☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל צייכנט אפ 4 יאר

קאווע שטיבל צייכנט אפ 4 יאר

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10194

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 7, 2016 8:23 pm

· #323560
קאווע שטיבל צייכנט אפ 4 יאר
מזל טוב! 4 יאר מיט א שמוץ אריבער...
פרטים וועט נאכפאלגן.

בעל מדות » מאנטאג מערץ 7, 2016 8:28 pm

· #323561
נייס, מזל טוב. לחיים! שיק ארויף די קאטשעניו צום אויבנאן.

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 7, 2016 11:11 pm

· #323574
יאפ. ס'עלטערט זיך... ס'דארף הילף..

לית דין בר נש » דינסטאג מערץ 8, 2016 11:03 am

· #323592
אזוי פייערט מען פיר יאר???
ווען וועלט איז וועלט איז מען מודיע א חודש פריער רבותי עס קומט די געבורט'ס טאג יעדע זאל זיך צוגרייטן מיט א שיין שטיקל תורא און לכבוד די געבורט'ס טאג ארויס שטעלן!

נא @שמעקעדיג די ביסט דויך געגאנגען פתיחה אויף דער אשכול די קענסט אונז נישט דעליווערן א חתיכה הראוי להתכבד?
און וואס איז מיט דיר @אנאנים די לעצטע פאר וואכן איז דויך גיוועהן דיין אושפיזא דארפסטו אונז עפעס ספיציעל מהנה זיין!
און דער @קלינג קען אויך געבן א קלינג מיטן גלעקל אז די עולם זאל זיין זאט אפאר טעג!
און ווער רעדט נאך @פליקער זאל אונז מאכן פליקן פאר גילעכטער
און @ונבנתה העיר זאל אונז שטום מאכן פאר א וואך מיט אן ארטיקל מען זאל סך הכל קענען מגיב זיין WOW אין מילים!
און עטס מיינטס אז @שבת אחים קען נישט מאכן א הערליכע ארטיקל א שילוב פון ר' בערני מיט הרב ר' שרגא?
און בן בנו של @קל וחומר קען אויך מאכן א שטיקל פאעזיע
@למען אחי זאל אונז אביסל מהנה זיין / ארויסהעלפן פון אונטער די פארהאנג
און וואס איז וועגן @קאווע טרינקער ער דארף נישט צושטעלן הייסע ווארע פארן קאווע שטיבל?
@ליטוואק פון בודאפעסט נע ער ווייסט אליין וואס צו שרייבן
@דער געוואגטער יונגל יא איך האב דיר אויך דערמאנט שרייב נאר ווייטער
@berlbalaguleh עס וועט נישט קיינעם שטערן אז די ביסט ממשיך צו באשרייבן אוריגוויי פון די יונגע יארן!
אה מיי! פון @רויטע וואנצעס האב איך טאטעלי פארגעסן ער האט שוין אזוי לאנג נישט געשריבן דא לכבוד די בירטהדע"י אפשר?
@אנאנים איך בין דיר מצרף מיט רויטע וואנצעס די האסט שוין אויך זייער לאנג נישט געשריבן

ניין דאס זענען נישט אלע שרייבערס עס איז דא נאך אסאך גוטע אשר ישנם פה עמנו היום חיים אבער איך ברויך יעצט ארבעטן פאר אפאר מינוט

די עיקר איז נעמטס די פעדער און די האנט און לאזטס ענק הערן

אה די פרעגסט וועגן לית דין סארי ער איז נישט קיין שרייבער ער ליינט און לייק'ט

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 8, 2016 11:38 am

· #323595
איז אזוי,
באמת וואלט געדארפט זיין קראו למקוננות, מען זאל באוויינען דעם ירידת הדורות דא אין שטיבל, ווען מען קוקט אביסל צוריק וועלכע מעכטיגע לייבן האבן זיך אמאל געדרייעט דא, געשריבן אשכולות וואס האט געגעבן חיזוק אין הארץ און א שמייכל אויפן געזיכט פאר וואכן לאנג, ועתה אהה אבדנו כל אלה, נישט אז עס דרייען זיך נישט דא עטליכע גאר באגאבטע שרייבער מיט א הויכן קוואליטעט (עס ווארפט זיך נישט אזוי אזא @אנאנים אדער א @ונבנתה העיר, דזשאסט טו נעים עי פיו), אבער פארט איז דער פלוס שוואך, עס קומט אריין ווייניג און לאנגזאם, ועל אלה אנו בוכין, כל לבב דוי וכל ראש לחלי...

לאמיר כאפן א בליק אויף צוריק, אויף די ארזי הלבנון אדירי השרייבערס, בעלי תריסין בהומאר ובסייענס ופאעזיעס:

צום ערשטן יארטאג פון שטיבל האט אונזער באליבסטער @אנאנים מסדר געווען א הערליכן מעמד, וואס האט געלאזט א רושם ביז ביאת המשיח,
צום צווייטן יאר האט אונזער אומפארגעסליכער סגן-בדחן, הגאון המופלא @משה געציל אונז אויפגעוועקט בלשון חיבה, מיט א באשרייבונג וואס מען האט זיך באלעקט אלע 10 פינגער,
און צום דריטן יאר, האט אונזער געטרייער @אנאנים געגעבן אזא שוואכע דערמאנונג, דער אשכול האט אויסגעקוקט מער ווי א דריטע יארצייט סעודה ווי איידער א דריטע יאר וואס מען מאכט פיאות, אבער דאך עטוואס...
און אצינד.... צום פערטן יארטאג.... אזא ליידיגע, אינהאלטסלאזע אשכול, גארנישט צוגעשטעלט, ס'ביסעלע קאטשעניו האט @בעל מדות אריינגעריקט, ולא נודע כי באו אל קרבנה, קוים געווען מזומן, און לחיים לחיים יעדער גייט אהיים מיט אראפגעלאזטע נעזער...

קל וחומר » דינסטאג מערץ 8, 2016 12:08 pm

· #323597
מ'דארף אויך קוקן אויף די גוטע זייט...
ב"ה אז מיר האבן דא אונזער טייערן @שמעקעדיג די אלע יארן שכולם שוין לטובה, כ'ווייס נישט ווי אנצוהייבן, אבער דאס איז איינמאל זיכער אז א שטיבל אן שמעקעדיג האט אינגאנצן אן אנדערע שמעק.
זאל דער אייבערשטער העלפן אז עוד ינובון בשיבה, מיר זאלן זעהן אסאך נחת פון אים און פונעם שטיבל ביז מיר וועלן זוכה זיין צו האבן דא משיח'ן אויפן שטיבל בב"א.

ציבעלע-קיגל » דינסטאג מערץ 8, 2016 12:56 pm

· #323604
מזל טוב, לאמיר טאקע פייער'ן מיט א גלעז'ל קאווע

אינטערסאנטער » דינסטאג מערץ 8, 2016 2:37 pm

· #323622
סארי טו טעל יו, קאווע שטיבל איז שוואכע נייעס, עס איז פארשלאפן אויב נישט טויט

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 8, 2016 3:13 pm

· #323627

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 8, 2016 5:48 pm

· #323648
Re: קאווע שטיבל צייכנט אפ 4 יאר
איך ווייס נישט צו ס'איז א קאמפלימענט אז מ'דארף מיר נישט זאגען וואס צו שרייבען, צו ס'איז א פארקערטע. איך וועל עס פארטייטשען למוטב.
פאר דער וואס איז נייגעריג, האלט איך אין מיט'ן טייטשען אויף ענגליש דער מאמר פון בעל מדות אויף שלומיאל און צורישדי ליהנות בהם בני אדם. האפעדיג נאך א פאר טעג

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:45 pm

· #324054
Re: קאווע שטיבל צייכנט אפ 4 יאר
שמעקעדיג
מזל טוב! 4 יאר מיט א שמוץ אריבער...
פרטים וועט נאכפאלגן.


לית דין בר נש
אזוי פייערט מען פיר יאר???
ווען וועלט איז וועלט איז מען מודיע א חודש פריער רבותי עס קומט די געבורט'ס טאג יעדע זאל זיך צוגרייטן מיט א שיין שטיקל תורא און לכבוד די געבורט'ס טאג ארויס שטעלן!

נא @שמעקעדיג די ביסט דויך געגאנגען פתיחה אויף דער אשכול די קענסט אונז נישט דעליווערן א חתיכה הראוי להתכבד?
און וואס איז מיט דיר @אנאנים די לעצטע פאר וואכן איז דויך גיוועהן דיין אושפיזא דארפסטו אונז עפעס ספיציעל מהנה זיין!
און דער @קלינג קען אויך געבן א קלינג מיטן גלעקל אז די עולם זאל זיין זאט אפאר טעג!
און ווער רעדט נאך @פליקער זאל אונז מאכן פליקן פאר גילעכטער
און @ונבנתה העיר זאל אונז שטום מאכן פאר א וואך מיט אן ארטיקל מען זאל סך הכל קענען מגיב זיין WOW אין מילים!
און עטס מיינטס אז @שבת אחים קען נישט מאכן א הערליכע ארטיקל א שילוב פון ר' בערני מיט הרב ר' שרגא?
און בן בנו של @קל וחומר קען אויך מאכן א שטיקל פאעזיע
@למען אחי זאל אונז אביסל מהנה זיין / ארויסהעלפן פון אונטער די פארהאנג
און וואס איז וועגן @קאווע טרינקער ער דארף נישט צושטעלן הייסע ווארע פארן קאווע שטיבל?
@ליטוואק פון בודאפעסט נע ער ווייסט אליין וואס צו שרייבן
@דער געוואגטער יונגל יא איך האב דיר אויך דערמאנט שרייב נאר ווייטער
@berlbalaguleh עס וועט נישט קיינעם שטערן אז די ביסט ממשיך צו באשרייבן אוריגוויי פון די יונגע יארן!
אה מיי! פון @רויטע וואנצעס האב איך טאטעלי פארגעסן ער האט שוין אזוי לאנג נישט געשריבן דא לכבוד די בירטהדע"י אפשר?
@אנאנים איך בין דיר מצרף מיט רויטע וואנצעס די האסט שוין אויך זייער לאנג נישט געשריבן

ניין דאס זענען נישט אלע שרייבערס עס איז דא נאך אסאך גוטע אשר ישנם פה עמנו היום חיים אבער איך ברויך יעצט ארבעטן פאר אפאר מינוט

די עיקר איז נעמטס די פעדער און די האנט און לאזטס ענק הערן

אה די פרעגסט וועגן לית דין סארי ער איז נישט קיין שרייבער ער ליינט און לייק'ט

אלעס שטומט שוין @שמעקעדיג האט עפעס א יד דא.

חברה כהער זאגן אז יד ישראל באמצע.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:15 pm

· #324135
שמעקעדיג
מזל טוב! 4 יאר מיט א שמוץ אריבער...
פרטים וועט נאכפאלגן.

אבער א שמוץ.... ס'ציפט

כלבאשבוע » פרייטאג מערץ 11, 2016 12:07 pm

· #324342
שמעקעדיג
פרטים וועט נאכפאלגן.

נו?
בלויז געציילטע טעג געבליבן!

ליפא » פרייטאג מערץ 11, 2016 12:29 pm

· #324348
די פרטים האבן שוין נאכגעפאלגט... 😠