שלום עליכם קאווע שטיבל
91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10268
געפילטע פישלעיקוואד, פליז, איך האב נאכנישט באגעגענט דער וואס איז אוועק וועגן צענזור,
ווער האט דא גערעדט וועגן צענזור? איך האב זיי יא באגעגנט די וואס האבען פארלוירען טראסט און אוועק (און לאמיר זיך נישט נארן, דרייען רעכטס אדער לינקס דאס איז ביד ההנהלה ) אני בתוכם.
געפילטע פישאיך ווער געצאלט א דאלער פער תגובה צו שרייבן דא. ס'טוישט עפעס ביי דיר?
נו אוודאי יא. וואס איז די פוינט פון די תגובה?
וואס הייסט פארלוירן טראסט, פון וואס האבן זיי מורא באקומען ?
לעיקוואדגעפילטע פישאיך ווער געצאלט א דאלער פער תגובה צו שרייבן דא. ס'טוישט עפעס ביי דיר?
נו אוודאי יא. וואס איז די פוינט פון די תגובה?
די פוינט איז די זעלבע, איך זאג מיין מיינונג, אבער כ'ווער באצאלט. ווילסט? כ'קען מיך צוטיילן מיט דיר האלב אויף האלב.
לעיקוואדגעפילטע פישלעיקוואד, פליז, איך האב נאכנישט באגעגענט דער וואס איז אוועק וועגן צענזור,
ווער האט דא גערעדט וועגן צענזור? איך האב זיי יא באגעגנט די וואס האבען פארלוירען טראסט און אוועק (און לאמיר זיך נישט נארן, דרייען רעכטס אדער לינקס דאס איז ביד ההנהלה ) אני בתוכם.
איך האב געמיינט חוץ פון דיר. און איך דיסאגרי אז דרייען די ריכטונג פון רוב שרייבער דא איז ביד ההנהלה, איך מיין דו געסט זיי צופיל קרעדיט. באט שוין. מ'העמער רעדן.
נהורא נפישאוואס הייסט פארלוירן טראסט, פון וואס האבן זיי מורא באקומען ?
למשל אז מארגן וועט איינער שרייבען ווילדע פרעזענליכע אטאקעס אויף זיי, אדער סתם לשון הרע ורכילות, גערעכטע אדער אומגערעכטע, און די הנהלה וועט נישט רירען א פינגער וועגן דעם, הגם עס איז אבייעקטיוו קעגן יעדער געזעץ פון פורום און מענטשהייט, ווייל יענער איז אויף זייער זייט. בדידי הווה עובדא.
אינטערסאנט אז די אלע וואס איך ווייס זיי זענען אוועקגעגאנגן, האבן נישט מורא פון אפאר ראציגע ניקס וואס וועלן קומען מיט פערזענליכע אטאקעס, כ'מיין זיי זענען גענוג געריבן זיך אליין צו פארטיידיגן, און א געוויסע זין אויב ס'דא אזא חשש, וואלט איך אפילו געזאגט אז ס'איז בבחינה מתי אבא לידי ואקיימנה.
זאג מיר איר גלויבט טאקע דאס וואס איר זאגט?
גוט, וועגן אייך קען אפשר זיין אז ס'דא א חשש מכח גילוי
אבער לאמיך יא מסביר זיין אביסעל דא די יסוד המחלוקת. עס זענען דא אזעלכע וואס קומען דא סתם האבען פאן, פארברענגען די צייט, שמועסען דברים בטלים, דברי חכמה, מה שלא יהיה. זיי נעמען נישט די גאנצע זאך צו ערנסט, ביי זיי איז טאקע נישט אזא נפקא מינה די גאנצע זאך, איז דער מנהל איז יענער מנהל צאלט ער יא צאלט ער נישט, פארמאכט ער יא פארמאכט ער נישט. העכסטנס זוכט מען ערגעץ אנדערש ווי צו פארברענגען די צייט.
און לאמיר זיין אויפריכטיג, רוב אנדערע סושאל מידיע האבעו אן ענליכע פראבלעם, פעיסבוק איז נישט שולדיג קיינער קיין הסבר ער קען מעקן וואס ער וויל לויט זיינע קאפריזען, מענטשען שרייען און שימפען, אבער עולם גולם גיט זיי ווייטער אלץ בחינם ווייל עס איז פאן און גרינג. אפילו איך. נאר היות איך ווייס דאס, גיב איך טאקע אכטונג אז קיין שום וויכטיגע זאך זאל נישט זיין פארשלאסען ביי עם. איך האב אויפגעסעט פראגרעמס וואס מאכן תיכף א קאפי אויף מיין קאמפיוטער (אדער עכ"פ א פלאץ ווי איך צאל און מען קען נישט ארויסווארפען בלי משפט ) וואס איך שרייב דארט.
עס איז דא אבער מענטשען, איך ווייס נישט צו מצד תכונת נפשם אדער מאיזה סיבה אחרת, וואס נעמען דאס מער ערנסט. זיי קענען משקיע זיין א טאג צייט שרייבען אן ארטיקל אין א נושא וואס איז זיי חשוב, אדער וואס זיי האלטן לטובת הכלל. זיי נעמען ערנסט די מחאות אדער צעקות אויף ענייני הכלל וואס זיי שרייבען דא, די זענען בדרך כלל די וואס שרייבען מער טיפע און ערנסטע ארטיקלען און שמועסען. ביי די איז דאס גארנישט קיין וויץ אז מיטאמאל כאפן זיי די גאנצע זאך דר איז א שפיל, תלוי אין די טובות פון איין מענטש.
יש עוד כאן איך בינישט גענוג מסביר עייפתי א גוטע נאכט.
נהורא נפישאאינטערסאנט אז די אלע וואס איך ווייס זיי זענען אוועקגעגאנגן, האבן נישט מורא פון אפאר ראציגע ניקס וואס וועלן קומען מיט פערזענליכע אטאקעס, כ'מיין זיי זענען גענוג געריבן זיך אליין צו פארטיידיגן, און א געוויסע זין אויב ס'דא אזא חשש, וואלט איך אפילו געזאגט אז ס'איז בבחינה מתי אבא לידי ואקיימנה.
זאג מיר איר גלויבט טאקע דאס וואס איר זאגט?
גערעכט איך בין נישט צו נתפעל פון די אטאקעס, משוגע דארף איך זיין זיי צו פארענטפערן. אבער איך בין א בשר ודם. אז מגיט מיר כבוד האב איך הנאה און אז מאיז מיר מבזה שטערט עס מיר. הכל כפי המבייש והמתבייש, און עס שטערט מיר טאקע נאך מער אז די וואס איך האב געמיינט זיי זענען מיינע חברים טוהן גארנישט דערוועגן.
זה בכלל רעה חולי לומר הנח לזה להתבזות ממילא חכם הוא ולא שת ליבו לכך. ואכמל.
איך גלויב אייך אז איר שפירט אזוי.
אבער איך זעה אז די רוב שטערט דאס נישט, אדרבה וועם ס'שטערט קען זיך מצרף זיין.
דרך אגב ס'בענקט זיך נאך דיר.
ברוך הבא שיפס קאפיטאן, איך וואונטש דיר הצלחה אין דעם נייעם אויפגאבע דיינעם, ווער אימער דו זאלסט נאר זיין, אפילו קעלנער אליין.
כאטש איך בין שוין כמעט נישט אקטיוו אויף דעם סייט איז מיר א פארגעניגן צו זען אז דער פארום וועט ווייטער אנגיין און דער פרישער דור קאווע שטיבל שרייבער וועלן קענען דא בלייבן פארברענגען על מי מנוחות.
יאיר, איר זענט געגאנגען פון דא וועגן טראסט אישוס ?
לעיקוואוד, קודם שלום עליכם, מיר האבן שוין לאנג נישט גערעדט 😉
איך פערזענליך בין אוועקגעגאנגען פשוט ווייל קאווע שטיבל האט שוין ערפילט איר תפקיד ביי מיר און איך האב שוין אויסגעמעלקט די גאנצע מילך. כאטש איך פאל נאך אריין אהער פון צייט צו צייט, וועל איך נישט צוריקקומען בקביעות אפילו קאפיטאן מיט קעלנער צוזאמען זאלן זיך מגלה זיין זייער קודש הקדשים.
איך מיין אז דו נעמסט קאווע שטיבל מיט עפעס א געוואלדיגע ערנסקייט וואס עס פארדינט זיך נישט. כבר מלתי אמורה בזה אז קאווע שטיבל איז הויפטזעטליך געמאכט צו שמועסן גאסיפ, פארברענגען אביסל, זיך ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן, זאגן קריטיק און לאכן פון א נארישע דזשאוק.
אויב האבן פארשידענע חברים, ואני בתוכם, ארויסגעגעבן זייערע טאלאנטן דא און אריינגעלייגט גרויסע כוחות איז דאס פשוט ווייל עס איז נישטא קיין אנדערע פלאטפארעם אין די היימישע שפאלטן, מוז מען צוקומען צו אן אנאנימע פארום. אבער דאס איז נישט די הויפט ציל פון רוב משתתפים.
ממילא אלע דיינע שמתות וחרמות פון א משתלט על הציבור, א גרויזאמער דיקטאטור וואס בייסט אראפ נעזער, זענען גוט אפשר פאר די אידן וואס גלייכן צו הערן אז די גאנצע אומאפהענגיגע שופר בלאזנדע אידנטום מסוף העולם ועד סופו איז אויפגעשוידערט פון שרעק אז ר' אהרן טייטלבוים האט געטרונקען מים אחרונים וואסער. פאר תלמידים פון רבי מאטל איז צייט צו אפלאזן די נארישקייטן אום גיין עוסק זיין אין וויכטיגע ענינים, ווי למשל ווען עס וועט פארקומען די חתונה צווישן זעיר אנפין און עתיקא קדישא.
פאר שלום בית מעג מען דאך משנה זיין, אלענפאלס דיין קונץ איז דאס שרייבן מיט הומאר, וואס דאס נעמט אוועק אלע בייזע הקפדות.
יאיר אינך חולק עלי, אלא לשיטתך הכל לא ערנסט בכל מקרה. בהתאם לשיטתך הכללית על החיים לפעמים. והן הדברים שדיברתי .
בדרך אגב, חוסר המקום שדברת עליו בעצמו ענין חשוב הוא, וקצת סתרת את עצמך בנקודה זו. איני רואה למה לא יוכל קש להיות מקום כזה, וכי מה היה לכתחילה לדעתך לדבר זה. ואי שלא יהא אנונימי אין מי שמחייב ככה כאן. אלא כרגע אין כאן מקום כזה.
בענין ע"י כאן הוא ועי'.
יאיר
איך פערזענליך בין אוועקגעגאנגען פשוט ווייל קאווע שטיבל האט שוין ערפילט איר תפקיד ביי מיר און איך האב שוין אויסגעמעלקט די גאנצע מילך.
מילך ענדיגט זיך דען? ס'איז יעדן טאג דא פרישע סחורה.
ערענסט גערעדט, שאץ דיך נישט אונטער. וואלסט נאך געקענט אויפרעכטן ק"ש מיט אסאך שיינע מאמרים, און העמק דבר וואלט נאך געקענט זיין אפילו דאפלט אזוי גרויס ווי יעצט. ס'איז זיכער דא נאך אסאך נושאים וואס מ'האט נאכנישט מלבן געווען, און יאיר, מ'ווארט אויף דיר!
לעיקוואדיאיר אינך חולק עלי, אלא לשיטתך הכל לא ערנסט בכל מקרה. בהתאם לשיטתך הכללית על החיים לפעמים. והן הדברים שדיברתי .
בדרך אגב, חוסר המקום שדברת עליו בעצמו ענין חשוב הוא, וקצת סתרת את עצמך בנקודה זו. איני רואה למה לא יוכל קש להיות מקום כזה, וכי מה היה לכתחילה לדעתך לדבר זה. ואי שלא יהא אנונימי אין מי שמחייב ככה כאן. אלא כרגע אין כאן מקום כזה.
ביז דא האב איך פארשטאנען. פון דא איז שוין 'עין לא ראתה אלוקים זולתך'
בענין ע"י כאן הוא ועי'.
איך פארשטיי אז ווען לעיקוואד רעדט פון טיפע מאמרים מיינט ער ע"פ רוב העמק דבר/תורה ומחשבה מאמרים.
איז אפשר זאל מען מאכן אן עקסטערע גבאי וואס וועט זיך אפגעבן מיט די תורה ודעת פארומ'ס, און ער זאל נישט זיין אנאנים, נאר ער וועט זיין אן אקטיווער מיטגליד און די פארומ'ס.
(איך האלט נישט אז ספעלט אויס, אבער להניח דעת לעיקוואד איז עס אפשר אן עצה)
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
נאך מער אמאל פלעיגט זיין א גבאי החודש וואס פלעיגט ארויס העלפן די לעצטע שטיק צייט איז נישט געוועין מער קען זיין וועיגן דעים איז עס געוועין צו שווער פאר קעלנער והעצה היעוצה איז אז הער קאפיטאן זאל אויפנעמען אונטער זיך אפאר מיטארבעטער שרי אלפים ושרי מאות וואס זאלן עים גרינגער מאכן די ארבעט עס זאל נישט צוקומען צום כי נבל תיבול גם אתה און עס וועט אויך זיין א מעלה אז עס וועט זיין היימישע נעימען וואס נעמען קער פונעם צענזור (וועט נישט אויסקוקן ווי א דיקטעיטאר כדאגת לעיקוואד) וכל הדבר הקשה יבואו אל הקאפיטאן ויכולת עמוד.
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
גוט געזאגט, א פשרה צווישן ביידע זייטן, אז יעדער זאל זיין צופרידן
שלום עליכם
@קאפיטאן, אונז זענען זייער צופרידן צו הערן פון דיר, עס איז זיכער נישט גרינג צו זיך אונטערנעמען אזא ארבעט, טאקע ווייל לא שררה אני נותן לכם אלא עבדות אני נותן לכם, יא אונזער שטאלץ איז אלס א עם קשה עורף און אונז דא אין שטיבל זענען די מובחרים פון דעם, ווען נישט וואלטן אונז נישט דא געווען, אסאך קאפ וויי וועסטו נאך האבן פון דיין ארבעט, אבער שכרך הרבה מאוד, עלה והצלח.
ידידך
געוואלדיג
און פאר דער פארשוויגענער לעיקוואודער ר' יצחק אומר, וואס איך האב איהם שוין געזאגט, ביסט געקומען אהער וויסנדיג זייער קלאר אז דו ווייסט נישט ווער דער מנהל איז און וואס זיינע מאטיוון זענען, דו האסט געשריבן א לאנגע צייט אנאנים אוןן דעם וואס דיינע ליינער האבן געוואוסט ווער דו ביסט און וואס דיינע מאטיוון זענען, די הלכה איז אז צדקה ארבעט אויך שלא לשם שמים וויבאלד למעשה האט דער ארימאן הנאה, די זעלבע דא אויב האסטו הנאה איז נישט קיין חילוק די מאטיוון עס איז סתם א קאפ פאדרייעניש צו פאדערן און שרייען דיקטאטור ווען יעדער אן קיין נגיעה ווייסט אז עס איז כמעט נישט געמעקט געווארן נאר לעת הצורך ממש און ווען מען האט געמאכט א טעות האט מען שיין צוריק געצויגן, סא ברוך ה' אונז ווילן בלייבן אנאנים און אונז קענען באשטיין אז קאפיטאן זאל אויך בלייבן אנאנים און אונז דארפן נישט וויסן ווער ער איז און נישט וואס זיין ציווילע ניק איז, ווען דו ביסט געקומען אהער האסטו נישט געוואוסט ווער קעלנער איז סתם אין שטיבל, און פארט האסטו זיך נישט צוריקגעהאלטן פון שרייבן, און יעצט וועסטו נישט וויסן ווער קאפיטאן איז אין שטיבל עס איז לא מעלה ולא מוריד, דיינע טענות וועגן קעלנער האסטו נישט געהאט גלייך פון אנהויב נאר צוליב מעשה שלא היה האסטו אנגעהויבן פארפירן, יא איך בין אויך נייגעריג צו וויסן ווער ער איז אבער פארפירן איז סתם מקשקש בקומקום.
איך בין נישט דא ארומצורעדען די הויכע ווערטער פון פארשוויגען, נאר איין נקודה אפירצוברענגען.
דער וואס באצאלט פאר די סייט, טוט עס פאר א סבה, ניין?
ער גלייכט צו זען די מאמרים און שמועסעריי דא, און אזוי באקומט ער די ווערט פון זיין געלט, ניין?
וויאזוי ווערט פארשאפען אט די ריוח וואס ער האלט ביים באצאלען דערויף? דורך די מאמרים וואס מיר שרייבען, ניין?
ט'זענען מיר נישט בעלעבאטים אויף די געלט וואס גייט אריבער?
ווי קען מען זאגען אז ס'איז נישט דיין געלט? ס'איז יא אונזער געלט! אונזער ארבעט ווערט פארוואנדעלט אין געלט, און דער געלט גייט אריבער.
אלס אויפ'ן צד אז ס'איז דא געלט.
דאס איבעריגער זעט מיר אויס דברים של מה בכך, געמאלען וואסער מיט מייל. ס'וועט סייווי בלייבען אזוי, און טאמער איינער פיהלט נפגע, זאל ער בלייבען און ווייטער שרייבען, דער שטיבעל עט לאנג נישט צענזורען פאפולערע דעות, ובפרט זאכליכע שכל'דיגע.
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
טאמער ליינען איז ווערד געלט, ווערסטו באצאלט פארן שרייבן, מיטן ליינען.
האבען מיר שוין א רילעישענשיפ. מ'קען נישט סתם זאגען ''גיי דיר אז ס'געפעלט דיר נישט''. נאר דאס האב איך געמיינט. די פרטים פונ'ם באציאונג איז פאר'ן אויסשמועס'ן און ווער בין איך אריינצורעדען ביי די אלטע באזעסענע ניק'ס? איך בין א נייער צוגעקומענע, א ליטוואק פון די פרעמד, וואס קען קוים אידיש שרייבען און ליינען.
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
הוא אשר אמרתי, די עיקר טענה איז אז די סייט געהערט אויך פאר די אלע שרייבערס וואס האבן דאס אויפגעבויט, נישט נאר פאר הער קעלנער אליין, כל הכבוד והתודות שבאמת מגיע לו notwithstanding.
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
משל למה הדבר דומה, איינער האט געעפנט א ביהמ"ד, ער וויל ס'זאל זיין א שיינעם ארט וואו מ'וועט דאווענען געשמאק און פארברענגן שיין, אבער וויבאלד ער האט עס געעפנט, פארשטייט יעדער אז ער האט דאס פילן רעכט עס צו פירן ווי ער וויל, און ער איז בארעכטיגט צו מאכן זיינע פרינציפטן, (למשל אז מ'טאר נישט רעדן ביים דאווענען, ולהבדיל אז מ'טאר נישט טראגן אריין אדער ארויס פונעם ביהמ"ד אום שבת חלילה), נאך א תקופה איז עס געווארן א שיין פלאץ ווי יעדע מתפלל האט צוגעגעבן זיין שיין צום פלאץ, איינער איז א שיין בעל תפלה, א צווייטער איז א גרויסער ידען וכו' און אין די זעלבע צייט האט יעדער פארשטייט זיך הנאה געהאט פונעם פלאץ, ויהי היום און אפאר מתפללים האבן געפיהלט אז דער רב האט געוויסע זאכן וואס ער באהאלט פון זיי און זיי האבן אויפגעפאדערט אז וויבאלד זיי זענען פונקט אזוי א חלק פונעם צוגעבן צום פלאץ ווי אים, מוז ער זיך צושטעלן צו זיי און ארויסגעבן געוויסע פרטים וואס ער דערציילט זיי נישט.
הדין עם מי?
אז מ'טאר נישט רעדען ביים דאווענען איז א סארט פלאץ, אז מ'טאר נישט טראגען אין גאס שבת איז א בליק אויפ'ן קבוצה, און דער וואס שטעלט זיך צו פארשטייט וואס טוט זיך דא.
ווען ער וואלט פון אנהייב נישט געמאכט זיך צו טוהן פון די זאכען, און פלוצלונג פארלירט ער א דין תורה ביים קארלסבורגער גאב"ד און ער מאכט זיך א בר פלוגתא און אסר'ט טראגען אין גאס שבת, מעג ער אזוי פאדערען פון זיין עולם? דאס איז א בעסערע משל.
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
נישט טראגן אין גאס.
אריינטראגן אין 'זיין' ביהמ"ד.
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
און יא, ער מעג, ווער ס'וויל דווקא קומען מיטן טלית בייטל מעג טרעפן א צווייטע ביהמ"ד, אדער עפענען אן אייגנס.
און איך האלט ער איז א כפוי טובה אויפצוצווינגען זיין דעה אויף מענטשען וואס האבען אויסגעהאלטען מיט'ן דאווענען ביי איהם. אגב, פריוואטע בתי מדרש זענען ביי מיר אומאויסגעהאלטען פאר די סבה דוקא. דאס אז מאנכע האלטען ווי דיר איז גאר די פראבלעם.
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
ווען ער טיילט זיי איין וואס צו טוהן אינדערהיים איז ער א כפוי טובה, ווען ער שטעלט אוועק זיינע פרינציפטן (וואס זייענדיג די מייסד האט ער ס'פילן רעכט) ביי זיך אין שטיבל, האט ער דאס פילן רעכט.
איך זעה דא מערערע ערליי טענות.
די ערשטע טענה איז אויפן עבר, אז ס'פארהאן דא שרייבער וואס טענה'ן אז ווען זיי ווייסן מתחילה אזוי און אזוי וואלטן זיי קיינמאל נישט געשריבן.
די טענה איז נישט שייך אויף סיי וואס ס'שטייט ארויסגעשריבן אין די תקנות, און סיי אזעלעכע זאכן וואס פון ערשטן טאג פון שרייבן, שטעלט זיך שוין ארויס אז די בילד איז אזוי און אזוי, ממילא איז עס סבר וקיבל , איז וואו קען ער האבן א טענה
זאכן וואס איז נישט קלאר מתחלה וויאזוי ס'גייט זיין, איז טאקע שווער מחליט צו זיין און אלגעמיין איז די בעסטע צו פרעגן מתחילה וואס גענוי די פלאן איז ביי דעם און דעם פאל. לאחר המעשה וואלט כדאי געווען צו מאכן א פשרה.
בנוגע הכרת הטוב און זיך רעכענען מיט א שרייבער, ספעציעל ווען ער האט בארייכערט דעם פלאץ, וואלט אוודאי געווען מענטשליך, אבער כ'זעה נישט אז מ'קען טענה'ן בהחלט אז ס'קומט. און יעדנספאל איז דער ענין פון קעגנזייטיגע כפיית טובה א פריוואטער ענין, זינט מיר ווייסן נישט ווער ס'האט דער ערשטער זיך נישט אויפגעפירט מענטשליך מאחוריהפרגוד.
אויף להבא אפשר איז טאקע כדאי אויסצוקלארן געוויסע פונקטן, ווי למשל די רעכטען וועגן אפשפארן, וואס רעכטן די פארוואלטונג האט צו האלטן געהיים .
וואס איז פשט אז מאחורי איז נאכנישט צוריק געעפענט ?
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
תקנות איז נישט קיין ראיה. ווען מ'וואלט אייניג ענפארסירט די תקנות איז איין זאך. נאר למעשה איז עס אן א חשבון. אמאל מעג מען אטאקירען א צווייטע ניק און אמאל נישט. אמאל מעג מען שרייבען אביסל לויז אויף מנהיגים און אמאל נישט.
יא, ווען מושב האט נישט גענומען זיין פילען דעמאלס, פארשטייט יעדער איינער וואס מ'דארף צו טוהן. אבער אין אנדערע פעלער איז עס נישט אזוי, און ווען מ'וואלט גלייך סדר געמאכט, וואלט אנדעריש אויסגעקוקט.
נאכאמאל, איך בין פון יצחק'ס ערשטע חברה, וואס נעמען נישט אן די זאך אזוי ערנסט. אבער לסברא של ענין שרייב איך
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
אז מ'אינפארסירט נישט די תקנות, האט יעדער א רעכט פארצוהאלטן אויף דעם, דאס מאכט אבער נישט אז מ'קען האבן א טענה אויף אזאך וואס שטייט קלאר ארויס אין די תקנות.
איך הער אזוי פיל רעדן פון דעם און איך ווייס נישט מאי דקאמרי רעבעצין, איך בין געווען א גבאי און יעצט האב אויך גבאי פונקציעס, און איך ווייס נישט פון וועלכע חשבונות מען פירט דא, אדרבא ברענגט דא דוגמאות פון אטאקעס אויף אנדערע מעמבערס וואס מען האט געמעקט און וועלכע מען האט צוגעלאזט און לאמיר זעהן דעם איפה ואיפה, ווען איינער (וואס ביז יעצט ווייס איך נישט ווער) האט לעצטנס אומריכטיג געמעקט איש את רעהו'ס הודעה האב איך זיכער געמאכט און עס צוריק געלייגט, איז לאמיר רעדן פאקטן אנשטאט ליידיגע דעמאגאגיע און אדרבה מען האט ביז היינט מודה געווען אויף טעותים און פאראכטן און מען וועט יעצט אויך.
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
מ'רעדט פון די מעגליכקייט. טאמער מ'גיבט איינער אזא מאכט, דארף זיין אן אפענע פראצעס צו באפעסטיגען א טראסט צווישען דער עולם. און אויף דעם האב איך געזאגט אז תקנות איז נישט גענוג.
נאכאמאל, איך האב קיין פאראיבעל אויף קיינער נישט, נאר אויסשמועס'ן די טענה
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
(((אפשר האט איינער געהעקט))) 😲
שלום עליכם
@קאפיטאן📎 changeofguards.jpg