דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #2890
26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2890
האסט פארגעסען צו שרייבען ווען און ווי עס גייט זיין
וקופערניקוס מה יהא עליו, יהא מונח בקרן זוית?
ערש"ק לסדר בבגדו בה
הנני בזה לגלות דעתי, שהמכתב הנ"ל נעשה בלי ידיעתי ואין לי שום חלק בזה. המבין יבין והמשכיל ישכיל והדום ידום שהדברים בטלין ומבוטלין, לא שרירין ולא קיימין.
החותם בצער על הזיוף הנורא
הק(ד' וכו') משה געציל בן זיצקעלאלאהא.

קופעריקוס אתה בתוך הכוסות (גלייזן) מי יתן והיית כן בכל יום, אולם עיין באשכול של פארווערטס זוכט חסידים שכתבתי איזה הערה בענין! תעיין שם ואסיים בד״לד״ל
אויב ווילסטו איך זאל ערשיינען, מוזטו מיר שיקן א אינוויטעישאן אויף די פאסט, און זיכער מאכן אז איך ערהאלט עס אין א מוצאי שבת.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/85420">viewtopic.php?p=85420#p85420</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/85420">viewtopic.php?p=85420#p85420</a><!-- l -->
ווען נישט סדארף זיין אפאר ציהעהרעס וואלט איך אריין געריקט אינעם פראגראם, געפילטע יואליש ברסלבר לילקע.
ווער געדענקט פריינדליך, ער פלאנט זיך צי באטייליגן.
ווער געדענקט פריינדליך, ער פלאנט זיך צי באטייליגן.
געפילטע איז זיכער ארויסגעלאזט געווארן בטעות,
און זאג נאר מר. קופער, ווער אידאס וועד הארצי?
און זאג נאר מר. קופער, ווער אידאס וועד הארצי?
קופערניקעס,
כזיץ אין א ווינקל פונעם פיצא געשעפט דמתא, און קאטשע זיך. זאל דער אויבערשטער דיר באצאלן כפלי כפליים, סזאל דיר עמיצער קיצלען אינמיטן געבן א דרשה פאר טויט-שטילן, פול-געפאקטן זאל במעמד רבתי עם.
כזיץ אין א ווינקל פונעם פיצא געשעפט דמתא, און קאטשע זיך. זאל דער אויבערשטער דיר באצאלן כפלי כפליים, סזאל דיר עמיצער קיצלען אינמיטן געבן א דרשה פאר טויט-שטילן, פול-געפאקטן זאל במעמד רבתי עם.
די עסקנים גיבן איבער אז צוליב די גרויסע נאכפראגע וועט זיין צוגעשטעלט א ספעציעלע מעניו פאר די טויזנטער באטייליגטע, וועלכע וועט סערווירט דורך די בארימטע קעיטערער דקהילתנו. די פארשפייז וועט זיין א זאפטיג שטיקל דבילה, דער מעין דיש וועט זיין געפילטע פיש איינגעטינקען אין א רייכע זאפט פון לעמאן דזשוס, און פאר נאכשפייז וועט סערווירט ווערן געשמאקע עפל שאלאכץ צוזאמען מיט מאראנצן זאפט. מען בעט דער עולם זאל נישט כאפן, און מען זאל איבערלאזן פאר הרב עסט'זיך וועלכער האט נאך גארנישט טועם געווען. פאר חמין במוצאי שבת וועט מען סערווירן שמעקעדיגע קאווע פאר אלע קאווע טרינקער'ס דקהילתנו (אודאי, אויב איז ער א מעמבער אין אונזער קהילה איז ער דאך א קאווע טרינקער!) פאר די וואס גלייכן חמין געמישט מיט די סומטכא געווירץ, וועט זיין הייסע ברענענדיגע וואסער, ספעציעל אנגעשעפט דורך דעם בארימטן וואסער טרעגער דקהילתנו. פאר א נויט וועט דולה ומשקה אויך צוהעלפן, אבער זיינע וואסער וועט נישט פארמאגן דעם סומטכא געווירץ. עס וועט צוגעשטעלט א ספעציעלער זילבערנער טעפל זיך צו וואשן פאר נטילת ידים. ביים אריינגאנג צום זאל וועט זיין אן אויסשטעל פון איבריגע נשמות פאר די וואס נויטיגן זיך, ווי אויך ספעציעלע מוחין וואס זענען אייביג שליט פאר א ביליגע פרייז, עקסקלוסיוו פאר אנשי שלומינו. מציצה בפה וועט אויך זיין צוגעשטעלט דורך דעם בארימטן מוצץ מומחה ר' הציץ ונפגע.
דברי פלפול מענינא דיומא וועט משמיע זיין מורינו הרב שליט"א. א ספעציעלע פארשטעלונג איבער די זון, לבנה און אנדערע פלאנעטן וועט ווערן פארגעשטעלט דורך דעם געערטן סייענטיסט קופערניקוס. מען וועט לאזן הערן לאכעדיגע וויצן און פאסיגע גראמען לכבוד המאורע דורך דעם בארימטן בדחן דקהילתנו. שיינע משלים און עובדות וועט געהערט ווערן דורכ'ן כעלעמער מגיד, וועלכער וועט איבערגעבן א נאנטער בליק איבער די אקטיוויטעטן פון זיין הערליכע וועלט בארימטע קהילה כעלם וחכמיה. בית הלוי נעימות יזמרו, א שיינע כאר וועט זיין במשך די גאנצע סעודה אין שפיץ פון הילד הפלא שמואל הלוי. א הארציגע חזנות שטיקל וועט מען קענען הערן אינמיטן דעם מעמד דורך דעם בארימטן חזן קווארטין, צוזאמען מיט זיינע געהילפן קול גדול און קול דודי. די וואס ווילן רייכערן זאלן ביטע דאס נישט טון אין די זאל, עס איז צוגעשטעלט א לולקע ציבעך אינדרויסן פאר אלע חשוב'ע רויכערער, ווי אויך א ספעציעלע שטראז וואו מען וועט קענען שפרייזן ארויף און אראפ מיט פארגלייזטע אויגן, כדי די אלע וואס ווייסן נישט ווער זיי זענען זאלן דאס קענען דערגיין אויף א קלארער אופן. די פראטעסטן אינדרויסן וועט ווערן אנגעפירט דורך חשוב'ע יונגעלייט וואס וועלן שרייען "געוואלד געשריגן" און "אוי טאטי!".
דער מקום המאורע ווערט נאכנישט געמאלדן, אבער לויט אלע ווארשיינליכקייטן קוקט אויס אז עס וועט פארקומען ערגעץ צווישן לעיקוואוד, נוי יארק, און ברסלב, אויסער אויב דער שטאט פונ'ם ליובאוויטשער רבי'ן ז"ל וועט אינצווישן ווערן אויפגעבויט. בכל אופן דארף מען זיך נישט מטריח זיין צו שפאצירן ביז דעם זאל, בערל בעל עגלה וועט יעדן צופירן על צד היותר טוב.

יאיר כ' מיין בענזעמין פרענקלין גייט זיין די אורח הכבוד, האסט נישט געשריבען..
כ'שטעל צו א גאלדענע טעפל לכבוד דעם סומאכ.. אנטשולדיגס סעודה..
כ'שטעל צו א גאלדענע טעפל לכבוד דעם סומאכ.. אנטשולדיגס סעודה..
שמעקעדיגגעפילטע איז זיכער ארויסגעלאזט געווארן בטעות
טעות מיין פוס! איך בין זיכער ס'איז א געפלאנטע נקמה אקציע פאר... עם פאר... פארן נישט.... עה... שוין, לאמיר נישט רעדן.
חברה, ס'זעהט מיר אויס אז איך וועל זיך נישט קענען פרעזענדליך באטייליגען אינעם מעמד אדיר והענקי, מיין פראגע צו אייך, קען איך שיקן איינע פון מיינע ליבע סעקרוטארן?
קאווע טרינקערחברה, ס'זעהט מיר אויס אז איך וועל זיך נישט קענען פרעזענדליך באטייליגען אינעם מעמד אדיר והענקי, מיין פראגע צו אייך, קען איך שיקן איינע פון מיינע ליבע סעקרוטארן?
זעכער.
ידען כאפט זיך צו צו קאוועס "ליבע" סעקרעטאר... סעמער גוט.
קאווע, וועלכע ליבע סעקרעטאר שיקסטו? ס'נאר דא פלאץ פאר דריי אויפן אויווען אן.
קאווע, וועלכע ליבע סעקרעטאר שיקסטו? ס'נאר דא פלאץ פאר דריי אויפן אויווען אן.
רבותי, ס'טוט מיר זייער באנג,
אז מ'האט מיך ארויסגעלאזט פונעם פראגראם!
אמת אז כ'בין נישט דא צולאנג,
און כ'האב אין פארמעסט נישט געשריבן קיין גראם.
אבער נאכאלץ מיר עס אהרט:
ווייל אין אזא היסטארישער געשעהעניש,
דארף יעדער באקומען א פארט.
און מ'דארף מיט יעדעם האבן איינזעהעניש!

וואס איז די ענין פון סעלברעטען א יארצייט?
סטוט זיך אשכולות קונטריסם, מעמד אדירם, פאזיע, מענשטלעך לייגן אריין כוחת האלטן דעם 'איינס', די שטיבל פארט אויף רעדער. יעדע שטאנג באקלעבט מיט גרויסע פלאקטען. אקאי נישט ממש די מעיל אייער שמיר וואס סאכדעס ניצט פאר איש בל יעדר. וואס איז מפייערט דעם ערשטן בירטדעי זייט דעם הנחת אבן הפינה פונעם שטיבעל.
מיר באדערט וואס איז די גרויסע פראוועריי? וואס איז בכלל א יארצייט? במילא ווען מרעדט פון א טויטע מענטש, וויל מען מזאל עם געדענקען, פיין. אבער א שטיבל וואס וואקסט און בליעט קיינענע הארא, וואס איז די פראוועריי?
סתם געווארפן געלט און גארבידזש, אנגעברענגט די צייט.

איך קום נישט.
וואס זאל איך טון, איך שמעק עפעס...
וואס עפעס יארצייט? ס'איז אן אונעווערסעטי!
נולד מאוחרסטוט זיך אשכולות קונטריסם, מעמד אדירם, פאזיע, מענשטלעך לייגן אריין כוחת האלטן דעם 'איינס', די שטיבל פארט אויף רעדער. יעדע שטאנג באקלעבט מיט גרויסע פלאקטען. אקאי נישט ממש די מעיל אייער שמיר וואס סאכדעס ניצט פאר איש בל יעדר. וואס איז מפייערט דעם ערשטן בירטדעי זייט דעם הנחת אבן הפינה פונעם שטיבעל.
מיר באדערט וואס איז די גרויסע פראוועריי? וואס איז בכלל א יארצייט? במילא ווען מרעדט פון א טויטע מענטש, וויל מען מזאל עם געדענקען, פיין. אבער א שטיבל וואס וואקסט און בליעט קיינענע הארא, וואס איז די פראוועריי?
סתם געווארפן געלט און גארבידזש, אנגעברענגט די צייט.
שולדיג איז דער יעניגער וואס האט עס אנגערופן יארצייט!
עס איז א annniversary סעלעבראציע!!!!! ובזה תם ונשלם כל הוויכוחים ויסכר פי דוברי יארצייט!
אויב איך מעג אריינרעדן וואלט איך פארגעשלאגן אז אנשטאט דבר הצימעס זאל מען ענדערשט מאכן א לייוו צימעס דעבאטע. עס זאל אויסקוקען בערך ווי די דעבאטעס צווישן אמאליגע גלחים און רבנים, ווי א פשוטער בית יהודא איד האט געהאט די מעגליכקייט איבערצודרייען דעפ פארמעסט לטובת די אידן מיט דעם איני יודע קשיא. דער זייט וואס געווינט באקומט אין אויסטויש די עקסקלאסיוו רעכטן צו צימעס׳ן פון היינט און ווייטער. והזר הקרב וועט פארלירן זיין צימעס ציטריט, ווי אויך זאל א יעדער נייע צימעס ניק דארפן דורך גיין א פארהער צו זען אויב זיין קאפ לויפט אים גענוג צימעסדיג. ליתר שאת דארף דער זייט וואס פארלירט אהער ברענגען זייער רבי׳, און בפני קהל ועידה זאל ער איבער געבן זיינע שליסלעך. סאונדס גוט???
די צוויי חברה אויבן האבן שוין אפגעבענטשט. געזאגט יעלה ויבא. זיך אויסגעטון די פייערונג קאפעלוטשן, און ארונטערגעלאזט דעם גרויסן איינס. די וועיטערערס האבן שוין אראפגערוימט פון טיש, און מפטירין כדאתמול.
שמעקעדיגדי צוויי חברה אויבן האבן שוין אפגעבענטשט. געזאגט יעלה ויבא. זיך אויסגעטון די פייערן קאפעלוטשן, און ארונטערגעלאזט דעם גרויסן איינס. די וועיטערערס האבן שוין אראפגערוימט פון טיש, און מפטירין כדאתמול.
טאקע אינטערסאנט אזא מאורע קומט זיך א שבע ברכות, לפחות דריי טעג ווי א זוו"ש..
וואס האלט דער עולם, דארף איך זיך באליידיגן אז איך ווער נישט דערמאנט?
YES
אוקעי איך בין אופישעלי באליידיגט.