרבה! אבער זייער אסאך מאל איז דא וואס די דעת בעל הבית זאגט אז ״פרייהייט פון ווארט״ איז פאר אלעם, ווען צו די זעלבע צייט איז עס א אחריות גדולה עד למאוד כלפי שמיא. איך גיי נישט דא ברענגען קיין משלים, ווייל עס וועט זיך אנהייבן א וויכוח, יעדער האט אנדערע סטאנדארטן.. אבער אויב קאווע שטיבל ברענגט אראפ אפילו איינעם צו זיין נידריגער אין אידישקייט איז עס אויף דיין אחריות. און פארשטייט זיך פארקערט אויך אויב וועט ארויסקומען אז אידן וועלן נתעלה ווערן וועט עס זיין דיין שכר.

איי ריעלי דאונט קער צו איך בין א דעת יחידאה דא, איך האלט אז איבערנעמענדיג די לייצעס זאלסטו דוקא יא קאנסידערן צו האבן א שטייפערע האנט אויף תגובות וואס שמעקן פון פריקת עול, ניבול, ליצנות פון סיי וועלכע סטאנדארט אין אידישקייט. איי ״קאווע שטיבל״ באלאנגט אן קיין צענזור? קאווע שטיבל איז נישט אייגנארטיג דוקא מיט די צענזור חלק - עס האט נאך אסאך גוטע חלקים, נישט צענזורירן תגובות וואס קענען אראפברענגען מענטשן צו נידריגריע דרגות איז א מאסיווע באמאסטישע פאראנטווארטליכקייט.

בברכת צלח ורכב

א איד » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:00 pm

· #324981
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
איך ווארף זיך אונטערן נייעם מנהל, וואס דו הייסט וועל איך פאלגן

בן אדם » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:01 pm

· #324982
אזעלכע תגובות האט מען נאך געזען אין 2012
יעצט איז פשוט א התחדשות, און ס'חזר'ט זיך איבער.

שושן פורים » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:06 pm

· #324984
איי גאט א פילינג אז הער @קאפיטאן איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי אונזער אלעמען באליבטער @אנאנים

mevakesh » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:06 pm

· #324985
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
ישר כוח הער קאפיטאן פארן אננעמען די שווערע אויפגאבע
איך בין מסכים מיט איין פרט מיט לעקוואד אז עס וואלט געווען א גלייכע זאך צו לאזן וויסן אייער ארגינאלען ניק וואס דורך דעם וועלן מיר קענען בעסער פארשטיין וואס אייער מטרה איז מיטן שטיבל
נ.ב. איך פארשטיי אז עס קען זיין קאמפליצירט דאס צו טוהן אלס גילוי וכדומה אבער פון די אנדערע זייט איז דאס וויכטיג פאר די טראסט

בן אדם » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:08 pm

· #324986
שושן פורים
איי גאט א פילינג אז הער @קאפיטאן איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי אונזער אלעמען באליבטער @אנאנים

עה, וואס עפעס? איך האב א פילינג אז ס'איז לעיקוואד בכבודו ובעצמו...

שמעון וואלף » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:11 pm

· #324987
פרייוויליג
וואס גייט זיין מיט מאחורי?


ששששש
זאגסט הויך וואס יעדער טראכט

שמעון וואלף » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:15 pm

· #324988
שלום עליכם @לעיקוואד. מ'זעהט אז די האסט שוין לאנג נישט געשריבן. 5 מאל האסטי געדארפט רעדאגירן דיין תגובה

אחד העם » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:29 pm

· #324993
לעיקוואד
ווי איך שטעל מיך פאר זענט איר נישט היינט אנגעקומען אויף קאווע שטיבל, וואלט נישט געווען מער ווי גלייך אונז צו פארציילען וואס אייער נארמאלע ניק איז. עס איז נישטא קיין נארמאלע סיבה דאס צו באהאלטען אויזער אז מען זאל אייך נישט קענען האלטען אחראי אויף וואס איר טוהט. ווי אויך וועט דאס אייביג גורם זיין א לזות שפתיים טאמער וועט דער מנהל זיך אריינמישען אויף א געוויסע צד אז ער נוצט אויס זיין כוח צו מעקן למשל דער וואס דינגט זיך מיט עם אין אן אשכול, וויבאלד ער קען דאך זיין יעדער ניק.

עס וואלט אויך געווען ריכטיג אז טאמער באקומט איר באצאלט פאר אייער פאסטן זאלט איר דאס מודיע זיין.

אן די מאס מענטשליכקייט בלייבט אלץ ביים אלטן, און ס'נישטא קיין טעם בכלל צו רעדן.

איך גלייב אז יעדער אנשטענדיגער מענטש איז מסכים מיט דעם.
נאך פארן זעהן קאפיטאן'ס תגובה, נאר קעלנער'ס הודעה, האט מיר געכאפט דעם קיצל.
און מען האט שוין די טענה געהערט די לעצטע שטיק צייט, סיי יעצט, און ביי ביי די פריערדיגע מערכה, און אויב האט קאפיטאן זיך אונטערנומען די משימה אן נעמען אין חשבון אז מען זאל אים קענען טרעיקן דאס מינדעסטע, לפחות וועלכע ניק ער איז, איז דאס א פרעכע עוולה, און א זדון פון חוסר אחריות. און דאס מיינט אז מען רעכענט זיך נישט מיט ריכטיגע טענות פון חברים דא.

בדרך אגב, שלום רבי יצחק, איך האב געבענקט נאך אייך.
כ'וועל נישט זאגן כהאב אינגאנצען פארגעסן פון דיר, כבאזוך דיין זייטל כסדר.
סאיז אבער נישט מיט דעם אומפארמאלע חן ווי דא אין שטיבל.

לעיקוואד » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:30 pm

· #324995
שמעון וואלף
שלום עליכם @לעיקוואד. מ'זעהט אז די האסט שוין לאנג נישט געשריבן. 5 מאל האסטי געדארפט רעדאגירן דיין תגובה

6 מאל. יעצט רעדאגיר דיין תגובה 😉 .

mevakesh » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:40 pm

· #325000
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
[ציטאט אראפגענומען]

אי משום הא קען ער עפענען א נייע ניק פון היינט און ווייטער

ירא שמים » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:40 pm

· #325001
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
וואס גייט דיך אהן? דו האסט א פראבלעם זיך צו דינגען מיט למעלה משבעים פון א״וו?

ברסלבער » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:43 pm

· #325003
שלום עליכם הער קאפיטאן. יהא בואך לברכה ולהרמת קרן השטיבל!
ניין, איך בין בכלל נישט אינטערעסירט צו וויסן ווער איר זענט. ווי לאנג קאווע שטיבל בלייבט שטיין, עס איז ווייטער דא א געשמאקע פלאץ וואו מען קען שמועסן און פארברענגען אינאיינעם, בין איך זייער צופרידן און פרייליך. א גרויסן דאנק פאר'ן איבערנעמען די לייצעס און נעמען אויף זיך די עבודת הקודש. זאל השי"ת אייך שטיין צו די האנט אז איר זאלט מצליח זיין בכל אשר תפנה.

און א באזונדערע דאנק פאר הרב @אנאנים פאר די גרויסע איבערגעגעבנקייט די אלע יארן. גאר אסאך האב איך קונה געווען און נהנה געווען פונעם שטיבל, און עס קומט אייך באמת א גרויסער הכרת הטוב.

גר ותושב » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:50 pm

· #325006
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
mevakesh
ישר כוח הער קאפיטאן פארן אננעמען די שווערע אויפגאבע
איך בין מסכים מיט איין פרט מיט לעקוואד אז עס וואלט געווען א גלייכע זאך צו לאזן וויסן אייער ארגינאלען ניק וואס דורך דעם וועלן מיר קענען בעסער פארשטיין וואס אייער מטרה איז מיטן שטיבל
נ.ב. איך פארשטיי אז עס קען זיין קאמפליצירט דאס צו טוהן אלס גילוי וכדומה אבער פון די אנדערע זייט איז דאס וויכטיג פאר די טראסט

אדרבא איך וויל נישט וויסן ווער דער הער קאפיטאן איז ביי מיר איז ער א בלענק טשעק מיט א גוטע קרעדיט

כוכב » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:59 pm

· #325012
תרשיש, תרשיש, טיקעטס צו תרשיש, מזל טוב צום קאפיטאן, נישט קיין גרינגער עולם דא, זאלסט נישט זאגן כאדיר נישט געווארנט.
אלנפאלס, קופער און משה געציל, מארנאצן און זר זהב, די קריזיס איז אווער, מיר קענען צוריקגיין אין מייזן לעכל, אונז האמיר דאך נישט קיין צייט.

mevakesh » מאנטאג מערץ 14, 2016 11:03 pm

· #325014
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
כוכב זיי אויך מודיע פאר בן תמליון יאיר ביבער...

ירא שמים » מאנטאג מערץ 14, 2016 11:10 pm

· #325015
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
קאפיטאן, פאר לעיקוואדס וועגן אפשר? ער גיבט אונז נאך א טשענס! אלע ווייסן גאנץ גוט אז מיר דארפן אים האבן, און אז אהן אים שטייט דאס פלאץ אויף אסאך א נידרעגרן ניווא.

אחד העם » מאנטאג מערץ 14, 2016 11:12 pm

· #325016
די אלע צדיקים ומוותרים וכולי, וואס ווילן נישט וויסען איבער קאפיטאן, זאלן מיר נאר זיין קלאר, אז ס'איז נישט פשט זיי זאגן אז ס'קומט אז קאפיטאן זאל נישט זאגן מער איבער זיך, ובפרט וועלכע ניק ער איז. ניין, נאר זיי זענען מוותר אויף א געוויסע רעכטן וואס זיי האבן. זיי פארלאנגן נישט וואס עס קומט זיך זיי. אבער נארמאל און שכל'דיג און מענטשליך איז ווי געשמועסט. ויתכן זיי זענען דאס אויך מודה.

נהורא נפישא » מאנטאג מערץ 14, 2016 11:14 pm

· #325017
די טענה קען איך פארשטיין.
וואס איז מיט די טענה אויב קריגט ער א געהאלט, צו וואס איז דאס נוגע ?

אחד העם » מאנטאג מערץ 14, 2016 11:16 pm

· #325018
נהורא נפישא
די טענה קען איך פארשטיין.
וואס איז מיט די טענה אויב קריגט ער א געהאלט, צו וואס איז דאס נוגע ?

איך בין טאקע זיך נישט מרכז אויף דעם.
אבער סאיז דא א שכל, אז אויב לייגט מען זיך אריין ביי יענעם אין די הענט, איז א לעגעטימער רצון צו וויסען וואס איז זיין אגענדע און וואס איז זיין פאזיציע.

נהורא נפישא » מאנטאג מערץ 14, 2016 11:20 pm

· #325019
ער נעמט דאך נישט קיין געלט פונעם עולם, אז איר ווייסט אז ער קריגט געלט פון א נדבן, וואלט איר ווען געהאט ספיקות אויב איר וואלט געשריבן דא ?

נהורא נפישא » מאנטאג מערץ 14, 2016 11:22 pm

· #325021
פארוואס איז געלט דא מער נוגע צו אגענדע ווי דאס אז ער דארף צו מפרש זיין אויב ער איז געי אדער אנדערע סארט זאכן.

גר ותושב » מאנטאג מערץ 14, 2016 11:26 pm

· #325023
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
אחד העם
די אלע צדיקים ומוותרים וכולי, וואס ווילן נישט וויסען איבער קאפיטאן, זאלן מיר נאר זיין קלאר, אז ס'איז נישט פשט זיי זאגן אז ס'קומט אז קאפיטאן זאל נישט זאגן מער איבער זיך, ובפרט וועלכע ניק ער איז. ניין, נאר זיי זענען מוותר אויף א געוויסע רעכטן וואס זיי האבן. זיי פארלאנגן נישט וואס עס קומט זיך זיי. אבער נארמאל און שכל'דיג און מענטשליך איז ווי געשמועסט. ויתכן זיי זענען דאס אויך מודה.

במחילת כבודו איר זענט נישט גערעכט איך וויל דייקא נישט וויסן ווער דער קאפיטאן איז און לדעתי לטובת השטיבל זאל ער נישט מגלה זיין ווער ער איז.
הער קאפיטאן האט באקומען יעצט א נייע תפקיד מיר אלע דארפן עים אן נעמען מיטן גרעסטן כבוד און זיך פארלאזן אז ער גייט טוהן אלעס וואס עס פעלט זיך אויס לטובת כולנו אן קיין איין זאטיגקייט לטובת א ניק אדער לטובת א שיטה איז צו גיין גראבן אין זיין פארגאנגען הייט צו ארויס האבן וואס ער פלעיגט האלטן האט נישט קיין פשט ווייל אפילו ער פלעיגט האלטן איין מהלך האט ער יעצט א אנדערע ציהל און דאס איז צו האלטן די שטיבל אויפן בעסטן אויפן.
און לטובת השטיבל איז בעסער אז ער זאל נישט זיין יומם ולילה אונטער א פארגרעסער גלאז מיר אלע דארפן זיך פארלאזן אויף עים ואסיים בברכת צלח ורכב על דבר אמת וכו'

ליפא » מאנטאג מערץ 14, 2016 11:26 pm

· #325024
אויב איז ער געי קען מען פארגעסן פון מאחורי 😉

יתרו » מאנטאג מערץ 14, 2016 11:28 pm

· #325025
איך הער די טענה פון פארשוויגן וחבריו, אבער פון די אנדערע זייט לו יצויר אז עס איז אנאנים אדער א צווייטער, קען זיין אז ער האט נישט אפגעהיטן זיין אנאנימעטי ווי עס ברויך צו זיין, און עס אי דא וואס ווייסן ווער ער איז אין פערזענליכע לעבן וואס דאס איז נישט געפערליך ווען מען רעדט פון אן אלגעמיינער ניק, אבער איז יא געפערליך ווען מען רעדט פון זיין א מנהל פון א סייט וואס איז אויסגעשפארט פון רוב חרדישע פילטערס.

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג מערץ 14, 2016 11:45 pm

· #325029
שלום וברכה הער קאפיטאן זאלט איר פירן דעם שיף על מי מניחות לאורך ימים ושנים. וויסן זאלט איר אז איר האט גענומען אויף אייך א שווערע אויפגאבע, נישט אזוי ווייט צוליב די ברויזענדע כוואליעס וואס קומען צומאל אינעם שטורמישען ים נאר צוליב די קאלירפולע און אפטע שווערע מיט-רייזענדע. זאל אייך הקב"ה שענקן חמה בינה ודעת ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט אלע רייזענדע אז יעדער זאל שפירן ווי לא הפליג הספינה אלא בשבילו.

ירא שמים » מאנטאג מערץ 14, 2016 11:47 pm

· #325031
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
פארוואס איז די ארבעט פון די אנדערע ניק לריק? ער קען טרענספערן זיין אימעדזש צו די נייע ניק און פארטיג.
סאיז אסאך היימליכער צו ווערן געפירט דורך א היימישער וואס מווייסט וואו אזוי צו רעדן צו אים זיין שפראך ווי איידער א מיסטריעזע מנהל וואס שפראצט ארויס פלוצלינג און ווערט תיכף פארשוואונדען, סאיז דיקטאטאריש.
אויב האט יענער א פראבלעם מיט זיין אידענטיטעיטוואס קען מען טוען אבער אז נישט פארוואס נישט.

לעיקוואד » מאנטאג מערץ 14, 2016 11:52 pm

· #325034
אויב איז די געהאלט נישט קיין נפקא מינה פארוואס האלט מען עס א סוד?

לעיקוואד » דינסטאג מערץ 15, 2016 12:01 am

· #325038
אויב האט דער מנהל פאראנוישע חששות אז ווער ווייסט וואס וועט געשעהן אז מען ווייסט ווער ער איז, איז וויפיל ער איז ראוי און מוכשר און רוצה בכך, ליידער קען ער נישט נעמען אויף זיך די הנהלה. יעדער פאזיציע פון שליטה האט מיט זיך זיין פרייז וואס מען דארף צאלן לטובת הציבור. אז איינער וויל שטארק זיין א רבי אבער ער האט עפעס א פראבלעם וואס איז עם מונע פון טוהן די יסודותדיגע פליכט פון א רבי, מוז ער אפאזאגען די אמט. מען קען נישט נעמן אויף זיך די שליטה און כוח איבער א ציבור און דערנאך זיך ארויסדרייען פון די פשוטסע חיובים צו זיי ווייל מען האט עפעס א פרעזענליכע אינטערעס.

דעת תורה » דינסטאג מערץ 15, 2016 12:06 am

· #325040
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
ס'איז נישטא קיין שום חיובים צו קיינעם. דער שטיבל האט זיך געהאלטן ביים פארמאכן, און א איד האט זיך אנגעטראגן צו נעמען דעם עול אויף זיינע פלייצעס. אשרי לו ולנו. ווער עס וויל נישט דא שרייבן אן האבן א פראפיל אויפן מנהל, איז וועלקאם זיך אנצוטראגן פארן אמט - אינאיינעם מיט זיין בייא. אדער ווארטן ביז אזא מנהל קומט אפיר.

ביז דערווייל, זענען מיר (איך) זייער דאנקבאר פאר סיי וועמען וואס שטייט אונטער דעם ניק @קאפיטאן, און איך זארג זיך מער פאר זיין אויסהאלט (קראפט) ווי פאר זיין געהאלט.

נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 15, 2016 12:07 am

· #325041
ס' קען זיין אז ער קען באשטיין מ'זאל מיינען אז ער ארבעט לשם מצוה , פאר וואס איז ער מחוייב מער ווי א צווייטער, ארויסצוגעבן פערזענליכע זאכן, ווען מ'קען נישט אויפווייזן אז ס'טוט אפעקטירן איינע פון די שרייבער, אז איינער שפירט אז ס'אפעקטירט אים מוז ער נישט שרייבן.

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 15, 2016 12:08 am

· #325042
לעיקוואד
אויב האט דער מנהל פאראנוישע חששות אז ווער ווייסט וואס וועט געשעהן אז מען ווייסט ווער ער איז, איז וויפיל ער איז ראוי און מוכשר און רוצה בכך, ליידער קען ער נישט נעמען אויף זיך די הנהלה. יעדער פאזיציע פון שליטה האט מיט זיך זיין פרייז וואס מען דארף צאלן לטובת הציבור. אז איינער וויל שטארק זיין א רבי אבער ער האט עפעס א פראבלעם וואס איז עם מונע פון טוהן די יסודותדיגע פליכט פון א רבי, מוז ער אפאזאגען די אמט. מען קען נישט נעמן אויף זיך די שליטה און כוח איבער א ציבור און דערנאך זיך ארויסדרייען פון די פשוטסע חיובים צו זיי ווייל מען האט עפעס א פרעזענליכע אינטערעס.

וואו שטייט געשריבן די "פרייז וואס מ'דארף צאלן" און וואס דאס נעמט אריין? ווער דיקטירט וואס גייט יא אדער נישט אריין אינעם פרייז? ווער מאכט אפ וועלכע הינזיכט איז מונע פון טוהן די "יסודותגידע פליכט" פון ראנען שאפ דא? סך הכל א יחיד וואס האט נישט געוואלט אז די פלאץ זאל זיך צומאכן האט ער געטון וואס רוב פון אונז האבן נישט געהאלטן דערביי און גענומען די עול אויף זיך. ער האט זיך נישט אונטערגענומען פול דיסקלאוזשור פאר קיינעם, און ער צווינגט נישט קיינעם עם צו טראסטן. יא יא, נישט נישט.

לעיקוואד » דינסטאג מערץ 15, 2016 12:14 am

· #325044
זייער גוט, הייסט עס איז אין דער מנהל'ס אינטערעס מען זאל נישט וויסען ער ארבעט בשכר, זאל מען מיינען ער טוהט לשם מצווה. דאס גיט עם די כלומרשטע רעכט זיך נישט פירען מענטשליך מיטן ציבור ווייל ער איז דאך אזא צדיק ער טוהט שלא על מנת לקבל פרס. גיב נאר א קוק וויפיל מאל מען האט דאס געשריבען די לעצטע טעג. ווען יעדער ווייסט ווען דא טוהט קיינער גארנישט לשם מצווה ער איז פשוט אן איינגעשטעלטע ביים סייט (ווי עס איז ווייזט אויס די אמת ) וואלט דער יחס געווען גאר אנדערש.

דאס איז נישט קיין פריוואטע זאך דאס איז דער זאך וואס שטיייט ביסוד דער רילעישינשיפ פון דער ציבור מיט די באלעבאטים. אמת זיי קענען טוהן וואס זיי ווילען, זיי פארשטיין אבער אויך אז זיי דארפן דער עולם'ס טראסט. א פריוואטע זאך איז אפשר וויפיל דער געהאלט איז, אדער וואס זייערע אנדערע דזשאבס זענען. אבער זיך צו מאכען ווי כאילו דער פאקט אז מען ארבעט בשכר טוישט נישט די גאנצע דינאמיק הערט זיך עפעס שרעקליך תמימותדיג (בשוגג אדער במזיד ) ביי מיר.

נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 15, 2016 12:19 am

· #325045
ס'מאכט נישט אויס לגבי זיין אויפפירונג, ווייל סוכ"ס נעמט ער נישט קיין געלט פון די שרייבער וואס ער קען זיי מכלומרשט בעוולהן
אדרבה אס ער בעוולה'ט איינעם קען מען דאך אים מוסר זאגן, ויראה הקהל וישפוט

לעיקוואד » דינסטאג מערץ 15, 2016 12:21 am

· #325046
עס שטייט אין ערגעץ גארנישט געשריבען, ביי מיר איז פשוא אז א שליט על הציבור איז שולדיג דאס מידענסטע טראנספאריסי פאר'ן ציבור ער זאל זיין אפן צו קריטיק, א מנהיג וואס ערלויבט נישט אויף זיך קיין שום קריטיק פירט מען זיך רופן א געוויסע נישט שיינע נאמען. און טאמער קען איינער מאיזה סיבה מוצדקת שהוא נישט פירען נאר אזוי זאל ער מוחל זיין טרעפן א צווייטער.

אמת, דא איז נישט קיין מדינה, עס איז בלויז א שאלה פון טראסט. טאמער איז ענק ניחא צו טראסטען אן איש בלי שם וואס א צווייטער איש בלי שם האט געדינגען צו פירען א סייט בלי מטרה ובלי תכלית, און אריינלייגען דארט אייער ארבעט און צייט, זאל ענק דער וואויל באקומען, איך וואלט זיך געזוכט א סייט ווי עס דרייען זיך קלוגערע לייט פון דעם.

נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 15, 2016 12:26 am

· #325047
רובא דרובא זעען דא נישט קיין שום אישו פון טראסט, קלערסט טאקע אז דער עולם דא איז טאקע אזוי נאריש פארדעם, אדער קלערסטו איינער וויל זיך דא שלאגן מיט אייך אומזינסט.

ביבער » דינסטאג מערץ 15, 2016 12:26 am

· #325048
לעיקוואד
איך וואלט זיך געזוכט א סייט ווי עס דרייען זיך קלוגערע לייט פון דעם.

אז דו טרעפסט לאז אונז וויסן.

קל וחומר » דינסטאג מערץ 15, 2016 12:27 am

· #325049
על הצד אז ער ארבעט בשכר, ווער צאלט אים?
אז איינער צאלט אים איז ער נישט מער ווי א פועל שכיר און קען נישט טוהן וואס ער וויל.
איז ער בסך הכל א פעדער פון זיין בעה"ב, טא, קומט נישט קיין טענות אויף אים, נאר אויפן משלח.
ביזטע ווייטער אינעם זעלבן פעקל.
יעצט קען מען חוקר זיין פארוואס צאלט אים די משלח?
לכאורה דארף מען זאגן אז איינער צאלט אים צו צאלן, וחוזר חלילה עד אדם הראשון.
וה' הטוב יכפר.

יתרו » דינסטאג מערץ 15, 2016 12:29 am

· #325051
לעיקוואוד הער אויף צוניצען די אבסטרעקט שפראך פון רילעשניפס און טראסט און פליכטן ,קום אריין קלארער און זאג וואס עס באדערט דיר, פון וואס האסטו מורא? וואס איז דיין "ווארסט קעיס סינעריא" אויב דער קאפיטאן וועט זיך נישט מגלה זיין פארן עולם?
אז מען רעדט שוין פון פארענויע איך מיין אז דיין ראפאטארד רילעשניפ מיט קעלנער איז אויך געווען געבויט אויף היבש ביסל פארענויע. די האסט געשריבן איבער דריי א האלב טויזענט תגובות אסאך פון זיי גאר קאנטריווערסיאל פון די אלע תגובות וויפיל האט מען געמעקט ? איינס אדער צוויי ? פארדעם מאכסטו דיך משוגע? הא? נארוואס דען עס האט דיר געכאפט א פאראנויע ווער ווייסט וואס דער קעלנער קען און וועט נאך טוען דא די האסט געזעהן אין דעם דעם חרבן בית שלישי. טשיל אוט און קאם דאון.

לעיקוואד » דינסטאג מערץ 15, 2016 12:30 am

· #325052
@נהורא נפישא
וויאזוי רעכנסטו דער רוב? רובא דרובא מיט וועם איך האב גערעדט פארשטיין יא אזוי. א מיעוט זאגען וואס גייט מיר אן איך שרייב זיך דא ווילאנג איך האב הנאה, און דער רוב האט טאקע אויפגעהערט צו שרייבען וועגן דעם. ביסטו געבליבען אויפן סייט נאר מיט די "רוב" תמימותדיגע אידן, און נוגעי בדבר (אדער ניקס פון דער מנהל, ווייל עס איז דאך גאר וויכטיג ער זאל נישט אויסזאגען.. ) א שיינע רוב האסטו.

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 15, 2016 12:31 am

· #325053
איך זע נישט פארוואס א מנהל וואס ארבעט אומזינסט זאל זיין ווייניגער אויסגעשטעלט פאר קריטיק, אדער זאל זיך עפעס ווייניגער דארפן צושטעלן צו נארמאלקייט, נאמנות, אדער טראסטבארקייט. זיין ארבעטן אומזינסט געבט עם נישט קיין שום רעכט זיך אויפצופירן אוממענטשליך. אבער נישט וועגן דאס רעדט מען דא. דו ווילסט ער זאך זיך אויסשטרעגן דא מיט אלע זיינע ניקים, און ווי איך שטעל מיך פאר איז די סיבה פארוואס ער האט גענומען דעם עול אויף זיך ווייל ער וויל דא ווייטער קענען פארברענגען פרייערהייט כאחד האדם, און אויב מוז ער ארויסגעבן זיין פריוואטע ניק לוינט זיך עם נישט די גאנצע געשעפט. איך וואלט נישט געוואלט זיך טענה'ן מיט איינעם ווען איך קום מיט די אטאריטעט פון א מנהל, ס'מאכט קאליע די גאנצע פריינטליכע דינאמיק.

און למען האמת, איך וואלט מער מורא געהאט פון איינער וואס לייגט אריין אזויפיל שעות דא אומזינסט, אויב מאכט ער כאטש עפעס דערפון ניחא, אבער צו ארבעטן אזויפיל שעות א וואך בחינם? רעדט מען דא פון אן ארבייטסלאזער יושב בטל? איך וואלט ענדערש געטראסט איינער וואס טוט עס פאר א מתן שכר, אדער א גאר שטארקער אידאלאג.

נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 15, 2016 12:33 am

· #325054
די אלע וואס זענען אוועק זענען געגאנגן ווייל זיי האבן פארלוירן טראסט ?

לעיקוואד » דינסטאג מערץ 15, 2016 12:34 am

· #325055
אוי די תמימות, יענער מיט וועם דו וועסט מורא האבן זיך דינגען קומט שוין יעצט מיט די אוטוריטי פון דער מנהל, און מיט די צען ניקס וואס ער קאמאנדירט, עס איז נאר אונטערן טיש. וויאזוי איז בעסער?

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 15, 2016 12:36 am

· #325057
לעיקוואד, פליז, איך האב נאכנישט באגעגענט דער וואס איז אוועק וועגן צענזור, און דו ווייסט עס אליינס. אדער איז מען אוועק וועגן מ'האט פארלוירן אינטערעסע, אדער ווייל די שמועס דא האט זיך גערוקט רעכטס\לינקס (שלאגטס ענק ארום וועלכע), אדער ווייל מענטשען ווערן ביזי, אין די ארבעט, שטוב, אדער אנדערע סאושעל נעטווארקס, אדער ווייל יעדע גוטע זאך ווערט אויך אמאל אלט. ווען איז די לעצטע מאל האסט אפדעיטעד דיין בלאג? פון דארט ביזטו אויך אוועק וועגן צענזור?

לעיקוואד » דינסטאג מערץ 15, 2016 12:38 am

· #325058
איך שטיי און איך שטוין ווי מען דארף מסביר זיין אזוינע דברים פשוטים, בין איך אינגאנצן משוגע? אדער וואס? עס איז ביי מיר פשוט אז ביי כמעט יעדער איינער טוישט דאס די יחס צו וויסען אז דער מנהל איז א באצאלטע פאזיציע. צו די שכל איז אזוי אדער נישט. לטוב אדער למוטב. (בכלל אפשר וויל איך אפלייען פאר די דזשאב.. ) נישט משנה. און דאס באהאלטען איז טייטש נישט זיין אויפריכטיג מיטן ציבור.

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 15, 2016 12:39 am

· #325059
איך ווער געצאלט א דאלער פער תגובה צו שרייבן דא. ס'טוישט עפעס ביי דיר?
בלאט: 1 2