☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » בשורה טובה וועגן די צוקונפט פון קאווע שטיבל

בשורה טובה וועגן די צוקונפט פון קאווע שטיבל

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10267

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:03 pm

· #324955
👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍

כוכב » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:08 pm

· #324956
מזל טוב, מזל טוב, א ברכה אויף דיין קעפעלע קאפיטאן, און קעלנער מיר וועלן זיך בענקען נאך דיר.
#הייל_קאווע_שטיבל
#ונבנתה_הייב_אן_דידן_נצח

נעגעל וואסער » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:09 pm

· #324957
Re: בשורה טובה וועגן די צוקונפט פון קאווע שטיבל
הודו לשם כי טוב כי לעולם חסדו.
יישר כוח!
שקויעך פאר אלע כחות ביז אהער
און שקויעך פאר דיין איצטיגע באשלוס.

ליפא » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:09 pm

· #324958
ונהפוך הוא!

ליהודים ליהודים היתה אורה

ירח בן יומו » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:17 pm

· #324960
יום שמחה היא לנו
ה' אדר וועט פארשריבן ווערן אין די אידישע היסטאריע אלץ די טאג וואס וועט האט באוויזן אז יודען קענען אלעס באווייזן. קעגען אלע טעאריעס און שפעקלאציעס איז די שטיבל געבליבן ברייט אפן פאר יעדן וואס דארף א גלעזל קאווע (מיט צוקער אדער אן). מעיק ק"ש גרעיט עגעין.

א ספעציעלע יישר כח פאר @אנאנים ע"ה און יבלחט"א @קאפיטאן. דער אייבישטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער קענען זיך פארטיפן און זיך פארברייטערן דא.

קל וחומר » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:18 pm

· #324961
יאפ,
אלס בזכות דעם נייעם הכשר!

ליפא » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:23 pm

· #324964
ס'וואלט געווען שיין פאר די וואס האבן חושד געווען רב קעלנער מיט פארקויפן זיך פאר געלט זאלן אויך בעטן סליחה פון אים, יעצט אז ס'איז נברר למפרע

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:24 pm

· #324965
Re: בשורה טובה וועגן די צוקונפט פון קאווע שטיבל
ויום טוב היה עושה.
מה נכבד היום
מאפלה לאור גדול
נחמה בכפליים
אז ימלא שחוק פינו
כי אשב בחשך ה' אור לי
דער גאלדענע קייט וועט זיך ווייטער ציען
ק"ש וועט זיין א ווינקעל וכו'
שלא יבוש המעיין

ווער האט נאך לאזונגען?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נהורא נפישא » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:25 pm

· #324966
א גרויסן ייש"כ פארן דאס פירן ביז היינט, און ברכה והצלחה בכל מעשי ידיך.
דערויף וויל איך באטאנען, אז קעלנער קוקט אויס צו זיין זייער אן אנשטענדיגער מענטש, און האט געפירט דאס פלאץ ביז היינט מיט גרויס פראפעסיאנאלקייט, ער איז אליין מודה אז ער איז באגאנגען א טעות מיטן מעלדן דאס פארשפארונג אזוי פלוצלינג, די איינציגע טענות וואס איז נאך פארבליבן איז פון יחידים איבער צענזור, איך בין אויך נישט קיין גרויסע חסיד פון צענזור ווען עס קומט צו מיינונגען, למעשה רוב עולם וויל דוקא יא עפעס א צענזור, ווי אויך דענק איך נישט אז די פאר מאל ווען מ'האט צענזורירט איז דאס עפעס געווען אויסערגעווענליך לשם קנתור, ווידעראום פערזענליכע עגאאיסטישע חשבונות, האט דאך נישט דא קיין שייכות דא צום אלגעמיינעם עולם, כ'פארשטיי יעדער האט זיין עגא און יעדער וויל פארטיידיגן זיין אויבערהאנט, אבער דער מלחמה קען נאר פירן איינער וואס האלט אז מ'האט פערזענליך צוגערירט צו זיין עגא, די איבריגע עולם וואס נעמט זיך אן פאר דעם אדער פאר יענעם איבער א סכסוך וואס מיר ווייסן נישט על מה אדניו הוטבעו איז לדעתי פשוט נאריש.

ליפא » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:26 pm

· #324967
א לאזונג פאר אייוועלט:

והיא תצלח!! 😂

וכדי בזיון וקצף!

המה קמו ונתעודד, ואנחנו כרעו ונפלו....

קל וחומר » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:28 pm

· #324970
הער @קאפיטאן,
אז איר נעמט איבער ס'באן,
זאלט איר זיך פירן ווי א זעלנער,
אזוי ווי אמאליגן הער @אנאנים.

יעצט אז ס'דא אן התחדשות,
בעט מען די עולם זיך אנטוהן די גאטשעס,
אלטע און נייע מיט א פרישקייט שרייבן,
כדי ס'זאל זיין פארוואס צו וועלן בלייבן.

שמחת פורים, ושמחת יום הצלת ק"ש!

בן אדם » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:49 pm

· #324976
@קעלנער
...We will miss you

קאפיטאן">@קאפיטאן

יהא בואך לברכה ולהרמת קרן הקאווע שטיבל בזכות כל הצדיקים הקודמים אמן.

א איד » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:56 pm

· #324980
Re: בשורה טובה וועגן די צוקונפט פון קאווע שטיבל
יישר כח קעלנער פאר דיין ארבעט ביז אהער
ברוכים הבאים קאפיטאן מנהל החדש
יהא בואך לברכה להקמת קרן הקאווע

שושן פורים » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:02 pm

· #324983
קל וחומר
הער @קאפיטאן,
אז איר נעמט איבער ס'באן,
זאלט איר זיך פירן ווי א זעלנער,
אזוי ווי אמאליגן הער @אנאנים.

יעצט אז ס'דא אן התחדשות,
בעט מען די עולם זיך אנטוהן די גאטשעס,
אלטע און נייע מיט א פרישקייט שרייבן,
כדי ס'זאל זיין פארוואס צו וועלן בלייבן.

שמחת פורים, ושמחת יום הצלת ק"ש!


איז באקסערס אקעי?

שמעון וואלף » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:20 pm

· #324989
ליפא
ס'וואלט געווען שיין פאר די וואס האבן חושד געווען רב קעלנער מיט פארקויפן זיך פאר געלט זאלן אויך בעטן סליחה פון אים, יעצט אז ס'איז נברר למפרע


גארנישט נברר למפרע. די וואס האבן דעמאלטס געטענה'ט אז ער איז פארקויפט געווארן פאר געלט קענען ווייטער טענה'ן אז איינער האט אים געאפפערט מער געלט צו לאזן אפען די שטיבל

ביליג » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:23 pm

· #324990
Re: בשורה טובה וועגן די צוקונפט פון קאווע שטיבל
יישר כח @אנאנים פאר אלעס וואס דו האסט געטוהן ביז אהער

חייב אדם לברך על הרע כשם שמברך על הטוב
איך טוה באגריסן מורה''ר @קאפיטאן שיהא במזל וברכה
יחי !

ליפא » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:24 pm

· #324991
שמעון וואלף
ליפא
ס'וואלט געווען שיין פאר די וואס האבן חושד געווען רב קעלנער מיט פארקויפן זיך פאר געלט זאלן אויך בעטן סליחה פון אים, יעצט אז ס'איז נברר למפרע


גארנישט נברר למפרע. די וואס האבן דעמאלטס געטענה'ט אז ער איז פארקויפט געווארן פאר געלט קענען ווייטער טענה'ן אז איינער האט אים געאפפערט מער געלט צו לאזן אפען די שטיבל

דאס דארף קיינעם נישט אנגיין. די וויי געשריי פון יענע איז געווען אז פאר געלט לאזט ער אונז אלע פייפן און פארמאכט דאס פלאץ

ברסלבער » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:53 pm

· #325007
איך האב שוין געשריבן א דאנק פאר קעלנער אינעם צווייטן אשכול. עס קומט זיך אים אבער א ספעציעלער דאנק אין זיין געזעגענוגנס אשכול. פון וויפיל איך האב אים קעגן געלערנט דא אין שטיבל האט ער א גרויסע מאס ישוב הדעת און שכל הישר, בנוסף צו זיין גוט הארץ, וואס מען טרעפט זעלטן. זאל דער זכות פון זיך איבערגעבן און ארויסהעלפן אזויפיל אידישע קינדער דיר שטיין צו די האנט אויך אויף ווייטער אז דו זאלסט מצליח זיין אין וואס דו טוסט.

mevakesh » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:56 pm

· #325009
Re: בשורה טובה וועגן די צוקונפט פון קאווע שטיבל
ישר כוח הרב קעלנער פארן פיהרן מיט אזא שכל הישר און גראדקייט דער שטיבעל עס איז צום האפן אז דער לעצטער החלטה פון איבערגעבן וועט זיין א תועלת אויף וויטער

טאמבל סאס » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:58 pm

· #325011
למעשה, וואס וועט זיין מיט אונזער אפריל פולס וויץ דער יאהר? ס'קומט אונז כאטש אזויפיהל?

שבת אחים » מאנטאג מערץ 14, 2016 11:50 pm

· #325033
איך בעט איבער קעלנער פארן מציע זיין אז ער האט פארקויפט די פארום פאר געלט, און איך באדאנק אים פאר די ארבעט ביז יעצט און פאר מאכן די ריכטיגע באשלוס אז קאווע שטיבל זאל בלייבן אפען.

נ.ב. ווי עס די טראל יעצט? פארוואס האט ער נישט געלייקט די מודעה פון קעלנער אז ק״ש בלייבט אפען??? יעצט איז ער ״פארשוויגען״ געווארן?

דעת תורה » מאנטאג מערץ 14, 2016 11:54 pm

· #325035
Re: בשורה טובה וועגן די צוקונפט פון קאווע שטיבל
ווער איז געווען מנהל פון ע"ב ביז ע"ד? הייסט עס אלזא אז @אנאנים איז נישט דער אריגינעלער מייסד (@אנאנים ?)? ווען און וויאזוי איז צוגעגאנגען די פריערדיגע חילופי משמרות?